חזן משה שטערן ע"ה

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19943
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

חזן משה שטערן ע"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

עס קומט יעצט אריין די נייעס אז דער לעגענדארער חזן משה שטערן הלך לעולמו אין עלטער פון 87 יאר.

מען קען זאגן אז מיט זיין פטירה האט זיך געענדיגט די [אמאליגע] חזנות עפאכע, משה שטערן איז דער סאמע לעצטער חזן מיט די אמאליגע טאטש וואס איז געווען מיט אינז.
ער איז געבוירן אין בודאפעסט אום תרצ"ה, ארויף קיין ארץ ישראל ווי ער האט אנגעהויבן זיין קאריער, ער האט געדינט אלץ חזן אין יוהאנעסבורג און שפעטער איז ער געווען חזן אין בית א-ל אין בארא פארק ווי ער האט איבערגענימען דעם ליידיג געווארענעם ארט פון משה קאסיוויצקי.

ער לאזט איבער א אוצר פון פאנטאסטישע יצירות און שטיקלעך וואס ער האט ארויסגעגעבן ווי ברח דודי וואס העלפגאט זינגט און נאך, אזוי אויכט פולע לייוו רעקארדירונגען.

הנני מוכן
ברכות ספירה
רבונו של עולם ספירה

משה שטערן.jpeg
משה שטערן.jpeg (6.56 KiB) געזען 3281 מאל
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
אוועטאר
גברא דקפדנא
שר חמש מאות
תגובות: 994
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 17, 2020 4:59 pm

Re: חזן משה שטערן ע"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גברא דקפדנא »

דאס איז לייוו אדער א ספעציעלע רעקארדירונג?
אוועטאר
אפגעגאלט
שר האלפיים
תגובות: 2551
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 05, 2020 9:25 pm

Re: חזן משה שטערן ע"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אפגעגאלט »

wow א שטיק היסטאריע איז אוועק

ער האט אפילו מצליח געווען א יצירה זיינס זאל אריינקומען אין בעלזא (ר' ירמי' זינגט דארט צומאל זיין עזרת אבותינו)
אוועטאר
אפגעגאלט
שר האלפיים
תגובות: 2551
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 05, 2020 9:25 pm

Re: חזן משה שטערן ע"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אפגעגאלט »

זיין מזמור שיר ליום השבת איז היבש שטארק באקאנט
אוועטאר
חאטצקל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4110
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך פעברואר 09, 2022 4:44 pm

Re: חזן משה שטערן ע"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חאטצקל »

אינטערוויו: א בריק איז איבערגעריסן געווארן אין די עולם החזנות מיט די פטירה פונעם לעגענדארער חזן ר' משה שטערן ע"ה וועלכער איז געווען א באקאנטער חזן פאר לאנגע יארן
ה' תזריע פ״ג
חזן ר' יעקב יוסף שטארק
https://www.yiddish24.com/interviews/12/82321
דיינע קינדער זענען דייןעול און אחריות, דיין ווייב איז נאר דא דיר ארויסצוהעלפן. ס'איז נישט איר אחריות און די העלפסט (אפשר) ארויס.
choc
שר חמישים
תגובות: 60
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 02, 2018 12:34 pm

Re: חזן משה שטערן ע"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך choc »

איינער קען ארויפלייגן זיינע דאווענען'ס?
שמואל גרינפעלד
שר חמש מאות
תגובות: 564
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 19, 2017 12:36 am

Re: חזן משה שטערן ע"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל גרינפעלד »

אינטערוויו: א טרער אויפן לעגענדארער חזן ר' משה שטערן ע"ה, "מיר האבן אסאך געארבייט אינאיינעם": אנטווערפענער חזן ר' בנימין מיללער
https://www.yiddish24.com/interviews/12/82356
שמערל און בערל
שר חמישים
תגובות: 55
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 02, 2023 4:00 pm

Re: חזן משה שטערן ע"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמערל און בערל »

אפגעגאלט האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 20, 2023 4:13 pm
wow א שטיק היסטאריע איז אוועק

ער האט אפילו מצליח געווען א יצירה זיינס זאל אריינקומען אין בעלזא (ר' ירמי' זינגט דארט צומאל זיין עזרת אבותינו)
ועלעכע ניגון וי קעמען עס הערן
אוועטאר
אפגעגאלט
שר האלפיים
תגובות: 2551
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 05, 2020 9:25 pm

Re: חזן משה שטערן ע"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אפגעגאלט »

שמערל און בערל האט געשריבן: מוצ"ש אפריל 22, 2023 3:55 pm
אפגעגאלט האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 20, 2023 4:13 pm
wow א שטיק היסטאריע איז אוועק

ער האט אפילו מצליח געווען א יצירה זיינס זאל אריינקומען אין בעלזא (ר' ירמי' זינגט דארט צומאל זיין עזרת אבותינו)
ועלעכע ניגון וי קעמען עס הערן
ווייס איך נישט

כהאב עס אמאל געהערט אויף די בעזזא האטליין
מסתם ערגעץ ביי פסח ניגונים

פון שטערן אליין אויף זיין אלבום

העלפגוט האט עס אויך אויף איינע פון די אלבומס
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19943
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: חזן משה שטערן ע"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

דער עזרת איז גאר גאר א געלונגענער שטיקל, ביי א היימישע פארברענג חוה"מ פסח האט מען אראפגעזינגען דעם שטיקל בצוותא
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7135
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע:אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: חזן משה שטערן ע"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

איך בין זייער פארגאפט פאר הנני מוכן, ס'האט דראמא. ס'איז דינאמיש. אבער מ'קען עס נאר נאכמאכן מיט א עולם חזנים.
אוועטאר
חאטצקל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4110
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך פעברואר 09, 2022 4:44 pm

Re: חזן משה שטערן ע"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חאטצקל »

חזן הרב שלום קליינלערער
ב' אח"ק פ״ג
זכרונות פונעם חזן ר' משה שטערן ז"ל / געלערנט אינאיינעם ביים טשעבינער רב / באקאנטע חזנות שטיקלעך / אלס חזן אין בארא פארק / חזן פינטשיק, לייבעלע גלאנץ און משה קאסאוויצקי / די השפעה פון קרונה אויף חזנות / און נאך
https://www.yiddish24.com/interviews/38/82490
דיינע קינדער זענען דייןעול און אחריות, דיין ווייב איז נאר דא דיר ארויסצוהעלפן. ס'איז נישט איר אחריות און די העלפסט (אפשר) ארויס.
מה אנו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 270
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג סעפטעמבער 18, 2016 2:31 am

Re: חזן משה שטערן ע"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה אנו »

choc האט געשריבן: פרייטאג אפריל 21, 2023 12:47 pm
איינער קען ארויפלייגן זיינע דאווענען'ס?
שחרית און מוסף שבת שקלים, בוקע רקיעים!

שחרית
מוסף

יהא זכרו ברוך.
צינגעלע
שר מאה
תגובות: 240
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 25, 2016 2:49 pm

Re: חזן משה שטערן ע"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צינגעלע »

האב איך אויך אפאר ווערטער צו שרייבער אויפן לעגענדארען חזן ר' משה שטערן
ער האט באזיצט לכאורה אלע מעלות פון משה קאסעוויטצקי,,, אחוץ מער א רוישיגע שטימע,,,, אבער זיינע טענער, זיין הארציגע געזאגעכץ, שיינע יצירות,, זענען ממש געוואלדיג,
ער איז אבער אויפגעקומען ווען די טויערען פון חזנות און אידישע תפילה האבען זיך פארמאכט, און די זינגערס האבען איבערגענומען די אידישע מארקעט, ממילא איז נישט געווען קיין סאך ווער סזאל אים עפרישיעטן, ער האט זיך היבש צאמגעמיטשעט
איינע פון זיינע הויכפונקטען איז געווען זיין נוסח התפילה,,,
האבעך אמאל געהערט פון אים א לייוו יום כיפור דאווענען,, אזא יעלה תחנונינו,,, א שטיין קען צוגיין פאר מתיקות,, א ראש השנה דאווענען מלכיות זכרונות שופרות, בוקע רקיעים, (איך זאג נאך א שטיקל פון אים ביי מלכיות) מלא טעם,
אדרבה אויב קען זיך איינער מנדב זיין און הערברענגען,
אויך זיין על הניסים בימי מתתיהו, ברח דודי לפסח,
געווען א וועלט
אויב איז נארמאל צו זיין משוגע פארוואס זאל איך משוגע ווערן פון זיין נארמאל. כ׳העל זיין א משוגענער אזויווי יעדע נארמאלע מענטש און שוין…
קרעדיט יואב זינגערצווייג
וואסערפאל
שר חמש מאות
תגובות: 626
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 10, 2012 9:27 pm

Re: חזן משה שטערן ע"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואסערפאל »

וגם אני אביא, איך בין פערזענליך זייער שטארק אינספירירט געווארן פון חזן משה שטערן’ס חזנות.

געווען איז דאס יארן צוריק ווען כ’האב זיך איינגעהאנדלט דעם ערשטן ’טעיפ’, דארט זינגט ער ’הושענא’ ’וביום שמחתכם’ וכו. איך האב דאס אויסגעהערט אזויפיל מאל, אז כ’האב שוין געקענט יעדן קנייטש, נישט בלויז פון דעם חזן, נאר אויך פון דעם ’ארגאן באגלייטער’. איך האב אנגעהויבן קויפן נאך און נאך קאסעטעס, כ’האב גאנץ שנעל איינגעזען אז די שפעטערע טעיפס זענען אויך שיין אבער נישט דעם קוואליטעט פון דעם ’הושענא’.

ווי הרב ’סטאוו’ האט שוין באשריבן איז חזן שטערן געווען אין ’בית קל’ און די זיבעציגער יארן, די טעיפס וואס ער האט ארויסגעגבן אין יענע יארן איז געווען די שענסטע, נישט בלויז אין זיין קאריערע, נאר מיט געוויסע שטריכן איז ער דאן געווען שענער ווי א סך גרויסע חזנים, פאלגענד זענען געוויסע מעלות וואס ער האט פארמאגט:
שיינע שטימע, הארציג, קאלירפול, געהאט אלע 3 רעדזשיסטערס, אונטן מיטן אויבן, געשמאקן קולוראטור, הערליכע קאמפעזיציעס געבויט אויף די פריערדיגע חזנים און נאך מיט א שמיץ אריבער, און נאך מעלות. עכ”פ זיינע טעיפס פון די 1970’ס זענען האניג שיין.

ווען ער איז עלטער געווארן איז זיין שטימע געווארן אביסל העוויער, נאכאלץ געווען זייער שיין אבער שוין אזוי דעליקאט ווי בעפאר, אבער נאכאלץ הערליך שיין בפרט זיין דאווענען, ווי ’צינגעלע’ דערמאנט, אוי די ’יעלה תחנונינו’.

אין אן אינטערוויו בערך 5 יאר צוריק ברענגט ער ארויס צווישן אנדערע אז דער ציבור איז שוין היינט נישט ווי אמאל, יעדער וויל ’אינסטענט’, מילא זאגט ער פאר די נייע דור חזנים אז מ’זאל אויסוועלן בלויז ’איין’ שטיקל פונעם דאווענען ווי מ’זאל זיך צוברייטערן, אויך איז דארט קעגן אוטסייד ניגונים און נסחאות, ער זאגט אז ס’איז שיין אבער ס’איז נישט ”נוסח מסיני”, עס דארף זיין נוסח מסיני.

און ער איז טאקע געווען א געוואלדיגע דאווענער און איבערגעלאזט א גרויסן אוצר.

יהא זכרו ברוך
על מי מנוחות ינהלנו
שמערל און בערל
שר חמישים
תגובות: 55
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 02, 2023 4:00 pm

Re: חזן משה שטערן ע"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמערל און בערל »

מה אנו האט געשריבן: מאנטאג אפריל 24, 2023 11:18 pm
choc האט געשריבן: פרייטאג אפריל 21, 2023 12:47 pm
איינער קען ארויפלייגן זיינע דאווענען'ס?
שחרית און מוסף שבת שקלים, בוקע רקיעים!

שחרית
מוסף

יהא זכרו ברוך.
שכויעח זייער שיין
נאר ויאזוי האט מען האפגעכאפט אין שב"ק
שמערל און בערל
שר חמישים
תגובות: 55
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 02, 2023 4:00 pm

Re: חזן משה שטערן ע"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמערל און בערל »

עזרת אבותינו 2 חזנים
יעקב יוסף שטארק מוזיק
https://www.dropbox.com/s/wo52dxk4jtmhd ... 5.mp3?dl=0

הלפגוט
https://www.dropbox.com/s/8jkzv38so5nee ... 3.mp3?dl=0

קען איינער ברנגען פון חזן משה שטרן אליין?
אוועטאר
sheetrock
שר עשרת אלפים
תגובות: 14251
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 29, 2017 4:42 pm
לאקאציע:אויפן קאוטש

Re: חזן משה שטערן ע"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך sheetrock »

איז דא ווידעאוס פון אים?
איך האב אייך נאר געוואלט זאגן אז:ווען דו שרייבסט עפעס פאר מיר און דו ווילסט אז איך זאל עס זעהן, ציטיר מיר.
אוועטאר
אה''ו
שר האלף
תגובות: 1559
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 23, 2022 1:29 am

Re: חזן משה שטערן ע"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אה''ו »

מה אנו האט געשריבן: מאנטאג אפריל 24, 2023 11:18 pm
choc האט געשריבן: פרייטאג אפריל 21, 2023 12:47 pm
איינער קען ארויפלייגן זיינע דאווענען'ס?
שחרית און מוסף שבת שקלים, בוקע רקיעים!

שחרית
מוסף

יהא זכרו ברוך.
איך האב געהערט דעם יהי רצון פון ר”ח בענטשן און איך בין נאכאלס פארגאפט! דער האט מיך ארומגעטראגן אויף א רייד נישט צום גלייבן! טשששילללס....
קהילות אה"ו

אלטונא, האמבורג, וואנדסבערג.
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9318
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

Re: חזן משה שטערן ע"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

איז ער דער וואס דערציילט די מעשה פון ר' ברוכ'ל מ'מונקאטש ווען ער איז געפארן שבת מיט א באן ביי די מלחמה?
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
שמערל און בערל
שר חמישים
תגובות: 55
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 02, 2023 4:00 pm

Re: חזן משה שטערן ע"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמערל און בערל »

אונטערסאנט
https://www.jdn.co.il/blog/1950302/
קען איינער אראפנעמען, די 2 יצירות?
אוועטאר
חאטצקל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4110
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך פעברואר 09, 2022 4:44 pm

Re: חזן משה שטערן ע"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חאטצקל »

שמערל און בערל האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 27, 2023 2:57 pm
אונטערסאנט
https://www.jdn.co.il/blog/1950302/
קען איינער אראפנעמען, די 2 יצירות?
דריי שמועסן מיטן חזן ר' משה שטערן ע"ה
https://drive.google.com/file/d/1x3OZ35 ... =drive_web
https://drive.google.com/file/d/1_cvVx6 ... =drive_web
https://drive.google.com/file/d/1u1vJzS ... =drive_web
דיינע קינדער זענען דייןעול און אחריות, דיין ווייב איז נאר דא דיר ארויסצוהעלפן. ס'איז נישט איר אחריות און די העלפסט (אפשר) ארויס.
choc
שר חמישים
תגובות: 60
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 02, 2018 12:34 pm

Re: חזן משה שטערן ע"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך choc »

מה אנו האט געשריבן: מאנטאג אפריל 24, 2023 11:18 pm
choc האט געשריבן: פרייטאג אפריל 21, 2023 12:47 pm
איינער קען ארויפלייגן זיינע דאווענען'ס?
שחרית און מוסף שבת שקלים, בוקע רקיעים!

שחרית
מוסף

יהא זכרו ברוך.
ישר כח גדול
נזר הנבונים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 333
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 01, 2020 1:36 am

Re: חזן משה שטערן ע"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נזר הנבונים »

דריידל האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 27, 2023 11:18 am
איז ער דער וואס דערציילט די מעשה פון ר' ברוכ'ל מ'מונקאטש ווען ער איז געפארן שבת מיט א באן ביי די מלחמה?
יענער הייסט משה קרויס. ער לעבט נאך. כמיין אז ער האלט זיך גראדע פאר א חזן
טוט זיך...?
שר האלף
תגובות: 1060
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 21, 2016 8:36 pm

Re: חזן משה שטערן ע"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טוט זיך...? »

sheetrock האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 27, 2023 8:28 am
איז דא ווידעאוס פון אים?
זיכער, געב א זוך
שרייב תגובה

צוריק צו “חזנות ווינקל”