שאלות בהלכות הדלקת נר חנוכה והמסתעף

דיונים ועיונים בדבר ה' זו הלכה

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

גוטע נקודה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 251
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 31, 2022 9:51 pm

שאלות אין הלכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גוטע נקודה »

אויף וואס פארלאזן מיר זיך היינט צו צינדען נרות חנוכה נישט במקום תקנת חז''ל, דהיינו בפנים הבית, וכ''ש די וואס צינדען ביים טיר וואס איז לכאורה נגד השלחן ערוך?
(איך רעד נאר ע''פ הלכה, נישט נסתר וחסידות)
אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5998
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

Re: שאלות אין הלכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדאם חוסעין »

איך ווייס נישט וואס דו זאגסט נגד שלחן ערוך.
אין שלחן ערוך שטיייט אז היינטיגע צייטן צינדט מען אינעווייניג

וּמִיהוּ בַּזְּמַן הַזֶּה, שֶׁכֻּלָּנוּ מַדְלִיקִין בִּפְנִים וְאֵין הֶכֵּר לִבְנֵי רְשׁוּת הָרַבִּים כְּלָל, אֵין לָחוּשׁ כָּל כָּךְ אִם אֵין מַדְלִיקִין בַּטֶּפַח הַסָּמוּךְ לַפֶּתַח; וּמִכָּל מָקוֹם הַמִּנְהָג לְהַדְלִיק בַּטֶּפַח הַסָּמוּךְ לַפֶּתַח כְּמוֹ בִּימֵיהֶם, וְאֵין לְשַׁנּוֹת אֶלָּא אִם כֵּן רַבִּים בְּנֵי הַבַּיִת שֶׁעָדִיף יוֹתֵר לְהַדְלִיק כָּל אֶחָד בְּמָקוֹם מְיֻחָד מִלְּעָרֵב הַנֵּרוֹת בְּיַחַד וְאֵין הֶכֵּר כַּמָּה נֵרוֹת מַדְלִיקִין; וּמִכָּל מָקוֹם יִזָּהֵר שֶׁלֹּא לְהַדְלִיק בַּמָּקוֹם שֶׁמַּדְלִיקִין הַנֵּרוֹת כָּל הַשָּׁנָה, כִּי אָז לֹא יִהְיֶה הֶכֵּר כְּלָל; וְאַף כִּי אֵין הֶכֵּר רַק לִבְנֵי הַבַּיִת, מִכָּל מָקוֹם הֶכֵּר קְצָת מִיהָא בַּעְיָא
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]
אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5998
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

Re: שאלות אין הלכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדאם חוסעין »

נאך פון שלחן ערוך
יֵשׁ אוֹמְרִים שֶׁבַּזְּמַן הַזֶּה שֶׁמַּדְלִיקִין בִּפְנִים אֵינוֹ צָרִיךְ לִזָּהֵר לְהַדְלִיק קֹדֶם שֶׁתִּכְלֶה רֶגֶל מִן הַשּׁוּק (דִּבְרֵי עַצְמוֹ וְטוּר בְּשֵׁם תּוֹסָפוֹת), וּמִכָּל מָקוֹם טוֹב לִזָּהֵר גַּם בַּזְּמַן הַזֶּה
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]
אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5998
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

Re: שאלות אין הלכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדאם חוסעין »

די מהרי"ל שרייבט שוין מען צינדט אינעווייניג ווייל די דרכי משה ברענגט אראפ
וכתב במהרי"ל שהיה נזהר להניחו בטפח הסמוך לפתח אע"ג דהאידנא מדליקין בפנים
די תרומת הדשן שרייבט שוין אזוי וכ"כ מהרא"י בת"ה סימן ק"ו דאף בזמן הזה ידליק בטפח הסמוך לפתח בשמאל אם יש לפתח מזוזה ואם אין לה ידליק בימין
והביא ראיה ממרדכי דאף בזמן הזה ידליק בטפח הסמוך לפתח
וכ"מ לקמן ס"ס זה מדברי הטור

ווער עס צינדט אין גאס צריך ביאור פארוואס איז ער משנה פון אלע ראשונים וואס שרייבן בזמן הזה צינדט מען אינעווייניג.
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]
גוטע נקודה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 251
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 31, 2022 9:51 pm

Re: שאלות אין הלכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גוטע נקודה »

סאדאם חוסעין האט געשריבן:

אמאל איז דאך געווען א שעת סכנה?
וועלכער ראשון שרייבט אז אפילו בזמן שיש גלייכבארעכטיגונג בעולם איז נאך אלץ נשתנה געווארן ממה שתיקנו חז''ל?
לעצט פארראכטן דורך גוטע נקודה אום מוצ"ש דעצעמבער 17, 2022 7:53 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
הר ההר
שר חמש מאות
תגובות: 924
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אפריל 26, 2022 12:31 am

Re: שאלות אין הלכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הר ההר »

גוטע נקודה האט געשריבן:
אמאל איז דאך געווען א שעת סכנה?
מלשון רוב ראשונים איז משמע אז מען האט נישט צוריק געטוישט צו משום שמא יחזור דבר לקלקלו, אדער משום שאר סיבות.
איך צווינג דיר נישט צו האלטען ווי מיר, צווינג דו מיר אויך נישט צו האלטען ווי דיר.
גוטע נקודה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 251
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 31, 2022 9:51 pm

Re: שאלות אין הלכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גוטע נקודה »

הר ההר האט געשריבן:
גוטע נקודה האט געשריבן:
אמאל איז דאך געווען א שעת סכנה?
מלשון רוב ראשונים איז משמע אז מען האט נישט צוריק געטוישט צו משום שמא יחזור דבר לקלקלו, אדער משום שאר סיבות.
איך מיין אז די איינציגע סמך לדבריך איז אין ספר העיטור.
ער שרייבט אז לאחר שכבר נהגו משום סכנה להדליק מבפנים נהגו כן אף עכשיו.

משא''כ מלשון שאר ראשונים.
אין ריטב''א שטייט אז סכנה איז לאו דוקא נאר אפילו צער אדער איבה.
שווער צו זאגן אז די היינטיגע אנטיסעמיטיזעם זאל זיין גענוג צו הייסן איבה, און צער איז אויך נאר לכאורה במקום צער גדול, ווייל חז''ל האבן דאך דאס אזוי מתקן אעפ''כ וואס קיינעם איז עס נישט קיין הנאה צו צינדען אויפן גאס.

אלע ברענגען צו דעם ספר הנייר, אז ער שרייבט ולדידן דביני גויים דיירינן כשעת הסכנה היא.
דארף מען אויך פארשטיין וואס אז געווען די תחילת תקנת חז''ל, דוקא במקום שאין שם גויים? רש''י זאגט קלאר נישט אזוי.

דער רא''ה איז אויך נאר משום שמא יכבוהו עכו''ם.

עכ''פ עס איז מיר א גרויסע פלא, איך זיך א סמך להלכה אויף דעם אויב איינער ווייסט פון עפעס א תשובה וואס ארבעט עס אויס להלכה.
יעדער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4411
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אקטאבער 30, 2021 11:01 pm
פארבינד זיך:

Re: שאלות אין הלכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעדער »

גוטע נקודה האט געשריבן:
הר ההר האט געשריבן:
גוטע נקודה האט געשריבן:
אמאל איז דאך געווען א שעת סכנה?
מלשון רוב ראשונים איז משמע אז מען האט נישט צוריק געטוישט צו משום שמא יחזור דבר לקלקלו, אדער משום שאר סיבות.
איך מיין אז די איינציגע סמך לדבריך איז אין ספר העיטור.
ער שרייבט אז לאחר שכבר נהגו משום סכנה להדליק מבפנים נהגו כן אף עכשיו.

משא''כ מלשון שאר ראשונים.
אין ריטב''א שטייט אז סכנה איז לאו דוקא נאר אפילו צער אדער איבה.
שווער צו זאגן אז די היינטיגע אנטיסעמיטיזעם זאל זיין גענוג צו הייסן איבה, און צער איז אויך נאר לכאורה במקום צער גדול, ווייל חז''ל האבן דאך דאס אזוי מתקן אעפ''כ וואס קיינעם איז עס נישט קיין הנאה צו צינדען אויפן גאס.

אלע ברענגען צו דעם ספר הנייר, אז ער שרייבט ולדידן דביני גויים דיירינן כשעת הסכנה היא.
דארף מען אויך פארשטיין וואס אז געווען די תחילת תקנת חז''ל, דוקא במקום שאין שם גויים? רש''י זאגט קלאר נישט אזוי.

דער רא''ה איז אויך נאר משום שמא יכבוהו עכו''ם.

עכ''פ עס איז מיר א גרויסע פלא, איך זיך א סמך להלכה אויף דעם אויב איינער ווייסט פון עפעס א תשובה וואס ארבעט עס אויס להלכה.
מנחת יצחק ח“ו סס“ו
שבט הלוי ח“ז ספ“ד
כאפט אריין טויזענטער מצות טעגליך:
ווען א יוד טוהט א מלאכה אינדערוואכען און ער טראכט אז אז ער טוהט עס יעצט ווייל יעצט מעג מען נאך אבער שבת גייט ער נישט הנה עשיית המלאכה הלזו למצוה יחשב תיכף כאלו עשה מצות עשה מעשיות בפועל ממש אגרא דכלה פרשת בהר
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17300
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: שאלות אין הלכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

יעדער האט געשריבן:
גוטע נקודה האט געשריבן:
הר ההר האט געשריבן:
גוטע נקודה האט געשריבן:
אמאל איז דאך געווען א שעת סכנה?
מלשון רוב ראשונים איז משמע אז מען האט נישט צוריק געטוישט צו משום שמא יחזור דבר לקלקלו, אדער משום שאר סיבות.
איך מיין אז די איינציגע סמך לדבריך איז אין ספר העיטור.
ער שרייבט אז לאחר שכבר נהגו משום סכנה להדליק מבפנים נהגו כן אף עכשיו.

משא''כ מלשון שאר ראשונים.
אין ריטב''א שטייט אז סכנה איז לאו דוקא נאר אפילו צער אדער איבה.
שווער צו זאגן אז די היינטיגע אנטיסעמיטיזעם זאל זיין גענוג צו הייסן איבה, און צער איז אויך נאר לכאורה במקום צער גדול, ווייל חז''ל האבן דאך דאס אזוי מתקן אעפ''כ וואס קיינעם איז עס נישט קיין הנאה צו צינדען אויפן גאס.

אלע ברענגען צו דעם ספר הנייר, אז ער שרייבט ולדידן דביני גויים דיירינן כשעת הסכנה היא.
דארף מען אויך פארשטיין וואס אז געווען די תחילת תקנת חז''ל, דוקא במקום שאין שם גויים? רש''י זאגט קלאר נישט אזוי.

דער רא''ה איז אויך נאר משום שמא יכבוהו עכו''ם.

עכ''פ עס איז מיר א גרויסע פלא, איך זיך א סמך להלכה אויף דעם אויב איינער ווייסט פון עפעס א תשובה וואס ארבעט עס אויס להלכה.
מנחת יצחק ח“ו סס“ו
שבט הלוי ח“ז ספ“ד
וידוע שיטת ה'דבר יהושע', אז היינטיגע צייטן איז מען גאר נישט יוצא אז מצינדט אינדרויסן.
https://hebrewbooks.org/53183
חוח בין השושנים האט געשריבן:
גוטע נקודה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 251
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 31, 2022 9:51 pm

Re: שאלות אין הלכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גוטע נקודה »

אוראייניקל האט געשריבן:

יישר כוחכם ביידע פון אייך, וועלן מיר עס בעזר השם נאך קוקען און צוריק קומען מיט אן אנטווארט.
אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5998
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

Re: שאלות אין הלכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדאם חוסעין »

עס איז ידוע מכמה הוכחות אז ווען די אלע ראשונים וואס שרייבן בזמן הזה שמדליקין בפנים איז נישט געווען א ספעציעלע שעת סכנה אויף צינדן חנוכה ליכט, נאר זיי מיינען צו זאגן אז מען האט עוקר געווען די צינדן אין דרויסן און מתקן געווען בפנים
אפילו פשוט איו שלחן ערוך עס איז זיכער אז ווען די רמ"א שרייבט מִיהוּ בַּזְּמַן הַזֶּה שֶׁכֻּלָּם מַדְלִיקִין בִּפְנִים מַמָּשׁ, וְאֵין הֶכֵּר לִבְנֵי רְשׁוּת הָרַבִּים כְּלָל, מיינט כולם נישט נאר וואו עס איז נישט דא קיין גזירא
לאמיר זאגן אז עס איז אלע אלע דורות געווען גזירות און ווען די ראשונים שרייבן בזמן הזה מיינט אייביג עס איז געווען גזירות די זעלבע די שלחן ערוך וואס האט געשריבן די ספר פאר אלע דורות שרייבט בזמן הזה כמה פעמים האט געמיינט טאקע נאר בזמנם וואס עס איז דא די גזירה בזמן הרמ"א,

אבער פון משנה ברורה קען מען נאך געדענקן? ער שרייבט אויך אזוי משא"כ עכשיו שמדליקין ממש בפנים ולא איכפת לן כלל לעשות היכר לבני ר"ה

אויב וויל מען יוצה זיין אויך די שיטת צו צינדן אין גאס דארף מען אין אסאך פעלער צינדן 6/7 צו יוצא זיין אלע דיעות
אויך דא גרויסע מחלוקה ווי מען צינדט און ווען מען טיט אנדערש איז מען נישט יוצא די צווייטע מהלך,
לגבי צינדן אין גאס לויט שיטת רש"י און נאך אסאך ראשונים איז מען נישט יוצא צו צינדן אין א רשות הרבים נאר אויב די טיר פון די הויז איז אליין אפען צו די רשות הרבים
משא"כ אויב עס איז דא א האלל און פון די גאס טיר גייען אריין צוויי מענטשן אין די האלל מוז מען צינדן יעדער ביי זיין טיר אינעווייניג. ווייל עס מיז זיין אן אייגענע טיר.

תוספות האלט אז יעדער צינדט ביי די רשות הרבים אפילו ווען עס איז דא אסאך אירע צו די זעלבע אריינגאנג, עס איז א גרויסע מחלוקת הראשונים ווי ועמען מען פסקנט,

נאך דעם צו מען צינדט אויפן רשות הרבים ממש אדער בפנים החצר, און מען זעהט עס טאקע נאר ווען מען עפענט די טיר,

עכ"פ עס איז זייער שווער צו צינדן אין גאס צולוב די קאמלעצירטע מחלוקת אין יעדע פאל ווי מען דארף צינדן.

פארשטייט זיך אויב איז דא עטליכע טירן צו די גאס דארף מען צינדן ביי יעדע טיר, דאס מיינט אויך אויב איינער האט א זומער דירה אין די קעטסקילס וכדו'
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17300
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: שאלות אין הלכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

סאדאם חוסעין האט געשריבן:
[

די פוסקים נעמען אן אז אויב מ'דרייט זיך נישט דארט יעצט, דארף מען נישט צינדן דארט.
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרים אלף
תגובות: 22728
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע:50°18′N 21°4′E

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטיטשינער »

גוטע נקודה האט געשריבן:
יישר כוחכם ביידע פון אייך, וועלן מיר עס בעזר השם נאך קוקען און צוריק קומען מיט אן אנטווארט.
וואס הייסט אן אנטווארט? איר האט אפגעמאכט אז עס איז א פראבלעם און דעריבער דארפן די פוסקי הדור אן אנטווארט?
שפאנט'ס מיט ווארטונג

די רעוואלוציע איז אין פילן שוואנג

טראגטס עס ארויס פון דא!
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35602
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע:אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: שאלות אין הלכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

אוראייניקל האט געשריבן:
סאדאם חוסעין האט געשריבן:
[
פארשטייט זיך אויב איז דא עטליכע טירן צו די גאס דארף מען צינדן ביי יעדע טיר, דאס מיינט אויך אויב איינער האט א זומער דירה אין די קעטסקילס וכדו'
די פוסקים נעמען אן אז אויב מ'דרייט זיך נישט דארט יעצט, דארף מען נישט צינדן דארט.
ס'שטייט שוין אין די פריערדיגע פוסקים אז ס'איז נישט שייך היינט.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
loyodea
שר האלפיים
תגובות: 2092
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 20, 2020 8:00 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך loyodea »

סטיטשינער האט געשריבן:
גוטע נקודה האט געשריבן:
יישר כוחכם ביידע פון אייך, וועלן מיר עס בעזר השם נאך קוקען און צוריק קומען מיט אן אנטווארט.
וואס הייסט אן אנטווארט? איר האט אפגעמאכט אז עס איז א פראבלעם און דעריבער דארפן די פוסקי הדור אן אנטווארט?
ער מיינט צו זאגן וויאזוי די אלע ראשונים זענען געווען קעגן שלחן ערוך, עפעס אזוי.
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17300
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: שאלות אין הלכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

farshlufen האט געשריבן:
אוראייניקל האט געשריבן:
סאדאם חוסעין האט געשריבן:
[
פארשטייט זיך אויב איז דא עטליכע טירן צו די גאס דארף מען צינדן ביי יעדע טיר, דאס מיינט אויך אויב איינער האט א זומער דירה אין די קעטסקילס וכדו'
די פוסקים נעמען אן אז אויב מ'דרייט זיך נישט דארט יעצט, דארף מען נישט צינדן דארט.
ס'שטייט שוין אין די פריערדיגע פוסקים אז ס'איז נישט שייך היינט.
ווייל מ'צינדט אינעווייניג, און אפילו די וואס צינדן יא אינדרויסן, ווייל עס זענען דא וואס צינדן אינעווייניג.

ער רעדט אבער נניח אז מ'וועט אננעמען אז מ'דארף איבעראל צינדן אינדרויסן.
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
ווער איז שטערקער?!
שר שלשת אלפים
תגובות: 3012
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 27, 2022 2:04 pm

Re: שאלות בהלכות הדלקת נר חנוכה והמסתעף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווער איז שטערקער?! »

מ’מוז צינדן נאך מעריב? אדער ס’איז נאר א מנהג. אדער אפשר דאס אויכעט נישט
loyodea
שר האלפיים
תגובות: 2092
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 20, 2020 8:00 pm

Re: שאלות בהלכות הדלקת נר חנוכה והמסתעף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך loyodea »

ווער איז שטערקער?! האט געשריבן:
מ’מוז צינדן נאך מעריב? אדער ס’איז נאר א מנהג. אדער אפשר דאס אויכעט נישט
אז מ'דאוונט נאכן צאת, דארף מען קודם דאוונען אלס תדיר
אוועטאר
יצחק אייזיק
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

Re: שאלות בהלכות הדלקת נר חנוכה והמסתעף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק אייזיק »

ווער איז שטערקער?! האט געשריבן:
מ’מוז צינדן נאך מעריב? אדער ס’איז נאר א מנהג. אדער אפשר דאס אויכעט נישט
אויב מ'איז אין שול דאווענט מען קודם אלס תדיר, און די מנהג איז צו גיין אין שול צו דאווענען קודם.

אבער אויב מ'איז אין שטוב דארף מען ע"פ הלכה נישט ארויסגיין דאווענען ווייל תדיר זאגט מען נאר ווען ביידע מצוות זענען אייניג.
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
אוועטאר
ווער איז שטערקער?!
שר שלשת אלפים
תגובות: 3012
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 27, 2022 2:04 pm

Re: שאלות בהלכות הדלקת נר חנוכה והמסתעף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווער איז שטערקער?! »

יצחק אייזיק האט געשריבן:
ווער איז שטערקער?! האט געשריבן:
מ’מוז צינדן נאך מעריב? אדער ס’איז נאר א מנהג. אדער אפשר דאס אויכעט נישט
אויב מ'איז אין שול דאווענט מען קודם אלס תדיר, און די מנהג איז צו גיין אין שול צו דאווענען קודם.

אבער אויב מ'איז אין שטוב דארף מען ע"פ הלכה נישט ארויסגיין דאווענען ווייל תדיר זאגט מען נאר ווען ביידע מצוות זענען אייניג.
ש’כח.
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17300
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: שאלות בהלכות הדלקת נר חנוכה והמסתעף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

ע"פ סוד איז דאכט זיך מיר יא אן ענין צו דאווענען פריער.
חוח בין השושנים האט געשריבן:
פיישל
שר חמש מאות
תגובות: 585
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 17, 2021 1:22 am

Re: שאלות בהלכות הדלקת נר חנוכה והמסתעף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיישל »

יצחק אייזיק האט געשריבן:
ווער איז שטערקער?! האט געשריבן:
מ’מוז צינדן נאך מעריב? אדער ס’איז נאר א מנהג. אדער אפשר דאס אויכעט נישט
אויב מ'איז אין שול דאווענט מען קודם אלס תדיר, און די מנהג איז צו גיין אין שול צו דאווענען קודם.

אבער אויב מ'איז אין שטוב דארף מען ע"פ הלכה נישט ארויסגיין דאווענען ווייל תדיר זאגט מען נאר ווען ביידע מצוות זענען אייניג.
לפי המשנ"ב יש טעם נוסף, שק"ש דאוריי' ונ"ח דרבנן
אוועטאר
בוחר בשירי זמרה
שר האלפיים
תגובות: 2627
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 26, 2016 10:49 pm

Re: שאלות בהלכות הדלקת נר חנוכה והמסתעף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוחר בשירי זמרה »

אוראייניקל האט געשריבן:
ע"פ סוד איז דאכט זיך מיר יא אן ענין צו דאווענען פריער.

עי' ספה"ק עבודת ישראל
איר האט הנאה -יעצט בשעת מעשה- פונעם סייט?
קומט אריין דא אצינד, און טראסקעט אריין עפעס
shalsheles
שר האלף
תגובות: 1516
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 22, 2009 9:52 pm

Re: שאלות בהלכות הדלקת נר חנוכה והמסתעף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך shalsheles »

אויב דער טאטע קומט אהיים שפעט פון די ארבייט איז כדי די שטוב זאל ווארטן אדער לאזן די בחורים צינדן ביים זמן?
אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5998
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

Re: שאלות בהלכות הדלקת נר חנוכה והמסתעף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדאם חוסעין »

אויב וועלן די בחורים זיצן נטכאמאל א האלבע שעה קענען זיי צינדן אבער לכאורה נישט און עס איז לכתחילה כדי עס זאל זיין צוזאמען און זיי קענען עסן לערנען חוץ אפשר פת ווייל די טאטע איז א שומר
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]
שרייב תגובה

צוריק צו “הלכה למעשה”