בלאט 1פון 3

בעד בעטה ענד בעיאנד, געגאנגען באנקראט

געשריבן: זונטאג אפריל 16, 2023 10:48 am
דורך פאסט טרעגער
בעד בעטה ענד בעיאנד, די באקאנטע ריטעילער פון ווי פולע היימישע בעל הבית'טע'ס טוען אויסשטאפירען די קיטשענ'ס און ווענעטי'ס, איז אויפן שוועל פון באנקראט.

וואס האט דא פאסירט? לאמיר איבערלויפן די כראנאלאגיע.

די געשעפט איז געגרינדעט געווארען און 1971 דורך צוויי שותפים ווארען אייזענבערג און לענארד פיינשטיין, זיי האבן גע'עפענט א געשעפט'ל און ניו דזשערזי מיטן נאמען בעד ענד בעטה, צו רעפלעקטירען אז זייער ספעשעלטי איז צו אויסשטאפירען שלאף און באדע צומערן.

די ביזנעס איז שיין געוואקסן, זיי האבן זיך צושפרייט מיט נאך לאקעישענ'ס און די ניו יארק אומ'געגענט, פאר א טאטעל פון 17 געשעפטן און 1985, ווען זיי האבן צוליב פארמערטע קאמפעטישען - בעיקר דורך די קאמפעני Linen and Thing's - אפגעמאכט צו גיין גרויס און עפענען א ביג-באקס לאקעישען, א שטייגער ווי וואלמארט. אבער כדי צו עפענען א גרויס געשעפט ברויך מען האבן מיט וואס דאס אנצופילען, האבן זיי אויסגעברייטערט זייערע פראדוקט ליין צו פארקויפען אייטעמ'ס אויסצושטאפירען די גאנצע הויז אריינגערעכענט די קיטשען און די ליווינג רום, זיי האבן דאן געטוישט זייער נאמען צו בעד בעטה ענד בעיאנד (צו רעפלעקטירען דאס אז זייער פראדוקט ליין איז שוין נישט לימיטעד צו בעד ענד בעטה)

און די נאכפאלגעדע יארן איז די פירמע זיך שיין ציוואקסען עפענדיג נאך 7-8 ביג באק'ס געשעפטן, און באזונדערע סטעיט'ס. ביז 1992 ווען עס איז געקומען די צייט צו גיין גרויס און גיין פובליק. די קאמפעני האט די יאר פארן גיין פובליק, שוין געהאט 134 מיליאן דאלער און סעיל'ס.

די קאמפעני איז געגאנגען פובליק און June 1992, אונטער די טיקקער סימבאל BBBY, ביי א מארקעט קעפ פון 217 מיליאן דאלער.

נאכן גיין פובליק איז די קאמפעני זיך אויסטערליש ציוואקסען, און 1999 האבן זיי דערגרייכט א ביליאן דאלער און סעיל'ס און איבער 300 געשעפטן איבער אמעריקע,

און די אנהייב 00 יארן האט זיך אנגעהויבען די ברייטערע פראבלעמען און די ריטעיל ביזנעס, צוליב די אויפשטייג און אי קאמער'ס, דאס האט געפירט צו אסאך שליסונגען פון באקאנטע ריטעילער, אריינגערעכענט די דערמאנטע קאמפעטישען Linen and Thing's.

בעד בעטה ענד בעיאנד האט זיך אבער און די תקופה גאר שטארק אויסגעברייטערט, זיי האבן אפגעקויפט פולע ריטעילער וואס האבן געהאלטן ביים ארויסגיין פון ביזענס, אריינגערעכענט Buy Buy Baby און נאך.

אזוי זענען זיי שטארק געוואקסען ביז 7-8 יאר צוריק, ווען די קאמפעני האט אנגעהויבען פילען די אי קאמער'ס אפעקט.

ביי איר שפיץ האט די קאמפאני פארמאגט איבער 1500 לאקאציע'ס און 65,000 ארבעטער. איבער 12 ביליאן דאלער א יאר רעוועניו, און איבער א ביליאן דאלער א יאר נעט פראפיט.

אבער דאן האבן זיך אנגעהויבן די פראבלעמען.

פון דארט און ווייטער האט די קאמפעני זיך צוביסלעך אנגעהויבען אראפקייקלען, ביז 2019 ווען זיי האבן די ערשטע מאל געהאט א נעט לאסס פאר די יאר.

און מארטש פון 2019 האבן דריי גרויסע אינוועסטמענט פירמע'ס פארלאנגט אז די דעמאלטס'דיגע CEO סטיווען טעמארעס זאל אפטרעטן, אינאיינעם מיט עטליכע באוירד מעמבער'ס. אנגעבליך צוליב א רייע באשילדיגונגען פון שלעכטע באשלוסען וואס זיי האבן געמאכט. איבערהויפט זענען זיי באשולדיגט געווארן אז א חלק פון די פריערדערמאנטע עקוויזישענ'ס, ווי צב''ש Buy Buy Baby און Chef Central, זענען נישט געווען בכלל א טובה פאר די קאמפעני, נאר מען האט עס געטון אויסצולייזען די קאמפעני'ס וואס זענען גע'גרינדעט געווארן דורך די קינדער פון לענארד פיינשטיין און ווארען אייזענבערג, די גרינדער פון בעד בעטה.

און אפריל, האבן 5 באוירד מעמבער'ס אינאיינעם מיט די CEO אפגעטרעטן, און רעזולטאט פון די פרעשער. די פירמע האט אויפגענימען א צייטווייליגע CEO מערי ווינסטאן, ביז און נאוועמבער ווען ווינסטאן איז איבערגענימען געווארן דורך מארק טרינטאן, פון די געוועזענע פירער'ס ביי טארגעט.

אונטער די נייע מענעדזשמענט האט די קאמפעני פרובירט זיך צו צוריק שטעלן אויף די פיס, זיי האבן אנגעהויבן מאכן פרייוועט לעיבעל אייטעמ'ס, זיי זענען אריין און נאך פראדוקט ליינס.

אבער דאן איז קאוויד אנגעקומען, די קאמפאני איז דאן געזיצען מיט 1530 געשעפטן איבער די וועלט, צווישן Bed Bath & Beyond, Cost Plus World, Buybuy Baby און נאך. צוליב קאוויד האט די קאמפאני אנאוינסד אז זיי גייען פארמאכן איבער 200 געשעפטן איבער די קומענדיגע צוויי יאר.

און 2021 נאך די יאנאוואר 6 פראטעסטן, האט די קאמפאני אנאוינסד אז זיי גייען אויפהערן פארקויפן מייק לינדעל'ס מיי פילאוי פראדוקטען.

און מארטש 22' האט די קאמפאני אנגעהויבן אריינקוקען אין די געדאנק פון פארקויפן די Buy Buy Baby ברענד, כדי אויפצוקומען מיט פרישע קעש.

און June האט די נייע CEO מארק טרינטאן ריזיינד, און געווארן איבערגענימען דורך מיסיס סו גאוו.

און August האט די קאמפעני געמאלדן אז זיי גייען אפשפארן נאך 150 געשעפטן.

און September האט די CFO פון די קאמפאני גוסטאווא ארנעל, זיך גענומען דאס לעבן, אראפטאנצענדיג פון זיין פארטש אויפן 18טע שטאק פון אן אפארטמענט בילדינג און לאויער מאנהעטען. גוסטאווע איז געווען אונטער אינוועסטיגעישען איבער א פאמפ ענד דאמפ שווינדל, וואס ער האט געשפיעלט מיט די קאמפעני'ס סטאק.

און יאנאוואר 2023 האט די קאמפעני געמאלדן אז זיי זעהן נישט קיין וועג ארויס, און זיי וועלן ווארשיינדלעך דארפן פיילען טשעפטער 11.

די קאמפאני האט דערווייל אויפגענימען א ריסטראקטשערונג פירמע צו פרובירען אויסמיידען טשעפטער 11.

דערווייל האט די פירמע געשטופט נאך א קווארטער, זיי האבן אנצווישען אפגעשלאסען איינע פון זייערע ברענד'ס. און זיי האלטן אונמיטן פארמאכן די אפערעישענ'ס און קאנאדע.

פארגאנגענע חודש, האט די פירמע און א לעצטע פראיוו צו אויפקומען מיט קעש צו קענען ריסטראקטשערן די ביזנעס, פרובירט צו פארקויפן פרישע 300 מיליאן דאלער און שעיר'ס, אבער עס איז דורכגעפאלן.

און דא איז ווי מען שטייט היינט.

די קאמפעני וואס האט געהאט א מארקעט קעפ פון איבער 17 ביליאן דאלער און 2013, טרעיד היינט פאר א 100 מיליאן מארקעט קעפ.

סטאק שפעקולירער שטייען פון דער זיין און ווארטען אויס, וואס עס גייט פאסירען מיט דעם קאמפעני, גייט זיי געלונגען זיך ארויסצודרייען פון באנקראט, אדער נישט.

אסאך שפעקולירער גייען לאנג אויף די סטאק, (די סטאק האט יעצט זייער א הויכע אפשען וואליום) מיט די חשבון אז אויב עס גייט געלונגען פאר די קאמפעני זיך ארויסצודרייען פון באנקראט מיט א ערענסטע לאנג טערם פלאן (וואס האט זייער שוואכע טשאנסן) גייען זיי ווערן מיליאנערן איבערנאכט. אבער אויב די קאמפעני גייט גיין און די ווארשיינדליכע וועג פון באנקראט, וועלן זיי האבן באצאלט די פרייז וויפיל עס קאסט צו שפילן אזא לאטערי.

פאריאר האבן עטליכע רייכע אינוועסטירער געמאכט שיין פרנסה פון די סטאק, וואס זיי טוען אסאך מאל מיט אזעלכע שפעקולירנדע קאמפעני'ס, זיי קויפן איין אסאך סטאק וואס דאס לאזט ארויס א נאמען אויף די גאס אז עס מוז זיין אז די קאמפעני איז א גוטע ביי, וויבאלד די גרויסע קנאקער האט דאך געקויפט סטאק, דאן הייבן אלע קעלבלעך אן צו קויפן די סטאק און די סטאק שיסט ארויף, און דאן געבט פלוצלינג די גרויסע קנאקער א פארקויף אלע זיינע שעיר'ס פאר א זאפטיגע פראפיט, און די סטאק פליט אראפ צום תהום, ווען די גרויסע קנאקער לאכט א גוט'ס פון די אלע קעלבלעך וואס האבן דארט אנגעוואוירען זייער פארמעגן.

רייען קאהן די טשעירמאן פןו געים-סטאפ האט געמאכט איבער 50 מעלאוינע'ס אויף בעד בעטה סטאק און אפשענ'ס, דורך אזא שווינדעל.

Re: בעד בעטה ענד בעיאנד, אויפ'ן שוועל פון באנקראט

געשריבן: זונטאג אפריל 16, 2023 10:56 am
דורך הרב יואל קליין
פארוואס איז עס שווינדל?

Re: בעד בעטה ענד בעיאנד, אויפ'ן שוועל פון באנקראט

געשריבן: זונטאג אפריל 16, 2023 11:37 am
דורך מתעלם
הערליך שיין אראפגעלייגט!

יישר כח!

Re: בעד בעטה ענד בעיאנד, אויפ'ן שוועל פון באנקראט

געשריבן: זונטאג אפריל 16, 2023 11:47 am
דורך קאנטרי מאוד
מתעלם האט געשריבן: זונטאג אפריל 16, 2023 11:37 am
הערליך שיין אראפגעלייגט!

יישר כח!

Re: בעד בעטה ענד בעיאנד, אויפ'ן שוועל פון באנקראט

געשריבן: זונטאג אפריל 16, 2023 12:08 pm
דורך תרי בדחנא
הרב יואל קליין האט געשריבן: זונטאג אפריל 16, 2023 10:56 am
פארוואס איז עס שווינדל?
עס איז נישט לעגאל צי מאניפלירן א סטאק דורך פאמפ ען דאמפ
ווייל מען נארט אן מענטשן מיטן פאלטש פראמאטן א סטאק

Re: בעד בעטה ענד בעיאנד, אויפ'ן שוועל פון באנקראט

געשריבן: זונטאג אפריל 16, 2023 12:38 pm
דורך פאסט טרעגער
תרי בדחנא האט געשריבן: זונטאג אפריל 16, 2023 12:08 pm
הרב יואל קליין האט געשריבן: זונטאג אפריל 16, 2023 10:56 am
פארוואס איז עס שווינדל?
עס איז נישט לעגאל צי מאניפלירן א סטאק דורך פאמפ ען דאמפ
ווייל מען נארט אן מענטשן מיטן פאלטש פראמאטן א סטאק
ריכטיג

די פראבלעם איז אבער אז די גרויסע פאמפ ענד דאמפ סקעמער'ס, ווייסן וויאזוי זיך צי וואטשען נישט אריינצופאלן און לעגאלע פראבלעמען, ווי צב''ש פאמפ ענד דאמפ איז איליעגעל ווען מען פראמאויט פאלשע אינפארמאציע, אבער אויב קויפט מען ס''ה איין שעיר'ס קען מען נישט אנצייגען אז עס איז איליגעל.

אזוי צו אזוי איז עס זייער אומ'עטיש צו פאר'נער'ן תמומות'דיגע FOMO נאכשלעפער, כדי צו מאכן געלט אויף זייער חשבון.

ווען וועלט וואלט געווען וועלט, וואלט אזא סקעמער נאר געקענט מאכן איינמאל אזא פורים שפיצל, ווען דערנאך וואלט שוין יעדער געוויסט וואספארע פורים רב ער איז. אבער און אונזער צודרייטע וועלט בלייבען די סקעמער'ס ווייטער מיט מיליאנען פאלאויער'ס און פערעהרער, וואס טאנצן ווייטער אריין און די סקעמ'ס כצאן לטבח.

עס איז ממש אומפארשטענדליך, וויאזוי דאס ארבעט, די חברה זענען ממש ווי א אפגאט. די זעלבע איז מיט קרעימער, ער האט זיך ארויסגעשטעלט צו זיין ראנג אויף רוב פון זיינע פרעדיקשענ'ס, אבער ער פירט נאך ווייטער זיינע מיליאנען פאלאויער'ס.

Re: בעד בעטה ענד בעיאנד, אויפ'ן שוועל פון באנקראט

געשריבן: זונטאג אפריל 16, 2023 1:30 pm
דורך פאסט טרעגער
א בול מאכט זיין קעיס, מיט'ן עס פארגלייכען צן פיער וואן אימפארט'ס, וואס האט געהאלטן ביי די זעלבע מצב ווי בעד בעטה האלט היינט.
Screenshot 2023-04-16 132829.png
Screenshot 2023-04-16 132829.png (112.41 KiB) געזען 4770 מאל

Re: בעד בעטה ענד בעיאנד, אויפ'ן שוועל פון באנקראט

געשריבן: מיטוואך אפריל 19, 2023 12:48 pm
דורך פאסט טרעגער
די סטאק איז ארויף די וואך מיט %75,

זעהט אויס מענטשן גלייכן צו נעמען א ריסק
Screenshot 2023-04-19 124711.png
Screenshot 2023-04-19 124711.png (26.01 KiB) געזען 3677 מאל

Re: בעד בעטה ענד בעיאנד, אויפ'ן שוועל פון באנקראט

געשריבן: דאנערשטאג אפריל 20, 2023 1:57 pm
דורך בן טוב
Capture.PNG
Capture.PNG (18.05 KiB) געזען 3350 מאל
פאסט טרעגער האט געשריבן: מיטוואך אפריל 19, 2023 12:48 pm
די סטאק איז ארויף די וואך מיט %75,

זעהט אויס מענטשן גלייכן צו נעמען א ריסק

Screenshot 2023-04-19 124711.png
ולא נודע כי באו אל קירבנה

Re: בעד בעטה ענד בעיאנד, אויפ'ן שוועל פון באנקראט

געשריבן: דאנערשטאג אפריל 20, 2023 2:01 pm
דורך ווייל נישט מיך
סא סלוינט זיך דארט אריינלייגן אפאר מאות אדער נישט?

Re: בעד בעטה ענד בעיאנד, אויפ'ן שוועל פון באנקראט

געשריבן: דאנערשטאג אפריל 20, 2023 2:05 pm
דורך בן טוב
פאסט טרעגער האט געשריבן: מיטוואך אפריל 19, 2023 12:48 pm
די סטאק איז ארויף די וואך מיט %75,

זעהט אויס מענטשן גלייכן צו נעמען א ריסק

Screenshot 2023-04-19 124711.png
וואס געשעהט אז איך פארקויף א קאלל אין זיי פיילן בענקראפסי? בין איך נאך אלץ מחויב צו פארקויפן אויף די פינק שיט מארקעט אדער כרילייז מאקסימום געין?

Re: בעד בעטה ענד בעיאנד, אויפ'ן שוועל פון באנקראט

געשריבן: דאנערשטאג אפריל 20, 2023 2:08 pm
דורך בן טוב
ווייל נישט מיך האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 20, 2023 2:01 pm
סא סלוינט זיך דארט אריינלייגן אפאר מאות אדער נישט?
לויט וויפיל די ספענדסט פאר חול המועד האלטן אזויפיל קענסטו אריינלייגן....

Re: בעד בעטה ענד בעיאנד, אויפ'ן שוועל פון באנקראט

געשריבן: פרייטאג אפריל 21, 2023 1:40 pm
דורך נאך פונדערהיים
Thanks for the article!

...you skipped the part that those who hyped up the stock were the same lunatics from WallStreetBets

Re: בעד בעטה ענד בעיאנד, אויפ'ן שוועל פון באנקראט

געשריבן: מוצ"ש אפריל 22, 2023 11:57 pm
דורך הקולמוס שלי
יישר כח @פאסט טרעגער פאר דיין שיינע ארטיקל!
און בכלל דיין אנוועזענהייט דא אינעם עקאנאמישע פארום געט גאר אסאך צו צום וועלטל.

Re: בעד בעטה ענד בעיאנד, אויפ'ן שוועל פון באנקראט

געשריבן: זונטאג אפריל 23, 2023 12:20 am
דורך מתעלם
הקולמוס שלי האט געשריבן: מוצ"ש אפריל 22, 2023 11:57 pm
יישר כח @פאסט טרעגער פאר דיין שיינע ארטיקל!
און בכלל דיין אנוועזענהייט דא אינעם עקאנאמישע פארום געט גאר אסאך צו צום וועלטל.
אמת. מיר זענען זייער דאנקבאר פאר אלעם.

Re: בעד בעטה ענד בעיאנד, אויפ'ן שוועל פון באנקראט

געשריבן: זונטאג אפריל 23, 2023 12:33 am
דורך הענדימען
וואו קעמען "יעצט" קויפן שעירס?
כ'וויל נישט ווארטן ביז מאנטאג 9:30 מיט ראבינהוד

Re: בעד בעטה ענד בעיאנד, אויפ'ן שוועל פון באנקראט

געשריבן: זונטאג אפריל 23, 2023 12:42 am
דורך טעוועליך
פרובירט צי לייקן נישט געגאנגען
סערוויס עראר
סערוויס עראר
Screenshot 2023-04-23 003736.png (9.31 KiB) געזען 2361 מאל
נאדיר

Re: בעד בעטה ענד בעיאנד, אויפ'ן שוועל פון באנקראט

געשריבן: זונטאג אפריל 23, 2023 1:04 am
דורך צו די זאך
טעוועליך האט געשריבן: זונטאג אפריל 23, 2023 12:42 am
פרובירט צי לייקן נישט געגאנגען
Screenshot 2023-04-23 003736.png
נאדיר
גא״מ

וואס גייט פאר?

Re: בעד בעטה ענד בעיאנד, אויפ'ן שוועל פון באנקראט

געשריבן: זונטאג אפריל 23, 2023 1:44 am
דורך תרמב
צו די זאך האט געשריבן: זונטאג אפריל 23, 2023 1:04 am
טעוועליך האט געשריבן: זונטאג אפריל 23, 2023 12:42 am
פרובירט צי לייקן נישט געגאנגען
Screenshot 2023-04-23 003736.png
נאדיר
גא״מ

וואס גייט פאר?
רעפרעש די פעיזש נאך די לייק, אז נישט פרוביר נאכאמאל, איך האב אסאך מאל די פראבלעם, מ'מוז לייקן אזא ארטיקל!

Re: בעד בעטה ענד בעיאנד, אויפ'ן שוועל פון באנקראט

געשריבן: זונטאג אפריל 23, 2023 9:25 am
דורך פאסט טרעגער
הענדימען האט געשריבן: זונטאג אפריל 23, 2023 12:33 am
וואו קעמען "יעצט" קויפן שעירס?
כ'וויל נישט ווארטן ביז מאנטאג 9:30 מיט ראבינהוד
איך מיין אז די פריעסטע, איז מאנטאג 4 אזייגער פארטאג'ס

וואס ברענט אייך צו קויפן פריער?

Re: בעד בעטה ענד בעיאנד, אויפ'ן שוועל פון באנקראט

געשריבן: זונטאג אפריל 23, 2023 9:51 am
דורך קאלע פען
בעד בעטה ענד בעיאנד האט געפיילט פאר chapter 11 Protection

Re: בעד בעטה ענד בעיאנד, אויפ'ן שוועל פון באנקראט

געשריבן: זונטאג אפריל 23, 2023 9:52 am
דורך קאלע פען
קאלע פען האט געשריבן: זונטאג אפריל 23, 2023 9:51 am
בעד בעטה ענד בעיאנד האט געפיילט פאר chapter 11 Protection
To Our Valued Customers:

Earlier today, Bed Bath & Beyond Inc. filed for voluntary Chapter 11 protection.

We appreciate that our customers have trusted us through the most important milestones in their lives – from going to college, to getting married, to settling into a new home, to having a baby – and we wanted to reach out to you to explain what this means.

Our stores are open and serving customers. However, we have initiated a process to wind down operations.


What This Means for Our Customers

We wanted to make you aware that several of our programs and policies may be changing soon. As of today:

• We expect to process returns and exchanges in accordance with our usual policies until May 24, 2023, for items purchased prior to April 23, 2023

• We expect Gift Cards, Gift Certificates, and Loyalty Certificates will be accepted through May 8, 2023

• We will no longer accept coupons or Welcome Rewards+ discounts beginning April 26, 2023

• We expect all in-stock orders placed online both prior and after our bankruptcy filing to be fulfilled at this time


Registry
Your registry data is safe. You can still view your registry at this time. We expect to partner with an alternative platform where you will be able to transfer your data and complete your registry. We will provide details in the coming days.

We Are Here for You
For Frequently Asked Questions (FAQs) and additional information, please visit
https://restructuring.ra.kroll.com/bbby . Stakeholders with questions can email
[email protected] or call at (833) 570-5355 or (646) 440-4806 if calling from outside the U.S. or Canada.

Thank you for your loyalty and support.

Bed Bath & Beyond | buybuy BABY

Re: בעד בעטה ענד בעיאנד, אויפ'ן שוועל פון באנקראט

געשריבן: זונטאג אפריל 23, 2023 10:06 am
דורך פאסט טרעגער
הענדימען האט געשריבן: זונטאג אפריל 23, 2023 12:33 am
וואו קעמען "יעצט" קויפן שעירס?
כ'וויל נישט ווארטן ביז מאנטאג 9:30 מיט ראבינהוד
א מזל אז איר האט נישט געקענט קויפן נעכטן קיין שעיר'ס, די סטאק וועט לכאורה טראסקענען מארגען ביזן גרונט.

Re: בעד בעטה ענד בעיאנד, אויפ'ן שוועל פון באנקראט

געשריבן: זונטאג אפריל 23, 2023 10:28 am
דורך הענדימען
פאסט טרעגער האט געשריבן: זונטאג אפריל 23, 2023 10:06 am
הענדימען האט געשריבן: זונטאג אפריל 23, 2023 12:33 am
וואו קעמען "יעצט" קויפן שעירס?
כ'וויל נישט ווארטן ביז מאנטאג 9:30 מיט ראבינהוד
א מזל אז איר האט נישט געקענט קויפן נעכטן קיין שעיר'ס, די סטאק וועט לכאורה טראסקענען מארגען ביזן גרונט.
כ'בין נישט באקאנט

פון טשעפטער 11 איז נישטא קיין וועג ארויס?

Re: בעד בעטה ענד בעיאנד, אויפ'ן שוועל פון באנקראט

געשריבן: זונטאג אפריל 23, 2023 10:33 am
דורך הענדימען
פאסט טרעגער האט געשריבן: זונטאג אפריל 23, 2023 9:25 am
הענדימען האט געשריבן: זונטאג אפריל 23, 2023 12:33 am
וואו קעמען "יעצט" קויפן שעירס?
כ'וויל נישט ווארטן ביז מאנטאג 9:30 מיט ראבינהוד
איך מיין אז די פריעסטע, איז מאנטאג 4 אזייגער פארטאג'ס

וואס ברענט אייך צו קויפן פריער?
כ'האב געוואלט קויפן 5 שעירס אין קעיס ס'איז דא עפעס פאזיטיווע נייעס איבער'ן וויקענד


פארוואס 5 שעירס? ווייל אזויפיל געלט האבעך באקומען דורכאויס די צייט אין דיווידענדס פון די פרייע סטאק וואס מ'באקומט ווען מ'מאכט אויף אן אקאונט מיט ראבינהוד

Create a Mobile Website
View Site in Mobile | Classic
Share by: