Re: 'די שיעורים פון הרב שרגא פליישמאן האבן מיך געהאלפן' קום אריין מיטיילן
קודם כל, איך טראכט אפשר ביזט גערעכט מיט דעם אז אזוי האסטו פארשטאנען.נשמה האט געשריבן: ↑ דינסטאג מאי 02, 2023 3:41 pmב"האמעסידטשפארכללישראל האט געשריבן: ↑ דינסטאג מאי 02, 2023 11:45 amאיך פארשטיי שוין וואס עס גייט פאר. האסט שוין געהערט די קומענדיגע פאר שיעורים אויך? אויף 22 זאגט ער אז 'למשל' CBT איז נישט שעדליך און עס קען אביסל אויפטאן.נשמה האט געשריבן: ↑ מאנטאג מאי 01, 2023 6:27 pmב"האמעסידטשפארכללישראל האט געשריבן: ↑ מאנטאג מאי 01, 2023 6:21 pmר' שרגה איז היפש שארף אנטקעגן פארשידענע זאכן, און ס'איז נישט קיין סתירה מיט זיין אויסערגעווענלכע נעימות, שלות, שכל, הארץ און געפיל.נשמה האט געשריבן: ↑ מאנטאג מאי 01, 2023 4:00 pm
ב"ה
יא. גערעכט. אבער ווען איינער קומט און לייגט אים אראפ מער שארפער ווי ער זאגט, איז דאס אנדערש ווי ער זאגט. ווייל דאס איז נישט וואס ער זאגט. דאס איז נישט וויאזוי ער פארקויפט זיינע זאכן. ער פארקויפט זיינע זאכן מיט א געוואלדיגע נעימות, און מיט א געוואלדיגע שלום. מיט שכל, מיט הארץ און געפיל. אפילו אויב ער איז צומאל שארף, איז ער אבער אויסדרוקליך נישט דאס. און וויקל נישט איין זיינע מאמרים אין א שארפקייט. ווייל ער איז נישט דאס.
ס'איז נישט אמת. איך הער אים שוין יארן, און מיר איז קיינמאל נישט בייגעפאלן אזא מין זאך וואס איר זאגט. מיר איז קיינמאל נישט בייגעפאלן די וועג וויאזוי דו לייגסט עס אראפ. מיר איז קיינמאל נישט בייגעפאלן אז ער "לאכט אפ געפערליך פון רוב טערעפיס". אדער איך ווייס וואס. ס'הערט זיך נישט אזוי פון זיינע שיעורים. אפילו אויב ער דרוקט זיך אויס בשלילה אויף געוויסע אופנים פון טערעפיס. הערט זיך נישט.
ער וויל מסביר זיין זאכן מיט סברא, און מיט ערקלערונגען, אז מ'זאל עס פארשטיין, אז ס'זאל זיך לייגן אויפן שכל. אז מ'זאל עס דערהערן. נישט סתם געזאגט.
אויב איינער וויל פילן די גוטע טעם פון ר' שרגא אלץ קיצוני, איז דאס נאר ביי די ענין פון אויפגעבן די אייגענע יכולת. דארט קען מען זיך אויסגעבן די תאווה פון קיצוניות.
והשם הטוב עוזר ויעזור
אגב, איך האב איבערגעהערט וואס ער זאגט אויף 22. ר' שרגה בעקט נישט אייער תגיבה פון פריער. ער זאגט ממש די פארקערטע.
ר' נשמה, איך בין נישט גרייט צו דיבעיטן וואס ר' שרגה זאגט. יעדער קען זיך אליינס גיין איבערצייגן וואס ער זאגט. ס'איז מיר נאר א חידיש ווי איך האב שוין געזען מער ווי איין מאל וואס איר זאגט נאך אין ר' שרגה'ס נאמען זאכן וואס ער האט נישט געזאגט. ער לעבט נאך ביז 180 יאר. זיינע דרשות זענען אוועליבל אין דעם אשכול צו הערן.
ביטע ווען איר זאגט עפעס אין זיין נאמען ציטירט די ווערטער וואס ער זאגט. שכח.
עס איז מיר א פלא וואס דו זאגסט אז אין דעם שיעור זאגט ער ממש די פארקערטע.
וויבאלד יעדער קען דאס הערן, קען דאך יעדער הערן אז ער זאגט נישט פארקערט ווי איך זאג. אזוי ווי דו זאגסט: יעדער קען זיך אליין איבערצייגן. יעדער איינער וואס האט אויערן קען הערן ווי ער זאגט אז ס'דא געוויסע טערעפיס וואס האבן עפעס תועלת. און יעדער איינער וואס האט א לב מביןקען פארשטיין אז ער וויל בעיקר ארויסברענגען אז דער עיקר איז צו אויפגעבן אויף די אייגענע יכולת.
זיי מודה אז ער זאגט דארט אז ס'דא געוויסע טערעפי וואס ער האלט אז ס'האט יא עפעס תועלת. און ס'דא ווען מ'דארף יא מאכן טראמא טערעפי. שכוח.
און זיי מודה צו מיר אז ער זאגט דארט אז אויב איינער פון זיי וואס האט געלערנט אין קאלידש, זאגט א גוטע זאך, און ס'איז אמת, און ס'שטומט מיט וואס אמאליגע האבן געהאלטן, אז ס'שטומט באופן יסודי מיט די תורה, און ס'איז שכל'דיג. קען מען עס הערן. נאר אפשר קען מען עס אביסל מער מסביר זיין. (אז ס'זאל צוברענגען צו אויפגעבן אויף די אייגענע יכולת).
אויף א שיעור צויי שפעטער ברענגט ער א סטאדי וואס ווייזט אז CBT און שער הבטחון העלפן די זעלבע!
הייסט דאס נישט אפגעלאכט?
דאס איז נאר איין ביישפיל.
אויף ווען מען דארף ניצן טראמע טעראפי זאגט ער אין אפאר שיערים שפעטער אז ס'איז דא אזא זאך אבער ס'איז זייער זעלטן. ד. ה. ס'דא ווען אן אמת'ע טראמען קען שאטן פארן טאג טעגליכן, אבער נישט אז יעדע נפשיות'דיגע פראבלעם קומט פון טראמע ווי אלע טערפיסטן ווילן זאגן.
וועגן קאלישט, ער מאכט חוזק פון די טעראפיסטן וואס זענען 'געלערנט' ווייל זיי זענען געווען אין 'קאליטש'. ער ווארפט אזוי אויך אריין אז אויב ס'דא עפעס וואס זיי זאגן נאך צום זאך און ס'איז סכלדיג, אויסגעהאלטן קענסטו עס אננעמען, אבער בעצם וועסטו בעסער אנקימען ווען די פרעגסט דיין פלאמער.
איך קען דיר ברענגען נאך אסאך ביישפילן ווי ער לאכט אפ פון טעראפי (מיט א שפאטישן טאן)
מען קען נישט נאר הערן איין שיער.
ירא הקהל וישפוטו וויאזוי איך לערן אפ וואס ער זאגט, און וויאזוי דו לערנסט אפ וואס ער זאגט. אלעס וואס איך זאג אלעמאל, זייט איך האב אנגעהויבן צו שרייבן מיין וועג וויאזוי איך לערן עס אפ. איז וויאזוי איך לערן אפ וואס ער זאגט. וויאזוי איך וויל עס פארשטיין. איך האב רעכט צו זאגן אז איך האב געהערט זיינע שיעורים, און אזוי און אזוי איז די וועג וויאזוי איך לערן דאס אפ. דאס מיינט נישט אז איך זאג אז דאס איז זיין מיינונג. דאס מיינט אז איך זאג וויאזוי איך לערן דאס אפ.
דו לערנסט אויך אפ.
דו שרייבסט אויך אז ער זאגט אזוי און אזוי, און לפי דעתי איז עס נאר וויאזוי דו לערנסט עס אפ, און עס איז נישט וואס ער זאגט. און איך וואלט געקענט שרייען אויף דיר אז דו לערנסט עס אפ פאלש און זייער אומריכטיג. דו מאכסט פילן כאילו ר' שרגא איז עפעס א מענטש וואס לאכט אפ פון טערעפי. איך לערן אפ זיינע זאכן אנדערש. זאל יעדער וויסן אז וואס איך זאג איז אלעמאל די וועג וויאזוי איך לערן אפ זיינע זאכן. מיין פריוואטע וועג וויאזוי איך לערן עס אפ.
און דו טוסט די זעלבע! דו לערנסט אויך נאר אפ. לפי דעתי.
און הער אויף זאגן אגאנצן צייט אז דאס איז פארדרייט פון וואס ר' שרגא זאגט. וואס ווילסטו זאגן דערמיט? דו ווילסט מיר זאגן אז איך לערן נישט אפ ריכטיג וואס ער זאגט. פיין. איך הער. מ'האט שוין געהערט. דו קום און שרייב וואס ער זאגט יא. און איך וועל מיך טענה'ן מיט דיר. און דיר ערקלערן וואס איך האלט.
ביז דערווייל האב איך ארויפגעלייגט וואס ער זאגט, און יעדער קען זען וויאזוי איך לערן אפ א פשט. יעדער קען דאס זען. און נאכמאל: מיין פשט איז, אז ער האלט אז עס ווענד זיך וואו מ'וויל אנקומען מיט די טערעפי. אז אויב מ'וויל אנקומען צו הכנעה און ענווה און צו התחברות צו השי"ת, דאן איז דאס געוואונטשן. ווייל דער עיקר איז דאס. אוודאי, א טערעפי וואס לערנט אויס חוצפה איז נישט.
אויב איינער האלט אז ער האט טראמא, און ער האלט אז ער דארף דאס אויסהיילן, און ער פילט אז דאס אויסהיילן וועט אים ברענגען נאנטער צו אויפגעבן די אייגענע יכולת, און צו לעבן מער מיט השי"ת, איז ר' שרגא נישט קעגן דעם. צי ער האלט אז ממש דאס דארף מען טון? קען זיין ער האלט אז מ'רעדט זיך נאר איין. אבער מ'מעג, און ס'גוט. דאס איז וויאזוי איך לערן אפ וואס ר' שרגא זאגט
ער האלט אז דער עיקר איז אז אלעס זאל ווערן גענומען פון השי"ת. בכל דרכיך דעהו! נעם עס פון השי"ת! דאס אלעס.
אויב דו האלטסט אז איך לערן עס אפ נישט ריכטיג. זאג עס איינמאל, און איך וועל אויפווייזן מיין וועג. און איך זאג דיר נאכאמאל: איך האב רעכט צו שרייבן וויאזוי איך לערן אפ וואס ר' שרגא האלט. איך האב רעכט. דו האסט רעכט? איך האב אויך רעכט! מיר ביידע האבן רעכט צו שרייבן וואס מיר האבן אפגעלערנט וואס ר' שרגא זאגט!
אויב דו קומסט טענה'ן אז איך פארדריי, און דאס איז נאר דיין מיינונג, אז איך פארדריי, דאן איז דאס נאר דיין מיינונג!
ווייל דו האסט דיך איינגערעדט - לפי דעתי - אז איך פארדריי פון וואס ער זאגט, מיינט דאס נאר אז דאס איז דיין אייגענע מיינונג. די זעלבע וואג ווי מיין מיינונג. דיין מיינונג וויאזוי דו לערנסט אפ ר' שרגא'ס זאכן, איז נישט מער ר' שרגא'דיג ווי מיין מיינונג וויאזוי איך לערן אפ זאכן.
און איך וואלט געקענט שרייען אויף דיר די ווערטער וואס דו שרייסט אויף מיר אז ס'באדערט מיר נאר זייער שטארק ווען מען פארדרייט אפילו איין ווארט וואס ער זאגט. נאכאמאל, מען קען שרייבן מיינונגען, אבער שרייב ס'איז דיין מיינונג.
דו דארפסט אויך שרייבן "מורי ורבותי, דאס איז מיין מיינונג!" אזוי ווי איך שרייב אז דאס איז מיין מיינונג וויאזוי איך לערן אפ וואס ער זאגט.
והשם הטוב עוזר ויעזור
אבער ס'איז מיר נאך אלס שווער די פאר מאל וואס די האסט יא געקומען זאגן די מיינונג פון ר' שרגה ווען איך ווייס פאר 100% אז ער האלט נישט אזוי.
צום ביישפיל ער האלט קלאר,און ער זאגט עס צענדליגע מאל אז מען קען גארנישט זען אין מח ביי נפשיות'דיגע ענינים, און ער ניצט דעם לשון 'פראד' צענדליגע מאל, אבער דו קומסט זאגן אין אן אנדערע אשכול ציטירט:
''ר' שרגא האלט אויך אז ס'דא אזא זאך ווי ADHD. ער האלט אויך אז ס'דא אזא זאך ווי OCD. און ער האלט אויך אז מ'קען עס זען אויף א סקען. אז עס שפילט זיך אפ אין מוח, פארוואס זאל מען דאס נישט קענען זען אויף א סקען. ווייל ער האלט אויך אז יעדע נפשיות'דיגע זאך, מוז זיך אפשפילן אין מוח. און אזוי שרייבט ער אין זיין ספר לימודים לדעת. נישט דא איז ווי ר' שרגא איז חולק. נאר ער האלט אז "פארוואס דארף מען נעמען מעדיקעשאן, ווען מ'קען עס אויסהיילן אן מעדיקעשאן". דאס איז אלעס וואס ער האלט. ווייל ער האלט נישט פון מעדיקעשאן.'' ציטירט
נאכדעם זאגסטו אז די האסט טאקע נישט געהערט זיין מיינונג אויף דעם. וואס דארף איך טראכטן. אדרבה פארענטפער זיך.
וועגן דעם וואס די האסט אפגעשריבן שיעור 22, עס איז טאקע זייער גוט אראפגעשריבן. אבער קוק וואס איך האב דיר געשריבן אפאר תגובות צוריק, איך האב עס אפגעפרעגט מיטן זאגן אז מען קען נישט הערן נאר איין שיעור. דו דארפסט אויך הערן וואס ער זאגט שפעטער.
סארי נשמה פארן דיך ענטפערן שארף. איך דארף נישט זיין אזוי שארף.
שפיי נישט אריין אין א ברינעם פון וואס די האסט געטרינקן.