במסתרים תבכה נפשי - א בריוו צו דיר, מיין קראש פרענד, יצחק.

פסיכאלאגיע און מעדיצינען

די אחראים: זייער נייגעריג , אחראי , thefact

Inattentive adhd
שר חמישים
תגובות: 97
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 02, 2021 2:46 am
לאקאציע:און מח אדער הארץ

Re: במסתרים תבכה נפשי - א בריוו צו דיר, מיין קראש פרענד, יצחק.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Inattentive adhd »

אונטערגעשריבענערהייט האט געשריבן: מאנטאג אפריל 22, 2024 2:12 am
Inattentive adhd האט געשריבן: מאנטאג אפריל 22, 2024 2:10 am
אונטערגעשריבענערהייט האט געשריבן: מאנטאג אפריל 22, 2024 1:33 am
Inattentive adhd האט געשריבן: מאנטאג אפריל 22, 2024 1:27 am
איך פראביר צו פארשטיין וואס א קראש פרענד מיינט.
קען מען האבן א קראש אויף א איד א בן תשעים?
לכאורה נישט.
קראש אין קורצן: אהבה קיצונית און צוגעצויגענקייט צו א געשמאקע מענטש און מין פילט אז די גליק איז דארט ביי יענעם.
לפעמים קען עס אנקומען צו נישט געזונטע חברותא’שאפט. און אויך צומאל צו שרעקליכע זאכן וואס פון דעם רעדט מען נישט דא.
דו קענסט איינער וואס לויפט נאך א עלטערע איד? צו ווערן גוט מיט יענעם?... (כ’רעד נישט פון א רבי’ן)
און מען רעדט אויך נישט אז מען לויפט נאך איינעם וויל יענער איז א מוצלח וכדו.?

רעדט מען דאך פון א שטיקל קרענק. פון די שרייבריי דא קען מען מיינען אז דאס איז א נארמאלע געזינטע געפיל און די קראש איז גאר שילדיג אין איז גורם אימזיסט צער.
אוודאי א קרענק, וואו זעסטו אזא סארט זאך?
דא זעהט אויס ווי יעדער האט אזא זאך
viewtopic.php?p=4436705#p4436705

אפאר תגובות ארויף זעהט אויס ווי דער קראש איז עפעס א חברה'מאן...

מרעדט פון א פשוטע פגע רע וואס איך פלעג האבן אין ישיבה. און ב'ה נישט געוויסט אז עס עגזיסטירט ביי ערוואקסנע.

א ערוואקסנע וואס לויפט איינעם נאך אן קיין נארמאלע חשבון איז לא עלינו נישט מיט אלעמען..
דער מענעדזשער
שר חמש מאות
תגובות: 824
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 31, 2022 1:48 pm
לאקאציע:ביים רעדל (תרתי משמע)

Re: במסתרים תבכה נפשי - א בריוו צו דיר, מיין קראש פרענד, יצחק.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער מענעדזשער »

◄ ווייז ספוילער
רעכטפארטיגער האט געשריבן: מאנטאג אפריל 22, 2024 12:55 am
מיטן הילף פונעם הייליגן באשעפער וואס האט אונז אזוי שטארק ליב.

דער באשעפער פרואווט מיך מיט א נסיון,
איך ווייס נישט ווי לאנג עס וועט נאך נעמען.

אזויפיל יסורים, און שווערע געפילן, קומען און גייען,
פון צייט צו צייט פילט עס אויך גוט, עפעס א מין פאר'כישופ'טע געפיל.

איך זיץ אינדערזייט און קוק צו, צו וואס עס קומט פאר אין מיר.

אויב האב זיך נאר אמאל איינגערעדט אז איך בין בעה"ב אויף מיר,
קומט די שטעכעדיגע און ווייטאגליכע מציאות, און פאטשט מיר אין פנים נאכאמאל און נאכאמאל.

איך דערקען שוין די גאנצע סירקל, ביים ערשטן נאמען כמעט פון יעדע געפיל.

נאך א טאג פון פילן ווי איך בין געווען אינגאנצן משועבד, ווי א קנעכט, צו דעם ......
איך קום ארויס פון דארט מיט א צוקלאפטע און צוביילטע נפש.

איך וויל מיך אויפעסן לעבעדיגערהייט.

וואס אין די וועלט גייט פאר מיט דיר?
דו ביסט א נארמאלע מענטש?
דיין גאנצע טאג האסטו מקריב געווען פאר יענעם!
און האסט אפילו איינמאל באקומען די גוטע געפיל וואס דו זוכסט?

און יענער באמערקט אפילו נישט אז איך האב אפגע'הרג'עט מיין גאנצע טאג צוליב אים.
און אז יעצט טונק איך מיך אין ווייטאג.

דאס אליינס לייגט צו שיכטן זאלץ אויף די רויע וואונדן.

איך שעכט מיך אוועק פאר א צווייטן בחינם...

דא קום איך אריין מיט א פעסטע החלטה, גענוג איז גענוג!
איינמאל פאר אלעמאל גייט מען טוהן די ריכטיגע שריט, און אפהאקן!
יא! די ווארט אפהאקן פון וואס איך ציטער אזוי!
די שרעקעדיגע ווארט וואס מאכט מיך שוויצן, און מאכט מיין הארץ באכענען!

איך זע שוין אז איך באקום נאר יסורים, דאסמאל בין איך פארטיג!

און מיט דעם לייג איך זיך אריין אין בעט...

...........

אויף צומארגנס שטיי איך אויף צו א ליכטיגערע טאג.
מיין החלטה איז א פעסטע, און איך שפיר זיך זייער גוט מיט מיר.

און אזוי גייענדיג באגעגן אין דעם חברה'מאן......
און ער באגריסט מיך מיט א העפליכן גוט מארגן.

זייענדיג אין א גוטע גוסטע, זיך פילנדיג גוט מיט מיר, גריס איך אים שיין צוריק...
און איך גלייך די מאמענט......
עס פילט גוט.......

שטילערהייט הייבט מיר אן צו נאגן א ווערימל,
דו האסט דאך עפעס אפגעמאכט מיט אזא זיכערקייט,
דו ווייסט דאך אז עס וועט דיר קיין גוטס נישט ברענגען?!

אבער איך ווער געשלעפט, איך בין נישט אין מיין קאנטראל,
עס פילט דאך אזוי גוט......
עס ציהט ווי א צויבער ראד...
ווי א כישוף שטעקעלע.........

די זעלבע געשמאקייט וואס איז געווען אין מיין דמיון, פאר איך בין למעשה געווארן גוט מיט יענעם,
עס דאכט זיך אז מ'האט די געוואלדיגע זיסקייט......

און איך ווער אריינגעצויגן אין א לאנגע שמועס........................................................................

איך גיי אוועק פון דארט האלב פאר'שיכור'ט, אבער גוט צוקלאפט.

די גוטע געפיל האט שוין נאכגעלאזט...

מיינע אויגן זענען יעצט אפן צו די מציאות........

און דא האט דער יצר הרע א פאסיגע געלעגנהייט מיך אריינצוווארפן אין יאוש.

איך בין אינגאנצן נישט אין קאנטראל אויף מיך אליין.
איך בין פארכאפט אין אן אדיקשאן, אן זעהן א וועג ארויס.

און די גאנצע מעשה איז נישט קיין איינמאליגע געשעעניש.
ס'חזר'ט זיך כסדר איבער,
ס'קען געשעהן עטליכע מאל א וואך....

........

איך שטיי אינדערזייט און איך קוק זיך צו מיט ווייטאג.
כי איככה אוכל וראיתי באבדן, איך זע מיך גיין צוגרונד,
איך קען מיך נישט קאנטראלירן.

בייזע ווינטן ווארפן מיר, און איך קען גארנישט טוהן...........

אוי! הייליגע באשעפער, העלף מיך!!!

איך דערמאן זיך אז ס'איז דא א באשעפער, וואס ער איז בעה"ב אויף מיר.

ער שטייט נעבן מיר די גאנצע צייט, מיט אלע מיינע יסורים.

איך פרוביר זיך צו איינהאלטן און נישט פרעגן פארוואס.

נסתרים דרכי ה'.

אבער פון די טיפענישן פון מיין הארץ רייסט זיך ארויס א ווייטאגליכע געשריי....

עד מתי??????????????

אוי באשעפער ווי לאנג נאך????????

איך זע בחוש, אז איך בין גארנישט,
קיינער דארף מיר עס שוין נישט איבערצייגן.

דער באשעפער ווייזט מיר זייער קלאר, אז איך קען גארנישט,
און וואס איך טו איז פשוט ווייל ער גיבט מיר די כח.

איך חזר עס נאכאמאל און נאכאמאל,
דער באשעפער וואס איז די מקור הטוב, און ער האט מיך אזוי שטארק ליב,
ער איז דער וואס שטייט אונטער אלעם!

אלעס טוט ער!!!!!!!!!

איך פרוביר זיך צו בייגן און עס מקבל זיין מיט ליבשאפט,
טראץ וואס עס איז אזוי שווער.

איך אנערקען אז האב זיך נישט וואס צו רעגן אויף מיר,
מיינע דורכפעלער דא זענען פונקט אזוי נישט מיך, נאר מיין טאטע וואס ליבט מיך אזוי שטארק.

אבער איך בין מתפלל, יעדן טאג פארדעם, און ביי יעדע תפילה.

עיני תמיד אל ה' כי הוא יוציא מרשת רגלי.

מיינע אויגן זענען געוואנדן צו השי"ת פיל מיט האפענונג,
ס'גייט נאך זיין לעכטיג.

און אינדערצווישן וועט מען איבער'חזר'ן און איבער'חזר'ן
אז וואס דער באשעפער טוט איז לטובה.

און ווען איך בין אין א צוקלאפטע גוסטע,
פרוביר איך זיך צו מחזק זיין,
נוצנדיג די הארציגע ווערטער פונעם משורר, דוד המלך:

מה תשתוחחי נפשי ומה תהמי עלי

וואס ביסטו אזוי צוקלאפט און אזוי אראפגעלאזט?

הוחילי לאלקים כי עוד אודנו ישועות פני ואלקי

האף צום באשעפער, ווייל איין טאג וועל איך אים דאנקען

ווייל איין טאג וועל איך אים דאנקען

איין טאג וועל איך אים דאנקען .................

דער באשעפער זאל מיך העלפן אז איך זאל טאקע גלייבן אין אים, און באמת אריין נעמען וואס איך האב די געשריבן.

און דער באשעפער זאל העלפן אז ס'זאל מיך שוין ווערן לעכטיג און פאר אלע אידן וואס לייטן אויף די שווערע אנשיקעניש.

און דער באשעפער זאל העלפן אז די שורות זאלן נאר לייכטער מאכן פאר אידישע קינדער, און חס ושלום די פארקערטע,
יהי רצון שלא יצא שום מכשול מתחת ידינו.
זייער שטארק ארויסגעברענגט!!!
איך האב שוין לאנג באשלאסן אז דאס האט נישט מיט מיך, נאר פונקט ווי סיי וועלכע מחלה וואס דער אייבערשטער שיקט און איך בין גארנישט שולדיג אין די עצם מחלה,
דער אייבערשטער שיקט עס ווען ער וויל און נעמט עס אוועק ווען ער וויל
איך האב מיך נישט וואס צו עסן דאס געזונט היתכן כ'האב די מחלה? פונקט ווי איך גיי מיך נישט עסן דאס געזונט היתכן כ'האב חלילה קאפוויי אדער פיבער...

נאר א טובה פונעם אייבערשטן אז די מחלה האט מצבים פון טעם גן עדן אויכעט אינצווישן...

עניוועי, מען איז זיך מבטל פארן אייבערשטן ווי אזוי ער וויל אזוי וועט עס זיין, און אונזער השתדלות דארף זיין אז עס זאל נישט אויסקלאפן אינעם לעבן הלכה למעשה, און נישט שטערן פון אונזערע פליכטן, וויסן אז עס איז א פארבלענדעניש און אפגעזען די משונה'דיגע געפילן זאל עס נישט שטערן אינעם עולם העשיה...
אויב דארפט איר אויפטרעטן אויף שבע ברכות און איר דארפט סחורה, קוקט אייך פאר אין מילתא דבדיחותא אשכול.
אדער שיקט אן אישי, און די סטעף פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן ארויסצוהעלפן ווי ווייט שייך
אוועטאר
מאטי׳ס חבר
שר מאה
תגובות: 243
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 10, 2024 7:32 pm

Re: במסתרים תבכה נפשי - א בריוו צו דיר, מיין קראש פרענד, יצחק.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאטי׳ס חבר »

Inattentive adhd האט געשריבן: מאנטאג אפריל 22, 2024 3:31 am
אונטערגעשריבענערהייט האט געשריבן: מאנטאג אפריל 22, 2024 2:12 am
Inattentive adhd האט געשריבן: מאנטאג אפריל 22, 2024 2:10 am
אונטערגעשריבענערהייט האט געשריבן: מאנטאג אפריל 22, 2024 1:33 am
Inattentive adhd האט געשריבן: מאנטאג אפריל 22, 2024 1:27 am
איך פראביר צו פארשטיין וואס א קראש פרענד מיינט.
קען מען האבן א קראש אויף א איד א בן תשעים?
לכאורה נישט.
קראש אין קורצן: אהבה קיצונית און צוגעצויגענקייט צו א געשמאקע מענטש און מין פילט אז די גליק איז דארט ביי יענעם.
לפעמים קען עס אנקומען צו נישט געזונטע חברותא’שאפט. און אויך צומאל צו שרעקליכע זאכן וואס פון דעם רעדט מען נישט דא.
דו קענסט איינער וואס לויפט נאך א עלטערע איד? צו ווערן גוט מיט יענעם?... (כ’רעד נישט פון א רבי’ן)
און מען רעדט אויך נישט אז מען לויפט נאך איינעם וויל יענער איז א מוצלח וכדו.?

רעדט מען דאך פון א שטיקל קרענק. פון די שרייבריי דא קען מען מיינען אז דאס איז א נארמאלע געזינטע געפיל און די קראש איז גאר שילדיג אין איז גורם אימזיסט צער.
אוודאי א קרענק, וואו זעסטו אזא סארט זאך?
א ערוואקסנע וואס לויפט איינעם נאך אן קיין נארמאלע חשבון איז לא עלינו נישט מיט אלעמען..
רעדט נישט אזוי. דאנק דעם פון אויבן אז דו פארשטייסט נישט און גיי ווייטער.
דער מענעדזשער
שר חמש מאות
תגובות: 824
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 31, 2022 1:48 pm
לאקאציע:ביים רעדל (תרתי משמע)

Re: במסתרים תבכה נפשי - א בריוו צו דיר, מיין קראש פרענד, יצחק.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער מענעדזשער »

Inattentive adhd האט געשריבן: מאנטאג אפריל 22, 2024 3:31 am
א ערוואקסנע וואס לויפט איינעם נאך אן קיין נארמאלע חשבון איז לא עלינו נישט מיט אלעמען..
איר זענט לכאורה אין די אומריכטיגע אשכול
איר האט לכאורה נישט דורכגעליינט די גאנצע אשכול ביז אהער נאר אויבערפלעכליך

אויב איז די טייטש 'נישט מיט אלעמען' אנדערש פון געוויסע אנדערע מענטשן, דאן זענט איר גערעכט.
אויב איז די טייטש 'נישט מיט אלעמען' - חסר דעה, דאן איז נישטא קיין נברא אין די וועלט וואס איז יא מיט אלעמען... יעדער האט זיך זיינע נסיונות און שוועריגקייטן פיזישע און גייסטישע מיט וואס דער אייבערשטער האט אים באשאנקען, 'און איר אויכעט', און דער פליכט איז זיך צו ספראווען דערמיט און עס האנדלען היילן און מתקן זיין דאס בעסטע וואס איז אין אונזער יכולת...

אוודאי זענען דא וואס זענען בעצם חסר דעה און צווישן אנדערע זענען זיי אויך באשאנקען מיט די מחלה.
אבער די מחלה איז נישט קיין גורם פארן טיטל חסר דעה.
אויב דארפט איר אויפטרעטן אויף שבע ברכות און איר דארפט סחורה, קוקט אייך פאר אין מילתא דבדיחותא אשכול.
אדער שיקט אן אישי, און די סטעף פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן ארויסצוהעלפן ווי ווייט שייך
דער מענעדזשער
שר חמש מאות
תגובות: 824
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 31, 2022 1:48 pm
לאקאציע:ביים רעדל (תרתי משמע)

Re: במסתרים תבכה נפשי - א בריוו צו דיר, מיין קראש פרענד, יצחק.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער מענעדזשער »

אריבער א קיילעכיגער יאר צו דעם אשכול
ב' אייר תשפ"ג איז עס געווארן געפנט און געמאכט דא א זעלטענע מהפיכה בשעתו, און האט אויפגעטון זייער אסאך וואס די נאכפאלגן שפירן זיך עד היום.

נעם אחרונים
שר העשר
תגובות: 19
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 30, 2023 7:05 pm

תגובה דורך נעם אחרונים »

דער מענעדזשער האט געשריבן: פרייטאג מאי 10, 2024 1:13 am

און ס'איז נאך דא זייער אסאך צו שרייבן איבער דעם,
ס'איז מסתם פון די ברייטסטע נושאים ביי די גיל צווישן 15 און 25
ווארט נישט אויף די ריכטיגע מינוט, נעם די מינוט און מאך עס ריכטיג!
זבולון חיים הלוי
שר חמש מאות
תגובות: 516
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 09, 2022 7:08 pm

Re: במסתרים תבכה נפשי - א בריוו צו דיר, מיין קראש פרענד, יצחק.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זבולון חיים הלוי »

נעם אחרונים האט געשריבן: פרייטאג מאי 10, 2024 3:26 pm
דער מענעדזשער האט געשריבן: פרייטאג מאי 10, 2024 1:13 am
אריבער א קיילעכיגער יאר צו דעם אשכול
ב' אייר תשפ"ג איז עס געווארן געפנט און געמאכט דא א זעלטענע מהפיכה בשעתו, און האט אויפגעטון זייער אסאך וואס די נאכפאלגן שפירן זיך עד היום.
און ס'איז נאך דא זייער אסאך צו שרייבן איבער דעם,
ס'איז מסתם פון די ברייטסטע נושאים ביי די גיל צווישן 15 און 25
העכער 25 דען נישט
אוועטאר
שבתוך הסתרה
שר מאה
תגובות: 151
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 23, 2023 6:13 pm

Re: במסתרים תבכה נפשי - א בריוו צו דיר, מיין קראש פרענד, יצחק.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שבתוך הסתרה »

דער מענעדזשער האט געשריבן: פרייטאג מאי 10, 2024 1:13 am
אריבער א קיילעכיגער יאר צו דעם אשכול
ב' אייר תשפ"ג איז עס געווארן געפנט און געמאכט דא א זעלטענע מהפיכה בשעתו, און האט אויפגעטון זייער אסאך וואס די נאכפאלגן שפירן זיך עד היום.
פששששי, גאנץ שנעל אדורך אזא גאנצע עיבור יאר. כ׳האף דערוילעם האט זיך פארהיילט דורכאויס די צייט.
אוועטאר
נעם אחרונים
שר העשר
תגובות: 19
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 30, 2023 7:05 pm

Re: במסתרים תבכה נפשי - א בריוו צו דיר, מיין קראש פרענד, יצחק.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נעם אחרונים »

זבולון חיים הלוי האט געשריבן: פרייטאג מאי 10, 2024 4:01 pm
נעם אחרונים האט געשריבן: פרייטאג מאי 10, 2024 3:26 pm
דער מענעדזשער האט געשריבן: פרייטאג מאי 10, 2024 1:13 am
אריבער א קיילעכיגער יאר צו דעם אשכול
ב' אייר תשפ"ג איז עס געווארן געפנט און געמאכט דא א זעלטענע מהפיכה בשעתו, און האט אויפגעטון זייער אסאך וואס די נאכפאלגן שפירן זיך עד היום.
און ס'איז נאך דא זייער אסאך צו שרייבן איבער דעם,
ס'איז מסתם פון די ברייטסטע נושאים ביי די גיל צווישן 15 און 25
העכער 25 דען נישט
פאר יעדע גיל, אבער ביי די איז עס בדרך כלל די מערסטע.
ווארט נישט אויף די ריכטיגע מינוט, נעם די מינוט און מאך עס ריכטיג!
אוועטאר
נעם אחרונים
שר העשר
תגובות: 19
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 30, 2023 7:05 pm

Re: במסתרים תבכה נפשי - א בריוו צו דיר, מיין קראש פרענד, יצחק.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נעם אחרונים »

שבתוך הסתרה האט געשריבן: פרייטאג מאי 10, 2024 4:48 pm
דער מענעדזשער האט געשריבן: פרייטאג מאי 10, 2024 1:13 am
אריבער א קיילעכיגער יאר צו דעם אשכול
ב' אייר תשפ"ג איז עס געווארן געפנט און געמאכט דא א זעלטענע מהפיכה בשעתו, און האט אויפגעטון זייער אסאך וואס די נאכפאלגן שפירן זיך עד היום.
פששששי, גאנץ שנעל אדורך אזא גאנצע עיבור יאר. כ׳האף דערוילעם האט זיך פארהיילט דורכאויס די צייט.
פארהיילט נישט אזוי זיכער,
אבער וואס זיכער איז זיכער, אז ס'האט געברענגט שטארקע אווערנעס איבער דעם טאפיק, וואס איך וואלט ווען געזאגט אז ס'איז ממש פון די וויכטיגסטע נושאים.
ווארט נישט אויף די ריכטיגע מינוט, נעם די מינוט און מאך עס ריכטיג!
דער מענעדזשער
שר חמש מאות
תגובות: 824
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 31, 2022 1:48 pm
לאקאציע:ביים רעדל (תרתי משמע)

Re: במסתרים תבכה נפשי - א בריוו צו דיר, מיין קראש פרענד, יצחק.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער מענעדזשער »

שבתוך הסתרה האט געשריבן: פרייטאג מאי 10, 2024 4:48 pm
פששששי, גאנץ שנעל אדורך אזא גאנצע עיבור יאר. כ׳האף דערוילעם האט זיך פארהיילט דורכאויס די צייט.
כ'האב שוין אויפגעגעבן אויף א רפואה בידי אדם, עס ווענדט זיך בלויז אינעם אייבערשטן.
דער וואס האט אויסגעהיילט עטליכע פריערדיגע - ער קען אויסהיילן פרישע.

אבער וואס די אשכול האט אויפגעטון אז מען שעמט זיך נישט מיט די מחלה, מען קוקט אים אין די אויגן און מען אינדזשויעט די רייזע אויף וואס דער אייבערשטער פירט... די עליות מיט די ירידות, מען נעמט ארויס די בענעפיטן וואס ליגן באהאלטן דערין, און ביי די שווערע חלקים ווערט מען נישט צורידערט און פארלוירן דערפון, און מען טוט נישט קיין אויסטערלישע שריט צוליב דעם בס"ד.

אשריך פותח האשכול!!!
אויב דארפט איר אויפטרעטן אויף שבע ברכות און איר דארפט סחורה, קוקט אייך פאר אין מילתא דבדיחותא אשכול.
אדער שיקט אן אישי, און די סטעף פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן ארויסצוהעלפן ווי ווייט שייך
אוועטאר
נעם אחרונים
שר העשר
תגובות: 19
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 30, 2023 7:05 pm

Re: במסתרים תבכה נפשי - א בריוו צו דיר, מיין קראש פרענד, יצחק.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נעם אחרונים »

דער מענעדזשער האט געשריבן: זונטאג מאי 12, 2024 12:14 pm

כ'זעה נישט פארוואס דו זאגסט אז ס'איז נישט בידי אדם צו העלפן, ס'איז זיכער יא בידי אדם,
ס'איז דא זייער אסאך וואס זענען געהאלפן געווארן דורך מענטשן, און ס'איז דא זייער אסאך וועגן וויאזוי אליינס זיך צו העלפן,
ווי ערווענט קום איך שוין פון אזא סיטואציע (נישט נאר איינמאל..) און ב"ה געטראפן דעם וועג ארויס, כ'האף נאך איין טאג עס צו קענען געהעריג צולייגן דא פארן ציבור.
ווארט נישט אויף די ריכטיגע מינוט, נעם די מינוט און מאך עס ריכטיג!
דער מענעדזשער
שר חמש מאות
תגובות: 824
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 31, 2022 1:48 pm
לאקאציע:ביים רעדל (תרתי משמע)

Re: במסתרים תבכה נפשי - א בריוו צו דיר, מיין קראש פרענד, יצחק.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער מענעדזשער »

נעם אחרונים האט געשריבן: זונטאג מאי 12, 2024 1:57 pm

איך קום אויך פון דארטן
כ'האב שוין גענוצט אסאך עצות סגולות וכו' פון אייגענע ערפארונג און געליינט דא, דער מציאות איז אז עס איז דא וואו עס ווערט צוקראכט גראד נאך איידער עס האט א טשאנס צו זיך צו אנטוויקלען און זיך באקוועם מאכן, און טאקע אדאנק דעם אשכול איז עס אסאך גרינגער צו האנדלען נאך אנפאנג, און ווי געשריבן, דער אשכול האט גורם געווען אז זאכן גייען נישט אוט אוו קאנטראל, וכו'

אבער גענצליך אויסצוראטן א דעוועלאופט קעיס? דאס איז נאר דער בורא עולם...

ווען איך וואלט ווען געווען גרייט צו זיין אזוי אפן ווי איך בין געווען א יאר צוריק וואלט איך גערעדט קלארער, אבער איך בין עלטער מיט א יאר, און ווילעך נישט רעדן מער דעטאלירט...
אויב דארפט איר אויפטרעטן אויף שבע ברכות און איר דארפט סחורה, קוקט אייך פאר אין מילתא דבדיחותא אשכול.
אדער שיקט אן אישי, און די סטעף פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן ארויסצוהעלפן ווי ווייט שייך
אוועטאר
נעם אחרונים
שר העשר
תגובות: 19
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 30, 2023 7:05 pm

Re: במסתרים תבכה נפשי - א בריוו צו דיר, מיין קראש פרענד, יצחק.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נעם אחרונים »

דער מענעדזשער האט געשריבן: זונטאג מאי 12, 2024 3:02 pm
נעם אחרונים האט געשריבן: זונטאג מאי 12, 2024 1:57 pm
כ'זעה נישט פארוואס דו זאגסט אז ס'איז נישט בידי אדם צו העלפן, ס'איז זיכער יא בידי אדם,
ס'איז דא זייער אסאך וואס זענען געהאלפן געווארן דורך מענטשן, און ס'איז דא זייער אסאך וועגן וויאזוי אליינס זיך צו העלפן,
ווי ערווענט קום איך שוין פון אזא סיטואציע (נישט נאר איינמאל..) און ב"ה געטראפן דעם וועג ארויס, כ'האף נאך איין טאג עס צו קענען געהעריג צולייגן דא פארן ציבור.
איך קום אויך פון דארטן
כ'האב שוין גענוצט אסאך עצות סגולות וכו' פון אייגענע ערפארונג און געליינט דא, דער מציאות איז אז עס איז דא וואו עס ווערט צוקראכט גראד נאך איידער עס האט א טשאנס צו זיך צו אנטוויקלען און זיך באקוועם מאכן, און טאקע אדאנק דעם אשכול איז עס אסאך גרינגער צו האנדלען נאך אנפאנג, און ווי געשריבן, דער אשכול האט גורם געווען אז זאכן גייען נישט אוט אוו קאנטראל, וכו'

אבער גענצליך אויסצוראטן א דעוועלאופט קעיס? דאס איז נאר דער בורא עולם...

ווען איך וואלט ווען געווען גרייט צו זיין אזוי אפן ווי איך בין געווען א יאר צוריק וואלט איך גערעדט קלארער, אבער איך בין עלטער מיט א יאר, און ווילעך נישט רעדן מער דעטאלירט...
ס'איז נישט קיין כלליות'דיגע זאך אז א דעוועלאפט קעיס קען נישט ווערן גענצליך מסודר, ס'איז זיכער יא דא וועגן, והא ראי' איך האב עס שוין געהאט 4 מאל, און יעדעס מאל פון א אנדערן שטאנדפונקט און ב"ה יעדעס מאל זיך ארויס געזען, און יעצט איז שוין ב"ה אינגאנצן מסודר.
וואס יא, ספארלאנגט זיך אבנארמאלע כוחות הנפש.
ווארט נישט אויף די ריכטיגע מינוט, נעם די מינוט און מאך עס ריכטיג!
דער מענעדזשער
שר חמש מאות
תגובות: 824
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 31, 2022 1:48 pm
לאקאציע:ביים רעדל (תרתי משמע)

Re: במסתרים תבכה נפשי - א בריוו צו דיר, מיין קראש פרענד, יצחק.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער מענעדזשער »

די פינגערס קיצלען מיר צו מאריך זיין, אבער כ'זעה נישט קיין פאקטישע תועלת צו מאריך זיין אין פריוואטע פרטים און פריוואטע דורכגענג וואס וועט נישט זיין קיין תועלת פאר אנדערע.
דעריבער וועל איך אי"ה נישט איבערקייען דא קיין קארנפלעקס מיט מילעך

וואס כ'האב צו שרייבן אין די נושא קען מען נאכקוקן מיינע פריערדיגע תגובות דא אין דעם אשכול.

און דו הרב @נעם אחרונים, אדרבה! קום אריין מיט דיין ערפארונג! עס וועט זיכער ארויסהעלפן אנדערע אידן!!!

ובזה סיימתי בס"ד די סעסיע
און מסתמא דעם גאנצן אשכול,
חוץ אויב עס וועט אריינקומען עפעס א דבר חידוש אין די נושא.
אויב דארפט איר אויפטרעטן אויף שבע ברכות און איר דארפט סחורה, קוקט אייך פאר אין מילתא דבדיחותא אשכול.
אדער שיקט אן אישי, און די סטעף פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן ארויסצוהעלפן ווי ווייט שייך
דער מענעדזשער
שר חמש מאות
תגובות: 824
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 31, 2022 1:48 pm
לאקאציע:ביים רעדל (תרתי משמע)

Re: במסתרים תבכה נפשי - א בריוו צו דיר, מיין קראש פרענד, יצחק.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער מענעדזשער »

דער מענעדזשער האט געשריבן: זונטאג מאי 12, 2024 4:41 pm
ובזה סיימתי בס"ד די סעסיע
און מסתמא דעם גאנצן אשכול,
חוץ אויב עס וועט אריינקומען עפעס א דבר חידוש אין די נושא.
דו האסט געווינען!!!
עס איז דא א דבר חידוש אין די נושא...

כ'האב פונקט געקלערט אז די נאמען קראש קומט מעגליך פון כרש - ווי אן ארעמאן - רש - וואס שטייט מיט ארויסקוקנדע אויגן צום עושר'ס חסדים.

דאס זעלבע דער קראש, ער קוקט ארויס בכליון עינים אויף די ווארעמקייט, שמייכל, און סביבה פונעם נקרש.
יכול להיות....
אויב דארפט איר אויפטרעטן אויף שבע ברכות און איר דארפט סחורה, קוקט אייך פאר אין מילתא דבדיחותא אשכול.
אדער שיקט אן אישי, און די סטעף פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן ארויסצוהעלפן ווי ווייט שייך
שרייב תגובה

צוריק צו “תורת הנפש”