א שפאציר אין קראקא

היסטאריע פון שטעט און ערטער

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

מי כעמך
שר האלף
תגובות: 1628
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 09, 2019 6:27 pm

Re: א שפאציר אין קראקא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי כעמך »

Wow דאס איז א מעכטיגע ארבעט

שוין לאנג געוואלט זעהן אזאנס.

א ישר כח און כה לחי
השתדלו, טו השתדלות אבער והרבו תחינה
אוועטאר
הארזים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5432
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אקטאבער 24, 2020 11:20 pm

Re: א שפאציר אין קראקא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארזים »

איך ווינדער מיר נאר אויב יענע צייט האט מען טאקע נאר געזעהן שווארץ און ווייס...
פון דא דרינג איך ארויס אז יא.
"מסורה" איז ביי מיר די ערשטע זאך!

אוועטאר
דאטשע
שר מאה
תגובות: 191
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 04, 2018 1:25 pm
לאקאציע:מאריענבאד

Re: א שפאציר אין קראקא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאטשע »

קראקאווסקא גאס


מיר גייען ווייטער ביזן עק פון די מייזעלס גאס, דא קומען מיר ארויס אויפן גרויסן גאס וואס הייסט "קראקאווסקא" וואס איז א צענטער-פונקט ווי אידישקייט ווירבלט מיטן גאנצן פראכט. ביים קארנער אריבער די גאס, דאס איז קראקאווסקא נומער 7 , איז דער הויז ווי עס וואוינט דער באיאנער רבי, און ווי ער פירט זיין בית המדרש און הויף.

רחוב קראקאווסקא 7.jpg
רחוב קראקאווסקא 7.jpg (384.92 KiB) געזען 1189 מאל

אויב מאכן מיר דא א רעכטס אויף קראקאווסקא גאס, און מיר שפאצירן ארויף גראד עטליכע גאסן, וועלן מיר אנקומען צום היסטארישן אור-אלטן קעניגליכן פאלאץ וואס געפינט זיך דארט אויף די לינקע זייט פון גאס. צום ערשט גייט מען אריבער די גרויסע גאס וואס הייסט "דיעטלא", וואס פארצייטענס, איז אינמיטן דעם גאס געלאפן די גרעניץ פאס צווישן "קראקא" און "קאזמירזש" [דעמאלטס איז אויפן פלאץ פונעם גאס, געלאפן איינער פון די קאנאלן פונעם דערנעבנדיגן טייך "ווייסל", וואס האט מיט די יארן אויסגעטריקענט], וואס פאר א געוויסע תקופה מיט ארום צוויי הונדערט יאר צוריק האט עס אפילו געהערט פאר צוויי באזונדערע קעניגרייכן, קראקא ווי די פאלאץ געפינט זיך האט דאן געהערט פאר די פאלאקן, און קאזמירזש ווי מיר שפאצירן איצט האט געהערט פאר עסטרייך. אויף די אנדערע זייט "דיעטלא" ווערט די נאמען פון אונזער גאס געטוישט צו "סטראדאמסקא", ארויפשפאצירענדיג ארום 5 מינוט קומט מען אן צום פראכטפולן שלאס און מויער וואס טראגט מיט זיך א באזונדערע קאפיטל אין היסטאריע.

ווייטער, אויב גייען מיר פון דא גראד ווייטער אויף די "מייזעלס" גאס, וועלן מיר אנטרעפן אויף נומער 8 דעם "רבי מאיר ראפאפורט שול", וואס איז די בית המדרש פון איינער פון די בארימטער רבנים דא אין שטאט, וועמען מען האט גערופן "דער ליקובער רב" צוליב דעם וואס ער איז געווען רב אין ליקוב איידער ער איז געקומען קיין קראקא. און ווי אויך אויפן צווייטן זייט, נומער 1 , ווי עס איז דער טיטשינער קלויז.

אבער מיר האלטן זיך איצט אויפן קראקאווסקא גאס, ווי מיר דרייען זיך אויף לינקס, וואס דא אויף דעם גאס, קראקאווסקא צווישן מייזעלס און יוזעפא, גייען מיר אדורך א גאנצע רייע פון שטיבלעך און בתי מדרשים וואס שטייען דא כמעט טיר ביי טיר אויפן זעלבן זייט גאס פונעם באיאנער בית המדרש, יעדער שטיבל מיט זיין צוגעפאסטן נאמען, ווי זבחי צדק, תמכין דאורייתא, גמילות חסדים, תלמוד תורה, און נאך. קראקאווער קינדער האבן צו דערציילן, ווי אויף דעם גאס קומט מען ארויס שמחת תורה פון די שטיבלעך מיט די ספרי תורה, און מען טאנצט דא אויפן גאס פייערדיגע טענץ לכבודה של תורה. קינדער פון די גאנצע שטאט לויפן זיך צוזאם צוצוקוקן און מיטהאלטן די געהויבענע ריקודים.

אינעם ערשטן געסל אויפן רעכטן זייט וואס הייסט "קאטארזיני", נומער 5 , איז דער הוסיאטינער קלויז, דער הוסיאטינער רבי פירט זיך אהער צו קומען כמעט יעדעס יאר פון וויען און וויילט דא פאר עטליכע וואכן.

פיר יאר שפעטער... אויף דעם גאס
צוואגס ארבעט 1941 רחוב קארטזינא 1.jpg
צוואגס ארבעט 1941 רחוב קארטזינא 1.jpg (167.71 KiB) געזען 1189 מאל

טליתים געשעפט פון מרדכי אבערפעלד דא ביים קארנער
רחוב קראקאווסקא 17.jpg
רחוב קראקאווסקא 17.jpg (97.23 KiB) געזען 1189 מאל

ווייטער א געסל-צוויי אריין אויפן רעכטן זייט, הייסט "וועגלאווא גאס", אדער ווי מען האט רופט עס אויף אידיש "די קוילן גאס", דארט ביים סוף געסל אויפן רעכטן זייט איז דער בעלזער שטיבל (תשפ"ג: מיט עטליכע יאר צוריק האט מען אראפגעווארפן דעם בנין, און אויפן פלאץ שטייט שוין היינט א נייער בנין).

א גאס נאכדעם הייסט "סקאווינסקא", דארט ביים קארנער שטייט א גרויסער געביידע וואס די שטאטישע קהילה האט געבויעט אין יאר תרע"א און דינט פאר צרכי הקהילה מיט אלע איהרע ארגעניזאציעס. טיפער אריין אין גאס, נומער 8 , איז דער גרויסע געביידע פונעם אידישן שפיטאל וואס איז שוין געבויעט געווארן אין די תר"כ יארן, און דינט דא פאר חולי ישראל רח"ל. ביים מלחמה פאר צוואנציג יאר צוריק האט עס געדינט צום ערשט פאר די עסטרייכישע מיליטער און דערנאך פאר די פוילישע מיליטער, און נאכן קריג איז עס צוריק צו די אידן.
הק' דוד'טשע בירנבוים
היושב על דאטשע ליד בארה של מרים
אוועטאר
דאטשע
שר מאה
תגובות: 191
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 04, 2018 1:25 pm
לאקאציע:מאריענבאד

Re: א שפאציר אין קראקא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאטשע »

די שפיטאל
בית החולים ברחוב סקאווינסקא 8 (01).jpg
בית החולים ברחוב סקאווינסקא 8 (01).jpg (398.6 KiB) געזען 1188 מאל

א בליק אריין אינעם אידישן שפיטאל
בית החולים ברחוב סקאווינסקא 8 (2).jpg
בית החולים ברחוב סקאווינסקא 8 (2).jpg (392.63 KiB) געזען 1188 מאל

צוריק אויף קראקאווסקא גאס, אביסל ווייטער, נומער 47
רחוב קראקאווסקא 47.jpg
רחוב קראקאווסקא 47.jpg (132.96 KiB) געזען 1188 מאל
הק' דוד'טשע בירנבוים
היושב על דאטשע ליד בארה של מרים
אוועטאר
דאטשע
שר מאה
תגובות: 191
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 04, 2018 1:25 pm
לאקאציע:מאריענבאד

Re: א שפאציר אין קראקא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאטשע »

א בליק אויף קראקאווסקער גאס - מערקט די טליתים געשעפט פון חיים לעבראן

רחוב קראקאווסקא (2).jpg
רחוב קראקאווסקא (2).jpg (138.47 KiB) געזען 1182 מאל


נאך אויף דעם גאס:
רחוב קראקאווסקא (1).jpg
רחוב קראקאווסקא (1).jpg (205.61 KiB) געזען 1182 מאל
רחוב קראקאווסקא (01).jpg
רחוב קראקאווסקא (01).jpg (394.61 KiB) געזען 1182 מאל
הק' דוד'טשע בירנבוים
היושב על דאטשע ליד בארה של מרים
אוועטאר
דאטשע
שר מאה
תגובות: 191
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 04, 2018 1:25 pm
לאקאציע:מאריענבאד

Re: א שפאציר אין קראקא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאטשע »

יוזעפא גאס


אבער מיר האלטן זיך אויף "קראקאווסקא גאס" צווישן די גאסן "מייזעלס" און "יוזעפא", דא נעמען מיר די ערשטער לינקס, דאס איז די גאס מיטן נאמען "יוזעפא". דער נאמען "יוזעפא" איז געגעבן געווארן נאכן עסטרייכישן קיסר "פראנץ יוזעפף" די צווייטע, וואס נאך זיין באזוך אין קראקא, ווען ער איז איינגעשטאנען אינעם הויז דא ביים קארנער, קראקאווסקא 20 , וואס מיר שפאצירן אדורך איידער מיר קומען אן צום גאס "יוזעפא". ביז דעמאלטס איז געווען א לענגערע תקופה וואס עס האט געהייסן די "אידן גאס", צוליב דעם וואס דאס איז געווען די גרעניץ-גאס צווישן די אידן מיט להבדיל די גוי'אישע באפעלקערונג.

ברחוב יוזפא.jpg
ברחוב יוזפא.jpg (69.74 KiB) געזען 1127 מאל

מיר שפאצירן אדורך דעם גאס "יוזעפא" פון אנהייב גאס ביזן סוף, מיר טרעטן יעצט ווייטער אויפן הארץ פונעם אידישן קווארטל ווי תורה וקדושה זעהט זיך אן אין אלע ווינקלן. אינעם הויז נומער 2 געפינט זיך א "שוסטער בית המדרש", ווי פיל אידן מיטן זעלבן פאך דאווענען דא צוזאמען. אויפן זעלבן זייט נומער 8 איז א בית המדרש פון בעקער'ס. אריבער די גאס נומער 5 איז די בית המדרש פון די "חברה קדישא".

ווייטער ביים קארנער קעגן איבער די גאס, נומער 12 איז דא א בית המדרש מיטן נאמען "עץ חיים". ווייטער נומער 16 איז די קרימאלובער שטיבל. דערנעבן נומער 18, איז געווען לכתחילה די הויז און בית המדרש פון הרה"ק ר' ישעי'לע טשעכויב'ער זון פונעם צאנזער רב זצ"ל, וואס האט דא געוואוינט, ביז ער האט זיך אריבערגעצויגן אויף דיעטלא גאס נומער 36.


א בליק אויף דעם קארנער פון דא
01-יוזפא 12 - תרל.jpg
01-יוזפא 12 - תרל.jpg (385.51 KiB) געזען 1127 מאל

א בליק אויף דעם קארנער פון דא
02-יוזפא 12 - תרנה.jpg
02-יוזפא 12 - תרנה.jpg (398.31 KiB) געזען 1127 מאל
הק' דוד'טשע בירנבוים
היושב על דאטשע ליד בארה של מרים
אוועטאר
דאטשע
שר מאה
תגובות: 191
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 04, 2018 1:25 pm
לאקאציע:מאריענבאד

Re: א שפאציר אין קראקא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאטשע »

א בליק אויף דעם קארנער פון דא
יוזפא 14 - תרפ.jpg
יוזפא 14 - תרפ.jpg (356.44 KiB) געזען 1124 מאל
יוזפא 16 קרימאלאוו.jpg
יוזפא 16 קרימאלאוו.jpg (63.08 KiB) געזען 1124 מאל
יוזפא 18 טשעכויב.jpg
יוזפא 18 טשעכויב.jpg (93.96 KiB) געזען 1124 מאל
הק' דוד'טשע בירנבוים
היושב על דאטשע ליד בארה של מרים
אוועטאר
דאטשע
שר מאה
תגובות: 191
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 04, 2018 1:25 pm
לאקאציע:מאריענבאד

Re: א שפאציר אין קראקא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאטשע »

ווייטער אינעם הויז נומער 22 זענען דא צוויי שטיבלעך, איינס הייסט "ישיבת כתר תורה", און דער צווייטער "אהבת תורה". אין אהבת תורה איז געווען א באקאנטע חסיד'ישע מגיד רבי דוד טעבל יפה זצ"ל, א שינאווער חסיד, מחבר ספר "ילקוט דוד". אינעם קומענדיגן הויז נומער 24 איז דער סטראפקאווער שטיבל.

יוזפא 26 פינת אסתרי - תרעד.jpg
יוזפא 26 פינת אסתרי - תרעד.jpg (150.16 KiB) געזען 1119 מאל

אויפן צווייטן זייט נומער 15 איז דא א ראדאמסקער שטיבל, וואס מען רופט "די נייע ראדאמסקער בית המדרש", זייענדיג די נייעסטע פון פיר ראדאמסקער שטיבלעך וואס זענען פאראן דא אין קראקא.

דער ראדאמסקער שטיבל
יוזפא 15 - ראדאמסק.JPG
יוזפא 15 - ראדאמסק.JPG (55.63 KiB) געזען 1119 מאל

אויך וואס מיר טרעפן דא אן אינמיטן אונזער שפאציר
יוזפא 21.jpg
יוזפא 21.jpg (134.92 KiB) געזען 1119 מאל
הק' דוד'טשע בירנבוים
היושב על דאטשע ליד בארה של מרים
אוועטאר
כח און מח
שר חמש מאות
תגובות: 864
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יאנואר 06, 2022 9:03 am

Re: א שפאציר אין קראקא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כח און מח »

וואאף העכסט אינטערעסאנט! אבער ווי אזוי מאכט איר דאס? איר האט מיט זיך אלע בילדער און וואקט ארום גאנץ קראקא זיכן וואו ס'איז היינט?
אוועטאר
דאטשע
שר מאה
תגובות: 191
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 04, 2018 1:25 pm
לאקאציע:מאריענבאד

Re: א שפאציר אין קראקא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאטשע »

גייענדיג ווייטער קעגן איבער נומער 38 שטייט די "הויכע שול" וואס איז געבויעט געווארן אין יאר ש"ס, און וועלנדיג מקיים זיין די הלכה אז א שול דארף צו זיין די העכסטע בנין אינעם שטאט, האט מען ספעציעל געבויעט די שול אויפן צווייטן שטאק און ארויפגעבויעט אז דער בנין זאל ארויסשטיין העכער די איבריגע הייזער.

ווייטער נומער 42 , שטייט די שול "קביעת עתים לתורה", אדער ווי מען רופט עס דא בקיצור "קביתים", וואס איז געבויט געווארן אין יאר תק"ע און באנייעט געווארן אין יאר תער"ב ווי עס דערקענט זיך לויט די אויפשריפטן אויפן געביידע.

יוזפא 38 ההויכע שול.jpg
יוזפא 38 ההויכע שול.jpg (329.19 KiB) געזען 1109 מאל
יוזפא 38-42 הויכע שוהל ותלמוד תורה קובע עיתים לתורה.JPG
יוזפא 38-42 הויכע שוהל ותלמוד תורה קובע עיתים לתורה.JPG (119.11 KiB) געזען 1109 מאל

און א בליק אויף אינערווייניג פונעם הויכן שול
יוזפא 38 - הויכע שול - ארון הקודש.jpg
יוזפא 38 - הויכע שול - ארון הקודש.jpg (367.56 KiB) געזען 1109 מאל
הק' דוד'טשע בירנבוים
היושב על דאטשע ליד בארה של מרים
אוועטאר
דאטשע
שר מאה
תגובות: 191
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 04, 2018 1:25 pm
לאקאציע:מאריענבאד

Re: א שפאציר אין קראקא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאטשע »

אין שול ביים ווינקל, טרעפן מיר אן א געבינדענעם ספר'ל וואס מיר כאפן א בליק דערין:

תיקון תפלות הויכע שול.jpg
תיקון תפלות הויכע שול.jpg (381.86 KiB) געזען 687 מאל

מיר גייען ווייטער. אריבער די גאס, ביים קארנער קעגן איבער די אלטע שול, נומער 33 , שטייט דער בית המדרש פון הרה"ק רבי ארון זי"ע זון פונעם הייליגן מאור ושמש זי"ע, און ווי אזוי מען רופט עס "רבי ארון'ס קלויז" , דאס איז די ערשטער חסיד'ישע קלויז דא אין קראקא וואס איז נתייסד געווארן אין יאר תקפ"ג, נאכדעם וואס מיט ארום פערציג יאר פריער, אין יאר תקמ"ו, האט מען דא אין שטאט מחרים געווען דער וואס עפענט אן אייגענע קלויז אויף צו טוישן די נוסחאות התפילה, געווען איז דאס ווען זיין פאטער דער מאור ושמש זי"ע, וואס האט לכתחילה געדאווענט אין בית המדרש פון "מגלה עמוקות" זי"ע (וואס מיר וועלן אי"ה באלד אדורכגיין), איז פארטריבן געווארן פון דארט דורך די מתנגדים און געוואלט עפענען אן אייגענע מניין, אבער צוליב די חרם האט ער דאס מבטל געווען. סוף ימיו פונעם מאור ושמש זענען די חסידים און מתנגדים געקומען צו א פשרה, און אראפגענומען די חרם, אבער דער מאור ושמש אליינס האט נישט געוואלט עפענען אן אייגענע בית המדרש, נאר נאך זיין הסתלקות האט זיין זון הרה"ק ר' ארון געעפענט דעם קלויז וואס האט אנגעהאלטן אלץ חסיד'ישן קלויז ביזן קריג. דא אינעם קלויז איז היינט צו'טאג'ס מרביץ תורה דער בארימטער ר' שימע'לע פון זעליכוב, וואס זינט ער האט פארלאזט ישיבת חכמי לובלין, איז ער אהער געקומען דא קיין קראקא, און איז מרביץ תורה פאר תלמידים אין דעם קלויז.

דא ביים עק גאס, קומען מיר צוריק צום געביידע פונעם "אלטן שול", דאס מאל זעהן מיר דאס געביידע פון די מערב זייט .

און דא טרעפן מיר אן אונזער חשוב'ע ר' בערל קראקאווער , וואס לויפט פון זיין טעגליכן שיעור אין רבי ארון'ס קלויז (וואס ווערט געזען אינעם הונטערגרונד), גראד צום אלטן בית עלמין צו מתפלל זיין ביים ציון הקדוש פונעם הייליגן בעל הילולא צוזאמען מיט די טויזענטער פארזאמעלטע.
יזופא 33 ברקע.jpg
יזופא 33 ברקע.jpg (336.21 KiB) געזען 1100 מאל

און מיט א בליק פונעם שול הויף צום הויז ווי עס איז געווען קוואטירט רבי ארון'ס קלויז
יוזפא פינת סערוקא.jpg
יוזפא פינת סערוקא.jpg (86 KiB) געזען 1100 מאל
לעצט פארראכטן דורך דאטשע אום זונטאג מאי 07, 2023 8:34 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
הק' דוד'טשע בירנבוים
היושב על דאטשע ליד בארה של מרים
אוועטאר
דאטשע
שר מאה
תגובות: 191
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 04, 2018 1:25 pm
לאקאציע:מאריענבאד

Re: א שפאציר אין קראקא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאטשע »

איידער מיר גייען ווייטער, ניצן מיר אויס די געלעגנהייט צו באטראכטן די הייליגע היסטארישן שול פון אלע זייטן. מיר דארפן זיך דא אדורכשטיפן די אנלויפעניש פון אידן מיט אידענעס וואס האנדלן דא מיט כל מיני האנט-ארבעט, און אזוי באטראכטן מיר דאס הייליג שול פון די נאהנט.

אנגעהויבן פון דרום זייט :
01-פינת דרומית מזרחית.jpg
01-פינת דרומית מזרחית.jpg (69.36 KiB) געזען 1092 מאל
02-דרום 1.jpg
02-דרום 1.jpg (79.55 KiB) געזען 1092 מאל
03-דרום 2.jpg
03-דרום 2.jpg (99.61 KiB) געזען 1092 מאל
הק' דוד'טשע בירנבוים
היושב על דאטשע ליד בארה של מרים
אוועטאר
דאטשע
שר מאה
תגובות: 191
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 04, 2018 1:25 pm
לאקאציע:מאריענבאד

Re: א שפאציר אין קראקא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאטשע »

און אזוי אדורכשפאצירן ביז מערב זייט:
06-דרום מערב 3.jpg
06-דרום מערב 3.jpg (372.5 KiB) געזען 1090 מאל
05-דרום מערב 2.jpg
05-דרום מערב 2.jpg (56.73 KiB) געזען 1090 מאל
04-דרום מערב 1.jpg
04-דרום מערב 1.jpg (266.64 KiB) געזען 1090 מאל
הק' דוד'טשע בירנבוים
היושב על דאטשע ליד בארה של מרים
אוועטאר
דאטשע
שר מאה
תגובות: 191
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 04, 2018 1:25 pm
לאקאציע:מאריענבאד

Re: א שפאציר אין קראקא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאטשע »

און ווייטער אויף מערב ביז צפון זייט:
07-מערב 1.jpg
07-מערב 1.jpg (169.73 KiB) געזען 1087 מאל
08-פינת מערבית צפונית.jpg
08-פינת מערבית צפונית.jpg (83.33 KiB) געזען 1087 מאל
און דא אויף צפון זייט מיט א בילד פון עטליכע יאר צוריק
09-פינת מזרחית צפונית.jpg
09-פינת מזרחית צפונית.jpg (191.47 KiB) געזען 1087 מאל
הק' דוד'טשע בירנבוים
היושב על דאטשע ליד בארה של מרים
אוועטאר
דאטשע
שר מאה
תגובות: 191
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 04, 2018 1:25 pm
לאקאציע:מאריענבאד

Re: א שפאציר אין קראקא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאטשע »

מיר גייען אדורך די אלטע שול פון איר צפון זייט , דאס איז די זייט פונעם הויפט אריינגאנג פונעם שול וואס מיר האבן שוין געזען אנהייב פון אונזער שפאציר. דער געסל דא ווערט אנגערופן Na Przejściu, מיר גייען אדורך דעם גאס ביזן סוף.



דייווער גאס



ביים עק גאס, ביים קארנער פון "דייווער גאס", אויפן רעכטן זייט שטייט די געביידע פון די "מגלה עמוקות שול". דא האט דער הייליגער מגלה עמוקות זצ"ל געדאווענט און מרביץ תורה געווען, און אליינס עוסק געווען ברזא דרזין בקדושה ובטהרה (תשפ"ג: ליידער היינט שטייט שוין נישט דעם גאנצן געביידע, דאס איז ממש די איינציגסטע שול דא אין קראקא וואס איז חרוב געווארן ביים קריג עד היסוד). היגער אידן רופן דעם פלאץ "אויף דאס בערגל", צוליב דעם וואס די גאס דא שטייט אביסל העכער ווי די דערנעבנדיגע אלטער שול וואס איז געבויט גאנץ נידריג. מ'זאגט אז אינעם בנין איז אויך פאראן א מקוה טהרה נאך פון די מגלה עמוקות'ס צייטן ווי דער הייליגער מגלה עמוקות האט זיך גע'טובל'ט דערין, אבער ווארשיינליך איז דאס שוין נישט אין באנוץ זינט א לענגערע תקופה, די מתפללים ווייסן נאר צו דערציילן איבער דעם. גראדע, דאס ווירטשאפט אין דעם בית המדרש זעהט שוין נישט אויס צו זיין ממש אזוי היימיש, געציילטע פארבליבענע עלטערע אידן שלאגן זיך נאך דא צו האלטן די אלטע מנהגים, אבער רוב רובם פון די מתפללים זענען שוין פון די מאדערנע וועלכע זיכן צו מאדערנעזירן דאס שול.

מגלה עמוקות שול.jpg
מגלה עמוקות שול.jpg (98.23 KiB) געזען 1074 מאל

דא מאכן מיר א רעכטס אויפן "דייווער גאס", פון ווי מיר ווארפן נאך אונזער בליקן אויפן הייליג שול וואס מיר זעהן דא איר מזרח זייט , ווען ביים רעכטן עק זעהט מען נאך דער "מגלה עמוקות שול".

רעכטס די מגלה עמוקות שול מיט א בליק פון דאווער גאס.jpg
רעכטס די מגלה עמוקות שול מיט א בליק פון דאווער גאס.jpg (206.57 KiB) געזען 1074 מאל

מיר שפרייזן ווייטער לענגאויס דעם גאס ביז מיר קומען ארויס אויפן " ווארזינצא גאס ווארזינצא גאס" ווי מיר מאכן א לינקס, ביים עק מאכן מיר א רעכטס אויף די גרויסע גאס " סטראבישלאנא " וואס פירט אונז אריבער דעם בריק העכערן "ווייסל" צום היימישן חסיד'ישן געגענט וואס רופט זיך "פאדגורדזש", וואס אין אלגעמיין איז עס א טייל פון "קראקא" נאר געפינט זיך אינטער אן אנדערן קהילה ווירטשאפט.

דא וועלן מיר זיך אפשטעלן אויף דערווייל, אבער צוריקקומען צום שפאציר וועלן מיר שוין נישט אין תרצ"ז, נאר מיט א פיר יאר שפעטער, אין יאר תש"א ווען דער בריק דא וועט שוין נישט פירן צום גוטמיטיגן לעבעדיגע פאדגורדזש, נאר ליידער אריבערפירן די אלע טייערע לעכטיגע אידן וואס מיר האבן דא באגעגענט, צום "קראקאווער געטא" וואס האט זיך דארט קוואטירט, און ווייטער צום טרויעריג-בארימטן פלאשוב'ער לאגער, אויף א וועג וואס זיי זענען קיינמאל נישט צוריק געקומען, הי"ד.

איבער דעם אין א קומענדיגע געלעגנהייט בעז"ה (אויב דער עולם וועט צייגן אינטערעסע).
לעצט פארראכטן דורך דאטשע אום מאנטאג מאי 08, 2023 8:42 pm, פארראכטן געווארן 3 מאל.
הק' דוד'טשע בירנבוים
היושב על דאטשע ליד בארה של מרים
באר רחובות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 359
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 28, 2022 4:42 pm

Re: א שפאציר אין קראקא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באר רחובות »

דאטשע האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 04, 2023 3:36 pm
מיר גייען אדורך די אלטע שול פון איר צפון זייט , דאס איז די זייט פונעם הויפט אריינגאנג פונעם שול וואס מיר האבן שוין געזען אנהייב פון אונזער שפאציר. דער געסל דא ווערט אנגערופן Na Przejściu, מיר גייען אדורך דעם גאס ביזן סוף.



דייווער גאס



ביים עק גאס, ביים קארנער פון "דייווער גאס", אויפן רעכטן זייט שטייט די געביידע פון די "מגלה עמוקות שול". דא האט דער הייליגער מגלה עמוקות זצ"ל געדאווענט און מרביץ תורה געווען, און אליינס עוסק געווען ברזא דרזין בקדושה ובטהרה (תשפ"ג: ליידער היינט שטייט שוין דעם גאנצן געביידע, דאס איז ממש די איינציגסטע שול דא אין קראקא וואס די נאציס ימש"ו האבן חרוב געמאכט עד היסוד). היגער אידן רופן דעם פלאץ "אויף דאס בערגל", צוליב דעם וואס די גאס דא שטייט אביסל העכער ווי די דערנעבנדיגע אלטער שול וואס איז געבויט גאנץ נידריג. מ'זאגט אז אינעם בנין איז אויך פאראן א מקוה טהרה נאך פון די מגלה עמוקות'ס צייטן ווי דער הייליגער מגלה עמוקות האט זיך גע'טובל'ט דערין, אבער ווארשיינליך איז דאס שוין נישט אין באנוץ זינט א לענגערע תקופה, די מתפללים ווייסן נאר צו דערציילן איבער דעם. גראדע, דאס ווירטשאפט אין דעם בית המדרש זעהט שוין נישט אויס צו זיין ממש אזוי היימיש, געציילטע פארבליבענע עלטערע אידן שלאגן זיך נאך דא צו האלטן די אלטע מנהגים, אבער רוב רובם פון די מתפללים זענען שוין פון די מאדערנע וועלכע זיכן צו מאדערנעזירן דאס שול.


מגלה עמוקות שול.jpg


דא מאכן מיר א רעכטס אויפן "דייווער גאס", פון ווי מיר ווארפן נאך אונזער בליקן אויפן הייליג שול וואס מיר זעהן דא איר מזרח זייט , ווען ביים רעכטן עק זעהט מען נאך דער "מגלה עמוקות שול".


רעכטס די מגלה עמוקות שולמיט א בליק פון דאווער גאס.jpg


מיר שפרייזן ווייטער לענגאויס דעם גאס ביז מיר קומען ארויס אויפן " ווארזינצא גאס ווארזינצא גאס" ווי מיר מאכן א לינקס, ביים עק מאכן מיר א רעכטס אויף די גרויסע גאס " סטראבישלאנא " וואס פירט אונז אריבער דעם בריק העכערן "ווייסל" צום היימישן חסיד'ישן געגענט וואס רופט זיך "פאדגורדזש", וואס אין אלגעמיין איז עס א טייל פון "קראקא" נאר געפינט זיך אינטער אן אנדערן קהילה ווירטשאפט.

דא וועלן מיר זיך אפשטעלן אויף דערווייל, אבער צוריקקומען צום שפאציר וועלן מיר שוין נישט אין תרצ"ז, נאר מיט א פיר יאר שפעטער, אין יאר תש"א ווען דער בריק דא וועט שוין נישט פירן צום גוטמיטיגן לעבעדיגע פאדגורדזש, נאר ליידער אריבערפירן די אלע טייערע לעכטיגע אידן וואס מיר האבן דא באגעגענט, צום "קראקאווער געטא" וואס האט זיך דארט קוואטירט, און ווייטער צום טרויעריג-בארימטן פלאשוב'ער לאגער, אויף א וועג וואס זיי זענען קיינמאל נישט צוריק געקומען, הי"ד.

איבער דעם אין א קומענדיגע געלעגנהייט בעז"ה.

"תשפ"ג: ליידער היינט שטייט שוין נישט דעם גאנצן געביידע"
באר רחובות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 359
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 28, 2022 4:42 pm

Re: א שפאציר אין קראקא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באר רחובות »

דאטשע האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 04, 2023 2:41 pm
ווייטער אינעם הויז נומער 22 זענען דא צוויי שטיבלעך, איינס הייסט "ישיבת כתר תורה", און דער צווייטער "אהבת תורה". אין אהבת תורה איז געווען א באקאנטע חסיד'ישע מגיד רבי דוד טעבל יפה זצ"ל, א שינאווער חסיד, מחבר ספר "ילקוט דוד". אינעם קומענדיגן הויז נומער 24 איז דער סטראפקאווער שטיבל.


יוזפא 26 פינת אסתרי - תרעד.jpg


אויפן צווייטן זייט נומער 15 איז דא א ראדאמסקער שטיבל, וואס מען רופט "די נייע ראדאמסקער בית המדרש", זייענדיג די נייעסטע פון פיר ראדאמסקער שטיבלעך וואס זענען פאראן דא אין קראקא.

דער ראדאמסקער שטיבל

יוזפא 15 - ראדאמסק.JPG


אויך וואס מיר טרעפן דא אן אינמיטן אונזער שפאציר
יוזפא 21.jpg
מאכס'ט א מוראדיגען ארבעט, דאכטצעמער אז די ראדאמסיקער שטיבל, איז געווען קודם א רימנובער שטיבל, אין זיי האבען נאך געהאט עפעס א וואסער שיסעל פון רבי ר' הערש, אין מ'האט זיך געפירט דארט געוויסע רימנובער מנהגים.
אוועטאר
בדרך אפשר
שר ששת אלפים
תגובות: 6327
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 07, 2015 8:20 pm
לאקאציע:על חוט מתוח

Re: א שפאציר אין קראקא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בדרך אפשר »

הערליכע אשכול!! יישר כח.

איר שריייבט נאך עפעס א ביכל אדער טאגבוך?
נישט געדאווענט נישט געלערנט נאר דעם בורא עולם נישט דערצערענט,
יא געשלאפען יא געגעסן אבי פון בורא עולם נישט פארגעסן.
א גרויסן שכח
שר חמישים
תגובות: 60
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש יאנואר 08, 2022 7:04 pm

Re: א שפאציר אין קראקא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גרויסן שכח »

וואף!!! ממש א שלימות!!
א ריזן יישר כח!
אוועטאר
דאטשע
שר מאה
תגובות: 191
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 04, 2018 1:25 pm
לאקאציע:מאריענבאד

Re: א שפאציר אין קראקא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאטשע »

נאך עטליכע בילדער דורכאויס אונזער שפאציר אויף די קראקאווער גאסן:

קראקא (01).jpg
קראקא (01).jpg (300.27 KiB) געזען 978 מאל
קראקא (2).jpg
קראקא (2).jpg (24.7 KiB) געזען 978 מאל
קראקא (1).jpg
קראקא (1).jpg (239.36 KiB) געזען 978 מאל
הק' דוד'טשע בירנבוים
היושב על דאטשע ליד בארה של מרים
אוועטאר
דאטשע
שר מאה
תגובות: 191
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 04, 2018 1:25 pm
לאקאציע:מאריענבאד

Re: א שפאציר אין קראקא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאטשע »

קראקא (2).png
קראקא (2).png (161.27 KiB) געזען 968 מאל
קראקא (3).jpg
קראקא (3).jpg (32.52 KiB) געזען 968 מאל
הק' דוד'טשע בירנבוים
היושב על דאטשע ליד בארה של מרים
אוועטאר
דאטשע
שר מאה
תגובות: 191
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 04, 2018 1:25 pm
לאקאציע:מאריענבאד

Re: א שפאציר אין קראקא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאטשע »

אונזער מאפע וועלכע מיר זענען נאכגעגאנגען, אנגעהויבן פון די רמ"א שול (אנגעצייכענט A), ארום די געדעכטע אידישע קווארטל, ביז איבערן בריק (אנגעצייכענט B).

קראקא מעפ.jpg
קראקא מעפ.jpg (381.05 KiB) געזען 963 מאל
לעצט פארראכטן דורך דאטשע אום פרייטאג מאי 05, 2023 12:19 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
הק' דוד'טשע בירנבוים
היושב על דאטשע ליד בארה של מרים
אוועטאר
הארזים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5432
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אקטאבער 24, 2020 11:20 pm

Re: א שפאציר אין קראקא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארזים »

אינטען שטייט ...בשנת ש"פ נתחדש ע״י... דשנת תרצ"ד
אטעטשמענטס
ivelt image-74.jpg
ivelt image-74.jpg (106.56 KiB) געזען 962 מאל
"מסורה" איז ביי מיר די ערשטע זאך!

נזר הנבונים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 332
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 01, 2020 1:36 am

Re: א שפאציר אין קראקא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נזר הנבונים »

א הערליך באשרייבונג, נישטא קיין ווערטער, אבער הרגשים איז יא דא, זיי זענען אבער אומבאשרייבליך!
אוועטאר
א גוט ווערטעל
שר העשר
תגובות: 46
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג סעפטעמבער 05, 2021 12:37 am

Re: א שפאציר אין קראקא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גוט ווערטעל »

א גרויסן שכויח הרב דאטשע אויף די הערליכע מייסטערווערק וואס די האסט אונז דא מהנה געווען און אהער געברענגט פארן עולם באמת באמת שטארק הנאה געהאט
גיי ווייטער אן
שרייב תגובה

צוריק צו “עיר ועיר”