'אינדעפענדענט' פרעזידענט קאנדידאט ראבערט קענעדי דזשוניער

אנאליזן און דעבאטעס

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
שמואל וואכטנהיים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 374
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג נאוועמבער 16, 2020 4:01 pm
לאקאציע:It's called the "Right" for a reason.
פארבינד זיך:

Re: 'אינדעפענדענט' פרעזידענט קאנדידאט ראבערט קענעדי דזשוניער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל וואכטנהיים »

שמואל וואכטנהיים האט געשריבן: מאנטאג מאי 13, 2024 2:14 pm
היינט איז די דעדליין ארויפצוגיין אויפן בעלאט אין טעקסעס, לויט די קענעדי קאמפיין זענען שוין קענעדי מיטן וויצע קוואלעפעצירט צו זיין אויפן בעלאט אין טעקסעס, די פערצנטע סטעיט.

דאס ברענגט די צאל מעגליכע דעלעגאטן פאר קענעדי צו באקומען אויב געווינט ער די סטעיטס צו 187.
נעקסט.

קענעדי מיטן וויצע זענען שוין - לויט די קאמפיין מעלדונג - אויפן בעלאט אין ניו דזשערסי, די פופצנ'טע סטעיט.

דאס ברענגט די צאל מעגליכע דעלעגאטן פאר קענעדי צו באקומען אויב געווינט ער די סטעיטס צו 201.

- - -

קוקט אויס אז @מאטל שניידער האט געטוהן למעשה.
No amount of evidence will ever persuade an idiot. - Mark Twain
That’s my opinion. By the way, nobody here has to agree with me - on anything. Only, I don’t have to agree with you either. – Rabbi Avigdor Miller, Tape #133
אוועטאר
שמואל וואכטנהיים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 374
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג נאוועמבער 16, 2020 4:01 pm
לאקאציע:It's called the "Right" for a reason.
פארבינד זיך:

Re: 'אינדעפענדענט' פרעזידענט קאנדידאט ראבערט קענעדי דזשוניער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל וואכטנהיים »

עטליכע וואכן צוריק איז די קענעדי קאמפיין ארויס מיט אן אטאקע קאמפיין אקעגן פרעזידענט ביידען מיטן נאמען "ביידען איז דער ריכטיגער ספוילער", זיך באציענדיג צו דעם וואס מען רופט געווענדליך – און אזוי אויך יעצט – אינדעפענדענט און דריטע פארטיי קאנדידאטן וואס האבן נישט קיין עכטע טשאנס צו געווינען, אלץ ספוילער'ס, היות די איינציגסטע זאך וואס זיי טוען אויף אין דעם פארמעסט איז צו ספוילן די טשאנסן פון איינע פון די צוויי הויפט פארטיי קאנדידאטן.

די קענעדי קאמפיין האט ארויסגעלייגט אן אינטרעסאנטע פאול וואס איז אפגעהאלטן געווארן דורך די זאגבי סטראטעגיעס פאול גרופע – שטייט זיך פאר די קענעדי קאמפיין – די פאול האט אויסגעפרעגט איבער זעקס און צוואנציג טויזנט וויילער דורכאויס אלע 50 שטאטן, און (ווי זיי טענה'ן) האט א מארדזשין אף עראר פון נאר 0.6%, (א געווענדליכע פאול זאגט מען אז די מארדזשין איז ארום 3%).

די פאול רעזולטאטן ווייזן ווי פאלגענד:
אין א מעטשאפ צווישן פרעזידענט טראמפ מיט פרעזידענט ביידען, געווינט פרעזידענט טראמפ די פארמעסט מיט 294 עלעקטאראלע שטימען, געווינענדיג די סווינג שטאטן פון דזשארדזשיע, אריזאנע, נעוואדע, וויסקאנסין, און אזוי אויך געווינענדיג ווירדזשיניע און מעין, און ביידען באקומט 244 עלעקטאראלע שטימען געווינענדיג פון די סווינג שטאטן נאר פענסילוועניע און מישיגען.

BIDEN-VS-TRUMP-Opt.jpg
BIDEN-VS-TRUMP-Opt.jpg (238.77 KiB) געזען 431 מאל
ווען מען לייגט צו קענעדי צו די רעיס, דאס הייסט אז עס איז דא דריי קאנדידאטן, געווינט ביידען יא ווירדזשיניע און מעין – דאס הייסט אז קענעדי שעדיגט טראמפ – אבער ביידען וועט נאכאלץ פארלירן די פארמעסט.

אין א פארמעסט צווישן פרעזידענט ביידען און קענעדי – ד.ה. אן טראמפ אויפן בעלאט – געווינט קענעדי די עלעקשען אין א לענדסלייד, געווינענדיג 367 עלעקטאראלע שטימען צו ביידען'ס 171 עלעקטעראלע שטימען.

RFK-VS-BIDEN-Opt_(1).jpg
RFK-VS-BIDEN-Opt_(1).jpg (239.15 KiB) געזען 431 מאל
אין א פארמעסט צווישן פרעזידענט טראמפ און קענעדי – ד.ה. אן ביידען אויפן בעלאט – געווינט קענעדי די פארמעסט מיט פונקטליך 270 עלעקטאראלע שטימען צו טראמפ'ס 268 עלעקטאראלע שטימען, די מעיק אפ פון די שטאטן איז גראדע זייער אינטרעסאנט.

RFK-VS-TRUMP-Opt_(1).jpg
RFK-VS-TRUMP-Opt_(1).jpg (235.5 KiB) געזען 431 מאל
די קענעדי קאמפיין טענה'ט אז לויט דעם פאול קומט אויס אז די איינציגסטע וואס קען געווינען דעם פארמעסט אקעגן טראמפ איז קענעדי און במילא איז גאר ביידען דער ספוילער קאנדידאט היות ער קען נישט געווינען אקעגן קיין איינע פון די צוויי אנדערע קאנדידאטן, אנדערש פון טראמפ וואס קען כאטש געווינען אקעגן ביידען.

- - -

אין אנדערע נייעס זאגט די קענעדי קאמפיין אז זייער פאולינג ווייזט – דאס וואס @ר' משה שרייט שוין לאנג – אז 57% פון קענעדי'ס וויילער וואלטן געשטימט פאר טראמפ איבער ביידען אויב קענעדי איז נישט אין די רעיס.
אן אינטרעסאנטע זאך איבערדעם איז אבער, עס איז פארהאן אסאך ווייניגער טראמפ 2020 וויילער וואס שטיצן קענעדי, ווי עס איז דא ביידען 2020 וויילער, די סיבה אבער פארוואס ווען עס קומט צו 2024 איז דא אסאך מער טראמפ שטיצער וואס שטיצן קענעדי איז, ווייל זייער אסאך ביידען 2020 וויילער ווילן נישט שטימען פאר אים, אדער ווילן גאר שטימען אקעגן אים, במילא ווען עס איז נישט דא דער קענעדי אויסוואל וועלן זיי גיין צו טראמפ, אנדערש ווי ביי טראמפ וואס האט – לויט די פאולינג – נישט פארלוירן צו סאך שטיצע פון זיינע 2020 שטיצער.
No amount of evidence will ever persuade an idiot. - Mark Twain
That’s my opinion. By the way, nobody here has to agree with me - on anything. Only, I don’t have to agree with you either. – Rabbi Avigdor Miller, Tape #133
אוועטאר
שמואל וואכטנהיים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 374
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג נאוועמבער 16, 2020 4:01 pm
לאקאציע:It's called the "Right" for a reason.
פארבינד זיך:

Re: 'אינדעפענדענט' פרעזידענט קאנדידאט ראבערט קענעדי דזשוניער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל וואכטנהיים »

שמואל וואכטנהיים האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 16, 2024 5:42 pm
קענעדי מיטן וויצע זענען שוין - לויט די קאמפיין מעלדונג - אויפן בעלאט אין ניו דזשערסי, די פופצנ'טע סטעיט.

דאס ברענגט די צאל מעגליכע דעלעגאטן פאר קענעדי צו באקומען אויב געווינט ער די סטעיטס צו 201.
נעכטן איז געווען די דעדליין אריינצוברענגן די נויטיגע אונטערשריפטן ארויפצוגיין אויפן בעלאט אין ניו יארק.
א דאך האט געשריבן: מיטוואך מאי 29, 2024 12:43 am
פרעזידענט קאנדידאט ראבערט קענעדי איז היינט קוואלעפעצירט געווארן צו ערשיינען אויפן בעלאט אין ניו יארק
די קאמפיין האט ארויסגעלייגט אז זיי האבן אריינגעברענגט די נויטיגע אונטערשריפטן, צו זיין מער פונקטליך זיי האבן אריינגעברענגט 3 מאל אזוי סאך אונטערשריפטן ווי עס פעלט זיך אויס, און דאס איז די מערסטע אונטערשריפטן אן אינדעפענדענט קאנדידאט האט אמאל אריינגעברענגט.

דאס ברענגט די צאל מעגליכע דעלעגאטן פאר קענעדי צו באקומען אויב געווינט ער די סטעיטס צו 229.
No amount of evidence will ever persuade an idiot. - Mark Twain
That’s my opinion. By the way, nobody here has to agree with me - on anything. Only, I don’t have to agree with you either. – Rabbi Avigdor Miller, Tape #133
אוועטאר
שמואל וואכטנהיים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 374
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג נאוועמבער 16, 2020 4:01 pm
לאקאציע:It's called the "Right" for a reason.
פארבינד זיך:

Re: 'אינדעפענדענט' פרעזידענט קאנדידאט ראבערט קענעדי דזשוניער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל וואכטנהיים »

שמואל וואכטנהיים האט געשריבן: מיטוואך מאי 29, 2024 1:15 pm
נעכטן איז געווען די דעדליין אריינצוברענגן די נויטיגע אונטערשריפטן ארויפצוגיין אויפן בעלאט אין ניו יארק.
א דאך האט געשריבן: מיטוואך מאי 29, 2024 12:43 am
פרעזידענט קאנדידאט ראבערט קענעדי איז היינט קוואלעפעצירט געווארן צו ערשיינען אויפן בעלאט אין ניו יארק
די קאמפיין האט ארויסגעלייגט אז זיי האבן אריינגעברענגט די נויטיגע אונטערשריפטן, צו זיין מער פונקטליך זיי האבן אריינגעברענגט 3 מאל אזוי סאך אונטערשריפטן ווי עס פעלט זיך אויס, און דאס איז די מערסטע אונטערשריפטן אן אינדעפענדענט קאנדידאט האט אמאל אריינגעברענגט.

דאס ברענגט די צאל מעגליכע דעלעגאטן פאר קענעדי צו באקומען אויב געווינט ער די סטעיטס צו 229.
קענעדי מיטן וויצע זענען שוין - לויט די קאמפיין מעלדונג - אויפן בעלאט אין דרום קאראליינע.

דאס ברענגט די צאל מעגליכע דעלעגאטן פאר קענעדי צו באקומען אויב געווינט ער די סטעיטס צו 238.
No amount of evidence will ever persuade an idiot. - Mark Twain
That’s my opinion. By the way, nobody here has to agree with me - on anything. Only, I don’t have to agree with you either. – Rabbi Avigdor Miller, Tape #133
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6527
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע:נישט בשכנותנו

Re: 'אינדעפענדענט' פרעזידענט קאנדידאט ראבערט קענעדי דזשוניער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

שמואל וואכטנהיים האט געשריבן: דינסטאג מארטש 26, 2024 4:45 pm
דער אנאנסמענט פאר וויצע קאנדידאט עפענט די וועג פאר קענעדי צו קענען ארבעטן צו זיין אויף די בעלאט אין אלע 50 שטאטן (דאכזיך) נאך וואס א גרויס חלק שטאטן פאדערן די אונטערשריפטן פון אינדעפענדענט קאנדידאטן אויך צו האבן א וויצע.

(עס זענען דא געוויסע שטאטן וואס מען קען נאך נישט צוזאמנעמען אונטערשריפטן אריינגערעכנט ניו יארק וואס מען קען נאר אנהויבן אפריל 16, @אפגעגאלט מאך זיך גרייט).

ביזדערווייל איז שוין די קענעדי - שאנאהאן טיקעט אויף די בעלאט אין נעוואדע, יוטא, האווייאי און ניו העמפשיר - נעקסט איז לכאורה מיסיסיפי וואס דארף נישט קיין שום אונטערשריפטן נאר האט פשוט געווארט פארן וויצע, און עס גייט שנעל נאכפאלגן אסאך פון דיע וואס האבן געווארט אויפן וויצע היות אסאך פון זיי דארפן זייער א קליינע צאל פון אונטערשריפטן.
קענעדי קאמפיין אריינגעגעבן א קלאגע אין פעדעראלע געריכט צו צווינגען די נעוואדע סא"ס זאל ארויפשטעלן זיין נאמען אויף די ארטיגע בעלאט, נאך וואס דער סא"ס טענה'ט אז קענעדי האט שוין געזאלט האבן אויסגעקליבן זיין וויצע פרעזידענט קאנדידאט נאך איידער ער האט אנגעהויבן צוזאמנעמען אונטערשריפטן פאר זיין קאנדידאטור.
אטעטשמענטס
Screenshot 2024-06-05 004114.png
Screenshot 2024-06-05 004114.png (222.72 KiB) געזען 129 מאל
אוועטאר
עפעס אנדערש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3993
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 22, 2020 5:06 pm

Re: 'אינדעפענדענט' פרעזידענט קאנדידאט ראבערט קענעדי דזשוניער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עפעס אנדערש »

אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן: דינסטאג יוני 04, 2024 7:42 pm
קענעדי קאמפיין אריינגעגעבן א קלאגע אין פעדעראלע געריכט צו צווינגען די נעוואדע סא"ס זאל ארויפשטעלן זיין נאמען אויף די ארטיגע בעלאט, נאך וואס דער סא"ס טענה'ט אז קענעדי האט שוין געזאלט האבן אויסגעקליבן זיין וויצע פרעזידענט קאנדידאט נאך איידער ער האט אנגעהויבן צוזאמנעמען אונטערשריפטן פאר זיין קאנדידאטור.
אויף וואס ארויף איז באזירט דער פארלאנג?
האט דען טראמפ יא שוין אויסגעקליבן זיין וויצע? איז טראמפ אויך נישט אויפן בעללאט?
שרייב תגובה

צוריק צו “נייעס קאך לעפל”