קינדער וויזיטעשאן- קאפערענטינג!!

חיזוק ועידוד אין אלע מצבים

די אחראים: זייער נייגעריג , אחראי , thefact

אוועטאר
Ny-17
שר האלף
תגובות: 1209
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אקטאבער 04, 2020 11:30 pm

קינדער וויזיטעשאן- קאפערענטינג!!

תגובה דורך Ny-17 »

IMG-20230518-WA0002.jpg
IMG-20230518-WA0002.jpg (243.92 KiB) געזען 7066 מאל
26e5a6702f1c493cb0a80eae2f09275a.jpg
26e5a6702f1c493cb0a80eae2f09275a.jpg (47.08 KiB) געזען 7066 מאל
edb8d8f9cc314df5a17a20fe83509ba1.jpg
edb8d8f9cc314df5a17a20fe83509ba1.jpg (42.4 KiB) געזען 7066 מאל
[email protected]
קומען אריין געבן חיזוק פאר ענקערע ברודערס גרושים
viewtopic.php?t=48351#p2865116
https://abcharity.org/AB
אוועטאר
Ny-17
שר האלף
תגובות: 1209
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אקטאבער 04, 2020 11:30 pm

Re: קינדער וויזיטעשאן- קאפערענטינג!!

תגובה דורך Ny-17 »

א ניק האט מיר געשיקט אין אימעל וואס ער גייט א דרך רח"ל !!
😭😭😭😭😭😭

איך גיי שוין אין שיהל מיט א אינגל אין האב נאך צוויי וואס איך זאג גוט שבת ביים ארויסגיין פון שטוב ב"ה זיסע ליכטיגע קינדער. מיט א געזונטע אשת חיל.
אבער מיין עלצטע צוויי.... זיי זאג איך גוט שבת א גאנץ שבת ווייל זיי בלייבן מיר ליגן אויפן הארץ, איך שייד מיך נישט פון זיי פאר איין מינוט....
זייער מאמע/זיידע/באבע/פעטער האבן אפגעמאכט צי נעמען נקמה אין זייער טאטע אין זיי נישט לאזן באקומען די ווארעמקייט פון זייער טאטע.
הוי.... אין אוואדאי מיין בכור וואס גייט אין אפאר חדשים בר מצווה האבן, אן עקסטערע ווייטאג. סאיז זייער נישט באטעמט פאר ביידע פון אינז.
ווען איר משפחה וואלט ווען אינוועסטעט אין איר די געלט וואס זיי לייגן אין קארטס וואלט זי שוין לאנג געהאט א געזונטע נפש. והשם הטוב יכפר...
[email protected]
קומען אריין געבן חיזוק פאר ענקערע ברודערס גרושים
viewtopic.php?t=48351#p2865116
https://abcharity.org/AB
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18973
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: קינדער וויזיטעשאן- קאפערענטינג!!

תגובה דורך איינס »

איז עס אזוי גראד?

טרעף איך יעצט א איד, ער זאגט מיר, אויף אייוועלט האט יעצט איינער געלייגט א קאמפיין איבער קינדער וויזיטעשינס, יענער איז געווען בייז.
יענער איז א סעקנד מערידזש, ער זעט נישט זיינע קינדער ווייל מלאזט אים נישט. זאגט ער, סהאט מיר זייער געבאדערט, אבער איינמאל איך האב חתונה געהאט די צווייטע מאל און מיין ווייבס קינדער זעען יא זייער טאטע דאנק איך דער אויבערשטער אז איך האב נישט געפייט.

מיין פוינט איז אז סאיז נישט אזוי געשניטן מיט א מעסער, ניטאמאל צו זאגן אבער בדרך כלל.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35755
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע:אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: קינדער וויזיטעשאן- קאפערענטינג!!

תגובה דורך farshlufen »

איין ווארט פאר דעם איד.

דיינע תפילות פאר דיינע טייערע קינדערלעך קומען אן וואו זיי דארפן, קיין נברא קען עס צוריק האלטן.

גיי אן זיי מתפלל און זיי בשמחה, יש מנהיג לבירה.

א לעכטיגן פריילעכן שבת קודש.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
Ny-17
שר האלף
תגובות: 1209
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אקטאבער 04, 2020 11:30 pm

Re: קינדער וויזיטעשאן- קאפערענטינג!!

תגובה דורך Ny-17 »

יחיאל פאזען-המזמרים פארציילט מורא'דיגע מעשה וואס א קינד פון א גט'ן שטיב גייט רח"ל א דרך!!
https://drive.google.com/file/d/1kXVafd ... EU-c4/view
[email protected]
קומען אריין געבן חיזוק פאר ענקערע ברודערס גרושים
viewtopic.php?t=48351#p2865116
https://abcharity.org/AB
אוועטאר
וועלטס מבין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 432
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 23, 2023 11:53 pm
לאקאציע:ניו יארק

Re: קינדער וויזיטעשאן- קאפערענטינג!!

תגובה דורך וועלטס מבין »

איינס האט געשריבן: פרייטאג מאי 19, 2023 7:27 pm
איז עס אזוי גראד?

טרעף איך יעצט א איד, ער זאגט מיר, אויף אייוועלט האט יעצט איינער געלייגט א קאמפיין איבער קינדער וויזיטעשינס, יענער איז געווען בייז.
יענער איז א סעקנד מערידזש, ער זעט נישט זיינע קינדער ווייל מלאזט אים נישט. זאגט ער, סהאט מיר זייער געבאדערט, אבער איינמאל איך האב חתונה געהאט די צווייטע מאל און מיין ווייבס קינדער זעען יא זייער טאטע דאנק איך דער אויבערשטער אז איך האב נישט געפייט.

מיין פוינט איז אז סאיז נישט אזוי געשניטן מיט א מעסער, ניטאמאל צו זאגן אבער בדרך כלל.
אוי וויי, זייער ביטער.
די קינדער דארפן העלפ, איך קען געניג קינדער וואס גייען אין קימען. מיט די ריכטיגע ציגאנג גייט עס געשמירט.

לגבי די טאטע, איך ציטער פין דעם טאג וואס ער וועט זיך אויפוועקן פונעם טיפן שלאף/טראמא אין זאגן איך מיס מיינע קינדער, מיינע קינדער מיסען מיך... הוי גייט דאס זיין אדארעכגאנג. איך רעד פון עקספיריענס. איך האב שוין געדיעלט מיט אזאנע.

איך האב שטארק הנאה אז דער אשכול הייסט וויזיטעשאן אין קאפערענטינג, ווייל אויב סאיז נישט דא קיין קאפערענטינג ארבעט נישט די וויזיטעשאן.

ישר כח NY-17 פארן גיין פתיחה. איך גיי שרייבן א לאנגע תגובה, אפשר אין פארעם פון א פארזעצונג. איך האב קרוב צי צען יאר ריסערטש אין די נושה, די פראבלעם איז ליידער זייער איינגעריסן, די לאנג טורם דעמעדזש איז הימל שרייענד. אין די סעקולער וועלט איז דא אסאך ביכער צי עדזוקעטן אין דעם ענין. איך בין נישט דער ווער ווייסט וואס פאר א שרייבער אבער איך האב געליינט אסאך פון גיטע שרייבערס, דאקטוירים, אין טעראפיסטס. מארגן זונטאג גיי איך בעזהשי"ת מקדיש זיין צייט צי שרייבן פאר די קינדערלעך, אין פאר די עלטערן אויך.

איך גיי נישט קענען שרייבן אלעס, אבער גענוג פאר פאד-פאר-טאט.
לאמיר האפן אז מענטשן וועלן האבן וואס צי נאשן פון דארט.
ווייל א טאטע בלייבט א טאטע....
אוועטאר
הרב יואל קליין
שר שלשת אלפים
תגובות: 3597
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 13, 2017 6:01 pm

Re: קינדער וויזיטעשאן- קאפערענטינג!!

תגובה דורך הרב יואל קליין »

וואס וועט שרייבן דא העלפן?
סתם אויסגיסן די צער פאר אנדערע וואס פארשטייען עס נישט? אדער האט מען געטראפן א וועג צו מסדר זיין דעם אישו?🤔

איך ברויך א סעילמאן פאר אונזער ביזנעס אין סקייטעק טעלעקאם.
ביטע מיר קאנטאקטן: [email protected] . לאמיר ביידע מאכן געלט בעזר השם!
פארווייטאגט
שר האלפיים
תגובות: 2052
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 14, 2019 1:29 pm

Re: קינדער וויזיטעשאן- קאפערענטינג!!

תגובה דורך פארווייטאגט »

ווילאנג א גט, מיינט געוואונען, וועט עס קאליע מאכן דורות, און גארנישט וועט זיך בעסערן.

דער מינוט א גט וועט מיינען, זיך אפטיילן, וועט מען עס קענען מסדר זיין דאס בעסטע וואס שייך.

פארוואס איז עס אזוי?

היינט, וואס א גרוש אדער גרושה, איז א לעיבל, א שם נרדף, און א רמז פאר א שלעכטער אדער אומגעלונגענער אינע'ם שותפות פון זיין בית ראשון, ממילא מוז דאך יעדער ווייזען פאר זיך און פאר יעדעם, אז ער איז דא דער אומשולדיגער, נאר יענער איז געווען כולו שולדיג.
דאס לייכסטע וועג, צו פילן אומשולדיג איז דורך שפייען אויף יענעם, אדער דורך בי"ד, אדער סתם באשמוצען ברבים, און אז עס גייט נישט, מוז עס זיין ע"י ערכאות.
וואס ווען מ'הייבט אהן, מיינט מען אז מ'גייט מצליח זיין מיט איין שאס. (איינער געדענקט דער בליץ קריג אין אוקריינא?)

ביז דערווייל, נישט נאר אז ביידע קומען ארויס צוקלאפט און צו'מזיק'ט טו נעקסט לעוועל, נאר אויב איז דא קינדער, ווערן זיי אויך מיאוס צוזעצט און צוקלאפט.

אויך, אסאך מאל, דמיון'ט זיך, אז ווען דער אנדערע האט שוין חתונה געהאט פריער, מיינט עס אז יענער איז אטאמאטיש דער געוואונער, און דאס איז גורם ווייטער'דיגע געשלעגן.

קען איך נעבאך א סיפור, אויף פארקערט, ווי ער האט איהר גע'רודף'ט, וואס איהר'ע משפחה האט געשטופט א שידוך פאר איהם, האפענדיג עס וועט איהם מאכן שפירן בעסער, אן איהר אפלאזן.
ס'האט נאר אביסל געהאלפן.

קען איך א צווייטער וואס האט געגעבן גוטע אינפארמעישן, ווייל זי האט געזאגט אז איך זאג נאר דעם אמת. (זי האט נישט געפיהלט אז זי דארף איהם מחנך זיין).

אבער עפי"ר איז דאס נישט אזוי.

עס האט צוטוהן נאר מיט מידות, און אביסל מיט פחד פון ווי אזוי מענטשען וועלן איהם אפסטעמפלען.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35755
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע:אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: קינדער וויזיטעשאן- קאפערענטינג!!

תגובה דורך farshlufen »

ידידינו ר' יואל.

זעהסט דאך אז ס'דא ווער ס'פארשטייט אביסל.

לאז א איד קומען צום ווארט.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
קאשע זופ
שר האלף
תגובות: 1146
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 07, 2022 10:16 pm

Re: קינדער וויזיטעשאן- קאפערענטינג!!

תגובה דורך קאשע זופ »

farshlufen האט געשריבן: מוצ"ש מאי 20, 2023 11:47 pm
ידידינו ר' יואל.

זעהסט דאך אז ס'דא ווער ס'פארשטייט אביסל.

לאז א איד קומען צום ווארט.
און אפילו א איד וויל סתם אויסגין זיין ווייטאג מעג מען אים אויך מחזק זיין און פארשטיין
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18973
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: קינדער וויזיטעשאן- קאפערענטינג!!

תגובה דורך איינס »

וועלטס מבין האט געשריבן: מוצ"ש מאי 20, 2023 11:08 pm
איינס האט געשריבן: פרייטאג מאי 19, 2023 7:27 pm
איז עס אזוי גראד?

טרעף איך יעצט א איד, ער זאגט מיר, אויף אייוועלט האט יעצט איינער געלייגט א קאמפיין איבער קינדער וויזיטעשינס, יענער איז געווען בייז.
יענער איז א סעקנד מערידזש, ער זעט נישט זיינע קינדער ווייל מלאזט אים נישט. זאגט ער, סהאט מיר זייער געבאדערט, אבער איינמאל איך האב חתונה געהאט די צווייטע מאל און מיין ווייבס קינדער זעען יא זייער טאטע דאנק איך דער אויבערשטער אז איך האב נישט געפייט.

מיין פוינט איז אז סאיז נישט אזוי געשניטן מיט א מעסער, ניטאמאל צו זאגן אבער בדרך כלל.
אוי וויי, זייער ביטער.
די קינדער דארפן העלפ, איך קען געניג קינדער וואס גייען אין קימען. מיט די ריכטיגע ציגאנג גייט עס געשמירט.
דאס איז געווען מיין שאלה: איז עס אזוי גראד?

ווייל די צעטליך זענען געטעגט #מיין_טאטע_לעבט_יא
וואלט ווען געדארפט שטיין נאך א טעג #און_מיין_מאמע_לעבט_אויך

ריכטיגער וואלט געווען #איך_לעב

אדער אין אנדערע ווערטער דאס קינד שרייט צו ביידע עלטערן צוגלייך #ביטע_קאפערירט_ווי_נארמאלע_מענטשן_ ביידע_זאלן _מיר_נישט_נוצן_פאר_קיין_טול_ נישט_פאר_נקמה_און_נישט_פאר_געוואונען
לגבי די טאטע, איך ציטער פין דעם טאג וואס ער וועט זיך אויפוועקן פונעם טיפן שלאף/טראמא אין זאגן איך מיס מיינע קינדער, מיינע קינדער מיסען מיך... הוי גייט דאס זיין אדארעכגאנג. איך רעד פון עקספיריענס. איך האב שוין געדיעלט מיט אזאנע.
אויב די טובה פון די קינדער איז אז זייער טאטע זאל זיי נישט מיסן, ביסטו גערעכט.
אבער איך מיין די נושא דארף זיין איבער אז זיי מיסן אים, און נישט איבער דעם וואס ער מיסט זיי. נישט ווייל סאיז נישט ווייטאגליך און פעינפול, נאר ווייל ער איז אן אדאולט וואס טראגט אחריות.
און אויב מיט זיין פייטן פאר דעם וואס ער מיסט זיי מעסט ער אן זייער לעבן דארף ער דאס נעמען אין חשבון. אפילו אויב די סיבה איז ווייל זי ביהעיווט נישט. איי וואס איז ער שולדיג? אמת, אבער די וויכטיגערע און מער קריטישע שאלה דארף זיין וואס זענען די קינדער שולדיג?!
אדער אין קורצן, אנשטאט דיין חתימה זאל זיין ווייל א טאטע בלייבט א טאטע, דארף עס זיין: ווייל קינדער בלייבן קינדער.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
הרב יואל קליין
שר שלשת אלפים
תגובות: 3597
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 13, 2017 6:01 pm

Re: קינדער וויזיטעשאן- קאפערענטינג!!

תגובה דורך הרב יואל קליין »

קאשע זופ האט געשריבן: מוצ"ש מאי 20, 2023 11:50 pm
farshlufen האט געשריבן: מוצ"ש מאי 20, 2023 11:47 pm
ידידינו ר' יואל.

זעהסט דאך אז ס'דא ווער ס'פארשטייט אביסל.

לאז א איד קומען צום ווארט.
און אפילו א איד וויל סתם אויסגין זיין ווייטאג מעג מען אים אויך מחזק זיין און פארשטיין
דער אשכול באלאנגט נישט אויף אייוועלט
די קינדער/בחורים וואס ליידן נעבעך טארן דאס נישט ליינען. עס העלפט נישט, נאר ארבייט פארקערט.
א טאטע וואס גיסט זיך אויס ״זיינע״ עמאושענס פאר זיין קינד, איזעס זייער דעמעדשינג.

איך ברויך א סעילמאן פאר אונזער ביזנעס אין סקייטעק טעלעקאם.
ביטע מיר קאנטאקטן: [email protected] . לאמיר ביידע מאכן געלט בעזר השם!
אוועטאר
וועלטס מבין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 432
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 23, 2023 11:53 pm
לאקאציע:ניו יארק

Re: קינדער וויזיטעשאן- קאפערענטינג!!

תגובה דורך וועלטס מבין »

הרב יואל, איך פארשטיי וואס די זאגסט, עס גייט וויי טין מענטשן, אין בעזרת השם מאכן עווערנעס ביים עולם, געבן מענטשן די געפיל אז מען ווייסט וואס זיי גייען אדארעך, זאגן פאר די קינדער/עלטערן אז איינער טראכט פון זיי.

אגב, דאס קען געזוגט ווערן אויפן מהפיכה וואס לויפט יעצט ארום פונקט אזוי.
פארפאלן א וואקסין שטעכט אין אן אפיראציע טוט וויי.
אבער מען דארף עס טין צי ראטעווען טאקע די קינדער.

איך האף איעדער דא וועט זיך האלטן סענסעטיוו צים ענין, משרייבט נאר לתועלת.

ווייס אז סאיז דא קינדער וואס מיטשענען זיך דערמיט אין אפילו זיידעס וואס זענען אמאל געווען קינדער מיטשענען זיך נאכאלץ דערמיט. סדא נאסע קישענעס איעדע נאכט פון קינדער אין עלטערן אין די מצב ל"ע.
לעצט פארראכטן דורך וועלטס מבין אום זונטאג מאי 21, 2023 2:15 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
ווייל א טאטע בלייבט א טאטע....
אוועטאר
וועלטס מבין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 432
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 23, 2023 11:53 pm
לאקאציע:ניו יארק

Re: קינדער וויזיטעשאן- קאפערענטינג!!

תגובה דורך וועלטס מבין »

איינס האט געשריבן: זונטאג מאי 21, 2023 12:14 am
וועלטס מבין האט געשריבן: מוצ"ש מאי 20, 2023 11:08 pm
איינס האט געשריבן: פרייטאג מאי 19, 2023 7:27 pm
איז עס אזוי גראד?

טרעף איך יעצט א איד, ער זאגט מיר, אויף אייוועלט האט יעצט איינער געלייגט א קאמפיין איבער קינדער וויזיטעשינס, יענער איז געווען בייז.
יענער איז א סעקנד מערידזש, ער זעט נישט זיינע קינדער ווייל מלאזט אים נישט. זאגט ער, סהאט מיר זייער געבאדערט, אבער איינמאל איך האב חתונה געהאט די צווייטע מאל און מיין ווייבס קינדער זעען יא זייער טאטע דאנק איך דער אויבערשטער אז איך האב נישט געפייט.

מיין פוינט איז אז סאיז נישט אזוי געשניטן מיט א מעסער, ניטאמאל צו זאגן אבער בדרך כלל.
אוי וויי, זייער ביטער.
די קינדער דארפן העלפ, איך קען געניג קינדער וואס גייען אין קימען. מיט די ריכטיגע ציגאנג גייט עס געשמירט.
דאס איז געווען מיין שאלה: איז עס אזוי גראד?

ווייל די צעטליך זענען געטעגט #מיין_טאטע_לעבט_יא
וואלט ווען געדארפט שטיין נאך א טעג #און_מיין_מאמע_לעבט_אויך

ריכטיגער וואלט געווען #איך_לעב

אדער אין אנדערע ווערטער דאס קינד שרייט צו ביידע עלטערן צוגלייך #ביטע_קאפערירט_ווי_נארמאלע_מענטשן_ ביידע_זאלן _מיר_נישט_נוצן_פאר_קיין_טול_ נישט_פאר_נקמה_און_נישט_פאר_געוואונען
לגבי די טאטע, איך ציטער פין דעם טאג וואס ער וועט זיך אויפוועקן פונעם טיפן שלאף/טראמא אין זאגן איך מיס מיינע קינדער, מיינע קינדער מיסען מיך... הוי גייט דאס זיין אדארעכגאנג. איך רעד פון עקספיריענס. איך האב שוין געדיעלט מיט אזאנע.
אויב די טובה פון די קינדער איז אז זייער טאטע זאל זיי נישט מיסן, ביסטו גערעכט.
אבער איך מיין די נושא דארף זיין איבער אז זיי מיסן אים, און נישט איבער דעם וואס ער מיסט זיי. נישט ווייל סאיז נישט ווייטאגליך און פעינפול, נאר ווייל ער איז אן אדאולט וואס טראגט אחריות.
און אויב מיט זיין פייטן פאר דעם וואס ער מיסט זיי מעסט ער אן זייער לעבן דארף ער דאס נעמען אין חשבון. אפילו אויב די סיבה איז ווייל זי ביהעיווט נישט. איי וואס איז ער שולדיג? אמת, אבער די וויכטיגערע און מער קריטישע שאלה דארף זיין וואס זענען די קינדער שולדיג?!
אדער אין קורצן, אנשטאט דיין חתימה זאל זיין ווייל א טאטע בלייבט א טאטע, דארף עס זיין: ווייל קינדער בלייבן קינדער.
די האסט א שטארקע פאונט. אין מיין לאנגע תגובה וועל איך עס באהאנדלען מיט באלאנס אין עס דארף אדרעסירט ווערן אויף דעם אויפן. אבער יעדע קאמפיין ארבעט אז אויפן צעטל ברענגט מען ארוס די הימל געשריי. מען פראבירט צי דריקן ווי מער קנעפלעך אין מהאפט איינס וועט עושה רושם זיין.

למעשה האב איך מיין סיגנעטשור צי סימפעטייזען מיט די טאטעס וואס גייען דאס אדארעך אין זיי קענען נישט ציפיל טין ווייל סגייט אויס אויף די קינדער. אין פאר די קינדער וואס מיינען אז זייער טאטע האט זיי פארגעסן.

(איי פארוואס נישט מאמעס? ווייל דיבור הכתוב בהווה.)
ווייל א טאטע בלייבט א טאטע....
אוועטאר
Amazing
שר שלשת אלפים
תגובות: 3105
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 29, 2016 9:09 pm

Re: קינדער וויזיטעשאן- קאפערענטינג!!

תגובה דורך Amazing »

Ny-17 האט געשריבן: מוצ"ש מאי 20, 2023 10:03 pm
יחיאל פאזען-המזמרים פארציילט מורא'דיגע מעשה וואס א קינד פון א גט'ן שטיב גייט רח"ל א דרך!!
https://drive.google.com/file/d/1kXVafd ... EU-c4/view
ווי קומט עס דאס דא אריין?
א'מונה ב'טחון ג'עלט
אוועטאר
וועלטס מבין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 432
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 23, 2023 11:53 pm
לאקאציע:ניו יארק

Re: קינדער וויזיטעשאן- קאפערענטינג!!

תגובה דורך וועלטס מבין »

Amazing האט געשריבן: זונטאג מאי 21, 2023 2:15 am
Ny-17 האט געשריבן: מוצ"ש מאי 20, 2023 10:03 pm
יחיאל פאזען-המזמרים פארציילט מורא'דיגע מעשה וואס א קינד פון א גט'ן שטיב גייט רח"ל א דרך!!
https://drive.google.com/file/d/1kXVafd ... EU-c4/view
ווי קומט עס דאס דא אריין?
א פארט פון די עמוישענאל ראולע קאוסטער.
ער מיינט גיטס, סאיז נעבעך זייער אמת.
ווייל א טאטע בלייבט א טאטע....
שמעון אלימלך
שר העשר
תגובות: 40
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 29, 2022 2:23 pm

Re: קינדער וויזיטעשאן- קאפערענטינג!!

תגובה דורך שמעון אלימלך »

טוצעך דא יונטיב אין דער וואכן!

· יא, ניין...

· ער איז שילדיג

· זי איז שילדיג

· #דער_טאטע_לעבט_נאך

· #דער_מאמע_לעבט_נאך

· #דער_קינד_לעבט_נאך

· טשיילד סעפפארד באצאלט ער?

· ניין, איך זאג נישט אז ס'בארעכטיגט, נאר...

בלע בלע בלע...

חברה! די באשעפער האט אריינגעלייגט אין די טבע הבריאה אז די שטערקסטע קשר וואס איז דא אויף די וועלט איז צווישן עלטערן מיט קינדער, פינטל! עס איז פארהאן אומצאליגע פסוקים און מאמרי חז"ל וואס ברענגן ארויס אז שטארקע אומ-אפהאקבאר'ער קשר צווישן כביכול די רבוש"ע און כלל ישראל ווערט צוגעגליכן צו קינדער מיט עלטערן (בני בכורי ישראל, כרחם אב על בנים, בנים אתם לה' אלוקיכם, הלא אביך קנך און פיל נאך)

עס איז נישטא קיין זאך אויף די וועלט וואס בארעכטיגט פאר סיי ווער צו גיין און אפהאקן א קינד פון א טאטע/מאמע אדער א טאטע/מאמע פון א קינד, פינטל!

מיט דעם אלעם, האט יעדער כלל א יוצא מן הכלל. פונקט אזוי ווי עס איז נישטא קיין היתר אויפ'ן וועלט זיך אריינצוזעצן אין'ם דרייוער'ס זיץ פון א קאר און ארומפארן דערמיט אום שבת קודש, אויב טוט מען דאס פאר פיקוח נפש נישט נאר אז ס'איז נישט קיין איסור, נאר עס איז גאר א מצוה, דאס זעלבע איז ביי די נושא פון עלטערן מיט קינדער.

אמאל מאכט זיך אז מען דארף פאר די וואוילזיין אין געזונט פון א קינד איהם ארויסנעמען פון שטוב און דערווייטערן פון זיינע/אירע עלטערן פאר א תקופה, ווי למשל ווען עס ווערט געבוירן א נייע קינד אין שטוב למז"ט און כדאי די שטוב זאל קענען פוקציענירן אויף א געזונטע אופן דארף מען בלית ברירה אוועקשיקן די קינדער פון זייער עלטערן'ס ווארימע היים און זיי צוטיילן צווישן נאנטע, צומאל מאכט זיך ל"ע אז א משפחה מיטגליד איז נישט געזונט ל"ע און איז פאר לענגערע וויילע אין שפיטאל ווי די עלטערן דארפן נעמען שיפטס צו זיין דארט פיר און צוואנציג שעה א מעל"ע, און אזא פאל וועט אויך טיילמאל מאכן די שווערע החלטה פון דערווייטערן די קינדער פון זייערע עלטערן כדאי עס זאל שיין פאר זייער בעסטע תועלת.

ביי די אויבענדערמאנטע פעלער מאכן ביידע עלטערן צוזאמען די שווערע החלטה וואס עס איז די בעסטע תכלית און תועלת סיי פאר זייערע קינדער און פאר זיך זעלבסט, אבער צומאל מאכט זיך ל"ע אז מען קען זיך נישט פארלאזן אויף די שיקול הדעת פון ביידע עלטערן צו מאכן אזא החלטה. עס קען זיך ליידער מאכן אז א איד אדער אידענע זאל ל"ע ווערן בארירט אויף א גייסטישע אופן אדער ליידער ווערן צוגעבינדען צו שעדליכע געווירצן אד"ג, און אזא פאל וועט מען זיך נישט קענען פארלאזן אויף די מיינונג פון דעם וואס מ'וויל דערווייטערן פאר די נויטיגע תקופה, וועט מען מוזן האבן א שטארקע דעת תורה אדער מיינונג פון א מומחה (געוואנדן אויף די סארט פרעגער וד"ל) צו דן זיין אויף אזעלעכע הארבע דיני נפשות שאלות.

ווי אבער למען הקרעפל קומט א גט אריין אין די גאנצע נושא?! פארוואס אויב מאן און ווייב קומען זיך נישט אויס, ווערן די קינדער בכלל א נושא?! פארוואס?!

די איינציגסטע וועג צו מאכן די שיקול הדעת צו מען מעג אפטיילן עלטערן פון קינדער איז בלויז אויב מען טראכט אריין "אויב וואלט דער פארפאלק נאך געווען פארהייראט, וואלטן מיר געדארפט אפטיילן די קינדער פון זייערע עלטערן?" אויב די ענטפער איז יא, דעמאלטס דארף מאן טאקע ליידער מאכן די שווערע באשלוס, אויב אבער נישט...

נארמאל וואלטן די קינדער געדארפט וואוינען פיר און צוואנציג שעה א טאג, זיבן טעג א וואך מיט ביידע עלטערן, נאר היות ס'נישט שייך דארף מען אויסשטעלן א געוויסע מהלך פון אן עיקר וואוינארט און די צווייטע האט גענוג צייט צו פארברענגן מיט זיינע/אירע קינדער. דאס איז נישט קיין מתנה פון 'וויזיטעישאנס' וואס מען געבט! דאס איז נישט א פריוויליגיע!

אהההה, טשיילד סעפפארד! האסט אמאל געהערט פון די מעשה ווי א פארפאלק האט זיך שטארק דעמוטשעט מיט פרנסה, און די ווייבל איז זיך געגאנגען אויסרעדן פאר די רב אז איר מאן ברענגט נישט אריין קיין פרנסה אין שטוב, און די רב האט גע'פסק'נט אז מ'דארף זאפארט דערווייטערן איר מאן פון די קינדער וויבאלד ער ברענגט נישט קיין פרנסה, עס האט זיך געמאכט א שטיקל טומל וויאזוי מ'זאל דאס אויסארבעטן וויבאלד די פארפאלג זענען דאך געהייראט און וואוינען אין'ם זעלבען הויז, אלזא וויאזוי מאכט מען אז זי קען וואוינען מיט די קינדער און ער נישט? האט מען אויסגעארבעט אז ווען זי איז אינדערהיים שפארט מען איין די קינדער אין א צימער וואס נאר זי וועט האבן די שליסל אריינצוגיין דארט כדאי איר מאן זאל זיי ח"ו נישט קענען זען די קינדער, און ווען זי איז נישט אינדערהיים שיקט מען אוועק די קינדער צו... נישט קיין חילוק ווער... אבי זאלן זיי נישט זיין אינדערהיים מיט זייער טאטע.

קיינמאל נישט געהערט פון די מעשה?? ניין? אה, איך אויך נישט...

פארוואס אבער ווען מאן אין ווייב גט'ן זיך טוט מען דאס אבער יא מיט די אויסרייד אז ער ברענגט נישט קיין געלט?!?!

אוי! כ'האב שיעור פארגעסן! די געזעץ אבער לויטעט אז...

אהממ...
אוועטאר
איי אה וועלט!
שר העשר
תגובות: 27
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 16, 2022 4:03 pm
לאקאציע:צווישן ניו יורק און לעיקפראנט

Re: קינדער וויזיטעשאן- קאפערענטינג!!

תגובה דורך איי אה וועלט! »

שמעון אלימלך האט געשריבן: מאנטאג מאי 22, 2023 3:21 pm

נישט צום גלייבן מיט וואסארא לייכטע שפראך און קלארקייט די האסט ארוסגעברענגט די נקודה!

דאס איז עפעס וואס היות מאנכע פארדרייען די קאפ מיט פארשידענע שרייערייען ווערט מען נאכגעשלעפט און מ'פארלירט די שכל הישר, אבער דא באסטו אזוי שיין און קלאר צושניטן די זאך אויף קליין געלט אן צו לאזן קיין פלאץ פאר זינלאזע קאפ פארדרייענישען.

איך האף נאר אז דאס וועט זיך נישט ענדיגן ווי מען זאגט "א שטורעם אין א גלאז" נאר דאס וועט האבן ווייט גרייכענדע עפעקטן און פילע משפחות וועלן זיך שטארקן אויף זייער אינסטינקט, געפיל און יצר הרע און טוהן די ריכטיגע זאך.

הלוואי!
אוועטאר
איי אה וועלט!
שר העשר
תגובות: 27
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 16, 2022 4:03 pm
לאקאציע:צווישן ניו יורק און לעיקפראנט

Re: קינדער וויזיטעשאן- קאפערענטינג!!

תגובה דורך איי אה וועלט! »

איינס האט געשריבן: פרייטאג מאי 19, 2023 7:27 pm
איז עס אזוי גראד?

טרעף איך יעצט א איד, ער זאגט מיר, אויף אייוועלט האט יעצט איינער געלייגט א קאמפיין איבער קינדער וויזיטעשינס, יענער איז געווען בייז.
יענער איז א סעקנד מערידזש, ער זעט נישט זיינע קינדער ווייל מלאזט אים נישט. זאגט ער, סהאט מיר זייער געבאדערט, אבער איינמאל איך האב חתונה געהאט די צווייטע מאל און מיין ווייבס קינדער זעען יא זייער טאטע דאנק איך דער אויבערשטער אז איך האב נישט געפייט.

מיין פוינט איז אז סאיז נישט אזוי געשניטן מיט א מעסער, ניטאמאל צו זאגן אבער בדרך כלל.
אינגערמאן, איר קענט אזוי גוט זיין און רעדן אידיש? איך פארשטיי פשוט קיין ווארט וואס איר שרייבט דא, חוץ פון דעם וואס די זאגסט אז אויף אייוועלט האט יעצט איינער געלייגט א קאמפיין איבער קינדער וויזיטעשינס און אז די האסט ערגעץ געטראפן א איד.

עס איז דא ערגעץ א איד וואס טענה'ט אז עס שטערט איהם בכלל נישט אז עס איז פארהאן קינדער וואס האבן קיין שייכות מיט זייער אייגענע טאטע? אז עס שטערט איהם בכלל נישט אז עס איז פארהאן א טאטע וואס האט קיין שייכות מיט זיינע קינדער? און די רעדע איז גאר פון איהם זעלבסט און פון זיינע אייגענע קינדער??

אנטשולדיגט, אבער אדער איז עפעס ממש נישט אין ארדענונג מיט מיר אדער מיט איהם...

וואס איז? די קינדער זענען צומישט אז זייערע עלטערן לעבן שוין נישט צוזאמען און ס'שווער פאר זיי? אקעי, ס'קען זיין, עס איז אין פאקט זייער א נארמאלע ערשיינונג, אבער פאר דעם זענען דא פעמעלי טערעפיסטן וואס זענען אויסגעצייכנט אין דעם געביט. לעזן דער פראבלעם פון די שוועריקייטן וואס קינדער קענען אדורכגיין דורך שאפן א פיל ערגערן פראבלעם פון אפ'שחט'ן משפחות און דורות איז קיין לעזונג.

וויאזוי פלעגט טראמפ'נען אלץ שרייען "עי בעד דיעל איז ווארס דען נאו דיעל!"
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18973
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: קינדער וויזיטעשאן- קאפערענטינג!!

תגובה דורך איינס »

איי אה וועלט! האט געשריבן: מאנטאג מאי 22, 2023 4:36 pm

אז משרייט ווערט מען נישט גערעכט.
ממילא וועל איך ענטפערן יעצט אין לשון קודש
אויב איז דא למשל א מאמע א מרשעת און דער טאטע פייט צוריק, זאל ער זיין גערעכט וויפיל ער ווי, לייגט ער בידים צוגרינד די קינדער. ומכ״ש ווען די מאמע האט יא גערעכט טענות (אפגעזען צו דער טאטע איז מסכים מיט דעם)

די פוינט איז נישט דער טאטע דא, נאר די קינדער. אויב איינער פון די עלטערן נעמט נקמה, און דער צווייטער וויל זיין גערעכט האט ער א יד ורגל אין די חורבן פון די קינדער. עם ילדים תהיה חכם אל תהיה צודק.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
איי אה וועלט!
שר העשר
תגובות: 27
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 16, 2022 4:03 pm
לאקאציע:צווישן ניו יורק און לעיקפראנט

Re: קינדער וויזיטעשאן- קאפערענטינג!!

תגובה דורך איי אה וועלט! »

איינס האט געשריבן: מאנטאג מאי 22, 2023 4:55 pm

די נושא דא איז נישט צו מען זאל זיך ארומשלאגן (צו אין קאורט, בית דין אדער סתם מיט די הילף פון א"ג וואוילע אידן) אדער נישט. די רעדע איז פון צוריקהאלטן קינדער און עלטערן פון זיין צוזאמען, פינטל.
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18973
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: קינדער וויזיטעשאן- קאפערענטינג!!

תגובה דורך איינס »

איי אה וועלט! האט געשריבן: מאנטאג מאי 22, 2023 5:03 pm

זייער קלאר זיך ארויס געברענגט.
בעוד איך טענה אז די רעדע איז וויאזוי זיכער צו מאכן אז די קינדער בלייבן געזונט (#איך לעב)
טענהסטו אז די רעדע איז פון צוריקהאלטן קינדער און עלטערן פון זיין צוזאמען (#מיין טאטע לעבט)

אנשטאט צו קוקן און זען פארן ציל דעם קינד (יא, אויך אויפן פרייז פון די עלטערן), שרייסטו טאטע טאטע (אויך אויפן פרייז פונעם קינד)
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
פרוק ית ענך
שר חמישים
תגובות: 57
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אפריל 25, 2023 9:34 pm

Re: קינדער וויזיטעשאן- קאפערענטינג!!

תגובה דורך פרוק ית ענך »

אויב עס באלאנגט נישט דא, ביטע מעקן
געהערט א מעשה פון א מלמד וואס א קינד אין זיין קלאס איז אדורך אזא תקופה וואס די עלטערן האבן זיך צוטיילט און דיע קינד איז געוועהן 3 טעג א וואך ביי די טאטע און 3 טעג א וואך ביי די מאמע און יעדע צווייטע שבת ערגעץ אנדערש
פארשטייט זיך אז דיע קינד'ס קאפ איז נישט געוועהן ביי די לימודים
איין מאל האט די קינד זיך אויסגערעדט צו די מלמד אז ס'איז איהם זייער שווער צו זיין יעדע 3 טעג ערגעץ אנדערש ער וויל ענדערש זיין איין פילע וואך ביי די טאטע און איין וואך ביי די מאמע האט די מלמד געזאגט אז ער וועט רעדן צו די טאטע דערוועגן
די מלמד האט גערופן די טאטע און איבערגעזאגט וואס די אינגל האט איהם געזאגט
האט די טאטע געזאגט אז ער ווייסט אז די מאמע וויל אויך אזוי און ער האלט איר נישט ביים נאכגעבן
האט די מלמד פראבירט מסביר צו זיין פאר די טאטע אז עס וועט אפשר העלפן פאר די קינד זיך בעסער קאנצעטרירן אין די לימודים
האט די טאטע געזאגט פאר די מלמד "א כפרה אויף מיין זון איך דארף יעצט געווינען די מלחמה מיט מיין ווייב"

ס'איז מן הסתם א מעשה אחד מני אלף וואס לאו בכל יומא מתרחש אבער יעדע פאל איז אנדערש און מען קען נישט דן זיין פון איין מעשה אויף די צווייטע
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18973
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: קינדער וויזיטעשאן- קאפערענטינג!!

תגובה דורך איינס »

פרוק ית ענך האט געשריבן: מאנטאג מאי 22, 2023 5:21 pm

ס'איז מן הסתם א מעשה אחד מני אלף וואס לאו בכל יומא מתרחש אבער יעדע פאל איז אנדערש און מען קען נישט דן זיין פון איין מעשה אויף די צווייטע
נאכמער אז וכן להיפך, סאיז דא מאל וואס דער טאטע פארשטייט און מאכט איין, און די מאמע שרייט א כפרה אויף מיין קינד.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
פארשפארט

צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”