וואס טוה איך ב"ה מיט מיין בחור?

אלעס איבער חינוך הילדים

די אחראים: זייער נייגעריג , אחראי , thefact

חסדי אבות
שר האלף
תגובות: 1171
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 15, 2013 1:49 pm

וואס טוה איך ב"ה מיט מיין בחור?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חסדי אבות »

קודם כל וועל איך אפגעבן ברבים א שבח והודאה פאר השם-יתברך פאר אזעלכע פראבלעמען וואס איך טייל מיטן עולם, אבער א דאגה איז א דאגה און חז"ל זאגן אונז די עצה פון ישיחנה לאחרים... וועל איך מקיים זיין דברי חז"ל.

מיין בחור פון פערצן יאר, איז א מצויין, א בחור וואס יעדער וואלט זיך געוואונטשן צו האבן. א חסידי'שער בחור במלוא המובן, א מתמיד עצום וואס לא פסק פומיה מגירסיה, ערליכקייט און יראת-שמים, ועל כולם א נעים הליכות. א בחור אויף וועמען א ברכה צו מאכן ב"ה.

מיין פראבלעם מיט אים: ער שטייגט מיר איבער!
דאס איז נישט אזוי ווייט א פראבלעם, ווי דער פאקט אז ער שפירט עס און ער ווייסט דאס. ער איז למעשה אסאך חשוב'ער און געהויבענער פון מיר (ערנסט גערעדט), ברעכט שטיקער פון זיך, בשעת איך האלט ביי גארנישט. אויסגעקאכט אין הלכה און חסידות אסאך מער פון מיר. איך שטופ אים און העלף אים מיט וואס איך קען, אבער דאס האט געברענגט אז איינמאל ער איז געוואקסן מיטן אויבערשטנ'ס הילף, שפירט ער עס און איך שפיר עס אז ער שפירט עס, און דאס טויג נישט.

ס'האט זיך געשאפן א מצב פון ריחוק לבבות. יעדע פעולה וואס איך טוה, קען ער מיר ווארפן קאמענטארן אז ס'איז נישט אדער יא אויסגעהאלטן הלכה'דיג, ברענגענדיג מראה-מקומות מיטן אדרעס. אויב זיץ איך ביי די סעודה און איך רעד השקפה פאר די קינדער, קוקט ער אזוי פון אויבן אראפ (ער איז חלילה נישט קיין מחוצף) און דערנאך אומשולדיגערהייט דערציילן א מעשה וואס פרעגט אפ מיין גאנצע יסוד פון אנהויב ביזן סוף... דער פראבלעם איז אז מיט הלכות כיבוד אב ואם איז ער בסדר, ער שטעלט זיך אויף ווען איך קום אריין וכו', ער טוט אלעס לויטן שו"ע, אבער ער לאזט פילן העכערקייט. ער ווייסט אפילו ווען מען איז נישט מחויב צו פאלגן א טאטע וכו'...

דער פראבלעם פאר זיך באדערט מיר טאקע, אבער נאכמער פון אלעמען באדערט מיר די קירוב לבבות, די ריחוק וואס האט זיך געשאפן צווישן אונז צוליב דעם. איך ווייס נישט ווי אזוי דאס צו באהאנדלען.

עני וואן מיט הילף?
אוועטאר
דרייטצעך
שר ששת אלפים
תגובות: 6298
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 29, 2021 5:13 pm
לאקאציע:וואו דרייטצעך א איד?

Re: וואס טוה איך ב"ה מיט מיין בחור?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דרייטצעך »

קודם דאנק דעם אייבערשטן, ב"ה פאר אזוינע דאגות!

לענין, גלייב איך אז דיין בחור האט א מגי"ש/משפיע וואס ער קוקט ארויף און פון וועם ער איז מקבל, א שמועס מיט יענעם וואלט ווארשיינליך געהאלפן.
= שומר ישראל שמור שארית ישראל =
איך בין נישט קיין דעמאקראט, נישט קיין ריפובליקען און ניטאמאל קיין אינדיפעדענט, איך באנוץ זיך מיט מיין אייגענעם שכל...
אבער אנטקעגן דעת תורה פון מיינע רבי'ס בטלה דעתי!
חסדי אבות
שר האלף
תגובות: 1171
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 15, 2013 1:49 pm

Re: וואס טוה איך ב"ה מיט מיין בחור?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חסדי אבות »

אבער ס'פאסט מיר נישט זיך צו גיין בעטן פאר מיין כבוד...
אוועטאר
דרייטצעך
שר ששת אלפים
תגובות: 6298
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 29, 2021 5:13 pm
לאקאציע:וואו דרייטצעך א איד?

Re: וואס טוה איך ב"ה מיט מיין בחור?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דרייטצעך »

נע, אויסשמועסן דער תועלת פונעם בחור, דא וועגן ארום.
= שומר ישראל שמור שארית ישראל =
איך בין נישט קיין דעמאקראט, נישט קיין ריפובליקען און ניטאמאל קיין אינדיפעדענט, איך באנוץ זיך מיט מיין אייגענעם שכל...
אבער אנטקעגן דעת תורה פון מיינע רבי'ס בטלה דעתי!
אוועטאר
ווייטעמין וואסער
שר חמש מאות
תגובות: 520
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 24, 2023 4:43 pm

Re: וואס טוה איך ב"ה מיט מיין בחור?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווייטעמין וואסער »

שיק דיין זין לערנען אין א אנדערע לאנד
נקודה למחשבה:
בעט נישט פאר א גרינגע לעבן, בעט פאר שטארקייט צו קענען אריבער טראגן די שוועריגקייטן פון לעבן גרינגערהייט
חסדי אבות
שר האלף
תגובות: 1171
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 15, 2013 1:49 pm

Re: וואס טוה איך ב"ה מיט מיין בחור?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חסדי אבות »

יעצט, ביי די פערצן יאר?
אוועטאר
ווייטעמין וואסער
שר חמש מאות
תגובות: 520
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 24, 2023 4:43 pm

Re: וואס טוה איך ב"ה מיט מיין בחור?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווייטעמין וואסער »

כאטש אן אנדערע שטאט ער זאל אהיים קומען איינמאל אין פיר וואכן
נקודה למחשבה:
בעט נישט פאר א גרינגע לעבן, בעט פאר שטארקייט צו קענען אריבער טראגן די שוועריגקייטן פון לעבן גרינגערהייט
חסדי אבות
שר האלף
תגובות: 1171
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 15, 2013 1:49 pm

Re: וואס טוה איך ב"ה מיט מיין בחור?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חסדי אבות »

ער שלאפט אין ישיבה (אנדערע שטאט), קומט אהיים בלויז אויף שבת.
אוועטאר
גראז
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4351
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 24, 2023 10:52 am

Re: וואס טוה איך ב"ה מיט מיין בחור?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראז »

סטאפ, שיק אים נישט אין ערגעץ.

זאג אים אז ער זאגט זייער גוט און אז ער איז זייער א קלוגער ב"ה, און דו ווילסט הערן זיין מיינונג אויף נושאים, וכו'.

געב אבער נישט אויף דיין זיין בעל הבית אינדערהיים.

זיי זייער אפן און קלאר מיט אים אויף ביידע פראנטן, סיי מיט דיין אים וועלעדעיטן און אים געבן די גוטע געפיל און רעקענגנישאן וואס ער טרייט אזוי צו באקומען די גאנצע צייט. און סיי מיט דיין אוועקשטעלן קלאר אז דא איז טאטי די משפיע און השקפה געבער לויט ווי אזוי איך האלט אז ס'איז ריכטיג, און ווען דו וועסט חתונה האבן וועסטו אי"ה אוועקשטעלן דיין שטוב לויט ווי אזוי דו האלטסט אז ס'איז ריכטיג.

וועסט נאך זען אז פון אים וועט דער אויבערשטער נאך אסאך נחת האבן.
וואס דו טוסט זאל נישט דעפינירן ווער דו ביסט, ווער דו ביסט זאל דעפינירן וואס דו טוסט

(וויוועק ראמאסוואמי)
חסדי אבות
שר האלף
תגובות: 1171
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 15, 2013 1:49 pm

Re: וואס טוה איך ב"ה מיט מיין בחור?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חסדי אבות »

אבער אז ס'קומט צו הלכה און ער איז מיר מעורר אז איך טוה נישט ריכטיג. וואס דארף איך אים זאגן? - אז איך בין די משפיע און השקפה געבער?
אוועטאר
גבריאל
שר האלף
תגובות: 1372
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 07, 2011 1:46 am

Re: וואס טוה איך ב"ה מיט מיין בחור?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גבריאל »

שטארק דיין אייגענע קאנפידענטס, סזעהט עפעס אויב אז דו פאלטס צו שטארק פאר דיין בחור. טאקע א וואוילע בחור אבער די ביסט דער בעה"ב און טאטע אין שטוב!
אוועטאר
עפעס א ניק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 310
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 30, 2022 6:34 pm

Re: וואס טוה איך ב"ה מיט מיין בחור?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עפעס א ניק »

אשרי ילדותינו אשר ביישה את זקנותינו....
איך וואלט אייך גע'עצה'ט צו מאכן א טיפע חשבון הנפש מה מעמדך בעולמך, קלער נישט צו פיהל אריין ווער איז ערליכער אדער הייליגער דו צו דיין זוהן, זיי משקיע מער מחשבה און מח וויאזוי צו צופרידן שטעלן די בוכ''ע, דיינע שאיפות און רצונות להתעלות במעלות התורה והיראה זאל נישט זיין קיין פארמעסט צווישן דיר און מחמד ליבך נאר לאז עס פאר אן עבודה בינך לבין קונך.
דאוון נישט ערליכער ווייל דו ווילסט איבערשטייגן דיין בחור, נאר האב ענדערשער אינזין ''איך דאנק דיר רבש''ע פארן מיר שענעקען אזא צדיק'ל"....
און אזוי ווייטער און ווייטער, ווען עס קומט דיר אונטער סיי וואספארא נסיון אין עבודת ה', שטעל דיך פאר דמות דיוקנו של אביך שבשמים און נישט דמות דיוקנו של בנך....
די פארמעסטן מיט די טוהן-עידזש בחורים קענען נאר קאליע לייגן דיך און דיין נפש, הנח לך, הנך לבנך כי כן יבורך גבר, זיי א ירא ה' און דאן - ראה בנים לבנך און שלום על ישראל.
חסדי אבות
שר האלף
תגובות: 1171
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 15, 2013 1:49 pm

Re: וואס טוה איך ב"ה מיט מיין בחור?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חסדי אבות »

נאכאמאל, פאר אלע וואס גיבן חיזוק אדער עצות אז איך דארף זיין שטערקער אין שטוב; וואס טוה איך, ווען מיין בחור מערקט מיר אויף, אז איך פיר זיך נישט להלכה?
אוועטאר
גבריאל
שר האלף
תגובות: 1372
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 07, 2011 1:46 am

Re: וואס טוה איך ב"ה מיט מיין בחור?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גבריאל »

חסדי אבות האט געשריבן: דינסטאג יוני 06, 2023 2:51 am
נאכאמאל, פאר אלע וואס גיבן חיזוק אדער עצות אז איך דארף זיין שטערקער אין שטוב; וואס טוה איך, ווען מיין בחור מערקט מיר אויף, אז איך פיר זיך נישט להלכה?
קענסט געבן א משל וועלכע הלכה ? ווייל היימישע יודן פירן זיך עפי"ר כהלכה, אז נישט פירט מען זיך ווי אן אנדערע דעה, אויב איזעס אן הלכה מפורשת זאג אין שקויאך פארן מעורר זיין. איזעס באמת א תועלת.
אוועטאר
עפעס א ניק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 310
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 30, 2022 6:34 pm

Re: וואס טוה איך ב"ה מיט מיין בחור?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עפעס א ניק »

חסדי אבות האט געשריבן: דינסטאג יוני 06, 2023 2:43 am
אבער אז ס'קומט צו הלכה און ער איז מיר מעורר אז איך טוה נישט ריכטיג. וואס דארף איך אים זאגן? - אז איך בין די משפיע און השקפה געבער?
1. קיין נעגעטיווע זאכן זאל ער ח''ו קיינמאל הערן פון דיר.
2. אין א פאל וואס ער ציהט איבער דאס שטריקל מיט זיינע מנהגי חסידות ופרישות - געב איבער דיין מעסעדזש דורך זיין מחנך.
3. אויב איז ער מעורר אויף אן איידעלע תמימות'דיגע וועג, השמר לך פן תהין לבוז לבנך, פראביר אים צו דירעקטירן צו דיין רב/מורה דרך און זאג אים אז למען הסדר הטוב פון היינט און ווייטער אויב האט ער עפעס וואס ער האלט פאר וויכטיג אז מ'דארף דעם טאטן מעורר זיין (תרתי משמע?😏) זאל ער ביטע לאזן וויסן דעם טאט'נס רב און די רב וועט שוין איבערגעגעבן די מעסעדזש, ערקלער דיין זוהן אז עס באגרעניצט זיך מיט הארבע כיבוד אב שאלות.....
4. אויב האלט איר אז אייער השקפה איז די מערסטע אויסגעהאלטן און ער איז גאר די פארקראכענער, דעמאלטס זאגט אים אז איר זענט דער השקפה געבער, אויב נישט דעמאלטס החרש תחרישון בעת הזאת.
אוועטאר
גראז
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4351
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 24, 2023 10:52 am

Re: וואס טוה איך ב"ה מיט מיין בחור?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראז »

חסדי אבות האט געשריבן: דינסטאג יוני 06, 2023 2:43 am
אבער אז ס'קומט צו הלכה און ער איז מיר מעורר אז איך טוה נישט ריכטיג. וואס דארף איך אים זאגן? - אז איך בין די משפיע און השקפה געבער?
שווער צו ענטפערן, ס'ווענדט זיך וואס דו זאגסט אים אין די צייטן וואס ער איז דיך נישט מעורר..

אבער בעצם קענסטו אים זאגן (נישט אין פארנט פון אנדערע), אז איך ווייס אז דו האסט זייער א גוטע קאפ און דו קענסט גוט לערנען ב"ה, און איך האב זייער ליב דיין פארשטאנד און איך וויל אייביג הערן און שמועסן מיט דיך, ביסט משוגע א גוטע קאמפעני פאר מיר ווייל דו ביסט אזוי מעטשויער און פארשטענדליך, איך קען אפילו מודה זיין צו וואס דו זאגסט אויב זאגסטו ריכטיג. אבער ווען טאטי זאגט עפעס פאר די משפחה וואס צו טון אדער וואס ער האלט וויל דעמאלט'ס טאטי נישט הערן ווי גוט דו קענסט און ווי טיעף דו פארשטייסט, דעמאלט'ס וויל טאטי הערן ווי גוט דו פארשטייסט וואס טאטי זאגט, זאלסט האבן שיין דרך ארץ און טון וואס טאטי זאגט ווייל טאטי איז די בעל הבית אין דעי הויז, אקעי צדיק?! זאלסט עס נישט טון מער.
וואס דו טוסט זאל נישט דעפינירן ווער דו ביסט, ווער דו ביסט זאל דעפינירן וואס דו טוסט

(וויוועק ראמאסוואמי)
חסדי אבות
שר האלף
תגובות: 1171
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 15, 2013 1:49 pm

Re: וואס טוה איך ב"ה מיט מיין בחור?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חסדי אבות »

גבריאל האט געשריבן: דינסטאג יוני 06, 2023 2:54 am
קענסט געבן א משל וועלכע הלכה ? ווייל היימישע יודן פירן זיך עפי"ר כהלכה, אז נישט פירט מען זיך ווי אן אנדערע דעה, אויב איזעס אן הלכה מפורשת זאג אין שקויאך פארן מעורר זיין. איזעס באמת א תועלת.
עטליכע דוגמאות, אלע פון זיי בלויז פון די פארגאנגענע שבת.

1. געוואלט פועל'ן ביי מיינע יונגערע זוהן צו זיין שבת צופרי פון אנהויב דאווענען און אויך פארן דאווענען. האב איך זיי צוגעזאגט, אז ווער עס לערנט פון היינט און ווייטער א שעה פארן דאווענען שבת אין ביהמ"ד, וועט באקומען פון מיר פינף דאלער נאך שבת, פון יעדע וואך שבת קען מען מאכן פינף דאלער (און אויב לערנט מען בחברותא, באקומט אויך די חברותא). הויבט ער אן דן צו זיין, צי עס איז נישט שכר שבת און אז מען דארף פרעגן א שאלה... איך האב פראבירט זיך נישט וויסנדיג מאכן און ווייטער רעדן דערפון, אבער הוא בשלו... "טאטי, קודם פרעג א שאלה, ווייל ס'קען זיין אז מ'טאר נישט"...

2. לעצטנס פיר איך זיך צו מאכן אן אשר יצר נאך קידוש, איידערן זיך וואשן (אזוי קומט עס מיר אויס פראקטיש). טענה'עט ער מיר אז ס'איז נישט אויסגעהאלטן להלכה, מ'טאר נישט מאכן קיין הפסק בין קידוש לסעודה, ענדערש זאל איך גיין אדער פאר קידוש, אדער נאכן ערשטן כזית.

3. ביים אהיימגיין פון ביהמ"ד האב איך געוואלט עפעס ארויסברענגען פאר מיינע קינדער (א שטוב מיט יונגלעך קע"ה), איך האב גערעדט צו זיי, בשעת אינצווישן האב איך געוואלט ארויסברענגען דעם נעגאטיוון חלק, האב איך געברענגט א דוגמא פון א איד אין ביהמ"ד, ווי ווייט ער איז פארפארן וכו' - איך האב דווקא אנגעכאפט יענעם דוגמא, ווייל איך וויל אז מיינע קינדער זאלן וויסן אז יענער איז א דוגמא לרע (נאך וואס מען קען זיך טועה זיין וכו'...) פלוצלינג הערט ער אויף צו גיין און בלייבט הונטערשטעליג (צוליב זיין קפידה אין לשון-הרע, און האלטנדיג אז מען טאר דאס נישט זאגן און הערן וכו').

יש עוד הרבה, אבער איך האב געברענגט עטליכע דוגמאות פון די וואך שבת, וואס זענען פונקט געווען.

(נ.ב. דער פראבלעם איז לאו-דווקא מיט וואס ער זאגט, ס'איז ווי אזוי ער קוקט אויף מיר, ווי אזוי ער גריסט א גוטן שבת, אזוי פון אויבן אראפ וכו'...)
אוועטאר
גראז
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4351
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 24, 2023 10:52 am

Re: וואס טוה איך ב"ה מיט מיין בחור?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראז »

חסדי אבות האט געשריבן: דינסטאג יוני 06, 2023 2:51 am
נאכאמאל, פאר אלע וואס גיבן חיזוק אדער עצות אז איך דארף זיין שטערקער אין שטוב; וואס טוה איך, ווען מיין בחור מערקט מיר אויף, אז איך פיר זיך נישט להלכה?
אויב זאגט ער עס נישט לויט ווי אזוי די הלכה פארלאנגט קענסטו אים דאך פשוט צוריקווייזן די אנדערע הלכה וואס ער טוט נישט...

אויב אבער זאגט ער דיך עס אויף די אופן ווי אזוי די שולחן ערוך זאגט אז מ'מעג זאגן פאר א טאטע, און דו רעדסט פון א זאך וואס איז טאקע נישט להלכה און האט נישט קיין שום צד היתר, זאג אים: ישר כוח פארן מיך אויפמערקן.

אויב האט עס צדדים להיתר אפילו גאנץ שוואכע אבער דו נעמסט עס אן, דעמאלט'ס זאג אים: איך ווייס די הלכה, טאטי ווייסט וואס ער טוט, מוזט נישט פארשטיין, דו זאלסט ווייטער טון וואס דו האסט געלערנט אז מ'דארף טון.

אויב מערקט ער דיך אויף במעמד אנשי הבית, רוף אים צו אין א זייט און זאג אים, דו האסט ליב ווען איינער זאגט דיך ברבים אז דו טוסט נישט גוט?! נאכדערצו אין דיין אייגענע הויז ווי דו ביסט די בעל הבית?! נאכאמאל זאלסטו דעיס נישט טון, אויב ווילסטו מיך זאגן עפעס א הלכה קענסטו מיך קומען שפעטער זאגן מיט דרך ארץ און טאטי וועט גערן אויסהערן וואס דו האסט צו זאגן.

אויב איז עס עפעס וואס איז נוגע א כלליות'דיגע הנהגה אין די שטוב וואס דו קענסט אים נישט זאגן איך טון אזוי און דו טו אזוי, זאג אים ווי אויבנדערמאנט, דא אין דעי משפחה בין איך די טאטע און איך פסק'ן דא די שאלות און זאג וואס צו טון, און דו זאלסט אויך אזוי טון, און ווען דו וועסט האבן דיין אייגענע שטוב וועסטו - נישט וועסטו - זאלסטו טון ווי אזוי דו קענסט די תורה און פארשטייסט וואס די ריכטיגע זאך איז צו טון.

און ס'איבעריגע, דארפסט דיך נישט אייביג וויסענדיג מאכן ווען ער איז מעורר אויף עפעס, נישט אלעס מוזן עלטערן באמערקן און הערן... און אז ס'איז נישט שייך זיך צו מאכן ווי כאילו מ'הערט נישט, גיב אים אזא קוק אן מיט אזא האלבע שמייכל און א אטארעטירטע בליק - האלט אן דעם בליק'ל פאר 5 סעקונדן און שפאציר אוועק פון דארט אן זאגן א ווארט...


אזוי מיין איך.
לעצט פארראכטן דורך גראז אום דינסטאג יוני 06, 2023 3:17 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
וואס דו טוסט זאל נישט דעפינירן ווער דו ביסט, ווער דו ביסט זאל דעפינירן וואס דו טוסט

(וויוועק ראמאסוואמי)
אוועטאר
גבריאל
שר האלף
תגובות: 1372
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 07, 2011 1:46 am

Re: וואס טוה איך ב"ה מיט מיין בחור?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גבריאל »

איך וועל לאזן פאר די בעסערע מומחים צו ענפערן, @גראז איז אריין געקומען פריער גאנץ קלאר.
בכל אופן דיין בחור'ל דארף באקומען א גוטע לעקציע אז כיבוד אב איז א דאורייתא און א שפיל מיט פייער, סאיז באמת, דיקדוק הלכה איז איין זאך אבער א דאורייתא איז גאר גאר הארבער. אלץ א מדקדק אין הלכה זאל ער זיין פרום אין כיבוד אב. די מינדעסטע תגובה פארן טאטן וואס קען אים שטערן איז הארבער. ער וועט עס פארשטיין.
חסדי אבות
שר האלף
תגובות: 1171
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 15, 2013 1:49 pm

Re: וואס טוה איך ב"ה מיט מיין בחור?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חסדי אבות »

פון וועמען דארף ער באקומען די לעקציע?
אוועטאר
גבריאל
שר האלף
תגובות: 1372
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 07, 2011 1:46 am

Re: וואס טוה איך ב"ה מיט מיין בחור?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גבריאל »

חסדי אבות האט געשריבן: דינסטאג יוני 06, 2023 3:18 am
פון וועמען דארף ער באקומען די לעקציע?
אפשר פונעם טאטן אליין. פארלאנג בפה מלא די כבוד וואס די תורה האט געשאנקן פארן טאטן. אפשר קויף אים א שיינעם ספר אויף כיבוד הורים, ר' ישראל דוד הארפענעס האט א שיין ספר

רעד עס קוידם א דורך מיט א אנדערע, לפי עניית דעתי כתבתי
אוועטאר
הייסע גרעיפ דזשוס
שר האלף
תגובות: 1445
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 05, 2023 6:40 pm
לאקאציע:אין אלגעמיין, צווישן די וויין און די נעפקינס

Re: וואס טוה איך ב"ה מיט מיין בחור?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הייסע גרעיפ דזשוס »

חסדי אבות האט געשריבן: דינסטאג יוני 06, 2023 2:51 am
נאכאמאל, פאר אלע וואס גיבן חיזוק אדער עצות אז איך דארף זיין שטערקער אין שטוב; וואס טוה איך, ווען מיין בחור מערקט מיר אויף, אז איך פיר זיך נישט להלכה?
איך בין נישט דער וואס קען געבן עצות אין חינוך, אדער הדרכה אויף למעשה..
אבער צום אלעם ערשט זיי aware אז אפילו ער איז א ערליכע חשוב'ע בחור, קומט זיין חלק המחאה נישט פון פרומקייט, ווייל לי יצור אז ס'גייט אים אזוי שטארק אן די חלק נישט צו הערן קיין לשון הרע, וואלט ער זיך נישט אפגעשטעלט מיט א מחאה מאכן א מצב אז ער הערט נישט קיין לשון הרע פון 'טאטי די עם הארץ', נאר ער וואלט זיך איידעלערהייט אומבאמערקט אוועקגעשארט אדער זיך פארנומען מיט עפעס אנדערש ווי יעדע ערליכע איד טוט, וכן לכל דבר. נאר ס'קומט פון דעם וואס אסאך וואס האבן כשרונות סיי ברוחניות סיי בגשמיות מוטשענען זיך מיט, וואס דאס איז די חלק הגאווה און זיך וועלן פילן העכער פון יענעם, מיט זייערע כשרונות צו מיט זייער פרומקייטן.

איז איינמאל דו ביסט קלאר מיט דעם, וואלט איך די מייעץ געוועהן צו פרעגן איינע וואס קען דיר און קען דער בחור, דיין מורה דרך, אדער סתם א משפחה פריינט מיט א שכל הישר. ווייל כ'גלייב נישט אז איינער וואס קען נישט פערזענליך די בחור און די מעשה ווען קענען האבן די ריכטיגע ייעוץ.

האועווער, זאלסט האבן הצלחה אין די חינוך פון אלע דיינע קינדער!
הייסע גרעיפ דזשוס איז ערגער פון אויסגעוועפטע קאולע
חסדי אבות
שר האלף
תגובות: 1171
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 15, 2013 1:49 pm

Re: וואס טוה איך ב"ה מיט מיין בחור?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חסדי אבות »

אמן
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7909
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע:ביים נעקסטן שטאפל

Re: וואס טוה איך ב"ה מיט מיין בחור?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

ר׳ חסדי.

בברירות גמורה.

דיין פראבלעם איז נישטהלכה. עס איז אויאריטעט און געזומטע זיכערקייט, סיי מייט אים און סיי מיט די אנדערע קינדער. עס איז דא איבערפלוס פון ׳חסדי׳ אבות אין א ׳מיינוס׳ אין גבורות׳ אבות.

דיין זוהן איז נאך אינג און דו קענסט אים נאך ראטעווען. לעת עתה איז ער אראגאנט (בעל גאוה) און פאסיוו אגרעסיוו,. ער קען חלילה ווערען א פערסאנעליטי דיסארדער. און שולדיג וועט זיין די דערמאנטע חסדי אבות.

ער איז זייער ראפינירט, דו קענט עס נישט אנכאפן וויבאלד ער טוט דאס זייער איידל, איך בין זיכער אז ער איז נישט sel aware דערפון קיין איין טראפ. און ער האלט אז ער איז דער (פיל אין די בלענק) בדורינו. וואס מאכט עס נאר שווערער צו סאלוון. אבער כאמור ער איז נטך אינג ׳דו׳ קענסט אים נאך ראטעווען.

למעשה:
כאפ מיט אים א שפאציר און עפען אויף די סובדזשעקט, און אויב האסטו דוגמאות פון תלמידי חכמים שסרחו מפני שאין בהם דעת וכו׳ פרעג א צו דו מעגסט אים מסביר זיין פארוואס זיי האלטן ביי זווג שלישי און פאסטן שמיני וכו׳

והעיקר שטעל אראפ א פוס. ״טייער קינד, נאך די סעודה וועל איך הערן וואס דו זאגסט וכו׳. אויב הערט ער נישט אויף ווייז אים ווער עס איז בעל הבית.

איצט, לויט אלע ווארשיינליכקייטן איז די הדרכה דאמירן בעלמא, ווייל די גאנצע אישו הייבט זיך אן מיט מע״כ׳ס אומזיכערקייט. דעריבער איעצך זייט אייך מקשר מיט אן ערליכער איד (ראש ישיבה טיפ) א ריכטיגער בר דעת (ער האט מסתמא א סמירק אין די אויגן) ער אייך גיידן.
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7909
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע:ביים נעקסטן שטאפל

Re: וואס טוה איך ב"ה מיט מיין בחור?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

עפעס א ניק האט געשריבן: דינסטאג יוני 06, 2023 2:58 am
חסדי אבות האט געשריבן: דינסטאג יוני 06, 2023 2:43 am
אבער אז ס'קומט צו הלכה און ער איז מיר מעורר אז איך טוה נישט ריכטיג. וואס דארף איך אים זאגן? - אז איך בין די משפיע און השקפה געבער?
1. קיין נעגעטיווע זאכן זאל ער ח''ו קיינמאל הערן פון דיר.
2. אין א פאל וואס ער ציהט איבער דאס שטריקל מיט זיינע מנהגי חסידות ופרישות - געב איבער דיין מעסעדזש דורך זיין מחנך.
3. אויב איז ער מעורר אויף אן איידעלע תמימות'דיגע וועג, השמר לך פן תהין לבוז לבנך, פראביר אים צו דירעקטירן צו דיין רב/מורה דרך און זאג אים אז למען הסדר הטוב פון היינט און ווייטער אויב האט ער עפעס וואס ער האלט פאר וויכטיג אז מ'דארף דעם טאטן מעורר זיין (תרתי משמע?😏) זאל ער ביטע לאזן וויסן דעם טאט'נס רב און די רב וועט שוין איבערגעגעבן די מעסעדזש, ערקלער דיין זוהן אז עס באגרעניצט זיך מיט הארבע כיבוד אב שאלות.....
4. אויב האלט איר אז אייער השקפה איז די מערסטע אויסגעהאלטן און ער איז גאר די פארקראכענער, דעמאלטס זאגט אים אז איר זענט דער השקפה געבער, אויב נישט דעמאלטס החרש תחרישון בעת הזאת.
כנראה איר האט נישט ארויס די פיקטשער... עכ״פ איר זעהט די בילד זייער אנדערש ווי איך.
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
שרייב תגובה

צוריק צו “חנוך לנער”