צדק - 'מהפיכה לדורות' קאמפיין - א'-ב' נשא (א') תשפ"ג

אידישע נייעס און לאקאלע קרישקעלעך

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
הלבלר בקולמסו
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 15, 2018 10:37 am

צדק - 'מהפיכה לדורות' קאמפיין - א'-ב' נשא (א') תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלבלר בקולמסו »

די בארימטע צדק אסאסיאציע טוט אין די טעג פראקלאמירן א מאסיווער קאמפיין '"מהפיכה לדורות", וואס וועט לויפן דעם קומענדיגן א' ב' נשא.
מיטן ציל צו שאפן מיליאנען דאלארן פאר די קאסטן אויפצוברענגען א געזעץ וואס טוט אנשפרעכן א 'מהפיכה לדורות' פאר אידישע קינדער המצפים לישועת ה' במהרה.

צדק איז שוין וועלט בארימט מיט זייערע פעולות לטובת אחב"י, בעיקר אויפן לעגיסלאטיוון, פאליטישן און ביוראקאטישן פראנט. וואו זי האבן שוין באוויזן בעבר צו ברעכן טירן און רוקן ווענט צו ראטעווען אידישע קינדער.
פון זייערע מערסט באקאנטע דורכברוכן, איז פארשטייט זיך דער פדיון שבוים ביל, וואס האט געמאכט היסטאריע אין אמעריקא מיטן שניידן די טערמינען פון טויזענטער ארעסטאנטן, און איז געשריבן געווארן, און געשטופט געווארן דורך די צדק ארגאניזאציע. נאכגעפאלגט מיט די שפעטערדיגע פארגריגערונגען פאר די ארעסטאנטן דורכאויס דעם קאוויד עפידעמיע ה"י.
צדק האט געמאכט העדליינס ווען זיי האבן באוויזן ארויסצוראטעווען אמעריקאנע בירגער פון אפגאניסטאן.
ווען די מלחמה אין אוקריינע האט אויסגעבראכן האט צדק אראפגעשיקט א פלאטע פון אמבולאנסן, און רעטונגס הילף פאר אחב"י תושבי אוקריינע.

און אצינד אלס א פרישע רינגעלע אין די גאלדענע קייט, איז העסקן הרב משה מארגערעטן הי"ו פון צדק אריינגעשפרונגען אין א פרישע פראיעקט, דאסמאל פאר אונזערע אייגענע ברידער און שוועסטער המצפים לישועת ה' במהרה זוכה צו זיין געהאלפן צו ווערן מיט זש"ק. וואס כעת ווערט דאס נישט געדעקט דורך קיין שום אינשורענס, דאס מיינט אז צו קענען זיך באנוצן מיט די היינטיגע רפואה מעטאדן ברויך מען ארויסנעמען פון די אייגענע קעשענע שווערע טויזענטער דאלארן, א זאך וואס טוט שווער באטרעפן די באטראפענע פארפעלקער.

ר' משה האט צוגעהערט די וויי געשריי, און האט באוויזן אויסארבעטן א געזעץ וואס זאל קלאסיפיצירן 'אינפערטיליטי' אלס א קאנדישאן וואס די אינשורענס פירמעס זאלן מוזן באצאלן, און נישט קענען זיך ארויסדרייען דערפון. דאס באדייט א "מהפיכה לדורות" א גענצליכע רעוואלוציע אין דעם תחום, וואס דאס איז אומשטאנד אויפצורעכטן די קומענדיגע דורות אוף אם אומבאשרייבליכן פארנעם.

די קאמפיין וועט געלאזט ווערן אין גאנג אום ר"ח סיון א' ב' נשא הבעל"ט, מיטן ציל צו שאפן 6 מיליאן דאלער. און אין די קומענדיגע טעג וועט זיך קאמפיין עפענען די טויערן פאר די נדבנם וואס ווילן שוין זיין פון די נחשונים לדבר מצוה, נאך איידער די קמפיין גייט אין גאנג.

כאיש אחד בלב אחד
מהפיכה לדורות!
לעצט פארראכטן דורך הלבלר בקולמסו אום פרייטאג מאי 12, 2023 4:42 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
יעדע גוטע זאך קומט אמאל צו אן ענדע,
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.

אוועטאר
הלבלר בקולמסו
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 15, 2018 10:37 am

Re: צדק - מהפיכה לדורות קאמפיין - א' ב' נשא תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלבלר בקולמסו »

3 (2).jpg
3 (2).jpg (190.59 KiB) געזען 6188 מאל
2.jpg
2.jpg (206.44 KiB) געזען 6188 מאל
1 (2).jpg
1 (2).jpg (328.66 KiB) געזען 6188 מאל
יעדע גוטע זאך קומט אמאל צו אן ענדע,
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.

אוועטאר
הלבלר בקולמסו
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 15, 2018 10:37 am

Re: צדק - מהפיכה לדורות קאמפיין - א' ב' נשא תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלבלר בקולמסו »

אן אינטערוויו מיט ר' משה וואו ער שטעלט פאר דעם נייען אינציאטיוו פון צדק וואס פארשפרעכט א מהפיכה לדורות.
אינטערוויו: ילכו מחיל אל חיל. הרב משה מארגארעטן פון צדק ברענגט א געוואלדיגע בשורה פאר אידן וועלכע זענען מצפה לישועת ה'. גלייכצייטיג פארציילט ער אויך גוטע בשורות וועגן ארבעט וואס ווערט געטאן אויפ'ן פדיון שבויים פראנט: הרב משה מארגארעטן פון צדק

https://www.yiddish24.com/interviews/12/83239
יעדע גוטע זאך קומט אמאל צו אן ענדע,
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.

קוואל וואסער
שר האלף
תגובות: 1325
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 04, 2018 5:44 pm

Re: צדק - מהפיכה לדורות קאמפיין - א' ב' נשא תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קוואל וואסער »

ווער איז דער קאמפיין קאנדאקטאר?
אם אסק שמים שם אתה - ואציעה שאול הנך
אוועטאר
הלבלר בקולמסו
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 15, 2018 10:37 am

Re: צדק - מהפיכה לדורות קאמפיין - א' ב' נשא תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלבלר בקולמסו »

קוואל וואסער האט געשריבן: מיטוואך מאי 10, 2023 1:57 pm
ווער איז דער קאמפיין קאנדאקטאר?
שמעתי אז שלמה זלמן שפיצער
יעדע גוטע זאך קומט אמאל צו אן ענדע,
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.

אוועטאר
הלבלר בקולמסו
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 15, 2018 10:37 am

Re: צדק - מהפיכה לדורות קאמפיין - א' ב' נשא תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלבלר בקולמסו »

פאר אונז אייוועלט באנוצער האט דער קאמפיין א באזונדערע באדייט, וויבאלד נאכדעם וואס דער בליציגער געדאנק אויפצוברענגען אזא ביל איז פארגעשלאגן געווארן אויף די שפאלטענעס פון אונזער וועלטל, און איז פון דא געפירט געווארן ווייטער צו ר' משה, וואו מען באגלייט זיינע שריט פאראויס אויפן וועג צום סוקסעס בעז"ה, איז דער באליבטער סייט אדמין המכונה @וויכטיג מאכער, אריינגעשפרינגען אין צענטער פונעם קאמפיין, און האט גענומען אויף זיך א ציל פון $100,000 צו שאפן פארן קאמפיין.

און אלס מתן שכרה בצידה פארשפעכט ער צוצולייגן פרישע פיעטשערס און אפדעיטס צום סייט מיטן יעדען עשרים אלף'ל וואס זיין טיעם דערגרייכט.

מער איבער דעם אייגנארטיגן אייוועלט "רעוואלוציע" קאמפיין, און צו ליינען וויכטיג'ס הארציגע תגובות וואס וועט איך אויפשטורעמען דאס הארץ,
קענט איר גיין צו דעם דעזיגנירטן אשכול: רעעעווואאאלללוווציייעע!!!

און צו מיטהאלטן ווי די סכומים הייבן זיך און וואקסן כסדר, גייט דא: אויפטרייבן סכומים - מהפכה!!!
יעדע גוטע זאך קומט אמאל צו אן ענדע,
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.

אוועטאר
תיקו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 490
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אפריל 22, 2020 11:00 pm

Re: צדק - 'מהפיכה לדורות' קאמפיין - א'-ב' נשא תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תיקו »

קעפל: פראפעסינאלע AI בילדער
פרוטה האט געשריבן: מיטוואך מאי 10, 2023 12:29 pm
לאור די מהפכה.

יא מיר ווילן!
יא מיר קענען!
יא מיר וועלן! עס באווייזען אי"ה!!
זאגט די הייליגע קדשת לוי פאר וואס תשבי נישט משה ?
ווייל תשבי לעבט אין אונזער דור און ווייסט אונזער ניסיונות
אוועטאר
פרישער בחור
שר האלף
תגובות: 1738
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 23, 2017 2:59 pm
לאקאציע:אין די נייע ישיבה כאלעטעל

Re: צדק - 'מהפיכה לדורות' קאמפיין - א'-ב' נשא תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרישער בחור »

אויף וועלכע פלאטפארמע גייט די קאמפיין לויפן?
לפנים משורת הדין...
viewtopic.php?t=69306
אוועטאר
הלבלר בקולמסו
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 15, 2018 10:37 am

Re: צדק - 'מהפיכה לדורות' קאמפיין - א'-ב' נשא תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלבלר בקולמסו »

פרישער בחור האט געשריבן: מיטוואך מאי 10, 2023 2:21 pm
אויף וועלכע פלאטפארמע גייט די קאמפיין לויפן?
dryveup
יעדע גוטע זאך קומט אמאל צו אן ענדע,
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.

אוועטאר
גארנישט מיט נישט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4107
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 15, 2017 4:30 pm

Re: צדק - 'מהפיכה לדורות' קאמפיין - א'-ב' נשא תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גארנישט מיט נישט »

הלבלר בקולמסו האט געשריבן: מיטוואך מאי 10, 2023 2:22 pm
פרישער בחור האט געשריבן: מיטוואך מאי 10, 2023 2:21 pm
אויף וועלכע פלאטפארמע גייט די קאמפיין לויפן?
dryveup


https://www.dryveup.com/tzedek
א שפיצל וואס מ'טוט אן אדער אפ?
אוועטאר
הלבלר בקולמסו
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 15, 2018 10:37 am

Re: צדק - 'מהפיכה לדורות' קאמפיין - א'-ב' נשא תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלבלר בקולמסו »

ב שלום האט געשריבן: פרייטאג מאי 12, 2023 3:07 pm
יעדע גוטע זאך קומט אמאל צו אן ענדע,
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.

בבלי
שר חמש מאות
תגובות: 533
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש יוני 26, 2021 11:48 pm

Re: צדק - 'מהפיכה לדורות' קאמפיין - א'-ב' נשא תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבלי »

הלבלר בקולמסו האט געשריבן: מיטוואך מאי 10, 2023 2:22 pm
פרישער בחור האט געשריבן: מיטוואך מאי 10, 2023 2:21 pm
אויף וועלכע פלאטפארמע גייט די קאמפיין לויפן?
dryveup
איז נישט שפיטצער דרייואפ?
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29667
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: צדק - מהפיכה לדורות קאמפיין - א' ב' נשא תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

הלבלר בקולמסו האט געשריבן: מיטוואך מאי 10, 2023 2:07 pm
פאר אונז אייוועלט באנוצער האט דער קאמפיין א באזונדערע באדייט, וויבאלד נאכדעם וואס דער בליציגער געדאנק אויפצוברענגען אזא ביל איז פארגעשלאגן געווארן אויף די שפאלטענעס פון אונזער וועלטל, און איז פון דא געפירט געווארן ווייטער צו ר' משה, וואו מען באגלייט זיינע שריט פאראויס אויפן וועג צום סוקסעס בעז"ה, איז דער באליבטער סייט אדמין המכונה @וויכטיג מאכער, אריינגעשפרינגען אין צענטער פונעם קאמפיין, און האט גענומען אויף זיך א ציל פון $100,000 צו שאפן פארן קאמפיין.

און אלס מתן שכרה בצידה פארשפעכט ער צוצולייגן פרישע פיעטשערס און אפדעיטס צום סייט מיטן יעדען מאתים אלף'ל וואס זיין טיעם דערגרייכט.

מער איבער דעם אייגנארטיגן אייוועלט "רעוואלוציע" קאמפיין, און צו ליינען וויכטיג'ס הארציגע תגובות וואס וועט איך אויפשטורעמען דאס הארץ,
קענט איר גיין צו דעם דעזיגנירטן אשכול: רעעעווואאאלללוווציייעע!!!

און צו מיטהאלטן ווי די סכומים הייבן זיך און וואקסן כסדר, גייט דא: אויפטרייבן סכומים - מהפכה!!!
און דאס איז חוץ דעם וואס וויכי לויפט ארום די טעג יומם וליל צו שאפן מעכטיגע רעיזערס מיט פעידזשעס צו שאפן ריזיגע סכומים.


לעצט פארראכטן דורך צל עובר אום מוצ"ש מאי 13, 2023 10:48 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
עד סנאודען
שר חמש מאות
תגובות: 610
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 16, 2021 2:08 am

Re: צדק - מהפיכה לדורות קאמפיין - א' ב' נשא תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עד סנאודען »

הלבלר בקולמסו האט געשריבן: מיטוואך מאי 10, 2023 1:54 pm
3 (2).jpg2.jpg1 (2).jpg
זייער שיין די גרעפיקס, ס'געמאכט דורך מיד דזשורני?
power
שר מאה
תגובות: 135
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 28, 2022 3:00 pm

Re: צדק - מהפיכה לדורות קאמפיין - א' ב' נשא תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך power »

עד סנאודען האט געשריבן: מוצ"ש מאי 13, 2023 11:05 pm
הלבלר בקולמסו האט געשריבן: מיטוואך מאי 10, 2023 1:54 pm
3 (2).jpg2.jpg1 (2).jpg
זייער שיין די גרעפיקס, ס'געמאכט דורך מיד דזשורני?
די בעיבי זעהט אויס עי איי

חוץ מזה מסתמא נישט
אוועטאר
מאטל שניידער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3211
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 14, 2013 11:21 am

Re: צדק - 'מהפיכה לדורות' קאמפיין - א'-ב' נשא (א') תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאטל שניידער »

קאנאדא: אלעס איבער RESP, RRSP, TFSA, FHSA והמסתעף
דיסקלעימער: נעמט אלעס וואס איך זאג מיט א לעפל זאלץ! רעדט דאס דורך מיט א קוואליפיצירטע אדווייזער בעפאר איר נעמט שריט. והשומע ינעם
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32729
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע:צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

Re: צדק - 'מהפיכה לדורות' קאמפיין - א'-ב' נשא (א') תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

סאו לאמער זיין קלאר...

די בוני עולם - צדק אישו איז א פאליטיק! די פאקט איז אז די העכערע פענסטער פון בוני עולם און צדק רעדן כסדר און ארבייטן אויס געוויסע זאכן אינאיינעם... ס'זענען דא געוויסע וואס קענען באשטיין סאל זיין א פייט! אייוועלט גייט נישט ווערן די פלאטפארמע פאר דעם!

די פאקט איז אז בוני עולם טוט גאר וויכטיגע זאכן, און צדק טוט גאר וויכטיגע זאכן, בוני עולם האט אפעציעל געמאלדן ביי זייער נסיעה איבער די בילל און אויסגערוהמט די עסקנים פון צדק, און צדק סופארט פולי בוני עולם! ענד אוו סטארי!
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32729
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע:צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

Re: צדק - 'מהפיכה לדורות' קאמפיין - א'-ב' נשא (א') תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

ביטע לאזן די בוני עולם שמועס אינדרויסן פון דא!

אויב איינער איז עכט נייגעריג, קענעך אים ענטפערן נעקסטע וואך דינסטאג בעזר ה'...

דערווייל גייט אריין דא, און שרייבט אריין אייערע סכומים...

viewtopic.php?p=4309846#p4309846
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
פרישער בחור
שר האלף
תגובות: 1738
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 23, 2017 2:59 pm
לאקאציע:אין די נייע ישיבה כאלעטעל

Re: צדק - 'מהפיכה לדורות' קאמפיין - א'-ב' נשא (א') תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרישער בחור »

ווען גייט זיין א לינק?
לפנים משורת הדין...
viewtopic.php?t=69306
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32729
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע:צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

Re: צדק - 'מהפיכה לדורות' קאמפיין - א'-ב' נשא (א') תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

ס'רוקצעך יעדן טאג... יעצט הייסט עס אז מארגן...

דערווייל קעמען פלעדזשן אויף די פריערדיגע לינק...
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32729
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע:צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

ברעיקינג!!! בוני עולם שרייבט א בריוו לטובת די מהפיכה...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

פאר די אלע וואס ווילן וויסן וואס בוני עולם זאגט צום קאמפיין... דא האטעץ פון ר' שלמה באכנער אליינס!
אטעטשמענטס
Screenshot_20230515_194337.jpg
Screenshot_20230515_194337.jpg (323.59 KiB) געזען 5355 מאל
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
Potus
שר האלפיים
תגובות: 2950
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 11, 2017 11:21 pm

Re: ברעיקינג!!! בוני עולם שרייבט א בריוו לטובת די מהפיכה...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Potus »

וויכטיג מאכער האט געשריבן: מאנטאג מאי 15, 2023 7:47 pm
פאר די אלע וואס ווילן וויסן וואס בוני עולם זאגט צום קאמפיין... דא האטעץ פון ר' שלמה באכנער אליינס!
🔥🔥
אז כקען העלפן פארוואס נישט...
אוועטאר
maybeeynot
שר חמשת אלפים
תגובות: 5575
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע:ווי איך שטעק אריין מיין נאז

Re: ברעיקינג!!! בוני עולם שרייבט א בריוו לטובת די מהפיכה...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך maybeeynot »

וויכטיג מאכער האט געשריבן: מאנטאג מאי 15, 2023 7:47 pm
פאר די אלע וואס ווילן וויסן וואס בוני עולם זאגט צום קאמפיין... דא האטעץ פון ר' שלמה באכנער אליינס!
#קים מיר נישט מיט קיין נומבערס איך האב שוין אפגעמאכט וואס איך האלט.......
אוועטאר
Potus
שר האלפיים
תגובות: 2950
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 11, 2017 11:21 pm

Re: צדק - 'מהפיכה לדורות' קאמפיין - א'-ב' נשא (א') תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Potus »

A Time
20d280def04f47f0b77fa13a366dfa71.jpg
20d280def04f47f0b77fa13a366dfa71.jpg (338.36 KiB) געזען 4807 מאל
אז כקען העלפן פארוואס נישט...
אוועטאר
טעם וריח
שר האלפיים
תגובות: 2559
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 19, 2017 7:33 pm

Re: צדק - 'מהפיכה לדורות' קאמפיין - א'-ב' נשא (א') תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעם וריח »

אז די ביל גייט אדורך (אי"ה) וועט מען נאך אלס מוזן צאלן אינשארענס פרימיום'ס וואס דאס טוט בוני עולם.

אז די ביל גייט אדורך (אי"ה) גייט מען נאך אלס מוזן צושטעלט שבתונ'ס און סופורט גרופע'ס, השגחה, וואס דאס שטעלט צו עי-טיים.

בנוסף צו נוצן געלטער צו אויסטרעפן פרישע מיטלען צו העלפן קינדערלאזע פארפעלקער ועוד
על "טעם וריח" אין להתווכח
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע נייעס”