עצות לעבודת השם - נאר פאר ערנסט אינטערסירטע!

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
לייבל פריש
שר חמש מאות
תגובות: 939
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 09, 2023 12:14 am

עצות לעבודת השם - נאר פאר ערנסט אינטערסירטע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייבל פריש »

קטנתי וגם חונכתי, און אויסגעוואקסן קינדערישע געדאנקען פון ארומבארדענען, מ’דארף זיך מיישב זיין אביסל, יעצט ווער וועט זיין מורה דרך אין רוחניות?? יעדן טאג געהערט פרישע שיעורים, דרשות, געדאנקען, משלים ועוד וכו’, נישט אלעמאל געשפירט אמת’ע חיזוק, סיפוק, אין מיין אידישע לעבן אויפן כדור הארץ, בינעך ביסלעכווייז געקומען אביסל צו אן החלטה’לע (זייענדיג נישט אזוי זיכער מיט זיך אליינס, ווי יעדעם...), אולי ברויך איך אויפהערן אויסהערן שיינע געדאנקען, מליצות, גימטריות, פשוט לערנען תורה, וואס יעדע אידיש קינד קען דערצו אויף א געוויסע וועג דערגרייכן... איי וויאזוי? דערפאר דארף מען אויך לערנען תורה... ווייל די תורה איז א וועג ווייטער אויך פאר די וואס ווילן לערנען וכו’ ודו”ק.

עד כאן איז מיין פשוט’ע אבער העכסט וויכטיגע מעסעדזש צום אנהייב פון א נייע אשכול (נאך פאר’ן שרייבן ”בכלל” אין אייוועלט!!!) ווייל מיין נשמה זוכט און הונגערט פאר עכט לעבן און טראכטן תורה און אמונה בהשם יתברך! אדרבה ווער ס’זוכט דאס גלייבן איז מכובד ארויפצוקומען, דא רעספעקטירן מען יעדער דורש ומבקש, כ’וויל נאר בעטן די שפראך ”דא” זאל נישט זיין די אלגעמיינע שפראך פון אונזערע שכנים דא אויף אייוועלט, איש איש בשמו הטוב יבורך! נאר דא זאלן ארויפקומען אידן וואס קענען רעדן עבודת השם אויף א לכתחילה’דיגע וועג פון דינען דעם הייליגן באשעפער.
עצות זענען עקסעפטע”ד פון יעדע ערליכע משפיע וואס דער יהדות החרדית פארמאגט, ווילאנג עס גרעניצט זיך נישט אין פאליטיק, לשון הרע, רכילות, חס ושלום.

תקנה גדולה שנו ”כאן”, עצות יפות ונכונות לעבודתו יתברך:
נ. ב. ס’דארף נישט זיין קיין טויזענטער אידן, דער עיקר די איכות זאל זיין כהוגן!
קום אריין אין די וועלט פון עבודת השם viewtopic.php?t=62210&start=25
די נסיון און די עצה viewtopic.php?t=62515
פשוט און גראד
שר מאה
תגובות: 123
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 28, 2019 4:52 pm

Re: עצות לעבודת השם - נאר פאר ערנסט אינטערסירטע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פשוט און גראד »

זייער דערפרישענד די אשכול
אוועטאר
לייבל פריש
שר חמש מאות
תגובות: 939
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 09, 2023 12:14 am

Re: עצות לעבודת השם - נאר פאר ערנסט אינטערסירטע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייבל פריש »

יישר כח.
קום אריין אין די וועלט פון עבודת השם viewtopic.php?t=62210&start=25
די נסיון און די עצה viewtopic.php?t=62515
אברבנלי
שר העשר
תגובות: 41
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אפריל 21, 2023 1:18 am

Re: עצות לעבודת השם - נאר פאר ערנסט אינטערסירטע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אברבנלי »

נו, געגאנגן, הייב אן.
י
שר מאה
תגובות: 179
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אקטאבער 01, 2007 1:29 am

Re: עצות לעבודת השם - נאר פאר ערנסט אינטערסירטע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך י »

אלל אין!!

יו אר אמעיזינג. קוים א ניי געבוירן קינד אויף אייוועלט. און והנה ער זיך נאר דעם באשעפער. קיפ איט אפ.
מלה בסלע שתיקה בתרי
דעת תורה
שר מאה
תגובות: 186
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 06, 2021 11:43 am

Re: עצות לעבודת השם - נאר פאר ערנסט אינטערסירטע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דעת תורה »

אראפ גיין פון אונטערנעט
ותיק וחסיד
שר האלף
תגובות: 1411
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 15, 2016 2:47 pm

Re: עצות לעבודת השם - נאר פאר ערנסט אינטערסירטע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ותיק וחסיד »

וואס איז דאס עבודת השם? עפעס א אנדערע זאך ווי תורה, מצוות און מידות?
אוועטאר
World Champion
שר שלשת אלפים
תגובות: 3505
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 31, 2022 6:20 pm

Re: עצות לעבודת השם - נאר פאר ערנסט אינטערסירטע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך World Champion »

ותיק וחסיד האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 04, 2023 12:11 am

ניין, די וועג צוציקומען צו די תורה וכו'
אונזער גרויסקייט און אונזער שיינקייט וועט נתגלה ווערן ווען משיח וועט קומען!
אוועטאר
לייבל פריש
שר חמש מאות
תגובות: 939
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 09, 2023 12:14 am

Re: עצות לעבודת השם - נאר פאר ערנסט אינטערסירטע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייבל פריש »

ש’כח פאר אלע אידן, לאמיר אנהייבן מיט א שיין חסידי’ש ווארט, די גמרא זאגט אז ”מל ולא טבל כאילו לא מל”, זעהט מען אז מיט איין טבילה קען מען ווערן פון א גוי צו א איד, כל שכן אז מען קען ווערן פון א איד, א בעסערע ערליכערע איד!
געגאנגען צו הערות והארות, און יעדער איז מכובד צו אנהייב א אנדערע ענין אויך, דער עיקר איז חיזוק לעבודת השם מיט א פרישקייט!
קום אריין אין די וועלט פון עבודת השם viewtopic.php?t=62210&start=25
די נסיון און די עצה viewtopic.php?t=62515
מתעלם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 499
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 27, 2022 8:49 pm

Re: עצות לעבודת השם - נאר פאר ערנסט אינטערסירטע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתעלם »

אייוועלט איז נישט צעטיילט אין צוויי. ס'איז אלעס כולם אהובים כולם ברורים. אביסל רעדט מען נייעס און ביזנעס, און די איבעריגע געט מען פאר תורה ועבודה.

אבער אז מ'שרייבט שוין, לאמיר שרייבן צוויי געדאנקען אין וואס אני הקטן אליין דארף חיזוק, איז לאמיר זיך צוזאמען מחזק זיין.

1) שיוויתי ה' לנגדי תמיד. טראכטן פונעם אייבירשטן. ס'איז דאך אן הלכה אין שולחן ערוך, און ס'ברענגט דאך אזא קרבת אלוקים! און מ'דארף נישט טראכטן טיף, מ'דארף פלעין טראכטן "אייבירשטער"! "ביזט דא". און דער טאג איז אן אנדערע טאג.

2) זיין א בן תורה. די חילוק פון א בן תורה וואס האט א דזשאב, און אן ארבייטארער זייער בולט, בעיקר, צי ווען דער מענטש האט א פרייע רואיגע מינוט, קומט אים אין באטראכט צו נעמען גמרא, אדער א סימן אין שלחן ערוך. אדער ער האט זיין שיעור, און דאס איז עס. אז ער נעמט א ספר איז דאס א חומש צי א מוסר/חסידיש ספר. אוודאי איז אלעס חשוב, אבער מ'דארף ליגן אין לערנען, אז ווען מ'האט א מסכתא וואס מ'לערנט זאל מען זיין דערביי אינגאנצן. ס'זאל א אייגן געשעפט. און ווען מ'האט אן איבעריגע מינוט, חזר'ט מען א בלאט. אפילו א שווערע. לערנט מען א תוספות. וכדומה.

וה' יהא בעוזרינו.
אוועטאר
לייבל פריש
שר חמש מאות
תגובות: 939
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 09, 2023 12:14 am

Re: עצות לעבודת השם - נאר פאר ערנסט אינטערסירטע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייבל פריש »

איך ווייס נאכנישט וויאזוי צו ענטפערן אויף א ספעציפישע זאך, קוקט מיר נישט אן מאדנע.
לכבוד ”מתעלם”, יישר כח גדול, הערליכע געדאנקען, ס’איז שייך פאר יעדן איינעם, וזה העיקר באשכול זו.
קום אריין אין די וועלט פון עבודת השם viewtopic.php?t=62210&start=25
די נסיון און די עצה viewtopic.php?t=62515
אוועטאר
לייבל פריש
שר חמש מאות
תגובות: 939
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 09, 2023 12:14 am

Re: עצות לעבודת השם - נאר פאר ערנסט אינטערסירטע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייבל פריש »

לגבי א מסכתא בקביעות, איך האב א עולם הבא (והזה...) מסכתא, ברוך השם פאר דעם!
קום אריין אין די וועלט פון עבודת השם viewtopic.php?t=62210&start=25
די נסיון און די עצה viewtopic.php?t=62515
אוועטאר
לייבל פריש
שר חמש מאות
תגובות: 939
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 09, 2023 12:14 am

Re: עצות לעבודת השם - נאר פאר ערנסט אינטערסירטע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייבל פריש »

על הנ”ל אויב עבודת השם איז עפעס אנדערש פון תורה, מצוות, ניין! ווי גייט די אויסדרוק:"מ’איז געקומען אויף די וועלט צו ארבעטן”. דאס מיינט בוודאי עבודת ה’.
קום אריין אין די וועלט פון עבודת השם viewtopic.php?t=62210&start=25
די נסיון און די עצה viewtopic.php?t=62515
יין רב
שר מאה
תגובות: 163
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 16, 2022 9:19 pm

Re: עצות לעבודת השם - נאר פאר ערנסט אינטערסירטע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יין רב »

מזאגט יעדן טאג ביים דאווענען יהי חסדך ה’ עלינו כאשר יחלנו לך
עברי טייטש (כהאב נאכנישט אריינגעקוקט אין די מפורשים על אתר) מיינט עס זאל די חסד פונעם אייבערשטן זיין מיט אונז אזויווי מיר האבן געהאפט צי די, סהייסט אזוי : לויט וויפיל בטחון מהאט אזויפיל בעטן מיר פונעם אייבערשטן חסדים, אז איינער האט 100 בטחון העט ער באקומען 100 חסדים, און אויב נאר 80 וועט זיין 80 וכו’

שטעלט זיך די פראגע, יודע לב מרות נפשו ליידער האבן מיר אסאך צי ארבעטן אויף שלימות הבטחון ממילא קען ח”ו זיין א קללה דאס אז די חסד ה’ וועט נאר זיין לויט די פיצעלע מאס בטחון וואס מיר האבן?

נאר פשט איז פארקערט מיר בעט דא אויף בטחון, יהי חסדך ה’ עלינו כאשר יחלנו לך אז די חסד ה’ מיט אונזער בטחון זאל זיין די זעלבע מאס. equal בלע”ז, און דער חסד ה’ איז דאך ממילא אויף אונז בלי גבול אזויווי מזאגט ביי תפלת מודים, ממילא בעטן מיר אז מיר זאלן האבן אויך בטחון בלי גבול אזויווי די חסד ה’

דערנאך בעטן מיר אבער הראנו ה’ חסדיך אפי’ מיר גלייבן טאקע אז אלץ איז חסדים זאל אבער דער אייבערשטער העלפן אז סזאל זיין חסדים גלוים נישט נאר נסתרים
י
שר מאה
תגובות: 179
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אקטאבער 01, 2007 1:29 am

Re: עצות לעבודת השם - נאר פאר ערנסט אינטערסירטע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך י »

ותיק וחסיד האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 04, 2023 12:11 am
וואס איז דאס עבודת השם? עפעס א אנדערע זאך ווי תורה, מצוות און מידות?
בדרך צחות (מילתא בדיחתא פארן לערנען) צו ארבטן אויפן נאמען...
מלה בסלע שתיקה בתרי
נזר הנבונים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 338
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 01, 2020 1:36 am

Re: עצות לעבודת השם - נאר פאר ערנסט אינטערסירטע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נזר הנבונים »

ותיק וחסיד האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 04, 2023 12:11 am
וואס איז דאס עבודת השם? עפעס א אנדערע זאך ווי תורה, מצוות און מידות?
עבודת השם מיינט: דינען דעם אייבערשטן. האסט נישט געוויסט? אוואדע האסטו געוויסט.

סשטייט דא אבער גאנץ א שטארקע שאלה, מען רעדט פון דאווענען פן לערנען און פון עבודת השם, וואס איז דאס עבודת השם?

אבער סאיז נישט אזא קאמפליצירטע הסבר, די אלף בית פון די הסבר האט שוין לכאורה יעדער געהערט, אבער ווי מער מען טראכט אריין אין די הבנה דערפון וועט מען אלס מער שטייגן אין... יא, עבודת השם.

דער בני יששכר ברענגט פון חובת הלבבות אז א עבד ווייסט יעדער אז ער איז פולי משעובד צו זיין האר, זיין גאנצן אנוועזנהייט איז געבינדן צום הער, אפילו יעצט אויפן מינוט שטייט ער ליידיג, אבער ער איז פולקאם גרייט אויב זיין האר גייט אים ארויסגעבן א באפעל, און ווען ער טוט די עבודה וועט ער נאר זיכער מאכן אז דער הער זאל זיין ציפרידן אויפן בעסטן פארנעם.

מיר זענען עבדי השם, מקען דאווענען און לערנען, און דער באשעפער איז אפילו העכסט ציפרידן דערפון, האסט געטוען וואס דו דארפסט. אבער צו זיין אן עבד השם אויף א ריכטיגן פארנעם, פעלט זיך אויס אז דאס דאווענען לערנען און מצוות זאלן זיין "עבודת השם" דאס ארבעט פארן באשעפער, דער הער.

דעי יסוד קען מען אריינטראכטן ווען אימער מען דערמאנט זיך נאר דערפון. זאל עס זיין פארן דאווענען אדער אינמיטן דאווענען, סאיז קיינמאל צו שפעט, סתם אזוי אינמיטן טאג, איך בין דעם אייבערשטנס א קנעט, כבין גרייט פאר אים. און דעמאלסט גייט אלעס אנדערש, סזעצט זיך גרינגער צום לערנען, אמער איך טו יעצט דעם רצון השם, און בשעתן לערנען אויב קען דיר אינמיטן בייפאלן די מחשבה איז דאס נישט מער און נישט וויניגער ווי ריין "תורה לשמה"וואס קען זיין מער פון דעם. די עקר איז אז די מחשבה דארף מען כסדר ארויפברענגען צום אויבערפלאך, און עס דערהייבט דעם בשר ודגים צו א מער רוחניותדיגע חפץ.

און צום פותח האשכול, א ריזן שכוח פא די איידיע, דיין זכות איז גרויס, א יוד האט א ליידיגע מינוט און לאנדעט אויפן אייוועלט און טרעפט זיך מיט דעם געהענגל, און עפנט זיך אביסל די אויגן, אה, זכאה חולקנך!
intellectual
שר חמש מאות
תגובות: 925
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג סעפטעמבער 11, 2020 1:56 pm

Re: עצות לעבודת השם - נאר פאר ערנסט אינטערסירטע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך intellectual »

יין רב האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 04, 2023 12:42 am
מזאגט יעדן טאג ביים דאווענען יהי חסדך ה’ עלינו כאשר יחלנו לך
עברי טייטש (כהאב נאכנישט אריינגעקוקט אין די מפורשים על אתר) מיינט עס זאל די חסד פונעם אייבערשטן זיין מיט אונז אזויווי מיר האבן געהאפט צי די, סהייסט אזוי : לויט וויפיל בטחון מהאט אזויפיל בעטן מיר פונעם אייבערשטן חסדים, אז איינער האט 100 בטחון העט ער באקומען 100 חסדים, און אויב נאר 80 וועט זיין 80 וכו’

שטעלט זיך די פראגע, יודע לב מרות נפשו ליידער האבן מיר אסאך צי ארבעטן אויף שלימות הבטחון ממילא קען ח”ו זיין א קללה דאס אז די חסד ה’ וועט נאר זיין לויט די פיצעלע מאס בטחון וואס מיר האבן?

נאר פשט איז פארקערט מיר בעט דא אויף בטחון, יהי חסדך ה’ עלינו כאשר יחלנו לך אז די חסד ה’ מיט אונזער בטחון זאל זיין די זעלבע מאס. equal בלע”ז, און דער חסד ה’ איז דאך ממילא אויף אונז בלי גבול אזויווי מזאגט ביי תפלת מודים, ממילא בעטן מיר אז מיר זאלן האבן אויך בטחון בלי גבול אזויווי די חסד ה’

דערנאך בעטן מיר אבער הראנו ה’ חסדיך אפי’ מיר גלייבן טאקע אז אלץ איז חסדים זאל אבער דער אייבערשטער העלפן אז סזאל זיין חסדים גלוים נישט נאר נסתרים
זייער שיין!

כטראכט אפשר קאן זיין אזוי פשט, מבעט מיר דא אז די אייבערשטער זאל אונז נישט משפט'ן אויף אונזערע מעשים, וויל סוועט נישט טויגן, דער רבוש"ע ווייסט אז מיר ווילן אלע זיין גוט, טיעף אין הארצן האבן מיר אלע שטארקע תשוקות און רצונות , נאר ליידער נישט אלעמאל האמיר די כוחות עס ארויסצוברענגן מכח אל הפועל,

בעטן מיר יהי חסדך השם עלינו כאשר "יחלנו" לך, קוק אויף אונזערע נקודות האמת , אונזער תקווה און צפית לישועה וואס מיר אלע האבן באמת.
אוועטאר
גיכער
שר חמש מאות
תגובות: 544
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 13, 2012 11:32 am

Re: עצות לעבודת השם - נאר פאר ערנסט אינטערסירטע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גיכער »

לייבל פריש האט געשריבן: מיטוואך מאי 03, 2023 11:37 pm
קטנתי וגם חונכתי, און אויסגעוואקסן קינדערישע געדאנקען פון ארומבארדענען, מ’דארף זיך מיישב זיין אביסל, יעצט ווער וועט זיין מורה דרך אין רוחניות?? יעדן טאג געהערט פרישע שיעורים, דרשות, געדאנקען, משלים ועוד וכו’, נישט אלעמאל געשפירט אמת’ע חיזוק, סיפוק, אין מיין אידישע לעבן אויפן כדור הארץ, בינעך ביסלעכווייז געקומען אביסל צו אן החלטה’לע (זייענדיג נישט אזוי זיכער מיט זיך אליינס, ווי יעדעם...), אולי ברויך איך אויפהערן אויסהערן שיינע געדאנקען, מליצות, גימטריות, פשוט לערנען תורה, וואס יעדע אידיש קינד קען דערצו אויף א געוויסע וועג דערגרייכן... איי וויאזוי? דערפאר דארף מען אויך לערנען תורה... ווייל די תורה איז א וועג ווייטער אויך פאר די וואס ווילן לערנען וכו’ ודו”ק.

עד כאן איז מיין פשוט’ע אבער העכסט וויכטיגע מעסעדזש צום אנהייב פון א נייע אשכול (נאך פאר’ן שרייבן ”בכלל” אין אייוועלט!!!) ווייל מיין נשמה זוכט און הונגערט פאר עכט לעבן און טראכטן תורה און אמונה בהשם יתברך! אדרבה ווער ס’זוכט דאס גלייבן איז מכובד ארויפצוקומען, דא רעספעקטירן מען יעדער דורש ומבקש, כ’וויל נאר בעטן די שפראך ”דא” זאל נישט זיין די אלגעמיינע שפראך פון אונזערע שכנים דא אויף אייוועלט, איש איש בשמו הטוב יבורך! נאר דא זאלן ארויפקומען אידן וואס קענען רעדן עבודת השם אויף א לכתחילה’דיגע וועג פון דינען דעם הייליגן באשעפער.
עצות זענען עקסעפטע”ד פון יעדע ערליכע משפיע וואס דער יהדות החרדית פארמאגט, ווילאנג עס גרעניצט זיך נישט אין פאליטיק, לשון הרע, רכילות, חס ושלום.

תקנה גדולה שנו ”כאן”, עצות יפות ונכונות לעבודתו יתברך:
נ. ב. ס’דארף נישט זיין קיין טויזענטער אידן, דער עיקר די איכות זאל זיין כהוגן!
קודם ברויך מען בעטן די מנהלים אריבע ציפירן דעם אשכול אין בית מדרש אריין, דא אין פאליש ווערט מען געשטערט פינעם עולם וואס ליפטערט זיך אביסל אויס נאך א שווערע טאג ארבעט צי האבן כח צי דינען דעם הייליגן בורא,
צווייטענס בינעך נישט אזוי זיכער אז דיין החלטה פון נישט הערן שיעורים איז אזוי גיט.. מען דארף נאר וויסן וואס צי הערן, עס איז דא מגידי שיעורים וואס זאגן בעיקר חיזוק און עס איז דא וואס לערנען אויס דעם עבודת ה׳
אז די האסט געעפענט דעם אשכול קיקט אויס ווי די האסט דיר היינט געשפירט זייער אנגעזעצט אויף דיין טריקענע מצב, דיין נשמה איז דארשטעריג פאר איר שפייז, דאס איז א גיטע סימן מאך נאר זיכער עס נישט אנצישטאפן מיט קענדיס און דזשאנק נאר מיט געזינטע נארהאפטיגע שפייז וואס די נשמה האט ליב
א שטייגער א שעה צוויי רציפות גמרא מיט א נעימות אויפ׳ן קול, אדער א דאווענען מיט כוונה פון אנהייב ביזן סוף, אדער זיך צי טוהן חסד, ווער א חסד מעמבער וכדו׳
דערנאך דארפסטו צי פארשטיין אז יעדע זאך וואס א מענטש טוט ווי למשל עסן שלאפן ארבעטן וכדו׳ דאס איז דאך א שטיק עבודת ה׳ אויב מען טוט דאס מיט די ריכטיגע כוונה אזוי ווי עס ווערט אויסגעשמיעסט אין אלע מוסר ספרים, די גאנצע מעת לעת ווערט א שטיק עבודת ה׳

אזוי הייבט מען ציביסלעך אן שפירן א טעם אין אידישקייט,
א גיטע און געשמאקע קוואל צי לערנען איבער עבודת ה׳ אויסער חסידישע ספרים איז הרב ר׳ שמעון שפיצער שליט״א
הונדערטער הינגעריגע אידן פון אלע עידזשעס האבן געטראפן זייער נשמה דורך דעם איד
חזק ואמץ
לעצט פארראכטן דורך גיכער אום דאנערשטאג מאי 04, 2023 8:26 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
לייבל פריש
שר חמש מאות
תגובות: 939
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 09, 2023 12:14 am

Re: עצות לעבודת השם - נאר פאר ערנסט אינטערסירטע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייבל פריש »

יישר כח ”גיכער”.
קום אריין אין די וועלט פון עבודת השם viewtopic.php?t=62210&start=25
די נסיון און די עצה viewtopic.php?t=62515
אוועטאר
לייבל פריש
שר חמש מאות
תגובות: 939
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 09, 2023 12:14 am

Re: עצות לעבודת השם - נאר פאר ערנסט אינטערסירטע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייבל פריש »

כ’האב געקלערט צו דערמאנען יעדן טאג א ענין, פון א געוויסע נושא אין עבודת השם בעשה טוב, קודם וועל איך אנפאנגען על סדר האלף-בית.

התחזקות ראשונה:
אמונה טהורה, שאז היא טהורה מבלי סיג (מצודת דוד תהילים יב ז)
ריינע אמונה איז אינגאנצן ריין!
צדיקים האבן געזאגט אז אמונה איז גלייבן ווי די באבעס האבען געגלייבט, היינו בפשיטות גמור, אנע חכמות עמוקות.
קום אריין אין די וועלט פון עבודת השם viewtopic.php?t=62210&start=25
די נסיון און די עצה viewtopic.php?t=62515
רבותינו
שר האלפיים
תגובות: 2680
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 22, 2021 1:00 pm

Re: עצות לעבודת השם - נאר פאר ערנסט אינטערסירטע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבותינו »

הרה"ק רבי נח לעכאוויטש זי"ע האט געהאט א תלמיד הצדיק רבי ישעי ווילנער זצ"ל האט ער איין טאג זיך ארים געדרייט פארען דאוונען מיט א קשיא פ"וו זאגט מען אני מאמין ממנ"פ אויב גלייבט מען באמת דעמאלץ וואס פעלט אויס דאס צו זאגען האט די רבי גענטפערט אני מאמין איז א תפלה אז מזאל עס קובע זיין אין הארץ אמונה שלימה
אוועטאר
לייבל פריש
שר חמש מאות
תגובות: 939
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 09, 2023 12:14 am

Re: עצות לעבודת השם - נאר פאר ערנסט אינטערסירטע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייבל פריש »

קובץ אגרות חזון איש ח"א סי' טו: "אם כי העיקרים של אמונות ודעות המקובלים וקבועים
לנו, יסודותם בעומק החכמה ומחקר המדע, אבל הדרך הישרה לפנינו היא ללכת בתום לב,
ולהאמין באמונה שלמה ופשוטה, וחובתנו להתרחק ממחקר ולאמת בלבבנו את כל
העיקרים בפשוטם השגור בפי כל כחכם כהדיוט".

בני יששכר מאמרי חודש סיון מאמר ה אות יט ד"ה וכיוון: "דאם מובן העניין בחכמה
ושכל לא תקרא אמונה, כמו שלא תקרא אמונה לדבר הנראה בחוש בראיית העין, כמו כן
הוא בדבר אשר ישיג השכל נקראת ראיית השכל במופת כמו ראיית העין בגשמיי וזה לא
נקרא אמונה, רק אמונה הוא דבר שאינו נראה בראיית העין ובראיית השכל בחכמה
ואעפי"כ הוא מאמין בדבר, זה נקרא אמונה והוא למעלה מן החכמה".
קום אריין אין די וועלט פון עבודת השם viewtopic.php?t=62210&start=25
די נסיון און די עצה viewtopic.php?t=62515
אוועטאר
לייבל פריש
שר חמש מאות
תגובות: 939
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 09, 2023 12:14 am

Re: עצות לעבודת השם - נאר פאר ערנסט אינטערסירטע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייבל פריש »

מארגען בעזר השם צום נעקסטן נושא בעניני חיזוק לעבוד את השם.
אבער מען קען פארשטייט זיך אייביג ארויפלייגן אין אלע ענינים, ס’איז אפען פאר יעדן אנצוהייבן א אנדערע ענין איבער עבודת השם.
לעצט פארראכטן דורך לייבל פריש אום דאנערשטאג מאי 04, 2023 11:52 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
קום אריין אין די וועלט פון עבודת השם viewtopic.php?t=62210&start=25
די נסיון און די עצה viewtopic.php?t=62515
אוועטאר
כח און מח
שר חמש מאות
תגובות: 864
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יאנואר 06, 2022 9:03 am

Re: עצות לעבודת השם - נאר פאר ערנסט אינטערסירטע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כח און מח »

קודם שכח פארן פותח האשכול

יעצט איין וויכטיגע און יסודותדיגע הערה
World Champion האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 04, 2023 12:13 am
ותיק וחסיד האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 04, 2023 12:11 am
וואס איז דאס עבודת השם? עפעס א אנדערע זאך ווי תורה, מצוות און מידות?
ניין, די וועג צוציקומען צו די תורה וכו'
איך מיין אז איר האט א גרויסע טעות, עבודת השם איז נישט קיין מיטל אנצוקומען צו תורה און מצות, אדרבה ואדרבה, תורה און מצות זענען אופנים אנצוקומען צו זיין אן עבד ה', ווי די זוה"ק זאגט אז די תרי"ג מצות זענען תרי"ג עיטין, תרי"ג עצות צו ווערן אן עבד נאמן להשי"ת.

איך האב נישט קיין צייט מאריך צו זיין, ממילא וועל איך נאר אויפן שפיץ גאפל ארויס ברענגען וואס סקומט ארויס ווען מאיז זיך באמת מתבונן אין די יסוד אז אפילו ווען איינער איז שוין מקיים אלע תרי"ג מצות און איז א תלמוד חכם מופלג, איז ער בכלל נישט אנגעקומען צום ציל, ווייל די ציל איז נישט דאס לערנען נאר די ירא"ש וואס קומט ארויס פונעם לערנען, און אויב לערנט ער אויף א וועג וואס ברענגט אים נישט קיין ירא"ש - ואכמ"ל - איז נבילה טובה הימנו , ממילא איז די ערשטע זאך אויפן פלאן "וויאזוי טוה איך ריכטיג אויסניצן די עצות פון השי"ת צו ווערן נענטער צו אים" און פארשטייט זיך דאס געשענט נאר מיט ישוב הדעת און מיטן זיין מקושר צו ערליכע אידן און לערנען ספרי מוסר וחסידות והבן כי קצרתי מאוד
אוועטאר
World Champion
שר שלשת אלפים
תגובות: 3505
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 31, 2022 6:20 pm

Re: עצות לעבודת השם - נאר פאר ערנסט אינטערסירטע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך World Champion »

כח און מח האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 04, 2023 11:51 am
קודם שכח פארן פותח האשכול

יעצט איין וויכטיגע און יסודותדיגע הערה
World Champion האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 04, 2023 12:13 am
ותיק וחסיד האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 04, 2023 12:11 am
וואס איז דאס עבודת השם? עפעס א אנדערע זאך ווי תורה, מצוות און מידות?
ניין, די וועג צוציקומען צו די תורה וכו'
איך מיין אז איר האט א גרויסע טעות, עבודת השם איז נישט קיין מיטל אנצוקומען צו תורה און מצות, אדרבה ואדרבה, תורה און מצות זענען אופנים אנצוקומען צו זיין אן עבד ה', ווי די זוה"ק זאגט אז די תרי"ג מצות זענען תרי"ג עיטין, תרי"ג עצות צו ווערן אן עבד נאמן להשי"ת.

איך האב נישט קיין צייט מאריך צו זיין, ממילא וועל איך נאר אויפן שפיץ גאפל ארויס ברענגען וואס סקומט ארויס ווען מאיז זיך באמת מתבונן אין די יסוד אז אפילו ווען איינער איז שוין מקיים אלע תרי"ג מצות און איז א תלמוד חכם מופלג, איז ער בכלל נישט אנגעקומען צום ציל, ווייל די ציל איז נישט דאס לערנען נאר די ירא"ש וואס קומט ארויס פונעם לערנען, און אויב לערנט ער אויף א וועג וואס ברענגט אים נישט קיין ירא"ש - ואכמ"ל - איז נבילה טובה הימנו , ממילא איז די ערשטע זאך אויפן פלאן "וויאזוי טוה איך ריכטיג אויסניצן די עצות פון השי"ת צו ווערן נענטער צו אים" און פארשטייט זיך דאס געשענט נאר מיט ישוב הדעת און מיטן זיין מקושר צו ערליכע אידן און לערנען ספרי מוסר וחסידות והבן כי קצרתי מאוד
יראת שמים איז א חלק פון די תורה. דו האסט נישט געכאפט וואס איך האב געזאגט!
אונזער גרויסקייט און אונזער שיינקייט וועט נתגלה ווערן ווען משיח וועט קומען!
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”