בלאט 3פון 5

Re: וואו איז דער מקור?....

געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 26, 2022 2:44 pm
דורך חידוש נפלא
farshlufen האט געשריבן:
אוראייניקל האט געשריבן:
א גוטן האט געשריבן:
מען האלט שוין באלד ביי חנוכה, האב איך געוואלט ארויף ברענגן וואס איך זיך שוין לאנג. פון ווי נעמט זיך די מנהג צו זיצן א האלבע שעה ביי די חנוכה ליכט
דאכט זיך מיר אין מקור חיים להחוות יאיר שטייט אזוי
דער "מקור חיים" איז געדרוקט געווארן הערשט אין די מ"ם יארן.

אונזערע עלטערן האבן זיך שוין אזוי געפירט פון פריער.
אינטערסאנט צוצוברענגען - נישט אז דאס איז דער מקור - אבער ס'שטייט אין יסוד ושורש העבודה (נדפס לראשונה שנת תק"ע) וז"ל: וראוי להאריך בשירים ובפיוטים עד משך חצי שעה עכ"פ.

Re: שאלות בהלכות הדלקת נר חנוכה והמסתעף

געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 06, 2023 11:31 pm
דורך בר חכמה
אויב פאר איך מארגען נאכט ארויף צו די קאנטרי פאר שבת מעג איך צינדען ביי מיר אינדערהיים פארדעם, אדער איך מוז צינדען אין קאנטרי דארט ווי איך שלאף אין עס?

Re: שאלות בהלכות הדלקת נר חנוכה והמסתעף

געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 06, 2023 11:47 pm
דורך farshlufen
בר חכמה האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 06, 2023 11:31 pm
אויב פאר איך מארגען נאכט ארויף צו די קאנטרי פאר שבת מעג איך צינדען ביי מיר אינדערהיים פארדעם, אדער איך מוז צינדען אין קאנטרי דארט ווי איך שלאף אין עס?
צינד אינדערהיים געהעריג נאכן זמן.

Re: שאלות בהלכות הדלקת נר חנוכה והמסתעף

געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 07, 2023 7:19 pm
דורך moishy56
יצחק אייזיק האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 20, 2022 9:52 pm
ווער איז שטערקער?! האט געשריבן:
מ’מוז צינדן נאך מעריב?
אדער ס’איז נאר א מנהג. אדער אפשר דאס אויכעט נישט
אויב מ'איז אין שול דאווענט מען קודם אלס תדיר, און די מנהג איז צו גיין אין שול צו דאווענען קודם.

אבער אויב מ'איז אין שטוב דארף מען ע"פ הלכה נישט ארויסגיין דאווענען ווייל תדיר זאגט מען נאר ווען ביידע מצוות זענען אייניג.
למעשה, פארוואס חנוכה לויפט יעדער צו מעריב, און ערשט נאכדעם צינדט מען?
א גאנצע יאר שטיפט מען די צייט פאר 5 שעה, און ערשט 11 אזייגער ביינאכט כאפט מען א מעריב.

Re: שאלות בהלכות הדלקת נר חנוכה והמסתעף

געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 07, 2023 7:23 pm
דורך moishy56
מען מעג קאכן און באקן א האלבע שעה פארן צינדעןחנוכה לעכט?
א האלבע שעה נאכן צינדען?

Re: שאלות בהלכות הדלקת נר חנוכה והמסתעף

געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 07, 2023 7:37 pm
דורך farshlufen
moishy56 האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 07, 2023 7:23 pm
מען מעג קאכן און באקן א האלבע שעה פארן צינדעןחנוכה לעכט?
א האלבע שעה נאכן צינדען?
יא

Re: שאלות בהלכות הדלקת נר חנוכה והמסתעף

געשריבן: פרייטאג דעצעמבער 08, 2023 9:10 am
דורך יוסף בנימין
farshlufen האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 07, 2023 7:37 pm
moishy56 האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 07, 2023 7:23 pm
מען מעג קאכן און באקן א האלבע שעה פארן צינדעןחנוכה לעכט?
א האלבע שעה נאכן צינדען?
יא
און די האלבע שעה אויך ווייל עס איז נישט ערגער ווי חוה''מ
נאר די ענין איז צו זיצן אין קוקן

Re: שאלות בהלכות הדלקת נר חנוכה והמסתעף

געשריבן: פרייטאג דעצעמבער 08, 2023 12:37 pm
דורך להודות
וואס איז א פשוטער הסבר אויף דעם וואס אסאך רבנים פירן זיך צו צונדן אין בהמ"ד כאטש זיי וואוינען נישט דארט?

Re: שאלות בהלכות הדלקת נר חנוכה והמסתעף

געשריבן: פרייטאג דעצעמבער 08, 2023 12:40 pm
דורך קלאנג
להודות האט געשריבן: פרייטאג דעצעמבער 08, 2023 12:37 pm
וואס איז א פשוטער הסבר אויף דעם וואס אסאך רבנים פירן זיך צו צונדן אין בהמ"ד כאטש זיי וואוינען נישט דארט?
פרסומי ניסא, און מ'פירט זיך טאקע צו עסן דארט אויך.

מעגליך אז איינער צינד אינדערהיים אויך, בין איך נישט באקאנט

Re: שאלות בהלכות הדלקת נר חנוכה והמסתעף

געשריבן: פרייטאג דעצעמבער 08, 2023 12:42 pm
דורך קלאנג
moishy56 האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 07, 2023 7:19 pm
יצחק אייזיק האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 20, 2022 9:52 pm
ווער איז שטערקער?! האט געשריבן:
מ’מוז צינדן נאך מעריב?
אדער ס’איז נאר א מנהג. אדער אפשר דאס אויכעט נישט
אויב מ'איז אין שול דאווענט מען קודם אלס תדיר, און די מנהג איז צו גיין אין שול צו דאווענען קודם.

אבער אויב מ'איז אין שטוב דארף מען ע"פ הלכה נישט ארויסגיין דאווענען ווייל תדיר זאגט מען נאר ווען ביידע מצוות זענען אייניג.
למעשה, פארוואס חנוכה לויפט יעדער צו מעריב, און ערשט נאכדעם צינדט מען?
א גאנצע יאר שטיפט מען די צייט פאר 5 שעה, און ערשט 11 אזייגער ביינאכט כאפט מען א מעריב.
ווייל שפעטער איז שווער צו טרעפן א מנין....

פשוט'ע טעם איז ווייל תדיר קודם

Re: שאלות בהלכות הדלקת נר חנוכה והמסתעף

געשריבן: פרייטאג דעצעמבער 08, 2023 12:43 pm
דורך יוסף בנימין
להודות האט געשריבן: פרייטאג דעצעמבער 08, 2023 12:37 pm
וואס איז א פשוטער הסבר אויף דעם וואס אסאך רבנים פירן זיך צו צונדן אין בהמ"ד כאטש זיי וואוינען נישט דארט?
עס הייסט שם ביתם, די סיבה פארוואס מען מעג שלאפן עסן און אלעס טוהן אין א בהימ"ד של חסידים, כי נבנה על דעת רבם,

די הלכה איז ווען איינער האט צוויי שטייבער איינס ווי ער עסט און איינס ווי ער שלאפט, צינדט מען ווי מען עסט ווייל דאס איז מער עיקר,
הגם א אבי עסט אויך אינדערהיים, איז נאך די פלאץ ווי מען פירט של"ש געניג עיקר, עס זאל הייסן ביתו

קלאנג האקט, די שאלה איז געווען אז פרסומי ניסא אליינס איז נישט קיין היתר א משמש איז נישט יוצא אין ביהמ"ד אפילו עס איז פרסימי ניסא, אדער אויב איינער צינדט סתם אינמיטן גאס נישט על פתח ביתו איז מען נישט יוצא.

ניין קיינער צינדט נישט אינדערהיים ביי די רבנים

Re: שאלות בהלכות הדלקת נר חנוכה והמסתעף

געשריבן: פרייטאג דעצעמבער 08, 2023 12:44 pm
דורך להודות
קלאנג האט געשריבן: פרייטאג דעצעמבער 08, 2023 12:40 pm
פרסומי ניסא, און מ'פירט זיך טאקע צו עסן דארט אויך.

מעגליך אז איינער צינד אינדערהיים אויך, בין איך נישט באקאנט
דאכצעך ס'איז פשוט בפוסקים אז דער שמש איז נישט יוצא מיט הדלקה בבהכנ"ס ווייל ס'איז נישט ביתו.
ביטע ברענג א מקור אז מ'עסט אביסל מזונות קען מען שוין צינדן דארט.

די רבנים וואס צונדן אין בהמ"ד מיט א ברכה מיינען צו יוצא זיין דארט.

Re: שאלות בהלכות הדלקת נר חנוכה והמסתעף

געשריבן: פרייטאג דעצעמבער 08, 2023 12:47 pm
דורך יוסף בנימין
קלאנג האט געשריבן: פרייטאג דעצעמבער 08, 2023 12:42 pm
moishy56 האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 07, 2023 7:19 pm
יצחק אייזיק האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 20, 2022 9:52 pm
ווער איז שטערקער?! האט געשריבן:
מ’מוז צינדן נאך מעריב?
אדער ס’איז נאר א מנהג. אדער אפשר דאס אויכעט נישט
אויב מ'איז אין שול דאווענט מען קודם אלס תדיר, און די מנהג איז צו גיין אין שול צו דאווענען קודם.

אבער אויב מ'איז אין שטוב דארף מען ע"פ הלכה נישט ארויסגיין דאווענען ווייל תדיר זאגט מען נאר ווען ביידע מצוות זענען אייניג.
למעשה, פארוואס חנוכה לויפט יעדער צו מעריב, און ערשט נאכדעם צינדט מען?
א גאנצע יאר שטיפט מען די צייט פאר 5 שעה, און ערשט 11 אזייגער ביינאכט כאפט מען א מעריב.
ווייל שפעטער איז שווער צו טרעפן א מנין....

פשוט'ע טעם איז ווייל תדיר קודם
תדיר קודם איז נאר ווען מען דאווענט יעדע נאכט ביים זמן, און היינט איז דא צוויי מצוות אויף א מאל ווייל די מצוה פון צינדן קומט אן צוזאמען מיט די מצוה פון מעריב זאג איך תדיר קודם, משא"כ איינער וואס דאווענט אייביג שפעטער מעריב איז עס נישט 2 מצוות אויף א מאל,

נאר די תירף איז אז סתם א נאכט מעג מען דאווענען שפעטער ווייל איך האב נישט מורא ער וועט פארגעסן, ווייל א מענטש האט זיין סדר ווען ער גייט דאווענען מעריב און ווען ער האט זיין שיעור תורה, דעריבער, מעג מען אפילו זיך וואשן ביינאכט צו סאפער פאר קרי"ש און מעריב, כאטש על פי הלכה טאר מען זיך נישט וואשן פון א האלבע שעה פארן זמן צאה"כ, ווייל א מענטש האט א סדר ארויסצוגיין נאך מעריב צו זיין שיעור האב איך נישט מורא שמא ישכח,

אבער היות חנוכה איז אביסל אנדערש די סדר, האב איך שוין יא מורא שמא ישכח,
די זעלבע תירץ פארואס ביי א תענית דאווענעט מען פארן אויספאסטן, ווען א מענטש האט זיין געהעריגע סקעדשול מוצאי תענית מיט א געהעריגע מנין לאמיר זאגן 9:00 קען מען ווען רויאיג אויספאסטן און עסן נאכטמאל פאר מעריב

Re: שאלות בהלכות הדלקת נר חנוכה והמסתעף

געשריבן: פרייטאג דעצעמבער 08, 2023 12:49 pm
דורך יוסף בנימין
להודות האט געשריבן: פרייטאג דעצעמבער 08, 2023 12:44 pm
קלאנג האט געשריבן: פרייטאג דעצעמבער 08, 2023 12:40 pm
פרסומי ניסא, און מ'פירט זיך טאקע צו עסן דארט אויך.

מעגליך אז איינער צינד אינדערהיים אויך, בין איך נישט באקאנט
דאכצעך ס'איז פשוט בפוסקים אז דער שמש איז נישט יוצא מיט הדלקה בבהכנ"ס ווייל ס'איז נישט ביתו.
ביטע ברענג א מקור אז מ'עסט אביסל מזונות קען מען שוין צינדן דארט.

די רבנים וואס צונדן אין בהמ"ד מיט א ברכה מיינען צו יוצא זיין דארט.
אביסל מזונות? אפילו א געהעריגע סעודה טאר מען נישט דארט צינדן, (חוץ אויב מען האט נאך אפאר צירופים)

Re: שאלות בהלכות הדלקת נר חנוכה והמסתעף

געשריבן: פרייטאג דעצעמבער 08, 2023 12:50 pm
דורך להודות
יוסף בנימין האט געשריבן: פרייטאג דעצעמבער 08, 2023 12:43 pm
עס הייסט שם ביתם, די סיבה פארוואס מען מעג שלאפן עסן און אלעס טוהן אין א בהימ"ד של חסידים, כי נבנה על דעת רבם,

די הלכה איז ווען איינער האט צוויי שטייבער איינס ווי ער עסט און איינס ווי ער שלאפט, צינדט מען ווי מען עסט ווייל דאס איז מער עיקר,
הגם א אבי עסט אויך אינדערהיים, איז נאך די פלאץ ווי מען פירט של"ש געניג עיקר, עס זאל הייסן ביתו
האסט מקורות דערצו?

ער דארף נישט קיין שום בעלות דארט? אז איינער עסט לאנטש אין א געשעפט יעדן טאג קען ער דארט צונדן?

וואס איז מיט די וואס דונגען א ווערהאוז אויף א נאכט צו מאכן א הדלקה דארט, ווערט עס ביתו ווייל מ'איז געקומען זיצן אויף 2 שעה און זינגען זמירות?

Re: שאלות בהלכות הדלקת נר חנוכה והמסתעף

געשריבן: פרייטאג דעצעמבער 08, 2023 12:53 pm
דורך להודות
יוסף בנימין האט געשריבן: פרייטאג דעצעמבער 08, 2023 12:49 pm
אביסל מזונות? אפילו א געהעריגע סעודה טאר מען נישט דארט צינדן, (חוץ אויב מען האט נאך אפאר צירופים)
איך פרעג וויזוי איז עס ביתו היינט חנוכה ווען ער שלאפט נישט דארט און עסט נאר אביסל מזונות.

נישט קלאר צו מיר אז ווייל מ'פירט שבת קען ער צונדן דארט. אויב אזוי קען יעדער וואס עסט של"ס אין שול אויך צונדן אין בהמ"ד?

Re: שאלות בהלכות הדלקת נר חנוכה והמסתעף

געשריבן: פרייטאג דעצעמבער 08, 2023 12:55 pm
דורך יוסף בנימין
להודות האט געשריבן: פרייטאג דעצעמבער 08, 2023 12:50 pm
יוסף בנימין האט געשריבן: פרייטאג דעצעמבער 08, 2023 12:43 pm
עס הייסט שם ביתם, די סיבה פארוואס מען מעג שלאפן עסן און אלעס טוהן אין א בהימ"ד של חסידים, כי נבנה על דעת רבם,

די הלכה איז ווען איינער האט צוויי שטייבער איינס ווי ער עסט און איינס ווי ער שלאפט, צינדט מען ווי מען עסט ווייל דאס איז מער עיקר,
הגם א אבי עסט אויך אינדערהיים, איז נאך די פלאץ ווי מען פירט של"ש געניג עיקר, עס זאל הייסן ביתו
האסט מקורות דערצו?

ער דארף נישט קיין שום בעלות דארט? אז איינער עסט לאנטש אין א געשעפט יעדן טאג קען ער דארט צונדן?

וואס איז מיט די וואס דונגען א ווערהאוז אויף א נאכט צו מאכן א הדלקה דארט, ווערט עס ביתו ווייל מ'איז געקומען זיצן אויף 2 שעה און זינגען זמירות?
ווען איינער עסט במקום רבים הייסט עס נישט ביתו,למשל אויב איינער עסט אין ביהמ"ד יעדן טאג קען ער נאך נישט צינדן דארט,
אבער ווען איינער האט א שטוב ערגעץ (למשל אן אייגענע געשעפט) און ער עסט דארט יעדן טאג, קען ער על פי הלכה צינדן אין געשעפט ווייל ער וואוינט אין געשעפט, עס איז ווי איינער וואס האט 2 הייזער אין שטאט, און בזמן וואס מען האט געצינדן אינדרויסן האט מען געדארפט לכאורה צינדן ביי ביידע הייזער מפני חשד.

דינגען א דירה נישט, ווייל פאר 2 שעה הייסט נישט קיין דירה אויב מען שלאפט נישט דארט איבער נאכט

Re: שאלות בהלכות הדלקת נר חנוכה והמסתעף

געשריבן: פרייטאג דעצעמבער 08, 2023 12:57 pm
דורך יוסף בנימין
להודות האט געשריבן: פרייטאג דעצעמבער 08, 2023 12:53 pm
יוסף בנימין האט געשריבן: פרייטאג דעצעמבער 08, 2023 12:49 pm
אביסל מזונות? אפילו א געהעריגע סעודה טאר מען נישט דארט צינדן, (חוץ אויב מען האט נאך אפאר צירופים)
איך פרעג וויזוי איז עס ביתו היינט חנוכה ווען ער שלאפט נישט דארט און עסט נאר אביסל מזונות.

נישט קלאר צו מיר אז ווייל מ'פירט שבת קען ער צונדן דארט. אויב אזוי קען יעדער וואס עסט של"ס אין שול אויך צונדן אין בהמ"ד?
ווען איינער עסט במקום רבים הייסט נישט זיין הויז משא"כ א רבי וואס די ביהמ"ד איז נבנה על דעתו (ער איז בעל הבית פונעם פלאץ ער איז די ראש הציבור)

Re: שאלות בהלכות הדלקת נר חנוכה והמסתעף

געשריבן: מוצ"ש דעצעמבער 09, 2023 7:05 pm
דורך moishy56
אסור להשתמש לאורה:
מען טאר נישט מאכן בילדער פון די חנוכה לעכט אין די ערשטע האלבע שעה

Re: שאלות בהלכות הדלקת נר חנוכה והמסתעף

געשריבן: מוצ"ש דעצעמבער 09, 2023 7:15 pm
דורך moishy56
א האלבע שעה נאכן צינדען, ביי חסידים זיצט מען ביי די לעכט און מען זינגט.
איז דא א פראבלעם צו עסן פאנטשקעס לאטקעס וכו' אין די האלבע שעה?

Re: שאלות בהלכות הדלקת נר חנוכה והמסתעף

געשריבן: זונטאג דעצעמבער 10, 2023 10:27 am
דורך moishy56
מ'מעג שפילן דריידעל אויף שבת?

Re: שאלות בהלכות הדלקת נר חנוכה והמסתעף

געשריבן: זונטאג דעצעמבער 10, 2023 11:04 am
דורך יוסף בנימין
moishy56 האט געשריבן: מוצ"ש דעצעמבער 09, 2023 7:15 pm
א האלבע שעה נאכן צינדען, ביי חסידים זיצט מען ביי די לעכט און מען זינגט.
איז דא א פראבלעם צו עסן פאנטשקעס לאטקעס וכו' אין די האלבע שעה?
ניין.

Re: שאלות בהלכות הדלקת נר חנוכה והמסתעף

געשריבן: זונטאג דעצעמבער 10, 2023 11:05 am
דורך יוסף בנימין
moishy56 האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 10, 2023 10:27 am
מ'מעג שפילן דריידעל אויף שבת?
א דריידל איז מוקצה ווייל די מלאכה וואס מען שפילט איז אסור שבת. אלץ מקח וממכר

אבער אויב האט מען א ספעציעלע דריידל מיוחד לשבת, און מען שפילט נישט עכט דהיינו ווער עס געווינט באקומט נישט גארנישט איז עס מותר

Re: שאלות בהלכות הדלקת נר חנוכה והמסתעף

געשריבן: זונטאג דעצעמבער 10, 2023 11:22 am
דורך להודות
יוסף בנימין האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 10, 2023 11:05 am
א דריידל איז מוקצה ווייל די מלאכה וואס מען שפילט איז אסור שבת
דאס איז נישט גענוג צו אסר'ן ווייל ס'וואלט געדארפט זיין מותר לצורך גופו.

(איך ווייס אז ס'דא נאך צדדים.)

Re: שאלות בהלכות הדלקת נר חנוכה והמסתעף

געשריבן: זונטאג דעצעמבער 10, 2023 11:24 am
דורך יוסף בנימין
להודות האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 10, 2023 11:22 am
יוסף בנימין האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 10, 2023 11:05 am
א דריידל איז מוקצה ווייל די מלאכה וואס מען שפילט איז אסור שבת
דאס איז נישט גענוג צו אסר'ן ווייל ס'וואלט געדארפט זיין מותר לצורך גופו.

(איך ווייס אז ס'דא נאך צדדים.)
ודאי לצורך גופו ומקומו איז עס מותר פינקט ווי די בוש מאשין און ביגעל אייזען
מעגסטע ריקן ווען דו דארפט די פלאץ....

Create a Mobile Website
View Site in Mobile | Classic
Share by: