געפילן.....

פסיכאלאגיע און מעדיצינען

די אחראים: זייער נייגעריג , אחראי , thefact

איד27
שר חמישים ומאתים
תגובות: 365
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 12, 2021 1:13 pm

געפילן.....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איד27 »

געפילן.

א ווארט וואס אין די היינטיגע שפראך ווערט עס אסאך גענוצט, סאיז א וועלט ווער סטוט זיך אריין אין דעם.

געפילן נעמען די מענטשן אויף די געפארפולסטע רייזעס, ברענגען פארן מענטש וואס פארט דערמיט, פונעם ערגסטע פלאץ ביזן בעסטן, און מען קען עכט זיך פילן דארט איבערנעמענדיג די מענטש אין גאנצן.

טאמער ביסטו א געפיליגע מענטש זענען דיינע שאנסן פאר א שטורמישע רייזע פארזיכערט.

ליין נאר א דראמאטישע בוך און די וועסט פילן ווי די שרייבער האט דיך גענומען א רייד, אויף א ראלערקאסטער, אנהייב וועט דיין הארץ קלאפן שטייט, רואיג, צופרידן, און מיט יעדע בלאט וועט דיין אטעם ווערן מער און מער אפגעהאקט, ביז טרערן וועלן דיך נעמען רינען, צו פון צער פונעם העלד פונעם מעשה, אדער גאר פון פרייד צום גוטן ענדע פונעם העלד, אוודאי ווענד זיך עס אונעם שרייבער, אבער וואספארא רושם דאס זאל מאכן, ווענדט זיך אונעם מענטש אליין, וויפיל ער וויל עס אננעמען און וויפיל ער וויל סזאל איהם איבערנעמען.

שטעלט זיך די שאלה געפילן מהו? איז עס א גוטע זאך אדער פארקערט ספירט די מענטש ווי מען דארף נישט?

כמיין אז די תירוץ איז פשוט געפילן איז א מציאות, געפילן איז דא אין יעדע מענטש, יעדע נברא איז באשאפן געווארן צו שפירן זאכן און צופילן זאכן, ווען מכאפט חלילה א שניט טוט עס וויי, אנדעם חלילה וואלטן אונז געווען פיל מיט שניטן, די זעלבע זאך אונזער נפש פילט ווען איינער זאגט א טשעפע טוט עס וויי, דאס איז א פאקט, און סדא הונדערטער סארט פילינגס און געפילן, און דאס פירט די מענטש אפילו אן וויסן דאס איז אונזער נפש, און דאס איז אונז אליין, סאיז דברים ידועים.

די זאך איז נאר ווי אזוי די נעמסט עס אן, ביי א מענטש לויפט דורך אן א שיעור פון געפילן, נאר מען טראכט אפילו נישט דערפון, ווייל אזוי גייט עס, אבער איגנארן דאס איז שוין א פראבלעם, און נאכמער מען קען עס נישט איגנארן, ווייל סאיז א חלק פון דיר, די קענסט זאגן איך גיי נישט פילן, אבער די פילסט, ווען מען שנייד דיין קערפער טוט עס וויי, די קענסט זיך נישט וויסנדיג מאכן דערפון, אבער לייקענען אז סטוט וויי קענסטו נישט ווייל סאיז דא אין דיר.

און די אנגענומענסטע וועג איז טאקע צו שפירן געפילן, און נאכדעם גיין לויט דיין בחירה עס אנצונעמען און צו עקספעקטן.

נ.ב סאיז א ריזיגע נושא, כהאב עס נאר אנגערירט צוליב מיינע געפילן, ביטע פילט פריי צו עס פירן, מאטיווירן, לפי הצורך. שכוח.
ווען ער ווייסט ווען ווער עס באהאלט זיך אונטער דעם ניק?!….
viewtopic.php?f=3&t=59455

אקווה לנוד ואין...

https://abcharity.org/campaign.php?id=437
retiredprofessor
שר חמישים ומאתים
תגובות: 325
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 26, 2023 10:23 am

Re: געפילן.....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך retiredprofessor »

Feeling is a positive thing. No emotion is needless.
Everything that we achieve is through the channels of emotion.
Still, it's important to recognize them correctly, in order to obtain a practical use.
There is a very necessary talk on this somewhere on this forum, where I have posted some comprehensive pictures that might provide a lot of understanding on this topic.
אוועטאר
זינגי
שר מאה
תגובות: 197
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 06, 2020 5:07 pm

Re: געפילן.....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זינגי »

retiredprofessor האט געשריבן: מאנטאג יוני 12, 2023 9:04 am
Feeling is a positive thing. No emotion is needless.
Everything that we achieve is through the channels of emotion.
Still, it's important to recognize them correctly, in order to obtain a practical use.
There is a very necessary talk on this somewhere on this forum, where I have posted some comprehensive pictures that might provide a lot of understanding on this topic.
אדיש פליז
האדם לא נברא אלא לשבר את הטבע
retiredprofessor
שר חמישים ומאתים
תגובות: 325
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 26, 2023 10:23 am

Re: געפילן.....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך retiredprofessor »

געפיל איז אַ פאזיטיווע זאַך. קיין שום עמאָציע איז ניט אומנייטיק.
אַלץ וואָס מיר דערגרייכן אין לעבן, איז דורך די טשאַנאַלס פון עמאָציע.
נאָך מער, עס איז וויכטיק צו דערקענען זיי ריכטיק, כדי צו באַקומען אַ פּראַקטיש נוצן.
עס איז פאראן אַ זייער נייטיק שמועס וועגן דעם ערגעץ וואו אויף דעם פאָרום, דארט האב איך אַרייַנגעשיקט עטלעכע פארשטענדליכע בילדער וואָס קען צושטעלן אַסאך פארשטאנד אויף דער טעמע.
intellectual
שר חמש מאות
תגובות: 918
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג סעפטעמבער 11, 2020 1:56 pm

Re: געפילן.....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך intellectual »

retiredprofessor האט געשריבן: מאנטאג יוני 12, 2023 3:17 pm
געפיל איז אַ פאזיטיווע זאַך. קיין שום עמאָציע איז ניט אומנייטיק.
אַלץ וואָס מיר דערגרייכן אין לעבן, איז דורך די טשאַנאַלס פון עמאָציע.
נאָך מער, עס איז וויכטיק צו דערקענען זיי ריכטיק, כדי צו באַקומען אַ פּראַקטיש נוצן.
עס איז פאראן אַ זייער נייטיק שמועס וועגן דעם ערגעץ וואו אויף דעם פאָרום, דארט האב איך אַרייַנגעשיקט עטלעכע פארשטענדליכע בילדער וואָס קען צושטעלן אַסאך פארשטאנד אויף דער טעמע.
לייק פאר דיין אידיש.
retiredprofessor
שר חמישים ומאתים
תגובות: 325
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 26, 2023 10:23 am

Re: געפילן.....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך retiredprofessor »

intellectual האט געשריבן: דינסטאג יוני 13, 2023 11:16 am
retiredprofessor האט געשריבן: מאנטאג יוני 12, 2023 3:17 pm
געפיל איז אַ פאזיטיווע זאַך. קיין שום עמאָציע איז ניט אומנייטיק.
אַלץ וואָס מיר דערגרייכן אין לעבן, איז דורך די טשאַנאַלס פון עמאָציע.
נאָך מער, עס איז וויכטיק צו דערקענען זיי ריכטיק, כדי צו באַקומען אַ פּראַקטיש נוצן.
עס איז פאראן אַ זייער נייטיק שמועס וועגן דעם ערגעץ וואו אויף דעם פאָרום, דארט האב איך אַרייַנגעשיקט עטלעכע פארשטענדליכע בילדער וואָס קען צושטעלן אַסאך פארשטאנד אויף דער טעמע.
לייק פאר דיין אידיש.
BY: Google Translate.
Thanks anyway.
שטאטס מבין
שר חמש מאות
תגובות: 612
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 22, 2019 6:04 pm

Re: געפילן.....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטאטס מבין »

פארצייטענס איז געווען א מהלך פון באהאלטען געפילען און זיך מאכן ווי ס'עגזעסטירט נישט אזא זאך און דאס האט געהייסן געלונגען
די וועלט מער נאטורליכער און גרייט צו זיין מער אמתדיג אין דעם הינזיכט און ס'קומען ארויס מער און מער מהלכים וואס אדרעסירען געפילען וכדו'
געוויסע ווילן טענה'ען אז דאס פארהאקען די געפילען קומט פון די ווייטוגען וואס אונזערע זיידעס זענען דארך די מלחמה און די ימ"ש האט ארויסגענומען זייר אסאך געפילען פון אונזער סיסטעם

די עצם זאך פון אנערקענען די געפילען אז ס'איז א בריאה וואס אויב דו באהאלטסט עס מיינט עס נישט אז ס'איז נישט דארט איז שוין א האלבע רפואה
ס'איז דא מענטשן וואס זענען ווייניגער געפיליש און ס'קומט אהן ווייניגער צו זיי זיך צו דארפן ספראווען מיט דעם, אבער געוויסע באהאלטען עס און דארט קומט פליצלינג אהן ריקן ווייטאג און אנדערע פיזישע אויסברוכען וואס מ'חלומט נישט אז ס'קען קומען פון פארהאקטע געפילן וכדו'

ס'איז דא אסאך צו רעדן וועגן דעם אבער קודם צו עפענען די געפילען...
חיים טוב
שר חמש מאות
תגובות: 616
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אפריל 19, 2023 4:04 pm
לאקאציע:7 בויבעריק דרייוו

Re: געפילן.....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיים טוב »

שטאטס מבין האט געשריבן: דינסטאג יוני 13, 2023 11:32 pm

נא זיי ממשך
חיים טוב
שר חמש מאות
תגובות: 616
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אפריל 19, 2023 4:04 pm
לאקאציע:7 בויבעריק דרייוו

Re: געפילן.....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיים טוב »

.
שטאטס מבין
שר חמש מאות
תגובות: 612
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 22, 2019 6:04 pm

Re: געפילן.....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטאטס מבין »

חיים טוב האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 06, 2023 6:13 pm
נא זיי ממשך
איר ווילט מאכן א @חיים טוב אויף מיין חשבון? איר האט נישט רחמנות אויף מיינע געפילן???

שוין גוט פארן ווערטל, נאר צו עפענען אביסל די געפיל

שלמה המלך זאגט אין קהלת: אלוקים עשה את האדם ישר והמה בקשו חשבונות רבים
ווען א מענטש ווערט געבוירען, ער וויל עפעס וועט ער וויינען ביז ער באקומט עס, ער וועט ארויסברענגען זיינע פרייליכע געפילן אהן קיין שטער, און פארקערט אויך זיין פארדריסונג אדער ווייטאג וועט ער פשוט וויינען, פארוואס האסטו נאכנישט געזעהן א טאטע אויספלאצן אין א געוויין ברבים?
תירוץ, ווייל מ'מעגנישט ס'מאכט נישט קיין סענ"ס מ'דארף עקטן מיטשאר, אהא! ס'דא געוויסע אנגענומע רול'ס און רעגולעישאנס וואס מ'דארףזיך אויפפירען ברבים, ווי קען מען דאס זיך לערנען?

די וועג וויאזוי מ'געפינט אויס איז דארך לייף עקספיריענס, וואס פון איין זייט איז דאס טאקע זייער א וויכטיגע זאך ווייל מ'דארף זיין א מענטש צעווישן מענטשן אנישט וועסטו אויסקוקן משוגע און נישט זיין געהעריג אין די סויסייעטי, אבער די קראנקע זאך פון דעם איז אז אויב א מענטש איז סארפרעסט פון זיינע שווערע געפילן אדער עקספיריענסעס וואס ער איז דארך געגאנגען אלס קינד אדער סיי ווען און ער איז צוגעקומען צו החלטות אז ער איז נישט דער וואס מעגרעדן הויעך ביי א קיפקע ער קען נישטדאווענען אין שוהל ער דארף אנקוקן א עושר ווי די בעסטע זאך אויף דער וועלט ער האלט אז דער וואס ווייזט פעסטקייט איז קלוג, אז די מענטש וואס דרייט זיך ארום אין שוהל מיט א שמייכל איז די פרייליכסטע מענטש וכו' (זעהט אויס אז דאס זענען מיינע הנחות וואס איך האב מיך אויפגעבויעט דארך די יארן, וד"ל)

די וועג וויאזוי צו קענען ערוועקן די געפעלן און אריין קוקן אביסל צו זעהן וואס איז דאס און וואס קען דעס מיך העלפן ארויס קריכן פון מיינע שטערונגען פון אנגיין אין לעבן, איז דארך זיך אראפ זעצן און אריין אטעמען טיף און זעהן צו מ'קען לאזן די מח אביסל נאכלאזן פון זיין געיעג נאך עפעס
(א שמועס פאר זיך וואס איז די דרייוו אגאנצע צייט פון די מענטש צו ווי וויל ער אנקומען...)
אביסל אזויווי מיינדפולנע"ס און דיע"פ רילעקסעישא"ן דעמאלטס ערוועקט זיך די סא"ב קאנשע"ס און דארט איז די געפיל און די אומזעבארע קאנטראל פענאל פון די מענטש און ווען מ'קען צוריק גיין צו א ווייטאג, לאמיר נאמען א משל וואס אסאך זענען געשלאגן אין דעם, די געפיל "צו בין איך עפעס ווערט"
וואס מעסט זיך צו איך בין עפעס ווערט, אויב דרויסענדיגע פון מיך וועלן נתפעל ווערן אדער מיר זאגן אז איך בין גוט אדער איך טוה צו די זאך וכו', אין אמת'ן א מענטשנ'ס ווערט און כ"ש א יוד ווענד זיך גארנישט אין אנדערע, די סיבה פארוואס די מענטש איז דא אויף דער וועלט איז נישט ווייל ער דארף געפעלן פאר אנדערע און ווען ער טוט דער שליחות דעמאלטס באקומט ער שכר אויף דעם, ניין! זיין חשיבות איז ווייל דער באשעפער האט איהם אראפ געשיקט פאר א שליחות און דארט ווי די אייבערשטער לייגט איהם אריין אין איז א סימן אז דאס דארף ער טוהן,
(למשל דיי אייבערשטער האט יעצט צוגעפירט אז איך זאל זעהן דער יעצטיגע תגובה און האבן די התעורורות צו שרייבען איז יעצט דאס מיין פליכט, נישט אין ידיעה בחירה נקודה, נאר אין די חלק אז אויב האט א מענטש א געוויסע נקודה וואס קען ווערן ארויס געברענגט דארך איהם, שטייט אין ספרים אויב טוט ער עס נישט איז עס בגדר כובש נביאתו)
צוריק צום ענין, אויב איז מיין יא ווערט אדער נישט געוואנדען אין דרויסענדיגע פון מיר, מיינט עס אז ערגעץ ווי אין מיינע יארן האב איך דאס אויפגעפיקט אז מיין ווערט וועט זיך ווענדן אין מיינע ארימיגע, א קליין בעיבי פון 2 יאר וועט נישט מאכן די חשבונות אז ער איז ווערט וועגן עפעס א סיבה
און די חסרון פון לעבן אויף דער קראפט, ס'איז נישט אמת'דיג ס'שעפט אויס די מענטש ס'קען מאכן מענטשן זייער דיפרעסט ווייל היינט האט ער נישט מצליח געווען אויפצוווייזען פאר זיין בעה"ב אז ער איז די געלונגענע מענידזשער, פאר זיין ראה"כ אז ער איז די יונגערמאן וואס לערנט אגאנצע צייט ברציפות וכו'

אביסל אהין ציר, פארוואס זעמיר אלע פערפעקשאניסטן? פאר וועם??? ווייל אונז דארפן געפעלן פאר איינעם, פאר וועם??? ווער ס'מאכט אפ אז דו ביזסט א געלונגענע מענטש, אך און וויי אויב לאכט מען נישט ווען די בדחן מאכט א דזשויק, אוי ווי ער איז אנגעוויזן אין די אדיענס, סוי די בדחן איז אויך נישט באמת פריילעך, נע דאס זאג שוין נישט ער איז דאך "משמח אלוקים ואנשים" מוז דאך זיין אז ער איז די פריילעכסטע מענטש, מאך נאר דיין ריסערטש ס'ביטערליך נישט אזוי, (געבויעט אויף ידיעה נישט אויף טעאריע) פריילעך איז דער וואס איז מקושר צום תורה "פקודי ה' ישרים משמחי לב"

גענוג געשריבען?
חיים טוב
שר חמש מאות
תגובות: 616
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אפריל 19, 2023 4:04 pm
לאקאציע:7 בויבעריק דרייוו

Re: געפילן.....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיים טוב »

שכך.
זייער שיין אין גיט ארויסגעברענגט !!!

האסט א גיטע פעדער, פארשטייסט א עסק !!!
פאראנטווארטליך
שר העשר
תגובות: 12
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 04, 2023 8:28 pm

Re: געפילן.....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראנטווארטליך »

די שאלה איז, וויפיל מעג מען זיך לאזן פירן פון געפילן?!

דהיינו, אין יעדע מוח לויפט שטענדיג דורך פילצאליגע געפילן ווצב"ש, שמחה/טרויער כעס/ווייטאג ליבשאפט/בענקעניש,
ביי יעדעם אויף א אנדערע שטאפל, אבער די זעלבע בחינה...

זיך לאזן פירן שטארק פון דיינע געפילן, קען דיך ברענגן צי א צעמישטע לעבן, שוועריקייטן מיט חברים, איין טאג זיין א גלח איין טאג א מלאך, אין בכלל קאמפליצירטע באציאונגען מיט זיך אליין, (אנגערירט ממש נאר אויפן שפיץ גאפל) (אז די פארשטייסט נישט פון וואס איך רעד דאנק דעם באשעפער..)

פון די אנדערע זייט גיין מיט קאלטע לאגיק, איגנארירן די געפילן, די תוצעות גייען נישט זיין צי פיל בעסער... א קאפיוטער קען נאכאלץ נישט מאכן קיין באשלוסן (אפי' 2023)...
אין עס קומט מיט א גרויסע ריסק,
איגנארירן געפילן, נעמט עס נישט אוועק, עס מאכט עס נאר ווערן שטערקער אין פיינפולער, אויף אזוי ווייט אז עס קלאפט אויס פיזיש אויפן גוף...

די געדאנק וואס איך פרוביר צו ארויסברענגען איז..
וואס איז דער באלאנס?!
ווען דארף מען אוועקשטופן די צעמישטע האלב מוח וואס שוועבט אין געפילן?!
אין ווען דארף מען איר אריין ברענגען אין מאכט?

(איך האב געשריבן ממש נאר אין קורצן צוליב א מאנגל אין צייט.. איך האף אז איך האב מיך גענוג קלאר געמאכט...)
אוועטאר
Bissli
שר חמשת אלפים
תגובות: 5064
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 17, 2019 11:12 pm
לאקאציע:אויפן שעלף אין גראסערי

Re: געפילן.....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Bissli »

מען דארף זיך נישט לאזן פירן, אבער מען דארף זיך יא לאזן פילן.
האסט שוין אמאל פרובירט צו דערגרינטעווען די טיעפקייט פון טיעף?.

יעדע איד איז קודש קדשים, נישט קיין חילוק אין וועלכע מצב און וואו ער זאל נאר נישט זיין בלייבט ער קודש קדשים!
און דאס איז דער אמת. עס איז א פאקט.
פאראנטווארטליך
שר העשר
תגובות: 12
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 04, 2023 8:28 pm

Re: געפילן.....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראנטווארטליך »

Bissli האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 07, 2023 11:42 pm
מען דארף זיך נישט לאזן פירן, אבער מען דארף זיך יא לאזן פילן.
וואלסט געקענט אביסל פארברייטערן דיין נקודה?
עס האט מער ווי איין וועג עס אפצוטייטשן,
איך וואלט געקענט באשטיין קלארער צו פארשטיין
איד27
שר חמישים ומאתים
תגובות: 365
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 12, 2021 1:13 pm

Re: געפילן.....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איד27 »

געפילן?! די זאך וואס @פאראנטווארטליך האט געשריבן, וואו מען דארף אויפפאסן, זיך נישט לאזן פארפירן דערפון, אבער אינדערזעלבע צייט עס לאזן שפירן, וואס פיל איך יעצט? ווער האט מיך וויי געטהון? און דאס איז חוץ פון דעם וואס כהאב גערעדט אנהייב אז יעדע יעדע מענטש שפירט סיי וועלכע געפיל, סאיז נישט דא א מענטש וואס זאגט אז ער וויייסט נישט וואס ווייטאג מיינט, אדער אן אנדערע געפיל, אפילו ווי דעיפרעשן וכדומה, יעדער מענטש פילט. און מען קען און מ'מעג האבן אפס און דאונס. דאס איז אונזער לעבן.
סאיז אפשר א געדאנק ווי אזוי עס צו קאנטראלירן וויפיל סאיז אין אונזערע הענט.
אבער געדענק פיל, פיל וואס דו פילסט, אפילו דו קענסט נישט, דו פילסט ס'איז שווער סאיז מער וואס דו קענסט דערהייבן, פארשטיי דיך.
#ס'איז דא איינער וואס שיק עס.
ווען ער ווייסט ווען ווער עס באהאלט זיך אונטער דעם ניק?!….
viewtopic.php?f=3&t=59455

אקווה לנוד ואין...

https://abcharity.org/campaign.php?id=437
די רבי איז געזונט
שר האלף
תגובות: 1038
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 11, 2023 9:32 pm

Re: געפילן.....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך די רבי איז געזונט »

.
Let go
שר חמישים
תגובות: 58
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אקטאבער 30, 2023 2:21 pm
לאקאציע:אין גיטע הענט

Re: געפילן.....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Let go »

איך פיל אויסגעשעפט עקזאסטעט איך האב נישט קיין כח, לעבן איז אזוי שווער !!!

ברוך השם איך בין חתונה געהאט ברוך השם אז איך האב גיטע חבירים,
ברוך השם פאר נאך אסאך זאכן !
איך פיל אז מיין לעבן איז שווערער ווי אנדערע מענטשן ווייל איך בין סענסעטיוו פלאס סענסערי

איך דארף סופאורט. אין איך וויל שוין נישט זיך אן לייגן אויף מיינע געטרייע חברים.
דער מענעדזשער
שר חמש מאות
תגובות: 824
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 31, 2022 1:48 pm
לאקאציע:ביים רעדל (תרתי משמע)

Re: געפילן.....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער מענעדזשער »

וואס מיינט סענסעטיוו פלאס סענסערי?
אויב דארפט איר אויפטרעטן אויף שבע ברכות און איר דארפט סחורה, קוקט אייך פאר אין מילתא דבדיחותא אשכול.
אדער שיקט אן אישי, און די סטעף פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן ארויסצוהעלפן ווי ווייט שייך
Let go
שר חמישים
תגובות: 58
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אקטאבער 30, 2023 2:21 pm
לאקאציע:אין גיטע הענט

Re: געפילן.....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Let go »

איך טראכט אז עפשר זאל איך הערן פין אנדערע מענטשן וואספארא עמאשענעל צרות
זיי גייען דורך, אין דעמאלטס וועל איך פילן בעסער
Let go
שר חמישים
תגובות: 58
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אקטאבער 30, 2023 2:21 pm
לאקאציע:אין גיטע הענט

Re: געפילן.....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Let go »

דער מענעדזשער האט געשריבן: מאנטאג מאי 06, 2024 3:35 pm
וואס מיינט סענסעטיוו פלאס סענסערי?
סענסארי אויווערלאד איז ווען מען פילט פיזישע זאכן, טאטש אדער גרויכן, גאר שטארק
אין דאס פארשווערט מוירעדיג אין די לעבן, אפילו עס איז דא געוויסע מעטאדן צי גרינגער מאכן
Letshelpothers
שר מאה
תגובות: 245
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 26, 2023 3:57 pm

Re: געפילן.....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Letshelpothers »

געפילן
מיינע צוויי צענט.
יעדע זאך ווי שטארק די טוב איז אזוי שטארק איז די חלק הרע אין פארקערט.
יעצט מענטשן וואס האבן שוואכע געפילן ליידן אויך ווייל זיי האבן שוואכע געפילן פאר גוטע זאכן אויך משפחה עבודת השם.
מענטשען וואס האבן שטארקע געפילן קענען אנקומען אין משפחה אין אין עבודת השם גאר גאר ווייט.

ואהבת את השם אלוקיך… וואס מיינט דאס איין שטיק געפיל.
תחת אשר לא עבדת את השם אלוקיך ‏בשמחה ובטוב לבב.. שמחה איז איין שטיק געפיל.
צו זיין א יוד דארף מען האבן געפילן… צו זיין א חסידישע יוד דארף מען האבן אסאך געפילן..
אין קורצען מיט געפילן קען מען אנקומען זייער ווייט
א ווארעמע איד א ווארימע דאווענען… איז דאס נישט געפיל.
ודוק כי קיצרתי

החותם וואס איך טראכט לאגיש..
איד27
שר חמישים ומאתים
תגובות: 365
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 12, 2021 1:13 pm

Re: געפילן.....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איד27 »

Letshelpothers האט געשריבן: מאנטאג מאי 06, 2024 4:00 pm
געפילן
מיינע צוויי צענט.
יעדע זאך ווי שטארק די טוב איז אזוי שטארק איז די חלק הרע אין פארקערט.
יעצט מענטשן וואס האבן שוואכע געפילן ליידן אויך ווייל זיי האבן שוואכע געפילן פאר גוטע זאכן אויך משפחה עבודת השם.
מענטשען וואס האבן שטארקע געפילן קענען אנקומען אין משפחה אין אין עבודת השם גאר גאר ווייט.

ואהבת את השם אלוקיך… וואס מיינט דאס איין שטיק געפיל.
תחת אשר לא עבדת את השם אלוקיך ‏בשמחה ובטוב לבב.. שמחה איז איין שטיק געפיל.
צו זיין א יוד דארף מען האבן געפילן… צו זיין א חסידישע יוד דארף מען האבן אסאך געפילן..
אין קורצען מיט געפילן קען מען אנקומען זייער ווייט
א ווארעמע איד א ווארימע דאווענען… איז דאס נישט געפיל.
ודוק כי קיצרתי

החותם וואס איך טראכט לאגיש..
אבער די עיקר ארבעט און שווערע איז ווי אזוי צו גובר זיין די חלקי הטוב ווען די רע ציעט שוין געפערליך...
ווען ער ווייסט ווען ווער עס באהאלט זיך אונטער דעם ניק?!….
viewtopic.php?f=3&t=59455

אקווה לנוד ואין...

https://abcharity.org/campaign.php?id=437
Letshelpothers
שר מאה
תגובות: 245
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 26, 2023 3:57 pm

Re: געפילן.....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Letshelpothers »

איד27 האט געשריבן: מאנטאג מאי 06, 2024 4:14 pm
Letshelpothers האט געשריבן: מאנטאג מאי 06, 2024 4:00 pm
געפילן
מיינע צוויי צענט.
יעדע זאך ווי שטארק די טוב איז אזוי שטארק איז די חלק הרע אין פארקערט.
יעצט מענטשן וואס האבן שוואכע געפילן ליידן אויך ווייל זיי האבן שוואכע געפילן פאר גוטע זאכן אויך משפחה עבודת השם.
מענטשען וואס האבן שטארקע געפילן קענען אנקומען אין משפחה אין אין עבודת השם גאר גאר ווייט.

ואהבת את השם אלוקיך… וואס מיינט דאס איין שטיק געפיל.
תחת אשר לא עבדת את השם אלוקיך ‏בשמחה ובטוב לבב.. שמחה איז איין שטיק געפיל.
צו זיין א יוד דארף מען האבן געפילן… צו זיין א חסידישע יוד דארף מען האבן אסאך געפילן..
אין קורצען מיט געפילן קען מען אנקומען זייער ווייט
א ווארעמע איד א ווארימע דאווענען… איז דאס נישט געפיל.
ודוק כי קיצרתי

החותם וואס איך טראכט לאגיש..
אבער די עיקר ארבעט און שווערע איז ווי אזוי צו גובר זיין די חלקי הטוב ווען די רע ציעט שוין געפערליך...
אין הכי נמי אבער די פראבלעם איז אז אסאך מענטשן וואס מוטשענען זיך מיט געפילן כאפן נישט וואספארא מתנה זיי האבן.
זיי קענען קונה זיין חסידות אין דביקות השם אויף אן אויפן וואס אנדערע קומט עס אן אסאך שווערער.
אוועטאר
מחובר
שר העשר
תגובות: 37
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 03, 2023 10:50 pm

Re: געפילן.....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחובר »

נאך א נקידה פארוואס עס איז וויכטיג צו זיין קאנשעס צו די געפילן און וואס מען פילט איז וויבאלד, די הארץ פילט סייווי און אויב א מענטש איז נישט קאנשעס צו דעם, ער איז זיך מתעלם דערפון, קען עס אים סאוב קאנשעס דרייווען צו מאכן נישט ריכטיגע באשלוסן, אבער אויב א מענטש איז אפען און אניסט מיט זיך אליין, ווייסט ער ווען די שכל טרייבט אים אדער די הארץ און ער קען מאכן ריכטיגע באשלוסן,
א מענטש וואס לויפט אוועק פון זיין הארץ קען אויך נישט פילן פאזיטיוו געפילן, די זעלבע א חיזוק פאר די וואס זענען סעסאטיוו אז עס איז א אפירטאנטי צו פילן מער פאזיטיוו אויך,
תשמח
אנשי שלומינו
תגובות: 3
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 20, 2024 11:31 am

Re: געפילן.....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תשמח »

Let go האט געשריבן: מאנטאג מאי 06, 2024 3:43 pm
איך טראכט אז עפשר זאל איך הערן פין אנדערע מענטשן וואספארא עמאשענעל צרות
זיי גייען דורך, אין דעמאלטס וועל איך פילן בעסער
אסאך אסאך מענטשן מוטשענען זיך ליידער פון אלע סארט עמאציאנאלע שוועריקייטן (און אויך נישט עמאציאנאלע).

דיין ניק נאמען Let GO איז איינס פון די מהלכים וואס קען העלפן גרינגער מאכן.

פון איין זייט דארף מען האבן דעם טול פון 'לאזן גיין' און נישט בלייבן סטאק און זיך נישט ווייקן אגאנצן טאג אין די פראבלעמען, אבער פון די צווייטע זייט דארף א מענטש טון השתדלות צו פרובירן זיך צו העלפן און בעסער מאכן.

וואס האסטו שוין פרובירט צו טון? אפשר וועט דיר איינער קענען העלפן מיט אנווייזונגען און חיזוק.
שרייב תגובה

צוריק צו “תורת הנפש”