זכרונות און היסטאריע פון "אור החיים טאהש'ער ישיבה" אין שטעטעלע טאהש

זכרונות פון די פארגאנגענע יארן

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
יעקעלע פוקס
שר חמש מאות
תגובות: 990
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 04, 2008 12:22 pm

זכרונות און היסטאריע פון "אור החיים טאהש'ער ישיבה" אין שטעטעלע טאהש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעקעלע פוקס »

א גיטן מיינע אלטע גיטע פריינט.

אויך געוועהן אמאל יונגער, און אויך געהאט אמאל מער צייט זיך צו ליפטערן דא אין קרעמל, און געוועהן אפילו פון די יושבים ראשונה בימים ההם, זייער זעלטן אבער אמאל אמאל פאלט מען נאך אריין פאר א בליק, א טובל אין ארויס, און געאנגען ווייטער.

אזוי זייענדיג אין די פרעמד איז מיר אויסגעקומען זיך צו טרעפן מיט אלטע גיטע פריינט פון ישיבה, אזוי שמועס'ן דיג איז אויסגעקומען אז אין פאקט האט די טאהשע ישיבה זייער א רייכע היסטאריע האבן מיר געטראכט אז פאר דעם קרעמל דא קען עס זיין א גיט'ן עסק.

די ישיבה האט די הייליגע טאהשע רבי זצוקללה''ה געגדרינדען בשנת תשכ''ד, וואס איז געוועהן א חידוש נורא בימים ההם און א אינטערנעמונג שאין דוגמתו, נאנישט האבענדיג קיין מוסדות ווי א חדר א מיידל שולע וכדו' נאר סך הכל געהאט א בית מדרש'ל אין מאנטריאל אין געקליבענע חסידים ומעריצים, זאל בויען און עפענען א ישיבה פאר אלע כיתות ישיבה קטנה ישיבה גדולה מיט א דארמיטארע, הייזער פאר איינגעשטעלטע, אויפנעמען א מנהל ראש ישיבה קעכער אדמיניסטראטער מגידי שיעור מיט וואס נישט, מיט'ן גאנצן קנאק אויף איינמאל.

די ישיבה האט גלייך געדינט פאר א גאר ווארעמע היימישע חסידישע ישיבה וואס איז געוועהן א זעלטענהייט בימים הההם זייענדיג אינדרויסען פון שטאט און אינדרויסן פון לאנד ווי רוב ציבור האט געוואינט, דארט'ן אין די קאלטע סיביר'שע פרעסטען האט דער הייליגע צדיק אוועקגעשטעלט א מקום תורה ועבודה פאר כל דצריך ייתי ויפסח.

עס האט געדינט פאר א מקלט פאר אסאך וואס ביי זיי אינדערהיים האט נישט געארבייט די ישיבה ווי זיי האבן באלאנגט, און אויך א גרויסע ציבור וואס האט האט מעריץ געוועהן דעם רבי'ן און געוואלט אז די קונדער זאלן זיך האדעוועהן ביי אט דעם איד.

דאס האט אויך געשפילט א ראלע אז די הייליגע רבי איז געשטאנען ווייט פון פאליטיק, ממילא איז ער געוועהן אנגענומען כמעט איבעראל, הגם ער איז געוועהן א אונגארישע אפשטאמיגע און באלאנגט מער אהין, אבער האט פארט געמאכט פלאץ ביי זיך אין הארץ אין ביי זיך אין ישיבה פאר יעדעם ממש אזוי אז די ישיבה האט געהאט א מקום צו וואקסן גיט מיט אלע מיני בחורים פון אלע מיני סוגים.

די ישיבה איז אדורך אלע מיני מצבים ברוחניות ובגשמיות, צייטן וואס עז נישט געוועהן קיין אשר יצר פאפיר אין בית הכבוד, און צייטן וואס געלט האט בכלל נישט געשפילט קיין ראלע, צייטן וואס עס איז געוועהן רוב מנין ובנין פון געהויבענע חסידי'שע ווארמע בחורים, און אנדער צייטן וואס מ'האט געמיזט מאכען א קלינאפ, אבער דער הייליגער שיפס קאפיטאן איז אלץ געשטאנען ביים רודער, און דאס איז שטענדיג געוועהן זיין בבת עין די 'ישיבה' די בחורים זאלן האבן וואס מען דארף זיי זאלט קענען שטייגן און וואקסען לשם ולתפארת.

די רבי איז געוועהן פאר די בחורים ווי א ליבליכע טאטע ממש, געזארגט בכל לבו נפשו ומאודו אז יעדער בחור זאל האבן אלעס וואס ער דארף, חוץ וואס ער האט געזארגט פאר די רוחניות האט ער אויך שטארק געזארגט פאר יעדעמס גשמיות, און אויך די רביצין ע"ה איז דעמאלטס געוועהן שטארק אקטיוו ווי א מאמע געזארגט פאר די בחורים אז דאס עסן און אלע ציגעהער זאל זיין אופ'ן שענסטן און בעסטן אופן.

די גאנצע שטעטל און די מוסדות רופט מען נאך עד היום 'די ישיבה' עס איז א נערמאלע ווארט דארט 'עס באלאנגט פאר די ישיבה' הגם עס האט גארנישט מיט די ישיבה נאר מיט'ן שטעטל אדער די מוסדות, אבער היות דאס איס געוועהן די גרינדינג איז עס געבליבן מיט דעם עד היום הזה.

אלץ פותח האשכול וואלט איך זייער געבעטן אז די אשכול זאל זיין געווידמעט בלויז פאר זכרונות, נאסטאלגיע, און היסטאריע, נישט אריינמישן קיין אנדערע ענינים.
אוועטאר
יעקעלע פוקס
שר חמש מאות
תגובות: 990
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 04, 2008 12:22 pm

Re: זכרונות און היסטאריע פון "אור החיים טאהש'ער ישיבה" אין שטעטעלע טאהש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעקעלע פוקס »

אסאך גרויסע פערזענליכקייטן זענען טאהשע תלמידים, רבי'ס ווי למשל די שאצע רבי בישטינא רבי לבדבחל"ח באניא רבי און נאך, די טשאטע רב און נאך ראשי ישיבות, און פון די אנדערע זייט זינגער'ס ווי למשל פינקי וועבער און להבדבחל"ח מיכאל שניצלער אלע טאהשע תלמידים, עסקנים ווי למשל אברהם יעקב פריעדמאן וכדו' זענען טאהשע תלמידים אזוי אויך אסאך נאך וואס מיט די צייט ועט ארויסקומען זענען טאהשע תלימידים פון ישיבה.

אסאך ראשי ישבות און מנהלים זענען דארט מגוגל געווארן מגידי שיעור איינגעשטעלטע און להבדיל גוים זענען דורך געגאנגען דארט במשך די יארן.
טעמו וראו כי טוב השם
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35593
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע:אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: זכרונות און היסטאריע פון "אור החיים טאהש'ער ישיבה" אין שטעטעלע טאהש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

וואו הויב איך אן?

[טיטלען וועט איר נעמען פון שופלאד, ס'האט זיך סיי ווי געביטן]

די מגידי שיעור:
ר' אביגדור, ר' יוסף ירחמיאל, ר' נחמי',ר' הערש מיילעך, ר' חיים ברוך, ר' נטע, ר' יואל הערש, ר' ישכר דוב, ר' מאיר פעקעטע, ר' ישראל הערש, און מיר דוכט זיך אז דער קעכער ר' פנחס געהערט אויך אין די רוחני ליסטע.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]

יעקעלע פוקס האט געשריבן: מאנטאג מאי 15, 2023 2:29 am
און פון די אנדערע זייט זינגער'ס ווי למשל פינקי וועבער און להבדבחל"ח מיכאל שניצלער אלע טאהשע תלמידים, עסקנים ווי למשל אברהם יעקב פריעדמאן וכדו' זענען טאהשע תלמידים
שכחת, הרב הבדחן מרביץ תורה לרבים ר' פייוול קליין.

פרומע לבוש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3126
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 05, 2022 12:55 pm
לאקאציע:אין מיין רעזשוואלקע

Re: זכרונות און היסטאריע פון "אור החיים טאהש'ער ישיבה" אין שטעטעלע טאהש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרומע לבוש »

אהא.... שכח פארן עפענען א טאהש׳ע גייסט באנעמט מיר..
אוועטאר
הארזים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5428
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אקטאבער 24, 2020 11:20 pm

Re: זכרונות און היסטאריע פון "אור החיים טאהש'ער ישיבה" אין שטעטעלע טאהש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארזים »

farshlufen האט געשריבן: מאנטאג מאי 15, 2023 11:37 pm
יעקעלע פוקס האט געשריבן: מאנטאג מאי 15, 2023 2:29 am
און פון די אנדערע זייט זינגער'ס ווי למשל פינקי וועבער און להבדבחל"ח מיכאל שניצלער אלע טאהשע תלמידים, עסקנים ווי למשל אברהם יעקב פריעדמאן וכדו' זענען טאהשע תלמידים
שכחת, הרב הבדחן מרביץ תורה לרבים ר' פייוול קליין.
אברהם יעקב פריעדמאן און ר' פייוול האבן אויכעט געלערנט אין טשאטה ישיבה.
"מסורה" איז ביי מיר די ערשטע זאך!

אוועטאר
הארזים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5428
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אקטאבער 24, 2020 11:20 pm

Re: זכרונות און היסטאריע פון "אור החיים טאהש'ער ישיבה" אין שטעטעלע טאהש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארזים »

עס איז דא א באקאנט בילד פון הרה"ק מטאהש מיט בחורים פון די ישיבה אין די ערשטע יארן, איך האב עס ביי מיר, אז איינער האט עס קען ער עס ארויפשטעלן, אז נישט וועל איך עס שטעלן.
"מסורה" איז ביי מיר די ערשטע זאך!

אוועטאר
איצל פיצל
שר האלף
תגובות: 1744
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יולי 11, 2008 1:57 am

תגובה דורך איצל פיצל »

farshlufen האט געשריבן: מאנטאג מאי 15, 2023 11:35 pm
וואו הויב איך אן?

[טיטלען וועט איר נעמען פון שופלאד, ס'האט זיך סיי ווי געביטן]

די מגידי שיעור:
ר' אביגדור, ר' יוסף ירחמיאל, ר' נחמי',ר' הערש מיילעך, ר' חיים ברוך, ר' נטע, ר' יואל הערש, ר' ישכר דוב, ר' מאיר פעקעטע, ר' ישראל הערש, און מיר דוכט זיך אז דער קעכער ר' פנחס געהערט אויך אין די רוחני ליסטע.
ר׳ יודא אליעזר יונגער, ר׳ יעקב אקער, ר׳ שמשון פויגעל, רי יודל כ״ץ, ר׳ יוסף בנימין רובין, להבחל״ח ר׳ אליעזר דוד פאל, ר׳ דוד יצחק וויליגער. ועוד ועוד..

מנהלים: ר׳ יצחק שטערן, ר׳ משה ברוך ווייס, ר׳ נחמי׳ קרויס ר׳ חיים ברוך לייפער, ר׳ טעמפלער, ר׳ הערשל טויב, ר׳ מענדל סאבאוויטש, ר׳ אברהם שארר, ועוד ועוד…
אוועטאר
איצל פיצל
שר האלף
תגובות: 1744
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יולי 11, 2008 1:57 am

Re: זכרונות און היסטאריע פון "אור החיים טאהש'ער ישיבה" אין שטעטעלע טאהש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איצל פיצל »

זיך פונקט די וואך דערמאנט מיינע קינדערישע יארן - פריע מיטלע מ׳ יארן - אינעם הייליגן שטעטל. און עס איז מיר אריבער א סקרוך אין די ביינער - א טיפע בענקעניש - (ווי אלעמאל) ווען איך דערמאן זיך ווי דער רבי איז אריין צום טיש פרייטאג צונאכטס, יוש ווי דערהויבן איי ווי הייליג. א שטילקייט אין די ליפט וואס מען האט געקענט אנטאפן מיט די הענט, א מין העכערע געפיל וואס איך שפיר נאך ביז היינט ווען איך דערמאן זיך יענע מאמענטן.
די שול איז געווען כמעט ליידיג נאכנישט געווען קיין פרענטשעס. געווען טישן מיט א באנק דערויף במקום פרענטשעס. אביסל שפעטער איז שוין יא געווען דריי שטאקיגע פרענטשעס.
די רבי האט אנגעהויבן די שלום עליכם מיט שבת שלום ומבורך און מיט אזא נוסח אה שלום עליכם מלאכי השרת מלאכי עליון….
בקיצור בין איך שוין פארפארן אביסל, וואס איך האב עכט געוואלט פרעגן אן אינטערעסאנטע פראגע וואס איז מיר ארויפגעשווימען די וואך. ווי זענען די בחורים דעמאלטס געווען? איך געדענק עפעס נישט ס׳זאל זיין אסאך בחורים ביים טיש, אנפאנג זיכער נישט.
אויב איינער האט געלערינט יענע יארן און פארציילן אביסל.
אוועטאר
יעקעלע פוקס
שר חמש מאות
תגובות: 990
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 04, 2008 12:22 pm

Re: זכרונות און היסטאריע פון "אור החיים טאהש'ער ישיבה" אין שטעטעלע טאהש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעקעלע פוקס »

רוב בחורים זענען בימים ההם נישט געקומען צום טיש.

אין יעדע כתה איז געוועהן איינצעלע בחורים וואס האבען זיך באמת געווייקט ביי די טישן וכדו' ס'רוב כתה איז ארייגעפאלען אמאל אמאל.

בימים ההם איז א געווענדליכע שבת בכלל נישט געוועהן קיין פארענטשעס, עס איז נישט געוועהן פאר וועם.. נאר למשל שבת שירה וכדו' האט מען אריינגעברענגט די אלטע דריי שטאקיגע ברענטשעס.

די ריבוי עם בחורים חסידים כל כולו האט זיך הערשט אנגעפאנגען אנפאנג נ' יארן.

דרך אגב די דעמאלס שבת שירה כינוס ידידים דארף מען עקסטער צייט צו באשרייבן....

נאסטאלגיע..
טעמו וראו כי טוב השם
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35593
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע:אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: זכרונות און היסטאריע פון "אור החיים טאהש'ער ישיבה" אין שטעטעלע טאהש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

יעקעלע פוקס האט געשריבן: דינסטאג מאי 16, 2023 2:56 am
רוב בחורים זענען בימים ההם נישט געקומען צום טיש.

אין יעדע כתה איז געוועהן איינצעלע בחורים וואס האבען זיך באמת געווייקט ביי די טישן וכדו' ס'רוב כתה איז ארייגעפאלען אמאל אמאל.
אין מיינע צייטן איז כמעט יעדער געווען ביים טיש, אפשר נישט אויף איין פלאץ א גאנצן צייט.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35593
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע:אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: זכרונות און היסטאריע פון "אור החיים טאהש'ער ישיבה" אין שטעטעלע טאהש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

איצל פיצל האט געשריבן: דינסטאג מאי 16, 2023 1:40 am
ר׳ יוסף בנימין רובין, להבחל״ח, ר׳ דוד יצחק וויליגער. ועוד ועוד..
האסט מיר דערמאנט, די אידן האבן געאטעמט תורה מיטן ירושלים'ער חשק און טעם.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
הארזים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5428
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אקטאבער 24, 2020 11:20 pm

Re: זכרונות און היסטאריע פון "אור החיים טאהש'ער ישיבה" אין שטעטעלע טאהש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארזים »

הארזים האט געשריבן: דינסטאג מאי 16, 2023 1:24 am
עס איז דא א באקאנט בילד פון הרה"ק מטאהש מיט בחורים פון די ישיבה אין די ערשטע יארן, איך האב עס ביי מיר, אז איינער האט עס קען ער עס ארויפשטעלן, אז נישט וועל איך עס שטעלן.
איך רעדט פון די בילד, איך טרעף עס נישט ביי די אנדערע טאהשער אשכול, שטעל איך עס אהער.
אטעטשמענטס
הרהק מטאהש.jpg
הרהק מטאהש.jpg (390.54 KiB) געזען 1173 מאל
"מסורה" איז ביי מיר די ערשטע זאך!

אוועטאר
אלטמאדיש
שר מאה
תגובות: 184
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 12, 2022 8:33 am
לאקאציע:וואו אלטמאדיש איז ארויפגעקוקט

Re: זכרונות און היסטאריע פון "אור החיים טאהש'ער ישיבה" אין שטעטעלע טאהש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטמאדיש »

איינער קען לייגן נעמען צו די פנימ'ער?
אוועטאר
הארזים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5428
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אקטאבער 24, 2020 11:20 pm

Re: זכרונות און היסטאריע פון "אור החיים טאהש'ער ישיבה" אין שטעטעלע טאהש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארזים »

רעכטס אינטן זענען דאכט זיך דריי ברידער, כך אמר לי אחד מתלמידי הישיבה.
"מסורה" איז ביי מיר די ערשטע זאך!

אוועטאר
טעם וריח
שר האלפיים
תגובות: 2555
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 19, 2017 7:33 pm

Re: זכרונות און היסטאריע פון "אור החיים טאהש'ער ישיבה" אין שטעטעלע טאהש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעם וריח »

סאיז מיר פונקט אויסגעקומען דעי וואך צו שמועסן מיט א איד וואס האט געלערנט אין טאש אין די פריע בראשית יארן,
דער איז נישט קיין טאשער און ער זאגט מיר אויך אז רוב בחורים פלעגן בכלל נישט גיין צום טיש,
ער פלעגט שפאצירן מיט א חבר יעדע פרייטאג צונאכט'ס און געשמועסט חסידות ארום די ביהמ"ד געגענט און ציווישן מיטגעזונגען די ניגונים וואס מען האט ארויסגעהערט פון ביהמ"ד פונם טיש,
ער זאגט מיר יא אז פון די עטליכע 80 בחורים וואס האבן דארט געלערענט (כמיין ער האט מיר געזאגט 80) האט דער רבי געקענט יעדן ביים נאמען און זיך כסדר אינטרעסירט יעדן בחור בפרטיות וואס ער טוט און מאכט,
ער פארציילט מיר די שעות פון תהלים זאגן שבת פארטאגס וואס איז געווען לעילא ולעילא שעות על גבי שעות
על "טעם וריח" אין להתווכח
מארמאראש
שר חמש מאות
תגובות: 531
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג פעברואר 05, 2016 8:57 am

Re: זכרונות און היסטאריע פון "אור החיים טאהש'ער ישיבה" אין שטעטעלע טאהש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מארמאראש »

טעם וריח האט געשריבן: דינסטאג מאי 16, 2023 1:00 pm
סאיז מיר פונקט אויסגעקומען דעי וואך צו שמועסן מיט א איד וואס האט געלערנט אין טאש אין די פריע בראשית יארן,
ער זאגט מיר יא אז פון די עטליכע 80 בחורים וואס האבן דארט געלערענט (כמיין ער האט מיר געזאגט 80) האט דער רבי געקענט יעדן ביים נאמען און זיך כסדר אינטרעסירט יעדן בחור בפרטיות וואס ער טוט און מאכט,
איך מיין אז בערך ביז נ' האט דער רבי געקענט די בחורים ביים נאמען, איך מיין אז ביים טיילן די שיריים (אולי ביי די קוגעל) האט מען עס געקענט מיטהאלטן?!
מארמאראש
שר חמש מאות
תגובות: 531
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג פעברואר 05, 2016 8:57 am

Re: זכרונות און היסטאריע פון "אור החיים טאהש'ער ישיבה" אין שטעטעלע טאהש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מארמאראש »

זיך דערמאנט די וואך גוטע זכרונות ביים הערן דעם רבי'נס דאווענען אויף די טעל ליניע:-
718-451-8674
עקס. 2
שמעו ותחי נפשכם
הערשל שטיין
שר חמישים
תגובות: 63
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 26, 2017 5:51 pm

Re: זכרונות און היסטאריע פון "אור החיים טאהש'ער ישיבה" אין שטעטעלע טאהש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הערשל שטיין »

הארזים האט געשריבן: דינסטאג מאי 16, 2023 11:52 am
הארזים האט געשריבן: דינסטאג מאי 16, 2023 1:24 am
עס איז דא א באקאנט בילד פון הרה"ק מטאהש מיט בחורים פון די ישיבה אין די ערשטע יארן, איך האב עס ביי מיר, אז איינער האט עס קען ער עס ארויפשטעלן, אז נישט וועל איך עס שטעלן.
איך רעדט פון די בילד, איך טרעף עס נישט ביי די אנדערע טאהשער אשכול, שטעל איך עס אהער.
3 קינדער פון ר' מנשה האס דאס איז ביי א בר מצוה
איך קען נישט דיר די קענסט נישט מיר
אוועטאר
הארזים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5428
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אקטאבער 24, 2020 11:20 pm

Re: זכרונות און היסטאריע פון "אור החיים טאהש'ער ישיבה" אין שטעטעלע טאהש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארזים »

הערשל שטיין האט געשריבן: דינסטאג מאי 16, 2023 3:43 pm
הארזים האט געשריבן: דינסטאג מאי 16, 2023 11:52 am
הארזים האט געשריבן: דינסטאג מאי 16, 2023 1:24 am
עס איז דא א באקאנט בילד פון הרה"ק מטאהש מיט בחורים פון די ישיבה אין די ערשטע יארן, איך האב עס ביי מיר, אז איינער האט עס קען ער עס ארויפשטעלן, אז נישט וועל איך עס שטעלן.
איך רעדט פון די בילד, איך טרעף עס נישט ביי די אנדערע טאהשער אשכול, שטעל איך עס אהער.
3 קינדער פון ר' מנשה האס דאס איז ביי א בר מצוה
פון אישי:

די בילד איז פון ווינטער תשכ"ה ביי די בר מצוה פון ישראל האס, שטייט נעבן דער טאָהשער רבי זי"ע.
נעבן ישראל איז זיין ברודער נחום ע"ה העכער אים איז משה פון מאנסי.
דריטער פון אויבן הייסט גאלדשטיין
אינגאנצן לינקס איז ר' צבי הלוי שווארץ וומסב"ג
רעכטס איז ר' שלמה ברוין
רעכטס איז ר' יחזקאל אייזנער.
"מסורה" איז ביי מיר די ערשטע זאך!

אוועטאר
הארזים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5428
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אקטאבער 24, 2020 11:20 pm

Re: זכרונות און היסטאריע פון "אור החיים טאהש'ער ישיבה" אין שטעטעלע טאהש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארזים »

אנפאנג פלעגט די רבי פארהערן, ביז ווען איז דאס אנגעגאנגען?
"מסורה" איז ביי מיר די ערשטע זאך!

אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35593
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע:אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: זכרונות און היסטאריע פון "אור החיים טאהש'ער ישיבה" אין שטעטעלע טאהש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

הארזים האט געשריבן: דינסטאג מאי 16, 2023 4:12 pm
אנפאנג פלעגט די רבי פארהערן, ביז ווען איז דאס אנגעגאנגען?
דער רבי האט אונז נאך פארהערט, נישט יעדע וואך, אבער מער ווי איינמאל.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
הארזים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5428
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אקטאבער 24, 2020 11:20 pm

Re: זכרונות און היסטאריע פון "אור החיים טאהש'ער ישיבה" אין שטעטעלע טאהש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארזים »

farshlufen האט געשריבן: דינסטאג מאי 16, 2023 4:36 pm
הארזים האט געשריבן: דינסטאג מאי 16, 2023 4:12 pm
אנפאנג פלעגט די רבי פארהערן, ביז ווען איז דאס אנגעגאנגען?
דער רבי האט אונז נאך פארהערט, נישט יעדע וואך, אבער מער ווי איינמאל.
גיי ווייס וועלעכער יאר דאס איז...
"מסורה" איז ביי מיר די ערשטע זאך!

מארמאראש
שר חמש מאות
תגובות: 531
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג פעברואר 05, 2016 8:57 am

Re: זכרונות און היסטאריע פון "אור החיים טאהש'ער ישיבה" אין שטעטעלע טאהש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מארמאראש »

ווער ס'שרייבט עפעס זאל ביטע שרייבן די יארן, יעדע פאר יאר פלעגט זיך טוישן זאכן
אוועטאר
יעקעלע פוקס
שר חמש מאות
תגובות: 990
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 04, 2008 12:22 pm

Re: זכרונות און היסטאריע פון "אור החיים טאהש'ער ישיבה" אין שטעטעלע טאהש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעקעלע פוקס »

טעם וריח האט געשריבן: דינסטאג מאי 16, 2023 1:00 pm
...
ער פארציילט מיר די שעות פון תהלים זאגן שבת פארטאגס וואס איז געווען לעילא ולעילא שעות על גבי שעות
די תהלים שב"ק ציפרי איז טאקע געוועהן לעילא לעילא, אבער נישט ממש שעות על גבי שעות בערך צוויי אהאלב שעה, אבער מבהיל'דיג איז עס געוועהן אין לשער, ווי די רבי האט זיך געבויגען ביז דער ערד ממש מיט די תהילים (בן ביתי) אין די הענט ער זאל נישט איינשלאפען, ער איז געשטאנאען א וויילע אראפגעבויגען אזוי מיט די תהלים, דערנאך איז ער געגאנגען אהין אין צירוק, געלייגט די תהלים אויף א באנק/בענקל אין זיך פריש געבויגען, גענומען נאכאמאל אין די הענט און אראפגעבויגען ביז דער ערד און געשטאנען עטליכע מינוט, אראפגעבויגען אויפגעהויבען, וחוזר חלילה, און אזוי געזאגט דעם תהילים מיט השתפכות הנפש.

געהייסען עפענען דעם פענסטער ווען אינדערויסען איז געוועהן 30 אינטער זערוי דער גראד, אויף געמאכט, צוגעמאכט, אויפגעמאכט האלב וכדו'

אשרי עין ראתה כל אלה

דאס איז אנגאגאנגען מיט ממש אנפאנג נ' יארן דערנאך האט מען דאס שוין נישט געזעהן.

ער פלעגט אנפאנג תהילים הייסן רופן די בחורים אויב איז געוועהן א קליין עולם ביים אנפאנג - די זעלבע זאך פלעגט קענען זיין אנפאנג טיש אויב איז געוועהן גאר א קליינע עולם פלעגט ער מאכן מיט די הענט אז מ'זאל רופן דעם עולם - דאס איז געוועהן נאר ביז סוף מ' יארן בערך.
טעמו וראו כי טוב השם
שרייב תגובה

צוריק צו “זכרונות”