וואס טוה איך ב"ה מיט מיין בחור?

אלעס איבער חינוך הילדים

די אחראים: זייער נייגעריג , אחראי , thefact

מושך חסד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 491
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מארטש 07, 2016 11:06 am

Re: וואס טוה איך ב"ה מיט מיין בחור?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מושך חסד »

וואס איז די שאלה, אודאי איז דא אן ענין, ס’ווערט שוין געברענגט פון פריערדיגע, די ערשטע מקור איז אין חומש איש אמו ואביו תיראו, און ווי ס’ווערט אויסגעשמועסט אין שו”ע איזהו מורא וכו’ ולא מכריע את דבריו.

@אביונה ס’גייט אים נישט אין לעבן אז זיין זון זאל גיין אין מקוה, נאר אז ער זאל האבן רעספעקט, און נישט יעדע זאך וואס ער זאגט זאל ער זוכען צו ווייזן אז ער איז קלוגער.
אביונה
שר האלפיים
תגובות: 2393
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 17, 2019 1:39 pm

תגובה דורך אביונה »

מושך חסד האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 28, 2023 4:04 pm

הייסטעס, אז ר'האט נאך ענליכע מעשיות, ער דערציילט נאר איינס....., כ'הער
והקריב מן התרים או מן בני היונה קרבנו

מושך חסד האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 28, 2023 4:01 pm

נא נא
מאכט זיך ביי די שענסטע משפחות... שוין געהערט אזוינס.... נאר אזעלכע פראבלעמען אויף יעדן געווינשן

איך אין זיינע שיך וואלט איך אויך נישט געגאנגען אין אזא מקוה.... וד"ל [ביים סאטמאר רב'ס מקוה, איז שוין געווען פוטער אויפן וואסער...]
לעצט פארראכטן דורך אביונה אום מאנטאג אוגוסט 28, 2023 4:09 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
והקריב מן התרים או מן בני היונה קרבנו
מושך חסד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 491
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מארטש 07, 2016 11:06 am

Re: וואס טוה איך ב"ה מיט מיין בחור?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מושך חסד »

אביונה האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 28, 2023 4:05 pm
מושך חסד האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 28, 2023 4:04 pm
@אביונה ס’גייט אים נישט אין לעבן אז זיין זון זאל גיין אין מקוה, נאר אז ער זאל האבן רעספעקט, און נישט יעדע זאך וואס ער זאגט זאל ער זוכען צו ווייזן אז ער איז קלוגער.
הייסטעס, אז ר'האט נאך ענליכע מעשיות, ער דערציילט נאר איינס....., כ'הער
קוק צוריק צום אנהייב אשכול
מושך חסד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 491
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מארטש 07, 2016 11:06 am

Re: וואס טוה איך ב"ה מיט מיין בחור?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מושך חסד »

אביונה האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 28, 2023 4:06 pm
מושך חסד האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 28, 2023 4:01 pm
וואס איז די שאלה, אודאי איז דא אן ענין, ס’ווערט שוין געברענגט פון פריערדיגע, די ערשטע מקור איז אין חומש איש אמו ואביו תיראו, און ווי ס’ווערט אויסגעשמועסט אין שו”ע איזהו מורא וכו’ ולא מכריע את דבריו.
נא נא
מאכט זיך ביי די שענסטע משפחות... שוין געהערט אזוינס.... נאר אזעלכע פראבלעמען אויף יעדן געווינשן

איך אין זיינע שיך וואלט איך אויך נישט געגאנגען אין אזא מקוה.... וד"ל [ביים סאטמאר רב'ס מקוה, איז שוין געווען פוטער אויפן וואסער...]
וואונדער איך זיך פארוואס דו מאכסט אוועק די מצוה פון נישט זאגן אנדערש פון א טאטע. איך וואונטש עס נישט פאר מיך און נישט פאר מיינע קינדער. און עגעין די פוינט איז נישט יא גיין נישט גיין.
אביונה
שר האלפיים
תגובות: 2393
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 17, 2019 1:39 pm

Re: וואס טוה איך ב"ה מיט מיין בחור?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אביונה »

מושך חסד האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 28, 2023 4:11 pm

איך מאך גארנישט אוועק, אבער מען קען פארשטיין א בחור'ל וואס איז זיך מתנגד צו אזא זאך [איך וואלט אויך נישט געוואלט...], ואכמ"ל,
ובכלל איז א וויכטיגע זאך אין חינוך, נישט שטעלן קיין קינד אין א [פארשטענדליכע] דילעמא סתם אזוי ווייל אזוי וויל איך...,
אויב ציהט עם נישט דערצו, טאר מען עם נישט צווינגען, בפרט אויב עס איז עפעס וואס איז קעגן זיין נאטור און תכונת הנפש, עס איז נישט קיין שום תועלת, קענסט אים מסביר זיין, פארשטייט ער איז גוט אז נישט, איז געגאנגען ווייטער... [יש טעיפס על חינוך מהרה"ג ר' משה בראווערמאן, הוא מאריך בענין זה מאוד]
אין די גמרא (מועד קטן דף יז ע"א) זעהט מען שוין, אז איינער הייסט זיין קינד טון עפעס וואס ער ווייסט אז ער וועט נישט פאלגן, איז ער עובר אויף לפני עיוור
והקריב מן התרים או מן בני היונה קרבנו
רוויגו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 350
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 07, 2013 1:59 am

Re: וואס טוה איך ב"ה מיט מיין בחור?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רוויגו »

.
דרוקט דא זיך צו איינשרייבן צו באקומען א נאטאפעקאציע ווען עס גייט ארויף די רייכע שיעורים אויף נ"ך .
חסדי אבות
שר האלף
תגובות: 1171
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 15, 2013 1:49 pm

Re: וואס טוה איך ב"ה מיט מיין בחור?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חסדי אבות »

א. מיין זוהן האט נישט קיין פראבלעם צו גיין אין אזא מקוה - איך זאג אייך צו (אין די ניין טעג האט ער נישט געטוישט דאס העמד, אויסער אויף שבת).
ב. אזוי ווי מאנכע האבן ארויסגעברענגט, עס גייט מיר נישט אן אז ער וויל נישט גיין, נאר די מהלך-מחשבה פון פארשטיין און זיך אויסדרוקן אנדערש. אויב וואלט ער געהאט א פראבלעם מיט די ריינקייט וכו', החרשתי. ביסט דאך אבער א חניאקישער בחור וואס האט נישט קיין פראבלעם דערמיט. דאס גאנצע פראבלעם איז נאר אזא שיטה זאך, ווייסטעכוואסיכמיין.
ג. איך האב זיך נישט געדינגען מיט אים, נישט געלייגט אין קיין ספאט, איך האב אים טאקע געלאזט טון וואס ער האט געוואלט און ער איז טאקע נישט געגאנגען. איך האלט נאר, אז אין יארן ארום וועט ער זיך אליין אויסלאכן.

אבער צוריק צום ענין. דער זאך איז מסודר געווארן בכלליות, ווייסעך נישט ווי אזוי. דער געפיל איז עס קומט בדרך לא דרך פון דא, הגם איך קען דאס נישט דערשמעקן. דער שינוי איז געווארן תיכף יענע וואך וואס איך האב דא געשריבן, און ס'איז געווען א מערקוועדיגער שינוי, אז די ב"ב האט דאס אויך באמערקט.
אביונה
שר האלפיים
תגובות: 2393
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 17, 2019 1:39 pm

Re: וואס טוה איך ב"ה מיט מיין בחור?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אביונה »

אנטשולדיגט מיר פארן זיין א חושד בכשרים
ב"ה אזוילכע פראבלעמען...

באט, די נקודה על מקומה עומדת... לאז עם וואקסן ווי אזוי ס'איז, רייס זיך נישט איין מיט אים, און קוק אויפן פילע זייט פונם גלעזל, און שוין
והקריב מן התרים או מן בני היונה קרבנו
אוועטאר
זושא צוקער
שר האלף
תגובות: 1101
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 08, 2022 12:21 pm

תגובה דורך זושא צוקער »

אביונה האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 28, 2023 5:31 pm

האלא, זיי מוחל הייב אן די אשכול פון אנהייב, פון דיינע ווערטער שפירט זיך אז דו האסט נאכנישט געלייענט די פריעדיגע עפיסאדן, בבחינת ''א נער קען נאר א האלבע מעשה''...
דא רעדט א טאטע פון הארץ און ווער ס'לייענט עס נאר, שפירט עס,
אנלע''ס מ'איז נישט קיין טאטע, וכו'...

זיין זוהן האלט זיך פרימער פון אים/אז זיין טאטע איז נישט גענוג פרום, און יעצט ווען ער טוט שוין יא עפעס חסידיש/פרום, וויל ער אז זיין בחור זאל אים ארויפקוקן עכ''פ נישט אוועקמאכן להכעיס.
אביונה
שר האלפיים
תגובות: 2393
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 17, 2019 1:39 pm

Re: וואס טוה איך ב"ה מיט מיין בחור?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אביונה »

זושא צוקער האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 29, 2023 11:08 am
אביונה האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 28, 2023 5:31 pm
אנטשולדיגט מיר פארן זיין א חושד בכשרים
ב"ה אזוילכע פראבלעמען...

באט, די נקודה על מקומה עומדת... לאז עם וואקסן ווי אזוי ס'איז, רייס זיך נישט איין מיט אים, און קוק אויפן פילע זייט פונם גלעזל, און שוין
האלא, זיי מוחל הייב אן די אשכול פון אנהייב, פון דיינע ווערטער שפירט זיך אז דו האסט נאכנישט געלייענט די פריעדיגע עפיסאדן, בבחינת ''א נער קען נאר א האלבע מעשה''...
דא רעדט א טאטע פון הארץ און ווער ס'לייענט עס נאר, שפירט עס,
אנלע''ס מ'איז נישט קיין טאטע, וכו'...
אקעי אקעי, שריי נישט אזוי ....
כ'בין ב"ה א טאטע פון א בחור'ל, שוין געהאט עטליכע בחורים, און איך בין ב"ה אויך א זיידע פאר מער אייניקלעך וויפיל קינדער דו האסט ...
והקריב מן התרים או מן בני היונה קרבנו
Haklal
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4075
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

Re: וואס טוה איך ב"ה מיט מיין בחור?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Haklal »

Porfavor האט געשריבן: דינסטאג יוני 06, 2023 10:00 am
איך האב אויך אזא זונדל ב"ה גאט צו דאנקען. אוי לייגט ער מיך אין פלאץ!
מיר בעטן אויף דעם אז די קינדער זאלן זיין בעסער ווי אונז. אבער ווען עס פאסירט למעשה מאנט עס אסאך פון אונז.

חס ושלום אוועקשיקן! צו וואס? ווייל דער טאטע וואס איז דער עדאלט קען זיך נישט באפארענען מיט זיינע געפילן? נאו וועי!

בעטן א מגיד שיעור? מע... סגייט נישט העלפן ווייל די אונטערליגענדע פראבלעם איז נישט וויאזוי מיין קינד פירט זיך אויף.
די פראבלעם איז אז עס טריגערט מיין אייגענע אימאושענס און מיין אייגענע איגא און ווילאנג איך ווייס נישט וויאזוי מיך צו באפארענען מיט מיר אליינס וועט קיינער מיר נישט קענען העלפן.

צום אלעם ערשטן דארף מען וויסן אז ווי קלוג געלונגען און געראטן דאס קינד איז איז ער נאך אלץ א קינד פון מיר און ער דארף מיין ליבשאפט און צווייטנס- ער איז נאך אלץ א טינעיזשער.

א טינעיזשער מוז האבן איינעם אפצו-ווענדן.
איך בין העפי צו צושטעלן די סערוויס פון זיין דער וועם מיין זון ווענדט אפ.

רוב מאל געב איך אים א יישר כח פארן מיך אויפקלערן אויפווייזן אדער אויפמערקזאם מאכן.

עס איז אינטערעסאנט אז ער איז אויך זייער פארנומען מיט די סעודה שבת וואס מען מעג רעדן און וואס נישט און שמייכלט זיך אונטער פון מיינע תורהלעך.
איך לאך מיט מיט אים און איך זאג עס ווייטער ווייל אסאך מאל מיין איך אים מיט וואס איך זאג נאר איך זאג עס כאילו איך רעד צו יעדעם.
איך ווייס אז צוביסעלעך וועלן מיינע זאכן אריינדרינגען אין אים איה.

איך פארשטיי אז נישט יעדער איז אויף די מדריגה פון זיך נישט צו טון מאכן און איך ווייס אז אויב עס וואלט געווען מיין עלטסטע קינד וואלט עס געווען סאך שווערער פשוט ווייל איך האב געהאט גאנץ אן אנדערע בליק ווי היינט.

היינט צו טאגס קוק איך מיך נישט אן אזוי הויעך ראנקיג און איך ווייס מיין פלאץ אין זיין וועלט. איך ווייס אז ער דארף מיך אן דעם וואס ער ווייזט עס אדער אן דעם וואס איך פארלאנג מיין כבוד אין די אנגענומענע וועג.

איך קוק מיך אן מער ווי א גוטער באגלייטער פאר דעם קינד און במילא ווערט די רילעישענשיפ נאר בעסער.

מיין כבוד באקום איך פון קענען זיין א טויגליכע באגלייטער פאר יעדעס קינד לפי דרכו.

אסאך נחת!
די גאנצע תגובה איז ממש גין גאלד ובפרט וואס איך האב היילייטעד!
רבינו חננאל
שר העשר
תגובות: 18
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 07, 2023 2:21 pm

Re: וואס טוה איך ב"ה מיט מיין בחור?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבינו חננאל »

חסדי אבות האט געשריבן: דינסטאג יוני 06, 2023 1:31 am
קודם כל וועל איך אפגעבן ברבים א שבח והודאה פאר השם-יתברך פאר אזעלכע פראבלעמען וואס איך טייל מיטן עולם, אבער א דאגה איז א דאגה און חז"ל זאגן אונז די עצה פון ישיחנה לאחרים... וועל איך מקיים זיין דברי חז"ל.

מיין בחור פון פערצן יאר, איז א מצויין, א בחור וואס יעדער וואלט זיך געוואונטשן צו האבן. א חסידי'שער בחור במלוא המובן, א מתמיד עצום וואס לא פסק פומיה מגירסיה, ערליכקייט און יראת-שמים, ועל כולם א נעים הליכות. א בחור אויף וועמען א ברכה צו מאכן ב"ה.

מיין פראבלעם מיט אים: ער שטייגט מיר איבער!
דאס איז נישט אזוי ווייט א פראבלעם, ווי דער פאקט אז ער שפירט עס און ער ווייסט דאס. ער איז למעשה אסאך חשוב'ער און געהויבענער פון מיר (ערנסט גערעדט), ברעכט שטיקער פון זיך, בשעת איך האלט ביי גארנישט. אויסגעקאכט אין הלכה און חסידות אסאך מער פון מיר. איך שטופ אים און העלף אים מיט וואס איך קען, אבער דאס האט געברענגט אז איינמאל ער איז געוואקסן מיטן אויבערשטנ'ס הילף, שפירט ער עס און איך שפיר עס אז ער שפירט עס, און דאס טויג נישט.

ס'האט זיך געשאפן א מצב פון ריחוק לבבות. יעדע פעולה וואס איך טוה, קען ער מיר ווארפן קאמענטארן אז ס'איז נישט אדער יא אויסגעהאלטן הלכה'דיג, ברענגענדיג מראה-מקומות מיטן אדרעס. אויב זיץ איך ביי די סעודה און איך רעד השקפה פאר די קינדער, קוקט ער אזוי פון אויבן אראפ (ער איז חלילה נישט קיין מחוצף) און דערנאך אומשולדיגערהייט דערציילן א מעשה וואס פרעגט אפ מיין גאנצע יסוד פון אנהויב ביזן סוף... דער פראבלעם איז אז מיט הלכות כיבוד אב ואם איז ער בסדר, ער שטעלט זיך אויף ווען איך קום אריין וכו', ער טוט אלעס לויטן שו"ע, אבער ער לאזט פילן העכערקייט. ער ווייסט אפילו ווען מען איז נישט מחויב צו פאלגן א טאטע וכו'...

דער פראבלעם פאר זיך באדערט מיר טאקע, אבער נאכמער פון אלעמען באדערט מיר די קירוב לבבות, די ריחוק וואס האט זיך געשאפן צווישן אונז צוליב דעם. איך ווייס נישט ווי אזוי דאס צו באהאנדלען.

עני וואן מיט הילף?
סאיז ידוע אז איינער פון די גרעסטע פון כלל ישראל, דער הייליגער חתם סופר, האט אויך נישט גערעדט מיט זיין טאטן ע”פ פקודת זיין גרויסן רבין דער הייליגער מהר”ן אדלער ווייל ער האט געהאלטן אז סשטערט אים פון שטייגן
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7909
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע:ביים נעקסטן שטאפל

Re: וואס טוה איך ב"ה מיט מיין בחור?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

רבינו חננאל האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 30, 2023 12:46 am

איך האף איר פארגלייכט נישט
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
זייצפריילעך
שר מאה
תגובות: 200
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 08, 2022 2:02 pm

Re: וואס טוה איך ב"ה מיט מיין בחור?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זייצפריילעך »

לאמיר טראכטן צוזאמען פארוואס טוט ער עס?
וואסערע געברויכן זיינע ווערן ערפילט
ער דארף עס האבן ווי לופט צו אטעמען
וויל ער דען דיך מצער זיין?
ס֥וֹף דָּבָ֖ר הַכֹּ֣ל נִשְׁמָ֑ע אֶת־הָֽאֱ' יְרָא֙ וְאֶת־מִצְוֹתָ֣יו שְׁמ֔וֹר כִּי־זֶ֖ה כָּל־הָֽאָדָֽם
פרידן
שר האלפיים
תגובות: 2806
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 02, 2015 7:37 pm

Re: וואס טוה איך ב"ה מיט מיין בחור?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרידן »

חסדי אבות האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 28, 2023 3:01 pm
אה, א גוטע שאלה.

עטליכע מאל אריינגעקומען דא, און געוואלט שרייבן, אבער איך האב עס נישט געטון.

איך ווייס נישט פארוואס, אבער עס האט זיך געגעבן א פלוצלינגדיגער רוק לטובה. שוין דעם ערשטן שבת נאך וואס איך האב געשריבן דא, ווען ער איז אהיימגעקומען, איז ער געווען אינגאנצן אנדערש.

איך בין זיכער אז איינער האט גערעדט מיט אים דערוועגן. לכאורה איז דא איינער אויפן וועלטל, וואס האט געכאפט ווער איך בין און האט געזען אז איינער זאל רעדן מיט אים. קיין אנדערע הסבר האב איך נישט.

פארט, פון צייט צו צייט, שטעלט זיך ארויס עטוואס פראבלעמען. פאריגע וואך מוצאי שבת, איז געווען אפן די מקווה וואו מען האט געמאכט די טהרה פון הרה"ק מרחמיסטרייוקע, עס האט געקאסט צען דאלער אריינצוגיין. איך בין געגאנגען און דערנאך גערעדט צו אים טעלעפאניש, האב איך אים געזאגט איבער די געלעגנהייט און אז ער זאל אריבערקומען... פרעגט ער מיר צי ס'איז געווען אן ענין דערביי... האב איך אים געזאגט אז אזוי האט מען זיך נוהג געווען, אזוי איז געווען נאכן פטירה פון סאטמאר רב, בעלזער רב ועוד צדיקי הדור. פרעגט ער מיר צי ס'ווערט געברענגט עפעס אן ענין, אדער ס'איז סתם א שוואנצנות ענין פון חסידים... האב איך אים געפרעגט, כ'מיין, וואס קען שאטן, וואס האט ער מורא? - זאגט ער מיר, אז כ"ק מרן הגה"ק אדמו"ר זצוקללה"ה/שליט"א (פון אונזער חסידות - הא עווער איט איז...) האט נישט געהאלטן פון גיין מער פון איין מאל א טאג אין מקוה...

האב איך אים געזאגט, אז לדעתי, דיין נישט גיין יעצט צוליב די דאזיגע סיבה פונעם רבי'ן, איז אסאך מער א שוואנצנות ענין, ווי דאס יא גיין - אין פאל אז עס האט טאקע נישט קיין מקור.

למעשה האט ער נישט געוואלט גיין און ער איז נישט געגאנגען.

דער סיפור האט מיר וויי-געטון, ווייל איך מיין אז עס קומט נישט אזוי דער יחס פון א טאטע צו א זוהן. א זוהן וואלט געדארפט שפירן אז דער טאטע האלט עס פאר א חשיבות, און ער וואלט יא געדארפט גיין.

אבער בכלליות, האט זיך דער ענין שטארק פארבעסערט, לבלתי הכיר. איך בין משוכנע אז איינער האט געדארפט רעדן צו אים דערוועגן.
קענסט די מעשה מיט די אינגעל וואס איז יעדן טאג ארויס געגאנגען פין קלאס כלומריש מאכן א קאפי פארן מלמד אין באמת צו נעמען פילן נאך א פאר וואכן זאגט די מלמד מען זעט א גרויסע שינו לטובה למעשה האט די אינגעל אריין געלייגט די פילן אין די קאפי אנשטאט עס נעמען
זעט אויס נאכן שרייבן דא האסטו באקומען געוויסע שטארקייט אין קלארקייט און די מהלך ווי אזוי די האסט גערעדט צו אים זיך געטוישט איז געווארן א שינו לטובה
חסדי אבות
שר האלף
תגובות: 1171
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 15, 2013 1:49 pm

Re: וואס טוה איך ב"ה מיט מיין בחור?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חסדי אבות »

קאן זיין.
אוועטאר
שפעטער נישט יעצט
שר חמש מאות
תגובות: 808
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 10, 2021 12:15 am

Re: וואס טוה איך ב"ה מיט מיין בחור?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפעטער נישט יעצט »

פרידן האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 30, 2023 4:09 am

קענסט די מעשה מיט די אינגעל וואס איז יעדן טאג ארויס געגאנגען פין קלאס כלומריש מאכן א קאפי פארן מלמד אין באמת צו נעמען פילן נאך א פאר וואכן זאגט די מלמד מען זעט א גרויסע שינו לטובה למעשה האט די אינגעל אריין געלייגט די פילן אין די קאפי אנשטאט עס נעמען
זעט אויס נאכן שרייבן דא האסטו באקומען געוויסע שטארקייט אין קלארקייט און די מהלך ווי אזוי די האסט גערעדט צו אים זיך געטוישט איז געווארן א שינו לטובה
פארשטאנען איז גוט און אויב נישט איז אויך גוט
אוועטאר
fiena nieas
שר חמשת אלפים
תגובות: 5648
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 23, 2011 8:56 am

Re: וואס טוה איך ב"ה מיט מיין בחור?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך fiena nieas »

נאכן ליינען דא קיקט מיר אויס ווי אייער בחור שוין איך וויל נישט רעדן אבער ער האט אביסל נארסעסיסזים אין זיך און איגנאריר עס נישט העלף עים בעוד מועד
Porfavor
שר חמישים ומאתים
תגובות: 351
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 17, 2017 8:07 pm

תגובה דורך Porfavor »

fiena nieas האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 15, 2023 1:41 am

קום אריין קלאר.
וואו שטעקט די נארסיזים?
און וויאזוי קען מען עס העלפן?
איך פרעג אמתדיג ווייל דו דערשרעקסט מיך. אסאך מאל זעט א מענטש נישט זיין אייגענע קינדס מצב גענוג גוט.

Porfavor האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 15, 2023 10:55 am

איך האב גערעדט פונעם פותח האשכול'ס בחור
אוועטאר
זושא צוקער
שר האלף
תגובות: 1101
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 08, 2022 12:21 pm

Re: וואס טוה איך ב"ה מיט מיין בחור?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זושא צוקער »

אוי!
ראנג ניק...
Porfavor
שר חמישים ומאתים
תגובות: 351
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 17, 2017 8:07 pm

Re: וואס טוה איך ב"ה מיט מיין בחור?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Porfavor »

fiena nieas האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 15, 2023 11:24 am
Porfavor האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 15, 2023 10:55 am
fiena nieas האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 15, 2023 1:41 am
נאכן ליינען דא קיקט מיר אויס ווי אייער בחור שוין איך וויל נישט רעדן אבער ער האט אביסל נארסעסיסזים אין זיך און איגנאריר עס נישט העלף עים בעוד מועד
קום אריין קלאר.
וואו שטעקט די נארסיזים?
און וויאזוי קען מען עס העלפן?
איך פרעג אמתדיג ווייל דו דערשרעקסט מיך. אסאך מאל זעט א מענטש נישט זיין אייגענע קינדס מצב גענוג גוט.
איך האב גערעדט פונעם פותח האשכול'ס בחור
איך האב פארשטאנען. מיר האבן נאך פון די ווארע...
ביטע זיי מסביר.
שרייב תגובה

צוריק צו “חנוך לנער”