רעעעווואאאלללוווציייעע!!!

אחראי: אחראי

אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32695
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע:צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

רעעעווואאאלללוווציייעע!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

ס'איז הימל און ערד, און רעוואלוציע…

יעדער וויל וויסן ווער ס'גייט ריוואלטן? קעגן וועמען? האט עס מיט אייוועלט, האט עס מיט די אידישע וועלט, אדער גאר מיט די אלגעמיינע וועלט?

אידישליך זאגט א מהפכה, הלבלר זאגט א רעוואלוציע און נקדימון אן אפענסיווע... וואס גייט דא פאר?

לאמיר אייך זאגן אין קורצן פון וואס די רעדע איז...

א רעוואלוציע אויף אייוועלט ברענגט א מהפכה אין די גאנצע אידישע וועלט! א מהפכה אין די אידישע וועלט ברענגט א רעוואלוציע אויף אייוועלט!

צעמישט, הא? לאמיר גיין פאוואליע…

בשעת דו ליינסט די שורות ביי דיר אינדערהיים, זיצן טויזענטער אידן אויפן וועג קיין מירון, צווישן זיי ציילן זיך הונדערטער אידן וואס פארן צום הייליגן מקום, אוי ר' שמעון... רבי שמעון בר יוחאי... זיי גייען שופך שיח זיין ביים הייליגן ציון אין מירון, זיי גייען פראבירן נאכאמאל איינצורייסן... אפשר... אפשר דאך... אפשר דאך וועלן זיי נאך אמאל קענען מאכן א חאלאקע פאר זייער שמעון...

ניין, איך גיי נישט אראפשרייבן יעצט וואס א אינגערמאן וואס ווארט אויף קינדער מאכט מיט יעדן טאג! איך קען נישט אראפמאלן וואס א פארפאלק גייט אדורך יעדן איינציגן חודש ווען זיי ווערן געוואויר אז... נאופס! נאכניש... איך גיי ניטאמאל פראבירן אראפצולייגן וויזוי ס'קוקט אויס א פשוטע שבת'דיגע סעודה אין אזא הויז...

קענסט די ניגון וואס יעדע אינגערמאן ווארט שוין צו זאגן? וועלעכע סדרה גייט די וואך... פרשת???... א ווידערקול!!! די פאפיר איז צו בלאס, די שפראך איז צו ארעם אראפצוגיבן די פיזישע און גייסטישע ווייטאגן פון א צוויי פערזאן פאמיליע... קלערסטו אז מ'קען מיט פשוטע בוכשטאבן איבערטייטשן די שפראך פון רויע געפילן? ווי קען מען נעמען א צעריסענער הארץ, און דאס אראפמאלן מיט פשוטע טינט?

יאפ! דו כאפסט אין וועלעכע דיירעקשן איך גיי... אבער פאר דו ליינסט ווייטער ווילעך זאלסט וויסן אז ס'זענען דא אידן וואס האבן זיך שוין אפגעשטעלט... זיי קענען שוין נישט ליינען ווייטער... בלויז צו דערמאנען רמזים איבער זייער מצב קומט זיי די בלוט ארויף אין קאפ...

***************

אפגעטאנצן, אפגעזונגען, אויסגעוויינט און אויסגעבעטן! נאך איינמאל נעמט ער דעם שטריימל אין די האנט… ער שאקלט דאס מיט הנאה... אהההה... זעה ווי די הארעלעך טאנצן אין א רייע... אהההה... טשאטשקעט ער זיך מיט זיין טייערן אוצר… דער פיינער גערוך וואס דער געשעפטסמאן האט אים באשפריצט קיצלט אים אין די נאז… ווען ער געבט דאס א דריי אריין אינעם אין שאכטל, פרובירנדיג נאכצומאכן וויאזוי יענער האט דאס אזוי פראפעשענאל אריינגערוקט דערינען, מיט אזא שנעלן דריי... נאך איין דריי!

זיין הארץ איז פול מיט האפענונג, ער שפאנט אריין אין זיין נייער היים, גרייט אויפצושטעלן א אידישער שטוב...

אזוי גייט אדורך איין יאר, נאך א יאר, און... נאך איינס…

ער שטייט נאכאמאל ביים זעלבן שאכטל, ער דרייט שוין אריין דעם שטריימל ווי אן עכטער פראפעסיאנאל... זיין הארץ איז נאך פול מיט די זעלבע האפענונג, ער קוקט נאך ארויס אויפצושטעלן זיין אידישער שטוב… אבער עס איז שוין גארנישט די זעלבע…

וויפיל יאוש געפילן, ווייטאג, פיין, אנטוישונג און האפענונג איז שוין אריבער אויף דעם הארץ פון פלייש און בלוט… עס מוז זיין דער רבוש"ע געבט עקסטערע כוחות דאס צו דערהייבן...

שטייט א יונגערמאן, זיינע חברים טראגן דאגות פון באגאבא קעריזשעס און פארשפעטיגטע באסעס… און וואס זענען זיינע דאגות? מיט וועם זאל ער שערן זיינע פראבלעמען? ניטאמאל זיינע אייגענע משפחה מיטגלידער פארשטייען אים, אז ער זאל האבן צו ווען צו רעדן…

אויף דעם יונגן צארטן יונגערמאן איז אצינד געפאלן א פרישער עול, נישט איינס, און נישט קיין פשוטע עול, נאר ער הייבט אן צו הערן נייע ווערטער, ער ברויך זיך צוגעוואוינען צו פרישע באגריפן נייע מושגים, זאכן וואס ער האט קיינמאל נישט געהערט דערפון און ער האט ניטאמאל געוואוסט אז זיי עקזיסטירן, נייע הלכות וואס ער האט קיינמאל נישט געלערנט…

אבער נישט דאס איז מיין ציהל יעצט...

נאר צו וואס ווילסטו יא צוקומען?

דער אומסענסעטיווער "סענדער" וואלט אין אזא פאל דער געפרעגט: "אבער כאטש קענסטו אוועקלייגן אביסל געלט פאר די פיוטשער, נישט אזוי משה איטשע?..."

וואס געלט, ווען געלט? און נאך איבעריגע... אוועקלייגן גאר!

האסט אפשר אריינגעקלערט וויפיל ס'קאסט איין סעשאן ביי א דאקטער? זעלבסטפארשטענליך אז ס'איז נישט שייך אויף א פובליק פלאטפארמע אראפצושרייבן וואס די הוצאות פאר א פארפאלק - וואס האט נאכניש די זכי' אויפצושטיין אינמיטן די נאכט צו די געוויין פון אן אייגן קינד - איז...

*************

כלל ישראל איז ב"ה געבענטשט געווארן מיט ארגאניזאציעס אן א צאל און אן א מאס, א איד אין יעדן מצב איז נישט אליין, אויף יעדע זאך איז דא אן ארגענעזעישן... און דא איז אויך דא!

די ערשטע שאלה וואס יעדער וואס הערט די צוויי ווערטער "אינפערטילעטי" און "געלט" פרעגט איז... "בוני עולם?"

איך בין נישט דער מענטש מעיד צו זיין, כ'וועל לאזן די הונדערטער און טויזענטער משפחות און קינדערלעך רעדן פאר זיי... די הייליגע ארגאניזאציע בוני עולם איז באמת א געוואלדיגע מציל אין דעם הינזיכט...

אבער ליידער איז דאס ווייט פון גענוג! בוני עולם קען רעיזן צענדליגער מיליאונען דאללארן און נאכאלץ נישט האבן נאנט צו גענוג וויפיל כלל ישראל דארף... און טאקע דערפאר מוז בוני עולם האבן רעגולאציעס וויזוי זיי גיבן געלט... איינער וואס האט שוין א קינד קען נישט באקומען פאר א צווייטער וואס האט נאכניש קיין קינדער דארף... און נאך פארשידענע פעלער וואס בוני עולם קען פשוט נישט גיבן, זיי זענען לימיטעד צו וויפיל געלט זיי רעיזן...

פארוואס די אינשורענס קאמפאניס האבן באוויזן זיך צו באפרייען פון באצאלן פאר די זאכן איז מיר אומבאקאנט, אבער די מציאות איז אז דערווייל באצאלן זיי נישט, און א אינגערמאן וואס האט נישט די זכיה אז 4 יאר נאך די חתונה רופט ער זיינע חברים צום אפשערן, טרעפט זיך מיט א בילל פון אומגעהויערע סכומים! און די איינציגסטע וועג וויזוי ער קען סורווייוון פיינענשעלי איז מתפלל זיין אז בוני עולם זאל רעיזן גענוג געלט פאר אים אויך...

און דא קומט אריין די אייוועלט רעוואלוציע!


אייוועלט איז די גרעסטע באזע פון אידישע קינדער שומרי תורה ומצוות און האט די זכי' צונויפצוברענגען הונדערטער אחים לצרה זאלן זיך צונויפשמועסן בעצה ותושי', און זיך מחזק זיין אין זייער שווערן מצב...

און אט דא צווישן די שפאלטענעס פון אייוועלט איז אויפגעברענגט און אויספלאנירט געווארן א רעוואלוציאנערישן געדאנק, א מהלך וויאזוי צו באצווינגען די אינשורענס קאמפעני צו באצאלן די קאסטן די הוצאות הרפואה פון די מצפים לישועה...

דער מהלך פארשפרעכט א רעוואלוציע! א מהפכה אין די וועלט!!

דאס גייט איבערדרייען די גאנצע מעדעצינישע וועלט, ברענגענדיג מיליאונען דאללארן פארן ציבור אז מער פראבלעמען זאלן ווערן געלעזט בס"ד! אויב די פלאן וועט געלונגן בעז"ה, וועט עס טאקע נעמען א שטיק צייט, אבער בוני עולם אד"ג וועלן קענען ארויסהעלפן פיהל מער אידן ווי ביז היינט! זיי גייען זיך קענען פארלייגן אויף אנדערע סערוויסעס וואס זיי שטעלן צו, ווי קאונסלינג פאר פארפעלקער, ריסוירטש, צו טרעפן נייע מהלכים און סעלושענס, און באצאלן פאר טריעטמענטס וואס זענען נאכניש אפראווד און וועט נאכניש באצאלט ווערן דורך אינשורענס... געלט פאר עקטשול אפראווד טריעטמענטס גייט אינשורענס באצאלן!

אבער ווי אזוי מאכט מען דאס? קען מען דעם טוישן די וועלט? דער אייבערשטער קען אלעס, אבער וואס קענען 100 אינגעלייט טוהן איבערצודרייען דעם געזעץ?

מ'מאכט א מהפיכה!!

וויזוי מאכט מען דאס?

דא קומט אריין דער אלעמען באקאנטען רעוואלוציענער העסקן הדגול הרב משה מארגערעטן, אים פארצושטעלן איז איבריג... וואס דער האט שוין באוויזן למען הכלל והפרט, איז שוין וועלט בארימט...

די אינגעלייט האבן זיך ארויפגעזעצט אויף ר' משה'ן און אים געבעטן ער זאל טוהן אין דעם, ר' משה איז נעתר געווארן לבקשתם און נאכן אדורכטוהן גוט דאס ענין האט ר' משה געזעהן אז ס'איז דא א קלארע מהלך, מיט א לעדזשיט טשענס פאר סוקסעס, און האט אנגעפאנגן טון אינעם ענין...

ער האט איינגעשפאנט די גרעסטע לאו-פירמס און לאביאיסטן צו שטודירן די זאך, זעהן וויזוי אזא זאך קען צושטאנד קומען, און ב"ה די חברה זענען צוריקגעקומען זאגן אז ס'איז טאקע דא מיט וועם צו גיין צום טיש, סיז דא גענוג אפענע אויערן אין וואשינגטאן וואס זענען גרייט צו הערן אזא זאך...

זעלבסטפארשטענדליך אז דאס קאסט ממון ודמים, אפענע אויערן מיינט נישט אז סיז א פארטיגע זאך, מ'דארף ארומגיין באארבייטן סענעטארן און קאנגרעסלייט זיי זאלן זיך צושטעלן, און נישט אוועקפאלן ווען די אינשורענס קאמפאניס קומען לאביאירן פארקערט... און דערפאר האט ר' משה באשלאסן ארויסצוקומען מיט אן איינמאליגע קאמפיין מהפכה!!!מ'גייט רעיזן אפאר מיליאון דאללער...

ווער גייט בענעפיטן פון דעם קאמפיין?אויף די מינוט, יעדער וואס ווארט אויף קינדער... ווער נאך? איך ווייס נישט, איך האף אז קיינער נישט... דער אייבערשטער קען יעדן אויפרעכטן אין איין רגע... אבער ליידער ליידער זאגן די סטאטיסטיקס אז די פראבלעם פון אינפערטילעטי ווערט ערגער און ערגער, ספעציעל זינט קאוויד האצעך די פראבלעם גאר גאר שטארק פארשפרייט... כ'האף צום אייבערשטן אז קיינער דא און אזוי אויך אונזערע קינדער און אייניקלעך זאלן נישט דארפן צוקומען דערצו... אבער ווער ווייסט? אפשר וועט קומען א טאג וואס מ'וועט צוריקקוקן און זאגן הודו לשם, כ'האב געהאט שכל און געהאלפן אדורכפיהרן אזא בילל, דאס האט אונז געראטעוועט...

**************

אצינד טייערע חברים, גיימער פארשטעלן א גאר אינטערעסאנטע רעוואלוציע פראגראם ספעציעל פאר אייוועלט...

היות אדורכצופיהרן דעם מעדיקל ריפארם בילל פארלאנגט שווערע מיליאונען, האב איך מיך אונטערגענומען צו שאפן א סכום הגון פון לכה"פ 100,000 דאללער! אייוועלט האט שוין באוויזן אין די פארגאנגענהייט, און אייוועלט וועט עס נאכאמאל באווייזן! אייוועלט וועט נישט לאזן אונזערע חברים המצפים לישועה פאלן!

אייוועלט קען און וועט ברענגען א מהפיכה!!

און אלס באנוס פאר מיינע חברים…

זיצנדיג מיט אונזערע דעוועלעפער טיעם וואס ארבעט טאג אין נאכט צו אפגרעידן דעם סייט, איז אויפגעברענגט געווארן א צאל געשמאקע פיטשערס און אפגרעידס אויף וואס דער עולם קוקט שוין ארויס א לאנגע צייט...

און טאקע יעצט, בשעת ווען ענק וועלן העלפן אייוועלט מאכן דעם מהפיכה, וועט מען ארבעטן רונדע דעם זייגער אייך צוצושטעלן א בעסערע און געשמאקערע סייט! און רבותי, דאס ליגט אין אייער הענט...

מיט יעדע $20,000 וואס ווערט געשאפן פארן קאמפיין, קומט א פרישע רעוואלוציע!

די פונקטליכע דעטאלן קעמען נאכנישט ארויסגעבן, ווייל די חברה ארבייטן איבערמידלעך צו טעסטן און אימפראוון אלע עקסטענשאנס און אפדעיטס... אבער געדענקטס איין זאך

יעדע צוואנציג טויזענט - א פרישע רעוואלוציע!
ווי מער געלט - אלס א גרעסערע מהפכה!!!


https://www.dryveup.com/tzedek/132
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
את פתח לו
שר עשרת אלפים
תגובות: 18988
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 07, 2021 8:42 pm

Re: רעעעווואאאלללוווציייעע!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך את פתח לו »

פייינעלי
דן מיט דיע ספקות....
אנא מלך רחום וחנון, התמלא רחמים על כל אחינו בית ישראל, ובפרט על יושבי ארץ ישראל.

טראמפ 2024.
#נעווער_סערענדער
בילד
ליבי ובשרי
שר האלפיים
תגובות: 2322
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 15, 2019 1:41 pm

Re: רעעעווואאאלללוווציייעע!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליבי ובשרי »

100,000 אדער 1,000,000?
אוועטאר
איש האשכולות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3245
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 16, 2016 3:45 pm
לאקאציע:יעצט בין איך דא

Re: רעעעווואאאלללוווציייעע!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש האשכולות »

מ’גייט אויף אפאנסיווע??
וויכטיג מאכער: סאו ווען ס'מאכצעך אז א ניק פרעגט באמת א פראגע, קריגט ער אן ענטפער, שטייצעך אויב סיז דא, אבער ווען א ניק נוצט זיין קיבארד צו פארהיילן א ווייטאג, טריי איך געווענליך אים נישט צו שטערן.
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32695
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע:צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

Re: רעעעווואאאלללוווציייעע!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

ליבי ובשרי האט געשריבן: מאנטאג מאי 08, 2023 12:40 pm
100,000 אדער 1,000,000?


דו פרעגסט גוט!

באמת דארף די גאול זיין א מיליאון! נאר היות די קאמפיין גייט זיין אויך אויף אנדערע פלעצער, נישט נאר אויף אייוועלט, גייען זיין געוויסע וואס גייען גיבן פאר זייער ברודער, חבר אדער קאזין וכד'... האט איך גענומען בלויז 100,000!
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
שיינער חלום
שר האלף
תגובות: 1948
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 02, 2019 11:29 am
לאקאציע:אין בעט

Re: רעעעווואאאלללוווציייעע!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שיינער חלום »

!!!!!JUST WOW
אבזערווירער האט געשריבן:
שטארקע מענטשן ברענגן גוטע צייטן, גוטע צייטן ברענגן שוואכע מענטשן, שוואכע מענטשן ברענגן שווערע צייטן, שווערע צייטן בויט שטארקע מענטשן...
אוועטאר
קענסט מיר נישט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3857
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 23, 2023 12:33 am
פארבינד זיך:

Re: רעעעווואאאלללוווציייעע!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קענסט מיר נישט »

וויכי שיק א לינק
ריברענדיג.....
אוועטאר
ס'שטימט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 283
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 25, 2016 4:35 pm
לאקאציע:אינעם וועלטעל

Re: רעעעווואאאלללוווציייעע!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ס'שטימט »

ווי קען מען געבן דאס געלט?

לינק?
לאמיר זעהן.....................יא ס'שטימט
אוועטאר
בית שמאי
שר האלף
תגובות: 1005
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:42 pm

Re: רעעעווואאאלללוווציייעע!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בית שמאי »

אמר רבי יוסי, אין בן דוד בא עד שיכלו כל הנשמות שבגוף, שנאמר (ישעי' נז, טז) "כי רוח מלפני יעטוף ונשמות אני עשיתי"
לאמיר נענטער ברענגען משיח!!!
"אייוועלט איז זייער א פיינע פלעטפאורם, ס'איז אויסגעהאלטן, ס'איז כשר." (וועלוועל פעלדמאן)
אוועטאר
Potus
שר האלפיים
תגובות: 2938
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 11, 2017 11:21 pm

Re: רעעעווואאאלללוווציייעע!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Potus »

Wow
אז כקען העלפן פארוואס נישט...
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18860
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: רעעעווואאאלללוווציייעע!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

בית שמאי האט געשריבן: מאנטאג מאי 08, 2023 12:47 pm
אמר רבי יוסי, אין בן דוד בא עד שיכלו כל הנשמות שבגוף, שנאמר (ישעי' נז, טז) "כי רוח מלפני יעטוף ונשמות אני עשיתי"
לאמיר נענטער ברענגען משיח!!!
אין בן דוד בא עד שתכלה פרוטה מן הכיס

איינס וועט פארענטפערן די צווייטע!
אוועטאר
ווייל נישט מיך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 435
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 15, 2021 10:29 am
לאקאציע:ווי נישט

Re: רעעעווואאאלללוווציייעע!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווייל נישט מיך »

איך וויין!

מי כעמך ישראל!!!

באשעפער! קיק אויף דיינע קינדער!!

וויכי שוין אהער מיט די לינק!
דריק גאז און פאאאאאררררר!! קוק נישט אויף קיייינננעעעעם!!
אוועטאר
פלעגט גיין שלאפן פרי
שר חמש מאות
תגובות: 888
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 18, 2022 4:15 am

Re: רעעעווואאאלללוווציייעע!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלעגט גיין שלאפן פרי »

יאפ דעיס איז טאקע א רעוואלוציע.....
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 17582
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: רעעעווואאאלללוווציייעע!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקדימון »

וואוו! סעד איז אן אנדערסטעיטמענט. עס איז אזוי ווייטאגלעך אויפן הארצן.

האפענטליך וועט דאס ברענגן רעזולטאטן צו העלפן הונדערטע אחינו בני ישראל המצפים צו קענען האלזן אן אייגן קינד.
אוועטאר
שפע רב
שר האלף
תגובות: 1664
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 06, 2018 11:20 am

Re: רעעעווואאאלללוווציייעע!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפע רב »

וויכי, מיין ביבער הוט אראפ פאר דיר!
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18270
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע:לויפט

Re: רעעעווואאאלללוווציייעע!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

נישט נארמאל דאס, וויכי דו ביזט אנבעליוועבל!

וואלסט געקענט אביסל ערקלערן פארוואס ביז היינט קענען זיי דענייען און וואס איז די הו"א דאס צו ברעכן?
אוועטאר
גראז
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4403
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 24, 2023 10:52 am

Re: רעעעווואאאלללוווציייעע!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראז »

פשיהא! זייער שיין!

וועלמיר זיך משתתף זיין בעז"ה.


קומט טאקע ערענסטע אפדעיט'ס אדער איז עס נאך א חלק פון די רעוואלוציע'נערע וואסער געמאלעכץ?
וואס דו טוסט זאל נישט דעפינירן ווער דו ביסט, ווער דו ביסט זאל דעפינירן וואס דו טוסט

(וויוועק ראמאסוואמי)
אוועטאר
דרייטצעך
שר ששת אלפים
תגובות: 6315
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 29, 2021 5:13 pm
לאקאציע:וואו דרייטצעך א איד?

Re: רעעעווואאאלללוווציייעע!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דרייטצעך »

פרטים קאמינג סאן, דער עולם איז שוין געווען צו אנגעדרייט צו קענען ווארטן ביז מען ענדיגט אויסארבעטן די פיינעל דיטעילס
= שומר ישראל שמור שארית ישראל =
איך בין נישט קיין דעמאקראט, נישט קיין ריפובליקען און ניטאמאל קיין אינדיפעדענט, איך באנוץ זיך מיט מיין אייגענעם שכל...
אבער אנטקעגן דעת תורה פון מיינע רבי'ס בטלה דעתי!
אוועטאר
דרייטצעך
שר ששת אלפים
תגובות: 6315
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 29, 2021 5:13 pm
לאקאציע:וואו דרייטצעך א איד?

Re: רעעעווואאאלללוווציייעע!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דרייטצעך »

גראז האט געשריבן: מאנטאג מאי 08, 2023 12:53 pm
פשיהא! זייער שיין!

וועלמיר זיך משתתף זיין בעז"ה.


קומט טאקע ערענסטע אפדעיט'ס אדער איז עס נאך א חלק פון די רעוואלוציע'נערע וואסער געמאלעכץ?
ערנסטע נייע פיעטשערס אין די מעיקינג. אין וויכי 30,000 אשכול קענסטו זען די ערשטע.
= שומר ישראל שמור שארית ישראל =
איך בין נישט קיין דעמאקראט, נישט קיין ריפובליקען און ניטאמאל קיין אינדיפעדענט, איך באנוץ זיך מיט מיין אייגענעם שכל...
אבער אנטקעגן דעת תורה פון מיינע רבי'ס בטלה דעתי!
אוועטאר
אן אייניקל
שר האלף
תגובות: 1690
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 26, 2022 9:28 am
לאקאציע:ביי זיידי'ן אינדערהיים

Re: רעעעווואאאלללוווציייעע!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אן אייניקל »

האמיר יא גוט צוגעטראפן.......
ערגעץ האבעך געשריבן (דענקעך נישט וואו) אז סאיז פאר בוני עולם.
אבער נישט געטראכט אויף אזא וועג..


נו @וויכי. וואו איז די לינק???
מיין טאגליכע האט געשריבן: מיטוואך מאי 22, 2024 10:12 pm
ער האט מיך איינגעבאבילט שטיתים און אויףגעבאבילט שטיתים וואס האט געדוירט 26:35 סקאונדער'ס.
אוועטאר
שיינער חלום
שר האלף
תגובות: 1948
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 02, 2019 11:29 am
לאקאציע:אין בעט

Re: רעעעווואאאלללוווציייעע!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שיינער חלום »

אבזערווירער האט געשריבן:
שטארקע מענטשן ברענגן גוטע צייטן, גוטע צייטן ברענגן שוואכע מענטשן, שוואכע מענטשן ברענגן שווערע צייטן, שווערע צייטן בויט שטארקע מענטשן...
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32695
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע:צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

Re: רעעעווואאאלללוווציייעע!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

כאפצעם האט געשריבן: מאנטאג מאי 08, 2023 12:53 pm
נישט נארמאל דאס, וויכי דו ביזט אנבעליוועבל!

וואלסט געקענט אביסל ערקלערן פארוואס ביז היינט קענען זיי דענייען און וואס איז די הו"א דאס צו ברעכן?
קודם צו די אלע וואס בעטן א לינק, באמת הייבצעך די קאמפיין אן ביז אפאר טעג, סיז נאכניש דא קיין לינקס... היות כאניש געוואלט אזויפיהל משוגע מאכן דא דעם עולם האבעך באשלאסן ארויסצוקומען פריער... ספעציעל אז די גאנצע געדאנק האצעך אנגעפאנגן דורך אייוועלט, מעג אייוועלט האבן א שטיקל עדווענטידזש...

פארוואס זיי פלעגן נישט באצאלן איז פשוט, די עצם נאמען אינפערטילעטי איז נישט געהעריג קלעסיפייד אלס א מעדיקל קאנדישן, ווען איינער האט ל"ע נישט קיין קינדער איזער נישט קראנק...

אצינד ארבייט מען אז ס'זאל יא ווערן קלעסיפייד אלס א מעדיקל קאנדישן, אוטאמאטיש מוזעס אינשורענס קאווערן, און אז אינשורענס קאווערט עס מוז מעדיקעיד אויך...
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
פלעגט גיין שלאפן פרי
שר חמש מאות
תגובות: 888
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 18, 2022 4:15 am

Re: רעעעווואאאלללוווציייעע!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלעגט גיין שלאפן פרי »

איך מיין זאלסט שוין אנגרייטן מער פיוטשערס ווייל מגייט אי'ה שאפן סאך מער
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 17582
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: רעעעווואאאלללוווציייעע!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקדימון »

איך גלייב דא גייט זיין א ביטערע קאמף. גייען אינשורענס קאמפאניס זיצן מיט פארלייגטע הענט?

די חברה זענען נישט קיין מפיל קינדער.
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13906
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

Re: רעעעווואאאלללוווציייעע!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

נקדימון האט געשריבן: מאנטאג מאי 08, 2023 12:59 pm
איך גלייב דא גייט זיין א ביטערע קאמף. גייען אינשורענס קאמפאניס זיצן מיט פארלייגטע הענט?

די חברה זענען נישט קיין מפיל קינדער.
די רוסן זענען אויך נישט קיין מפיל קינדער...
שרייב תגובה

צוריק צו “רעוואלוציע”