א פראסק אין פנים.

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
בוטשער
שר האלף
תגובות: 1005
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 16, 2023 2:48 pm

א פראסק אין פנים.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוטשער »

ס'ווערט געברענגט און די גמרא מסכת גיטין א אינטרעסאנטע מעשה.
ההוא מקרי דדרדקי, ס'איז געווען אמאל א מלמד, אדריה רב אחא דקא פשע בינוקי, וואס רב אחא האט אים משלח געווען פון פאסטן וויבאלד ער פלעגט שלאגן די קינדער יותר מדאי, אבער נאך מער שרייבט רש''י און מסכת בכורות: מלקה אותם ומתים, ער האט זיי געשלאגן ביזן טויט! הערסט, א רבי וואס פלעגט אזאנס ארייהאקן, אבער רבינא האט אים צוריקגעשטעלט, ווייל ס'איז נישט געווען נאך אזא גוטע מלמד. אזוי האבן די הייליגע אמוראים אנגעקוקט די נושא,

יעצט לאמיר נאר כאפן א בליק אויף מלמדים בזמננו. זאל זיך א מלמד נאר דערוואגן צו אויפהייבן א האנט אויף א קינד, אך און וויי... נישט פאר'ן קינד, פאר'ן מלמד. און איך רעד נישט דא פון א נערוועזע מלמנד וואס שלאגט יותר מדאי, אדער איינער וואס שלאגט כסדר, איך באצוה מיך דא צו א ערליכע מלמד, א ירא שמים, וואס דארף אמאל ניצן די הענט אויף צו מחנך זיין. די גאנצע נאכט קען ער זיין פארנימען אויפן טעלעפאון צו מסביר זיין און ערקלערן פאר די מאמע טאטע משגיח און מנהל, פארוואס ס'האט טאקע אויסגעפעלט צו געבן די פעטש'ל.
די קינדער היינט צוטאגס זענען אסאך מער עזות'דיג ווי קינדער צען יאר צוריק, און אויב די מלמד האט נישט קיין מיטלען צו אנשרעקן די ווילדע תלמידים וויאזוי ברויך ער צו האלטן קאנטראל אויף א גאנצע כיתה? איך זאג נישט דא אז מען ברויך אריינהאקן אויף די קינדער מיט אכזריות. אבער צו האבן די סטראשע איז וויכטיג.

ס'איז זיכער אז אין די פארגאנגענהייט איז געווען פראבלעמען מיט ברוטאלע און נערוון קראנקע מלמדים וועלעכע פלעגן ברוטאליזירן איבער אימשילדיגע קינדער על לא עול בכפם, איך אליין האב געהערט פון איינעם כלי ראשון וואס זיין מלמד האט אים אנגעקלאפט די ביינער מיט מערדעליכע קלעפ פאר'ן בלויזן חטא פון נישט וויסן ווי מען האלט, זיין פנים איז אים געווען געשוואלן פאר וואכן לאנג נאך דעם אינצידענט, דער מעשה האט נישט פארסירט דרייסיג יאר צוריק ס'איז א מעשה פון קוים עטליכע יאר צוריק ווען די חינוך איז שוין געווען אזויגעריפן 'פארגעשריטן'. און צוליב דעם און ענדליכס האט מען אפגעשטעלט די גאנצע באגריף פון שלאגן. אבער איז דאס די ריכטיגע ענפער???

אונז ווייסן אז ווען ס'קומט צו חינוך גייט מען מיט מסורה, קיינער קען נישט קומען מיט א אייגענע געדאנק און ארומדרייען די יוצרות, (פארשטייט זיך מיט די אויסנאם פון גדולי הדור) אונז פארמאגן א אויסגעטרויטענע וועג וואס קומט שוין פון אונזער טאטע'ס און זיידע'ס אויף וויאזוי זיך צו פירן. און אויב מען קוקט צוריק אויף די פריעדיגע דורות זעהט מען אז די דרך איז געווען צו ניצן די פויסט, (און רעד נישט יעצט פון די דור נאך די קריג, ביי זיי איז געווען א אנדערע סיטואציע. ) פארשטייטס זיך אז סתם שלאגן און די וועלט אריין איז נאר מרחק און ברענגט נישט קיין שום ניצן. אבער ארויפשטעלן א גענצליכע פארבאט ?
די גמרא שרייבט דאך אז מכה טובה זהו מכת הרב להתלמיד, פארשטייט זיך ס'דארף זיין אויסגערעכנט און מיט א חשבון, אבער ס'איז קלאר אז ס'פעלט זיך אויס...

און ווען א מלמד ירא שמים שלאגט א תלמוד ברענגט עס געווענדליך די געוואינטשענע רעזולטאטן, ווייל די קינד קען שפירן פון וועלעכ פלאץ די פעטש קומט, און ווען ער שפירט אז עס קומט פון א אויסגעהאלטענע מקור גייט ער עס אנעמען, און ס'גייט אים נאר מאכן בעסער און שטערקער. אפי' פון א גוי'שע קוק ווינקל ווייסט מען אז כדאי צו וואקסן דארף מען כאפן קליינע פעטש. איינער וואס האט קיינמאל נישט געכאפט איז נישט קיין געבויטע מענטש, די קליינע ציפ לערנט די מענטש זיך צו ספראווענען מיט פראבלעמען און שוועריקייטן.

א זייטיגע נקודה, די אלע עלטערן וואס ווערן אינגאנצן היסטעריש ווען מען שטראפט זייער קינד זאלן קודם טראכטן צו זיך אויב זיי שלאגן קיינמאל נישט זייער קינד, און אויב יעדער מאל זיי שטראפן די קינד קומט עס נאר פון חינוך און ס'איז נישט אריינגעמישט כעס\ טראומע\ ענקזייעטי, וכדו' ווייל עפשר ווען זיי וועלן וויסן אז שטראפן א קינד איז נישט קיין שלעכטע זאך פאר'ן קינד, און ס'איז נישט עפעס וואס קומט פון כעס (אזווי ס'איז די פאל ביי זיי) וועלן זיי עס קענען גרינגער ארופשלינגען...

מוסדות מיטשענען זיך מיטן טרעפן גוטע מלמדים, אפשר אויב מען וועט דאס טוישן, דהיינו אז מען וועט געבן די נויטיגע שיצונג פאר'ן מלמד וועט עס זיין גרינגער. ווייל ווען א מלמד וועט וויסן אז מען האט טראסט אין אים, און ער האט די מאכט צו האלטן ארדענונג ואין כיתה ועט עס אים זיין אסאך גרינגער צו נעמען אזא דשאב. און ער וועט האבן מער צייט זיך צו אפגעבן מיט די לימודים, און נישט זיין פארנימען א גאנצע טאג מיט'ן האלטן קאנטראל איבער די פרייע פויגל. אנדערש איז אבער טאמער די מלמד שפירט אז זיין האנט איז אים געבינדען און ער פארמאגט נישט די נויטיגע כלים צו האלטן קאנטראל, וויאזוי דארף ער צו קענען פירן א כיתה?

איז שוין נישט קיין ווינדער אז זייער אסאך אומפעיגע אינגערלייט באקומען די פאסטן, ווייל ס'איז נישט דא עפעס בעסער'ס, די טויגליכע חברה זיכן זיך נישט צו פארשמירן די האנט מיט אזא סענסעטיווע דשאב. פארשטייט זיך, ווער וויל דען ארבעטן און די שווערסטע און קאמפליצירסטע אינדוסטריה און באקומען באצאלט נאר שלעכטס און קריטיק?. און נאכדעם שרייט מען אז 'זעהסט מען טאר טאקע נישט צולאזן די מלמדים זאלן שלאגן'... אוודאי טאר מען נישט, ווייל א שוואכע מלמד וואס שלאגט פון פארלוירנקייט איז טאקע א בראך, אבער לאז נאר צו די געלערנטע און ערליכע מלמדים טוהן זייער ארבעט, והכל על מקומו יבא בשלום...
לעצט פארראכטן דורך בוטשער אום מאנטאג יוני 05, 2023 9:57 pm, פארראכטן געווארן 3 מאל.
( viewtopic.php?p=4709454#p4709454 ) שמעו ותחי נפשכם...
אוועטאר
עפעס א ניק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 310
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 30, 2022 6:34 pm

Re: פעטש? אדער נישט...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עפעס א ניק »

חוֹשֵׂךְ שִׁבְטוֹ שׂוֹנֵא בְּנוֹ.
אבער במדה משקל ומשורה.
וויפיל? קוקט אין אייער רעסעפי ביכל, הכל לפי המבייש והמתבייש.
אוועטאר
עפעס א ניק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 310
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 30, 2022 6:34 pm

Re: פעטש? אדער נישט...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עפעס א ניק »

פאר די טעמע.
אוועטאר
בוטשער
שר האלף
תגובות: 1005
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 16, 2023 2:48 pm

Re: פעטש? אדער נישט...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוטשער »

איך האב געטראכט צו עפענען א נייער ניק פאר דער נושא, מען זאל עס נישט נעמען פאר וויץ. קענסט זיך טענה'ן אבער קוק נישט אוי]פן אוטער...
( viewtopic.php?p=4709454#p4709454 ) שמעו ותחי נפשכם...
אוועטאר
בוטשער
שר האלף
תגובות: 1005
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 16, 2023 2:48 pm

Re: פעטש? אדער נישט...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוטשער »

עפעס א ניק האט געשריבן: מאנטאג יוני 05, 2023 5:14 pm
פאר די טעמע.
איך האב נישט געשריבן א מאס... איך בין אינגאנצן מסכים מיט דיר אז עס דארף זיין מיט א חשבון\ אבער די באגריף 'פעטש'. איז א וויכטיגער
( viewtopic.php?p=4709454#p4709454 ) שמעו ותחי נפשכם...
אוועטאר
עפעס א ניק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 310
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 30, 2022 6:34 pm

Re: פעטש? אדער נישט...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עפעס א ניק »

בוטשער האט געשריבן: מאנטאג יוני 05, 2023 5:14 pm
איך האב געטראכט צו עפענען א נייער ניק פאר דער נושא, מען זאל עס נישט נעמען פאר וויץ. קענסט זיך טענה'ן אבער קוק נישט אוי]פן אוטער...
פארוואס נישט נוצן דיין אלטע?
לאנטש טיים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4740
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 02, 2022 1:46 pm

Re: פעטש? אדער נישט...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאנטש טיים »

בוטשער האט געשריבן: מאנטאג יוני 05, 2023 5:01 pm

מוסדות מיטשענען זיך מיטן טרעפן גוטע מלמדים, אפשר אויב מען וועט דאס טוישן, דהיינו אז מען וועט געבן די נויטיגע שיצונג פאר'ן מלמד וועט עס זיין גרינגער.
פארדעם אליינס טאר מען ח"ו נישט לאזן די מלמדים שלאגן. אך און וויי ווען די אלע וואס זיכן צו שלאגן וועלן ווערן מלמדים, ווי להבדיל תפיסה וועכטער (ווי עס פלעגט טאקע זיין)
אוועטאר
בוטשער
שר האלף
תגובות: 1005
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 16, 2023 2:48 pm

Re: פעטש? אדער נישט...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוטשער »

עפעס א ניק האט געשריבן: מאנטאג יוני 05, 2023 5:16 pm
בוטשער האט געשריבן: מאנטאג יוני 05, 2023 5:14 pm
איך האב געטראכט צו עפענען א נייער ניק פאר דער נושא, מען זאל עס נישט נעמען פאר וויץ. קענסט זיך טענה'ן אבער קוק נישט אוי]פן אוטער...
פארוואס נישט נוצן דיין אלטע?
ווייל ס'איז נישט געראטן צו נעמען חינוך עדווייס פון א אנגעפאשעטער קוה...
( viewtopic.php?p=4709454#p4709454 ) שמעו ותחי נפשכם...
אוועטאר
אורח הכבוד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4472
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 27, 2016 10:21 am
לאקאציע:פרוזדור (עולם הזה)

Re: פעטש? אדער נישט...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אורח הכבוד »

איך ווייס נישט ווי די שיקסט דיינע קינדער, אבער ביינונז שלאגט מען נאך געהעריג ב''ה ווען ס'פעלט זיך אויס, כן יעזור ה' להלאה עד ביאת הגואל בקרוב
שטייט (זוה''ק שמות)אַּז די בריונים פון אידן וועלן גיין מיט גוג ומגוג'ן אינאיינעם, לוחם זיין מיט'ן מלך המשיח,
דאָס איז דעס מיליטער! די זענען אויסגעשולט געוואָרן, די וועלן גיין קעגן מלך המשיח לוחם זיין!


רביה''ק זי''ע נשא תשכ"ז
אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר ששת אלפים
תגובות: 6575
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm

Re: פעטש? אדער נישט...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל אויערבאך »

איך בין מסכים 100%.
איך זאג אייביג אז די מיטל וועג איז די ריכטיגסטע.
מען דארף שלאגן נארמאל, אביסל, נישט מתוך כעס.
אפילו גויים האלטן אזוי, און עס איז לעגאל.
אוועטאר
בוטשער
שר האלף
תגובות: 1005
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 16, 2023 2:48 pm

Re: פעטש? אדער נישט...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוטשער »

אורח הכבוד האט געשריבן: מאנטאג יוני 05, 2023 5:19 pm
איך ווייס נישט ווי די שיקסט דיינע קינדער, אבער ביינונז שלאגט מען נאך געהעריג ב''ה ווען ס'פעלט זיך אויס, כן יעזור ה' להלאה עד ביאת הגואל בקרוב
שרייב נאר נישט ארויס דו נאמען פון דיין מוסד אין פאבליק...
( viewtopic.php?p=4709454#p4709454 ) שמעו ותחי נפשכם...
דער מענעדזשער
שר חמש מאות
תגובות: 826
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 31, 2022 1:48 pm
לאקאציע:ביים רעדל (תרתי משמע)

Re: פעטש? אדער נישט...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער מענעדזשער »

דעם כיתה ט' מלמד האט געגעבן היבש פעטש, אבער ער האט ליב געהאט דעם תלמיד, און אז ער האט געגעבן איז זיך עס געקומען, און אלע זיינע תלמידים געדענקן אים לטובה (א זעלטנהייט פון א מלמד וואס איך געדענק נישט א תלמיד וואס האט אויף אים א שווער הארץ)

מלמד פלוני, האב איך געהערט האט טאקע נישט געגעבן קיין פעטש - אבער ער האט נישט געמאכט שפירן דעם תלמיד אזוי חשוב - מילד גערעדט.

איך גיי נישט דורכגיין אלע מיינע מלמדים און ראשי ישיבה - אבער דער תלמיד שפירט ווען עס קומט זיך אים און פון וואו עס קומט
צו עס קומט מתוך כעס אדער שנאה, צו עס קומט מתוך ליבשאפט און אז ער האט געכאפט פארשטייט ער אז עס קומט זיך אים, און נעקסט קעיס.
אויב דארפט איר אויפטרעטן אויף שבע ברכות און איר דארפט סחורה, קוקט אייך פאר אין מילתא דבדיחותא אשכול.
אדער שיקט אן אישי, און די סטעף פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן ארויסצוהעלפן ווי ווייט שייך
אוועטאר
בוטשער
שר האלף
תגובות: 1005
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 16, 2023 2:48 pm

Re: פעטש? אדער נישט...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוטשער »

דניאל אויערבאך האט געשריבן: מאנטאג יוני 05, 2023 5:19 pm
איך בין מסכים 100%.
איך זאג אייביג אז די מיטל וועג איז די ריכטיגסטע.
מען דארף שלאגן נארמאל, אביסל, נישט מתוך כעס.
אפילו גויים האלטן אזוי, און עס איז לעגאל.
לעגאל???
( viewtopic.php?p=4709454#p4709454 ) שמעו ותחי נפשכם...
אוועטאר
חידוש נפלא
שר שבעת אלפים
תגובות: 7242
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יאנואר 22, 2009 10:03 pm

Re: פעטש? אדער נישט...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חידוש נפלא »

בוטשער האט געשריבן: מאנטאג יוני 05, 2023 5:30 pm
דניאל אויערבאך האט געשריבן: מאנטאג יוני 05, 2023 5:19 pm
איך בין מסכים 100%.
איך זאג אייביג אז די מיטל וועג איז די ריכטיגסטע.
מען דארף שלאגן נארמאל, אביסל, נישט מתוך כעס.
אפילו גויים האלטן אזוי, און עס איז לעגאל.
לעגאל???
As of 2023, corporal punishment is still legal in private schools in every U.S. state except New Jersey and Iowa, legal in public schools in 17 states, and practiced in 14 of the states
אוועטאר
ביני לבין עצמי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 291
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 01, 2022 6:30 am
לאקאציע:סטאק צווישן מיין מח און מיין הארץ

Re: פעטש? אדער נישט...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביני לבין עצמי »

בוטשער האט געשריבן: מאנטאג יוני 05, 2023 5:18 pm
עפעס א ניק האט געשריבן: מאנטאג יוני 05, 2023 5:16 pm
בוטשער האט געשריבן: מאנטאג יוני 05, 2023 5:14 pm
איך האב געטראכט צו עפענען א נייער ניק פאר דער נושא, מען זאל עס נישט נעמען פאר וויץ. קענסט זיך טענה'ן אבער קוק נישט אוי]פן אוטער...
פארוואס נישט נוצן דיין אלטע?
ווייל ס'איז נישט געראטן צו נעמען חינוך עדווייס פון א אנגעפאשעטער קוה...
אי נמי ווייל פאר א בוטשער איז פעטש אן אנדערסטעיטמענט... ער בוטשערט אריין אין רויע פלייש...
שוין. צוריק צום נושא.
אם אין אני לי מי לי וכשאני @ביני ל בין עצמי מה אני
אוועטאר
גראז
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4462
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 24, 2023 10:52 am

Re: פעטש? אדער נישט...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראז »

צ"ק: פעטש אדער נישט?

ווענדט זיך ווי שטארק דו אליין האסט עס ליב.
וואס דו טוסט זאל נישט דעפינירן ווער דו ביסט, ווער דו ביסט זאל דעפינירן וואס דו טוסט

(וויוועק ראמאסוואמי)
אוועטאר
בוטשער
שר האלף
תגובות: 1005
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 16, 2023 2:48 pm

Re: פעטש? אדער נישט...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוטשער »

ביני לבין עצמי האט געשריבן: מאנטאג יוני 05, 2023 5:52 pm
בוטשער האט געשריבן: מאנטאג יוני 05, 2023 5:18 pm
עפעס א ניק האט געשריבן: מאנטאג יוני 05, 2023 5:16 pm
בוטשער האט געשריבן: מאנטאג יוני 05, 2023 5:14 pm
איך האב געטראכט צו עפענען א נייער ניק פאר דער נושא, מען זאל עס נישט נעמען פאר וויץ. קענסט זיך טענה'ן אבער קוק נישט אוי]פן אוטער...
פארוואס נישט נוצן דיין אלטע?
ווייל ס'איז נישט געראטן צו נעמען חינוך עדווייס פון א אנגעפאשעטער קוה...
אי נמי ווייל פאר א בוטשער איז פעטש אן אנדערסטעיטמענט... ער בוטשערט אריין אין רויע פלייש...
שוין. צוריק צום נושא.
( viewtopic.php?p=4709454#p4709454 ) שמעו ותחי נפשכם...
אוועטאר
גראדע שכל
שר האלף
תגובות: 1662
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 12, 2022 2:26 pm

Re: א פראסק אין פנים.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראדע שכל »

זייער זייער אן ערענסטן נושא דאס...
מען דארף שוקל זיין זייער שטארק איבער דעם נושא...
שכל הישר איז א טייערע ארטיקל...
אוועטאר
פישל גרין
שר חמש מאות
תגובות: 908
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 18, 2022 8:52 pm

Re: פעטש? אדער נישט...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פישל גרין »

חידוש נפלא האט געשריבן: מאנטאג יוני 05, 2023 5:36 pm
בוטשער האט געשריבן: מאנטאג יוני 05, 2023 5:30 pm
דניאל אויערבאך האט געשריבן: מאנטאג יוני 05, 2023 5:19 pm
איך בין מסכים 100%.
איך זאג אייביג אז די מיטל וועג איז די ריכטיגסטע.
מען דארף שלאגן נארמאל, אביסל, נישט מתוך כעס.
אפילו גויים האלטן אזוי, און עס איז לעגאל.
לעגאל???
As of 2023, corporal punishment is still legal in private schools in every U.S. state except New Jerseyand Iowa, legal in public schools in 17 states, and practiced in 14 of the states
נו וויאזוי פירט מען זיך אין די לעיקוואדע מוסדות?
אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר ששת אלפים
תגובות: 6575
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm

Re: א ציפ אין גענאק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל אויערבאך »

וואס איז געשען מיט'ן אשכול קעפל? פארוואס האט מען עס געטוישט?
אוועטאר
נארמאליזעם
ראש הקהל
תגובות: 21864
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 10, 2019 4:52 pm
לאקאציע:אין מיין בעט

Re: א פראסק אין פנים.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נארמאליזעם »

צ"ק

ניין.

על פי הלכה מעג מען נאר געבן מיט א קליינע רצועה.
פאקטן און געפילן זענען די גרעסטע שונאים...


די הייליגער רבי אלימלך האט מבטיח געווען אז יעדער וואס וועט העלפן זיינע אייניקלעך וועט ער מכיר טובה זיין בעולם העליון.
לייגט אריין אייער נדבה דא
פאר מער קליקט דא
אוועטאר
זויער טייג
שר האלף
תגובות: 1436
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 21, 2023 5:48 pm
לאקאציע:אין בעקעריי

Re: א פראסק אין פנים.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זויער טייג »

מיט פעטש היילט זיך פלוצלינג אויס אלע פראבלעמען, מ'ברויך מער נישט קיין פיסכאלאגן...
רוב מאל איז די תירוץ "ניין"
אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר ששת אלפים
תגובות: 6575
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm

Re: א פראסק אין פנים.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל אויערבאך »

אזוי ווי מיט א באנדאזש היילט זיך אויס אלע קאפ ווייטאג.
אוועטאר
גראז
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4462
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 24, 2023 10:52 am

Re: א פראסק אין פנים.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראז »

זויער טייג האט געשריבן: דינסטאג יוני 06, 2023 1:13 am
מיט פעטש היילט זיך פלוצלינג אויס אלע פראבלעמען, מ'ברויך מער נישט קיין פיסכאלאגן...
א חידוש ווי אזוי די זעלבע פאטש וואס מאכט די פראבלעם היילט עס אויך אויס...
וואס דו טוסט זאל נישט דעפינירן ווער דו ביסט, ווער דו ביסט זאל דעפינירן וואס דו טוסט

(וויוועק ראמאסוואמי)
אוועטאר
איש האשכולות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3247
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 16, 2016 3:45 pm
לאקאציע:יעצט בין איך דא

Re: פעטש? אדער נישט...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש האשכולות »

בוטשער האט געשריבן: מאנטאג יוני 05, 2023 5:30 pm
דניאל אויערבאך האט געשריבן: מאנטאג יוני 05, 2023 5:19 pm
איך בין מסכים 100%.
איך זאג אייביג אז די מיטל וועג איז די ריכטיגסטע.
מען דארף שלאגן נארמאל, אביסל, נישט מתוך כעס.
אפילו גויים האלטן אזוי, און עס איז לעגאל.
לעגאל???
געבן פעטש מיט א מאס, נישט מיט איבערגעטריבענע מאכט איז 100% לעגאל אין ניו יארק סטעיט.
וויכטיג מאכער: סאו ווען ס'מאכצעך אז א ניק פרעגט באמת א פראגע, קריגט ער אן ענטפער, שטייצעך אויב סיז דא, אבער ווען א ניק נוצט זיין קיבארד צו פארהיילן א ווייטאג, טריי איך געווענליך אים נישט צו שטערן.
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”