רבי דוד'ל טווערסקי מסקווירא זצ"ל - ט"ו כסלו תר"פ

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

זידיטשוב
שר מאה
תגובות: 100
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 26, 2023 11:07 am

Re: רבי דוד'ל טווערסקי מסקווירא זצ"ל - ט"ו כסלו תר"פ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זידיטשוב »

הרה"ק ר' אלעזר האט דאך געגעבן א נאמען פארן אייניקל על שמו פונעם פעטער דער חתן לפנים - שמעתי
"אין זידיטשוב ברענט א פייער .... און קיינער קען דאס נישט פארלעשן"
aaw5952
שר חמישים ומאתים
תגובות: 389
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 06, 2021 1:24 pm

Re: רבי דוד'ל טווערסקי מסקווירא זצ"ל - ט"ו כסלו תר"פ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך aaw5952 »

דער מהרש"ב האט אמאל אינדערהיים גע'חתמ'עט אויף א קול קורא צוזאמען מיט הרה"ק רבי דוד'ל סקווירער זצ"ל, דער זיידע פונעם רבי'ן זאל זיין געזונט. זיי זענען אוועק דעם זעלבן יאר, רבי דוד'ל סקווירער איז אוועק ט"ו כסלו תר"פ, און דער מהרש"ב איז נסתלק געווארן ב' ניסן תר"פ.
עס האט דערציילט דער ראחמיסטריווקא רבי זצ"ל חדב"ן, אז ר' דוד'ל סקווירא'ר האט אמאל געשיקט צוויי שלוחים מיט א געוויסע שליחות צום מהרש"ב בשעת דער מהרש"ב איז געווען אין קיוב. דער מהרש"ב ווען ער איז געו ו ען אין דער פרעמד האט זיך געפירט ווי א סוחר, ער איז געגאנגען אנגעטון מיט צוויי גאלדענע קייטלעך, אויף די רעכטע זייט און אויף די לינקע זייט וכו'. ווען זיי זענען צוריקגעקומען קיין סקוו ירא האט ר' דוד'ל זיי געפרעגט וואס זאגן ענק אויף אים? האט איינער זיך אנגערופן מיט א התפעלות אויפן מהרש"ב: "אונז האבן געזען צוויי גאלדענע קייטלעך און אינמיטן איז דא א צעבראכענע הארץ... האט ר' דוד'ל סקווירא'ר געזאגט: "ער איז א מבין".
(א חסידישע מלוה מלכה / גליון כ''ג / פרשת אחרי / ניסן תשפ''ד)
aaw5952
שר חמישים ומאתים
תגובות: 389
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 06, 2021 1:24 pm

Re: רבי דוד'ל טווערסקי מסקווירא זצ"ל - ט"ו כסלו תר"פ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך aaw5952 »

די סיפור שני עדים נאמנים אויף צוויי בנינים אין קעשינעוו איז געווען א נדבן ר' שלום פערלמוטער. כפי המסיפור האט די מלוכה אוועק גענומען ר' שלום'ס ירושה פון זיין איידעם ר' משה קליגמאן. איז א דין תורה באקאנט? "הוזמן ע"י יורשי משפחת פרולמוטר מקריטי (ע"י אודיסה) לשם בורר בעניני הירושה הגדולה שהשאיר ראש המשפחה בקשינוב."
איז 'קריטי' שושלת קראטיע - קראטא ?
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”