אוועקלייגן געלט פון די קינדער

פינאנציעלע הילף און בודזשעטינג

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

בר דעת
שר האלף
תגובות: 1441
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 25, 2011 1:00 pm

Re: אוועקלייגן געלט פון די קינדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בר דעת »

ירוחם פישל האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 14, 2024 3:31 pm
ווען ס'פאלט ארויס א ציין שרייב איך אויף אז איך בין שולדיג א קוואדער און ווען ס'וואקסט די נייע מעק איך עס אויס
איך מיין אז פאר די סערוויס קענסטו רואיג רעכענען א מאני מענדזשמענט פי פון דיינע קינדער. אז דו האסט למשל 10 קינדער האסטו איבער 300 ציינער / קוואדערס וואס די באהאנדעלסט. קענסט רעכענען א גוטע 5-10 פראצענט יערליך, די רווחים קענען זיין זייער שיין. מיט די צייט קענסטו פארברייטערן די ביזנעס און מענעדזשען די ציינער פון די קינדער פון דיינע קרובים וידידים, האסטו שוין א פארטיגע פרנסה.
אוועטאר
מאשלי
שר מאה
תגובות: 214
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 08, 2022 1:09 pm

Re: אוועקלייגן געלט פון די קינדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשלי »

מרגליות האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 14, 2024 3:29 pm
למעשה, איך וויל אויך אריינלייגן יעדע וואך א קליינע סכום פאר מיינע קינדער.
ווי עפען איך אן אקקאונט? וועלכע בראוקער איז די בעסטע אויפצוסעטן אן אקקאונט מיט אן אטאמאטישע סכום אריינצוגיין יעדע וואך.
וועלכע S&P איז די בעסטע? וועלכע קאוד?
עפן אן אקאונט אוף ראבינהאד, און זיך אויף די טיקער סימבאל SPY, זיי האבן אן אפשען פון ריקארינג אינוועסטמענט.

אדער עפן פאר יעדע קינד עקסטער, אדער מאך א וואשמאשין און איין אקאונט אקארדינג וויפיל קינדער די האסט.

הצלחה רבה
וואס פאלטעך ביי?!?
אוועטאר
מאשלי
שר מאה
תגובות: 214
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 08, 2022 1:09 pm

Re: אוועקלייגן געלט פון די קינדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשלי »

יודיש בלעטל האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 14, 2024 5:14 pm
קיינמאל אויפגעבן האט געשריבן: מאנטאג מאי 29, 2023 12:32 pm
א געווענליכע קינד באקומט געלט חנוכה פורים און אנדערע זמנים, ווי איז די בעסטע פלאץ אוועקצולייגן דאס געלט פאר זיי?

איז אן אנליין סעיווינגס אקקאונט מיט הויכע רעיטס (א שטייגער ווי Ally, SoFi, Capital One) א גוטע געדאנק? אדער גאר א CD אקקאונט?

האו עבאוט אן אנליין אינוועסטינג אקקאונט?

איז ראטזאם עס צו לייגן אויף די אייגענע נאמען אדער אויף די קינדערס? נפקא מינה לכאורה פאר פיילן טעקסעס.

דער עולם איז מכובד ארייצוקומען מיט די אייגענע ידיעות און עקספיריענס.

יישר כח.
בעסטע איז מאכן א אקאונט פארן קינד, מען קען קויפן סטאקס אזוי ווי S&P און מען לאזט עס ליגן, און אז מען וויל נישט צאלן טעקסעס, פארקויפט מען פאר א יאר די סטאקס און מען קויפט עס גלייך צוריק, איז אויב מען האט פארדינט ווייניגער ווי טויזנט דאלער משך'ן יאר, דארף מען נישט צאלן טעקס.
מען קען אויך אזוי טוהן מיט אייגענע געלט וואס מען לייגט אריין אויפן קינדס נאמען.
ווילאנג די פארקופסט נישט דיין סטאק דארפסטו "נישט" צאלן קיין טעקס, אחוץ אויף די דיוועדענס וואס די מאכסט.

די מעלה פון פארקויפן סוף יאר און צוריק קויפן אנהייב יאר איז נאר שארט טערם, אויב איינער זיכט לאססעס אויף יענע יאר, אבער ס'בכלל נישט קיין מעלה אופן לאנגען טערמין.


אגב, וועגן נישט צאלן טעקס אויף ווייניגער ווי טויזענט איז לכאורה נישט אמת, איעדער זאל פרעגן זיין לאלען אקאונטענט.
וואס פאלטעך ביי?!?
שרייב תגובה

צוריק צו “פינאנץ”