זכרונות און היסטאריע פון "אור החיים טאהש'ער ישיבה" אין שטעטעלע טאהש

זכרונות פון די פארגאנגענע יארן

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
יעקעלע פוקס
שר חמש מאות
תגובות: 990
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 04, 2008 12:22 pm

Re: זכרונות און היסטאריע פון "אור החיים טאהש'ער ישיבה" אין שטעטעלע טאהש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעקעלע פוקס »

מארמאראש האט געשריבן: מיטוואך מאי 17, 2023 3:55 pm
דערמאנט מען זיך די צורה פון רבי'ן ארויסקומענדיג טעגליך פון מקוה, ארויפגייענדיג צו זיין בית מדרש'ל, מיט די ווייסע האנטיך אויפן קאפ, מיט די געוואלדיגע יראה וואס האט אראפגעשיינט פון רבי'ן.
ארויפגעוואקט די סטעפס מיט די האנטעך אויפ'ן קאפ 'נישט אנכאפענדיג די געיט' .. יא יא הייליג הייליג
טעמו וראו כי טוב השם
אוועטאר
Jhon
שר שלשת אלפים
תגובות: 3687
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אקטאבער 19, 2009 7:57 pm

Re: זכרונות און היסטאריע פון "אור החיים טאהש'ער ישיבה" אין שטעטעלע טאהש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Jhon »

יעקעלע פוקס האט געשריבן: דינסטאג מאי 23, 2023 2:11 am
Ozd האט געשריבן: מיטוואך מאי 17, 2023 7:41 am
די מעשה איז געווען מיטן אן אדמו"ר וואס איז געווען א מקורב וד"ל, רבינו הק' זי"ע האט געווארט ביי יעדע שמונה עשרה אויף אים אויסצוטרעטן, די רבי איז געשטאנען אויף די לינקע זייט פון די ארון הקודש, און די אדמו"ר אויף די רעכטע זייט, די רבי האט נישט אייביג געקענט זעען אהין צו ער האט שוין אויסגעטרעטן, די רבי האט געוויזן מיט די הענט אז מ'זאל זיך ריקן, אז ער זאל קענען זעען צו ער האט שוין אויסגעטרעטן, דער פארחלומטע הויז בחור האט געמיינט אז די רבי שיקט צו די אדמו"ר צו פתיחה, האט ער געוויזן פארן אדמו"ר צו גיין פתיחה.... דער אדמו"ר האט זיך געווינדערט, אבער האט געוואוסט אז אויף טאהשע רבין פרעגט מען נישט קיין קשיות, ער איז צוגעגאנגען צו פתיחה.
די הויז בחור האט געהאט בושות, ער האט נישט געוואלט מודה זיין אז ס'איז געווען זיין טעות, ס' איז אים געווען געשמאקער עס צו לאזן אלס א שפיצל, מיט די יארן האט ער מודה געווען..
איך זעה נישט דעם סוד ביי וועם עס איז געוועהן, ווער די הויז בחור איז געוועהן וואלט איך אפשר נישט געשריבן ברבים, אבער די מעשה איז געוועהן ביים זידיטשוב'ער רבי זצ"ל, געוועהן גאר א טייערע יוד דעם רבי'ס מחותן, די היינטיגע רבי'ס שווער.

די הייליגע רבי האט מכבד געוועהן יעדען איד! ובפרא א בנש"ק, ווער רעדט נאך אויב יענער איז געוועהן אדער געהייסען א שטיקל רב/ רבי, און דא איז נאך געוועהן א מחותן אויך, און פארשטייט זיך אז די הייליגע רבי האט אים אלעס אוועקגעגעבען - אהנגעפאנגען מיט ספירה ציילן ביים סדר, אזוי איז עס אנגעגאנען דורך אויס דעם גאנצען יום טוב.

דעם עולם איז שוין דאס געגאנגען אויף די געהירען, הגם ער איז איז גארנישט שילדיג געהען אז די הייליגע רבי טיט אזוי און גיט אים אלעס, אבער דער הויז בחור - גארנישט פאר'חלום'ט גאר א געריבענע סוחר - דרך אגב געוועהן פון די בעסטע הויז בחורים ביים רבי'ן - האט גענימען שריט, און די איבריגע איז היסטערי.
גענומען שריט אנקעגן וועמען? וואס איז דער זידיטשובער געווען שולדיג, געווען א אדם מוצנע גארנישט געזיכט כבוד
זייטס מתפלל אז
דאנעלד זשאן בן מערי אנן
אל ישלטו בו אוביו ויצא זכאי בדינו
אוועטאר
Jhon
שר שלשת אלפים
תגובות: 3687
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אקטאבער 19, 2009 7:57 pm

Re: זכרונות און היסטאריע פון "אור החיים טאהש'ער ישיבה" אין שטעטעלע טאהש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Jhon »

אהיים באגלייטענדיג שפעט פארטאגס נאכן שבת ביינאכט טיש, דעם 'גוט שבת' מיטן ניגון, און מיט די הענט, געווען עפעס מעין עולם הבא!
זייטס מתפלל אז
דאנעלד זשאן בן מערי אנן
אל ישלטו בו אוביו ויצא זכאי בדינו
אוועטאר
איצל פיצל
שר האלף
תגובות: 1753
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יולי 11, 2008 1:57 am

Re: זכרונות און היסטאריע פון "אור החיים טאהש'ער ישיבה" אין שטעטעלע טאהש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איצל פיצל »

יעקעלע פוקס האט געשריבן: דינסטאג מאי 23, 2023 2:11 am
Ozd האט געשריבן: מיטוואך מאי 17, 2023 7:41 am
די מעשה איז געווען מיטן אן אדמו"ר וואס איז געווען א מקורב וד"ל, רבינו הק' זי"ע האט געווארט ביי יעדע שמונה עשרה אויף אים אויסצוטרעטן, די רבי איז געשטאנען אויף די לינקע זייט פון די ארון הקודש, און די אדמו"ר אויף די רעכטע זייט, די רבי האט נישט אייביג געקענט זעען אהין צו ער האט שוין אויסגעטרעטן, די רבי האט געוויזן מיט די הענט אז מ'זאל זיך ריקן, אז ער זאל קענען זעען צו ער האט שוין אויסגעטרעטן, דער פארחלומטע הויז בחור האט געמיינט אז די רבי שיקט צו די אדמו"ר צו פתיחה, האט ער געוויזן פארן אדמו"ר צו גיין פתיחה.... דער אדמו"ר האט זיך געווינדערט, אבער האט געוואוסט אז אויף טאהשע רבין פרעגט מען נישט קיין קשיות, ער איז צוגעגאנגען צו פתיחה.
די הויז בחור האט געהאט בושות, ער האט נישט געוואלט מודה זיין אז ס'איז געווען זיין טעות, ס' איז אים געווען געשמאקער עס צו לאזן אלס א שפיצל, מיט די יארן האט ער מודה געווען..
איך זעה נישט דעם סוד ביי וועם עס איז געוועהן, ווער די הויז בחור איז געוועהן וואלט איך אפשר נישט געשריבן ברבים, אבער די מעשה איז געוועהן ביים זידיטשוב'ער רבי זצ"ל, געוועהן גאר א טייערע יוד דעם רבי'ס מחותן, די היינטיגע רבי'ס שווער.

די הייליגע רבי האט מכבד געוועהן יעדען איד! ובפרא א בנש"ק, ווער רעדט נאך אויב יענער איז געוועהן אדער געהייסען א שטיקל רב/ רבי, און דא איז נאך געוועהן א מחותן אויך, און פארשטייט זיך אז די הייליגע רבי האט אים אלעס אוועקגעגעבען - אהנגעפאנגען מיט ספירה ציילן ביים סדר, אזוי איז עס אנגעגאנען דורך אויס דעם גאנצען יום טוב.

דעם עולם איז שוין דאס געגאנגען אויף די געהירען, הגם ער איז איז גארנישט שילדיג געהען אז די הייליגע רבי טיט אזוי און גיט אים אלעס, אבער דער הויז בחור - גארנישט פאר'חלום'ט גאר א געריבענע סוחר - דרך אגב געוועהן פון די בעסטע הויז בחורים ביים רבי'ן - האט גענימען שריט, און די איבריגע איז היסטערי.
איך געדענק ווען די רבי האט אים אמאל ביים סדר אריינגעזעצט אין זיין הסב בעט אריין, צו זיין לינקע זייט.. און ווען עס איז געקומען צו טרינקען די כוס האט דער הויז בחור - וואס איז געשטאנען אויפן רעכטן זייט פון רבין - זיך געדארפט איבערבייגן אינטערן רבין אויפן אנלאנער פון די קליינע קאוטש, מיט א קישן אין די האנט און געהאלטן אזוי צווישן דעם רבין און די זידיטשויבער, אז די רבי זאל זיך קענען אנליינען. מען האט נישט געקענט גיין אין בעק פון די קאוטש ווייל עס איז געווען ביי די וואנט.
אוועטאר
איצל פיצל
שר האלף
תגובות: 1753
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יולי 11, 2008 1:57 am

Re: זכרונות און היסטאריע פון "אור החיים טאהש'ער ישיבה" אין שטעטעלע טאהש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איצל פיצל »

דאס סוכה בכלל דארף, און איז ווערט א באשרייבונג פאר זיך. עס איז אין דער קליינער פלאץ אריין גזמאות פון מענטשן געווען ממש א בחינה פון ארץ צבי. סיי ביים ספירה ציילן, ביים שירה שביעי של פסח און ווי אויך ביים זיך געזעגענען פון די סוכה, וואס דעמאלט האט נאך געפעלט א שטיקל וואס מען האט אראפ גענומען פארן רעביןס פריוואטע סוכה. כאטש טאקע נישט אזויפיל ווי די ערשטע צוויי זמנים אבער דאס איז געווען ממש וואונדער איבער וואונדער.
די געהויבענע מאמענטן דאן איז נישט שייך צו באשרייבן.
אוועטאר
יעקעלע פוקס
שר חמש מאות
תגובות: 990
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 04, 2008 12:22 pm

Re: זכרונות און היסטאריע פון "אור החיים טאהש'ער ישיבה" אין שטעטעלע טאהש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעקעלע פוקס »

איצל פיצל האט געשריבן: דינסטאג מאי 23, 2023 2:25 am
דאס סוכה בכלל דארף, און איז ווערט א באשרייבונג פאר זיך. עס איז אין דער קליינער פלאץ אריין גזמאות פון מענטשן געווען ממש א בחינה פון ארץ צבי. סיי ביים ספירה ציילן, ביים שירה שביעי של פסח און ווי אויך ביים זיך געזעגענען פון די סוכה, וואס דעמאלט האט נאך געפעלט א שטיקל וואס מען האט אראפ גענומען פארן רעביןס פריוואטע סוכה. כאטש טאקע נישט אזויפיל ווי די ערשטע צוויי זמנים אבער דאס איז געווען ממש וואונדער איבער וואונדער.
די געהויבענע מאמענטן דאן איז נישט שייך צו באשרייבן.
יא יא... אויך שבת שירה בייטאג אויב איז געוועהן טו בשבט - דער עולם האט זיך אריינגעריקט דארט אריינגעריקט דארט.....

מיר געדענקען נאך די משתה יין פורים סעודה בייטאג דארט! - לכאורה האט זיך עס גע'ענדיגט דארט בערך אינמיטן די מ' יארן, שפעטער איז שוין געוועהן נאר אין בית מדרש
טעמו וראו כי טוב השם
מארמאראש
שר חמש מאות
תגובות: 531
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג פעברואר 05, 2016 8:57 am

Re: זכרונות און היסטאריע פון "אור החיים טאהש'ער ישיבה" אין שטעטעלע טאהש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מארמאראש »

די רבי זצ"ל האט געהאט פארשידענע ווערטער וואס ער פלעגט איבערזאגן, זאגן מיט א געוואלדיגע פלאם וכדו', איינע פון די ווערטער ליגט מיר אין קאפ איז געווען ביי סוף קריאת שמע ביי "הוצאתי אתכם", ער פלעגט זיך דעמאלט געבן אזא דריי אויס צו רעכטס (אזוי דאכט זיך מיר) - איך מיין אז איך האב אמאל געהערט (אולי פון ר' יואליש גאלדשטיין) אז בשנים קדמוניות פלעגט דאס די רבי איבערזאגן צוויי מאל, און ס'אויסגעקומען אז דער רבי האט זיך אינגאצן ארומגעדרייט.
אויב איינער קען דאס מברר זיין וואלט עס געווען גאנץ א אינטרעסאנטע זאך.
אוועטאר
יעקעלע פוקס
שר חמש מאות
תגובות: 990
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 04, 2008 12:22 pm

Re: זכרונות און היסטאריע פון "אור החיים טאהש'ער ישיבה" אין שטעטעלע טאהש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעקעלע פוקס »

מארמאראש האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 25, 2023 12:10 pm
די רבי זצ"ל האט געהאט פארשידענע ווערטער וואס ער פלעגט איבערזאגן, זאגן מיט א געוואלדיגע פלאם וכדו', איינע פון די ווערטער ליגט מיר אין קאפ איז געווען ביי סוף קריאת שמע ביי "הוצאתי אתכם", ער פלעגט זיך דעמאלט געבן אזא דריי אויס צו רעכטס (אזוי דאכט זיך מיר) - איך מיין אז איך האב אמאל געהערט (אולי פון ר' יואליש גאלדשטיין) אז בשנים קדמוניות פלעגט דאס די רבי איבערזאגן צוויי מאל, און ס'אויסגעקומען אז דער רבי האט זיך אינגאצן ארומגעדרייט.
אויב איינער קען דאס מברר זיין וואלט עס געווען גאנץ א אינטרעסאנטע זאך.
די הייליגע רבי האט במשך די יארן געהאט פארשידענע ווערטער וואס ער פלעגט איבערזאגן, 'לטוטפות' בין עיניך איז געוועהן א לאנגע תקופה, גאל ישראל, און נאך אסאך, ממש צום סוף פלעגט זיין 'מן הארץ' אזוי יעדע תקופה איז געוועהן אנדערש.
בנוגע זיך אויסדרייען ביי קריאת שמע איז געוועהן ביי 'וראיתם אותו', ער פלעגט זיך דרייען צו זעהן קלאר די ציצית.
טעמו וראו כי טוב השם
אוועטאר
Jhon
שר שלשת אלפים
תגובות: 3687
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אקטאבער 19, 2009 7:57 pm

Re: זכרונות און היסטאריע פון "אור החיים טאהש'ער ישיבה" אין שטעטעלע טאהש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Jhon »

פערצופאל דאס יעצט געטראפן צווישן מיינע פאפירן
img-230616192448-0001-2.png
img-230616192448-0001-2.png (398.14 KiB) געזען 499 מאל
איינער גידענקט עס נאך?

א וויכטיגע פונדאמענט פון טאהש'ער פארגאנגענהייט

אין חדר מיט ר' משה'ס זיגל האט עס געמיינט אז ביסט געווען וואויל און מיט נאך א ביסל קענסטו קויפן א מתנה
און מיט דער אינטערשריפט פון ר' י.ב.ל. האט עס געמיינט קענסט אויפשרייבן אין גראסערי אדער אין די מוסדות... אדער געבן א געזונטן מתנת יד פאר כל הפותח יד... אויפן חשבון פון די ישיבה קאסע וואס איז אייך שילדיג....
זייטס מתפלל אז
דאנעלד זשאן בן מערי אנן
אל ישלטו בו אוביו ויצא זכאי בדינו
לאמיר מאכן ...
שר העשר
תגובות: 41
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך פעברואר 08, 2023 10:14 am

Re: זכרונות און היסטאריע פון "אור החיים טאהש'ער ישיבה" אין שטעטעלע טאהש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאמיר מאכן ... »

הארזים האט געשריבן: דינסטאג מאי 16, 2023 11:49 pm
איך האב געהערט א מעשה איבער א געוויסע רב וואס איז געקומען אויף שבת קיין טאהש, עפעס עטליכע בחורים האבן באשלאסן צו מאכן לעבעדיג, זענען זיי פאר קבלת שבת צוגעגאנגען צום רב און אים געזאגט אז מען האט אים מכבד געווען מיט "פתיחה" פאר לכה דודי... יענער טראכטנדיג אז אין טאהש קען מען נישט וויסן מיט די מנהגים, האט גענומען אויף זיך די כיבוד... און עס איז געווען בושות. ע"כ וואס איך האב געהערט.
בין איך נייגעריג צו איינער ווייסט וואס איך רעדט, און צו די מעשה האט ווירקליך פאסירט.
געהערט די מעשה מיט נעמען אבער כ'וועל נישט שרייבן
עס איז געווען פסח און ביים צווייטן סדר האט עפעס דארט פאסירט די רבי ז''ל האט איינעם מכבד געווען און יענער האט נישט גענוג אפגעזאגט עפעס א ענין וואס די רבי פלעגט עס אלע יארן אליין טון
און דער מכובד האט עס צום סוף געטון נישט קענענדיג מסרב זיין
עכ''פ די נעקסטע טאג ביי שחרית חזרת הש''ץ האט מען אים מכבד געווען מיט פתיחת הארון און יא עס איז געווען בישות נישט פאר דעם מכובד ווייל ער האט אפילו נישט געוויסט נאר זיינע אייניקלך
שפעטער האב איך געהערט אז דער יעניגער האט איבער געבעטן אים און אסאך פון די אייניקלך וועם ער האט געוויסט זענען דארט געווען בשעת מעשה
מוסר השכל ארבעט נישט מיט דיינע געפילן
איך בון נישט 80 יאר אלט: נאר 15 יאר מיט 65 יאר עקספיריענס
שרייב תגובה

צוריק צו “זכרונות”