קורצע אבזערוואציעס

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
אבזערוואציע
שר האלף
תגובות: 1455
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 05, 2022 5:15 pm

קורצע אבזערוואציעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבזערוואציע »

ווען איך שטויס מיך אן אין עפעס אינטערסאנט וואס קען זיין אינפארמאטיוו, געווענדליך אינעם פערספעקטיוו פון נייעס און פאליטיק וואס ווערט פארזען, אן געדולד צו זוכן ווי עס באלאנגט, אדער זוכן א פלאץ ווי עס צו מיט טיילן, עפען איך דעם אשכול. איך האף עס צו האלטן אקטיוו וויפיל די צייט וועט ערלויבן.

אויב איינער געפונט עפעס אינטערסאנט וואס פאסט אריין יו וועלקאם. א אנדער פלאץ ווי דאס באלאנגט אדער א בעסער איידיע פאר א קעפל, פילט אייך פריי צו קאמענטירן.
לעצט פארראכטן דורך אבזערוואציע אום דאנערשטאג אפריל 20, 2023 2:04 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
אבזערוואציע
שר האלף
תגובות: 1455
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 05, 2022 5:15 pm

Re: נאטיצן טישל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבזערוואציע »

א באקאנטע אנטלאפענער פונעם קאמעניסטישן נארט קאעריע רעזשים דערציילט א שטיקל היסטאריע נוגע פאר געוויסע אמעריקאנער היינט צוטאג, ווי זי דערציילט:

קים איל סאנג, דער ערשטער פירער פונעם לאנד האט אנאנסירט אז ער וויל איינפירן אינעקוואליטי וואס באדייט גלייכבארעכטיגונג פאר יעדן, און ער האט צוגעזאגט אז ער גייט אויסהאלטן מיט עסן און זשאבס די גאנצע באפעלקערונג אבער ער דארף יעדענס לאנד און פארמעגן, איז יעדער צוגעשפרינגען צום געדאנק וויבאלד זיי האבן געזען אינעם גלייכבארעכטיגונג גאלדענע גליקן, און אזוי האט ער געפונען שטיצע און אויפגעבויעט די איזאלירט לאנד מיט די ערגסטע מענטשן רעכטן.

זי ענדיגט צו:
היינט צוטאג ווען זי קומט קיין מאנהעטן און זי הערט פון אמעריקאנער אז די לאנד איז פול מיט ראסיזם און פארקערט ווי גלייכבארעכטיגונג וויל זי שרייען, דו ווילסט נישט עקוואליטי פאר יעדן! עס ברענגט נאר שלעכטס.
אוועטאר
אבזערוואציע
שר האלף
תגובות: 1455
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 05, 2022 5:15 pm

Re: נאטיצן טישל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבזערוואציע »

איטערסאנטע קא-אינצעדענטן ביי היסטאריקער צווישן ביידע מערדערייען פון די פרעזידענטן לינקאלן און קענעדי.

•לינקאלן איז געווארן דערשאסן אין א טעאטער מיטן נאמען פארד, קענעדי איז געווארן דערשאסן אין א לינקאלן קאר וואס ווערט געמאכט דורך פארד.

•ביידע פון זיי זענען געווארן ערוויילט צום קאנגרעס אין יאר ׳46 און ביידע זענען געווארן ערוויילט פרעזידענט אין יאר ׳60 נאר א יאר-הונדערט אפגערוקט.

•ביידע זענען געווארן געשאסן אין קאפ אויף א פרייטאג נאכפאלגענדיג א נאציאנאלע חגא זיצענדיג נעבן זייער ווייב.

•ענדרו ׳זשאנסאן׳ וואס האט איבערגענומען לינקאלן איז געבוירן געווארן 1808, לינדאן ׳זשאנסאן׳ וואס האט איבערגענומען קענעדי איז געבוירן געווארן 1908.

•ביידע מערדער האבן פארמאגט דריי נעמען מיט פופצן בוכשטאבן און ביידע זענען געווארן דערהארגעט איידער זיי האבן זיך געקענט שטעלן צום געריכט.

•ביידע פרעזידענטן האבן פארלוירן א קינד אינעם ווייסן הויז און ביידע זענען געווען אבסעסירט מיט ציווילע רעכטן.
אוועטאר
שקר גמור
שר האלף
תגובות: 1043
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 24, 2022 10:20 pm

Re: נאטיצן טישל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שקר גמור »

אבזערוואציע האט געשריבן: דינסטאג אפריל 18, 2023 7:58 pm
איטערסאנטע קא-אינצעדענטן ביי היסטאריקער צווישן ביידע מערדערייען פון די פרעזידענטן לינקאלן און קענעדי.

•לינקאלן איז געווארן דערשאסן אין א טעאטער מיטן נאמען פארד, קענעדי איז געווארן דערשאסן אין א לינקאלן קאר וואס ווערט געמאכט דורך פארד.

•ביידע פון זיי זענען געווארן ערוויילט צום קאנגרעס אין יאר ׳46 און ביידע זענען געווארן ערוויילט פרעזידענט אין יאר ׳60 נאר א יאר-הונדערט אפגערוקט.

•ביידע זענען געווארן געשאסן אין קאפ אויף א פרייטאג נאכפאלגענדיג א נאציאנאלע חגא זיצענדיג נעבן זייער ווייב.

•ענדרו ׳זשאנסאן׳ וואס האט איבערגענומען לינקאלן איז געבוירן געווארן 1808, לינדאן ׳זשאנסאן׳ וואס האט איבערגענומען קענעדי איז געבוירן געווארן 1908.

•ביידע מערדער האבן פארמאגט דריי נעמען מיט פופצן בוכשטאבן און ביידע זענען געווארן דערהארגעט איידער זיי האבן זיך געקענט שטעלן צום געריכט.

•ביידע פרעזידענטן האבן פארלוירן א קינד אינעם ווייסן הויז און ביידע זענען געווען אבסעסירט מיט ציווילע רעכטן.
לינקלאן האט געהאט א געהילף מיטן נאמען קענעדי וואס האט אים געבאטן נישט צי גיין צום שאו און קענעדי האט געהאט א געהילף לינקאלן וואס האט אים געבעטן נישט צי גיין קיין טעקסעס
אוועטאר
אבזערוואציע
שר האלף
תגובות: 1455
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 05, 2022 5:15 pm

Re: נאטיצן טישל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבזערוואציע »

זיך לעצטענס אנגעשטויסן אין דעם טשארט, אומפארמיידבאר צו איגנארירן די אקטועלע נושא.

די דראג אווערדאוז קריזיס אין יאר 2019 (און ווי אויך היינט צוטאג) איז די העכסטע טויט אורזאך אין די פאראייניגטע שטאטן.
53F72699-B43F-4FD0-B2CA-9228B20B70C3.jpeg
53F72699-B43F-4FD0-B2CA-9228B20B70C3.jpeg (85.48 KiB) געזען 2787 מאל

דאס איז פון די ערשטע ניין מאנאטן פון 2022:
5EB083F1-1324-4071-A39D-F708528557BE.jpeg
5EB083F1-1324-4071-A39D-F708528557BE.jpeg (84.94 KiB) געזען 2787 מאל

און דאס איז פון 2021:
3BD22547-F416-443D-9DD1-7DDBBA9A32DE.jpeg
3BD22547-F416-443D-9DD1-7DDBBA9A32DE.jpeg (92.03 KiB) געזען 2787 מאל

נישט האמעסייד (וואס רעכנט אריין גאן פארבינדעטע טויט פעלער), און נישט קענסער קומט נאנט צו די נומערן, נאדיר די נומערן פון די CDC איבער האמעסייד:


אויפן קלענערן בילד איז טאקע פארהאן געוויסע סיטיס ווי די נומערן טוישן זיך, אבער דאס אז מען הערט טאג און נאכט פון פאליטישאנס און מויל מאכער/מידיע פיל מער איבער גאנס ווי דראגס ליגט אונטער פראגע צייכן, נאך וואס עס איז פיל א גרעסערע קריזיס.

נישט קיין חילוק פארוואס דאס איז, צי וויבאלד געוויסע סטעיטס האבן עס לעגאליזירט אדער וויבאלד עס שטראמט אריין פון מעקסיקא, ליגט א מויל שלאס אויף די נושא.
אוועטאר
אבזערוואציע
שר האלף
תגובות: 1455
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 05, 2022 5:15 pm

Re: נאטיצן טישל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבזערוואציע »

אבזערוואציע האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 20, 2023 1:50 am
נישט האמעסייד (וואס רעכנט אריין גאן פארבינדעטע טויט פעלער), און נישט קענסער קומט נאנט צו די נומערן, נאדיר די נומערן פון די CDC איבער האמעסייד:
6E29F76D-FD5E-464D-8EAB-309EA28E97EF.jpeg
6E29F76D-FD5E-464D-8EAB-309EA28E97EF.jpeg (142.27 KiB) געזען 2777 מאל
אוועטאר
אבזערוואציע
שר האלף
תגובות: 1455
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 05, 2022 5:15 pm

Re: קורצע אבזערוואציעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבזערוואציע »

עס שוין געשען עטליכע טעג צוריק אבער עס איז א פערפעקט ביישפיל פון לינקע ליגנטס.

רענדי וויינגארטן, די טיטשער יוניאן פירער אין אמעריקא האט פארמאגט די חוצפה צו אויפטרעטן פאר קאנגרעס און זאגן אז זי האט געוואלט עפענען די סקולס שוין נאך די ערשטע קאוויד עפאכע, דאס א קלארע ליגנט נאך וואס די טיטשער יוניאן האט צוריקגעהאלטן די סקולס פון זיך צוריק עפענען קרוב צו צוויי יאר אריין אין קאוויד.

דאס קומט נאך איין שטודיע נאכן אנדערן אז די שולע אפשליסונג האט פאראורזאכט אומגעהויערע שאדן צו קינדערס עדוקאציע, האט זי באשלאסן אז זי וועט פראבירן איינצונארן די וועלט, אבער עס איז איר נישט געלונגען.

קאנגרעספרוי גרין האט ארויפגעברענגט טוויטס און סטעיטמענטס ווי זי האלט זיך ביי אירס אז שולעס ברויכן בלייבן אפגעשפארט, ווי אויך האט זי געצימבעלט וויינגארטן אויב זי האט קינדער אז זי קען איינטיילן האלב אמעריקא איבער עדוקאציע… און ארויסגעברענגט אז זי איז שוין נישט קיין לערערין זינט 1990.

קאמיונטי נאוטס אויף טוויטער האט אויכעט מיטגעארבעט און נאכאנאנד געפינט טוויטס וואס האבן צוטירט וויינגארטן ווערטער מיט ארטיקלען אףוואס צייגט אז דאס איז הוילע ליגנט.

עס איז געגאנגן א טריט ווייטער ווען אויף א סי ען ען אינטערוויא האט א געוועזענער אסיסטענט צו פרעזידענט בוש איר באזידלט און געפרעגט וויאזוי זי האט די העזה צו ליגנט זאגן פארן אמעריקאנעם פאלק,

״איך פארמאג צוויי קינדער מיט לערנען שווערעקייטן וועגן דיר, די אמעריקאנע עלטערן ווייסן די אמת, וועם גייסטו דא פארנארן?״ ״פארוואס האבן מיר געשטרויכלט אין א צייט וואס אלע לענדער אין אייראפע האבן זיך געהאט צוריקגעכאפט?״.
אוועטאר
אבזערוואציע
שר האלף
תגובות: 1455
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 05, 2022 5:15 pm

Re: קורצע אבזערוואציעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבזערוואציע »

איינע פון די הויפט פונקטן אין די קריג צווישן קאנסערוואטיוון און ליבעראלן איז די עדוקאציע, קאנסערוואטיוון זאגן אז דו קענסט נישט לערנען א נושא אין סקול וואס שטימט נישט מיט וואס איך האלט איז גוט פאר מיין קינד, אדער פארמאגן ביכער אינעם לייבערי וואס קעגן אלעס וואס איך גלייב אין. עס א עלטערן רעכט צו וויסן וואס מען לערנט מיט זייערע קינדער.

ליבעראלן האלטן אז די סקול איז דער וואס האט די פאוער צו אפמאכן די סענסעטיווע נושאים, (ווארט נאר ביז מען וועט לערנען זייערע קינדער איבער גאד…).

וואפי גאלדבערג די באקאנטע אויסגעשפראכענע ליבעראל פון די וויאו שאו, האט געפרעגט א מוראדיגע קלוגע פראגע.. ״די קאנסערוואטיוו וואס האלט פון עלטערן רעכטן דאן וויאזוי קענסטו איינטיילן מיר, ליבעראל, ארויסצונעמען ביכער פון די שולעס לייבערי?״…

צו קלוג ברויך מען נישט זיין דאס צו קענען ענטפערן, אבער פאר די וואס קענען נישט די נושא, דו קענסט לערנען אינדערהיים וואס דו ווילסט פשוט נישט אין סקול. והפשוט הוא.
אוועטאר
אבזערוואציע
שר האלף
תגובות: 1455
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 05, 2022 5:15 pm

Re: קורצע אבזערוואציעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבזערוואציע »

אפיצירקע אין טשיקאגא, אריענע פרעסטאן, א שווארצער, איז געשטארבן אינדרויסן פון איר היים אין א שיסעריי דורך א אנדער שווארצער, איר גייט נישט הערן פון קיין פראטעסטן.

אדער פון דעם:
B3E29599-6A90-408D-99A5-D4BA95BBA0B5.jpeg
B3E29599-6A90-408D-99A5-D4BA95BBA0B5.jpeg (93.35 KiB) געזען 2512 מאל

וואס יא? א ווייסער וואס האט געמאכט א שטאקהאולד אויף א שווארצער פון וואס ער איז געשטארבן, אין די ניו יארקער סאבוועי נאך וואס יענער האט זיך ווילד אויפגעפירט צו פאסאזשירן, גייט מען פארפירן איבער די ראסיזם אין אמעריקא, אלע לינקע פאליטיקאנטן גייען זיך אנהייבן וויסענדיג מאכן איבער די שוואכע שטעלונג אויף קריים אונטער אלווין ברעג אז מען קלאגט נישט אן דעם פארשוין.

צוצולייגן, דער ערמארדעטער האט שוין אויף זיין אקאונט 44 קלאגעס און געזיצן אין טורמע א שיינע פאר מאל.

אבער די אמת שווימט ארויף ווען עס איז געווארן אויפגעדעקט אז קאנגרעספרוי קארטעז וואס האט אנגעהעצט דעם ציבור ארויסצוקומען פראטעסטירן, האט ארויסגעשניטן א חלק ווידיאו וואס זי האט ארויסגעשטעלט ווי מען זעט אז א שווארצער האט אקטיוו אנטיילגענומען אין אראפהאלטן די אנדערע שווארצער.


א טשארט קען זיך טרעפן דאס פלאץ דא:
4EAECD9D-8882-46FB-B91E-3A6450CDABC7.jpeg
4EAECD9D-8882-46FB-B91E-3A6450CDABC7.jpeg (48.05 KiB) געזען 2495 מאל
לעצט פארראכטן דורך אבזערוואציע אום זונטאג מאי 07, 2023 1:42 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
פלעגט גיין שלאפן פרי
שר חמש מאות
תגובות: 883
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 18, 2022 4:15 am

Re: קורצע אבזערוואציעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלעגט גיין שלאפן פרי »

שכח פארן עפענען...
שוין לאנג געזיכט אזא אשכול
ווי מקען אריין ווארפן אינטערסאנטע נייעס
אוועטאר
אבזערוואציע
שר האלף
תגובות: 1455
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 05, 2022 5:15 pm

Re: קורצע אבזערוואציעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבזערוואציע »

דריי מאסן שיסערייען האט פאסירט אין איין וואך אין טעקסעס און אלע דריי האבן געהאט צוטאן מיט אימיגראנטן.

די ערשטע איז געווען ווען א אימיגראנט וואס איז שוין צוריקגעשיקט געווארן עטליכע מאל קיין מעקסיקא האט ערמארדעט א פאמיליע פון אימיגראנטן.

די צווייטע ווען א אימיגראנט, מיט נעא נאצישע אנשויאונגען האט געהרגעט עלף מענטשן אין א מאאל.

און נעכטן ווען איינער האט אריינגעקראכט אין א גרופע מענטשן ביי א אימיגראנטן שעלטער איבערלאזענדיג אכט טויטע.

דאס איז א קריזיס וואס וועט זיך פילפאכיג פארערגערן ווען טייטל 42 קומט צו אן ענדע די וואך און 700 טויזנט (!) אימיגראנטן ווארטן אריינצוקומען קיין אמעריקא, די ביידען אדמיניסטראציע האט נישט געהאט קיין ברירה נאר אהינצושיקן 1500 סאלדאטן אנערקענענדיג אז עס קומט עפעס וואס עס גייט זיך אויספעלן מיליטערישע מאכט אפצושטעלן. אבער גאווערנער עבאט פון טעקסעס זאגט עס איז נישט גענוג.

טעקסעס גייט ווערן איבערגעפילט מיט א אומגעהוירע ציפער אימיגראנטן, ביידען לייגט אן די שולד אויף די ריפאבליקאנער אז זיי ווילן נישט דורכפירן זיין אימיגראציע ביל.
איינגעשריבן
שר העשר
תגובות: 47
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 21, 2023 10:19 pm

Re: קורצע אבזערוואציעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינגעשריבן »

גוטע נייעס! (אין בוכשטעבליכן זין פון ווארט..)
און א שטארקע רעפאבליקאנער שטעלונג
אוועטאר
אבזערוואציע
שר האלף
תגובות: 1455
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 05, 2022 5:15 pm

Re: קורצע אבזערוואציעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבזערוואציע »

דראמא האט זיך אפגעשפילט נעכטן מיט די קאנסערוואטיווע טשענעל ׳דעילי ווייער׳ אויף טוויטער.

אלעס האט זיך אנגעהויבן ווען זיי האבן געוואלט אפצייכענען א יאר פון ווען מעט וואלש, איינע פון די האוסט אויף דעילי ווייער וואס פירט מער ווייניגער די רעכטע קריג קעגן וואוקיזם, האט ארויסגעגעבן א פילם איבער די ריכטיגע אפטייטש פון גענדער.

די פירער פון דעילי ווייער האט אפגעמאכט אז צו קענען סעלעברעיטן די יונעווירסעטי פונעם פילם וועט מען עס שפילן אויף טוויטער פריי פון אפצאל פאר פיר און צוואנציג שעה, זיי האבן אנגעהויבן פארהאנדלען מיט אילאן און טוויטער און א קאנטראקט איז געשריבן געווארן אז טוויטער וועט עס ארויפלייגן מיט א סיסטעם עס זאל אנקומען צו ווי מער מענטשן.

מעט וואלש פארמאגט א באזונדערע פיינטשאפט פון די לינקע נאך וואס וואלש האט אנגעפירט די באיקאט אויף באד לייט און האט געהאלפן דורכפירן געזעצן אנבאלאנגט די נושא אין פארשידענע סטעיטס און טרעט אויף אין פיל יונעווירסעטיס ארום די לאנד ווי ער פארשפרייט זיינע שיטות און געניסט פון גרויס פאפולעריטעיט.

די פילם האט עקסטער געטריגערט די לינקע און זיי האבן עס צענזורט און עס נישט ארויפגעלאזט אויף קיין שום פלאטפארמע; א טאג בעפאר נעכטן ווען זיי האבן עס געוואלט לאנטשן לויטן פלאן אויף טוויטער האט טוויטער געבעטן איבערצוקוקן די אינהאלט בעפאר עס גייט ארויף און דערנאך רעספאנדעד אז עס פארמאגט העיט ספיעטש און זיי גייען עס צענזורן דהיינו מען וועט עס נישט קענען ריטוויטן און עס וועט נאר ארויפקומען ביי מענטשן וואס פאלויען די דעילי ווייער ווי אויך וועט עס ווערן געפלעגט אלס העיט ספיעטש.

א שטורעם איז אנשטאנען אין די הויפטקווארטירן פון דעילי ווייער און מען האט אנגעהויבן רודערן אויף טוויטער, מאסן רעכטע האבן געמענשענט אילאן מאסק וואס עס גייט פאר, אבער ער האט נישט רעספאנדעד, ווען ער האט זיך ענדליך צוטאן געמאכט האט ער פארפירט א קאנווערסעישאן מיט די פירער פון דעילי ווייער אבער זיי האבן זיך נישט פארשטאנען וויבאלד מאסק האט געטוישט ווערסיע יעדע צוויי מינוט זאגענדיג אז עס גייט נישט ארומגיין ווי געפלאנט אינעם קאנטראקט אבער ער האט נישט דערמאנט די חלק פון טעגן און ריטוויטן.

די דעילי ווייער האט פארופן א טוויטער ספעיס וואס טויזענטער מענטשן האבן מיטגעהאלטן און מסביר געווען פאר זייערע צוהערער וואס דא גייט פאר, זיי האבן פארבעטן אילאן ארויפצוקומען אבער ער איז נישט געווען צום געפינען, זיי האבן אנגעהויבן באשולדיגן אז טוויטער גייט צוריק צו אירע אלטע צייטן בעפאר מאסק און רעכטע אינהאלט ווערט צענזורט זיך וואונדערענדיג ווער עס דרייט דאס אן.

אזויווי יעדע מעשה האט דאס א גוטע ענדע.
אין די ענדע האבן זיי ארויפגעלייגט די פילם אבער אפילו מענטשן וואס פאלויען די דעילי ווייער האבן נישט געקענט זען די טוויט און ווי צוגעזאגט איז עס געווארן פארצייכענט אלס שעדליך און מען האט עס נישט געקענט ריטוויטן, די קריטיק אויף מאסק איז געווארן ארויפגעשרויפט און די דעילי ווייער האט עס באצייכענט אלס א דורכפאל. ענדליך, טיף אינמיטן די נאכט זענען אלע באגרעניצונגען געווארן אראפגענומען און אילאן האט ארויסגעשיקט א טוויט מיט א לינק דערצו אז אלע עלטערן מוזן עס גיין קוקן והכל יבא על מקומו בשלום…

היינט צופרי איז געווארן באקאנט אז א ארבעטער אין טוויטער וואס האט א אלטע היסטאריע מיטן טריגערן רעכטע האט רעזעגנירט אין רעזולטאט פון די מעשה, און ווי עס האלט יעצט פארמאגט שוין די טוויט פופציג מיליאן וויאוס.
אוועטאר
פלעגט גיין שלאפן פרי
שר חמש מאות
תגובות: 883
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 18, 2022 4:15 am

Re: קורצע אבזערוואציעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלעגט גיין שלאפן פרי »

נישט געטראפן ווי עס צולייגן לייג איך עס דא...


די איידעהא רעפובליקאנער פארטיי האט דורכגעפירט א רעזאלוציע וואס טוט פארדאמען די עף-בי-איי איר אנריפנדיג א "פארדארבנע רעגירונג אגענטור" און רופט איר אפצושאפן אויב עס קען נישט רעפארמירט ווערן.

די 216 ערוועלטע רעפובליקאנער פארשטייער האבן פאראייניגטערהייט געשטימט פאר די רעזאלוציע. עס רעכנט אויס א לאנגע ליסטע פון מיסברויכן, אביוז, און אומקאנסטאטוציאנאלע שריט פון דער אגענטור, וואס האט לויט די רעזאלוציע, "אוועקגענומען די צוטרוי וואס די אמעריקאנער המון עם האבן אין זייער רעגירונג."
אוועטאר
אבזערוואציע
שר האלף
תגובות: 1455
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 05, 2022 5:15 pm

Re: קורצע אבזערוואציעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבזערוואציע »

איינער האלט אז די אשכול איז א גוטע איידיע בכלל?…



טעקסעס גאווערנער עבאט זאגט אז זיין סטעיט האט קאנפעסקירט דעם יאר אליין 422 מיליאן (!) דאזעס פענטענעל דראגס וואס וואלט געווען גענוג צו טויטן גאנץ אמעריקע.

ווי אויך האבן זיי געכאפט איבער 360 טויזנט אומלעגאלע אימיגראנטן און דורכגעפירט 31 טויזנט קרימינאלע ארעסטן, ער פירט אויס אז דאס אלעס וויבאלד ביידען טוט נישט זיין זשאב.

(עס דערמאנט מיר ווי טאקער האט געצימבלט סקאט אמער רוסלאנד איז א גרעסערע געפאר פאר אמעריקא ווי מעקסיקא…)
אוועטאר
הינגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3429
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 14, 2021 11:46 am
לאקאציע:אויפן טיש

Re: קורצע אבזערוואציעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הינגער »

יא
אוועטאר
אבזערוואציע
שר האלף
תגובות: 1455
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 05, 2022 5:15 pm

Re: קורצע אבזערוואציעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבזערוואציע »

הינגער האט געשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 4:13 pm
יא
טענקס
אוועטאר
דער הימלישע איד
שר שבעת אלפים
תגובות: 7323
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 02, 2020 2:55 pm
לאקאציע:אויפן ערד אינטערן הימל

Re: קורצע אבזערוואציעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער הימלישע איד »

אבזערוואציע האט געשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 3:16 pm
איינער האלט אז די אשכול איז א גוטע איידיע בכלל?…



טעקסעס גאווערנער עבאט זאגט אז זיין סטעיט האט קאנפעסקירט דעם יאר אליין 422 מיליאן (!) דאזעס פענטענעל דראגס וואס וואלט געווען גענוג צו טויטן גאנץ אמעריקע.

ווי אויך האבן זיי געכאפט איבער 360 טויזנט אומלעגאלע אימיגראנטן און דורכגעפירט 31 טויזנט קרימינאלע ארעסטן, ער פירט אויס אז דאס אלעס וויבאלד ביידען טוט נישט זיין זשאב.

(עס דערמאנט מיר ווי טאקער האט געצימבלט סקאט אמער רוסלאנד איז א גרעסערע געפאר פאר אמעריקא ווי מעקסיקא…)
קענסט מיר ארויסהעלפן?
וואס איז די זעלבע און וואס איז נישט?
למשל: מאריוואנא = וויד
פענטענאל
העראוין
קאקעין
און נאך וואס איך געדענק נישט.
מאנטאג - פרייטאג פארמאכט מוצ"ש - זונטאג אפן
אוועטאר
אבזערוואציע
שר האלף
תגובות: 1455
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 05, 2022 5:15 pm

Re: קורצע אבזערוואציעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבזערוואציע »

דער הימלישע איד האט געשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 8:38 pm
אבזערוואציע האט געשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 3:16 pm
איינער האלט אז די אשכול איז א גוטע איידיע בכלל?…



טעקסעס גאווערנער עבאט זאגט אז זיין סטעיט האט קאנפעסקירט דעם יאר אליין 422 מיליאן (!) דאזעס פענטענעל דראגס וואס וואלט געווען גענוג צו טויטן גאנץ אמעריקע.

ווי אויך האבן זיי געכאפט איבער 360 טויזנט אומלעגאלע אימיגראנטן און דורכגעפירט 31 טויזנט קרימינאלע ארעסטן, ער פירט אויס אז דאס אלעס וויבאלד ביידען טוט נישט זיין זשאב.

(עס דערמאנט מיר ווי טאקער האט געצימבלט סקאט אמער רוסלאנד איז א גרעסערע געפאר פאר אמעריקא ווי מעקסיקא…)
קענסט מיר ארויסהעלפן?
וואס איז די זעלבע און וואס איז נישט?
למשל: מאריוואנא = וויד
פענטענאל
העראוין
קאקעין
און נאך וואס איך געדענק נישט.
פענטענעל איז ספעציעל שעדליך ווען מען מישט עס מיט אנדערע דראגס און איז פאראנטווארטליך פאר די מערסטע טויט פעלער, דערפאר איז עס איליגעל איבעראל.

איך קען מיך נישט אויס מיט די אנדערע סארטן אבער דאכציך עס איז בלויז פארשידענארטיגע בלעטער, ווי אויך איז איינס מער שעדליך ווי די אנדערע און יעדע סארט נעמט מען דורך אן אנדערע וועג צו דורך צומאלענע בלעטער אדער ציגרעטלאך וכו
אוועטאר
גראז
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4355
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 24, 2023 10:52 am

Re: נאטיצן טישל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראז »

אבזערוואציע האט געשריבן: דינסטאג אפריל 18, 2023 7:02 pm
א באקאנטע אנטלאפענער פונעם קאמעניסטישן נארט קאעריע רעזשים דערציילט א שטיקל היסטאריע נוגע פאר געוויסע אמעריקאנער היינט צוטאג, ווי זי דערציילט:

קים איל סאנג, דער ערשטער פירער פונעם לאנד האט אנאנסירט אז ער וויל איינפירן אינעקוואליטי וואס באדייט גלייכבארעכטיגונג פאר יעדן, און ער האט צוגעזאגט אז ער גייט אויסהאלטן מיט עסן און זשאבס די גאנצע באפעלקערונג אבער ער דארף יעדענס לאנד און פארמעגן, איז יעדער צוגעשפרינגען צום געדאנק וויבאלד זיי האבן געזען אינעם גלייכבארעכטיגונג גאלדענע גליקן, און אזוי האט ער געפונען שטיצע און אויפגעבויעט די איזאלירט לאנד מיט די ערגסטע מענטשן רעכטן.

זי ענדיגט צו:
היינט צוטאג ווען זי קומט קיין מאנהעטן און זי הערט פון אמעריקאנער אז די לאנד איז פול מיט ראסיזם און פארקערט ווי גלייכבארעכטיגונג וויל זי שרייען, דו ווילסט נישט עקוואליטי פאר יעדן! עס ברענגט נאר שלעכטס.
זי איז נישט די איינציגסטע, זייער אסאך אנטלאפענע כינעזער און קארעאער זאגן די זעלבע, אז די היינטיגע לינקע סענטימענטן ברענגען זיי ארויף קאשמארן פון זייערע היימלענדער.

----

יעצט צום ערשטן מאל באגעגענט דעי אשכול, זייער אינטערעסאנט.

שכוח @אבזערוואציע !
וואס דו טוסט זאל נישט דעפינירן ווער דו ביסט, ווער דו ביסט זאל דעפינירן וואס דו טוסט

(וויוועק ראמאסוואמי)
אוועטאר
אבזערוואציע
שר האלף
תגובות: 1455
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 05, 2022 5:15 pm

Re: קורצע אבזערוואציעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבזערוואציע »

טוסטו זיך מוטשען לאור די לעצטע היץ כוואליע? מאגא ריפאבליקאנער זענען שולדיג, הילערי האט קלאר געזאגט.

הילערי האט לעצטענס געטוויט אז מען שוין אין יארע 2023 און די מינומום וועיזש זעט נישט קיין העכערונג, וואט עי שעים, האט איינער דארט ריפלייט א בילד פון הילערי ווי שאקט זי איז ביים באזוכן א אפארטמענט פון א בלוי קאלער ארבייטער.
A95AEE61-1628-4AD5-A66F-88A014DA5F0C.jpeg
A95AEE61-1628-4AD5-A66F-88A014DA5F0C.jpeg (82.62 KiB) געזען 1144 מאל
אין אנדערע נייעס האב איך אויפגעכאפט פארוואס קלימאטן טויש איז די גרעסטע געפאר היינטיגע טעג וויבאלד הארץ פראבלעמן שטאמען דערפון…
6FD20094-B21C-46BF-BB69-70CE37AE02CF.jpeg
6FD20094-B21C-46BF-BB69-70CE37AE02CF.jpeg (103.6 KiB) געזען 1144 מאל
עס דערמאנט מיר פון א לעצטיגע שטודיע פון א לינקע צייטונג אז מענטשן וואס האבן נישט קיין פאמיליע זענען מער פרייליכער און מער סוקסעספול… וויפיל מענטשן זיי האבן געטרייסט. נאכדעם שעלט מען אז מען גלייבט נישט קיין סייענס.

לגבי קלימאטן טויש, קען מען שעצן איינער וואס פראבירט צו ראטעווען די וועלט ווי אילאן מאסק, אבער א פאליטיקאנט אדער סעלעב וואס פליעט מיט פריוואטע פליגערס צו קאנפערענצן צו פארדאמען די פראבלעם, קאם אן מען.

עס דערמאנט מיר ווען ביל געיטס האט געשארטעד טעסלע סטאק און ער האט זיך באגעגנט מיט מאסק, אזוי זיך טרעפענדיג פרעגט געיטס פון אילאן, אפשר באטייליגסטעך און מיינע טשעריטי פאר קלימאטן טויש? מאסק האט אים גענטפערט אז דו שטייסט און שארטסט טעסלע וואס טוט די מערסטע אויף למעשה פאר קלימאטן טויש און דו? פליעסט אויף פרייוועט זשעטס און טיילסט טשעריטי פאר לינקע ארגענעזאציעס. היפאקראטיע.
אוועטאר
אבזערוואציע
שר האלף
תגובות: 1455
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 05, 2022 5:15 pm

Re: קורצע אבזערוואציעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבזערוואציע »

זשעסאן עלדאן, א קאנטרי מוזיק זינגער איז געווארן געקענסעלט דורך אלע לינקע צוליב א ניגון וואס ער האט ארויסגעגעבן ׳פרוביר דאס אין א קליינעם טאון׳, די ניגון באציעט זיך איבער די 2020 ראיאטן ווי בלמ פראטעסטירער האבן חרוב געמאכט סיטיס, ער ברענגט ארויס אז אויב דו וואלסט עס פרובירט אין א קליינעם טאון אין די וועסט, וואלט זיך עס נישט גענדיגט אזוי גוט וויבאלד די איינוואוינער וואלטן נישט צוגעלאזט מען זאל חרוב לייגן זייערע ביזנעסער.

די ניגון איז באצייכענט געווארן אלס ׳ראסיסטיש׳. אבער געס וואט? די רעכטע האבן עס פראפעגאנדירט און עס האט דערגרייכט אלס נומער איינס ניגון אין אמעריקא.

אין די סעריע פון באד לייט, טארגעט און דיזני.
לעצט פארראכטן דורך אבזערוואציע אום דינסטאג יולי 25, 2023 6:07 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
בוטשער
שר חמש מאות
תגובות: 979
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 16, 2023 2:48 pm

Re: קורצע אבזערוואציעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוטשער »

איך הנאה פון דער אשכול און העיקר האב איך הנאה פון דעם אז דו קומסט נישט צו קיין מסכנות, דו לאזט די פאקטן רעדן פון זיך אליין.
( viewtopic.php?p=4709454#p4709454 ) שמעו ותחי נפשכם...
אוועטאר
אבזערוואציע
שר האלף
תגובות: 1455
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 05, 2022 5:15 pm

Re: קורצע אבזערוואציעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבזערוואציע »

איינע פון די סיבות מיין וואוט גייט קיינמאל פאר א דעמאקראט נישט גיין.

קאמאלע העריס האט געזאגט לעצטע חודש אז די וועלטס פאפולאציע דארף ווערן איינגעשרימפן אויב אונזערע קינדער וויל לעבן אין א וועלט אן קיין פראבלעם מיט קלימאט, אזא סטעיטמענט וואלט אויפגערידערט א נארמאלער וועלט!

קלאוס שוואבס (די פירער פון די וועלט עקענאמיק פארום) א טאכטער האט אנגעצייכענט אז די קומענדיגע לאקדאונס וועלן זיין צוליב סאציאלע אישוס, די אויבערשטער זאל אפהיטן.
און דאס א ארגענעזאציע וואס דעמאקראטן שטופן פאראויס.
לעצט פארראכטן דורך אבזערוואציע אום דאנערשטאג אוגוסט 10, 2023 5:01 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
יער
שר האלפיים
תגובות: 2241
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג נאוועמבער 07, 2022 5:43 pm

Re: קורצע אבזערוואציעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יער »

אבזערוואציע האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 10, 2023 3:21 pm
איינע פון די סיבות מיין וואוט גייט קיינמאל פאר א דעמאקראט נישט גיין.

קאמאלע העריס האט געזאגט לעצטע וואך אז די וועלטס פאפולאציע דארף ווערן איינגעשרימפן אויב אונזערע קינדער וויל לעבן אין א וועלט אן קיין פראבלעם מיט קלימאט, אזא סטעיטמענט וואלט אויפגערידערט א נארמאלער וועלט!

קלאוס שוואבס (די פירער פון די וועלט עקענאמיק פארום) א טאכטער האט אנגעצייכענט אז די קומענדיגע לאקדאונס וועלן זיין צוליב סאציאלע אישוס, די אויבערשטער זאל אפהיטן.

און דאס א ארגענעזאציע וואס דעמאקראטן שטופן פאראויס.
נישט לעצטע וואך גראדע, לעצטע חודש.

https://drive.google.com/file/d/1Dxji1o ... sp=sharing
If you care about others, you tell them the truth, If you care about yourself, you tell them what they
want to hear
(vivek Ramaswamy)
שרייב תגובה

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”