תוארי כבוד: די היסטאריע און אנטוויקלונג פון 'טיטלען'

דאקומענטאציע און זכרונות פונעם אמאליגן וועלט

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

א טענצל!
שר האלף
תגובות: 1412
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אקטאבער 04, 2009 11:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א טענצל! »

בעצם די טיטל "זכותו יגן עלינו" איז לאו דוקא געווידמעט אויף א נישט לעבעדיגן, דאס זעלביגע קען מען זאגן "כ"ק אדמו"ר (שליט"א) זכותו יגן עלינו"...
דוכט זיך אז אין מדרש ווערט דערמאנט אז בחייו פון אברהם אבינו פלעגן מענטשן דערמאנען אז זיין זכות זאל מגין זיין.
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7926
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע:ביים נעקסטן שטאפל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

שכוח קארל פאר'ן לינק צו שיינעם מאמר איבער ע"ה.

זייער באלערענד.
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3446
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע:ביים געפילטערטן קאמפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויפריכטיג »

דאס איז א זאך וואס באדערט מיר שוין זייער לאנג!!! פארוואס א פשוט'ע עמך איד טאר נישט באקומען די ברכה שליט"א = שיחיה לשנים טובים אמן. בכלל איז עס נישט קיין טיטול, נאר א ווארעמע ברכה און פארוואס איז דאס געווארן א נאכזיבלע בלויז פאר רבנים און שיינע אידן.
קען אפשר זיין אז סתם אידן וואס קיינער האט גארנישט קעגן זיין, יעדער קען באשטיין זיי זאלן לעבן, פעלט זיך נישט אויס די ברכה, אבער די רבנים וואס יעדער האט זיך זיינע שונאים און אשמוצער וואס קען באשטיין אים אונטערצוברעגנגען במילא טוען זיינע חסידים און אנהענגער זיך באווארענען און טוען כסדר מתפלל זיין אז לאנג זאל ער לעבן, און די קללות זאלן נישט האבן קיין מקום חל צו זיין.
ואם טעיתי ה' הטוב יכפר...
א טענצל!
שר האלף
תגובות: 1412
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אקטאבער 04, 2009 11:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א טענצל! »

אויפריכטיג!

אויב וועלן אלע פשוטע ארבייט'ס אידן באקומען דעם טיטל "שליט"א", דאן מיט וואס וועלן די רבנים, ואישי ציבור זיין מער???

אבער שוב התבוננתי אז די קשיא איז יא במקומה עומדת ווייל למעשה די רבנים באקומען דאך טיטלעך בעפארן נאמען אויך, הרה"ג, הגה"צ, בוצ"ק וכו', ממילא פארוואס זאל נישט יעדער איד ווערן געוואונטשן "שליט"א- שיחיה לשנים טובים אמן (אדער, ארוכים)"?
א טענצל!
שר האלף
תגובות: 1412
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אקטאבער 04, 2009 11:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א טענצל! »

מורי ורבותי!

אנקומענדיג צו "הונדערט" הודעות בליעה"ר, וויל איך אפנעמען די ווארימע מזל טוב וואונטשן פון כל הקהל הקודש הדין.

ויהי רצון מיר זאל קענען מרומם זיין קרן התורה, יהדות, והחסידות.
אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3446
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע:ביים געפילטערטן קאמפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויפריכטיג »

מזל טוב!!!!!!!!!!!!
כאפ א טענצל!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!
נחמן נתן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4124
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע:צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחמן נתן »

א טענצל! האט געשריבן: מורי ורבותי!

אנקומענדיג צו "הונדערט" הודעות בליעה"ר, וויל איך אפנעמען די ווארימע מזל טוב וואונטשן פון כל הקהל הקודש הדין.

ויהי רצון מיר זאל קענען מרומם זיין קרן התורה, יהדות, והחסידות.

מזל טוב מזל טוב!! השי"ת זאל דיר העלפן כהנה וכהנה מיט "הונדערט"ער (טויזענעטער) באלערנדע תגובות לתועלת בית קרעטשמתנו ותפארתנו!
לחיים ולברכה!
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8780
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

שטארק זיך האט געשריבן: ר' מיכאל בער ווייסמאנדל אין א דרשה, איז זיך מתאונן אויף דאס איבערגעטריבענע באטיטלעכץ, זאגט ער, ס'וועט קומען ווען מען וועט נאך נוצן דעם טיטל: מלך מלכי המלכים.
און מיר האלטן שוין נישט ווייט דערפון.

ער ווערטלט זיך דארט, אז מ'זעהט אז ביי די עקידה האט דער רבוש"ע געזאגט פאר אברהם אבינו, 'עתה ידעתי כי ירא אלקים אתה' ווען מען זאל היינט זאגן אויף א רב אז ער איז א יראי שמים, וועט דאס זיין א געפערליכע באליידיגונג...


כעין זה איז דא א מעשה וואס דער ראפשיצער רב ר' אשר'ל האט זיך אויססגעדרוקט אויפן ישמח משה אדער ייטב לב אז ער איז א ירא שמים צו ערליכער איד (ווער ס'ווייסט פונקטליכער די מעשה זאל עס ביטע מעתיק זיין) און רבינו הדברי יואל האט געזאגט אויף די מעשה אז ווען מען זאל עס זאגן אויף א היינטיגן רבין וואלט ער באליידיגט געווארן
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6809
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע:אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

געהערט אמאל א לצה פון אויווארער רב ז"ל (קען זיין איך האב עס שוין ערגעטץ דא געשריבען)

היינט איז די מנהג אז מען דריקט פלעקאטען מיט גרויסע טיטלען 'הרב הגאון' אדער 'הגאון האדיר'
וואס עפעס איז יעדער א 'גאון'?
האט ער געזאגט, אז און פארגאנגענע צייטען האט מען גענוצט דער טיטל 'גאון' פאר א זעלכע תלמידי חכמים וואס מיט זייער כוח און תורה האבען זיי געקענט אפשרייבען א תשובה און אויספירען להלכה אנדערשט וויא דער רמ"א אדער אן אנדערע פון די גדולי הפוסקים.
למשל דער נודה ביהודה אדער ר' עקיבא אייגער אדער דער חת"ם סופר, אויף זיי האט מען געקענט נוצען דער טיטעל 'גאון'

היינט איז געווארען אז יעדער איז זיך מחולק מיטען שו"ע, איז ממילא יעדער א 'גאון'
the SCY is the limit
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8780
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

געהערט אמאל א הלצה מפי הרה"ח ר' שה"פ שליט"א

ווען מען שרייבט הרה"ג, מיינט ער איז א גאון און נישט קיין צדיק
ווען מען שרייבט הרה"צ, מיינט ער איז א צדיק נישט א גאון

מה דינו ווען ער איז נישט א גאון און נישט א צדיק
שרייבט מען
הגה"צ
הגאון ווייל ער איז נישט א צדיק, און הצדיק ווייל ער איז נישט א גאון
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2738
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג נאוועמבער 10, 2008 4:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלף בית »

כהאב געהערט פון הרב ביק שליט"א מעזיבוש'ער רב, בדרך הלצה.
מ'זאגט הללוקה שירו לה' שיר חדש.
פארוואס דארף מען זינגען פארן אייבערשטן א נייעם שיר, וואס איז שלעכט מיט די אלטע?
ווייל תהלתו, דאס וואס איז דער לויב פונעם אייבערשטן, בקהל חסידים, זאגן שוין אלע חסידים אויף זייערע רבי'ס.
דעריבער דארף מען זיכען פארן אייבערשטן עפעס א נייע געזאנג
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט
אוועטאר
ווארד2007
שר חמישים ומאתים
תגובות: 483
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אפריל 30, 2009 2:25 pm
לאקאציע:אין אייגן זעקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווארד2007 »

דער יארמער רב האט אמאל געזאגט א דרשה, אינמיטן איז אריינגעקומען א איד (אזא בלעק ען ווייט, חצי רבניש חצי בעל בתיש) און דער יארמער רב שטעלט זיך אפ און זאגט
ברוך הבא הרב הגאון הצדיק ר' יצחק הכהן גרויזאמער (נישט די ניק....)
רופט זיך יענער אן, אנטשולדיגט אבער אין בין נישט א כהן.
פרעגט אים דער יארמער רב, און א צדיק זענט איר יא....
אוועטאר
פארצייטישע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 377
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 21, 2009 1:47 pm
לאקאציע:אין די אלטע היים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארצייטישע »

פרעגער האט געשריבן: נאך איז מערקווירדיג:

אבער די ברכה צום סוף ווי לדוגמא שליט"א (שיחיה לאורך ימים טובים ארוכים) - דאס גיבט מען נאר פאר חשובע. הלמאי............


וכך אני הקטן נוהג, אז ווען איך שרייב וועגן מיין טאטע\שווער\זיידע,

למשל איך הענג אויף א צעטל אז איך מאך א שלום זכר ביי מיין שווער'ס הויז, שרייב איך בבית מו"ח 'שליט"א', אזוי אויך ביים שרייבן למשל א בריוו צי מיין טאטע זלז"ג, שרייב איך לכבוד אבי מורי 'שליט"א', אדער ביים געבן א דרשה ביי א שמחה זאג איך 'ברשות די זיידע שליט"א וכדו'.

אפילו זיי זענען אידן סוחרים נהנים מיגיעי כפם, אבער אזוי ווי איר שרייבט אז דאס טיטל שליט"א איז א ברכה אויף אריכית ימים, נו זאל דען א קינד נישט אנווינטשען זיין טאטע אדער שווער אדער זיידע מיט אריכת ימים ושנים?!
מ'דארף באהלטן א ספאדיק אן אלטן, בחדרי חדרים זייער גוט, עס זאל זיין א וואונדער, פאר אונזערע קינדער, אז אזוי איז געגאנגען אן ערליכען איד
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

לחיים ולברכה האט געשריבן: אין בריוון און תשובות איז אלע יארן געווען די סדר פון שרייבן טיטלען, טאקע מיט א גבול. אין ספרים געפונען מיר אין די קדמונים קורצע טיטלען ווי "החכם השלם, הרב הגדול, און אפשר אויך ירא ושלם", אין די ספרי תלמידי בעש"ט, ווי מאור ושמש און נאך, געפונען מיר שוין פיל מער, ווי "האדמו"ר האלקי, בוצינא קדישא" וכו'. אבער סתם צו באשמוצן יענעם אויף אנאנסן מיט אנע שיעור טיטלען און דערנאך נאך צושרייבן אין גומרין עליו את ההלל דאס איז שוין ליצנות. דאך, ווי ערווענט, זעהן מיר אן אויפשטייג אין טיטלען אין די הייליגע ספרי חסידות פיל מער ווי פריער.


סינישט געווען קיין אנאנסן און מ'האט נישט אנאנסירט.
כ'האב אמאל געהערט אן אינטערעסאנטע זאך וואס איז מעגליך קרוב לאמת.
אז א חלק אין אויסשפרייטן דעם ים פון טיטלען איז געקומען פון ארץ ישראל.
דארט איז מען אייביג געווען זקוק אויף תמיכה פון די בני חו"ל און זיי האבן געשיקט בריוון און בקשות מיט אסטראנאמישע טיטלען צו די שטיצערס מעבר לים.
אויך האבן זיי געהאנגען פלאקאטן וכדו' ווען א נגיד אדער א גדול איז געקומען מיט גוזמאות'דיגע פראזן און פון דארט האט זיך עס שוין אויסגעשפרייט מער און מער
אז מ'לעבט דערלעבט מען
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6809
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע:אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

לחיים ולברכה האט געשריבן: אדער נר"ו (וואס מיינטעס טאקע? נטרי' רחמנא...?).

נטרי' רחמנא ופרקי'

איך האב געזעהן דער ר"ת ווערט געברענגט אפט מאל און פארשידענע פלעטצער און רמב"ן, צו און די תשובות צו און די חידושים, (קען זיין אנדערע ראשונים האבען אויך גענוצט דער לשון)
אויף איין פלאטץ האב איך עס געזעהן, נישט מיט די ראשי תיבות נאר ארויסגעשריבען
the SCY is the limit
איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3333
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע »

במחילה מכבודכם:
קודם כל "משה" האט יא געהאט א טיטל "משה רבינו"...
צווייטנס טיטלן איז שוין אן אלטע יידישע מחלה, קוקטס און די גאר אלטע שו"ת ספרים וועט איר זיך באקענען מיט דעם, עס האט זיך גארנישט געטוישט, מען האט שוין יענע צייטן קאמפלעינט, און מען קאמפלעינט ווייטער.
עס איז באקאנט אז דער תבואות שור מיטן פני יהושע האבן אפגעמאכט צווישן זיך נישט צושרייבען דעם טיטל הגאון,געט נאר א קוק מיט וואס זיי האבן עס אנגעפילט.
לענ"ד צו שרייבן אויף אויף א לעבעדיגער יוד "הקוה"ט" (מנהג חסידי וו...) איז נאריש ווייל ער איז א "טמא מת, במלוא מובן המולא מיט אלע מפרשים", אויף א בר מינן פאסט צו שרייבן ווייל יעדע נשמה איז טהור...
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

עס איז א יסודות'דיגע חילוק צווישן טיטלען אין בריוון פריוואט איינער פארן צווייטן, און טיטלען אין צייטונגען, אנאנסן אא"וו. ואכמ"ל
אז מ'לעבט דערלעבט מען
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

lebediger berel האט געשריבן: עס איז א יסודות'דיגע חילוק צווישן טיטלען אין בריוון פריוואט איינער פארן צווייטן, און טיטלען אין צייטונגען, אנאנסן אא"וו. ואכמ"ל

תיקון טעות. צ"ל בסוף ואין לי פנאי להאריך
אז מ'לעבט דערלעבט מען
אשרינו
שר העשר
תגובות: 20
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 29, 2009 9:05 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אשרינו »

מען דערציילט אז דער הייליגער שינאווער רב זי"ע האט אמאל געדארפט שרייבן א בריוו צו איינע פון די רבי'ס בדורו פאר א כלל עסק. און מ'האט אים געזאגט אז ער וועט מוזן שרייבן אויף יענעם "הקדוש", ווייל אז נישט וועט ער די זאך נישט טוען. די שינאווער רב זי"ע איז ווי באקאנט געווען זייער א איש אמת און האט נישט געהאט קיין חשק צו שרייבן אויף דעם איד אזא לשון. נאך א שטיק צייט האט די שינאווא רב זי"ע געפרעגט די נאנטע - יענער רבי וואשט זיך נטילת ידים פארן עסן? און אויך מים אחרונים נאכן עסן? איז ער דאך א קדוש ווייל די גמרא לערנט ארויס פונם פסוק "והתקדשתם - זו מים ראשונים, והייתם קדושים - זו מים אחרונים" . האט ער זיך אראפגעזעצט און געשריבן אויף יענעם "הקדוש".

נו אויב אזוי האבן מיר שוין א שטיקל לימוד זכות אויף דעם טיטול "הקדוש" אפילו אויף לעבעדיגע מענטשן.
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14265
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע:גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

הקדוש איז נישט קיין פראבלעם אויף לעבעדיגע מענטשן, יעדער איד איז הייליג קדושים תהיו.
די עיקר וואס איטשע שרייבט איז וועגן 'הטהור' דוק ותשכח.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

איך גלייך נישט קיין דקדוק און כ'וויל נישט אריינפארן אין דעם אבער מען מאכט דא א מצב אז טהור מיינט עפעס ווייסעכוואס, מיר לערנען אין חומש מכל הבהמה הטהורה, נא, איז ער כאטשיק אזוי טהור וואו א ציגעלע מה כל הרעש.
אז מ'לעבט דערלעבט מען
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14265
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע:גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

קען מען שוין שרייבן 'הבהמה' דעמאלטס?
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

דאס איז א "קאוד ווארט".(בדרך צחות)
אבער וואס איך מיין צו זאגן איז אזוי:
הקדוש, טרעף מיר נישט אויף אזא אופן אין חומש נאר אויף קדשים אפשר, און דאס איז גוט געווען פאר שינאווער רב אויב איינער וואשט זיך פארן עסן און גיסט זיך מים אחרונים.
הטהור, רופט די תורה אן יעדע טויבעלע יעדע שעפעלע קיעלע אא"וו. אלזא איז נישט געפערליך אז מען וויל אזוי רופן א רבי. (און וועם ס'געפעלט דיר)
אז מ'לעבט דערלעבט מען
איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3333
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע »

א ציגעל איז טאקע א "בהמה טהורה" אבער דער גרעסטע רבי היינט צוטאג איז א "טמא מת", א בשר ודם איז "נישט טהור", א נשמה איז טהור אזויווי מען זאגט יעדן אינדערפריא "אלקי נשמה שנתת בי 'טהורה' היא", אבער צו שרייבען אויף א בו"ד "הטהור" איז פרעכע עם הארצות. לענ"ד...
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

מיר זענען טאקע אלע אמעראצים אין דקדוק, נישט בטעות נאר לכתחלה ווייל אזוי האט מיין זיידעס רבי געוואלט.
אבער פארוואס זאל איך נישט זאגן אז דער טיטל "הטהור" איז אויפן רבינ'ס נשמה נישט אויף זיין גוף, ר'האט דאך א נשמה אויך ? נישט אזוי ?
אז מ'לעבט דערלעבט מען
שרייב תגובה

צוריק צו “זכור ימות עולם”