אי איכא דרכא אחריני

טעכנישע הילף פארן קאר אייגנטומער

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
הרב יואל קליין
שר שלשת אלפים
תגובות: 3408
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 13, 2017 6:01 pm

אי איכא דרכא אחריני

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב יואל קליין »

א גוט מארגן.
אינעם שטאט ווילי איז אמאל געווען זייער א גוטע מיקעניק וואס האט געהייסן טראסט-מאטארס אנטקעגן איבער קאנטינענטל אויף ראדלעדש. ווען ער האט פארמאכט/פארקויפט, האבעך זיך געמאכט באקוועם ביים ״מארק״ וואס איז געווען ביים גאז סטאנציאן נעבן הופער און קענט. כ׳האב אים געטראסט, געווען א גוטע דייעגנאוזער, פיין פארראכטן און טאקע נישט געווען די ביליגסטע, אבער געקענט וואס משה מיקעניק אויף פען קען נישט.
פעסט פארווערד און היינט איז מיין נעסטעלע אין הייליגן שטעטעלע אויף די בערג, דארט ווי עס איז נישט אינטערסאנט אויפצוהייבן א דראון וויין מ׳זעהט נאר דעכער פון הייזער אדער ביימער. נישטא מער קיין איסט ריווער צו כאפן פארנארישע בילדער. אבער נישט דאס איז מיין דילעמע. מיין דילעמע איז אז גוטן מיקעניק צו ריפלעיסן מארק! כ׳בין געווען ביים גרויסן סאבאוויטש קאמערשל מיקעניק, אבער דאס איז עפעס וואס איז נישט מיין טעיסט. איך האה ליב א קלענערע שאפ ווי איך קען רעדן מיטן מיקעניק, מסביר זיין און זיך פארשטיין און קענען זיין א שנעלערע אריין ארויס, ווען בשעת מעשה קען איך זעהן פון דער פענסטער אדער גאראדש טיר ווי דער קאר ווערט קער גענומען.
האבעך פרויבירט עטליכע ארומיגע גוי׳אישע, און איינער האט מיר פארגעשלאגן ״קוויקי״. זיי האבן פיינע מיקעניקס אבער….
זיי צוברעכן זאכן און דערנאך בעט מען געשוואלענע פרייזן צו פיקסן.
צוברעכן זאכן און מאכן א שווייג,
זאגן אז זאכן זענען צובראכן, מ׳דארף עס טוישן ווען ס׳איז סתם ליגענט, עס האקט א טעלעוויזיע אויף די העכסטע טענער און דירעקט אויף א זייער נידריג מאראלישע טשענעל וואס אפילו מ׳קוקט נישט נאר מ׳הערט עס אפילו מיטן פארשטאפן די אויערן, דארף מען ארויסלויפן צו די גאס, קעלט, רעגן, היצן. זאל איך זיך וואגן צו שטיין אינדרויסן פינעם גאראדש און אריינקוקן, וועט מען מיר אנשרייען און פארשיקן.

איי וועסטו פרעגן פארוואס איך ריף נישט ארי׳ס טייער שאפ - הייסט היינט Cargo Auto Care , ווייל זייער טראק איז לימיטעד וואס עס קען טאן. און כ׳האב זיי טאקע יא געניצט צו טוישן מיינע רעדער פון ווינטער צו זומער. איך האב ״גאנצע״ סעט רעדער, די ראבער מיטן גאנצן אייזן/פרעים/רעדל וואס האט אויך די לופט פרעשער סענסאר וואס ארבייט מיטן קאר׳ס קאמפיוטער וואס צינד אן א לייט ביים דעשבארד אויב איז א רעדל נישט מסודר.

מיינע רעדלעך זענען שוין געווען אלט, כ׳האב אויך געדארפט עטליכע זאכן פיקסען אויך מיין 10+ יעריגע טרעקל, עפעס וואס די קארגאו טראק קען נישט טאן און כ׳בין אנגעקומען צו קוויקי. זיי האבן מיר געאפערט א גוטע פרייז פאר פרישע רעדער (די ראבער) די מאדעל וואס איך האב געוואלט און עס ״מסדר״ געווען און דערנאך געבעטן עטליכע ״אלפים״ מיט דעטאלן וואס איז אלץ געווען נישט גוט.
ווען כ׳האב געבעטן צו זעהן די ״נישט גוטע״ חלקים, האבן זיי נאכן זיך איבערבליקן מיר אריינגעלאזט אין גאראדש, געזוכט אין זייער גארביטש פאר חלקים, נאר געטראפן האלב, און געזאגט אז די איבריגע איז שוין ווארשיינליך אין גארביטש. איך בין דאך ביים גארביטש?! אה, די אנדערע.. וועלכע?! מ׳האט עס שוין אויפגעפיקט. אה, מ׳פיקט אויך נאר א פערטל גארביטש?
בקיצור יו געט דע פוינט.
כהאב קיין ברירה נישט געהאט. כ׳האב געזעהן די ניי חלקים, נייע ברעיק קאליפּערס אויף אלע רעדער, די ברעיק ליינס - וואס זיי האבן צובראכן ווען זיי האבן עס צענומען, ווייל? אהה, ס׳איז א אלטע קאר און ס׳האט זיך נישט געוואלט אויפדרייען.. עניוועי… צו מאכן די זאך מער בקיצור, נאך עטליכע מינוט ארויספארן האט זיך מיין טייער פרעשער לייט אויפן דעשבארד גענומען בלינקען.
ס׳האט מיר נישט געמאכט קיין סענס. ווייל קארגאו האט עטליכע וואכן פארדעם מסדר געווען דעם סענסאר, פראגראמירט און אויסגעלאשן דעם לייט.

האבעך אליין געקויפט אזא רויטע מאשינקע אויף עמעזאן וואס קען מסדר זיין די רעדלעך סענסארס און קאמיוניקירן מיטן קאר׳ס קאמפיוטער. און אט זעה איז אז איין סענסאר קאמיוניקירט נישט! אהא, די פיצי בעטערי דערין האט גע׳פגר׳ט ממש יעצט?

איך רוף אן קוויקי, און יא, זיי קענען עס פאררעכטן פאר הינדרעט טולער דעם סענסאר און 90 טולער צו פראגרעמירן דעם סענסער מיטן קאר וואס נעמט נאך 30 מינוט
״דאָ״ האט מיין געדולט באשלאסן דאס איזעס.

איך רוף אן קארגאו און פרעג זיי אויב זיי טוען בכלל אין דעם ליין פון לייגן פרישע סענסארס. יא! אבער אויב איך קען אראפקומען אין שאפ. אין שאפ?? ענק האבן נאר טראקס! ניין, מיר האבן שוין א שאפ!
אקעי איך פאר אהין, און איך כאפ א שאק!!! א געהעריגע אויפגעסעטע מיקעניק שאפ ביים מאביל געז סטאנציע שיעף אנטקעגן איבער טשעיס באנק דארט נעבן די מאנראו לעיק ווי איך בילדער די ווייסע קאטשקעס.

דער באלעבאס ר׳ מענדי פרידמאן איז דארט, נישטא קיין טעלעוויזיע, אבער יש כן הארץ מיט געפיל און עטליכע טויגליכע געטרייע מיקעניקס, מיט א שטיבעלע צו פארברענגען, כשר׳ס צו עסן, און היימישע אידן צו שמועסן.

דער גוי נעמט אראפ דעם רעדל וואס מיין נייע מאשינקע האט געוויזן אז דער סענסאר טויג נישט, און… נישטא קיין סענסאר!!! ווי איזעס???? אהההה ווען קוויקי האט געטוישט צו מיינע נייע זומער רעדל, האבן זיי צובראכן און ארויסגענומען דעם סענסאר און געמאכט א שווייג!!

כ׳האב באצאלט דעם הינדערטער פאר קארגאו צו אינסטאלירן א פרישע סענסאר, און געניצט מיין מאשינקע צו פראגרעמירן צום קארס קאמפיוטער (הע… די מיקעניק האט ממש די זעלבע מאשינקע ווי איך האב.. פיין געקויפט ב״ה..) ס׳האט גענומען אונטער 2 מינוט און די סענסאר איז געווען מסודר ב״ה.

כ׳האב געפרעגט ר׳ מענדי צו ער גייט טאקע אלעס קענען פאררעכטן, און ער זאגט מיר אז בעזר השם! ער איז פריש אפן דארטן, עס גייט נאך אריינברענגען נאך געצייג פאר מער סיריעס פאררעכטונגען, אבער אלעס ביז אהין איז ער שוין פולי סעט אפ, עטליכע ליפט׳ס צו הייבן די קאר אינערהייעך און מ׳איז פריינטליך, כ׳קען רעדן צום מיקעניק, זעהן וואס ער מאכט, ממש א מחיה.

פאר אלע אייערע קאר געברויכן ביטע ״קודם״ רוף קארגא פרעגן אויב זייער שאפ קען עס טאן. און געוויסע זאכן קען די טראק טאן פאר עטוואס מער געלט. אראפקומען איז א סערוויס.
845-200-4891
ער איז ביי 820 רוט 17 עם.

כ׳בין געווען אזוי אימפרעסט, אז כ׳האב אים געפרעגט אויב איך מעג עס באשרייבן דא אויפן וועלטל. ער האט צוריק געשמייכלט…

יישר כח אייבישטער פארן מיר אויסלייזן פונעם גוי, פון זיין שמוציגע פלאץ, און געבן א נייע נארמאלע פלאץ פאר מיינע געברויכן.
ביידעוועי, סאבאוויטש איז סופער פיין און דער עולם איז צופריעדן ב״ה. אבער דער קארגאו שאפ איז א חידוש. איבערהויפט אז ס׳איז דא צו קויפו געז אויך.

האטס מיר און זייטס מיר…
ווי האלט די מהפכה?!
אטעטשמענטס
IMG_7091.jpeg
IMG_7091.jpeg (101.49 KiB) געזען 2920 מאל
אוועטאר
ראטשילד
שר חמש מאות
תגובות: 888
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 02, 2023 8:02 pm

Re: אי איכה דרכה אחרינה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראטשילד »

הערליך שיין, איך וואלט געגאנגען נאך אפאר מאל צום גוי און מיט און מיט א באהאלטענע קעמערע וואלט איך פראבירט אים צו כאפן ביי זיינע עוולות און דערנאך געקלאגט אין געריכט.
פאר לענגערע אנאליזן און אינטרעסאנטע באמערקונגען - סיינט אייך אויף צו אונזער אשכול
אוועטאר
הרב יואל קליין
שר שלשת אלפים
תגובות: 3408
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 13, 2017 6:01 pm

Re: אי איכה דרכה אחרינה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב יואל קליין »

ראטשילד האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 18, 2023 10:13 am
הערליך שיין, איך וואלט געגאנגען נאך אפאר מאל צום גוי און מיט און מיט א באהאלטענע קעמערע וואלט איך פראבירט אים צו כאפן ביי זיינע עוולות און דערנאך געקלאגט אין געריכט.
נו נו
קושטא
שר חמש מאות
תגובות: 664
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 03, 2018 1:40 pm

Re: אי איכה דרכה אחרינה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קושטא »

הרב יואל קליין האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 18, 2023 10:16 am
ראטשילד האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 18, 2023 10:13 am
הערליך שיין, איך וואלט געגאנגען נאך אפאר מאל צום גוי און מיט און מיט א באהאלטענע קעמערע וואלט איך פראבירט אים צו כאפן ביי זיינע עוולות און דערנאך געקלאגט אין געריכט.
נו נו
די מעקעניק'ס זענען אלט באקאנט אלטס די גרעסטע גנבים אין לאנד, זיי נוצן אויס דעם פאקט אז די האסט נישט קיין איינונג וואס טוט זיך אינעם קאר, און צוברעכן און האקן און טוישן פארטס פון נייע צו אלטע, כאדם העושה בתוך שלו. בעיקר כדי צו קענען נוצן נאכדעם די פארטס פאר זיך פאר ביזנעס, און ווי אויך כדי צו קענען טשארדשן נאכדעם צו פיקסען עס, ווי אויך איז נישט דא קיין שום מארקעט פרייז אויף קיין שום אויטע פארט, און ער קען דיר פארקויפן לאקשן וואס און וויאזוי ער וויל, און די האסט נישט קיין צוויי ברירות.

איך האב שוין געהאט מיט די חברה, און אויך געהערט פון אנדערע, אזעלכע גניבות אז ס'איז נישט פשוט. און די פראבלעם איז אז ס'איז אזוי א איינגעגעסענע גניבה אינדערסטרי אז כמעט אלע זענען די זעלבע גנבים.

ס'האט מיר אמאל געזאגט א באס מענעדשער פון א היימישע מוסד, אז די סומעס געלד וואס די מעקעניק'ס גנבענען צוזאם פון די מוסד ביי די באס אינספעקשענ'ס - אינקלודינג צוברעכען אפילו נייע באסעס און ארויסנעמען און טוישן פארט'ס אפילו גאר אזעלכע טייערע וויכטיגע ווי טראנסמישענ'ס - איז אומגעהויער, און מ'קען גארנישט טוהן, ווייל ווי געזאגט די האסט נישט קיין איינונג וואס טוט זיך דארט אינעווייניג, און ווי מער מ'טענהט זיך מיט זיי האבן זיי אויף יעדע זאך א זאק מיט תירוצים, און אלטס מער געלד קאסט עס דיך. די קענסט נאר זיך צוקוקן מיט עגמת נפש ווי דיין כמעט נייע באס וואס איז ביזן אינספעקשן געפארן א מחי', קומט צוריק קראנק און שוואך, און ס'איז נישט דא צו וועם צו רעדן.

לערענט'ס ענק אויס. אלץ ווען די גייסט צו א מעקעניק זאלסטו קודם טאקע קלאר מאכן מיט אפאר מעקעניק'ס זעהן צו זיי זאגן די זעלבע, און אזוי דערגיין וואס די פראבלעם איז ''באמת'' און נאכדעם בעיקר זייער וויכטיג, שטיין און באאבאכטן פונקטליך וואס ער טוט דארט, און אויב לאזט ער דיך נישט שטיין דארט מיטן תירוץ אז ס'שטערט די ארבעט, זאלסטו וויסן אויף זיכער אז ער איז א גנב, און זאלסט אפפוצן פון דארט באצייטענ'ס.
איך בין לעצטענ'ס געווען ביי א מעקעניק טוישן א רעדיעטער פאר מיין קאר, און איך האב געוואלט שטיין דארט זעהן וואס ער טוט בין איך געשטאנען אינגאנצן אינדרויסן פונעם גאראדש און אריינגעקוקט, איז געקומען צו גיין א ארבעטער א גוי און מיך געסטראשעט מיטן ערגסטען אויב איך גיי נישט שוין אוועק פון דארט, האב איך אים געזאגט סטאפ צו טאטשן מיין קאר אין די רגע ווייל אז נישט רוף איך שוין די פאליציי, און איך האב מיך אפגעטראגן פון דארט.
ס'איז באמת נאך דא אסאך וואס צו רעדן וועגן די נושא.
לעצט פארראכטן דורך קושטא אום דאנערשטאג מאי 18, 2023 7:26 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
אוועטאר
יקוש פייוויש
שר ששת אלפים
תגובות: 6651
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יולי 16, 2021 12:34 pm

Re: אי איכא דרכא אחריני

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקוש פייוויש »

שכח @הרב יואל קליין פאר די געשמאקע גונסטיגע באריכט!! כ׳ווארט שוין יארן פאר אזאנס
אוועטאר
הלבלר בקולמסו
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 15, 2018 10:37 am

Re: אי איכא דרכא אחריני

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלבלר בקולמסו »

א קאר האב איך טאקע נישט, אבער שיינעם ארטיקל האבן מיר געלעזט...

שכוח ר' יואל!
יעדע גוטע זאך קומט אמאל צו אן ענדע,
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.

אוועטאר
איך נוץ מיין JELLY
שר חמש מאות
תגובות: 618
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אוגוסט 06, 2021 2:17 pm

Re: אי איכה דרכה אחרינה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך נוץ מיין JELLY »

קושטא האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 18, 2023 5:44 pm
הרב יואל קליין האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 18, 2023 10:16 am
ראטשילד האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 18, 2023 10:13 am
הערליך שיין, איך וואלט געגאנגען נאך אפאר מאל צום גוי און מיט און מיט א באהאלטענע קעמערע וואלט איך פראבירט אים צו כאפן ביי זיינע עוולות און דערנאך געקלאגט אין געריכט.
נו נו
די מעקעניק'ס זענען אלט באקאנט אלטס די גרעסטע גנבים אין לאנד, זיי נוצן אויס דעם פאקט אז די האסט נישט קיין איינונג וואס טוט זיך אינעם קאר, און צוברעכן און האקן און טוישן פארטס פון נייע צו אלטע, כאדם העושה בתוך שלו. בעיקר כדי צו קענען נוצן נאכדעם די פארטס פאר זיך פאר ביזנעס, און ווי אויך כדי צו קענען טשארדשן נאכדעם צו פיקסען עס, ווי אויך איז נישט דא קיין שום מארקעט פרייז אויף קיין שום אויטע פארט, און ער קען דיר פארקויפן לאקשן וואס און וויאזוי ער וויל, און די האסט נישט קיין צוויי ברירות.

איך האב שוין געהאט מיט די חברה, און אויך געהערט פון אנדערע, אזעלכע גניבות אז ס'איז נישט פשוט. און די פראבלעם איז אז ס'איז אזוי א איינגעגעסענע גניבה אינדערסטרי אז כמעט אלע זענען די זעלבע גנבים.

ס'האט מיר אמאל געזאגט א באס מענעדשער פון א היימישע מוסד, אז די סומעס געלד וואס די מעקעניק'ס גנבענען צוזאם פון די מוסד ביי די באס אינספעקשענ'ס - אינקלודינג צוברעכען אפילו נייע באסעס און ארויסנעמען און טוישן פארט'ס אפילו גאר אזעלכע טייערע וויכטיגע ווי טראנסמישענ'ס - איז אומגעהויער, און מ'קען גארנישט טוהן, ווייל ווי געזאגט די האסט נישט קיין איינונג וואס טוט זיך דארט אינעווייניג, און ווי מער מ'טענהט זיך מיט זיי האבן זיי אויף יעדע זאך א זאק מיט תירוצים, און אלטס מער געלד קאסט עס דיך. די קענסט נאר זיך צוקוקן מיט עגמת נפש ווי דיין כמעט נייע באס וואס איז ביזן אינספעקשן געפארן א מחי', קומט צוריק קראנק און שוואך, און ס'איז נישט דא צו וועם צו רעדן.

לערענט'ס ענק אויס. אלץ ווען די גייסט צו א מעקעניק זאלסטו קודם טאקע קלאר מאכן מיט אפאר מעקעניק'ס זעהן צו זיי זאגן די זעלבע, און אזוי דערגיין וואס די פראבלעם איז ''באמת'' און נאכדעם בעיקר זייער וויכטיג, שטיין און באאבאכטן פונקטליך וואס ער טוט דארט, און אויב לאזט ער דיך נישט שטיין דארט מיטן תירוץ אז ס'שטערט די ארבעט, זאלסטו וויסן אויף זיכער אז ער איז א גנב, און זאלסט אפפוצן פון דארט באצייטענ'ס.
איך בין לעצטענ'ס געווען ביי א מעקעניק טוישן א רעדיעטער פאר מיין קאר, און איך האב געוואלט שטיין דארט זעהן וואס ער טוט בין איך געשטאנען אינגאנצן אינדרויסן פונעם גאראדש און אריינגעקוקט, איז געקומען צו גיין א ארבעטער א גוי און מיך געסטראשעט מיטן ערגסטען אויב איך גיי נישט שוין אוועק פון דארט, האב איך אים געזאגט סטאפ צו טאטשן מיין קאר אין די רגע ווייל אז נישט רוף איך שוין די פאליציי, און איך האב מיך אפגעטראגן פון דארט.
ס'איז באמת נאך דא אסאך וואס צו רעדן וועגן די נושא.
געהערט אמאל אויף מעקעניקס און דענטיסטס....
green sunday
שר האלף
תגובות: 1199
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 16, 2010 3:34 pm

Re: אי איכא דרכא אחריני

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך green sunday »

אין וואס איז מיט מענדי ברייער פון K&J Auto האסטו נישט פראבירט? טאקע נישט די ביליגסטע אבער א דזשאב מאכט ער גאר גוט
פאר צענטראלע נייעס אינערהאלב קהל יטב לב ד'סאטמאר שיקט אן אימעל צי בחצרות סאטמאר
פאר לאקאלע נייעס קליקט דא מודעות קהלינו סאטמאר קרית יואל קול הקהל סאטמאר וויליאסמבורג
קרית יואל וועכענטנליכע נייעס באריכט היימשטאט
אוועטאר
Borrower
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4781
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 16, 2020 10:21 am

Re: אי איכה דרכה אחרינה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Borrower »

הרב יואל קליין האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 18, 2023 10:16 am
ראטשילד האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 18, 2023 10:13 am
הערליך שיין, איך וואלט געגאנגען נאך אפאר מאל צום גוי און מיט און מיט א באהאלטענע קעמערע וואלט איך פראבירט אים צו כאפן ביי זיינע עוולות און דערנאך געקלאגט אין געריכט.
נו נו
דערמאנט מיר פונעם וויץ - מעקעניק רופט אן דעם קליענט - מסביר אלע פראבלעמען - אה פאר איך פארגעס העדלייט פלואיד ברויך מען צוגעלייגן פאר 75.00 דאלאר.
וואאאאאאט ? העדלייט פלואיד ???? - ווואדע - פאסירט זעלטן אבער דא איז עס "שוין" א געפאר. עקסידענט איז א מינוט אוועק...
אקעי . 75.00 מאכעס -
אקעי דאס איז פאר די רעכטע זייט - איר מיזט אויך מאכן די לינקע זייט...
אוועטאר
טשאלמיקא
שר האלף
תגובות: 1590
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג נאוועמבער 08, 2021 11:21 am
פארבינד זיך:

Re: אי איכא דרכא אחריני

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאלמיקא »

איך האב זייער הנאה געהאט פון דיין באשרייבונג.
איך קום יעצט פון קוויקי'ס סא איך בין נאך אונטער די ווייב'ס..

איך האב שוין א לאנגע צייט געהאט אזא נישט גוטע פילינג וועגן קוויקי'ס (יעצט בין איך אהינגעגאנגען וויבאלט פרענקי'ס האט נישט געקענט מאכן קיין אינספעקשאן יעצט)
ווייל ווען איך בין דארט געווען פאר א וויל אליינמענט, און עס האט גארנישט אויפגעטען האט ער געזאגט אז עס איז א ענדזשין פראבלעם וואס דארף קאסטען די הויזן. בינעך געגאנגען צו פרענקי'ס און מיין קאר פארט כאחד הקאר'ס

נעקסטיים אי"ה וועט מען טרייען קארגו
אוועטאר
הרב יואל קליין
שר שלשת אלפים
תגובות: 3408
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 13, 2017 6:01 pm

Re: אי איכא דרכא אחריני

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב יואל קליין »

green sunday האט געשריבן: מיטוואך מאי 31, 2023 5:54 pm
אין וואס איז מיט מענדי ברייער פון K&J Auto האסטו נישט פראבירט? טאקע נישט די ביליגסטע אבער א דזשאב מאכט ער גאר גוט
נאו איידיע ווי דאס איז. איך בין היפש ניי אין שטעטל.
אויב איזעס א קלענערע שאפ, דארף מען עס אויסטרייען. אויב איזעס א קאמערשל איידיע לאז איבער דיין קאר פאר צוויי טאג, איזעס נישט מיין טעיסט
באקסער בוים
שר האלף
תגובות: 1860
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 31, 2017 12:41 pm

Re: אי איכא דרכא אחריני

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באקסער בוים »

גאר פיינע אדוועטייזמענט!
איך האב בכלל נישט קיין מיינונג איבער די נושא, ס'איז זשאסט געשריבן אין די וועלט אריין.
askan1
שר חמש מאות
תגובות: 679
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 06, 2021 2:31 pm

Re: אי איכא דרכא אחריני

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך askan1 »

auto go car repair

ער האט זייער גוטע ריוויאס
אטעטשמענטס
auto go repair.jpg
auto go repair.jpg (198.48 KiB) געזען 970 מאל
אזוי זאג איך
שר האלפיים
תגובות: 2376
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 11, 2021 3:51 pm
לאקאציע:ביי די ארבעט

Re: אי איכא דרכא אחריני

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אזוי זאג איך »

זייער שיין! ווי איז קוויקי(?) לאקעטעט?
אזוי זאג איךמיינט אז That's just my opinion

פאר עני low voltage דזאב אין מאנרא / מאנסי / אפסטעט קאנטעקט מיר אין אישי.
אוועטאר
הרב יואל קליין
שר שלשת אלפים
תגובות: 3408
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 13, 2017 6:01 pm

Re: אי איכא דרכא אחריני

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב יואל קליין »

185
NY-17M
Harriman NY 10926
United States
שרייב תגובה

צוריק צו “קאר הילף”