זכרונות פון ישיבה גדולה אהל יהושע חיפה - בעלזא

זכרונות פון די פארגאנגענע יארן

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

שטיק חיות
אנשי שלומינו
תגובות: 7
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 26, 2023 4:01 pm

Re: זכרונות פון ישיבה גדולה אהל יהושע חיפה - בעלזא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטיק חיות »

חיפה לעבט!!!
שווער צו רעדן פון אזא ראש ישיבה ווי ר׳ בערל ממש א איש שהכל בו.
מ׳קען רעדן פון די לומדישע שיעורים ווי די בית המדרש האט גברענט כאש המתלקחת בריתחא דאורייתא, די דערהובענע פרייליכע שבתים וואס איז מער ווייניגער געווען איין גרויסע רקידה מבואו ועד צאתו און שבת נאכמיטאג אויסגעמיטשיטעהייט נאכן לאנג פארצויגענע סעודה ווידער אריינגעטרייסקעט אינעם סוגיא, דעם ויז’ניץ׳ן אודה לקל דרייער פארטאגס ״עורו נא כי בכל לילה נשמתכם עולה למעלה לתת דין וחשבון מפעלה ליוצר ערב ובקר״ אה! מ׳האט געקענט טאפן די זיסקייט פון שבת מיט די הענט, די פלאקירדיגע נשמת שבת אינדפרי, דאס ערשטע מאל וואס איך האב דאס געזעהן האב איך געמיינט אז ער גייט פאלן אויף צוריקצווועגס, די שמיעוס ביי שלש סעודת בנוסח הידוע, אפילו א שטיין האט געקענט צוגיין.
די דביקותדיגע חברות ליל שישי דעם סלאנים׳ען דינען דינען. די שמעוס׳ן דעמאלס מיט א פרישקייט וואס האט אין יעדעם אריין געבלאזן א רוח חדשה.
ווער געדענקט נאך די פתיחת הזמן וואס האט געכאפט יעדעם אין שאק ווען די ראש ישיבה האט אנגעהויבען דעם שמעוס אויסשרייענדיג ״ברוכים הבאים לבית המשוגעים״ דא איז די ציל צו ווערן משוגע אויף תורה פשוטו כמשמעו, די ראש ישיבה האט דעמאלס פארגלערנט די מדרש תנחומא פרשת נח. באש להבה ״לפי שאין אדם לומד אותה אלא מי שאוהב הקב״ה בכל לבו ובכל נפשו ובכל מאדו כו… העם הלכו בחושך ראו אור גדול״.
ווער געדענקט ווען ר׳ י.פ. האט געהאט טענות אז די חיפענע בחורים זענען זיך מפלפל בסוגיות החמורות מיט א לעבידיקייט פאר די תקיעות אנשטאט זאגן תהילים און עוסק זיין בתשובה ותיקון המעשים, ס׳נישט קלאר וואס די ראש ישיבה האט געהאלטן וועגען דעם אבער ער האט שטארק הנאה געהאט דערפון,
כל המקבל עליו עול תורה מעבירין ממנו עול מלכות ועול דרך ארץ האט די ראש ישיבה געהאלטן מ׳דארף אראפ נעמען אלע זייטיגע לחצים תקנות קנסות תחרות הספק כו… פונעם בחור נאר איין דאגה פארשטיין גוט די סוגיא אז יעדע ווארט אין גמרא זאל שיינען יעדע שורה אין תוספות זאל גלאנצן, געזעצן אויף איין שטיקל גמרא שעות ע״ג שעות טעג אויף טעג בעסער געזאגט נעכט אויף נעכט, אה! ס׳איז אזוי געשמאק וואס פעלט אויס אוועקצוגיין לקיים מה שנאמר ויאכילהו מחלב חטה ומצור, דבש אשביעך.
איך האב מיטגעהאלטן אמאל ווי אן איש חינוך פרעגט אים אויב ס׳דא אזא זאך פון א בחור וואס איז נישט געמאכט פאר עיון? והוא באחת אז עיון איז פאר יעדעם מ׳דארף אבער קודם ארויס האבן וואס מיינט דאס עיון בכלל,
ער האט בכל כוחו אויסגעריסן די נארישע קנאה ותחרות וואס מאכט זיך צווישן בחורים, נאכגעזאגט מאמרי זוהר וואס לייגט אראפ די גרויסע אהבה וואס האט געהערשט בהחבריא קדישא דרשב״י ״אנן בחביבותא תליא״.
צוקוועטשקייט קדוש מעונה ווי ער ריפט עס איז זיין גרעסטע שונא, אז מ׳נעמט א גלאז און מצוקוועטשט עס גייט גארנישט אריין, האט ער מסביר געווען.
ווען מ׳האט געזינגן דעם זוטשקא והנה ה׳ נצב עליו.. האט ער אויפן הויכע פאל געלייגט דעם פסוק מה נמלצו לחכי אמרותיך מדבש לפי. זאגענדיג אז מ׳בלייבט נישט שטיין ביי יראה מ׳דארף ווייטער ג’יין צו אהבה,
הצד השוה שביניהם דאס לעבידיקייט און פרישקייט וואס איז איינס מיט אים פרישט אויף יעדעם איינעם וואס געפינט זיך נאר כמלא עיניו א בחינה פון והיה כל הנשוך וראה אותו וחי,
בעלזע רב זאל מאריך ימים זיין האט אים אמאל געפרעגט וואס איז זיין סוד אז די תלמידים האבן אים אזוי ליב? ווייל איך האב זיי ליב האט ער גענטפערט.
עליו הכתוב אומר ור׳ מאיר דוב מפזז ומכרכר בכל עוז לפני ה׳ און אויב איינער וונדערט זיך זאגט ער ונקלותי עוד מזאת והייתי שפל בעיני. איז דען עפעס יעצט א הכנסת ס״ת? איז דען דא א גרעסערע שמחת הכנסת ס״ת ווי אריין ברענגען די תורה אין א בחור׳ס הארץ אריין.
יעצט דערמאן איך מיר פון די בעל תשובה ניגון שהיה שגור על לשונו אבער כ׳וועל עס שוין לאזן פאר אנדערע.
אוועטאר
האסטו וועסטו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4827
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 27, 2021 8:43 pm
לאקאציע:דא

תגובה דורך האסטו וועסטו »

און וואס מיט לערנען אויסגעמיטשעטערהייט צווישן שלש סעודות און מלוה מלכה דער בית מדרש געפאקט פון עק צו עק וואאאאףףףף איז דאס געוועהן א תענוג רוחני וגשמי..
#גיי_קראך_גרינע_פעפער

דער אייבערשטער פירט דער וועלט!!!

די חילוק צווישן א מיליאן אין א ביליאן
מיליאן סעקונדעס = 11 טעג
ביליאן סעקונדעס = 30 יאהר
אויפגעבראוזטער
שר העשר
תגובות: 38
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 10, 2022 8:30 pm

Re: זכרונות פון ישיבה גדולה אהל יהושע חיפה - בעלזא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויפגעבראוזטער »

שטיק חיות האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 29, 2023 1:10 am

וואף וואף... @שטיק חיות האט אריינגעגעבן א שטיק חיות אינעם אשכול...

עס פארבענקט זיך מיר צוריקצוגיין פאר אפאר וואכן!
אהה די שמעוסן יעדע וואך ווי די מגי"ש האט אריינגעגעבן א טעם און די גאנצע וואך... צו זאל עס זיין אויף תורה, קדושה, שבת, תפילה... ועוד ועוד... אהה
די אלול שמעוסן... המלך... אהה פיינע זכרונות וואס באגלייט אויף אגאנצע לעבן...

אוי ווי נעמט מען די יונגע יארן, אזוי שנעל אוועקגעפארן...
אוועטאר
האסטו וועסטו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4827
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 27, 2021 8:43 pm
לאקאציע:דא

Re: זכרונות פון ישיבה גדולה אהל יהושע חיפה - בעלזא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האסטו וועסטו »

איך רעד נישט צו ענק יעצט, איך רעד צו ענק מיט די שטריימלעך...
#גיי_קראך_גרינע_פעפער

דער אייבערשטער פירט דער וועלט!!!

די חילוק צווישן א מיליאן אין א ביליאן
מיליאן סעקונדעס = 11 טעג
ביליאן סעקונדעס = 30 יאהר
אויפגעבראוזטער
שר העשר
תגובות: 38
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 10, 2022 8:30 pm

Re: זכרונות פון ישיבה גדולה אהל יהושע חיפה - בעלזא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויפגעבראוזטער »

האסטו וועסטו האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 29, 2023 1:25 am

*צו די בחורים מיט די שטריימלעך...

אויפגעבראוזטער האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 29, 2023 1:26 am
האסטו וועסטו האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 29, 2023 1:25 am
איך רעד נישט צו ענק יעצט, איך רעד צו ענק מיט די שטריימלעך...
*צו די בחורים מיט די שטריימלעך...
אה..
#גיי_קראך_גרינע_פעפער

דער אייבערשטער פירט דער וועלט!!!

די חילוק צווישן א מיליאן אין א ביליאן
מיליאן סעקונדעס = 11 טעג
ביליאן סעקונדעס = 30 יאהר
שטיק חיות
אנשי שלומינו
תגובות: 7
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 26, 2023 4:01 pm

Re: זכרונות פון ישיבה גדולה אהל יהושע חיפה - בעלזא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטיק חיות »

די מלכיות זכרונות שופרות שמעוס, סדר העבודת יום כיפור, די דערהובנע יארצייט סעודה ה׳ אב פון אר״י הק׳,
אוועטאר
האסטו וועסטו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4827
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 27, 2021 8:43 pm
לאקאציע:דא

Re: זכרונות פון ישיבה גדולה אהל יהושע חיפה - בעלזא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האסטו וועסטו »

ד בבות...
#גיי_קראך_גרינע_פעפער

דער אייבערשטער פירט דער וועלט!!!

די חילוק צווישן א מיליאן אין א ביליאן
מיליאן סעקונדעס = 11 טעג
ביליאן סעקונדעס = 30 יאהר
אויפגעבראוזטער
שר העשר
תגובות: 38
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 10, 2022 8:30 pm

Re: זכרונות פון ישיבה גדולה אהל יהושע חיפה - בעלזא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויפגעבראוזטער »

א שבועות ביינאכט שיעור, און דערנאך די פייערדיגע טענץ עד עלות השחר... אהההה.
אזא שמחה און חיות פאר די תורה...
שרייב תגובה

צוריק צו “זכרונות”