אש ה'מהפיכה!!

אחראי: אחראי

אוועטאר
באשיינפערליך
שר חמשת אלפים
תגובות: 5075
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 27, 2022 2:38 pm
לאקאציע:וואו דו ווילסט נאר...

אש ה'מהפיכה!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באשיינפערליך »

איך שטוין מיט וואונדער מיט א מויל א אפענע,
איך קוק אויס ווי א בליץ באטראפענע.
איך קוק און קוק און גלייב נישט וואס מיינע אויגן זעהן,
ווער האט אמאל געגלייבט אז אזא זאך וועט טאקע געשעהן.

לאמיר מישן דעם זייגער מיט אפאר וואכן צוריק,
וויזוי די גאנצע זאך האט זיך אנגעהויבן לאמיר כאפן א בליק.

וויכי קומט אריין מיט א תגובה 'רעוואלוציע' גאר אומקלאר,
און דער עולם פראבירט צו כאפן וואס דא גייט פאר,
נאך אפאר טעג ווערט מען געוואויר,
אז סקומט טאקע א 'מהפיכה' ביז גאר.
פאר קינדערלאזע פארפעלקער גייט מען אויפטרייבן געלט,
און פאר יעדע צוואנציג אלפים קומט א אפדעיט דא אויף אייוועלט.
דר'עולם איז אריינגעקומען גאר ווארעם מיט צוזאגונגען,
און די נומערן האבן געטוהן שפרינגען.
אויף די מינוט וואס די קאמפיין גייט לייוו איז יעדער געווען גרייט,
און טאקע ווען ס'איז אנגעקומען די צייט.
כלל ישראל האט געלטער אנגעהויבן גיסן,
ממש ווי א ענדלאזע קוואל וואס הערט נישט אויס פליסן.
הונדערטער עסקנים האבן שווערע כוחות געטוהן אריינלייגן,
אלעס נאר צו זעהן די נומערן שטייגן.
און כלל ישראל האט טאקע נישט אנטוישט,
די הויפטקווארטירן האבן העפטיג גערוישט.

איי ווי שיין איז געווען צו זעהן די מחזה הוד,
די סענעטארן האבן זיך געוואונדערט וואס איז די סוד.
צו זעהן וויאזוי הונדערטער אידן האבן אויסגעוועלט,
אנשטאט צו פארברענגען א זונטאג-צו שאפן געלט.
פאר מענטשן וואס זיי טוהען אפילו נישט קענען,
אבער זייער אידיש הארץ האט געטוהן ברענען.
דאס בילד וויאזוי צענדליגער עסקנים ארבעטן שווערע שעות אן דעם וואס איינער זאל צאלן,
איז עפעס וואס די בעסטע מעלער קען נישט אראפ מאלן.
עס לאזט זיך גלייבן אז די פמליא של מעלה האט זיך צוזאמגענומען,
און דאס צוצוקוקן זענען זיי אראפגעקומען.
דער אויבערשטער האט געזאגט חזי בני חביבי,
וועלכע נאך פאלק טוט אזעלכע חסד ווי זיי.
מהאט טאקע געריטשט דעם גאול נאך פאר די צייט,
און דאן האבן אידן רחמנים צוגעלייגט נאך א מיליאן צו די זייט.




יעצט קומען אונז מיט א בקשה צו דיר @וויכטיג מאכער
מיר ווייסן אז די ארבעטסט גאר שווער,
אבער מיר קענען נישט אויסהאלטן מער,
דעם פרישע אפדעיט ביטע געב אהער!!



(אויב האט איר הנאה געהאט ביטע דרוקט דעם👍קנעפל!)
פופצן פראצענט פון דער באפעלקערונג נעמען פילן, דאס מיינט אז 85 פראצענט דרייען זיך ארום אומבאהאנדלט…

תולה ארץ האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 08, 2024 9:17 pm
הרואה אשכול בקלקולו מברך ברוך משנה הבריות. (אייוועלט יג.)
אוועטאר
טינט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 491
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 06, 2018 10:45 pm

Re: אש ה'מהפיכה!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טינט »

הו הא!

א כראנאלאגישער איבערזיכט איז גאנץ שווער מסדר צו זיין אויך גראמען, און ס'זאל נישט זיין בארינג!

נייס דזשאב!!!!

אבער הע, בלייב נישט דא, קום אריין צו אונז אין פאעיזיע ווינקל מער אפטער, אז דו האסט יא די טאלאנט אין די האנט, ברענג אונז נאך אזוינע.

איי וועלט קען נוצן נאך עטליכע גראמען שרייבער!
לעצט פארראכטן דורך טינט אום דינסטאג מאי 30, 2023 3:30 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אין מיין וועלט, בין איך קעניג!
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32672
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע:צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

Re: אש ה'מהפיכה!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

אזא בקשה קענעך נישט צוריקווייזן...

הערליכע ארבייט! ווען איך ווייס ווען פארדעם וואלטעך דיך געהייערט פארן קאמפיין...
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
את פתח לו
שר עשרת אלפים
תגובות: 18623
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 07, 2021 8:42 pm

Re: אש ה'מהפיכה!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך את פתח לו »

וויכטיג מאכער האט געשריבן: דינסטאג מאי 30, 2023 3:28 pm
אזא בקשה קענעך נישט צוריקווייזן...
אנא מלך רחום וחנון, התמלא רחמים על כל אחינו בית ישראל, ובפרט על יושבי ארץ ישראל.

@חברונער האט געשריבן:
באדייט פון דאס ווארט 'ציווילע' ביי די אראבער: ''אומציוויליזירטע מענטשן, מיט ציווילע קליידונג, און ריזיגע גאנס''
אוועטאר
אן אייניקל
שר האלף
תגובות: 1663
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 26, 2022 9:28 am
לאקאציע:ביי זיידי'ן אינדערהיים

Re: אש ה'מהפיכה!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אן אייניקל »

וויכטיג מאכער האט געשריבן: דינסטאג מאי 30, 2023 3:28 pm
אזא בקשה קענעך נישט צוריקווייזן...
מלך באווייז
מיין טאגליכע האט געשריבן: מיטוואך מאי 22, 2024 10:12 pm
ער האט מיך איינגעבאבילט שטיתים און אויףגעבאבילט שטיתים וואס האט געדוירט 26:35 סקאונדער'ס.
אוועטאר
באשיינפערליך
שר חמשת אלפים
תגובות: 5075
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 27, 2022 2:38 pm
לאקאציע:וואו דו ווילסט נאר...

Re: אש ה'מהפיכה!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באשיינפערליך »

טינט האט געשריבן: דינסטאג מאי 30, 2023 3:25 pm
הו הא!

א כראנאלאגישער איבערזיכט איז גאנץ שווער מסדר צו זיין אויך גראמען, און ס'זאל נישט זיין בארינג!

נייס דזשאב!!!!

אבער הע, בלייב נישט דא, קום אריין צו אונז אין פאעיזיע ווינקל מער אפטער, אז דו האסט יא די טאלאנט אין די האנט, ברענג אונז נאך אזוינע.

איי וועלט קען נוצן נאך עטליכע גראמען שרייבער!

הו הא הרב טינט איז אריינגעקומען,
א שמחה האט מיר באנומען.
א קאמפלימענט פון דיר מיינט גאר אסאך,
ווייל ווער נאך פארשטייט אזוי גוט צו די זאך,
ווי איינער וואס דאס איז זיין פאך!



וויכטיג מאכער האט געשריבן: דינסטאג מאי 30, 2023 3:28 pm
אזא בקשה קענעך נישט צוריקווייזן...

הערליכע ארבייט! ווען איך ווייס ווען פארדעם וואלטעך דיך געהייערט פארן קאמפיין...

שקויעך פארן אריינקומען מיין געבעט צו באגריסן,
עס איז מיר א גרויסע זכיה אז די טוסט מיר ציטירן,
ביטע טוה נישט מיינע גראמען אוועק שיסן,
ווילאנג די רעדער זענען נאך הייס לאמיר עס שמירן,
אין אונזער באגער טוה זיך נישט פארמיאוסן,
איך וויל נישט ברויכן נאכאמאל פארפירן,
אפילו עס איז נאכנישט גרייט דאך עפעס סודות פון חדר טוה פאר אונז אויס גיסן,
פון דערציילן וואס עס קומט האסטו נישט וואס צו פארלירן,
די סודות'פולע אטמאספערע פליז נעם אוועק און עפעס רמזים מאך ארויס פליסן,
איך וויל דיר נישט משוגע מאכן אבער איך גיי מיר נישט אוועקרירן,
פאר די גייסט אונז זאגן ווען מיר וועלן פונעם אפדעיט קענען געניסן!!!



אמר"ש די קענסט קיינמאל נישט וויסן וויפיל טאלאנטפולע אידן עס דרייען זיך דא אויפן וועלט,
אבער נישט יעדער איז גוט אויפצוטרייבן געלט......
עם כל זה ייש"כ פאר דיינע רייד,
איך האב עס אויפגענומען מיט פרייד!
פופצן פראצענט פון דער באפעלקערונג נעמען פילן, דאס מיינט אז 85 פראצענט דרייען זיך ארום אומבאהאנדלט…

תולה ארץ האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 08, 2024 9:17 pm
הרואה אשכול בקלקולו מברך ברוך משנה הבריות. (אייוועלט יג.)
שרייב תגובה

צוריק צו “רעוואלוציע”