עצות לעבודת השם - נאר פאר ערנסט אינטערסירטע!

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
לייבל פריש
שר חמש מאות
תגובות: 939
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 09, 2023 12:14 am

Re: עצות לעבודת השם - נאר פאר ערנסט אינטערסירטע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייבל פריש »

אין עוד מלבדו!!!
התחדשות שישית. יום ל”ד בעומר. מיטוואך בהר-בחוקותי.

רבי חיים פון וואלאזין זצ”ל שרייבט אין זיין ספר ”נפש החיים” פרק ג’ אות י”ב, (אגב אין מיינע בחור’ישע יאר’ן האב איך אסאך געלערנט אין דעם הייליגען לעכטיגן ספר, ס’ברענגט אריין אין אזא מחשבה פון הייליגקייט, באשעפער, סיבת האדם בעולמו וכו’, מורא’דיגע קרבת אלוקים!) וזה לשונו:

"ובאמת הוא עניין גדול וסגולה נפלאה להסיר ולבטל מעליו כל
דינין ורצונות אחרים שלא יוכלו לשלוט בו ולא יעשו שום רושם
כלל, כשהאדם קובע בליבו לאמר, הלא ה' הוא הא-להים האמתי
אין עוד לבדו יתברך שום כח בעולם וכל העולמות כלל והכל
מלא רק אחדותו הפשוט יתברך שמו.
ומבטל בליבו ביטול גמור ואינו משגיח כלל על שום כח ורצון
בעולם ומשעבד ומדבק טוהר מחשבתו רק לאדון יחיד ברוך הוא,
כן יספיק הוא יתברך בידו שממילא יתבטלו מעליו כל הכוחות
והרצונות שבעולם שלא יוכלו לפעול לו שום דבר כלל"

אין קורצן, אויב טראכסטו נאר פונעם באשעפער אליינס, ס’נישט דא גארנישט אויסער אים, קען קיינער דיר גארנישט שלעכטס טוהן!
דאס איז עס פאר היינט, ווער ס’האט א איידיע פאר מארגן, זאל ביטע שרייבן.
א גוטע נאכט!
קום אריין אין די וועלט פון עבודת השם viewtopic.php?t=62210&start=25
די נסיון און די עצה viewtopic.php?t=62515
אוועטאר
לייבל פריש
שר חמש מאות
תגובות: 939
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 09, 2023 12:14 am

Re: עצות לעבודת השם - נאר פאר ערנסט אינטערסירטע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייבל פריש »

רבותי מיטוואך ביינאכט בהר בחוקותי תשפ"ג
כ’וויל מארגן שרייבן איבער ”אין לנו על מי להשען אלא על אבינו שבשמים”!

אויב איינער קען ביטע אויך מיטשרייבן, וועט עס ווערן בעז”ה א געשמאקע שמועס!
קום אריין אין די וועלט פון עבודת השם viewtopic.php?t=62210&start=25
די נסיון און די עצה viewtopic.php?t=62515
אוועטאר
המברך יתברך
שר שמונת אלפים
תגובות: 8425
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע:מאנסי נוא יארק

Re: עצות לעבודת השם - נאר פאר ערנסט אינטערסירטע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

איך ווייס נישט וואס מ'דארף שרייבן לגבי דעם, ס'איז דאך אזוי פשוט!!
אוועטאר
יש משהו
שר האלפיים
תגובות: 2123
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 13, 2023 10:47 am

Re: עצות לעבודת השם - נאר פאר ערנסט אינטערסירטע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש משהו »

יא, אזווי איר זאגט. אין לנו על מי להשען אלא על אבינו שבשמים.
לאז די באשעפער פירן די וועלט - ער קען עס סאך בעסער.
די עבר איז - זכרונות,
די עתיד איז - דמיונות,
די הווה איז - נסיונות.

2000'סטע תגובה

אניווערסערי? אשת חיל האט יומולדת? שיקט א רינגל פאר'ן כלה?
דא איז די פלאץ:

גראמען גמ"ח
אוועטאר
לייבל פריש
שר חמש מאות
תגובות: 939
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 09, 2023 12:14 am

Re: עצות לעבודת השם - נאר פאר ערנסט אינטערסירטע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייבל פריש »

המברך יתברך האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 11, 2023 7:53 am
איך ווייס נישט וואס מ'דארף שרייבן לגבי דעם, ס'איז דאך אזוי פשוט!!
כ’האב געמיינט, די ענין פון זיך זיך פארלאזן, בטחון, כ’מיין אז ס’ווערט טאקע אפגעשטופט פאר אות ב’,
היינט וועט מען שרייבן עפעס אנדערש פון אות א’, אפשר איבער אהבת השי”ת לבניו!

באמת איז אלע זאכן פשוט’ע זאכן, דא פרישט מען זיך פשוט נאכאמאל אויף!
און יישר כח פאר יעדער וואס נעמט א מינוט צוויי און בארייכט די אשכול מיט שיינע עצות לעבודת השם! ס’איז א געשמאק צו ליינען יעדע איינציגע מעסעדזש!!!
קום אריין אין די וועלט פון עבודת השם viewtopic.php?t=62210&start=25
די נסיון און די עצה viewtopic.php?t=62515
אוועטאר
יש משהו
שר האלפיים
תגובות: 2123
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 13, 2023 10:47 am

Re: עצות לעבודת השם - נאר פאר ערנסט אינטערסירטע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש משהו »

יא יא....
אוי ווי די באשעפער האט אונז ליב.... ווען אונז וואלטן נאר געוויסט וואלטן מיר זיך שענער אויפגעפירט צו אים.
סתם א געדאנק:
מיר זאגן יעדן טאג ביים דאווענען 'הבוחר בעמו ישראל באהבה'.
רבותי!!!! עס שטייט נישט שבחר בעמו ישראל! אז די אייבישטער האט אונז אויסגעוועלט. לשון עבר.
ניין! עס שטייט הבוחר בעמו ישראל!!! די אייבישטער וועלט אונז אויס!!! לשון הוה!! ידע רגע יעדע מינוט!!! וועלט די אייבישטער אונז אויס. און ס'איז פארשטייט זיך 'באהבה'.
אז מ'האט זיך מתבונן זיין 1 מינוט אין דעים, וועט די 'שמע ישראל' און די 'ואהבת' זיין אנדערש.
די עבר איז - זכרונות,
די עתיד איז - דמיונות,
די הווה איז - נסיונות.

2000'סטע תגובה

אניווערסערי? אשת חיל האט יומולדת? שיקט א רינגל פאר'ן כלה?
דא איז די פלאץ:

גראמען גמ"ח
אוועטאר
טייוועלט
שר העשר
תגובות: 29
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 08, 2023 12:05 pm

Re: עצות לעבודת השם - נאר פאר ערנסט אינטערסירטע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טייוועלט »

אלע געדאנקען זענען הייליג און ליכטיק, אבער, ארבעטן קען מען אדער ווי א פערד אדער ווי א מענטש.
א פערד שמייסט מען ער זאל גיין, אז דו הערסט אים אויף שמייסן הערט ער אויף גיין. א מענטש אין דעם מהלך איז די באדייט אז ער רייסט פון זיך שטיקער. א מענטש וואס וויל אנקומען צום יריד דארף מען נישט שמייסן ער זאל גיין דארט. ס'גייט זיך אליין.

לערנען מוסר ספרים איז הייליג און וואויל, אבער על פי רוב זענען די מוסר ספרים געבויט אויף די יראת העונש חלק, מ'גייט שמייסן. לערנען חסידישע ספרים שטעלט ארויס א יעד, א ציל וואו מען וויל דערגרייכן, און ממילא איז די שמייסן פיל ווייניגער, און צו די זעלבע צייט איז אביסל גרינגער זיך צו האלטן צום מבוקש, וויסנדיק די קרבות אלקים וואס דערווארט אזא איינעם.
אייוועלט אָן אַן איי איז אזויווי טייוועלט אָן קיין טיי
קוואל וואסער
שר האלף
תגובות: 1324
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 04, 2018 5:44 pm

מעג מען ליינען א צייטונג שבת קודש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קוואל וואסער »

אמאל ביי א שבת צוזאמקונפט פון אזא ארגאניזאציע האט גערעדט א חשובער מגיד איך געדענק שוין נישט ווער, פאר קבלת שבת, און נאכגעזאגט פון א בעל מוסר פון פריערדיגן דור דעם באדייט פון "שבת."

האט ער געזאגט, א איד איז אים געקומען אמאל פרעגן צי מען מעג ליינען א צייטונג אום שבת. בלשונו, "ליינען א צייטונג אויף שבת..."

האט ער אים געענטפערט, איך ווייס נישט צי מקען זאגן איסור גמור, אבער שטעלט דיך פאר...

... דער חתן האט אראפגעטרויטן אויפ'ן גלאז מיט אימפעט און עס גוט צובראכן...

דער עולם ברעכט אויס אין געזאגט, "עוד ישמע בערי יהודא ובחוצות ירושלים..." עס גייט מזל טוב וואונטשן פון אלע זייטן.

חתן כלה זענען אין שפיץ שפיץ פון זייער נייע לעבן כדת משה וישראל, אין זיבעטן הימל...

... קומען אן אין יחוד שטיבל, מגייט אויספאסטן... די שענסטע מינוטן פון לעבן, בס"ד נאר איינמאל אין לעבן...

ביידע נעמען די פלעצער... דער חתן... רוקט אוועק די חלה און עסצייג און אלע גוטע זאכן, און...

ער נעמט ארויס א גרויסן פרישן צייטונג, שפרייט עס אויס אויפ'ן גאנצן טיש כיד המלך, און...

נעמט זיך ליינען בעיון, מישן, ליינען, מישן, טראמפ, ביידן, פוטין, זשימפינג... פארפאלן, ער האט פריאריטעטן...

-

אבער וואו שטייט דען אז מ'טאר נישט ליינען א צייטונג אין יחוד שטיבל?
אם אסק שמים שם אתה - ואציעה שאול הנך
אוועטאר
לייבל פריש
שר חמש מאות
תגובות: 939
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 09, 2023 12:14 am

Re: עצות לעבודת השם - נאר פאר ערנסט אינטערסירטע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייבל פריש »

יש משהו האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 11, 2023 9:12 am
יא יא....
אוי ווי די באשעפער האט אונז ליב.... ווען אונז וואלטן נאר געוויסט וואלטן מיר זיך שענער אויפגעפירט צו אים.
סתם א געדאנק:
מיר זאגן יעדן טאג ביים דאווענען 'הבוחר בעמו ישראל באהבה'.
רבותי!!!! עס שטייט נישט שבחר בעמו ישראל! אז די אייבישטער האט אונז אויסגעוועלט. לשון עבר.
ניין! עס שטייט הבוחר בעמו ישראל!!! די אייבישטער וועלט אונז אויס!!! לשון הוה!! ידע רגע יעדע מינוט!!! וועלט די אייבישטער אונז אויס. און ס'איז פארשטייט זיך 'באהבה'.
אז מ'האט זיך מתבונן זיין 1 מינוט אין דעים, וועט די 'שמע ישראל' און די 'ואהבת' זיין אנדערש.
אזא מין ווארעמקייט ברענגסטו אריין צו קאכן צום באשעפער מיט א ברען! כה לחי!
קום אריין אין די וועלט פון עבודת השם viewtopic.php?t=62210&start=25
די נסיון און די עצה viewtopic.php?t=62515
אוועטאר
לייבל פריש
שר חמש מאות
תגובות: 939
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 09, 2023 12:14 am

Re: עצות לעבודת השם - נאר פאר ערנסט אינטערסירטע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייבל פריש »

טייוועלט האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 11, 2023 10:26 am
אלע געדאנקען זענען הייליג און ליכטיק, אבער, ארבעטן קען מען אדער ווי א פערד אדער ווי א מענטש.
א פערד שמייסט מען ער זאל גיין, אז דו הערסט אים אויף שמייסן הערט ער אויף גיין. א מענטש אין דעם מהלך איז די באדייט אז ער רייסט פון זיך שטיקער. א מענטש וואס וויל אנקומען צום יריד דארף מען נישט שמייסן ער זאל גיין דארט. ס'גייט זיך אליין.

לערנען מוסר ספרים איז הייליג און וואויל, אבער על פי רוב זענען די מוסר ספרים געבויט אויף די יראת העונש חלק, מ'גייט שמייסן. לערנען חסידישע ספרים שטעלט ארויס א יעד, א ציל וואו מען וויל דערגרייכן, און ממילא איז די שמייסן פיל ווייניגער, און צו די זעלבע צייט איז אביסל גרינגער זיך צו האלטן צום מבוקש, וויסנדיק די קרבות אלקים וואס דערווארט אזא איינעם.
זייער גוט ארויסגעברענגט די געדאנק! מיט’ן לערנען ספרי חסידות שפירט מען אז דער באשעפער האט הנאה מיט יעדע כונה טובה, מצוה, און עניין טוב, הכל בכל מכל, משא”כ בספרי מוסר זעהט עס אויס אביסל ווי א שווארצע אידישקייט, אז אויב מ’פאלגט נישט, קומט א גרויסע גיהנום, בבחינת כפה עליהם הר כגיגית...

און לאמיתו של דבר דארף מען האבן ביידע, ווייל צומאל ווען מ’האט א ברענעדיגע ניסיון ה’ יצילנו - שטייט אויך אין חסיד’ישע ספרים - דארף מען כאפן א פחד פון באשעפער, דעמאלטס העלפט נישט אייביג צו טראכטן פון אהבת השם.
ואידך פירושא זיל גמור.
קום אריין אין די וועלט פון עבודת השם viewtopic.php?t=62210&start=25
די נסיון און די עצה viewtopic.php?t=62515
אוועטאר
לייבל פריש
שר חמש מאות
תגובות: 939
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 09, 2023 12:14 am

Re: מעג מען ליינען א צייטונג שבת קודש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייבל פריש »

קוואל וואסער האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 11, 2023 11:13 am
אמאל ביי א שבת צוזאמקונפט פון אזא ארגאניזאציע האט גערעדט א חשובער מגיד איך געדענק שוין נישט ווער, פאר קבלת שבת, און נאכגעזאגט פון א בעל מוסר פון פריערדיגן דור דעם באדייט פון "שבת."

האט ער געזאגט, א איד איז אים געקומען אמאל פרעגן צי מען מעג ליינען א צייטונג אום שבת. בלשונו, "ליינען א צייטונג אויף שבת..."

האט ער אים געענטפערט, איך ווייס נישט צי מקען זאגן איסור גמור, אבער שטעלט דיך פאר...

... דער חתן האט אראפגעטרויטן אויפ'ן גלאז מיט אימפעט און עס גוט צובראכן...

דער עולם ברעכט אויס אין געזאגט, "עוד ישמע בערי יהודא ובחוצות ירושלים..." עס גייט מזל טוב וואונטשן פון אלע זייטן.

חתן כלה זענען אין שפיץ שפיץ פון זייער נייע לעבן כדת משה וישראל, אין זיבעטן הימל...

... קומען אן אין יחוד שטיבל, מגייט אויספאסטן... די שענסטע מינוטן פון לעבן, בס"ד נאר איינמאל אין לעבן...

ביידע נעמען די פלעצער... דער חתן... רוקט אוועק די חלה און עסצייג און אלע גוטע זאכן, און...

ער נעמט ארויס א גרויסן פרישן צייטונג, שפרייט עס אויס אויפ'ן גאנצן טיש כיד המלך, און...

נעמט זיך ליינען בעיון, מישן, ליינען, מישן, טראמפ, ביידן, פוטין, זשימפינג... פארפאלן, ער האט פריאריטעטן...

-

אבער וואו שטייט דען אז מ'טאר נישט ליינען א צייטונג אין יחוד שטיבל?
שמעתי בשם רבי עמרם בלוי זצ”ל וואס האט עס געזאגט אויף א צווייטע זאך, אבער מ’קען עס אויך דא אריינלייגן, אז איינער וואס טוט נישט פאר’ן באשעפער’ס וועגן אדער ווייסט ער נישט די מציאות אדער האט ער נישט די הרגשה אין די זאך, די זעלבע איז מיט הנ”ל.
יישר כח גדול!
קום אריין אין די וועלט פון עבודת השם viewtopic.php?t=62210&start=25
די נסיון און די עצה viewtopic.php?t=62515
אוועטאר
לייבל פריש
שר חמש מאות
תגובות: 939
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 09, 2023 12:14 am

Re: עצות לעבודת השם - נאר פאר ערנסט אינטערסירטע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייבל פריש »

דאנערשטאג בה”ב תשפ"ג
התחדשות שביעית!

אהבת השי"ת לבניו, עם ישראל הקדושים!
אין קדושת לוי פרשת בשלח שרייבט ער אז ס’דא צומאל וואס אונז אידישע קינדער זענען אין א העכערע מדריגה ווי די גרויסע מלאכים!
ויסע מלאך האלהים ההולך לפני מחנה ישראל ויעמוד מאחריהם (שמות יד, יט). דידוע דהמלאכים הם יותר גבוהים מישראל מחמת קדושתם. אפס כשהשם יתברך מראה אהבתו לעמו ישראל ואוהב את ישראל אז ישראל הם למעלה מכל מלאכי מעלה. והנה בעת קריעת ים סוף הראה הקדוש ברוך הוא אהבתו לישראל והיו ישראל למעלה מכולן. וזהו ויסע מלאך האלהים ההולך לפני מחנה ישראל ויעמוד מאחריהם, פירוש שהמלאכים שהולכים לפני מחנה ישראל שהם למעלה ממדריגת ישראל אז בקריעת ים סוף עמדו אחר מדריגת ישראל שישראל היו למעלה מן המלאכים שהשם יתברך הראה להם אהבתו. עיי”ש.

יישר כח פאר אלע וואס ברענגען ארויף שיינע זאכן אין עבודת השם! כי הם חיינו ואורך ימינו ובהם נהגה יומם ולילה! כד יתבין ישראל ועסקין בשמחת התורה, קוב”ה אומר לפמליא דיליה, חזו בני חביבי וכו’!

א פרייליכן שבת קודש!

נ. ב. כ’וויל נאך שרייבן מארגן ערב שב”ק אינדערפרי, רבותי רופט ענק אן מיט א נושא וואס הייבט זיך אן מיט’ן אות א’. יישר כחכם!
קום אריין אין די וועלט פון עבודת השם viewtopic.php?t=62210&start=25
די נסיון און די עצה viewtopic.php?t=62515
רבותינו
שר האלפיים
תגובות: 2680
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 22, 2021 1:00 pm

Re: עצות לעבודת השם - נאר פאר ערנסט אינטערסירטע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבותינו »

יש משהו האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 11, 2023 9:12 am
יא יא....
אוי ווי די באשעפער האט אונז ליב.... ווען אונז וואלטן נאר געוויסט וואלטן מיר זיך שענער אויפגעפירט צו אים.
סתם א געדאנק:
מיר זאגן יעדן טאג ביים דאווענען 'הבוחר בעמו ישראל באהבה'.
רבותי!!!! עס שטייט נישט שבחר בעמו ישראל! אז די אייבישטער האט אונז אויסגעוועלט. לשון עבר.
ניין! עס שטייט הבוחר בעמו ישראל!!! די אייבישטער וועלט אונז אויס!!! לשון הוה!! ידע רגע יעדע מינוט!!! וועלט די אייבישטער אונז אויס. און ס'איז פארשטייט זיך 'באהבה'.
אז מ'האט זיך מתבונן זיין 1 מינוט אין דעים, וועט די 'שמע ישראל' און די 'ואהבת' זיין אנדערש.
די בעש"ט האט געזאגט אז ווען מוועט מאריך זיין אין אהבה רבא וועט משיח קומען

האט א צווייטע צדיק מסביר גוועהן א כוונה אין די ווערטער פון די בעש"ט

אז ווען מוועט מאריך זיין מיט מחשבות ווי שטארק די באשעפער האט ליב יעדע איד דאס גייט ברענגען משיח
אוועטאר
לייבל פריש
שר חמש מאות
תגובות: 939
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 09, 2023 12:14 am

Re: עצות לעבודת השם - נאר פאר ערנסט אינטערסירטע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייבל פריש »

רבותינו האט געשריבן: פרייטאג מאי 12, 2023 1:11 pm

הערליכער געדאנק, נאך אזעלכע? דער עולם האט זיכער הנאה, אזעלכע און דומה צו דעם.
גוט שבת!
קום אריין אין די וועלט פון עבודת השם viewtopic.php?t=62210&start=25
די נסיון און די עצה viewtopic.php?t=62515
אוועטאר
לייבל פריש
שר חמש מאות
תגובות: 939
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 09, 2023 12:14 am

Re: עצות לעבודת השם - נאר פאר ערנסט אינטערסירטע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייבל פריש »

לכבוד ערב שב”ק, עטליכע מינוט פאר’ן זמן שבת.
התחדשות שמינית!

רבותי! יעדע איד קען נוצן חיזוק אינעם נושא פון ”אמת בלבבו!”,
מ’זאגט דאך ביים דאווענען, ודובר אמת בלבבו.

טראכטן אמת’דיג איז א לאנגע ארבעט... הלואי שנזכה לזה, אמן!
מ’קען דאך דערווייל מתפלל זיין דערויף!

גוט שבת קודש!
קום אריין אין די וועלט פון עבודת השם viewtopic.php?t=62210&start=25
די נסיון און די עצה viewtopic.php?t=62515
אוועטאר
המברך יתברך
שר שמונת אלפים
תגובות: 8425
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע:מאנסי נוא יארק

Re: עצות לעבודת השם - נאר פאר ערנסט אינטערסירטע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

ומענין לענין שלא באותו דמיון, לאמיר לייגן איין קאפיטל פון דעם ספר.

חלק ד' קאפּיטל ב: צעברעך "איין" שוואכקייט!
אן עקסערסייז צו צעברעכן שווערע מידות און געוואוינהייטן
מיר האבן אויפגעכאפּט דעם מהלך פון "תקיפות-הכנעה" אנשטאט "עקשנות", מיר האבן שוין אפילו צוריקגערעכנט אז אין יעדן פאל וואס מיר זענען געווען געשטראנדעט, איז עס בעל כרחך געווען איינס פון די פארמען פון "עקשנות". און מיר האט שוין אפילו אפּגעמאכט אז פון היינט און ווייטער וועלן מיר נאר גיין מיט'ן מהלך פון אברהם אבינו (ח"ג קאפּיטל ג) פון תקיפות און הכנעה אינאיינעם, וואס דאס צעברעכט שוין אויטאמאטיש דאס עקשנות, און געט כח פאר'ן מענטש צו ערפילן זיינע אויפגאבן.
מיר האט עס שוין אפילו אביסל אריינגעברענגט אין די געפילן: מיר גלייכן עס, מיר זענען מקפיד דערויף, שטאלץ דערמיט, גרייט צו פארטיידיגן, אויסלויבן, שטיין דערויף, אויספירן, און אויספאלגן.
– מיט דעם אלעם פאדערט זיך "עקסערסייז". אזויווי דער חינוך זאגט אין פר' בא (מצוה טז) אז די מעשים האבן א מורא'דיגע השפעה אויף א מענטש. די פעולות העלפן, אז די טבעים וואס האבן שייכות מיט די מעשים באקן זיך אריין אינעם סיסטעם.
צעברעכן טבע?
א קליינע הקדמה: פון חז"ל ביז שפּעטער, טרעפן מיר אסאך רעדן וועגן "צעברעכן" טבע. עס זענען דא גענוג באקאנטע לשונות פון שבירת המידות און שבירת התאוות, איזה גיבור הכובש את יצרו (אבות פ"ד מ"א) אא"וו. און דער מדובר איז זיך צו צוריקהאלטן אפילו פון וואס מ'מעג.
לכאורה מוטיגט מען דאס גיין אפילו אקעגן דעם מענטשליכן נאטור, למשל, פארמערן תעניתים און סיגופים, ווייניג עסן און ווייניג שלאפן.
אבער נישט פאר יעדן וועט עס העלפן.
– פארוואס קען איך עס נישט טון? איך בין עפּעס א ראזשינקע?
– לאמיר עס קלארמאכן. ווען אונזער תקיפות איז גענוג שטארק צו פארנעמען דאס גאנצע וואג פון אונזער לעבן, און דאס לעבן פאנגט שוין אָן צו פילן אביסל צו גרינג, וועט דאס אונטערנעמען שווערערע אויפגאבעס, ארויפלייגן דערויף מער וואג און גאר פועל זיין עס צו פארשטערקערן. פּונקט אזויווי פיזישע עקסערסייז וואס קומט מיט שווערע ארבעט, פארשטערקערט גאר די מוסקלען, אזוי העלפט שווערע געפילישע ארבעט לגבי די נערוון.
אויב אונזער די תקיפות איז אמת'דיג געזונט, און ריין פון אלע קראצענישן, קען מען עס פארשטערקערן מער דורך ברעכן טבע (מיט רשות פון א מורה דרך). א שטארקע יסוד פון אנטשלאסענע געטריישאפט צו השי"ת, באזיגט יעדער תאוה אדער אנדערע רייץ.
אבער ווילאנג מיר שפּירן נאך אָנגעצויגנקייט, כעס, אומפארגינערישקייט, אדער אפילו א כראנישע נייגער, איז פשט אז אונזער כח פון תקיפות איז נאך צו שוואך פאר דעם.
ווילאנג קריטיק איז אונז א שכיח'דיגער רעאקציע, פארשטערקערן מיר נישט קיין תקיפות דורך געוועלטיגן אויף די צרכי הגוף. אדרבא, מיר פּייניגן זיך און פארמערן קריטיק וואס צעברעכט אונזער כח.
ברעכן איין געוואוינהייט
דערווייל לאמיר אזויפיל תקיפות יא האבן, צו מודה זיין אין אונזער אמת'ע מצב. מיר זענען נישט קליינע קינדער, וואס דארפן כאפּן פויגלען.
אבער פטור בלי כלום אי אפשר. אפילו מיר שפּרינגען נישט זיך צו פארמעסטן מיט טבע, מעגן מיר נאך מנצח זיין אזא שוואכקייט אדער "משוגעת" וואס מיר ווילן סייווי פטר'ן. ווען אזא זאך ווערט צעבראכן בעז"ה מאכט עס אונז יא שטארק.
מיר קענען אפירנעמען אזא נושא ווי א כראנישקייט פון "שמועסן", וואס האלט מיך איינגעשפּארט פאר שעות ארוכות. מיר פּלאגן זיך צו אפּגעוואוינען דערפון, און אפשר יעצט וועלן מיר מצליח זיין.
לאמיר עס צענעמען. דער חלק ה'געשמאק' פון שמועסן שטאמט פון "הוד", וואס שטייט פאר: צויבער, געשמאק, און איבערראשונג . ווען ס'איז צייט דערפאר איז גוט. איך וויל אבער "אפּברעכן" די "כראנישקייט" דערפון.
'כראנישקייט' איז אייביג די עקשנות'דיגע הכנעה. אז איך 'דארף' שמועסן, איז פשט אז איך בין ל"ע א "נצרך". איך קען מיך נישט קיין עצה געבן אנדערש, און איך דריי מיך ארום זוכנדיג צו ערפילן מיין צורך. קראנק!
אלזא, מיין "הודאה" דארף איך נישט פארלירן, נאר איך קען עס פּלאצירן ערגעץ אנדערש, ווי איידער דארט ווי איך קען מיך פארלירן. לאמיר דאווענען און לערנען מיט געשמאק און צעקושן יעדעס ווארט, אויך קאמפּלימענטירן און דאנקען פאר יעדן וואס געט מיר עפּעס, דאס געט מיר דעם זעלבן געפיל אין א בעסערן פארמאט. פיין. מסודר.
הכנעה קען איך בעז"ה עקסטער מסדר זיין. די הכנעה זאגט "איך פיל אומבאהאלפן!" די פּינקטליכקייט צווינגט מיך אריין דערין און פון דער אנדערער זייט, קריטיקירט עס נאך זאגנדיג: "איך פיל נישט גוט מיט דעם, איך זוך דא עפּעס א נארישע זאך צו ערפילן מיין אומבאהאלפנקייט. ס'ארבעט נישט, און ס'מאכט מיך פילן נאך מער אומבאהאלפן!". אבער וויבאלד די צוויי מידות זענען פארקלעבט אלס עקשנות, איז נישטא קיין וועג ארויס.
אצינד וועלן מיר אריינברענגען א דריטע שורש מידה "תקיפות", וואס זיינע געפילן העלפן צום נויטיגן טויש: "איך וועל באמת פילן גוט אז איך האב געווינען דעם יצר הרע. דעם וואס קיינער קען נישט ריכטיג באזיגן. איך אויך נישט. דאסמאל איז עס אבער ב"ה יא געלונגען, אבער מיט'ן גאנצן קנאק. נישטא קיין גרעסערע סיפוק פון דעם".
לעולם ירגיז אדם יצר טוב על יצר הרע, נצחו מוטב (ברכות ה.). מיר קענען גוט דעם יצר הרע וואס קומט אייביג אין די קריטישסטע צייט מיט די געפערליכסטע זאכן, וואס קען זיין בעסער ווי באזיגן 'אים'? א מחיה! יעצט האבן מיר צעבראכן איין שלעכטע מידה, אפשר באלד וועט מען צעברעכן נאך עפּעס.
תמצית: 1) א ביישפּיל פון א כראנישע געוואוינהייט, וואס קען בעז"ה געלייזט ווערן דורכ'ן אויפברעכן די שורש מידות. 2) א וויכטיגע אויפמערקונג וועגן דעם ענין פון גיין אקעגן דעם נאטור, אז מ'קען עס נאר טון נאכדעם וואס די מידה פון תקיפות איז געזונט און שטארק.
אוועטאר
טייוועלט
שר העשר
תגובות: 29
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 08, 2023 12:05 pm

Re: עצות לעבודת השם - נאר פאר ערנסט אינטערסירטע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טייוועלט »

רוב מנין ובנין פון כלל ישראל, אז דו וועסט זיי פרעגן "ביזט צופרידן מיט וואו דו ביזט אין עבודת השם" וועט די ענטפער זיין נעגאטיוו, אדער כאטש נישט פאזיטיוו. יעדער איינער האט נאך ווי ער קען זיך מתקדם זיין אין עבודת השם און ווערן בעסער. איינער וואס איז צופרידן מיט זיין דררגא אין עבודת השם איז געווענליך אין יאושדיגע דרגא און האפט אז אפשר אפשר איז די דרגא ווי ער שטייט יעצט, די דרגא וואו ער דארף זיין. אבער באופן כללי איז נישטא א איד וואס קען נישט און וויל נישט בעסער ווערן בעבודת השם. און דאס איז וואס זען אז אידן זענען מקבל אויף זיך קבלת טובות ווען אימער, אמאל האלט עס פאר א טאג, א וואך צו אפילו גאנצע 40 טעג, אבער ווען עס זאל נישט זיין, ביי א געוויסע שטאפל וועלן רוב פון אונז זיך טרעפן צוריק דארט ווי זיי האבן אנגעהויבן.

די מענטש, וואס פארקערפערט אין זוך עטליכע טיילן, קעגנזייטיגע טיילן, איז אלס אין א מלחמה צושטאנד. עס זענען פאראן פארשידענע פראבלעמען וואס שטערט א מענטש זיך צו מתקדם זיין בעבודת השם, און ווי די צייט און מח וועט ערלויבן וועט מען בעז"ה קענען שרייבן אביסל להגדיל תורה ולהאדירה. אז אנדערע האבן וואס מוסיף צו זיין, אדרבה ואדרבה, בא ללמוד ונמצא למוד.

די ערשטע פראבלעם איז אפילו אלע פון אונזערע ספרי יראה וחסידות זענען כולל אין זיך פילע עצות פאר פילע מענטשן, איז קיין איין ספר נישט געשריבן געווארן דירעקט פאר מיר און נאר מיט זאכן וואס איך דארף הערן. דערפאר איז שווער פאר א מענטש ווי מיר צו קענען עפענען ספר פלוני און אנהייבן פון אנהייב ביזן סוף, און יעדע זאך זאל זיין עפעס וואס רעדט אינגאנצן צו מיר.
פונקט ווי פרצופיהם זענען נישט גלייך, אזוי אויך די דעת.

א ספר וואס האט געהאלפן פאר איינער מוז נישט זיין עס וועט העלפן פאר מיר. א ספר וואס האט מיר געהאלפן מוז נישט עס וועט העלפן פאר אנדערע.

דאס אז עס נישט קיין הכרח צו טרעפן די ריכטיגע ספר גלייך, וואס אין רעזולטאט קען מען צומאל פארלוירן ווערן צווישן איין ספר און די צווייטער, וועלכע דארף איך לערנען, דאס אליין אל תזניח ידך, ווייל דאס איז א חלק צוצוקומען צום מטרה.

לאמיר זען די פידבעק פון די עולם וועט מען זיין האיך להמשיך
אייוועלט אָן אַן איי איז אזויווי טייוועלט אָן קיין טיי
אוועטאר
המברך יתברך
שר שמונת אלפים
תגובות: 8425
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע:מאנסי נוא יארק

Re: עצות לעבודת השם - נאר פאר ערנסט אינטערסירטע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

וואס טוט זיך מיט א ספר וואס איז טאקע מסביר אט דאס. וואו דו שטייסט און וואס איז דיין קומענדיגע שריט?
אוועטאר
טייוועלט
שר העשר
תגובות: 29
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 08, 2023 12:05 pm

Re: עצות לעבודת השם - נאר פאר ערנסט אינטערסירטע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טייוועלט »

די דרך המסילה איז נישט די זעלבע פאר יעדן. יעדער איינער האט אנדערע שאיפות און אנדערע פארגאנגענהייטן. א ספר וואס זאל קענען אנצייגן וואו דו שטייסט איז א ספר וואס דו אליין פארפאסט. ספרים קענען דיר אויסלערנען באופן כללי וויאזוי דו זאלסט אליין קענען זען וואו דו שטייסט, אבער קען דיר נישט אנצייגן וואו פונקטליך דו שטייסט. פארדעם דארף מען א רבי וואס זאל קענען סיי דיר און סיי די ספרים, דיר צו קענען ווייזן וואו פונקטליך דו שטייסט.
אייוועלט אָן אַן איי איז אזויווי טייוועלט אָן קיין טיי
אוועטאר
המברך יתברך
שר שמונת אלפים
תגובות: 8425
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע:מאנסי נוא יארק

Re: עצות לעבודת השם - נאר פאר ערנסט אינטערסירטע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

ניין, נישט איך האב עס פארפאסט.
אוועטאר
טייוועלט
שר העשר
תגובות: 29
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 08, 2023 12:05 pm

Re: עצות לעבודת השם - נאר פאר ערנסט אינטערסירטע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טייוועלט »

איך ווייס נישט צו וואו דו צילסט, אבער וואס איך האב יא געזען איז די הקדמה צום תניא וואו ער איז מאריך אין דעם פראבלעם אז די ספרי יראה זענען נישט געבויט באופן פרטי. אדרבה, זאג דו מיר פון וועלכע ספר דו רעדסט, וואס מתוך דבריך נראה אז עפעס ווילסטו צוקומען צו
אייוועלט אָן אַן איי איז אזויווי טייוועלט אָן קיין טיי
אוועטאר
המברך יתברך
שר שמונת אלפים
תגובות: 8425
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע:מאנסי נוא יארק

Re: עצות לעבודת השם - נאר פאר ערנסט אינטערסירטע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

המברך יתברך האט געשריבן: מוצ"ש מאי 13, 2023 10:49 pm
ומענין לענין שלא באותו דמיון, לאמיר לייגן איין קאפיטל פון דעם ספר.
אוועטאר
לייבל פריש
שר חמש מאות
תגובות: 939
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 09, 2023 12:14 am

Re: עצות לעבודת השם - נאר פאר ערנסט אינטערסירטע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייבל פריש »

ווייטער נישט עכט פאר מיין עבודה ווייל איך פארשטיי נישט נאמבערס מיט קבלה.
אבער לגבי אופן פרטי, וויאזוי זיך צו פירן פונקטליך, האסט שוין אמאל געזעהן א ערליכער איד צי א אדמו"ר וואס זאל זיין צו’חוש’ט און צומישט?
דהיינו היות ער לערנט און דאוונט איז ער נישא צומישט, די איינציגסטע זאך וואס מאכט א מענטש צומישט און ער ווייסט נישט פונקטליך וואס צו טוהן נעקסט, איז ווייל עפעס פארפעלט ער פון די עיקרי היהדות ודו”ק, דאס הייסט, אדער היט ער זיך נישט אינגאנצן בקדושת ישראל וכו’, אדער אין תפלה בציבור, אדער מיט’ן נישט לערנען קיין תורה מיום כיפורים זה עד יום כיפורים וכו’.

ס’ליגט דא אויך אביסל א מוסר’דיגע טוויסט אבער כוונתי לקרב ולא לרחק ח”ו!
קום אריין אין די וועלט פון עבודת השם viewtopic.php?t=62210&start=25
די נסיון און די עצה viewtopic.php?t=62515
אוועטאר
טייוועלט
שר העשר
תגובות: 29
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 08, 2023 12:05 pm

Re: עצות לעבודת השם - נאר פאר ערנסט אינטערסירטע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טייוועלט »

אזויווי ר' לייבל שרייבט, די נומערן און הויכע אניאגראם זאכן האט אפשר א שייכות מיט מיר, אבער וויאזוי? נישט קלאר פונקטליך.

איך זאג די ווארט יעדער, אבער איך מיין בעיקר מיר.
יעדער וויל זיין בעסער, אבער מ'מייינט אז ס'איז א גרינגע ארבעט. מ'דארף טרעפן די ריכטיגע ספר, דורכלערנען איין צוויי מאל און שוין, איך בין אן עובד. די מציאות איז אבער אז עס ארבעט פשוט נישט אזוי. אן עובד ה' איז שטענדיג אן עובד. אן עובד וואס ארבעט נישט איז נישט קיין עובד. יעדער האט זיך זיינע עליות און ירידות. מ'דארף נאר טרעפן די ריכטיגע מהלכים און כלים צו שטענדיג טוהן וואס עס איז ריכטיג
אייוועלט אָן אַן איי איז אזויווי טייוועלט אָן קיין טיי
אוועטאר
טייוועלט
שר העשר
תגובות: 29
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 08, 2023 12:05 pm

Re: עצות לעבודת השם - נאר פאר ערנסט אינטערסירטע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טייוועלט »

דביקות איז א זאך וואס אונז אלע ווילן מיר צוקומען צו, אבער די פראבלעם הייבט זיך אן ווען דו טראכט אריין וואס איז דאס דביקות.

ממשיך זיין אן אנדערע מאל
אייוועלט אָן אַן איי איז אזויווי טייוועלט אָן קיין טיי
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”