בעסטע און ערגסטע קאסטומער סערוויס

סערוויסעס, געשעפטן און פראדוקטן

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

Of course
שר האלף
תגובות: 1286
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 11, 2018 1:09 am

Re: בעסטע און ערגסטע קאסטומער סערוויס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Of course »

נישטאמת האט געשריבן: זונטאג אפריל 02, 2023 2:37 pm
בלוט בלבול האט געשריבן: זונטאג אפריל 02, 2023 1:24 pm

צוריק צום נושא פנעם גלעזל וואסער. יא, יענער געשעפטסמאן איז הונדערט פראצענט גערעכט, ער דארף אים נישט לאזן נוצן זיין סינק, און ער דארף אים אודאי נישט געבן א פלעשל וואסער בחינם. וואס, ס'נישט רעב שייעלע'ס יארצייט היינט. אבער רעב איד, וואו איז דיין שכל? ווען דו לאזט אים ווען נוצן דעם פארשטינקענעם סינק (אדער ליתר שאת, געבסט אים דעם איין דאלערדיגן פלאש) האסטו זיך גאראנטירט א קאסטומער (מאך די מאטעמאטיק, א קאסטומער קעגן אן איין דאלערדיגן פלאש וואסער וואס ער דארף אים "נישט" געבן. לוינצעך?), אבער יעצט וועט ער מער נישט צוריקקומען. סארי, דו ביסט טויזנט פראצענט גערעכט, און אויף די ביכער שטימסטו ווי א מלך, אבער א קאסטומער האסטו פארלוירן.

דאס איז עס. א קאסטומער גלייכט נישט צוריקצוקומען צו א פלאץ וואו ער האט געהאט שלעכטע עקספיריענס, אפילו יענער איז גערעכט, און ער ווייסט אז יענער איז גערעכט.
נאכאמאל, ס'גייען אייביג זיין די חברה וואס גייען זיך רעגן אויף יעדע פלאץ וואו זיי קומען אן, און פון זיי וועסטו טאקע נישט פטור ווערן, אבער זע וואו דו קענסט אריינכאפן פרישע חברה. כאטש זיי פארטרייב נישט.
איך האב אמאל געהערט אן אינטערעסאנטע מעשה, איך מיין סקומט דא שטארק אריין . א גבאי צדקה איז אמאל אריין אין א נייע געשעפט בעטן צו ער קען אראפ לייגן א פושקע ביים רעדזשיסטער. האט אים די בעל הבית געזאגט ניין. די גבאי צדקה גייט ארויס און זאגט פאר זיין חבר "דע געשעפט גייט נישט מצליח און וועט זיך בקרוב פארמאכן". און אזוי איז טאקע געווען די געשעפט האט זיך פארמאכט.

האט די גבאי צדקה מסביר געווען, דאס איז נישט געווען קיין רוח הקודש און נישט קיין קללה, ער האט נאר פאראויס געשאצט- אז דער איד פארגינט נישט א פושקע זאל ליגן ביים רעדזשיסטער וועט ער נישט פארגינען אנדערע זאכן פאר זיינע קונדן און זיי גייען עס שפירן און נישט קומען דא קויפן.



איך האב אמאל געהערט אן אינטערסאנטע מעשה, איך מיין סקומט דא שטארק אריין. א גבאי צדקה איז אמאל אריין אין א נייע געשעפט בעטן ער וויל לייגן א פישקע, דער בעל הבית האט אים שיין געענפערט אז ער האט שוין געהאט איבער הונדערט פאון קאלס צו לייגן פישקעס, און מען קען אנפולן א וואנט נאר פון פישקעס. זיין זונס חדר, סקול, ישיבה,הצלה און אלע וואוילטעטיגע ארגענעזאציעס, ער שפירט אויך אז יעצט איז נישט די צייט. קודם זאל ער עפענען, און דאס קען מען אלץ צוביסלעך צולייגן.

דער גבאי צדקה איז ארויס און געזאגט פאר יעדעם אז דער איד גייט נישט מצליח זיין. בארעדט דעם איד ווייל ער האט נישט געזאגט אמן אויפן פישקע ביים ערשטן מאל (הייסן) בעטן.

לא היו ימים מועטים און דער גבאי צדקה איז טאקע ארויסגעפלויגן פון פאנדרעיזינג.
סיפורי צדיקים
שר האלף
תגובות: 1486
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 11, 2018 9:43 pm
לאקאציע:געווענליך אין מיין הויזן...

Re: בעסטע און ערגסטע קאסטומער סערוויס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סיפורי צדיקים »

ישראל משה האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 8:41 pm
סיפורי צדיקים האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 3:27 pm
נישטאמת האט געשריבן: זונטאג אפריל 02, 2023 2:37 pm
בלוט בלבול האט געשריבן: זונטאג אפריל 02, 2023 1:24 pm

צוריק צום נושא פנעם גלעזל וואסער. יא, יענער געשעפטסמאן איז הונדערט פראצענט גערעכט, ער דארף אים נישט לאזן נוצן זיין סינק, און ער דארף אים אודאי נישט געבן א פלעשל וואסער בחינם. וואס, ס'נישט רעב שייעלע'ס יארצייט היינט. אבער רעב איד, וואו איז דיין שכל? ווען דו לאזט אים ווען נוצן דעם פארשטינקענעם סינק (אדער ליתר שאת, געבסט אים דעם איין דאלערדיגן פלאש) האסטו זיך גאראנטירט א קאסטומער (מאך די מאטעמאטיק, א קאסטומער קעגן אן איין דאלערדיגן פלאש וואסער וואס ער דארף אים "נישט" געבן. לוינצעך?), אבער יעצט וועט ער מער נישט צוריקקומען. סארי, דו ביסט טויזנט פראצענט גערעכט, און אויף די ביכער שטימסטו ווי א מלך, אבער א קאסטומער האסטו פארלוירן.

דאס איז עס. א קאסטומער גלייכט נישט צוריקצוקומען צו א פלאץ וואו ער האט געהאט שלעכטע עקספיריענס, אפילו יענער איז גערעכט, און ער ווייסט אז יענער איז גערעכט.
נאכאמאל, ס'גייען אייביג זיין די חברה וואס גייען זיך רעגן אויף יעדע פלאץ וואו זיי קומען אן, און פון זיי וועסטו טאקע נישט פטור ווערן, אבער זע וואו דו קענסט אריינכאפן פרישע חברה. כאטש זיי פארטרייב נישט.
איך האב אמאל געהערט אן אינטערעסאנטע מעשה, איך מיין סקומט דא שטארק אריין . א גבאי צדקה איז אמאל אריין אין א נייע געשעפט בעטן צו ער קען אראפ לייגן א פושקע ביים רעדזשיסטער. האט אים די בעל הבית געזאגט ניין. די גבאי צדקה גייט ארויס און זאגט פאר זיין חבר "דע געשעפט גייט נישט מצליח און וועט זיך בקרוב פארמאכן". און אזוי איז טאקע געווען די געשעפט האט זיך פארמאכט.

האט די גבאי צדקה מסביר געווען, דאס איז נישט געווען קיין רוח הקודש און נישט קיין קללה, ער האט נאר פאראויס געשאצט- אז דער איד פארגינט נישט א פושקע זאל ליגן ביים רעדזשיסטער וועט ער נישט פארגינען אנדערע זאכן פאר זיינע קונדן און זיי גייען עס שפירן און נישט קומען דא קויפן.
זאל מיר דער גבאי צדקה זייער אנטשולדיגן אבער ער איז מקיים דעם העולם לא נברא אלא בשבילי מיט א שמוץ אריבער, ער טראכט קיינמאל נישט פון א צווייטן און איך וויל נישט וויסן וויאזוי זיין שלום בית קוקט אויס.
איך וויל אים פרעגן הער גבאי צדקה, וויפיל האט איר שוין איינגעקויפט דא אין דעם געשעפט אז איר פארשטייט אז ס'קומט זיך אייך אז איר זאלט קענען אראפלייגן דא א פושקע און אזוי פארדינען נאך אפאר טאלער פאר דיין קאמישן וואס דו גייסט מאכן ווען דו גייסט אויסליידיגן דעם פושקע???
אני הקטן האב געארבייט אפאר יאר אין א ריטעיל סטאר, שפעטער פלעג איך אריינקומען נאר פאר די סיזענס ווען ס'ווערט ביזי, געדענק איך נאר אז די פושקע איז מיר אלס געשטאנען אין וועג, און אויב א גאנץ יאר האב איך נאך געארבייט אויף מיינע מדות האב איך אין ביזי סיזען עס אנגעכאפט און עס פארפאקט אין די בעק, ווייל פארשטיי דער רעדזשיסטער איז דאך נישט אזוי גרויס, מ'דארף דאך די פלאץ פאר די סטאר אייטעמס ממילא מאכט מען די רעדזשיסטער קאונטער די מינימום ס'זאל פיטן דארט א קאמפיוטער צוויי, און אז דער קאסטומער וואס קומט באצאלן זאל קענען אראפלייגן זיינע אייטעמס און קענען באקוועמערהייט ארויסנעמען די געלט פון טאש, ממילא יעדע איבעריגע זאך שטייט אין וועג סיי פאר די קעשיר און סיי פאר די קאסטומער,
איז דאס ווערט אנגערופן א סטאר וואס פארגינט נישט פאר זיינע קאסטומערס אז ס'זאל זיך אים קומען א קללה דערפאר??? יא דאס איז געווען א קללה ווייל פאר דיר גבאי צדקה האט נישט געפאסט אז ער האט דיר שיינערהייט געזאגט אז ער קען נישט נעמען קיין פושקעס.
עניוועיס לאמיר נישט מאריך זיין ווייל אלס איינער וואס האט געטוהן קאסטומער סערוויס און גראדע רוב פון די זאכן אויף וואס מענטשן האבן זיך דא אפגערעדט איז נישט געשעהן ביי אונז אין סטאר ווייל אונז האבן אזא זאך קיינמאל געטוהן ב"ה ווייל קאסטומער סערוויס איז געווען ביי אונז #1 אבער דאך גלייב איך אז מענטשן וואס זענען געווען אין די שיך אויב וואלט מען געעפענט א אשכול פון אלע מעשיות וואס מ'האט שוין געהאט מיט קאסטומערס, וואלטס דער אשכול געווען גאר א לעבעדיגע אשכול אסאך אסאך מער ווי דער אשכול דא, ודי בזה.
ווי זאגט נאר לאנגזאם, צו האנדלען מיט קאסטומערס איז שוין באלד אזוי שווער ווי צו זיין א קאסטומער אליין!
כ'על מיך פרייען צו הערן דיינע סיפורי צדיקים פון געשעפטן.
איך דארף האבן צייט פאר דעם, און אפשר אויך מאכן אן עקסטערע אשכול כדי נישט צו אויסמישן די יוצרות, ווען ס'וועט זיין צייט וועלמיר פרובירן צוביסלעך אריינצוקומען מיט די מעשיות
איך בין א שלהבת איד!!! viewtopic.php?t=65737
שרייב תגובה

צוריק צו “משא ומתן”