אנשיקעניש האלט אן! קיאסקן וואקסן אויף הייווען אין די וויליאמסבורגע גאסן!

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

קלאנג
שר האלפיים
תגובות: 2069
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 28, 2020 11:50 pm

Re: אנשיקעניש האלט אן! קיאסקן וואקסן אויף הייווען אין די וויליאמסבורגע גאסן!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאנג »

בערענשטיין האט געשריבן: זונטאג יוני 11, 2023 11:06 pm
ווער איז שטערקער?! האט געשריבן: זונטאג יוני 11, 2023 11:05 pm
העלאוקיטי האט געשריבן: זונטאג יוני 11, 2023 10:50 pm
בא שבת בא מנוחה האט געשריבן: זונטאג יוני 11, 2023 10:10 pm
איין זאך וואס קען געשען מיט אזויפיל קאמפעטישן, וועט די פרייז אראפ קומען.
זאל זיין די איינער וואס איז ביליגער אז יעדער זאל נאכמאכן
אלא מאי.....🤙🫴
they work together and say lets make money together why lower your prices!
די ווייסט אזוי אדער די שטעלסטיך פאר?
וקול התור נשמע בארצנו

רייטן אויף אנדערע מיינט אז מ'האט נישט קיין סעט פרייז, נאר מ'טשארזשט לויט די נאז אדער לויט ווי דעספרעט יענער איז. ווען איינער בעט די זעלבע פרייז פאר יעדעם אין ער זאגט די פרייז פון פאראויס, קען מען קיין שום טענה נישט האבן. פריי דיך אז איינער שטעלט דיר צו א פלאץ מיט אינטערנעט. ס'איז דיך ווערד 12 דאללער א שעה והא ראי' די ניצט עס פאר די פרייז. דער געשעפטסמאן וויל פארדינען 200,000 א יאר און ער איז 100% בארעכטיגט. טאמער וועסטי אים נישט לאזן וועט ער זיכן אן אנדערע ליין.
וקול התור נשמע בארצנו
אוועטאר
ווער איז שטערקער?!
שר שלשת אלפים
תגובות: 3014
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 27, 2022 2:04 pm

Re: אנשיקעניש האלט אן! קיאסקן וואקסן אויף הייווען אין די וויליאמסבורגע גאסן!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווער איז שטערקער?! »

קלאנג האט געשריבן: זונטאג יוני 11, 2023 11:25 pm
בערענשטיין האט געשריבן: זונטאג יוני 11, 2023 11:06 pm
ווער איז שטערקער?! האט געשריבן: זונטאג יוני 11, 2023 11:05 pm
העלאוקיטי האט געשריבן: זונטאג יוני 11, 2023 10:50 pm
בא שבת בא מנוחה האט געשריבן: זונטאג יוני 11, 2023 10:10 pm
איין זאך וואס קען געשען מיט אזויפיל קאמפעטישן, וועט די פרייז אראפ קומען.
זאל זיין די איינער וואס איז ביליגער אז יעדער זאל נאכמאכן
אלא מאי.....🤙🫴
they work together and say lets make money together why lower your prices!
די ווייסט אזוי אדער די שטעלסטיך פאר?
כ’ווייס פאר א פאקט אז נישט!
סתם א נאסע לאלעך!
אוועטאר
גאר.געשמאק
שר חמש מאות
תגובות: 826
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג סעפטעמבער 04, 2022 7:08 pm
לאקאציע:הארי הררט

Re: אנשיקעניש האלט אן! קיאסקן וואקסן אויף הייווען אין די וויליאמסבורגע גאסן!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאר.געשמאק »

די עולם ריידט אויף אונז און גרויסן……

סייג לכחמה שתיקה!!!
מלה בסלע משתוקא בתרין!!!
אמור מעט ועשה הרבה!!!
אוועטאר
בעסטע חבר
שר מאה
תגובות: 181
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש יאנואר 14, 2023 9:06 pm

Re: אנשיקעניש האלט אן! קיאסקן וואקסן אויף הייווען אין די וויליאמסבורגע גאסן!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעסטע חבר »

אויב מעג איך אביסל פארדרייען די שמועס, פארוואס ביי שטריימלעך, היטן, עסן, תפילין בייטלעך, ציצית, וכו' פארשטייסטו אז עס איז איבערגעטריבענע פרייזן? אבער דא האבן זיי די פילע רעכט צי ווערן מיליאנערן אויפן חשבון פונעם ציבור!
דעת תורה
שר מאה
תגובות: 186
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 06, 2021 11:43 am

Re: אנשיקעניש האלט אן! קיאסקן וואקסן אויף הייווען אין די וויליאמסבורגע גאסן!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דעת תורה »

איך האלט אז זייער מארק אפ איז נישט מער ווי די 35% פראצענט וואס דאס איז די אנגענומענע מארק אפ ביי אינזער היימישע עקאנאמי ווי צום ביישפיל גראסעריס (קליינע) ספרים סטארס שיך קלינערס ועוד זעה איך נישט פארוואס ער זאל דארפן בעטן ווייניגער
נאר וואס וואונדערט מיר יא אז סעפנט זיך אזוי סאך קיאסקן לעצטענס זענען זיי אלע פול איז טאקע דא אזא גרויסע דימענד אז זיי זאלן אלע קענען בלייבען אין ביזנעס אתמהה
קלאנג
שר האלפיים
תגובות: 2069
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 28, 2020 11:50 pm

Re: אנשיקעניש האלט אן! קיאסקן וואקסן אויף הייווען אין די וויליאמסבורגע גאסן!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאנג »

בעסטע חבר האט געשריבן: מאנטאג יוני 12, 2023 1:33 am
אויב מעג איך אביסל פארדרייען די שמועס, פארוואס ביי שטריימלעך, היטן, עסן, תפילין בייטלעך, ציצית, וכו' פארשטייסטו אז עס איז איבערגעטריבענע פרייזן? אבער דא האבן זיי די פילע רעכט צי ווערן מיליאנערן אויפן חשבון פונעם ציבור!
קודם כל בארואיג דיך, קיינער ווערט נישט קיין מיליאנער פון א קיאסק. צווייטנס, ס'איז נישט קלאר וואס איז די באדייט פון "איבערגעטריבענע פרייזן". ס'איז דא הלכות וויפול פראפיט א מענטש מעג מאכן?
וקול התור נשמע בארצנו
אוועטאר
בעסטע חבר
שר מאה
תגובות: 181
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש יאנואר 14, 2023 9:06 pm

Re: אנשיקעניש האלט אן! קיאסקן וואקסן אויף הייווען אין די וויליאמסבורגע גאסן!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעסטע חבר »

קלאנג האט געשריבן: מאנטאג יוני 12, 2023 9:10 am

האבעך נישט געמיינט דווקא מיליאנערן.
און ווער רעדט וועגן הלכה? איך האב נאר ארויס געברענגט אז יעדע זאך וואס איז געמאכט ספעציעל פארן אידישען מארקעט צאלט מען איבערגעטריבענע פרייזן.

בעסטע חבר האט געשריבן: מאנטאג יוני 12, 2023 10:13 am

ס'איז אמת, אבער וואס קענסטי פארלאנגן פון איינער וואס דארף צאלן איבערגעטריבענע פרייזן פאר רענט, קליידער, עסן, שמחות וכו' וכו'. פון ווי זאל ער האבן די געלט דערפאר טאמער וועט ער נישט טשארזשן איבערגעטריבענע פרייזן פון זיינע קאסטומערס?
וקול התור נשמע בארצנו
משגיח תמידי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 329
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 12, 2014 2:45 pm

Re: אנשיקעניש האלט אן! קיאסקן וואקסן אויף הייווען אין די וויליאמסבורגע גאסן!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משגיח תמידי »

בן כלבא שבוע האט געשריבן: זונטאג יוני 11, 2023 5:57 pm
ברוקלינער יונגערמאן האט געשריבן: זונטאג יוני 11, 2023 4:58 pm
א מין אנשיקעניש פון טערארעזירן די מענשטהייט פארן וועלן מאכן אפאר דאלער. מ’שטיי מיר דא גארנישט בעסער ווי די לינקע ליבעראלן אין נוי יארק וכדו’ ווי מאכן געלט איז גאר א גרויסע פארברעכן.

ערב יוד, נוצן א קאמפיוטער ביי יענעם אין געשעפט איז נישט קיין לייף נעסעסעסיטי און גייט נישט אריין אין בגדר פון רייטן אויפן ציבור, נישט קיין חילוק וויפיל געלט ער בעט. ס’איז א סערוויס וואס מ’שטעלט צו פאר געלט און קען אנגערופען ווערן א luxurious אייטעם. איר האט אויך טענות פארוואס מצוה קינדער מענטשעלעך קאסט אזויפיל? ער רייט אויפן ציבור ווי איז דאס געהערט געווארן אזאלכע פרייזן... און וואס איז מיט פול ארקעסטרע בענד אדער שירה קווייער וואס קאסט אין א”י א דריטל די פרייז, וואסידעס רייטן אויפן ציבור ווייל זיי זענען די בעסטע און יעדער נעמט זיי עניוועי?

אויב פילט איר אז מ’רייט אויף אייך דאן זייט מוחל און גייט צוריק נוצן אינטערנעט דארט ווי איר האט עס גענוצט פאר איר האט אנגעהויבן גיין אין קיאסק.

איי אין קאנאדע אדער אין א”י איז עס ביליגער? טאף לאק, גיי נוץ עס דארט.

ווען א איד עפענט א געשעפט פאר א סערוויס וואס איז דא גאר א גרויסע דימענד און איז בכלל נישט אין די קאטאגעריע פון ברויט און פוטער מעג ער אויך אהיים גיין מיט אסאך געלט (אויב דאס איז די מציאות) ער מעג אויך לעבן פונקט ווי דער עושר וואס האט געפליפט לעצטענס א בילדונג אין די נארט’ס און געריטן... אויפן קונה.

זייט ווען הייסט עס אז מ’רייט אויפן ציבור ווען קיינער הייסט דיר נישט אהין גיין און דו האסט דיסיידעד אז דו ברויכסט די סערוויס. איי דו האסט נישט קיין עקסעס? נא, דאס איז נישט זיין פראבלעם. ער האט קאפוויי פון פירן א ביזנעס, רענט, פעיראלל, איי טי און זיין פראפיט און ער איז ענטייטעלד צו מאכן געלט. יא אזוי ווי איר הערט! ביסט אים מקנא - כאילו ס’איז דא פארוואס - קענסט אים נאכמאכן און אויך שארן גאלד.

אויב משום איזה סיבה האט איר אפגעשניטן אייער עקסעס אינדערהיים מיינט נאכנישט אז יענער ברויך אייך געבן עקסעס פאר וויפיל איר האט באשטומט. איי איר מוזטעס האבן? נו נו ער איז נישט אייער שבת גוי און אויב יא לאזט ער זיך באצאלן דערפאר.

מ’האט פשוט פארגעסן די בעסיק כללים פון לעבנסוויכטיגע סערוויסעס ווס. עקסטרעס. איך ווילן איינעם שרייען אז די מילכיגע רעסטעראנטס רייטן אויפן ציבור פאר א פשוטע פרישטאג. ערב יוד, איר האט טענות נאר צו אייך אליין, גייט אהיים און עסט א היימישע וועטשערע.

@בן כלבא
דאס אז ס’עפענט זיך יעדן טאג נייע קיאסקן מיינט זילטש אז מ’שארט גאלד. ס’איז פשוט א מיינד סעט ביי אונז אז ווען מ’חלום’ט אז יענער מאכט געלט לויפט מען טוען די זעלבע. עיין עמעזאן, ריעל עסטעיט, אירזדשענט קעיר’ס, קאוויד, ABA און נאך. ס’איז פשוט אין אונזער זשינס...
איך האב גארנישט קעגן ביזנעסער וואס מאכן געלט. פארקערט איך בין א הייסע קאנסערוועטיוו און אויב וועט די רעגירונג אנהייבן מאכן רעגולאציעס אויף קיאסקס וועל איך הייזעריג ווערן פון שרייען אויף די זינלאזע מהלך פון אינטערדריקן א דעמאקראטישע קאפיטאליסטישע עקאנאמיע.

מיין ווייטאג איז אויף די מציאות, וואס קיינער לייקנט נישט, איבער די היימישע מהלך פון אויסניצן די פאקט אז די היימישע ציבור מוז צוקומען צו די היימישע סערוויסעס און בעטן אבנארמאלע פרייזן וואס מאכן נישט קיין סענס בלויז מיט'ן אויסגעדראשענע טענה אז 'קיינער צווינגט דיך נישט' ס'איז נישט קיין ברויט און מילך' (ווי כאילו ביי ברויט און מילך שטימען יא די חשבונות).

צו ער מעג? אוודאי מעג ער. צו ער איז א חיה רעה? איך וועל איינגיין אז נישט. ער איז א ביזנעסמאן. צו ער רייט אויפ'ן ציבור'ס ערליכקייט? יא. און דאס איז וואס איך זאג.

די זעלבע זאך איז מיט היימישע גראסעריס, אמת איך מוז נישט קויפן קיין טשאקלאד, איך מוז נישט קויפן קיין קענדיס פאר מיינע קינדער, איך פארשטיי אז איך בין א איד און קען נאר עסן כשר'ס וואס איז געהאסטעדשד ביי עטליכע דיסטריבעטערס. אמת, איך קען מאכן א שבת ארדער בלויז פון ברויט און שמן זית, אבער די מציאות איז אז די היימישע ביזנעסלייט נעמען עדווענטעדזש פון די היימישע עולם.

די זעלבע זאך מיט קליידונג, וואס דארטן קען מען טאקע גיין קויפן ערגעץ אנדערש אויך, וואס הייבט אויף די וויי געשריי פון וחי אחיך עמך.

די זעלבע זאך איז מיט היטן, שטריימלעך, אתרוגים, מקוה, וכו' וכו', אלעס מעג מען, און דאס מיינט א געזונטע סיסטעם, ס'נעמט אבער נישט אוועק די פאקט אז מ'רייט אויפ'ן ציבור.
ווער איז מחליט וויפיל געלט איינער מעג מאכן אז עס זאהל הייסן רייטן אויפן ציבור ?
משגיח תמידי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 329
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 12, 2014 2:45 pm

Re: אנשיקעניש האלט אן! קיאסקן וואקסן אויף הייווען אין די וויליאמסבורגע גאסן!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משגיח תמידי »

יונה פויגל האט געשריבן: זונטאג יוני 11, 2023 8:56 pm
מ'רעדט נישט דא צו מ'מעג ע"פ הלכה צו נישט, און אפי' נישט אז 'אויב מאכט ער צופיל געלט, דארף איך עם אונטערהאקן'
די שמועס איז, אז די בעלי הקיאסקן רייטן אויפן ערליכן ציבור, וויסנדיג אז זיי האבן נישט קיין אנדערע ברירה, און פילן זיך אן זייערע טאשן נישט פראפארצינעל, פשוט ס'איז נישט מענטשליך, וואס'א חילוק צו איך דארף עס יא צו נישט, וואס רייטסטו אויפן ציבור וואס האט נישט קיין אנדערע ברירה

ווען ס'וועט זיך עפענען א נעץ פון קיאסקן אין די היימישע געגנטער, וואס וועלן בעטן נידריגע פרייזן, אביסל מער ווי ס'קאסט עם עס אויסצוהאלטן, וועלן אלע בעלי קיאסקן אראפגיין מיט די פרייזן, וועלנדיג די עולם זאל קומען צו זיי?
אוואדע
נו, איז אויב יעצט וואס האט זיך נאכנישט געטראפן דער צדיק אין סדום וואס זאל דאס טון, איזעס מצדיק די אלע בעלי קיאסקן צו בעטן צודרייטע פרייזן?
אדער וועט זיך האלב פון די קיאסק זיך צומאכן ווייל די בעלי בתים וועלן זאגן אז עס לוינט זיך נישט צו האלטן אויפן, און די אנדערע וואס וועלן יא בלייבן אויפן וועלן צוריק ארויפגיין מיט די פרייז
קלאנג
שר האלפיים
תגובות: 2069
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 28, 2020 11:50 pm

Re: אנשיקעניש האלט אן! קיאסקן וואקסן אויף הייווען אין די וויליאמסבורגע גאסן!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאנג »

משגיח תמידי האט געשריבן: מאנטאג יוני 12, 2023 12:27 pm
יונה פויגל האט געשריבן: זונטאג יוני 11, 2023 8:56 pm
מ'רעדט נישט דא צו מ'מעג ע"פ הלכה צו נישט, און אפי' נישט אז 'אויב מאכט ער צופיל געלט, דארף איך עם אונטערהאקן'
די שמועס איז, אז די בעלי הקיאסקן רייטן אויפן ערליכן ציבור, וויסנדיג אז זיי האבן נישט קיין אנדערע ברירה, און פילן זיך אן זייערע טאשן נישט פראפארצינעל, פשוט ס'איז נישט מענטשליך, וואס'א חילוק צו איך דארף עס יא צו נישט, וואס רייטסטו אויפן ציבור וואס האט נישט קיין אנדערע ברירה

ווען ס'וועט זיך עפענען א נעץ פון קיאסקן אין די היימישע געגנטער, וואס וועלן בעטן נידריגע פרייזן, אביסל מער ווי ס'קאסט עם עס אויסצוהאלטן, וועלן אלע בעלי קיאסקן אראפגיין מיט די פרייזן, וועלנדיג די עולם זאל קומען צו זיי?
אוואדע
נו, איז אויב יעצט וואס האט זיך נאכנישט געטראפן דער צדיק אין סדום וואס זאל דאס טון, איזעס מצדיק די אלע בעלי קיאסקן צו בעטן צודרייטע פרייזן?
אדער וועט זיך האלב פון די קיאסק זיך צומאכן ווייל די בעלי בתים וועלן זאגן אז עס לוינט זיך נישט צו האלטן אויפן, און די אנדערע וואס וועלן יא בלייבן אויפן וועלן צוריק ארויפגיין מיט די פרייז
נאכדעם וועלן די קאמפלעינערס צוריקקומען שרייען היתכן מ'רעכענט זיך נישט מיט די קאסטומערס און מ'שטעלט נישט צו גענוג קיאסקן
וקול התור נשמע בארצנו
אוועטאר
קרעימיש קעיק
שר חמש מאות
תגובות: 578
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 02, 2021 6:32 pm

Re: אנשיקעניש האלט אן! קיאסקן וואקסן אויף הייווען אין די וויליאמסבורגע גאסן!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעימיש קעיק »

אטעטשמענטס
Screenshot 2023-06-12 180741.png
Screenshot 2023-06-12 180741.png (144 KiB) געזען 979 מאל
אוועטאר
פארשטיין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 341
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 21, 2023 2:21 pm

Re: אנשיקעניש האלט אן! קיאסקן וואקסן אויף הייווען אין די וויליאמסבורגע גאסן!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארשטיין »

בעסטע חבר האט געשריבן: מאנטאג יוני 12, 2023 1:33 am
אויב מעג איך אביסל פארדרייען די שמועס, פארוואס ביי שטריימלעך, היטן, עסן, תפילין בייטלעך, ציצית, וכו' פארשטייסטו אז עס איז איבערגעטריבענע פרייזן? אבער דא האבן זיי די פילע רעכט צי ווערן מיליאנערן אויפן חשבון פונעם ציבור!
ווער זאגט?!
איך פארשטיי טאקע ענדערש נישט די שטריימלעך, היטן, וכו', ווייל פארשטייסט אליינס אז דאס 'מוז' מען קויפן, משא"כ קיאסק..
אז דו פארשטייסט נישט יענעם, כאטש האלט אייך ס'מויל.
אוועטאר
בעסטע חבר
שר מאה
תגובות: 181
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש יאנואר 14, 2023 9:06 pm

Re: אנשיקעניש האלט אן! קיאסקן וואקסן אויף הייווען אין די וויליאמסבורגע גאסן!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעסטע חבר »

פארשטיין האט געשריבן: מאנטאג יוני 12, 2023 7:31 pm
בעסטע חבר האט געשריבן: מאנטאג יוני 12, 2023 1:33 am
אויב מעג איך אביסל פארדרייען די שמועס, פארוואס ביי שטריימלעך, היטן, עסן, תפילין בייטלעך, ציצית, וכו' פארשטייסטו אז עס איז איבערגעטריבענע פרייזן? אבער דא האבן זיי די פילע רעכט צי ווערן מיליאנערן אויפן חשבון פונעם ציבור!
ווער זאגט?!
איך פארשטיי טאקע ענדערש נישט די שטריימלעך, היטן, וכו', ווייל פארשטייסט אליינס אז דאס 'מוז' מען קויפן, משא"כ קיאסק..
ליידער איז אינטערנעט באנוץ היינט צוטאגס, כמעט א מוז. אין היות מען האט אנגענומען אז אינטערנעט אינדערהיים איז אסור, גייט עס אריין אינעם זעלבן גדר ווי שטריימל, היטן, וכו' וואס איז בעצם אויך נישט קיין מוז, אדרבה הייב די אן גיין מיט א דאשיק...
אוועטאר
א פיפטער
שר חמש מאות
תגובות: 990
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 19, 2021 2:49 pm

Re: אנשיקעניש האלט אן! קיאסקן וואקסן אויף הייווען אין די וויליאמסבורגע גאסן!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א פיפטער »

בעסטע חבר האט געשריבן: מאנטאג יוני 12, 2023 1:33 am
אויב מעג איך אביסל פארדרייען די שמועס, פארוואס ביי שטריימלעך, היטן, עסן, תפילין בייטלעך, ציצית, וכו' פארשטייסטו אז עס איז איבערגעטריבענע פרייזן? אבער דא האבן זיי די פילע רעכט צי ווערן מיליאנערן אויפן חשבון פונעם ציבור!
ווייל דא זיצן זיי אין קיאסק בשעתן ליינען אייוועלט און סקאסט זיי געלט יעדע מינוט, משא"כ אין שטריימל סטאר האבן זיי נישט קיין עקסעס צו אייוועלט בשעת עס קאסט געלט...
א ידען מיינט נישט ער איז קלוג, א חכם מיינט נישט ער איז א ידען.
אוועטאר
ווער איז שטערקער?!
שר שלשת אלפים
תגובות: 3014
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 27, 2022 2:04 pm

Re: אנשיקעניש האלט אן! קיאסקן וואקסן אויף הייווען אין די וויליאמסבורגע גאסן!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווער איז שטערקער?! »

בעסטע חבר האט געשריבן: מאנטאג יוני 12, 2023 7:50 pm
פארשטיין האט געשריבן: מאנטאג יוני 12, 2023 7:31 pm
בעסטע חבר האט געשריבן: מאנטאג יוני 12, 2023 1:33 am
אויב מעג איך אביסל פארדרייען די שמועס, פארוואס ביי שטריימלעך, היטן, עסן, תפילין בייטלעך, ציצית, וכו' פארשטייסטו אז עס איז איבערגעטריבענע פרייזן? אבער דא האבן זיי די פילע רעכט צי ווערן מיליאנערן אויפן חשבון פונעם ציבור!
ווער זאגט?!
איך פארשטיי טאקע ענדערש נישט די שטריימלעך, היטן, וכו', ווייל פארשטייסט אליינס אז דאס 'מוז' מען קויפן, משא"כ קיאסק..
ליידער איז אינטערנעט באנוץ היינט צוטאגס, כמעט א מוז. אין היות מען האט אנגענומען אז אינטערנעט אינדערהיים איז אסור, גייט עס אריין אינעם זעלבן גדר ווי שטריימל, היטן, וכו' וואס איז בעצם אויך נישט קיין מוז, אדרבה הייב די אן גיין מיט א דאשיק...
אדרבה. עפן א קיוסק און דיינע פרייזן גייט מען דאבאשליסן! אבער קים נישט וויינען צו מיר....
אוועטאר
הערינג מיט ברוינפען
שר שלשת אלפים
תגובות: 3597
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 08, 2020 10:41 pm

Re: אנשיקעניש האלט אן! קיאסקן וואקסן אויף הייווען אין די וויליאמסבורגע גאסן!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הערינג מיט ברוינפען »

בעסטע חבר האט געשריבן: מאנטאג יוני 12, 2023 1:33 am
אויב מעג איך אביסל פארדרייען די שמועס, פארוואס ביי שטריימלעך, היטן, עסן, תפילין בייטלעך, ציצית, וכו' פארשטייסטו אז עס איז איבערגעטריבענע פרייזן? אבער דא האבן זיי די פילע רעכט צי ווערן מיליאנערן אויפן חשבון פונעם ציבור!
רעדסט צו מיר? איך האלט אז די אלע זענען נישט קיין איבערגעטריבענע פרייזן, אלע פון די זאכן האבן א געזונטע קאמפעטישאן און דאך פארקויפט קיינער נישט פאר ביליגער.
די עזה מיליטער האט פיר אפטיילונגען, די קאמאנדא איינהייט, פיס זעלנער איינהייט, ראקעט און מיסיל שיסער איינהייט, און די יומען שיעלד איינהייט.
ברוקלינער יונגערמאן
שר האלף
תגובות: 1768
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 08, 2015 1:04 am

Re: אנשיקעניש האלט אן! קיאסקן וואקסן אויף הייווען אין די וויליאמסבורגע גאסן!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברוקלינער יונגערמאן »

בעסטע חבר האט געשריבן: מאנטאג יוני 12, 2023 7:50 pm
ליידער איז אינטערנעט באנוץ היינט צוטאגס, כמעט א מוז. אין היות מען האט אנגענומען אז אינטערנעט אינדערהיים איז אסור, גייט עס אריין אינעם זעלבן גדר ווי שטריימל, היטן, וכו' וואס איז בעצם אויך נישט קיין מוז, אדרבה הייב די אן גיין מיט א דאשיק...
אט אזוי, גענוי ווי די לינקער ליבעראל. איך וועל אפמאכן מיינע שיטות און דערנאך ברויכסטו מיר צושטעלן אלעס לויט מיינע געברויכן, אויב נישט ביסטו א ראסיסט.

דו האסט דיסיידעד אז דו ווילסט נישט נישט האבן קיין אינטערנעט אינדערהיים פאר וואטעווער סיבה און יעצט ברויךדער קיאסק דיר עס צושטעלן פאר ביליגאויב נישט איז ער א טאשן שניידער און ער רייט אויפן ציבור.

איך און דו קענען צענדליגע מענטשן וואס רירן נישט צו אינטערנעט באיזה אופן ווייל זיי ווילן טאקע נישט און זוכן נישט קיין התירים. דו האסט דיסיידעד צו טאנצן אויף ביידע חתונות, סיי צו פאלגן די פסק אז אינטערנעט איז אסור ווען סאיז נישט לצורך פרנסה (גראדע דיין קומען אויף אייוועלט איז אויך א וויילעישאן...) און אויך נישט צו האבן אינדערהיים אזוי ווי אסאך רבנים האבן געבעטן אבער נאכדעם ווילסטו אויך טועם זיין א ביסל פון די באקוועמליכקייטן וואס דער געוועב שטעלט צו אבער ווילסט דאך נישט עס האבן אינדערהיים, סאו איז דער קיאסק שולדיג...

ס’גייט נישט אזוי. ווילסט א סערוויס וועגן א גוטע קבלה וואס דו האסטעך אונטערגענומען העסטו צאלן וויפיל יענער האט דיסיידעד אז ס’לוינט זיך אים אויפצוהאלטן א געשעפט פאר דיר.

ס’ווערט נאך נישט קיין מוזלכבוד דעם.
ברוקלינער יונגערמאן
שר האלף
תגובות: 1768
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 08, 2015 1:04 am

Re: אנשיקעניש האלט אן! קיאסקן וואקסן אויף הייווען אין די וויליאמסבורגע גאסן!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברוקלינער יונגערמאן »

בן כלבא שבוע האט געשריבן: זונטאג יוני 11, 2023 9:39 pm
ענטפער מיך וויפיל מאל דו האסט געדארפט שיקן א אימעיל דעי חודש. איך וועל נעמען א געסס אז די שרייבסט יעצט פון א פאון מיט אנליין עקסעס און דו און דיין ב''ב קענען ערלעידיגן וואס מ'דארף (עכ''פ די וויכטיגע זאכן) פון דיין פאון. לייג דיך אריין אין די שיך פון א פארפאלק מיט בלויזע פליפ פאונס.... נע, זיי זוכן סתם שוואויל טאג, דו דארפסט א קאמפיוטער מיט א פילטער? וועסטו צאלן, מארגן גיי איך ארויף די פרייז, מוזט מיך נישט ניצן.

דארפן דארף מען גארנישט. דארפסט סך הכל האבן ליפט צו אטעמען און וואסער צו טרינקען און א סוכה צו שלאפן. די מציאות איז אז יעדער דארף היינט צוטאגס צוקומען צו אנליין עקסעס איינער מער און איינער ווייניגער. און זיי האבן נישט ווייל זיי ווילן זיין ערליך. אז א פרוי אדער אינגערמאן וויל אריינשיקן א רעפערל צו א דאקטאר און זיי האבן פינף דאלער אין טאש אנשטאט זעקס און ביים גויאישן קיאסק קענען זיי פארן זעלבן סכום האבן א שעה און פיפצן מינוט עקסעס (!) און צוליב זייער אידישקייט דארפן זיי יעצט לויפן אין באנק ארויסנעמען נאך א דאלער איז עס געריטן אויפ'ן ציבור. (אנטשולדיגט פארן זיין אזוי דראמאטיש, אבער יו געט די פוינט.)

צען יאר צוריק האט מען נישט אזוי וויכטיג געדארפט אינטערנעט, און צוואנציג יאר צוריק האט מען נישט געדארפט קיין סעלפאנס (און היינט דארף מען טעכניש אויך נישט) און פיפציג יאר צוריק האט מען דורכגעלעבט די זומער אן עיר קאנדישאן. (שטעל דיך פאר עיר קאנדישאנס דארף ווען א הכשר היינט צוטאגס...סארא לוקסוס, אז דו דארפסט, צאל.)

מיין פוינט אין איין ווארט, אויב שרויפסטו ארויף די פרייז ווייל איך בין א איד און איך קען/מעג נישט נעמען די וויכטיגע סערוויס פון א צווייטן איז עס אביזרייהו דרשעות.
איך קום נישט אריין אין בילד דא. דאס אז איך האב מיר צוגעוויינט צו נוצן טעקנאלעזשי 24/6 און כ’בין געווארן געספוילט אז איך נוץ אויס יעדע מין פראגראם פארן טאג טעגליכן לעבן ווי מ’קען נאר, מיינט נאכנישט אז מ’קען נישט לעבן אן דעם. ס’איז פשוט א געוואוינהייט פון לעבן גרינגער אנשטאט שווערער.

כ’קען נאך גענוג קאפעל’ס וואס האבן נישט קיין אימעיל אדרעס און האבן קיין אהנונג ווי אזוי מ’נוצט א קאמפיוטער... אינטערנעט איז נישט קיין מוז היינט פאר די וואס ווילן עס נישט. זיי לעבן און גייען אן כאילו לא הי’.

יעצט אז געוואוסע ווילן טאנצן אויף ביידע חתונות, איינס מיט א היטל אז כ’האב ב”ה נישט קיין עקסעס... און פון די צווייטע זייט וועלן ערלעדיגן זאכן אויפן געוועב, ווערט עס נישט קיין מוזלכבוד דעם. ס’איז סך הכל א זאך וואס דו ווילסט אבער דו ווילסט עס נישט האבן אין טאש אדער אינדערהיים. נו, יענער ברויך דיר עס נישט צושטעלן און אהיים גיין בלויז מיט גענוג געלט צו קויפן א טונא סענדוויטש פאר נאכטמאל. ער גיבט דיר א סערוויס - קלאר נישט קיין זאך וואס איז א הכרח - און ער וויל אויך זיין א פארברעכער און מאכן אפאר (לויט געוויסע) אומלעגאלע גרינע גרייצער...

וועגן די ארויפשרויפן די פרייזן וואס דו רעדסט, ס’קיינמאל נישט געווען קיין סאך ביליגער. ס’האט זיך אנגעפאנגען בערך ביי $9-10 פון אנפאנג.
Mr beast
שר העשר
תגובות: 28
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 12, 2023 5:02 am

Re: אנשיקעניש האלט אן! קיאסקן וואקסן אויף הייווען אין די וויליאמסבורגע גאסן!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Mr beast »

I shop האט יעצט איבער געבויט זייער שיין
וואס ווייסט א מענטש
היינט לעבט ער מארגן האט ער חתונה
אוועטאר
תנא-קמא
שר האלפיים
תגובות: 2270
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 19, 2019 1:52 am

Re: אנשיקעניש האלט אן! קיאסקן וואקסן אויף הייווען אין די וויליאמסבורגע גאסן!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תנא-קמא »

@ברוקלינער יונגערמאן קומסט אריין שארף און קלאר. מאכן געלט איז נישט קיין עבירה!
הר ההר
שר חמש מאות
תגובות: 924
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אפריל 26, 2022 12:31 am

Re: אנשיקעניש האלט אן! קיאסקן וואקסן אויף הייווען אין די וויליאמסבורגע גאסן!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הר ההר »

חוץ אויף כשרות איז נישטא קיין שום זאך וואס מען קען זאגען אז מען שרויפט ארויף די פרייזען, קיינער הייסט דיר נישט.
מען קען פאר זייער ביליג האבן אינטערנעט אידערהיים.
אויב ווילסטו נישט, ווייל די פארשטייסט אז פאר די מלחמה קעגן טעכנאלאגיע טאר מען דאס נישט האבן אינדערהיים, דאן פאר די מינימאלע באנוץ קאסט נישט קיין קיאסק מער ווי 50 דאלער א חודש אפילו מיט די ארויפגעשרויפטע פרייזען (וואס דאס איז וואס איך צאל פאר מיין אינטערנעט אינדערהיים)

נאר וואס דען, די ווילסט זיצען אויף אייוועלט וכדו', דער רעבעצין וויל זיין ביזי מיט אנדערע שטותים (חוץ פון די ממש נויטבעדארפענדע שאפפינג) אויף דעם מעג יענער מאכען געלט אפילו אויב עס איז צוויי הונדערט פראצענט פראפיט, און אפילו אויב ער איז א באליאנער נאר פון דעם אליינס.

זעה איך אז איך בין נישט דער ערשטער וואס האלט אזוי, נעקסט טיים דארף איך טאקע ליינען מער פארן שרייבען.
איך צווינג דיר נישט צו האלטען ווי מיר, צווינג דו מיר אויך נישט צו האלטען ווי דיר.
אחיעזר
שר חמישים
תגובות: 97
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 16, 2022 10:19 am

Re: אנשיקעניש האלט אן! קיאסקן וואקסן אויף הייווען אין די וויליאמסבורגע גאסן!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחיעזר »

וואס טוט זיך מיט קיאסקס אין בארא פארק?
אחיעזר
שר חמישים
תגובות: 97
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 16, 2022 10:19 am

Re: אנשיקעניש האלט אן! קיאסקן וואקסן אויף הייווען אין די וויליאמסבורגע גאסן!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחיעזר »

@ברוקלינער יונגערמאן איך זיך א שותף צו עפענען א קיאסק, איר קוקט אויס זייער אינטערעסירט דערין, אפשר גיימיר אין ביזנעס?
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”