המברך יתברךהאט געשריבן:↑מאנטאג אפריל 24, 2023 9:14 am
ניין, איך דזשאדזש נישט מענטשן אויפן גאס, און איך זעה נישט אניאגראם און אייוועלט ביי יעדע ווארט ביים דאווענען...
as of my info.
מפתח הנקודה והקו והשטח אינם במציאות, אבל הם מחוברים אל המציאות. כי השטח הוא קצה הגשם והקו הוא קצה השטח והנקודה הוא קצה הקו... (איל משולש להגר''א מווילנא)
מפתח הנקודה והקו והשטח אינם במציאות, אבל הם מחוברים אל המציאות. כי השטח הוא קצה הגשם והקו הוא קצה השטח והנקודה הוא קצה הקו... (איל משולש להגר''א מווילנא)
איך פארשטיי נישט דיין שאלה? יא, טראכטן.... (בינה בלה"ק).
ביי די ערשטע 5 האסטו געשריבן א צווייטע נומער איינגערינגלט. איך פרעג זייער באדייט.
as of my info.
מפתח הנקודה והקו והשטח אינם במציאות, אבל הם מחוברים אל המציאות. כי השטח הוא קצה הגשם והקו הוא קצה השטח והנקודה הוא קצה הקו... (איל משולש להגר''א מווילנא)
יעצט וועל איך נעמען מיין אייגענעם נפש (איך גלייב נישט אז איך וועל טרעפן אזוי שנעל אן אנדערן וואלונטיר פאר דעם) פאר א דוגמא, כדי צו קענען איבערקוקן בערך וואו מיינע פראבלעמען זענען און וויאזוי דאס דארף (?) קענען געהיילט ווערן, לויט דעם מהלך. און לאמיר זען, וואס דער עולם האט צו זאגן דערוועגן.
און איך גיי נישט שרייבן אזויפיל פונעם חלק הסוקסעס-סטארי שבו. ווייל וויפיל איך בין שוין דורך און לענ"ד געשטיגן ב"ה אין דעם קורצן צייט וואס איך ווייס דערפון בכלל, איז דאך שוין נישט ממש נוגע. דא האב איך מורא פונעם עתיד, ווייל איך האב נישט קיינעם ווער ס'קען דעם סיסטעם, און שטייט העכער פון מיר אויף אן אופן אז ער זאל מיך קענען אבזערווירן (דער מחבר איז פיל יונגער פון מיר, און ער האט ווייט נישט אזויפיל טעראפי עקספעריענס ווי איך).
1)חכמה, לויט ווי דער מחבר לערנט עס אפ, רעדט מען דא פונעם כח פון סענסארס און סענסארי, דהיינו וואס שמעון גרין רופט UV, וואס בעצם דער כח אליין איז ממש אזויווי א זעקסטער חוש, און זיין ציל איז אויפצוכאפן זאכן וואס מ'קען נישט אויפכאפן מיט די פינף חושים.
די מעלות דערפון זענען: אז מ'קען ליינען צווישן די שורות, טרעפן יסודות וואס ווערט נישט קלאר ארויסגעברענגט נאר מ'דארף עסארויסשמעקןפון דא און פון דארט, און טועם זיין איידעלע חילוקים, און אויך שפירן א טיפערן טעם אין זאכן, אזויווי למשל רוחניות. מבקשים, פארמאגן לכאורה א היבשע דאזע דערפון.
די פראבלעמען זענען קודם כל חשדות און קאנספיראציעס, וואס דאס קומט דאך פון ארומ'חלומ'ן און נישט קוקן זאכן FACE VALUE. בושה איז א גרויסע פאקטאר ביי אזא איינעם. אנדערשקייט, נישט קענען אריינפאסן, ווייל ער ציטערט כסדר אז ער פארלירט זיין זיך. בעצם חלומ'ן און ארומזוכן נאך. פילן אז אלעס איז ליידיג, כדי צו מוזן זוכן. נאכמאל פילן זאכן, און זען ס'איז נישט גענוג, נישט אינטערעסאנט, איך בין אויך נישט אינטערסאנט, אפשראזויוועל איך יא זיין. זוכן, חלומ'ן, קראשן.... (אויף אן אופן וואס מ'פארלירט ליידער דער גאנצער כח הבחירה... אבער נישט ביי יעדן איז עס אזוי געפערליך).
ברוך ה' אז איך האב נישט אנטוויקלט רוב פראבלעמען פון דער מידה, און\אפשרוויילס'איז נישט דער הויפט מידה ביי מיר. א שטיקל מבקש בין איך דאך, אבער איך וועל עס נעמען פון ווער ס'קומט אין מיין סדר היום, און פון ספרים הקדושים, ס'איז נישט עפעס א פאר'חלש'טערמוז. איך קען אבער פארשטיין וואס די אלע שרייבערס טענה'ן, אז איינער וואס איז אינגאנצן איינגעטונקען דערין, איז עלול צו ווערן אינגאנצן חרוב דערפון.
און די מעלות דערפון, האב איך ב"ה. איך קען ליינען צוווישן די שורות און באמערקן וואספארא נפש'ל איז דארט באהאלטן. און אזוי אויך אין אנדערע פעלער, האב איך דעם כח צו זיין א משכיל אל דל. איך בין זיכער אז איך האב פלאץ צו וואקסן אין דעם חלק אויך, אבער איך גלייב אז ס'דארף נישט זיין דאס ערשטע אויף די ליסט, לכל הפחות ביי מיר.
א חלק וואס איך פלעג מיך יא פלאגן לגבי דעם, איז לגבי טעאריעס. דאס הייסט אז איינמאל איך האב געטראפן א יסודות'דיגע צוזאמשטעל ערגעץ וואס מאכט אסאך זאכן שטימען, פלעג איך ווערן זייער פארגאפט דערפון, און ווערן מורא'דיג איבערצייגט אז ממש נאר דאס איז עס. און דאס איז איינס פון די סיבות, פארוואס איך וויל זייער שטארק האבן סעקאנד אפיניען לגבי דעם מהלך אליין, ווייל דער מהלך גופא האט מיך געלערנט אז צו זיין פארגאפט און איינגערעדט, איז איינס פון די שעדליכסטע זאכן, לגבי כל ענין שהוא. מ'דארף קענען אויסלעשן דעם סענסאר, און באטראכטן א זאך מיט קאלטע לונג און לעבער. ווייל נאר אזוי קען מען זען צי דאס פריערדיגע איז געווען פשוט א געשמאקע חלום אדער א ווירקליכקייט וואס מ'דארף ערנסט נעמען אין באטראכט.
עס קוקט מיר אויס ווי איר מישט אביסל צווישן חכמה און בינה. און לויט וויאזוי איר לייגט עס דא אראפ איז די חלקים פון חכמה יא, און די חלקים פון בינה נישט דא ביי אייך. (דאמינירנד.)
as of my info.
מפתח הנקודה והקו והשטח אינם במציאות, אבל הם מחוברים אל המציאות. כי השטח הוא קצה הגשם והקו הוא קצה השטח והנקודה הוא קצה הקו... (איל משולש להגר''א מווילנא)
לגבי חכמה (4) און בינה (5) גיי איך דא לויט ר' שרגא און דעם מחבר פון די דריי חלקי הנפש ע"פ חסידות (כנ"ל), און נישט לויט ר' יחזקאל יואל און דעם ספר "ניין נאטורן וכו'". לגבי וואס איז דאמינירד ביי מיר, וועט מען מסתמא קענען רעדן, אויב איך וועל נאך זוכה זיין צו ענדיגן די נושאים וואס איך האב מיט יעדע פון די מידות.
קודם כל שטעלט די שיטה צו א הכרה אין וואו דער מענטש האלט לגבי זייןנפש(ווייל אמאל שטעקט דער פראבלעם ענדערש אין א שיטה, און אמאל אין אטבעאדער געוואוינהייט, און אפילו ווען טבע, שלעפט איין טבע נאך א צווייטן, און דורכ'ן זען די חלקי הנפש קען מען האבן ממש אן עקסרעי פון וואס ס'טוט זיך), און ממילא וועט מען קענען אנצייגן קלארער וועלכע פלאץ ער פלאגט זיך. אזוי קען מען בעסער צושטעלן דעם חלק וואס ס'פעלט פאראים, ווי איידער אים צו געבן עפעס וואס האט זייער גוט געהאלפן פאר אצווייטן.
און כדי עס צו היילן, איז נאך שייך צו ניצן אלע סארטן שיטות אין טעראפי, וויבאלד אלע האבן א שורש אין איינס אדער עטליכע פון די ספירות.
אויסערדעם לייגט עס צו א שפאגל נייער מעטאדע, פון "אויפברעכן פארקלעבטע מידות", ווייל לויט דער שיטה, שטאמט יעדעכראנישעפראבלעם, פון דעם אז צוויי מידות (למשל: נצח-גבורה, אדער מלכות-גבורה אא"וו) זענען פארקלעבט, און קענען נישט ארבעטן איינס אנעם צווייטן. דער מהלך געט א וועג וויאזוי עס צו אויפקלעבן, און אזוי ארום פטר'ן פראבלעמען וואס קיין שום אנדערע סיסטעם קען נישט דערגרייכן דערצו אזוי גוט.
ס'איז זייער שיין, אבער איך כאפ נישט פונקטליך וויאזוי ס'דארף העלפן לגבי די קושיות\שאלות וואס איך האב פארגעשטעלט. איך האף אז איינער קען זיך נעמען דער מיה, עס געהעריג צו אפלערנען און מסביר זיין. -----
לגבי דעם ספר וואס איך האב דערמאנט, האב איך יעצט גערעדט צום מחבר און ער געט רשות פאר סיי ווער ס'באקומט עס, ארויסצודרוקן ביז 10 קאפיעס דערפון.
כ'האב אמאל גערעדט צו אים דערוועגן, און איך ווייס די סיבה פארוואס ער זאגט אז 4 איז מלכות, אבער לענ"ד שטימט עס נישט. און וואס ער כאפט נישט איז, אז אזויווי אלעס איז כלול מכולם, און יעדער מענטש מוז דאך האבן אפילו נאך א בולט'ע מידה (נישט פון א נאנטע פליגל, ניין, איניאגראם איז נישט גערעכט מיט דעם), איז עס בכלל נישט קיין ראיה.
זיין טענה איז פון אזא סארט, וואס לענ"ד פאסט עס נישט אויסצושמועסן דא. אויב איינער וויל, קען ער קומען אין אישי.
מיט דעם חלק בין איך נוטה צו ר' שרגא, אז 4 איז חכמה און 5 איז בינה. און פרעג מיך נישט די נארישע קושיא, אז פלוני איז א 4'ער איז ער פאסט מורא'דיג גוט אריין אין בינה, ווייל אויף דעם איז דער תירוץ כנ"ל.
ר' יחזקאל'ס מהלך פארענטפערט נישט לענ"ד די קושיא וואס מיר האבן פארגעשטעלט, לגבי די סתירה פון וואו די מידות זענען שוכן אין נפש. און אויך איז עס זייער שטארק נשפע, פון - כנ"ל - א מענטש וואס א ??, ווי איידער אפגעשיילט יעדע מידה כשלעצמה.
און מיט דעם אלעם קען גאר זיין אז די טיפקייט און ציפראסקייט פון 4 איז יא מלכות אייגנטליך, לייג צי גאר שטארק קאפ (איימסארי וועריפייד טעראפיסט פארן אזוי רעדן) וועסט עס טאקע אליין אויך זעען אזוי

Perhaps the following presentation of the Ten Sfiroth might be of help. 10 SFIROTH.png
איך האב אנגעפאנגען צו ניצן דעם בוים מיט די בילדער, און עס העלפט אסאך. איך האב אזוי געהערט אויך פון אנדערע מענטשן (וואס טוען מיט אנדערע). אבער די שאלה איז, צי ס'איז נישט שייך קיין בעסערע בילדער לכל הפחות אויף א חלק פון די מידות?
מר. פראפעסאר, קודם כל שכוח (קוק וואס איך האב געשריבן אויבן). אבער אפשר וואלסטו געקענט צושטעלן די בילדער עקסטער, כדי מ'זאל פארמעסטן יעדעס איינע אויב ס'איז דאס בעסטע?
Ok. Lets start with the first one, which is chochma-sensing, the first perception that needs to be worked out along with BINA and the rest of the sfiros
Here is a picture that illustrates very well how our brain is sensing things. We still have no idea about WHAT we are sensing, and what is the message that we need to take out of it, but usually we are sensing SOMETHING.
דאכט זיך מיר בערך א האלבע יאר צירוק ווי ער טוישט זיין מיינונג אז חסד איז 7. והביאור אז חסד איז אין שורש פון אהבה\געשמאק היפך פון גבורה און נישט און די למעשה.