קינדער וויזיטעשאן- קאפערענטינג!!

חיזוק ועידוד אין אלע מצבים

די אחראים: זייער נייגעריג , אחראי , thefact

אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35580
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע:אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: קינדער וויזיטעשאן- קאפערענטינג!!

תגובה דורך farshlufen »

משהלע האט געשריבן: מאנטאג אפריל 01, 2024 9:55 am
טאמער עס איז דא אמאל אזא זאך אז מען דארף טאקע צוריקהאלטן, דארף עס זיין מיט א בית דין של עשרים ושלושה וואס איז דן דיני נפשות, צאמגענומען פון מערערע קהילות, מיט שטייפע קנסות פאר ווער עס פאלגט נישט. א בית דין'ל איז נישט גענוג.
דאס איז אייער'ס א פסק?
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
צוויי גילדען
שר תשעת אלפים
תגובות: 9523
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 13, 2022 10:20 pm
לאקאציע:מלפנים @שמעון משה

Re: קינדער וויזיטעשאן- קאפערענטינג!!

תגובה דורך צוויי גילדען »

@פראקטיש איך דיסעגרי.

אפילו יענער איז לעגאל א בפ''ד, לעגאל א רשע, וכו וכו איז נישט דא קיין שום תירוץ ער זאל נישט מעגן זעהן א קארגע האלבע שעה א וואך זיין קינד, אין פארק זיכער..

אפילו ס'בלייבט די מהלך המחשבה פון בשעת גט אז די אנדערער איז א שייגעץ, שלעכטער, מושחת טאר נאכאלץ נישט זיין אזא הו''א נישט צו לאזן דעם אנדערן זעהן דעם קינד, פונקט ווי קיינער האט נישט קיין הו''א אז צוליב די קינד'ס טובה וועל איך אים איינשפארן אין קלאזעט ווייל ער איז א זון פון דעם רשע, דעם מושחת..

אזא מושג פון די אנדערער נישט זעהן דאס קינד טאר בשום אופן נישט עקזיסטירן.
און ווי @משהלע זאגט אזא דיני נפשות קען נישט סתם אזוי ווערן אפגעפסקנט דורך איין רב, פונקט ווי יעדער פארשטייט אז אפילו א בי''ד של שלשה איז זייער הייליג פעהלט אבער אויס א בי''ד של כג צו דן זיין דיני נפשות, מילא איז גאר פארשטענדליך מדעת בעה''ב אז עפעס גדרים דארף זיין ווען מ'איז דן אויף אזא נושא.

----
און פראקטיש כ'האף אז דו פארשטייסט אז נארמאל א גט קומט יא פון זיך שלאגן, און פון שלעכטע מדות פון איינעם עטליסט, און כדי צו מאכן מ'זאל נישט אנקוקן יענעם ווי א רשע שייגעץ וועט נישט העלפן קיין מוסר שמועסן וכו, אזאנס ברויך לאנגע חדשים טעראפי צו טוישן די רעגולאר נארמאלע געפילן פון א געזונטע מענטש קעגן דעם ספאוס וואס האט אים אזוי געטשעפעט.

קלוגער האט געשריבן: מאנטאג אפריל 01, 2024 7:03 am
לאור עטליכע פון לעצטיגע תגובות

יא, רוב מאל איז טאקע די מאמע / מאמע'ס צד וואס האלט צוריק די טאטע, אבער עס איז דא גענוג און נאך פארקערט, וואס די טאטע / טאטע'ס צד האלט צוריק די קינדער פון די מאמע, די רשעות איז ערגער, אסאך ערגער, ווייל די טבע פון א קינד איז צו דארפען טאקע א טאטע, אבער נאך סאך מער דארף די קינד א מאמע, אין פאקט זענען מאמעס די וואס נעמען קעיר און ערציען די קינדער, און קינדער זענען מער צוגעבינדען צו די מאמע, דא פאקטא

מיין ברודער האט געהאט א שכן וואס די טאטע האט געכאפט די קינדער, און געטרייט מיט אלע וועגען צוריק צו האלטען די מאמע פון זעהן די קינדער, מיט בארעדען די מאמע אין אלע גאסען אז זי איז קראנק, ער האט גענוצט קארט און פאליס, עס איז אים גאנץ גוט געלונגען.... אבער די קינדער זענען ארויסגעקומען גוט געדעמעדשד, איינער מער און איינער נאך מער, אבער ער האט געווינען

צוריק צום ענין, מ'טאר נישט צוריק האלטען קינדער נישט פון די טאטע און נישט פון די מאמע
כ'האף אז דו האסט נישט געהאט קיין הו''א אז מאנכע האלטן אז א מאן מעג יא טון די מעשה רשעות צום ווייב.

דיבר הכתוב בהווה, ע''פ רוב איז דער פרוי בעה''ב אויף די קינדער וועגן דעם מאכט זיך דער פראבלעם ע''פ רוב ביי איר.
אויסגעהיילט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 489
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 25, 2020 11:00 pm

Re: קינדער וויזיטעשאן- קאפערענטינג!!

תגובה דורך אויסגעהיילט »

@פראקטיש , דאס ווארט איז נישט, אז דער אנדערע מעג אדער מעג נישט, ווייל איך האלט אז ער איז אדער איז נישט קיין רשע.

דער פשוט'ער מעשה איז, אז ביי אונזערע גיטין ווערט יעדער מגרש און גרושה, א סעקאנד קלעס סיטיזען.
כדי דאס אביסל צו באוואסערן, דארף איך אויפווייזען, אז איך בין בעצם אן אומשולדיגער קרבן, צום צווייטען וואס ליידט אויף אלע אותיות אינאיינעם.

דער וועג דאס אויפצווייזען, איז דורך טענה'ן כך און שרייען כך וכך, און פארפיהרן דא און דארט.
ובעיקר, צו ווייזען פאר דער גאס, אז יעדער נארמאלע מענטש פארשטייט אז איך בין דא אומשולדיג, און יענער איז געפערליך.

דאס געשעהט נאר מיט אן ערענסטע געשלעג.
איך טוה דאס, יענער טוט יענץ אויף צוריק.

איינמאל מ'שלאגט זיך, איז שוין גארנישט קיין קשיא.

מ'ווערט אריינגעטוען במחלוקת, אז מ'קען שוין נישט טראכטן ווי א איד, און מ'זוכט אלעס אין דער וועלט צו טוהן, וואס וועט יענעם ווייטוהן.
ובכללם, אוועק נעמען די קינדער.

נאכאמאל, אלעס איז בעיקר, אז איך זאל נישט הייסן דער שולדיגע אינעם גט.

דאס איז ע"פ רוב, און אוודאי איז דא פעלער וואס נישט.

עכ"פ, דארט ווי מ'שלאגט זיך נישט, נאר מ'ענדיגט עס ווי צוויי נארמאלע מענטשען, קען דאס בדרך כלל נישט געשעהן.

ווי זאגט מיר אמאל א חבר, אז ער רעדט נישט אנטקעגן זיין מחותנת'טע, זיין צוקונפטיגע אייניקליך'ס באבע......
אוועטאר
צוויי גילדען
שר תשעת אלפים
תגובות: 9523
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 13, 2022 10:20 pm
לאקאציע:מלפנים @שמעון משה

Re: קינדער וויזיטעשאן- קאפערענטינג!!

תגובה דורך צוויי גילדען »

שמן זית האט געשריבן: מאנטאג אפריל 01, 2024 10:45 am
צו די אלע וואס זאגן אז א טאטע דארף פייטן פאר זיין קינד עד הסוף, ווגן ער דאררף טראכטן וואס קען געשעהן אויב ער פייט נישט, זענען בהחלט נישט גערעכט, קיין איין מומה וואס האט עקספיריענס זאגט נישט אזוי,

דא אין דעם אשכול האב איך נישט געזען קיינעם אזוי שרייבן.
יעדער פארשטייט אריינמישן קינדער אין קאורט/דין תורה איז שוין טאא מאטש, יעדער פארשטייט רופן פאליציי צו זעהן די קינדער איז קרעזי, וכו וכו.

אבער ביז אהין איז נאך דא א לאנגע וועג, מ'קען טרעפן דעם קינד אין שול, פארק, אינדרויסן פון חדר, מ'קען פראבירן רופן, געבן א פאון נאמבער, רעדן צו עסקנים רבנים דין תורה מיט די ווייב/מאן אן דעם קינד.

---
בעצם שרייבסט זייער גוט און ביסט גערעכט.
אוועטאר
צוויי גילדען
שר תשעת אלפים
תגובות: 9523
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 13, 2022 10:20 pm
לאקאציע:מלפנים @שמעון משה

Re: קינדער וויזיטעשאן- קאפערענטינג!!

תגובה דורך צוויי גילדען »

וואאףףף..
איך הייק האט געשריבן: זונטאג מארטש 31, 2024 9:41 pm
א בחור וואס קומט פון א צעטיילטע שטיב פארציילט מיר היינט אז ער איז געגאנגען מאכן א ראש פעספארט געווארט מיט זיין טאטע שעות ארוכות אונעם פאספארט אפיס די פלאן איז געווען אז די מאמע וועט נאכקומען עס לויפט אדורך א שעה נאך א שעה און די מאמע קומט נישט אזוי האט ער געווארט ביז די אפיס האט אים געזאגט אז ער דארף פארלאזן די פלאץ ווייל זיי פארמאכן שוין איז ער בלית ברירה אוועקגעגאנגען....
אין א טעלעפאן געשפרעך מיט די מאמע פארוואס זי איז נישט אנגעקומען האט זי גענטפערט '' ווילאנג די גייסט צו טאטי אויף שבת גייסטו קיין פאספארט נישט האבן''
עד מתי ... עד מתי .... די טרערן פון דעם אימשילדיג בחור'ל איז אין לשער.....
אוי וויי עד מתי.. אוי עד מתי..
Greeneryid
שר חמישים ומאתים
תגובות: 281
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 09, 2014 6:23 pm

Re: קינדער וויזיטעשאן- קאפערענטינג!!

תגובה דורך Greeneryid »

נאכן זיין אינוואלווד אין אסאך קעיסעס וויל איך דא שרייבן מיינע עקספירינסעס. איך וועל א קודם מקדים זיין אפאר זאכן.

די בעסטע וואלט געווען ווען א קינד האט א געזונטע טאטע און מאמע, וואס דאס וועט אים העלפן אויסוואקסן געזונט.

עס זענען דא עלטערן וואס זענען נישט גע'גט וואס זענען אבער משוגע אדער עביוסיוו וואס פאר די געזונט פון זייערע קינדער וואלט מען געדארפט אוועק נעמען די קינדער פון די עלטערן. יעדע מוסד קען דיר אנווייזן גענוג קינדער אזוי. דעס זענען די קינדער וואס סאסייעטי ליידט פון זיי אסאך. אבער מען קען נישט אוועק נעמען קינדער פון עלטערן אפילו אין אזא פאל, און דאס איז א חלק פון לעבן אין א נישט נארמאלע וועלט.

נישט יעדעס מאל וואס א טאטע/מאמע וויל זעהן די קינדער איז עס פאר די טובה פון די קינד. זייער אסאך מאל איז עס פאר די עלטערנס טובה צו שטילן זייער בענקשאפט צו זייערע קינדער, אבער די עצם זיך טרעפן מיטן קינד קען גאר זיין א חסרון פארן קינד.

אסאך מאל זענען דא קלוגע, חשובע טאטע/מאמע וואס האבן איינגעזען אז פאר די טובה פון זייערע קינדער וועלן זיי זיך נישט זעהן. די מענטשן גייען שלאפן יעדע נאכט מיט טרערן און געוויין פון בענקשאפט צו זייערע קינדער, אבער זיי ווייסן אז זיי מיינען די טובה פון זייערע קינדער.

יעצט צום ענין.

עס זענען דא נארמאלע מענטשן, (נארמאל מיין איך זייער אויפפירונג לגבי גט, קאסטאדי און וויזיטעישן) וואס גט'ן זיך און אלעס גייט כשורה מען קריגט זיך נישט, מען בארעדט זיך נישט, מען האט אינזין בעיקר די קינדער און אלעס פארט על מי מנוחות. די קינדער וואקסן אויף די נארמאלסטע וואס איז נאר שייך.

עס זענען דא פעלער מיט א נארמאלע טאטע/מאמע וואס האט קאסטאדי אויף די קינדער און טוט אלעס אז די אנדערע זייט זאל האבן וויזיטעישן נארמאל און פראבירט אז אלעס זאל גיין על מי מנוחות. אבער די אנדערע זייט איז משוגע און יעדע זאך וואס ער/זי קען טוהן אז עס זאל נישט גיין כשורה ווערט געטון. אויך ווען די קינדער גייען אויף וויזיטעישן מאכן זיי זיכער אז די קינדער קומען אהיים אינגאנצן משוגע. איך האב מיטגעהאלטן כמה וכמה קעיסעס וואס ווען די קינדער האבן געדארפט גיין פאר שבת פאר וויזיטעישן זענען זיי שוין געווען משוגע פון דאנערשטיג ביז דינסטיג. מען זעהט עס אן אין חדר און אינדערהיים. אויב די טאטע/מאמע מיט קאסטאדי האט נאכאמאל חתונה געהאט מאכט עס חרוב די גאנצע שטוב. נאך א זאך וואס טוט וויי פאר די נארמאלע טאטע/מאמע איז אז די קינדער ווען זיי הייבן אן אויפוואקסן האבן זיי טענות, פארוואס האסטו מיך נישט געראטעוועט פונעם משוגענעם טאטע/מאמע ממילא איז דער נארמאלע טאטע/מאמע צוריסן. זיי האלטן אז וויזיטעישן איז וויכטיג אבער עס ארבעט נישט.

עס זענען דא פעלער פארקערט. א משוגענע טאטע/מאמע האט די קאסטאדי אויף די קינדער און די נארמאלע טאטע/מאמע האט וויזיטעישן. אבער יעדעס מאל צו וויזיטעישן מאכט די משוגענע טאטע/מאמע זיכער אז די קינדער זאלן משוגע ווערן. אויף אזוי ווייט אז די נארמאלע טאטע/מאמע הייבט אן טראכטן פארוואס זאל איך מאכן מיינע קינדער דורכגיין די ליידן און פיין פון וויזיטעישן נאר צו שטילן מיין בענקשאפט? ערגער איז אז מען האט נאכאמאל חתונה געהאט און עס מאכט חרוב די נייע שטוב. הייבט מען אן אויפגעבן אויף וויזיטעישן פאר די טובה פון די קינדער און מען ווערט צוריסן אינעווייניג פון צער און בענקשאפט. די ערגסטע איז אז מען האט מורא אז די קינדער וועלן שפעטער האבן טענות אז דו האסט אונז איבערגעלאזט און אפגעהאקט מיט אונז און עס איז נישט מעגלעך צו מסביר זיין אז עס איז געווען פאר זייער טובה.

די גרעסטע ווייטאג איז אז משוגע קען מען נישט נארמאל מאכן און קיין שום עגרימענט העלפט נישט פאר דעם. דאס איז נישט קיין אידישע פראבלעם, דאס איז א מענטשליכע פראבלעם. די קאורטס זענען פיל מיט מענטשן וואס קריגן זיך און זיי קומען פון אלע מיני מענטשן.
לעצט פארראכטן דורך Greeneryid אום מאנטאג אפריל 01, 2024 11:59 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
פראקטיש
שר חמשת אלפים
תגובות: 5749
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 15, 2020 5:47 pm

Re: קינדער וויזיטעשאן- קאפערענטינג!!

תגובה דורך פראקטיש »

צוויי גילדען האט געשריבן: מאנטאג אפריל 01, 2024 10:36 am
@פראקטיש איך דיסעגרי.

אפילו יענער איז לעגאל א בפ''ד, לעגאל א רשע, וכו וכו איז נישט דא קיין שום תירוץ ער זאל נישט מעגן זעהן א קארגע האלבע שעה א וואך זיין קינד, אין פארק זיכער..

אפילו ס'בלייבט די מהלך המחשבה פון בשעת גט אז די אנדערער איז א שייגעץ, שלעכטער, מושחת טאר נאכאלץ נישט זיין אזא הו''א נישט צו לאזן דעם אנדערן זעהן דעם קינד, פונקט ווי קיינער האט נישט קיין הו''א אז צוליב די קינד'ס טובה וועל איך אים איינשפארן אין קלאזעט ווייל ער איז א זון פון דעם רשע, דעם מושחת..

אזא מושג פון די אנדערער נישט זעהן דאס קינד טאר בשום אופן נישט עקזיסטירן.
און ווי @משהלע זאגט אזא דיני נפשות קען נישט סתם אזוי ווערן אפגעפסקנט דורך איין רב, פונקט ווי יעדער פארשטייט אז אפילו א בי''ד של שלשה איז זייער הייליג פעהלט אבער אויס א בי''ד של כג צו דן זיין דיני נפשות, מילא איז גאר פארשטענדליך מדעת בעה''ב אז עפעס גדרים דארף זיין ווען מ'איז דן אויף אזא נושא.

----
און פראקטיש כ'האף אז דו פארשטייסט אז נארמאל א גט קומט יא פון זיך שלאגן, און פון שלעכטע מדות פון איינעם עטליסט, און כדי צו מאכן מ'זאל נישט אנקוקן יענעם ווי א רשע שייגעץ וועט נישט העלפן קיין מוסר שמועסן וכו, אזאנס ברויך לאנגע חדשים טעראפי צו טוישן די רעגולאר נארמאלע געפילן פון א געזונטע מענטש קעגן דעם ספאוס וואס האט אים אזוי געטשעפעט.
איך בין מסכים מיט דיר אך ורק און אויב און ווייל דאס איז אין די בעסטע אינטערעסן פונעם קינד, נישט ווייל משוינט דעם טאמע/מאמע ווען מ'לאזט נישט ציה.

די עלטערן וועלכע לאזן נישט וויזיטעישן האלטן אז ס'איז נישט אין די בעסטע אינטערעסן פון די קינדער, דו ווילסט זיי אויפקלערן אז זיי זענען נישט גערעכט? איך אויך.

און דערפאר זאג איך אז אויב מ'קען נידערן די שנאה און האס איז דא פילאכיג שאנסן אז יעדער זאל אביסלע לייגן די נגיעות אין א זייט און האפנטלעך קוקן מער אויפריכטיג איינצוזעהן וואס איז באמת אין די אינטערעסן פאר די אייגענע קינדער.
פראקטיש
שר חמשת אלפים
תגובות: 5749
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 15, 2020 5:47 pm

Re: קינדער וויזיטעשאן- קאפערענטינג!!

תגובה דורך פראקטיש »

אויסגעהיילט האט געשריבן: מאנטאג אפריל 01, 2024 10:51 am
@פראקטיש , דאס ווארט איז נישט, אז דער אנדערע מעג אדער מעג נישט, ווייל איך האלט אז ער איז אדער איז נישט קיין רשע.

דער פשוט'ער מעשה איז, אז ביי אונזערע גיטין ווערט יעדער מגרש און גרושה, א סעקאנד קלעס סיטיזען.
כדי דאס אביסל צו באוואסערן, דארף איך אויפווייזען, אז איך בין בעצם אן אומשולדיגער קרבן, צום צווייטען וואס ליידט אויף אלע אותיות אינאיינעם.

דער וועג דאס אויפצווייזען, איז דורך טענה'ן כך און שרייען כך וכך, און פארפיהרן דא און דארט.
ובעיקר, צו ווייזען פאר דער גאס, אז יעדער נארמאלע מענטש פארשטייט אז איך בין דא אומשולדיג, און יענער איז געפערליך.

דאס געשעהט נאר מיט אן ערענסטע געשלעג.
איך טוה דאס, יענער טוט יענץ אויף צוריק.

איינמאל מ'שלאגט זיך, איז שוין גארנישט קיין קשיא.

מ'ווערט אריינגעטוען במחלוקת, אז מ'קען שוין נישט טראכטן ווי א איד, און מ'זוכט אלעס אין דער וועלט צו טוהן, וואס וועט יענעם ווייטוהן.
ובכללם, אוועק נעמען די קינדער.

נאכאמאל, אלעס איז בעיקר, אז איך זאל נישט הייסן דער שולדיגע אינעם גט.

דאס איז ע"פ רוב, און אוודאי איז דא פעלער וואס נישט.

עכ"פ, דארט ווי מ'שלאגט זיך נישט, נאר מ'ענדיגט עס ווי צוויי נארמאלע מענטשען, קען דאס בדרך כלל נישט געשעהן.

ווי זאגט מיר אמאל א חבר, אז ער רעדט נישט אנטקעגן זיין מחותנת'טע, זיין צוקונפטיגע אייניקליך'ס באבע......
איך ווייס, ס'איז זייער ווייטאגליך און רוב מאל שקר וואס מ'הערט פון די גאס.

און ס'איז טאקע די אפענס געטריגערט פון דעפענס וואס מאכט אז די קינדער ווערן ליידער א קרבן אינדערצווישן
to be continued
שר חמש מאות
תגובות: 564
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 03, 2023 12:33 pm

Re: קינדער וויזיטעשאן- קאפערענטינג!!

תגובה דורך to be continued »

Greeneryid האט געשריבן: מאנטאג אפריל 01, 2024 11:23 am
עס זענען דא עלטערן וואס זענען נישט גע'גט וואס זענען אבער משוגעאדער עביוסיוווואס פאר די געזונט פון זייערע קינדער וואלט מען געדארפט אוועק נעמען די קינדער פון די עלטערן. יעדע מוסד קען דיר אנווייזן גענוג קינדער אזוי. דעס זענען די קינדער וואס סאסייעטי ליידט פון זיי אסאך. אבער מען קען נישט אוועק נעמען קינדער פון עלטערן אפילו אין אזא פאל, און דאס איז א חלק פון לעבן אין א נישט נארמאלע וועלט.

נישט יעדעס מאל וואס א טאטע/מאמע וויל זעהן די קינדער איז עס פאר די טובה פון די קינד. זייער אסאך מאל איז עס פאר די עלטערנס טובה צו שטילן זייער בענקשאפט צו זייערע קינדער, אבער די עצם זיך טרעפן מיטן קינד קען גאר זיין א חסרון פארן קינד.

אסאך מאל זענען דא קלוגע, חשובע עלטערןוואס האבן איינגעזען אז פאר די טובה פון זייערע קינדער וועלן זיי זיך נישט זעהן. די מענטשן גייען שלאפן יעדע נאכט מיט טרערן און געוויין פון בענקשאפט צו זייערע קינדער, אבער זיי ווייסן אז זיי מיינען די טובה פון זייערע קינדער.
איך פארשטיי נישט...

די זעלבע עלטערן וואס זענען משוגעאדער עביוסיווזענען קלוגאון חשובאויב זיי פארשטייען אז פאר די טובה פון זייערע קינדער וועלן זיי זיך נישט זעהן?
מנחם נחום
שר האלף
תגובות: 1505
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 17, 2020 6:30 pm

Re: קינדער וויזיטעשאן- קאפערענטינג!!

תגובה דורך מנחם נחום »

Greeneryid האט געשריבן: מאנטאג אפריל 01, 2024 11:23 am
נאכן זיין אינוואלווד אין אסאך קעיסעס וויל איך דא שרייבן מיינע עקספירינסעס. איך וועל א קודם מקדים זיין אפאר זאכן.

די בעסטע וואלט געווען ווען א קינד האט א געזונטע טאטע און מאמע, וואס דאס וועט אים העלפן אויסוואקסן געזונט.

עס זענען דא עלטערן וואס זענען נישט גע'גט וואס זענען אבער משוגע אדער עביוסיוו וואס פאר די געזונט פון זייערע קינדער וואלט מען געדארפט אוועק נעמען די קינדער פון די עלטערן. יעדע מוסד קען דיר אנווייזן גענוג קינדער אזוי. דעס זענען די קינדער וואס סאסייעטי ליידט פון זיי אסאך. אבער מען קען נישט אוועק נעמען קינדער פון עלטערן אפילו אין אזא פאל, און דאס איז א חלק פון לעבן אין א נישט נארמאלע וועלט.

נישט יעדעס מאל וואס א טאטע/מאמע וויל זעהן די קינדער איז עס פאר די טובה פון די קינד. זייער אסאך מאל איז עס פאר די עלטערנס טובה צו שטילן זייער בענקשאפט צו זייערע קינדער, אבער די עצם זיך טרעפן מיטן קינד קען גאר זיין א חסרון פארן קינד.

אסאך מאל זענען דא קלוגע, חשובע עלטערן וואס האבן איינגעזען אז פאר די טובה פון זייערע קינדער וועלן זיי זיך נישט זעהן. די מענטשן גייען שלאפן יעדע נאכט מיט טרערן און געוויין פון בענקשאפט צו זייערע קינדער, אבער זיי ווייסן אז זיי מיינען די טובה פון זייערע קינדער.

יעצט צום ענין.

עס זענען דא נארמאלע מענטשן, (נארמאל מיין איך זייער אויפפירונג לגבי גט, קאסטאדי און וויזיטעישן) וואס גט'ן זיך און אלעס גייט כשורה מען קריגט זיך נישט, מען בארעדט זיך נישט, מען האט אינזין בעיקר די קינדער און אלעס פארט על מי מנוחות. די קינדער וואקסן אויף די נארמאלסטע וואס איז נאר שייך.

עס זענען דא פעלער מיט א נארמאלע טאטע/מאמע וואס האט קאסטאדי אויף די קינדער און טוט אלעס אז די אנדערע זייט זאל האבן וויזיטעישן נארמאל און פראבירט אז אלעס זאל גיין על מי מנוחות. אבער די אנדערע זייט איז משוגע און יעדע זאך וואס ער/זי קען טוהן אז עס זאל נישט גיין כשורה ווערט געטון. אויך ווען די קינדער גייען אויף וויזיטעישן מאכן זיי זיכער אז די קינדער קומען אהיים אינגאנצן משוגע. איך האב מיטגעהאלטן כמה וכמה קעיסעס וואס ווען די קינדער האבן געדארפט גיין פאר שבת פאר וויזיטעישן זענען זיי שוין געווען משוגע פון דאנערשטיג ביז דינסטיג. מען זעהט עס אן אין חדר און אינדערהיים. אויב די טאטע/מאמע מיט קאסטאדי האט נאכאמאל חתונה געהאט מאכט עס חרוב די גאנצע שטוב. נאך א זאך וואס טוט וויי פאר די נארמאלע טאטע/מאמע איז אז די קינדער ווען זיי הייבן אן אויפוואקסן האבן זיי טענות, פארוואס האסטו מיך נישט געראטעוועט פונעם משוגענעם טאטע/מאמע ממילא איז דער נארמאלע טאטע/מאמע צוריסן. זיי האלטן אז וויזיטעישן איז וויכטיג אבער עס ארבעט נישט.

עס זענען דא פעלער פארקערט. א משוגענע טאטע/מאמע האט די קאסטאדי אויף די קינדער און די נארמאלע טאטע/מאמע האט וויזיטעישן. אבער יעדעס מאל צו וויזיטעישן מאכט די משוגענע טאטע/מאמע זיכער אז די קינדער זאלן משוגע ווערן. אויף אזוי ווייט אז די נארמאלע טאטע/מאמע הייבט אן טראכטן פארוואס זאל איך מאכן מיינע קינדער דורכגיין די ליידן און פיין פון וויזיטעישן נאר צו שטילן מיין בענקשאפט? ערגער איז אז מען האט נאכאמאל חתונה געהאט און עס מאכט חרוב די נייע שטוב. הייבט מען אן אויפגעבן אויף וויזיטעישן פאר די טובה פון די קינדער און מען ווערט צוריסן אינעווייניג פון צער און בענקשאפט. די ערגסטע איז אז מען האט מורא אז די קינדער וועלן שפעטער האבן טענות אז דו האסט אונז איבערגעלאזט און אפגעהאקט מיט אונז און עס איז נישט מעגלעך צו מסביר זיין אז עס איז געווען פאר זייער טובה.

די גרעסטע ווייטאג איז אז משוגע קען מען נישט נארמאל מאכן און קיין שום עגרימענט העלפט נישט פאר דעם. דאס איז נישט קיין אידישע פראבלעם, דאס איז א מענטשליכע פראבלעם. די קאורטס זענען פיל מיט מענטשן וואס קריגן זיך און זיי קומען פון אלע מיני מענטשן.
ביסט דאך אזוי שיין מסביר אז עס איז דא פעלער פון אומג'גטע עלטערן וואס וואלט בעסער געווען ווען זיי ציען נישט אויף די קינדער, פארוואס נעמט מען טאקע נישט אוועק די קינדער פון זיי? דו האסט דאך א שיטה אז מען מוז קוקען די טובה פון די קינדער אפגעזעהן די מיינונג און געפילן פון די עלטערן???

הא? ביטע ענטפער און נאכדעם זיי מיר מסביר וואס עס איז אנדערש ווען די עלטערן זענען ג'גט וואס דעמאלטס מעד מען כלומרשט אוועק נעמען דאס קינד לגמרי אן קיין וויזעטינג פון איינע פון די עלטערן....

ליהוי ידועה ווען עלטערן טיען עפעס באמת לטובת הקינד וועט ער עס זייער גוט פארשטיין שפעטער און אויב נישט איז דאס א סימן אז עס איז נישט געווען לטובתו, און אויב ביסטו געווען געצווינגען דאס צו טון מחמחת איזה סיבה וועט ער דיר פארשטיין און מוחל זיין.

איך וועל אויספירן מיט די ווערטער פון הרב שלמה עהרליך נאכן צוזעהן טויזענטער פעלער האט ער נאכקיינמאל געזעהן א פאל ווי איינע פון די עלטערן זאל נישט מעגן האבן א שייכות מיט דאס קינד עכ''פ מיט סופערוויזשען
to be continued
שר חמש מאות
תגובות: 564
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 03, 2023 12:33 pm

Re: קינדער וויזיטעשאן- קאפערענטינג!!

תגובה דורך to be continued »

מנחם נחום האט געשריבן: מאנטאג אפריל 01, 2024 11:56 am

און איך וועל צולייגן נאך איין קליינע שאלה צו @Greeneryid , פארוואס ווערט בכלל נישט דערמאנט אין שו"ע אזא זאך אז מ'דארף צונעמען קינדער פון עלטערן וואס זענען משוגע אדער אביוזיוו, ווי אויך טרעפט מען נישט אין קיין איין אמאליגע תשובה ספר וואס זאל דן זיין אין דעם נושא.

זענען אמאל נישט געווען קיין משוגענע עלטערן, אדער ווי דו רופסט עס מיט די גוי'אישע עקלדיגע ווארט 'אביוזיוו'? איז עס א זאך וואס איז נולד געווארן נאכן צווייטן וועלטס קריג?
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35580
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע:אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: קינדער וויזיטעשאן- קאפערענטינג!!

תגובה דורך farshlufen »

מנחם נחום האט געשריבן: מאנטאג אפריל 01, 2024 11:56 am
*
זעהט נישט אויס ווי דו האסט געלייענט רואיג גרינעריוד'ס ווערטער.

לייען נאכאמאל ביטע.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
לצבאותיכם
שר מאה
תגובות: 104
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 15, 2018 9:18 pm

Re: קינדער וויזיטעשאן- קאפערענטינג!!

תגובה דורך לצבאותיכם »

to be continued האט געשריבן: מאנטאג אפריל 01, 2024 12:00 pm
מנחם נחום האט געשריבן: מאנטאג אפריל 01, 2024 11:56 am
Greeneryid האט געשריבן: מאנטאג אפריל 01, 2024 11:23 am
נאכן זיין אינוואלווד אין אסאך קעיסעס וויל איך דא שרייבן מיינע עקספירינסעס. איך וועל א קודם מקדים זיין אפאר זאכן.

די בעסטע וואלט געווען ווען א קינד האט א געזונטע טאטע און מאמע, וואס דאס וועט אים העלפן אויסוואקסן געזונט.

עס זענען דא עלטערן וואס זענען נישט גע'גט וואס זענען אבער משוגע אדער עביוסיוו וואס פאר די געזונט פון זייערע קינדער וואלט מען געדארפט אוועק נעמען די קינדער פון די עלטערן. יעדע מוסד קען דיר אנווייזן גענוג קינדער אזוי. דעס זענען די קינדער וואס סאסייעטי ליידט פון זיי אסאך. אבער מען קען נישט אוועק נעמען קינדער פון עלטערן אפילו אין אזא פאל, און דאס איז א חלק פון לעבן אין א נישט נארמאלע וועלט.

נישט יעדעס מאל וואס א טאטע/מאמע וויל זעהן די קינדער איז עס פאר די טובה פון די קינד. זייער אסאך מאל איז עס פאר די עלטערנס טובה צו שטילן זייער בענקשאפט צו זייערע קינדער, אבער די עצם זיך טרעפן מיטן קינד קען גאר זיין א חסרון פארן קינד.

אסאך מאל זענען דא קלוגע, חשובע עלטערן וואס האבן איינגעזען אז פאר די טובה פון זייערע קינדער וועלן זיי זיך נישט זעהן. די מענטשן גייען שלאפן יעדע נאכט מיט טרערן און געוויין פון בענקשאפט צו זייערע קינדער, אבער זיי ווייסן אז זיי מיינען די טובה פון זייערע קינדער.

יעצט צום ענין.

עס זענען דא נארמאלע מענטשן, (נארמאל מיין איך זייער אויפפירונג לגבי גט, קאסטאדי און וויזיטעישן) וואס גט'ן זיך און אלעס גייט כשורה מען קריגט זיך נישט, מען בארעדט זיך נישט, מען האט אינזין בעיקר די קינדער און אלעס פארט על מי מנוחות. די קינדער וואקסן אויף די נארמאלסטע וואס איז נאר שייך.

עס זענען דא פעלער מיט א נארמאלע טאטע/מאמע וואס האט קאסטאדי אויף די קינדער און טוט אלעס אז די אנדערע זייט זאל האבן וויזיטעישן נארמאל און פראבירט אז אלעס זאל גיין על מי מנוחות. אבער די אנדערע זייט איז משוגע און יעדע זאך וואס ער/זי קען טוהן אז עס זאל נישט גיין כשורה ווערט געטון. אויך ווען די קינדער גייען אויף וויזיטעישן מאכן זיי זיכער אז די קינדער קומען אהיים אינגאנצן משוגע. איך האב מיטגעהאלטן כמה וכמה קעיסעס וואס ווען די קינדער האבן געדארפט גיין פאר שבת פאר וויזיטעישן זענען זיי שוין געווען משוגע פון דאנערשטיג ביז דינסטיג. מען זעהט עס אן אין חדר און אינדערהיים. אויב די טאטע/מאמע מיט קאסטאדי האט נאכאמאל חתונה געהאט מאכט עס חרוב די גאנצע שטוב. נאך א זאך וואס טוט וויי פאר די נארמאלע טאטע/מאמע איז אז די קינדער ווען זיי הייבן אן אויפוואקסן האבן זיי טענות, פארוואס האסטו מיך נישט געראטעוועט פונעם משוגענעם טאטע/מאמע ממילא איז דער נארמאלע טאטע/מאמע צוריסן. זיי האלטן אז וויזיטעישן איז וויכטיג אבער עס ארבעט נישט.

עס זענען דא פעלער פארקערט. א משוגענע טאטע/מאמע האט די קאסטאדי אויף די קינדער און די נארמאלע טאטע/מאמע האט וויזיטעישן. אבער יעדעס מאל צו וויזיטעישן מאכט די משוגענע טאטע/מאמע זיכער אז די קינדער זאלן משוגע ווערן. אויף אזוי ווייט אז די נארמאלע טאטע/מאמע הייבט אן טראכטן פארוואס זאל איך מאכן מיינע קינדער דורכגיין די ליידן און פיין פון וויזיטעישן נאר צו שטילן מיין בענקשאפט? ערגער איז אז מען האט נאכאמאל חתונה געהאט און עס מאכט חרוב די נייע שטוב. הייבט מען אן אויפגעבן אויף וויזיטעישן פאר די טובה פון די קינדער און מען ווערט צוריסן אינעווייניג פון צער און בענקשאפט. די ערגסטע איז אז מען האט מורא אז די קינדער וועלן שפעטער האבן טענות אז דו האסט אונז איבערגעלאזט און אפגעהאקט מיט אונז און עס איז נישט מעגלעך צו מסביר זיין אז עס איז געווען פאר זייער טובה.

די גרעסטע ווייטאג איז אז משוגע קען מען נישט נארמאל מאכן און קיין שום עגרימענט העלפט נישט פאר דעם. דאס איז נישט קיין אידישע פראבלעם, דאס איז א מענטשליכע פראבלעם. די קאורטס זענען פיל מיט מענטשן וואס קריגן זיך און זיי קומען פון אלע מיני מענטשן.
ביסט דאך אזוי שיין מסביר אז עס איז דא פעלער פון אומג'גטע עלטערן וואס וואלט בעסער געווען ווען זיי ציען נישט אויף די קינדער, פארוואס נעמט מען טאקע נישט אוועק די קינדער פון זיי? דו האסט דאך א שיטה אז מען מוז קוקען די טובה פון די קינדער אפגעזעהן די מיינונג און געפילן פון די עלטערן???

הא? ביטע ענטפער און נאכדעם זיי מיר מסביר וואס עס איז אנדערש ווען די עלטערן זענען ג'גט וואס דעמאלטס מעד מען כלומרשט אוועק נעמען דאס קינד לגמרי אן קיין וויזעטינג פון איינע פון די עלטערן....

ליהוי ידועה ווען עלטערן טיען עפעס באמת לטובת הקינד וועט ער עס זייער גוט פארשטיין שפעטער און אויב נישט איז דאס א סימן אז עס איז נישט געווען לטובתו, און אויב ביסטו געווען געצווינגען דאס צו טון מחמחת איזה סיבה וועט ער דיר פארשטיין און מוחל זיין.

איך וועל אויספירן מיט די ווערטער פון הרב שלמה עהרליך נאכן צוזעהן טויזענטער פעלער האט ער נאכקיינמאל געזעהן א פאל ווי איינע פון די עלטערן זאל נישט מעגן האבן א שייכות מיט דאס קינד עכ''פ מיט סופערוויזשען
און איך וועל צולייגן נאך איין קליינע שאלה צו @Greeneryid, פארוואס ווערט בכלל נישט דערמאנט אין שו"ע אזא זאך אז מ'דארף צונעמען קינדער פון עלטערן וואס זענען משוגע אדער אביוזיוו, ווי אויך טרעפט מען נישט אין קיין איין אמאליגע תשובה ספר וואס זאל דן זיין אין דעם נושא.

זענען אמאל נישט געווען קיין משוגענע עלטערן, אדער ווי דו רופסט עס מיט די גוי'אישע עקלדיגע ווארט 'אביוזיוו'? איז עס א זאך וואס איז נולד געווארן נאכן צווייטן וועלטס קריג?
עי' בשו"ע אבהע"ז ווי עס ווערט קלאר געפסקנ,ט ווי קינדער באלאנגן און די בית שמואל איז מוסיף אז אם לפי ראות עיני הבי"ד (של ג' ולא של כ"ג) דארף מען טוישןן די סדר
מנחם נחום
שר האלף
תגובות: 1505
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 17, 2020 6:30 pm

Re: קינדער וויזיטעשאן- קאפערענטינג!!

תגובה דורך מנחם נחום »

farshlufen האט געשריבן: מאנטאג אפריל 01, 2024 12:05 pm
מנחם נחום האט געשריבן: מאנטאג אפריל 01, 2024 11:56 am
*
זעהט נישט אויס ווי דו האסט געלייענט רואיג גרינעריוד'ס ווערטער.

לייען נאכאמאל ביטע.
אנטשולדיגט דאס א קראנקע וועג פון אפפרעגן... וואס קען איך זיך יעצט פארענטפערטן?

ביטע צייג אן וואס איך האב פארזעהן

די סיבה פארוואס עס איז זייער שווער אוועקצונעמען קינדער פון נישט גע'גט עלטערן איז ווייל אונז וואוין מיר ב"ה אין אמעריקע ווי די רעכטן פון עלטערן איז זייער שטארק און עס איז זייער שווער פאר די רעגירונג צו אוועק נעמען די רעכטן פון עלטערן איבער קינדער. אבער, די רגע וואס א מענטש גט זיך קומט אטאמאטיש אריין א שליש. דער שליש הייסט קאורט. זיי בלייבן א שליש ביז די קינדער וואקסן אויף. די קאורט דארף עפראווען יעדע זאך וואס די עלטערן מאכן אפ אין די עגרימענט. אויב די קאורט האלט אז עס איז נישט גוט פאר די קינדער מוזן זיי עס נישט עפראווען. פארן גט'ן, לגבי די קינדער, איז מען נאר חתונה געהאט מיט איינעם. נאכן גט'ן איז מען חתונה געהאט מיט צוויי און אלעס גייט ווי אזוי די שליש וויל.
to be continued
שר חמש מאות
תגובות: 564
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 03, 2023 12:33 pm

Re: קינדער וויזיטעשאן- קאפערענטינג!!

תגובה דורך to be continued »

לצבאותיכם האט געשריבן: מאנטאג אפריל 01, 2024 12:11 pm
עי' בשו"ע אבהע"ז ווי עס ווערט קלאר געפסקנ,ט ווי קינדער באלאנגן און די בית שמואל איז מוסיף אז אם לפי ראות עיני הבי"ד (של ג' ולא של כ"ג) דארף מען טוישןן די סדר
דארט רעדט מען ביי גע'גטע עלטערן, און אויך נאר לפי ראות עיני הבי"ד דוקא און נישט עסקנים, והשלישית דארט רעדט מען נאר וואו די קינדער זאלן וואוינען, אבער נישט אפצוהקן לגמרי דאס קינד פון איינע פון די עלטערן.

אבער @Greeneryid איד רעדט פון סתם אזוי אוועקנעמען קינדער פון עלטערן, און רעדט פון זיין אייגענע עקספיריענס אלס עסקן און נישט אלס בי"ד, און רעדט נישט פון וואו די קינדער זאלן וואוינען נאר בכלל לגמרי זיי אפצוהאקן פון די עלטערן.
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12459
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע:ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

Re: קינדער וויזיטעשאן- קאפערענטינג!!

תגובה דורך למעלה משבעים »

מנחם נחום האט געשריבן: מאנטאג אפריל 01, 2024 12:11 pm
farshlufen האט געשריבן: מאנטאג אפריל 01, 2024 12:05 pm
מנחם נחום האט געשריבן: מאנטאג אפריל 01, 2024 11:56 am
*
זעהט נישט אויס ווי דו האסט געלייענט רואיג גרינעריוד'ס ווערטער.

לייען נאכאמאל ביטע.
אנטשולדיגט דאס א קראנקע וועג פון אפפרעגן... וואס קען איך זיך יעצט פארענטפערטן?

ביטע צייג אן וואס איך האב פארזעהן
זייט אזוי גוט, אבער ווען געפילן נעמען איבער לאגיק איז נישט כדאי צו שרייבן דא, דאס וועט נאר פירן צו אפשפארן דעם אשכול, און ווער ווייסט צו די לעצטע תגובה וועט נישט זיין אזאנס וואס וועט אייך ממש מאכן שפרינגן...

צום ענין פון דעם תגובה, צייגט אן וועלכע ווערטער גרינעריוד האט געשריבן וואס די האלטסט ס'איז נישט ריכטיג. פשוט קאפי פעיסט, און שרייב פארוואס ס'איז נישט ריכטיג...
to be continued
שר חמש מאות
תגובות: 564
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 03, 2023 12:33 pm

Re: קינדער וויזיטעשאן- קאפערענטינג!!

תגובה דורך to be continued »

Greeneryid האט געשריבן: מאנטאג אפריל 01, 2024 12:18 pm
די סיבה פארוואס עס איז זייער שווער אוועקצונעמען קינדער פון נישט גע'גט עלטערן איז ווייל אונז וואוין מיר ב"ה אין אמעריקע ווי די רעכטן פון עלטערן איז זייער שטארק און עס איז זייער שווער פאר די רעגירונג צו אוועק נעמען די רעכטן פון עלטערן איבער קינדער. אבער, די רגע וואס א מענטש גט זיך קומט אטאמאטישאריין א שליש. דער שליש הייסט קאורט. זיי בלייבן א שליש ביז די קינדער וואקסן אויף. די קאורט דארף עפראווען יעדע זאך וואס די עלטערן מאכן אפ אין די עגרימענט. אויב די קאורט האלט אז עס איז נישט גוט פאר די קינדער מוזן זיי עס נישט עפראווען. פארן גט'ן, לגבי די קינדער, איז מען נאר חתונה געהאט מיט איינעם. נאכן גט'ן איז מען חתונה געהאט מיט צוויי און אלעס גייט ווי אזוי די שליש וויל.
דער שליש וואס הייסט קאורט קומט נישט אריין אויטאמאטישנאר דורך מסירה!
אוועטאר
צוויי גילדען
שר תשעת אלפים
תגובות: 9523
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 13, 2022 10:20 pm
לאקאציע:מלפנים @שמעון משה

Re: קינדער וויזיטעשאן- קאפערענטינג!!

תגובה דורך צוויי גילדען »

farshlufen האט געשריבן: מאנטאג אפריל 01, 2024 12:05 pm
מנחם נחום האט געשריבן: מאנטאג אפריל 01, 2024 11:56 am
*
זעהט נישט אויס ווי דו האסט געלייענט רואיג גרינעריוד'ס ווערטער.

לייען נאכאמאל ביטע.
ער האט זייער גוט געליינט.

דאס איז טאטעלי אףף געשריבן.

דו האסט געהערט אין די מאסן אזא מושג פון אוועקכאפן קינדער פון א שטוב צוליב וואס א טאטע איז פארריקט, אביוזיוו..?
פארוואס האט נישט יעדע קהלה א טשיילד אביוז עיגענסי וואס כאפט אוועק קינדער. ס'איז טאטעלי אומדערהערט אוועקצוכאפן קינדער, אפילו ווען די טאטע/מאמע וואינען מיטן קינד א גאנצן טאג, נישט סך הכל א שעה צוויי א וואך.

די איינציגסטע ווי מ'זעהט עס יא און ווי ס'איז דערהערט איז ווען טאטע אדער מאמע איז טאקע משוגע געווארן אויף א וועג וואס קיינער האט נישט קיין ספיקות דערינען, נישט יענעם'ס משפחה נישט קיינער אויפן גאס, דארט נעמט מען אוועק דעם קינד, (צומאל פארשטייט עס די טאטע/מאמע.
אבער אפילו אזאנע פעלער שטערט נישט די מאן אדער ווייב אז דאס קינד זעהט די טאטע א שעה א וואך, ווייל יעדער פארשטייט ער איז א רחמנות און די מאמע איז נישט דא צו פראוון פאר די וועלט אז זי איז נישט די שולד אינעם גט ווי @אויסגעהיילט האט געשריבן.

יעדער פארשטייט אז ווען עלטערן זענען נישט גע'גט און איינע פון די עלטערן ליידן אויף עפעס וועט מען נישט אוועקכאפן די קינדער, ס'איז אומדערהערט, נאר ענדערש שיקן די קינדער ארום זיך לערנען וויאזוי צו הענדלען דעם טאטען/מאמען די זעלבע דארף זיין ביי א גט, און נאך פיל שטערקער. דא רעדט מען נישט ער זאל וואינען מיט דעם פראבלעמאטישע טאטע/מאמע מ'רעדט סך הכל ער זאל אים זעהן איינמאל א וואך.
כמעט נישט במציאות א קינד זאל ווערן געדעמעדזשד פון זעהן איינמאל א וואך זיין טאטע אויב די מאמע איז נישט דערקעגן און העצט נישט די קינדער און נעמט נישט אריין די קינדער אין איר מחלוקה.
און אפילו אויב יא, איז עס א חלק פון א לעבנס סטראגל, פונקט ווי די מאמע האט פארשטאנען אז מ'דארף זיך גט'ן אפילו ס'דעמעדזשד דעם קינד איז גארנישט ווראנג אז איינמאל א וואך זעהט מען די עלטערן.
אוועטאר
צוויי גילדען
שר תשעת אלפים
תגובות: 9523
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 13, 2022 10:20 pm
לאקאציע:מלפנים @שמעון משה

Re: קינדער וויזיטעשאן- קאפערענטינג!!

תגובה דורך צוויי גילדען »

למעלה משבעים האט געשריבן: מאנטאג אפריל 01, 2024 12:21 pm
מנחם נחום האט געשריבן: מאנטאג אפריל 01, 2024 12:11 pm
farshlufen האט געשריבן: מאנטאג אפריל 01, 2024 12:05 pm
מנחם נחום האט געשריבן: מאנטאג אפריל 01, 2024 11:56 am
*
זעהט נישט אויס ווי דו האסט געלייענט רואיג גרינעריוד'ס ווערטער.

לייען נאכאמאל ביטע.
אנטשולדיגט דאס א קראנקע וועג פון אפפרעגן... וואס קען איך זיך יעצט פארענטפערטן?

ביטע צייג אן וואס איך האב פארזעהן
זייט אזוי גוט, אבער ווען געפילן נעמען איבער לאגיק איז נישט כדאי צו שרייבן דא, דאס וועט נאר פירן צו אפשפארן דעם אשכול, און ווער ווייסט צו די לעצטע תגובה וועט נישט זיין אזאנס וואס וועט אייך ממש מאכן שפרינגן...

צום ענין פון דעם תגובה, צייגט אן וועלכע ווערטער גרינעריוד האט געשריבן וואס די האלטסט ס'איז נישט ריכטיג. פשוט קאפי פעיסט, און שרייב פארוואס ס'איז נישט ריכטיג...
ער האט געשריבן.
מנחם נחום
שר האלף
תגובות: 1505
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 17, 2020 6:30 pm

Re: קינדער וויזיטעשאן- קאפערענטינג!!

תגובה דורך מנחם נחום »

צוויי גילדען האט געשריבן: מאנטאג אפריל 01, 2024 12:26 pm

איך וויל נישט דא אנפריקלען די אשכול איך גיין אין פארברענגן
חסד השם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4583
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 05, 2019 3:16 pm

Re: קינדער וויזיטעשאן- קאפערענטינג!!

תגובה דורך חסד השם »

מנחם נחום האט געשריבן: זונטאג מארטש 31, 2024 10:15 pm
צוויי גילדען האט געשריבן: זונטאג מארטש 31, 2024 10:08 pm
אנגעשאשקעטער האט געשריבן: זונטאג מארטש 31, 2024 6:59 pm

ווענדט זיך ווי אלט ער איז געווען בשעתן טיילונג, אויב איז ער אינגאנצן פיר פינף יאר און ער זעהט מער נישט די טאטע וועט אים עס בכלל נישט שאטן ווייל ער וועט אים פארגעסן און פארטיג, ער וועט אויפוואקסן אין זיין באקס און ניטאמאל שפירן אז עפעס פעלט אים חוץאויב די טאטע מיט זיין גרויס חכמה פרובירט אים צו קאנטאקטן שלא ברצון האם וואס דאן וועט ער אים אויפקלערן וואס ס’פעלט אים און עס וועט טאקע שאטן.

שרייבסט זייער גוט ביז אהער, אבער דא האסטו מיר פארלוירן.

ניין א קינד וויל און דארף זעהן די טאטע, א טאטע מעג און זאל פראבירן רעדן מיטן קינד, אויב איז עס נאכדעם גורם אז די קינד זאל ווערן ווי א באלי זאל ער אויפהערן פראבירן זיך שלאגן אין קאורט וכו. אבער ער ברויך פראבירן, און זאגן אז די טאטע איז שולדיג פארן פראבירן מאכן א לעדזשיט קאלל איז רשעות אזוי צו באשולדיגן א רחמנות'דיגע טאטע.
דער אנגעשאשקעטער מאלט אראפ דאס בילד כאילו דאס קינד וואקסט אויף נארמאל נישט קינעדיג זיין טאטע אויב איז ער געווען א בעבי בשעת די גט, לאמיר עס צולייגען ער ווייסט בכלל אז ער האט אמאל געהאט א טאטע? אויב יא ווי קען זיין עס פעלט עם נישט? ער שפירו דאס יעדע מינוט פון טאג, האט מען עם קיינמאל פארציילט און ער וואקסט אויף ביים שטיף טאטע, וואס איז די פלאן גייט מען עם אמאל פארציילען? אויב נישט ווען גייט ער עס הערן פון די גאס? עס איז נישט קיין שאלה פון 'אויב' נאר פון 'ווען' פארוואס זיך שפילן מיט בלוט און עס אראפמאלן כאילו מען פלאצירט טעצער קעיק....

ווי מער איך ליין @אנגעשאשקעטער תגובות בין איך מער און מער איבערצייגט אז ער פארטרעיט די רשעות'דיגע מאמע'ס גיי ליין אביסל די תגובות וואס @מצות צייכענט צו פאר ערשט האנטיגע מעשיות וואס די אמאליגע גט'ליכע קינדער פארציילן
במציאות איז דא גאר אסאך פעלער וואס משטעלט עס אזוי אויס מרצונם הטוב פון ביידע זייטן, אן קיין שום מחלוקת.
אז דאס בעבי בלייבט ביי די מאמע, און ווען דאס קינד ווערט גרויס איז מען מודיע איבער די טאטע און מהייבט אן גיין.
די קינדער קענען זייער שיין אויפוואקסן אויב זיי מיינען אז זייער שטיף טאטע איז עכט, פארשטיי זיך ווען די מאמע איז סינגעל קען עס נישט ארבעטן עכט.

איך געב ח"ו נישט גערעכט ווען מרעדט פון א פייט, כזאג נאר לעצם הענין קען עס ארבעטן ווען סאיז לטובה אזוי פאר יעדן
ו"חסד השם" מעולם ועד עולם על יראיו וצדקתו לבני בנים
לצבאותיכם
שר מאה
תגובות: 104
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 15, 2018 9:18 pm

Re: קינדער וויזיטעשאן- קאפערענטינג!!

תגובה דורך לצבאותיכם »

נאך א נקודה זייער אסאך מאל איז די געשרייען מער א קאזאק הנגזל
זייער אסאך מאל וואס איינע פון די עלטערן זענן מחליט מימת איזה סיבה שיהי' אז זיי ווילן נישט זען דאס קינד
סיבות? קען זיין אסאך ליידער. דיפרעסיע, זעען דערין צד השני, קאן נישט דילן מיט די געפילן ועוד רבות
נאר נאך א שטיק צייט וילן זיי זען דאס קינד און דווקא טרוקן ווי עס שטייט אין די אגרומענט 2 מאל א וואך אין איבערשלאפן א נאכט מיט א שבת און דאס קינד איז נאכנישט גרייט דערצו נאכן נישט דארט זיין פאר א לאנגע צייט, ווען די צווייטע צד זאגט אז מען זאל דאס טון אויף א פראפאסיניאלע וועד און מען וויל נישט קאפארירן הייסט דאס אז מ'האקט אפ פון די עלטערן ר"ל
מנחם נחום
שר האלף
תגובות: 1505
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 17, 2020 6:30 pm

Re: קינדער וויזיטעשאן- קאפערענטינג!!

תגובה דורך מנחם נחום »

חסד השם האט געשריבן: מאנטאג אפריל 01, 2024 12:34 pm
מנחם נחום האט געשריבן: זונטאג מארטש 31, 2024 10:15 pm
צוויי גילדען האט געשריבן: זונטאג מארטש 31, 2024 10:08 pm
אנגעשאשקעטער האט געשריבן: זונטאג מארטש 31, 2024 6:59 pm

ווענדט זיך ווי אלט ער איז געווען בשעתן טיילונג, אויב איז ער אינגאנצן פיר פינף יאר און ער זעהט מער נישט די טאטע וועט אים עס בכלל נישט שאטן ווייל ער וועט אים פארגעסן און פארטיג, ער וועט אויפוואקסן אין זיין באקס און ניטאמאל שפירן אז עפעס פעלט אים חוץאויב די טאטע מיט זיין גרויס חכמה פרובירט אים צו קאנטאקטן שלא ברצון האם וואס דאן וועט ער אים אויפקלערן וואס ס’פעלט אים און עס וועט טאקע שאטן.

שרייבסט זייער גוט ביז אהער, אבער דא האסטו מיר פארלוירן.

ניין א קינד וויל און דארף זעהן די טאטע, א טאטע מעג און זאל פראבירן רעדן מיטן קינד, אויב איז עס נאכדעם גורם אז די קינד זאל ווערן ווי א באלי זאל ער אויפהערן פראבירן זיך שלאגן אין קאורט וכו. אבער ער ברויך פראבירן, און זאגן אז די טאטע איז שולדיג פארן פראבירן מאכן א לעדזשיט קאלל איז רשעות אזוי צו באשולדיגן א רחמנות'דיגע טאטע.
דער אנגעשאשקעטער מאלט אראפ דאס בילד כאילו דאס קינד וואקסט אויף נארמאל נישט קינעדיג זיין טאטע אויב איז ער געווען א בעבי בשעת די גט, לאמיר עס צולייגען ער ווייסט בכלל אז ער האט אמאל געהאט א טאטע? אויב יא ווי קען זיין עס פעלט עם נישט? ער שפירו דאס יעדע מינוט פון טאג, האט מען עם קיינמאל פארציילט און ער וואקסט אויף ביים שטיף טאטע, וואס איז די פלאן גייט מען עם אמאל פארציילען? אויב נישט ווען גייט ער עס הערן פון די גאס? עס איז נישט קיין שאלה פון 'אויב' נאר פון 'ווען' פארוואס זיך שפילן מיט בלוט און עס אראפמאלן כאילו מען פלאצירט טעצער קעיק....

ווי מער איך ליין @אנגעשאשקעטער תגובות בין איך מער און מער איבערצייגט אז ער פארטרעיט די רשעות'דיגע מאמע'ס גיי ליין אביסל די תגובות וואס @מצות צייכענט צו פאר ערשט האנטיגע מעשיות וואס די אמאליגע גט'ליכע קינדער פארציילן
במציאות איז דא גאר אסאך פעלער וואס משטעלט עס אזוי אויס מרצונם הטוב פון ביידע זייטן, אן קיין שום מחלוקת.
אז דאס בעבי בלייבט ביי די מאמע, און ווען דאס קינד ווערט גרויס איז מען מודיע איבער די טאטע און מהייבט אן גיין.
די קינדער קענען זייער שיין אויפוואקסן אויב זיי מיינען אז זייער שטיף טאטע איז עכט, פארשטיי זיך ווען די מאמע איז סינגעל קען עס נישט ארבעטן עכט.

איך געב ח"ו נישט גערעכט ווען מרעדט פון א פייט, כזאג נאר לעצם הענין קען עס ארבעטן ווען סאיז לטובה אזוי פאר יעדן
איך בין מסכים אז דאס איז די מציאות, אבער עס מיינט לגמרי נישט אז עס ארבייט זיך גוט אויס... האסט געפרעגט אמאל אזא קינד אלס אן אדאולט צו ער אגריט אז דאס איז די מהלך?

די שאלה איז אויך וואס מיינט ווען ער/זי ווערט גרויס ביי וויפיל יאר? 12 13 נאך די חתונה? און די קלאפ דעמאלטס איז נישט אסאך אסאך שטערקער און עס קומט נאך צו אז ער/זי פארלירט די טראסט צו זיינע/אירע נאנטע אז מען האט איר/עם אויסגעכאפט

און וואס איז די טשענסעס אז א חבר/חברתה זאל עם/איר עס פארציילן?
פארשפארט

צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”