מעדיקל רעפארם ביל

נייעס אויפ'ן פאליטישן ארענע

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
בלאט פלעק
שר חמש מאות
תגובות: 639
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 22, 2023 3:23 pm

Re: מעדיקל רעפארם ביל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלאט פלעק »

איז דא ערגעץ ווי מען קען עס איבערהערן?
מצילי אש ד׳ראקלענד
24 hr emergency line
845-426-9111
לאנטש טיים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4647
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 02, 2022 1:46 pm

Re: מעדיקל רעפארם ביל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאנטש טיים »

בלאט פלעק האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 6:24 pm
איז דא ערגעץ ווי מען קען עס איבערהערן?
הערן וואס?
אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 13728
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 14, 2014 8:38 pm

Re: מעדיקל רעפארם ביל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה הילדעסהיימער »

שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן: דינסטאג יולי 11, 2023 5:52 pm
טרעוולער האט געשריבן: מיטוואך מאי 10, 2023 4:07 pm
פארוואס זאלן די געזעצגעבער אין סענאט, מסכים זיין, זיי שטיפן דאך רציחה בילס ?

וואס גייט די געזעץ ערהאלטן, אלע טריטמענטס אדער נאר מיט א לימיט בערך ווי אנדערע שטאטן ?
די רציחה בילס זענען נישט קיין מאנדאט צו הרג'נען. ס'געט רעכטן פאר עלטערן צו באשליסן איבער די זאכן, צי צוליב פיזישע אדער גייסטישע געזונט, צי צוליב אנדערע לייכטזיניגערע סיבות.
די איינרעדעניש אז דעמאקראטן אדער ליבעראלן זענען קעגן די מצוה איז נישט מער ווי נאנסענס, ווי די מאפע און טשארט צייגן.

גרין מיינט רעגירונג שטיצע/מאנדאטן
רויט איז באגרעניצונגען/פארבאטן רעגירונג שטיצע
IMG_20230711_164935.jpg

חוץ פון דעם וואס דעמאקראטיש קאנטראלירטע שטאטן האבן מער רעגירונג שטיצע און/אדער מאנדאטן איבער אינשורנס דעקונג פאר די באהאנדלונגען אויף פארשידענע שטאפלען, זענען דא א רייע רעפובליקאנער קאנטראלירטע סטעיטס מיט געוויסע באגרעניצונגען איבער די מעדיצינישע טייל פון די באהאנדלונגען, אנדערע געזעצן פארבאטן וויאזוי מען קען פארשרייבן די באהאנדלונג, און עקסטער געזעצן וועלכע פארבאטן רעגירונג שטיצע צו דעקן פערטיליטי באהאנדלונגען.

IMG_20230711_172245.jpg



פון דא http://familybuilding.resolve.org/fertility-scorecard/
אביסל אלטע אינפארמאציע, פון 2021 אדער עלטער.

וויכטיג מאכער האט געשריבן: מיטוואך מאי 10, 2023 9:46 pm
שקר גמור האט געשריבן: מיטוואך מאי 10, 2023 5:51 pm
איך מיין נישט צי גיסן קיין קאלט וואסער אבער אינשורענס גייט מן הסתם ארויפגיין אויב די ביל וועט דורוכגיין וויל איך וויסן און וועלעכע אנדערע לענדער און די וועלט האט שוין אזא סיסטעם מארגערעטאן אויף קולמא זאגט אפאר מאל אז 'אסאך' לענדער צאלן עס שוין איךל בין נייגעריג צי ווער יענע לענדער זענען
אין אייראפע איז דא אסאך, בעלגיע צאלט געהעריג...

אינשורענס גייט ארויפגיין ריגארדלעסס, ווילאנג מ'קען נישט קויפן קראסס סטעיט אינשורענס, גייען די פרייזן ארויף! זאלן כאטש אידן הנאה האבן דערפון...
על פי רוב מערב אייראפע, סקאנדינאווישע לענדער און לענדער אין דרום און מערב באלקאן ראיאן.

בעלגיע, און מדינת ישראל, זענען טאקע די ערשטע ראנג, ביידע מיט א ראטע פון 86%, אינאיינעם מיט נידערלאנדן.

IMG_20230711_172547.jpg


פון די אייראפעישע פארלאמענט פארום איבער די טעמע
https://www.focusonreproduction.eu/arti ... t-policies
שקר גמור האט געשריבן: מיטוואך מאי 10, 2023 8:14 pm
פאסט טרעגער האט געשריבן: מיטוואך מאי 10, 2023 8:04 pm
שקר גמור האט געשריבן: מיטוואך מאי 10, 2023 5:51 pm
איך מיין נישט צי גיסן קיין קאלט וואסער אבער אינשורענס גייט מן הסתם ארויפגיין אויב די ביל וועט דורוכגיין וויל איך וויסן און וועלעכע אנדערע לענדער און די וועלט האט שוין אזא סיסטעם מארגערעטאן אויף קולמא זאגט אפאר מאל אז 'אסאך' לענדער צאלן עס שוין איךל בין נייגעריג צי ווער יענע לענדער זענען
איך האב געטראכט די זעלבע זאך... אבער פון די אנדערע זייט ווייסעך נישט ווי א גרויסע אפעקט עס וועט האבן אויף די פרייזן וויבאלד נישט ביי צופיל אומות וועט מען זיך איבעררייסען צו האבן ''אייגענע'' זש''ק, אפילו אויב אינשורענס באצאלט עס, אנדערש ווי ביי אבאמע קעיר וואס האט ערענסט ארויפגעריקט די אינשורענס קאסטן.

די איינצוגסטע פראבלעם וועט זיין אויב די אינשורענס קאמפעניס וועלן קוקען אויף די זיפ קאויד'ס.
נאכאמאל איך וועל זיך פרייען צי צאלן די געלט איך וויל פשוט וויסן וועלעכע לענדער טוען עס שוין און וואזוי עס עפעקט זייער אינשורנס.

אבער יא ס'וועט זיין א גרויסע חידוש אויב און אזא ליבעראלע וועלט וועט מען קענען דורעכפירן אזא 'קאנסערוואטיווע' און 'טראדיצניאלע' ביל אפשר וועט מען מיזן אריינלייגן עפעס א סיעף וועגן קעץ און פלעסטיק שטרויס...
נאכאמאל די איינרעדעניש אז ליבעראלן זענען אויסן צו הרג'ענען קינדער און זארגן זיך נאר אויף קעץ אדער שטרויס.
נישט יעדע קאריקאטור אויף ליבעראלן מוז מען גלייבן, ספעציעל ווען עס איז אזוי ווייט אפגערוקט פון די פאקטישע מציאות.
בעריש'ל האט געשריבן: מיטוואך מאי 10, 2023 8:39 pm
טרעוולער האט געשריבן: מיטוואך מאי 10, 2023 4:07 pm
פארוואס זאלן די געזעצגעבער אין סענאט, מסכים זיין, זיי שטיפן דאך רציחה בילס ?

וואס גייט די געזעץ ערהאלטן, אלע טריטמענטס אדער נאר מיט א לימיט בערך ווי אנדערע שטאטן ?
דו מאכסט מסתמא א ווערטל!

די עקזטרעמע חברה וואס באטיטולען געוויסע פראצודורן אלס רציחה, לייגן אריין אלע אינפערטיליטי אינעם זעלבן פעקל.
אביסל איבערגעטריבן.
נישט אלע וואס רופן דאס רציחה האבן א פראבלעם מיט אינפערטיליטי באהאנדלונג. א געוויסע עלעמענט האבן א רעליגיעזע/מאראלישע פראבלעם מיט די באהאנדלונג זעלבסט, אנדערע מיט רעגירונג שטיצע, און אזוי ווייטער.
די יוניווערסיטי אוו אלאבאמע העלטקעיר נעץ האט אפגעשטעלט אינפערטיליטי באהאנדלונגען אין זייערע שפיטעלער, נאך אן ארטיגן סופרים קארט אורטייל וואס שטעלט אויס די שפיטאל צו קרימינאלע קלאגעס און לאוסוטס.
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 41917
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: מעדיקל רעפארם ביל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

שרייב תגובה

צוריק צו “פאליטישע נייעס”