לשאלת הרבים וואו מ'האלט אויף דער וועלט מיט ווינטער?
איז אזוי; לעת עתה קוקט אויס אז די נעקסטע 10-15 טעג וועט מער ווייניגער זיין שניי-פרי, ספעציעל ניו יארק סיטי, אבער ס'איז נישט אויסגעשלאסן די מעגליכקייט צו זעהן עפעס קלייניגקייטן דא דארט, אריינגערעכנט דעם מיטוואך נאכט בעפאר די רעגן ענדיגט זיך ווען ס'קען פליען ווייסע ברעקלעך פאר נישט צי לאנג - בעיקר אין אפסטעיט.
וואס טוט זיך נאכדעם?
איך ווייס נישט!!!
אויבנאויף קען מען זאגן אז ס'איז געענדיגט, אבער היסטארי ווייזט אז ס'איז נישט אויווער ביז ס'איז נישט אויווער. "רוב" יארן האט סענטראל פארק רעקארדירט שניי, און אפילו גרויסע שנייען און בלזיארדס דורכאויס מערץ, און נישט נאר אין די ערשטע העלפט מערץ, נאר אפילו אין די צווייטע העלפט, און אפילו אריין אין אפריל האט זיך שוין געטראפן גענוג און נאך מאל אז ס'איז געווען א שיינע שניי, אבער אפריל איז שוין נישט א זאך פון כמעט יאר יערליך, און דאס אלעס איז אין די סיטי, אין אפסטעיט איז פארשטייט זיך די שאנסן סאך העכער אפילו אין אפריל.
אדרבא לאמיר כאפן א בליק אויף די לעצטע איבער 60 יאר וויאזוי ס'איז געווען, און לאמיר זיך איבערצייגן וואסערע שנייען ניו יארק סיטי איז געוואוינט צו זעהן מערץ און אפריל.
תש"כ יארן
תש"כ: מערץ 3-5 געפאלן א מאסיווע שניי פון 14.6 אינטשעס. מערץ 7-8 נאך 0.3. מערץ 17 נאך 1.5. מערץ 22 נאך 1.9. מערץ 26 נאך 0.2.
תשכ"א: מערץ 8-9 געפאלן 0.8. מערץ 13 נאך א 0.4.
תשכ"ב: מערץ 6 געפאלן 0.2 פון א אינטש.
תשכ"ג: מערץ 1 געפאלן 2 אינטשעס, מערץ 20-21 געפאלן 0.8.
תשכ"ד: מערץ 12 איז געפאלן 1.1, מערץ 21-22 א שיינע שניי פון 4.9 אינטשעס.
תשכ"ה: מערץ 17 געפאלן 1.1, מערץ 20 געפאלן 1.7. שפעטער אפריל 2 איז געפאלן נאך 1.2.
תשכ"ו: מערץ איז אריבער אן מעזשערבל שניי, בלויז איינמאל געווען א טרעיס.
תשכ"ז: מערץ 5 איז געפאלן 2 אינטשעס, מערץ 15-17 א שיינע שניי פון 5.6 אינטשעס, מערץ 20-21 א גרויסע שניי פון 9.8 אינטשעס.
תשכ"ח: מערץ 1 א שיינע שניי פון 5.5 אינטשעס, מערץ 12-13 נאך 0.6.
תשכ"ט: מערץ 2-3 געפאלן 2.8 אינטשעס, מערץ 7 א פרישע 2.8 אינטעשס,
תש"ל יארן
תש"ל: רוב מערץ איז אריבער מילד אן שניי, אבער מערץ 29 האט זיך אנגעריקט א שניי פון 4 אינטשעס.
תשל"א: מערץ 4 איז געווען א לייכטע שניי פון 1.3, דערנאך געווען בלויז אפאר טרעיסעס דא דארט [ברעקלעך שניי]. שפעטער אפריל 6 האט מען אריינגעכאפט נאך א קליינע שניי פון 0.4.
תשל"ב: מערץ 11 געווען א לייכטע שניי פון א אינטש, עטליכע טעג שפעטער מערץ 13 נאך א לייכטע שניי פון 1.3.
תשל"ג: געווען א מילדע מערץ, אבער דאך האט מען אריינגעכאפט א משהו שניי, ווען מערץ 18 איז געפאלן 0.2 פון א אינטש.
תשל"ד: רוב מערץ אריבער מילד אן שניי, אבער מערץ 29 האט זיך אנגעריקט א שניי פון 3.2 אינטשעס [גאנץ ענליך צו תש"ל]. שפעטער אפריל 10 איז געווען נאך א לייכטע שניי פון 0.3.
תשל"ה: געווען ענליך צו תשל"ג, רוב מערץ אריבער מילד אן שניי, חוץ א לייכטע שניי פון 0.3 אום מערץ 14.
תשל"ו: מערץ 9-10 איז געפאלן 4.2 אינטשעס, שפעטער מערץ 16 נאך א גאר לייכטע שניי פון 0.2.
תשל"ז: בלויז איינמאל אום מערץ 18 געווען א שניי פון 0.6.
תשל"ח: מערץ 3 איז געווען א שיינע שניי פון 5 אינטשעס, שפעטער מערץ 16 נאך א לייכטע שניי פון 1.8.
תשל"ט: מערץ איז אריבער אן מעזשערבל שניי, בלויז איינמאל געווען א טרעיס.
תש"מ יארן
תש"מ: מערץ 13-14 געווען א שיינע שניי פון 4.6 אינטשעס.
תשמ"א: מערץ 5 געפאלן א גרויסע שניי פון 8.6 אינטשעס.
תשמ"ב: געווען זייער אינטערסאנט, דורכאויס מערץ געפאלן בלויז איינמאל א קליינע שניי אום מערץ 4 ווען ס'איז רעקארדירט געווארן 0.7. אבער איבער חודש שפעטער אום אפריל 6 איז געפאלן א גרויסע שניי פון 9.6 אינטשעס - אין אפסטעיט איז געווען אסאך מער.
תשמ"ג: מערץ איז אדורך אן מעזשערבל שניי, געווען עטליכע מאל בלויז טרעיסעס. אבער אפריל 18 איז רעקארדירט געווארן כמעט א אינטש ווען ס'איז געפאלן 0.8.
תשמ"ד: געווען א שנייאיגע מערץ... מערץ 5 איז געפאלן 0.3, מערץ 8-9 איז געפאלן א גרעסערע שניי פון 6.9 אינטשעס, מערץ 13 נאך א לייכטע שניי פון 1.4, מערץ 28-29 איז געפאלן 3.3 אינטשעס.
תשמ"ה: בלויז מערץ 4 איז געפאלן א נישטיגע 0.2.
תשמ"ו: מערץ איז אריבער אן מעזשערבל שניי, בלויז 2 מאל געווען א טרעיס.
תשמ"ז: מערץ 12-13 געפאלן 1.9.
תשמ"ח: מערץ איז אדורך אן מעזשערבל שניי, געווען עטליכע מאל בלויז טרעיסעס.
תשמ"ט: מערץ 6 געפאלן 2.5 אינטשעס.
תש"נ יארן
תש"נ: מערץ 6 איז געפאלן 3.1 אינטשעס, דערנאך א חודש שפעטער אפריל 7 איז געפאלן 0.6.
תשנ"א: רוב מערץ אריבער שניילאז, ביז מערץ 30 ווען א קליינטשיגע 0.2 איז געפאלן.
תשנ"ב: מערץ 19 איז געפאלן א שיינע שניי פון 6.2 אינטשעס - גראדע איז עס געווען פורים, עטליכע טעג שפעטער מערץ 22 איז געפאלן א פרישע 3.2 אינטשעס.
תשנ"ג: מערץ 5 א קליינטשיגע 0.2, מערץ 10 א קליינטשיגע 0.3, מערץ 13-14 א גרויסע שניי פון 10.6 [שטורעם אוו סענטרי], מערץ 17 נאך א 0.8.
תשנ"ד: מערץ 2-3 א שיינע שניי פון 5 אינטשעס, מערץ 17-18 איז געפאלן 3.1 אינטשעס.
תשנ"ה: מערץ איז אריבער אן מעזשערבל שניי, בלויז איינמאל געווען א טרעיס.
תשנ"ו: מערץ 2 איז געפאלן א שיינע שניי פון 4.6 אינטשעס, מערץ 8 נאך א שיינע שניי פון 4.5 אינטשעס, מערץ 28-29 א פרישע 4.1 אינטשעס. שפעטער אום אפריל 9-10 נאך א 0.7.
תשנ"ז: מערץ 3 איז געפאלן א אינטש, מערץ 10 א האלבע אינטש, מערץ 14 איז געפאלן 0.2.
תשנ"ח: רוב מערץ אריבער שניילאז, אבער מערץ 22 איז אנגעקומען א שיינע שניי פון 5 אינטשעס.
תשנ"ט: מערץ 14-15 א שיינע שניי פון 4.5 אינטשעס.
תש"ס יארן
תש"ס: רוב מערץ אריבער שניילאז, בלויז מערץ 17 געפאלן 0.4. אבער אפריל 9 איז אנגעקומען א שניי 3 מאל אזוי סאך ווען ס'איז געפאלן 1.2.
תשס"א: מערץ 5-6 איז געפאלן 3.5 אינטשעס, מערץ 26 נאך א 0.3.
תשס"ב: מערץ איז אדורך אן מעזשערבל שניי, געווען עטליכע מאל בלויז טרעיסעס.
תשס"ג: מערץ 6 איז געפאלן 3.5 אינטשעס, א חודש שפעטער אפריל 7 איז געפאלן א גרעסערע ווען ס'איז געווען 4 אינטשעס.
תשס"ד: מערץ 16-18 איז געפאלן א שיינע שניי פון 4.8 אינטשעס.
תשס"ה: מערץ 1 איז געפאלן 2.9 אינטשעס, מערץ 8 איז געפאלן 1.5 אינטשעס, מערץ 11-12 א פרישע 1.5 אינטשעס, מערץ 23 א אינטש.
תשס"ו: מערץ 2 איז געפאלן 1.3. שפעטער אפריל 5 איז צוגעקומען נאך א נישטיגע 0.1.
תשס"ז: מערץ 7 א האלבע אינטש, מערץ 16 א שיינע שניי [בעסער געזאגט האגל] פון 5.5 אינטשעס.
תשס"ח: מערץ איז אריבער אן מעזשערבל שניי, בלויז איינמאל געווען א טרעיס.
תשס"ט: מערץ 1-2 א גרויסע שניי פון 8.3 אינטשעס.
תש"ע יארן
תש"ע: מערץ איז אריבער אן מעזשערבל שניי, בלויז איינמאל געווען א טרעיס.
תשע"א: רוב מערץ אריבער אן שניי, בלויז מערץ 24 געפאלן א אינטש.
תשע"ב: מערץ איז אריבער גענצליך שניילאז ניטאמאל קיין טרעיס געפאלן.
תשע"ג: מערץ 8 א שיינע שניי פון 4 אינטשעס, מערץ 16 געפאלן 0.3, מערץ 18 געפאלן 3 אינטשעס.
תשע"ד: מערץ 3 געפאלן א נישטיגע 0.1 פון אינטש.
תשע"ה: מערץ 1 א שיינע שניי פון 4.8 אינטשעס, מערץ 3 א פרישע 1.8 אינטשעס, מערץ 5 א גרויסע שניי פון 7.5 אינטשעס - פורים תשע"ה, מערץ 20 א פרישע שיינע שניי פון 4.5 אינטשעס.
תשע"ו: מערץ 4 געפאלן 0.4 פון א אינטש, מערץ 21 א האלבע אינטש.
תשע"ז: מערץ 10 איז געפאלן 2.1 אינטשעס, מערץ 14 די שיתסר שטורעם 7.6 אינטשעס [אין אפסטעיט געווען א בליזארד פון 2 פיס].
תשע"ח: מערץ 7 איז געפאלן 3.2 אינטשעס, מערץ 21-22 א גרויסע שניי פון 8.4 אינטשעס. שפעטער אפריל 2 [חוה"מ פסח] א פרישע 5.5 אינטשעס.
תשע"ט: מערץ 1-4 א לאנגע פיריעד פון שניי האט געברענגט 10.4 אינטשעס.
תש"פ יארן
תש"פ: מערץ איז אריבער אן מעזשערבל שניי, בלויז איינמאל געווען א טרעיס.
תשפ"א: מערץ איז אדורך אן מעזשערבל שניי, געווען עטליכע מאל בלויז טרעיסעס.
תשפ"ב: מערץ 9 איז געפאלן 0.4 פון א אינטש.
תשפ"ג: מערץ 7 געפאלן א נישטיגע 0.1 פון אינטש.
תשפ"ד: נזכה ונחיה ונראה.