עצות לעבודת השם - נאר פאר ערנסט אינטערסירטע!

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

רבותינו
שר האלפיים
תגובות: 2680
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 22, 2021 1:00 pm

Re: עצות לעבודת השם - נאר פאר ערנסט אינטערסירטע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבותינו »

לייבל פריש האט געשריבן: זונטאג מאי 07, 2023 10:37 pm
ווער ס’האט א געדאנק וואס צו שרייבן מארגן א שיינע ענין וואס הייבט זיך אן מיט אות אלף?
דאס ווערט געליינט דורך אפאר הונדערטער אידן טעגליך..
אהבת ישראל
נזר הנבונים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 338
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 01, 2020 1:36 am

Re: עצות לעבודת השם - נאר פאר ערנסט אינטערסירטע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נזר הנבונים »

לייבל פריש האט געשריבן: פרייטאג מאי 05, 2023 2:47 pm
שיינע ווארט לכבוד שבת אמור פאר אונזערע היימישע משפיעים (א פלא אלע דא זענען משפיעים און נשפעים...) ווען א מענטש מאכט א קרעש רח”ל וועט ער קומענדיגע מאל מער אכטונג געבן, היות ס’קאסט אים אפ שווערע כוחות צוריק-צוקומען צוריק ווי פארדעם, די זעלבע זאך דארף א מענטש האבן שכל און ”להזהיר גדולים על הקטנים” (רש"י) אז ווען דו האסט יעצט ביסעל ’גדלות המוחין’ לייג אוועק פאר די צייט ווען ס’וועט זיין ’קטנות המוחין’...
יעדע עבירה קאסט נאכדעם א שווערע פרייז... מאך די ריכטיגע דיסיזשע”ן!
גוט שבת פאר יעדער איינער
אט די ווערטער שטייט אין ספר חיים ושלום להרה"ק ממונקאטש.

און ער לייגט צו, אז דערפאר ליינט מען פרשת אמור אין ימי הספירה און פרשת פנחס אין ימי המצרים, ווייל די טעג זענען קטנות, ליינט מען די פרשיות וואס רעדן זיך פון די ימים טובים וואס זענען בבחי' גדלות בכדי זיך צו קענען אויפהייבן פונעם קטנות. און דאס איז רש"י מרמז מיט להזהיר גדולים על הקטנים
נזר הנבונים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 338
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 01, 2020 1:36 am

Re: עצות לעבודת השם - נאר פאר ערנסט אינטערסירטע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נזר הנבונים »

לייבל פריש האט געשריבן: מאנטאג מאי 08, 2023 12:06 pm
נזר הנבונים האט געשריבן: מאנטאג מאי 08, 2023 11:25 am
World Champion האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 04, 2023 11:55 am
כח און מח האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 04, 2023 11:51 am
קודם שכח פארן פותח האשכול

יעצט איין וויכטיגע און יסודותדיגע הערה
World Champion האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 04, 2023 12:13 am

ניין, די וועג צוציקומען צו די תורה וכו'
איך מיין אז איר האט א גרויסע טעות, עבודת השם איז נישט קיין מיטל אנצוקומען צו תורה און מצות, אדרבה ואדרבה, תורה און מצות זענען אופנים אנצוקומען צו זיין אן עבד ה', ווי די זוה"ק זאגט אז די תרי"ג מצות זענען תרי"ג עיטין, תרי"ג עצות צו ווערן אן עבד נאמן להשי"ת.

איך האב נישט קיין צייט מאריך צו זיין, ממילא וועל איך נאר אויפן שפיץ גאפל ארויס ברענגען וואס סקומט ארויס ווען מאיז זיך באמת מתבונן אין די יסוד אז אפילו ווען איינער איז שוין מקיים אלע תרי"ג מצות און איז א תלמוד חכם מופלג, איז ער בכלל נישט אנגעקומען צום ציל, ווייל די ציל איז נישט דאס לערנען נאר די ירא"ש וואס קומט ארויס פונעם לערנען, און אויב לערנט ער אויף א וועג וואס ברענגט אים נישט קיין ירא"ש - ואכמ"ל - איז נבילה טובה הימנו , ממילא איז די ערשטע זאך אויפן פלאן "וויאזוי טוה איך ריכטיג אויסניצן די עצות פון השי"ת צו ווערן נענטער צו אים" און פארשטייט זיך דאס געשענט נאר מיט ישוב הדעת און מיטן זיין מקושר צו ערליכע אידן און לערנען ספרי מוסר וחסידות והבן כי קצרתי מאוד
יראת שמים איז א חלק פון די תורה. דו האסט נישט געכאפט וואס איך האב געזאגט!

מדארף אבער געדענקען וואס דער בעל התניא זאגט, אז "עבד השם" איז נאר ווילאנג מען ארבעט דערויף, איינמאל מען קוקט זיך אן: יא, ברוך השם איך בין שוין אנגעקומען צו די מדריה פון זיין א עובד השם. איז ער שוין נישט קיין עובד, ווייל ער ארבעט דאך נישט.
אין איין ווארט. צו זיין א עובד דארף מען אייביג ארבעטן.

און לגבי עבודת השם האב איך שוין פריער געשריבן, אז דאס מיינט יעדע זאך וואס מען טוט לעשות נח"ר לבורא ית"ש, אלע עבודות מעשיות. יראת שמים בעצם איז נישט קיין עבודה, עס קומט פון עבודה
פון דיינע ווערטער פארשטיי איך, אז כדי צו אריינגיין אין עבודת השי”ת דארף מען ארבעטן ווען מ’קען נאר?
לכאורה, עובד איז טייטשט ארבעטן. און די עבודה איז מצוות ומעשים טובים. דאס מיינט, סיי מרבה זיין בכמוס, און נאך מער באיכות, מקען קיינמאל נישט אנדייטן אזוי דארף א דאווענען אויסקוקען נישט שייך בעסער.
קוואל וואסער
שר האלף
תגובות: 1325
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 04, 2018 5:44 pm

עכטע יראת שמים, מהרב לאפיאן זצ"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קוואל וואסער »

געהערט היינט א שטארק ווארט פון הגאון רבי אלי' לאפיאן זצ"ל, וואס מיינט עכטע יראת שמים.

ער זאגט א משל איינער בלאנדזשעט אין מדבר, בקיצור, ממש געפערליך, פילט ווי האלט עס שוין נישט אויס, הייס, מיד, דורשטיג, סאיז ממש אווער. לייגט זיך צאם ר"ל. נאכדעם באמערקט ער פונדערווייטנס א הייזקע, הייבט זיך אויף מיט די נשמה אויף די נאז, קלעטערט ווייט ווייט ביז ער קומט אן צום הויז.

קלאפט, ס'איז שטיל. קלאפט נאכאמאל, קיינער ענטפערט נישט. ער האלט עס נישט אויס. קלאפט נאך איינמאל, שטארק, און די טיר גיט א פלי, עס איז ברייט אפען.

ער זעט קיינעם נישט, שטאק שטיל.

ער גייט אריין, זייער שטאט, אויפ'ן שפיץ פינגער. ער באמערקט אויפן טיש א באטל וואסער מיט א קאפ. גייט שטאט, קוקט ארום. אה, א ביסל וואסער!!!!!!!!!!!!!!!!!

פאר ער גיסט אן דעם גלעזל באמערקט ער א צעטעלע אויפן טיש: מ'קען נעמען וואסער, בחנם, אבער בתנאי אז נאכדעם וועט מען אויסוואשן דאס גלעזל.

קען מען מסביר זיין ווי אכטונג דער מענטש וועט געבן אויסצושווענקען דעם גלעזל 101 פראצענט? סאיז גארנישט זיינס, איינער האט אים געראטעוועט, כאטש אזויפיל אז ער זאל פאלגן די תנאי.

א איד לעבט אויף די וועלט, סאיז גארנישט זיינס. אלעס איז דעם אייבערשטנס. ער איז דא אויף ג-ט'ס באראט, מגיט אים רשות צו גיין דא דארט, ער באקומט אזויפיל טובות אזויפיל חסד אזויפיל גליק און גוטע זאכן עד אין לשער ואין אנחנו מספיקים להודות... אבער כאטש אזויפיל, פאלגט דעם תנאי, זיי א איד...

דאס מיינט יראת שמים. יעדע רגע איז אזוי ציטערדיג און דאנקבאר ווי ביים אנגיסן די גלעזל וואסער.
אם אסק שמים שם אתה - ואציעה שאול הנך
אוועטאר
לייבל פריש
שר חמש מאות
תגובות: 939
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 09, 2023 12:14 am

Re: עצות לעבודת השם - נאר פאר ערנסט אינטערסירטע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייבל פריש »

רבותינו האט געשריבן: מאנטאג מאי 08, 2023 1:55 pm
לייבל פריש האט געשריבן: זונטאג מאי 07, 2023 10:37 pm
ווער ס’האט א געדאנק וואס צו שרייבן מארגן א שיינע ענין וואס הייבט זיך אן מיט אות אלף?
דאס ווערט געליינט דורך אפאר הונדערטער אידן טעגליך..
אהבת ישראל
יישר כח, אם ירצה השם מארגן ל”ג בעומר וועל איך שרייבן פון דעם.
קום אריין אין די וועלט פון עבודת השם viewtopic.php?t=62210&start=25
די נסיון און די עצה viewtopic.php?t=62515
אוועטאר
לייבל פריש
שר חמש מאות
תגובות: 939
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 09, 2023 12:14 am

Re: עצות לעבודת השם - נאר פאר ערנסט אינטערסירטע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייבל פריש »

אין ברכות לה איז דא די באוואוסטע מחלוקה צווישן רבי ישמעאל און רבי שמעון בן יוחאי און רשב”י זאגט בתוך הדברים: ”בזמן שישראל עושין רצונו של מקום מלאכתן נעשית על ידי אחרים ובזמן שאין ישראל עושין רצונו של מקום מלאכתן נעשית על ידי עצמן וכו’ ” עיין שם.
פון דעם זעהט מען אזא זיסע חיזוק פאר יעדע איד באשר הוא שם, אויב געבט מען זיך איבער די מחשבה פאר’ן באשעפער וועלן שוין אנדערע מענטשן טוהן פאר דיר אלע דיינע געברויכן, אויב אבער טראכט מען על פי דרך הטבע ח”ו דארף מען אליינס ארבעטן שווער! ונאים הדברים פאר די הייליגע תנא בפרט נאכצוזאגן ביומא דהילולא דיליה וויפיל מסירות נפש רבי שמעון בר יוחאי האט זיך מוסר נפש געווען מיד ולדורות עולם למען כלל ישראל של תשכח התורה מפי זרעו!
קום אריין אין די וועלט פון עבודת השם viewtopic.php?t=62210&start=25
די נסיון און די עצה viewtopic.php?t=62515
אוועטאר
לייבל פריש
שר חמש מאות
תגובות: 939
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 09, 2023 12:14 am

Re: עכטע יראת שמים, מהרב לאפיאן זצ"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייבל פריש »

קוואל וואסער האט געשריבן: מאנטאג מאי 08, 2023 4:56 pm
געהערט היינט א שטארק ווארט פון הגאון רבי אלי' לאפיאן זצ"ל, וואס מיינט עכטע יראת שמים.

ער זאגט א משל איינער בלאנדזשעט אין מדבר, בקיצור, ממש געפערליך, פילט ווי האלט עס שוין נישט אויס, הייס, מיד, דורשטיג, סאיז ממש אווער. לייגט זיך צאם ר"ל. נאכדעם באמערקט ער פונדערווייטנס א הייזקע, הייבט זיך אויף מיט די נשמה אויף די נאז, קלעטערט ווייט ווייט ביז ער קומט אן צום הויז.

קלאפט, ס'איז שטיל. קלאפט נאכאמאל, קיינער ענטפערט נישט. ער האלט עס נישט אויס. קלאפט נאך איינמאל, שטארק, און די טיר גיט א פלי, עס איז ברייט אפען.

ער זעט קיינעם נישט, שטאק שטיל.

ער גייט אריין, זייער שטאט, אויפ'ן שפיץ פינגער. ער באמערקט אויפן טיש א באטל וואסער מיט א קאפ. גייט שטאט, קוקט ארום. אה, א ביסל וואסער!!!!!!!!!!!!!!!!!

פאר ער גיסט אן דעם גלעזל באמערקט ער א צעטעלע אויפן טיש: מ'קען נעמען וואסער, בחנם, אבער בתנאי אז נאכדעם וועט מען אויסוואשן דאס גלעזל.

קען מען מסביר זיין ווי אכטונג דער מענטש וועט געבן אויסצושווענקען דעם גלעזל 101 פראצענט? סאיז גארנישט זיינס, איינער האט אים געראטעוועט, כאטש אזויפיל אז ער זאל פאלגן די תנאי.

א איד לעבט אויף די וועלט, סאיז גארנישט זיינס. אלעס איז דעם אייבערשטנס. ער איז דא אויף ג-ט'ס באראט, מגיט אים רשות צו גיין דא דארט, ער באקומט אזויפיל טובות אזויפיל חסד אזויפיל גליק און גוטע זאכן עד אין לשער ואין אנחנו מספיקים להודות... אבער כאטש אזויפיל, פאלגט דעם תנאי, זיי א איד...

דאס מיינט יראת שמים. יעדע רגע איז אזוי ציטערדיג און דאנקבאר ווי ביים אנגיסן די גלעזל וואסער.
קוואל וואסער, אפשר עפעס נאך שיינע שטיקלעך, ביסט מחיה נפשות!
קום אריין אין די וועלט פון עבודת השם viewtopic.php?t=62210&start=25
די נסיון און די עצה viewtopic.php?t=62515
אוועטאר
המברך יתברך
שר שמונת אלפים
תגובות: 8425
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע:מאנסי נוא יארק

Re: עצות לעבודת השם - נאר פאר ערנסט אינטערסירטע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

איך וואלט פרובירט אריינצולייגן מיינע צוויי צענט, אבער אויף וועלכער נושא (אין עבודת ה')?
אוועטאר
לייבל פריש
שר חמש מאות
תגובות: 939
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 09, 2023 12:14 am

Re: עצות לעבודת השם - נאר פאר ערנסט אינטערסירטע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייבל פריש »

רבותינו האט געבעטן מ’זאל שרייבן היינט דינסטאג ל”ג בעומר איבער ”אהבת ישראל”, קודם וועל איך ברענגען 2 שיינע קליינע מאמרים’לעך.
התחדשות חמישית:

"כי אם חס ושלום יש פירוד לבבות ישראל למטה, אזי גם למעלה אין התאחדות", לשונו הק’ פונעם קיצור שו”ע (י”ב ב’).
דער הייליגער בעל שם טוב זי”ע האט געזאגט: ”ווער ס’האט ליב דעם טאטע’ן האט ליב די קינדער”!

א לעכטיגע ל”ג בעומר פאר אלע הייליגע אידן!
לעצט פארראכטן דורך לייבל פריש אום דינסטאג מאי 09, 2023 7:34 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
קום אריין אין די וועלט פון עבודת השם viewtopic.php?t=62210&start=25
די נסיון און די עצה viewtopic.php?t=62515
אוועטאר
לייבל פריש
שר חמש מאות
תגובות: 939
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 09, 2023 12:14 am

Re: עצות לעבודת השם - נאר פאר ערנסט אינטערסירטע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייבל פריש »

המברך יתברך האט געשריבן: דינסטאג מאי 09, 2023 12:54 pm
איך וואלט פרובירט אריינצולייגן מיינע צוויי צענט, אבער אויף וועלכער נושא (אין עבודת ה')?
אולי איבער קדושה, פארשטייט זיך בזהירות, ס’וועט נאך נעמען היבש צייט ביז איך וועל אנקומען צו אות ק’.
מאת ידידך לייבל.

לכבוד ל”ג בעומר, שיינע זאכן איבער התנא הקדוש רבי שמעון בר יוחאי.

ל”ג בעומר בגימטריא:
הרצו”ן
וגאלו מיד חזק ממנ”ו
(אגב, ס’אויך גימטריא ”מירון מ”ה”, רמז אויף די 45 קדושי מירון).

שמעו”ן איז אותיות מ”ש עו”ן אז מען קען אין זיין זכות אפטוהן אונזערע זינד! ווייל יכול לפטור העולם מן הדין!
בזכות ספרא דא (הזוהר הקדוש) יפקון מן גלותא! וועט מען ארויסגיין פון גלות.
שמעון איז ר”ת ע’יר ו’קדיש מ’ן ש’מיא נ’חית, דהיינו, עס קומט אראפ פון הימל א התעורות דקדושה!

אין ”תפארת שלמה” אויף ל”ג בעומר, ווערט געברענגט אז די פסוק ר’גלי ח’סידיו י’שמור די ר”ת איז בגימטריא ”זוהר”! אז דורך זוהר ווערט מען אפגעהיטן פון אלעם שלעכטס!
יוחאי סופי תיבות פון כ’י ל’א תשכ’ח מפ’י זרע’ו, דהיינו דורך די קינד פון יוחאי, רבי שמעון, וועט נישט פארגעסן ווערן די הייליגע תורה פון אידישע קינדער! (בפתיחת ליקוטי מוהר"ן).
באוואוסטע ”בית אהרן” כשם שהקב”ה לכל כך רבי שמעון לכל אפילו לפחותים - פאר די נידריגע מענטשן!

אשרינו מה טוב חלקינו בהילולא דבר יוחאי!
קום אריין אין די וועלט פון עבודת השם viewtopic.php?t=62210&start=25
די נסיון און די עצה viewtopic.php?t=62515
אוועטאר
לייבל פריש
שר חמש מאות
תגובות: 939
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 09, 2023 12:14 am

Re: עצות לעבודת השם - נאר פאר ערנסט אינטערסירטע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייבל פריש »

נאך איבער אהבת ישראל.
מִצְוָה עַל כֹּל אָדָם לֶאֱהֹב אֵת כֹּל אֶחָד וְאֶחָד מִיִּשְׂרָאֵל כְּגוּפוֹ, שֶׁנֶּאֱמַר "וְאָהַבְתָּ לְרֵעֲךָ כָּמוֹךָ". לְפִיכָךְ צָרִיךְ שֶׁיְּסַפֵּר בְּשִׁבְחוֹ וְלָחוּס עַל מָמוֹנוֹ, כְּמוֹ שֶׁהוּא חָס עַל מָמוֹן עַצְמוֹ וְרוֹצֶה בִּכְבוֹד עַצְמוֹ; וְהַמִּתְכַּבֵּד בְּקָלוֹן חֲבֵרוֹ, אֵין לוֹ חֵלֶק לָעוֹלָם הַבָּא. (משנה תורה לרמב"ם, ספר המדע, הלכות דעות, פרק ו', הלכה ג')
קום אריין אין די וועלט פון עבודת השם viewtopic.php?t=62210&start=25
די נסיון און די עצה viewtopic.php?t=62515
אוועטאר
המברך יתברך
שר שמונת אלפים
תגובות: 8425
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע:מאנסי נוא יארק

Re: עצות לעבודת השם - נאר פאר ערנסט אינטערסירטע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

לייבל פריש האט געשריבן: דינסטאג מאי 09, 2023 6:51 pm
המברך יתברך האט געשריבן: דינסטאג מאי 09, 2023 12:54 pm
איך וואלט פרובירט אריינצולייגן מיינע צוויי צענט, אבער אויף וועלכער נושא (אין עבודת ה')?
אולי איבער קדושה, פארשטייט זיך בזהירות, ס’וועט נאך נעמען היבש צייט ביז איך וועל אנקומען צו אות ק’.
מאת ידידך לייבל.
איך וואלט קיינמאל נישט געעפנט דער נושא, אבער אז דו בעטסט וועל איך זאגן איין ווארט. איך האף אז עס וועט נישט שאפן קיין שטורעם (און אויב די מנהלים פארשטייען אז מ'דארף עס פארמעקן, זענען זיי מכובד עס צו טון).

און דאס ווי פאלגענד:

אמת, אז אויב מ'האט נסיונות דארף מען זיך ראנגלען דערמיט, סוף כל סוף איז דאס דער מצב אין וואס השי"ת האט דיך אריינגעלייגט.

אבער ווען א מענטש איז גענוג קלאר מיט זיך, אז וואס ער קען האבן ערליכערהייט וועט ער אי"ה באקומען, און וואס ער וועט נישט באקומען קען ער נישט האבן בשום אופן, וועלן זיינע נסיונות זיין שוואכער. ווייל א געזונטער מענטש (געזונט מיינט איינער וואס איז נישט קיין אנגעוויזענער) גלוסט נישט צו עפעס וואס ער קען נישט באקומען נארמאל.

אבער פונדעסטוועגן דאך, דארף מען אכטונג געבן נישט אריינצופאלן אין קיין נסיונות.
אוועטאר
לייבל פריש
שר חמש מאות
תגובות: 939
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 09, 2023 12:14 am

Re: עצות לעבודת השם - נאר פאר ערנסט אינטערסירטע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייבל פריש »

המברך יתברך האט געשריבן: דינסטאג מאי 09, 2023 11:00 pm

אזוי שיין און קלארערהייט ארויסגעברענגט!!!
הערליך! א נחת!
מ’גייט ס’נישט פארמעקן, פארגעס נישט אונז געפימיר זיך אין ביהמ"ד דקהלתינו, און האסט עס געשריבן אויפן אויסגעהאלטענסטע וועג.
די געדאנק איז א אלטע, אבער פנים חדשות באו לכאן, אבער האסט עס ארויסגעברענגט אויף א תורה’דיגע וועג, נישט מיט די צוגאנג פון טעראפי, נאר אז אויב מען ווייסט אז מען קען אלעס האבן בדרך כשר, איז מען צופרידן מיט וואס מען האט, זייער שיין!
(התורה היא דרך של צדיקים ילכו בם ופושעים יכשלו בם כידוע בספרי חסידות הרבה, לכן בוודאי יהיו אנשים הבאים בטענתם וכו’ אבל בדרך משתמע לתרי אנפין, אין למעלה מזה!)
קום אריין אין די וועלט פון עבודת השם viewtopic.php?t=62210&start=25
די נסיון און די עצה viewtopic.php?t=62515
אוועטאר
לייבל פריש
שר חמש מאות
תגובות: 939
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 09, 2023 12:14 am

Re: עצות לעבודת השם - נאר פאר ערנסט אינטערסירטע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייבל פריש »

כ’געדענק אלס קינד אין חדר ווען א אינגל האט מיר געוואלט געבן נאש וואס האט נישט א גוטע הכשר, האב איך אלס געטראכט פון דעם אז כ’קען האבן אינדערהיים במותר לך, כנ”ל, וד”ל.
קום אריין אין די וועלט פון עבודת השם viewtopic.php?t=62210&start=25
די נסיון און די עצה viewtopic.php?t=62515
אוועטאר
המברך יתברך
שר שמונת אלפים
תגובות: 8425
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע:מאנסי נוא יארק

Re: עצות לעבודת השם - נאר פאר ערנסט אינטערסירטע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

שכוח. אבער איך מיין אז דו האסט אויסגעלאזט א וויכטיג ווארט.
אוועטאר
לייבל פריש
שר חמש מאות
תגובות: 939
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 09, 2023 12:14 am

Re: עצות לעבודת השם - נאר פאר ערנסט אינטערסירטע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייבל פריש »

המברך יתברך האט געשריבן: דינסטאג מאי 09, 2023 11:20 pm

וואס?

לייבל פריש האט געשריבן: מיטוואך מאי 10, 2023 1:27 am

אז וואס ער וועט נישט באקומען קען ער נישט האבן בשום אופן,

און דאס איז זייער וויכטיג, ווייל דער יצה"ר פארבלענדעט די אויגן, אז דאס וואס ער האט נישט יעצט זאל אויסקוקן זיסער. צוליב דעם פאדערט זיך אז א מענטש זאל זיך בכלל אוועקשטעלן מער פראקטיש און זאכליך, און נישט אזוי דמיונ'דיג, כדי אז ער זאל נישט גלוסטן קיין זאכן וואס ער קען נישט באקומען.

(ר' שרגא פליישמאן'ס מהלך, קען צוגעבן נאך לגבי דעם).

המברך יתברך האט געשריבן: מיטוואך מאי 10, 2023 1:40 am

אמת! אויך יציב! אויך נכון! זייער קלארע דיבורים!
דארף מיר נאר ארבעטן אויפן מהלך המחשבה.
בדברי רבי נחמן מברסלב, המחשבה יש לו כח גדול אז דאס וואס מען טראכט צו דעם קומט מען אן צום סוף.
אויך זאגט ער אז די בחירה פון א מענטש איז פשוט אויב וויל ער טוט ער אויב נישט, נישט. אולי גייט עס אויך ארויף אויף מחשבות קדושות, לכאורה, ומי יבין בסוד קדושים.
אבער עכ”פ א ריזיגן יישר כח פאר’ן אריינקומען מחי’ זיין דעם עולם דא הצמאים לדבר ה’!
קום אריין אין די וועלט פון עבודת השם viewtopic.php?t=62210&start=25
די נסיון און די עצה viewtopic.php?t=62515
אוועטאר
לייבל פריש
שר חמש מאות
תגובות: 939
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 09, 2023 12:14 am

Re: עצות לעבודת השם - נאר פאר ערנסט אינטערסירטע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייבל פריש »

דינסטאג ביינאכט, וואס שרייב איך מארגן איינער זאל ארויפברענגען ביטע א אינטערסאנטע נושא וואס פאלגט זיך אן מיט’ן אות א’, יישר כח למפרע!
קום אריין אין די וועלט פון עבודת השם viewtopic.php?t=62210&start=25
די נסיון און די עצה viewtopic.php?t=62515
ווייסע וועסטעל
שר העשר
תגובות: 11
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 09, 2023 5:56 pm

Re: עצות לעבודת השם - נאר פאר ערנסט אינטערסירטע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווייסע וועסטעל »

המברך יתברך האט געשריבן: מיטוואך מאי 10, 2023 1:40 am
לייבל פריש האט געשריבן: מיטוואך מאי 10, 2023 1:27 am
המברך יתברך האט געשריבן: דינסטאג מאי 09, 2023 11:20 pm
שכוח. אבער איך מיין אז דו האסט אויסגעלאזט א וויכטיג ווארט.
וואס?
אז וואס ער וועט נישט באקומען קען ער נישט האבן בשום אופן
וואס הייסט ער וועט נישט באקומען?
אפשר וועט ער עס יא באקומען?
אדער וועט ער עס נעמען אן באקומען און עובר זיין חס ושלום,
זיי מסביר ביטע
א דאנק
אין אישי אויך גוט
אוועטאר
המברך יתברך
שר שמונת אלפים
תגובות: 8425
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע:מאנסי נוא יארק

Re: עצות לעבודת השם - נאר פאר ערנסט אינטערסירטע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

מ'רעדט פון מענטשן וואס זענען ערליך אדער לכל הפחות האבן זיי גענוג שכל, נישט צו חרוב מאכן זייער לעבן. פונדעסטוועגן איז דא א דמיון וואס ציעט, דארף מען זיך קלאר מאכן, אז מיט מיר האט דאס גארנישט.
אוועטאר
המברך יתברך
שר שמונת אלפים
תגובות: 8425
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע:מאנסי נוא יארק

Re: עצות לעבודת השם - נאר פאר ערנסט אינטערסירטע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

און אמר"ש, לאמיך צוגעבן די נקודה פון ר' שרגא פליישמאן שליט"א, וואס לענ"ד העלפט דא זייער אסאך ארויס. ווייל אויב א מענטש כאפט זיך אז אפילו וואס ער האט, איז בלויז ווייל השי"ת געט עס אים מינוט ביי מינוט, גייט ער נישט ריזיקירן וואס ער האט, צוליב עפעס וואס ער האט נישט. בכלל גייט ער מחשיב זיין וואס ער האט, ביז'ן סוף. און איך וויל נישט מאריך זיין מער.
אוועטאר
יש משהו
שר האלפיים
תגובות: 2123
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 13, 2023 10:47 am

Re: עצות לעבודת השם - נאר פאר ערנסט אינטערסירטע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש משהו »

אנטשולדיג אז ס'איז אויף לשון קודש - אבער ס'גאר גרינג צו פארשטיין ממש לייכט.

עבודת השם!
אה! מילה אחת - שאומר הכל!
כי סוף סוף, זה התכלית שלנו! אנחנו יודעים טוב טוב שאנחנו לא פה בעולם לסתם... יש לנו שכל מספיק - להבין, כי אנחנו פה בעולם הזה - כי יש לנו תכלית! יש לנו מטרה!
אנחנו יהודים, אנחנו שייכים לעמך די בחרת, בני בנים של הקב''ה. ויש לנו בורא עולם, שהוא ברא אותנו, והוא האדון שלנו, ואנחנו עבדיו. כולנו מאמינים בזה! אין ספק!
- אז יש לנו דבר אחד והוא - 'עבודת השם'. פשוט - לעבוד את השם, האדון שלנו, האבא שלנו.
ומהי 'עבודת השם'? מה נכלל בה'עבודה' שאני חייב לעשות בתור עבד לאדוני? אה... זה אנחנו לכאורה כבר יודעים... אנחנו כבר הרבה שנים על העולם, וכבר הצלחנו להשיג ולשמוע מספיק... והדברים פשוטים הם - להתפלל, ללמוד, להתנהג כראוי, ובקיצור - לעשות רצונו. לציית כל מה שכתוב בתורה, ומה שאמרו החכמים. זהו עבודת השם. ברור? כן.
רק רגע, מהי התכלית? - לאן אנו מגיעים לאחר העבודה? מהי המטרה של כל העבודה?
אז האמת היא - שמאן יימר? מאן יימר - שיש מטרה? שיש תכלית? אתה חייב לעבוד גם אם אתה לא תקבל משהו! אתה עבדו - ואתה חייב לעבוד בלי לקבל משהו תמורת זו.
רק הקב"ה ברוב חסדיו עשה עמנו חסד, ונותן לנו שכר על מצוה ועל כל רגע של לימוד התורה וכו'. אבל השכר והגן עדן - זה רק בתור 'מתנה', בתור 'שכר'. אבל לא זו ה'מטרה'. השאלה היא מה יש לי פה בעולם הזה כשאני עובד את קוני?
התירוץ היא - דבר אחד! דביקות ד'! והיינו, לדבק בשם, להתחבר, ולהתקרב. וכמו שאמר פעם הבעל התניא זי''ע להרבש''ע - רבש''ע! אני לא צריך שכר, אני לא צריך גן עדן. אני צריך ורוצה - רק אתה! איך וויל נאר דיר!
וכן! יש כזה מציאות, שאתה מרגיש מקורב לבורא, אתה מרגיש כזה התחברות, כזה התקשרות, כזה התרוממות. אי אפשר להסביר את זה - כי זה דבר השייך ל'לב', לא למח. אי אפשר 'להסביר' את זה, רק יכולים 'להרגיש' את זה. אבל אני מאמין שכל מי שקורא את זה, יודע וקל לו למצוא זמן שבו הוא מרגיש או שהרגיש אי-פעם - כזה 'קרבת אלוקים'. יכול להיות שזה באמצע ניגון חסידי וותיק, או בשעת רעווא דרעווין, או סתם כך באמצע תפילה או שמו''ע.
וכן - זה היא התכלית! להגיע לדביקות השם! וכל המצוות ומעשים טובים, ולימוד התורה וכו' שאנו מחוייבים לעשות - הכל הוא סך הכל עצות ורעיונות ודרכים איך להגיע לזה, להתכלית - דביקות השם וקרבת אלוקים. (וכך כתוב אכן בזוהר הק' שתרי''ג מצוות הם תרי''ג עיטין – 613 עצות! כן, פשוט 'עצות' איך להגיע לזה).
עד כאן, פשוט הוא, ומובן? בסדר, אז יכולים להתקדם קצת. אז הגענו למסקנא שכדי להגיע להתכלית - ה'דביקות השם והקרבת אלוקים' - הוא רק אם עובדים! נאר אויב מ'ארבעט! לא, זה לא מגיע אם לא עושים כלום... לא יכולים לשכוב במיטה והידיים אחד על השני ולחכות ל'קרבת אלוקים'. לא. בהחלט לא! חייבים לעבוד, ולעשות הרבה דברים כדי שאכן נגיע לזה.

אז בא נחשוב, האם העבודה שאנו מחוייבים לעשות, הוא דבר קשה או קל? ס'גרינג צו שווער???
יכול להיות ששאלתי עכשיו שאלה מאד קשה.... שאלה שרק זה לא רצינו לשמוע... אוי... למה שאלת את זה... וזה מציאות, שאצל הרבה זה דבר מאד קשה, הם רוצים להגיע לזה – והם לא מצליחים – או עכ''פ הם 'חושבים' שהם לא מצליחים.., או שהם 'עובדים' קשה – ו(חושבים שהם) לא רואים תוצאות, ובעיקר אם יש נסיונות, או אם לא יודעים בדיוק מה חייבים לעשות ואובדים עצות. או אפילו אצל הרבה שכן לא כ''כ קשה להם, ואיך אומרים - הכל בסדר... הכל הולך להם ב''ה, אבל עדיין קורה שעולה מחשבות של 'שבעצם אני חייב לעשות יותר'... או 'אולי אני לא עושה מספיק', או סגנון שאלות של 'האם הקב''ה בכלל רואה מה שאני עושה'... או 'מי אמר שאני חייב לעשות זה, אולי אני חייב לעשות משהו אחר'? או עוד כזה מחשבות.
וכל אחד מבין שאם ה'עבודת השם' הוא העיקר להגיע להתכלית, אז זה חייב להיות טוב וישר! כי אם ה'דרך' להתכלית עקום הוא - לא נגיע לתכלית. איך אומרים - אם רוצים להגיע למטרה - חייבים לנסוע לכיוון המטרה... אם אתה בבני ברק ואתה רוצה להגיע לירושלים – אז אתה חייב לנסוע לכיוון ירושלים... אם אתה ייסע לצפון – אתה אכן תגיע – אבל למירון, לא לירושלים...

המשך יבוא אי"ה
די עבר איז - זכרונות,
די עתיד איז - דמיונות,
די הווה איז - נסיונות.

2000'סטע תגובה

אניווערסערי? אשת חיל האט יומולדת? שיקט א רינגל פאר'ן כלה?
דא איז די פלאץ:

גראמען גמ"ח
אוועטאר
לייבל פריש
שר חמש מאות
תגובות: 939
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 09, 2023 12:14 am

Re: עצות לעבודת השם - נאר פאר ערנסט אינטערסירטע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייבל פריש »

יש משהו האט געשריבן: מיטוואך מאי 10, 2023 8:40 am
אנטשולדיג אז ס'איז אויף לשון קודש - אבער ס'גאר גרינג צו פארשטיין ממש לייכט.

עבודת השם!
אה! מילה אחת - שאומר הכל!

המשך יבוא אי"ה
כ’קען שוין קוים ווארטן נכספה וגם כלתה נפשי לחצרות ה’!
א הערצליכען יישר כח פאר דעם הערליכן חיזוק!!!
קום אריין אין די וועלט פון עבודת השם viewtopic.php?t=62210&start=25
די נסיון און די עצה viewtopic.php?t=62515
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”