אוועקלייגן געלט פון די קינדער

פינאנציעלע הילף און בודזשעטינג

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

קיינמאל אויפגעבן
שר חמש מאות
תגובות: 745
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 27, 2020 12:46 pm

אוועקלייגן געלט פון די קינדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיינמאל אויפגעבן »

א געווענליכע קינד באקומט געלט חנוכה פורים און אנדערע זמנים, ווי איז די בעסטע פלאץ אוועקצולייגן דאס געלט פאר זיי?

איז אן אנליין סעיווינגס אקקאונט מיט הויכע רעיטס (א שטייגער ווי Ally, SoFi, Capital One) א גוטע געדאנק? אדער גאר א CD אקקאונט?

האו עבאוט אן אנליין אינוועסטינג אקקאונט?

איז ראטזאם עס צו לייגן אויף די אייגענע נאמען אדער אויף די קינדערס? נפקא מינה לכאורה פאר פיילן טעקסעס.

דער עולם איז מכובד ארייצוקומען מיט די אייגענע ידיעות און עקספיריענס.

יישר כח.
אוועטאר
חוח בין השושנים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4142
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

Re: אוועקלייגן געלט פון די קינדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוח בין השושנים »

איך האלט אלע זייערע געלט פאר מיר. כ'נוץ עס ווי ס'איז מיינס.

אבער אלעס ווערט דאקומענטירט. יעדע דאלער וואס זיי געבן מיר איבער, ווערט פארצייכנט, און נאך זייער חתונה באקומען זיי עס בס"ד צוריק.

אויב ווילן זיי זיך אמאל עפעס קויפן פון זייער אייגענע געלט (ס'כמעט נישטא אזא זאך), באקומען זיי עס פון מיר און מ'רעכנט עס אראפ פונעם חשבון.

ווען א טאכטער ארויס פון סקול גייט ארבעטן, עפנט זי זיך אן אייגענע באנק קאנטע.
אוועטאר
מאשלי
שר מאה
תגובות: 215
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 08, 2022 1:09 pm

Re: אוועקלייגן געלט פון די קינדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשלי »

די s&p קען זיין א שטארקע געדאנק
וואס פאלטעך ביי?!?
להודות
שר האלפיים
תגובות: 2508
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 27, 2016 5:02 pm

תגובה דורך להודות »

קיינמאל אויפגעבן האט געשריבן: מאנטאג מאי 29, 2023 12:32 pm
איז ראטזאם עס צו לייגן אויף די אייגענע נאמען אדער אויף די קינדערס? נפקא מינה לכאורה פאר פיילן טעקסעס.
קוק נאך קידדי טעקס.

אנליין סעיווינגס אקקאונט מיט הויכע רעיטס (א שטייגער ווי Ally, SoFi, Capital One)
כ'מיין UFB צאלט מער פון זיי אלע.

חוח בין השושנים האט געשריבן: מאנטאג מאי 29, 2023 1:05 pm
איך האלט אלע זייערע געלט פאר מיר. כ'נוץ עס ווי ס'איז מיינס.
זיי פארלירן די טיים וועליא פון די געלט.
ממילא אויב האלט מען עס אלץ פקדון און ס'פארדינט אינטרעסט קען זיין מ'מעג עס זיי געבן אבער אויב דו בארגסט עס טאר מען לכאורה נישט צוריקגעבן מער.
קיינמאל אויפגעבן
שר חמש מאות
תגובות: 745
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 27, 2020 12:46 pm

Re: אוועקלייגן געלט פון די קינדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיינמאל אויפגעבן »

להודות האט געשריבן: מאנטאג מאי 29, 2023 1:32 pm

דאס איז די סיבה פארוואס איך וויל עס אריינלייגן אין עפעס וואס וואקסט.
אוועטאר
מאשלי
שר מאה
תגובות: 215
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 08, 2022 1:09 pm

Re: אוועקלייגן געלט פון די קינדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשלי »

להודות האט געשריבן: מאנטאג מאי 29, 2023 1:29 pm
קיינמאל אויפגעבן האט געשריבן: מאנטאג מאי 29, 2023 12:32 pm
אנליין סעיווינגס אקקאונט מיט הויכע רעיטס (א שטייגער ווי Ally, SoFi, Capital One)
כ'מיין UFB צאלט מער פון זיי אלע.
אלע בענק קענען אבער מארגן טשענדשען זייער רעט
וואס פאלטעך ביי?!?
אחד הרבנים
שר האלף
תגובות: 1314
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 09, 2019 10:34 pm

Re: אוועקלייגן געלט פון די קינדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחד הרבנים »

להודות האט געשריבן: מאנטאג מאי 29, 2023 1:32 pm
חוח בין השושנים האט געשריבן: מאנטאג מאי 29, 2023 1:05 pm
איך האלט אלע זייערע געלט פאר מיר. כ'נוץ עס ווי ס'איז מיינס.
זיי פארלירן די טיים וועליא פון די געלט.
ממילא אויב האלט מען עס אלץ פקדון און ס'פארדינט אינטרעסט קען זיין מ'מעג עס זיי געבן אבער אויב דו בארגסט עס טאר מען לכאורה נישט צוריקגעבן מער.
מ׳קען בארגען געלט פון קינדער אין שטוב? איז עס נישט עפ״י הלכה ממילא דעם טאטענס?
להודות
שר האלפיים
תגובות: 2508
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 27, 2016 5:02 pm

Re: אוועקלייגן געלט פון די קינדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודות »

מאשלי האט געשריבן: מאנטאג מאי 29, 2023 1:48 pm
אלע בענק קענען אבער מארגן טשענדשען זייער רעט
א. וועגן דעם ווילסטו דווקא נעמען דער וואס צאלט ווייניגער היינט?
ב. Ufb איז געווענליך העכער.
אוועטאר
מאשלי
שר מאה
תגובות: 215
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 08, 2022 1:09 pm

Re: אוועקלייגן געלט פון די קינדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשלי »

להודות האט געשריבן: מאנטאג מאי 29, 2023 1:52 pm

כ'זאג עס נאר אז מען זאל וויסן. געוויסע מענטשן וועלן מסכים זיין צו פארדינען ווייניגער אויף מער א סטאבילער ריטורן.
וואס פאלטעך ביי?!?
קיינמאל אויפגעבן
שר חמש מאות
תגובות: 745
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 27, 2020 12:46 pm

Re: אוועקלייגן געלט פון די קינדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיינמאל אויפגעבן »

מאשלי האט געשריבן: מאנטאג מאי 29, 2023 1:55 pm

אלע סעיווינגס אקקאונטס פון סיי וועלכע באנק ריקן זיך לויט די מארקעט, איז לוינט זיך צו גיין מיט די וועלכע זענען געווענליך פון די העכערע.

פארדעם טאקע קען זיך לוינען א CD, צו לאקן די רעיט פאר א געוויסע צייט אפשניט, און מ'קען דאכט זיך אלעמאל ריקוועסטן ארויפצוריקן ד רעיט אויב די מארקעט איז ארויף געפארן (איך ווייס נישט אויב דאס איז עוועילעבעל ביי אלע בענק).

אחד הרבנים האט געשריבן: מאנטאג מאי 29, 2023 1:49 pm
מ׳קען בארגען געלט פון קינדער אין שטוב? איז עס נישט עפ״י הלכה ממילא דעם טאטענס?
עיין ש"ע סימן ק"ס סעיף ח'.

(כ'מיין ס'דא וואס האלטן אז ער איז קונה מתנות משהגיע לעונת הפעוטות.)
לעצט פארראכטן דורך להודות אום מאנטאג מאי 29, 2023 2:22 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
מאשלי
שר מאה
תגובות: 215
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 08, 2022 1:09 pm

Re: אוועקלייגן געלט פון די קינדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשלי »

קיינמאל אויפגעבן האט געשריבן: מאנטאג מאי 29, 2023 1:59 pm
מאשלי האט געשריבן: מאנטאג מאי 29, 2023 1:55 pm
להודות האט געשריבן: מאנטאג מאי 29, 2023 1:52 pm
מאשלי האט געשריבן: מאנטאג מאי 29, 2023 1:48 pm
אלע בענק קענען אבער מארגן טשענדשען זייער רעט
א. וועגן דעם ווילסטו דווקא נעמען דער וואס צאלט ווייניגער היינט?
ב. Ufb איז געווענליך העכער.
כ'זאג עס נאר אז מען זאל וויסן. געוויסע מענטשן וועלן מסכים זיין צו פארדינען ווייניגער אויף מער א סטאבילער ריטורן.
אלע סעיווינגס אקקאונטס פון סיי וועלכע באנק ריקן זיך לויט די מארקעט, איז לוינט זיך צו גיין מיט די וועלכע זענען געווענליך פון די העכערע.

פארדעם טאקע קען זיך לוינען א CD, צו לאקן די רעיט פאר א געוויסע צייט אפשניט, און מ'קען דאכט זיך אלעמאל ריקוועסטן ארויפצוריקן ד רעיט אויב די מארקעט איז ארויף געפארן (איך ווייס נישט אויב דאס איז עוועילעבעל ביי אלע בענק).
מסכים, אבער סעווינגס אקאונטס איז נישט די איינציגסטע סעוו אינוועסטמענט.
וואס פאלטעך ביי?!?
קיינמאל אויפגעבן
שר חמש מאות
תגובות: 745
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 27, 2020 12:46 pm

Re: אוועקלייגן געלט פון די קינדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיינמאל אויפגעבן »

מאשלי האט געשריבן: מאנטאג מאי 29, 2023 2:14 pm
קיינמאל אויפגעבן האט געשריבן: מאנטאג מאי 29, 2023 1:59 pm
מאשלי האט געשריבן: מאנטאג מאי 29, 2023 1:55 pm
להודות האט געשריבן: מאנטאג מאי 29, 2023 1:52 pm
מאשלי האט געשריבן: מאנטאג מאי 29, 2023 1:48 pm
אלע בענק קענען אבער מארגן טשענדשען זייער רעט
א. וועגן דעם ווילסטו דווקא נעמען דער וואס צאלט ווייניגער היינט?
ב. Ufb איז געווענליך העכער.
כ'זאג עס נאר אז מען זאל וויסן. געוויסע מענטשן וועלן מסכים זיין צו פארדינען ווייניגער אויף מער א סטאבילער ריטורן.
אלע סעיווינגס אקקאונטס פון סיי וועלכע באנק ריקן זיך לויט די מארקעט, איז לוינט זיך צו גיין מיט די וועלכע זענען געווענליך פון די העכערע.

פארדעם טאקע קען זיך לוינען א CD, צו לאקן די רעיט פאר א געוויסע צייט אפשניט, און מ'קען דאכט זיך אלעמאל ריקוועסטן ארויפצוריקן ד רעיט אויב די מארקעט איז ארויף געפארן (איך ווייס נישט אויב דאס איז עוועילעבעל ביי אלע בענק).
מסכים, אבער סעווינגס אקאונטס איז נישט די איינציגסטע סעוו אינוועסטמענט.
א סעיווינגס אקקאונט איז קיין אינוועסטמענט בכלל... דאס איז א ביטערן טעות וואס אסאך מאכן.

א סעיווינגס אקקאונט איז געמאכט פאר געלט וואס מען דארף האבן עקססעס צו, ווי העכער די ראטע, אלץ מער א באנוס.
אברך
שר האלף
תגובות: 1270
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 22, 2015 1:15 pm
לאקאציע:אויפן וועג ארויף

Re: אוועקלייגן געלט פון די קינדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אברך »

מאשלי האט געשריבן: מאנטאג מאי 29, 2023 1:08 pm
די s&p קען זיין א שטארקע געדאנק
דאס איז וואס א פיינענשל עדווייזער וועט מייעץ זיין ַ
אוועטאר
חברותה
שר חמש מאות
תגובות: 975
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 29, 2010 1:18 pm

Re: אוועקלייגן געלט פון די קינדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חברותה »

למעשה ווי איז די בעסטע אריינצולייגן די קינדערס געלט?
אויב S&P איז די בעסטע, וויאזוי לייג איך אריין געלט פאר יעדע קינד עקסטער?
אלץ קלוגער
שר האלף
תגובות: 1570
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 03, 2022 9:48 pm

Re: אוועקלייגן געלט פון די קינדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלץ קלוגער »

חוח בין השושנים האט געשריבן: מאנטאג מאי 29, 2023 1:05 pm
איך האלט אלע זייערע געלט פאר מיר. כ'נוץ עס ווי ס'איז מיינס.

אבער אלעס ווערט דאקומענטירט. יעדע דאלער וואס זיי געבן מיר איבער, ווערט פארצייכנט, און נאך זייער חתונה באקומען זיי עס בס"ד צוריק.

אויב ווילן זיי זיך אמאל עפעס קויפן פון זייער אייגענע געלט (ס'כמעט נישטא אזא זאך), באקומען זיי עס פון מיר און מ'רעכנט עס אראפ פונעם חשבון.

ווען א טאכטער ארויס פון סקול גייט ארבעטן, עפנט זי זיך אן אייגענע באנק קאנטע.
איך ווארט (נישט) נאך צוריקצובאקומען מיין בר מצוה געלט
אלץ קלוגער
שר האלף
תגובות: 1570
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 03, 2022 9:48 pm

Re: אוועקלייגן געלט פון די קינדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלץ קלוגער »

לכאורה פעהלט אויס היתר א עיסקא פאר אינטערעסט וואס א באנק צאלט אויב ס'איז אויפן טאטענס נאמען
אוועטאר
מתבונן
שר האלף
תגובות: 1043
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 04, 2011 12:54 pm
לאקאציע:פארמאכט אליינס אין א צימער און זיך מתבונן.

תגובה דורך מתבונן »

אלץ קלוגער האט געשריבן: זונטאג פעברואר 04, 2024 1:36 pm

ניין, דאס דארף נישט קיין היתר עיסקא, וויבאלד ווען די טאטע לייגט עס אוועק אויף זיין נאמען איז ער נישט א לוה פונעם קינד, נאר א שליח, וויבאלד ער איז נישט מקבל אחריות אויף דעם, דאס מיינט אז אויב די באנק גייט קראכן אדער סייוועלכע שאדן, גייט עס דער טאטע נישט דארפן צאלן פארן קינד. א הית"ע דארף מען נאר אויב דער וואס איז אויף זיין נאמען איז מקבל אחריות, למשל ווען מען נעמט א הויז אויף א צווייטענס נאמען דארף עס א הית"ע, וויבאלד דעמאלטס פארלאזט דיך די באנק אויף די אחריות פון דעם וואס מ'האט געניצט זיין נאמען, און ער האט א דין פון א לוה פון די באנק און א מלוה פארן ריכטיגן הויז אייגענטומער.
אויב טרעפט איר זיך שפירן פארקריפעלט יעדע שני וחמישי צייט מיט כראנישע ווייטאגן (רוקן ווייטאג, מאגן פראבלעמען, ענקזייעטי וכדו') און שוין באזיכט ביי אלע דאקטוירים אן קיין רעזולטאטן, דאן באשטעלט אייער אפוינטמענט צו קענען שפירן ווייטאג-פריי. [email protected]

מתבונן האט געשריבן: זונטאג פעברואר 04, 2024 1:55 pm

מאכט סענס. עכ"פ עס דארף א שאלת חכם. איז דאס א פסק פון א דעת תורה?

אלץ קלוגער האט געשריבן: זונטאג פעברואר 04, 2024 2:06 pm

איך האב בס"ד היתר הוראה אויף רבית, אזוי איז מבואר אין שו"ע יו"ד סי' קס"ח סט"ז און דאס איז די פסק פון די גדולי הרבנים בעניני רבית.
אויב טרעפט איר זיך שפירן פארקריפעלט יעדע שני וחמישי צייט מיט כראנישע ווייטאגן (רוקן ווייטאג, מאגן פראבלעמען, ענקזייעטי וכדו') און שוין באזיכט ביי אלע דאקטוירים אן קיין רעזולטאטן, דאן באשטעלט אייער אפוינטמענט צו קענען שפירן ווייטאג-פריי. [email protected]
מרגליות
שר מאה
תגובות: 111
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג סעפטעמבער 28, 2014 9:17 pm

Re: אוועקלייגן געלט פון די קינדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מרגליות »

למעשה, איך וויל אויך אריינלייגן יעדע וואך א קליינע סכום פאר מיינע קינדער.
ווי עפען איך אן אקקאונט? וועלכע בראוקער איז די בעסטע אויפצוסעטן אן אקקאונט מיט אן אטאמאטישע סכום אריינצוגיין יעדע וואך.
וועלכע S&P איז די בעסטע? וועלכע קאוד?
ירוחם פישל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 260
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 16, 2023 3:17 pm
פארבינד זיך:

Re: אוועקלייגן געלט פון די קינדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ירוחם פישל »

ווען ס'פאלט ארויס א ציין שרייב איך אויף אז איך בין שולדיג א קוואדער און ווען ס'וואקסט די נייע מעק איך עס אויס
ווייל אזוי האט מיין קינדערגארטן רבי געזאגט!

אפריון נמטיה
אוועטאר
יודיש בלעטל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 293
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 12, 2020 7:01 pm

Re: אוועקלייגן געלט פון די קינדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יודיש בלעטל »

קיינמאל אויפגעבן האט געשריבן: מאנטאג מאי 29, 2023 12:32 pm
א געווענליכע קינד באקומט געלט חנוכה פורים און אנדערע זמנים, ווי איז די בעסטע פלאץ אוועקצולייגן דאס געלט פאר זיי?

איז אן אנליין סעיווינגס אקקאונט מיט הויכע רעיטס (א שטייגער ווי Ally, SoFi, Capital One) א גוטע געדאנק? אדער גאר א CD אקקאונט?

האו עבאוט אן אנליין אינוועסטינג אקקאונט?

איז ראטזאם עס צו לייגן אויף די אייגענע נאמען אדער אויף די קינדערס? נפקא מינה לכאורה פאר פיילן טעקסעס.

דער עולם איז מכובד ארייצוקומען מיט די אייגענע ידיעות און עקספיריענס.

יישר כח.
בעסטע איז מאכן א אקאונט פארן קינד, מען קען קויפן סטאקס אזוי ווי S&P און מען לאזט עס ליגן, און אז מען וויל נישט צאלן טעקסעס, פארקויפט מען פאר א יאר די סטאקס און מען קויפט עס גלייך צוריק, איז אויב מען האט פארדינט ווייניגער ווי טויזנט דאלער משך'ן יאר, דארף מען נישט צאלן טעקס.
מען קען אויך אזוי טוהן מיט אייגענע געלט וואס מען לייגט אריין אויפן קינדס נאמען.
שרייב תגובה

צוריק צו “פינאנץ”