טאגבוך: פון ראדאשיץ ביז ראדאוויץ (סיון תשפ"ג) - [קאפיטל י"ח (ענדע) ארויף]

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28357
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: טאגבוך: פון ראדאשיץ ביז ראדאוויץ (סיון תשפ"ג) - [קאפיטל ט"ו "קריאת התורה" ארויף]

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

קאפיטל ט"ו - קריאת התורה

אלס הקדמה צו דעם קאפיטל, וועל איך פארלערנען א קליינע שטיקל גמרא מיט רש"י אין מסכת ברכות (סב.). די גמרא זאגט "מפני מה אין מקנחין בימין אלא בשמאל", און די גמרא ברענגט א רייע טעמים פון מערערע אמוראים. די לעצטע ברענגט די גמרא פון רב נחמן בר יצחק [און עס שטייט אין ספר דברי תורה פון מונקאטשער רב זי"ע (מהדורא קמא אות כב), בשם דער הייליגער חוזה פון לובלין זי"ע, אז צו לערנען א מימרא פון רנב"י איז א סגולה צו יראת שמים - און מען געפינט טאקע מימרות פון רנב"י זעלבסט בעניני יראת שמים] "מפני שמראה בה טעמי תורה" - ווייל מיט די רעכטע האנט ווייזט ער די טראפן פון די תורה.

וואס מיינט דאס? זאגט רש"י: "נגינות טעמי מקרא של תורה נביאים וכתובים, בין בניקוד שבספר בין בהגבהת קול ובצלצול נעימות הנגינה של פשטא ודרגא ושופר מהפך, מוליך ידו לפי טעם הנגינה, ראיתי בקוראים הבאים מארץ ישראל". בפשטות קען מען דאס טייטשן, אז מיט די רעכטע האנט טייטלט מען, אדער דרייט מען אויף ארויף אדער אראפ א שטייגער ווי 'שבכל הלילות' לויט די נקודות און די טראפן. אבער יעדע מאל איך לערן דאס, טראכט איך אז רש"י מיינט דא עפעס מער, און הלואי וואלט איך אויך געטראפן די ליינער וואס קומען פון ארץ ישראל און זיי וועלן מיר צייגן דעם זאך.

יעצט וויילנדיג אין צפת עיר הקודש און דאווענענדיג אין ראדאוויץ, האב איך באקומען א שטיקל טעימה צו באגרייפן א מהלך אין די רייד פון רש"י. אנהייב ליינען האב איך געכאפט א בליק אויפ'ן בעל קורא וואס איז געשטאנען נישט צו ווייט פון מיר [די גאנצע בית המדרש איז נישט צו גרויס, ווי רוב שולן אין צפת], און איך בין ממש אויפגעשפרינגען פון ארט ביים זען ווי נעבן דעם בעל קורא, אויף זיין לינקע זייט, שטייט א איד און מאכט מיט די הענט און די פינגער אלע סארט סימבאלן און צייכענעס, אנצודייטן פאר'ן בעל קורא וועלכע טראפ עס קומט יעצט און ווען מען דארף זיך אפשטעלן!

דאס איז נישט דאס ערשטע מאל איך זע איינעם שטיין נעבן דעם בעל קורא און זיין ווי אן עומד על גביו. דא אין מאנסי פלעג איך צומאל דאווענען אין א געוויסע גרויסע שול, וואו דער בעל קורא ליינט זייער פיין און גוט, אבער ער האט אייביג איינער פון די קינדער הארט נעבן אים, און יענער ממש ליינט מיט אים די גאנצע קריאה, עד כדי כך, אז ווען איך בין אמאל געשטאנען הארט נעבן באלעמער האב איך געקלערט צי מען איז בכלל יוצא דאס ליינען, וויבאלד תרי קלי לא משתמעי (און עס איז נישט 'חביב' ווי דער מגילה).

דא אין ראדאוויץ, און מסתמא איז דאס איינגעפירט אין אסאך ארץ ישראל'דיגע מקומות אויך, און מעגליך אויך אין נאך ערטער אויפ'ן כדור וואו איך האב נאך צו באזוכן, האט געהערשט א שטילקייט, קיינער האט נישט מיטגעברימט אדער אונטערגעזאגט (אדער אריינגעשריגן) פאר'ן בעל קורא, וועלכער איז קענטיג געווען פיין פארגעקוקט און געליינט פליסיג בדקדוק גדול. אבער דער געהילף זיינער האט די גאנצע צייט געמאכט מיט די רעכטע האנט (ווי די גמרא זאגט) אלע סארט צייגענישן אז דער בעל קורא זאל וויסן וואס ער דארף זינגען ווייטער.

עס האט מיך אזוי געכאפט, אז איך בין אריבערגעגאנגען צום אנדערן זייט שול וואו עס זענען געשטאנען מיינע בני חבורה, און זיי אנגעזאגט צו כאפן א בליק אויף דעם בעל קורא און זיין געהילף, ווייל דאס איז עפעס אויסטערליש אינטערעסאנט און עפעס וואס זיי האבן נאך ווארשיינליך קיינמאל געזען. איך בין געשטאנען פארגאפט און במשך די איבריגע חלק פונעם ליינען האב איך נאר געווארפן בליקן אויף דעם 'קורא מארץ ישראל' פרובירנדיג אויפצוכאפן וועלכע סימן ער מאכט פאר וועלכן טעם.

הלואי וואלט איך אויפגעכאפט אלע אלע סימנים, און הלואי וואלט איך דא געקענט איבערגעבן די סימנים מיט א טבלא וכדומה (אדער א ווידיאו...), אבער היות דאס איז נישט שייך, וועל איך כאטש פרובירן שילדערן וויאזוי דער יונגערמאן האט געמאכט מיט די פינגער ביי געוויסע פון די טראפן. (יעצט מאכנדיג א זוכעניש, זע איך עטליכע ווידיאוס וואס צייגן די סימנים, אבער איך קען זיי נישט אהערברענגען).

באמת, נישט ביי ממש אלע טראפן האט ער געמאכט א סימן, נאר ביי די דאזיגע וואס האבן אן אייגענעם קוועטש וכדומה. א שטייגער, ביי "פשטא זקף קטן" און דאס זעלבע ביי "מרכא טפחא" האט ער געגעבן אזא מאך מיט די האנט ווי איינער צייגט 'פאר ווייטער'... ווייל עס איז נישטא עפעס ספעציעל צו זינגען דארטן.

[פון דא און ווייטער שרייב איך לויט די סדר הטעמים וואס מיר האבן געהאט אין די חומשים אלס קינד, "פשטא מונח זרקא" און אזוי ווייטער, הגם היינטיגע חומשים האבן אדאפטירט אנדערע סימנים אויף אן אנדערן סדר].

ביי "זרקא" וואס דער צורה דערפון איז א S העקעלע [ליגנדיג], האט ער מיט די אצבע פינגער געמאכט דעם צורה אין די לופט.

ביי "סגול" האט ער מיט דריי פינגער [אגודל, אצבע, אמה] געמאכט א צורה פון א סגול אין די לופט. [די נקודה סגול, איז צוויי פינטלעך פון אויבן און איינס פון אונטן, בעת דער טראפ סגול איז פארקערט. אין סה"ק דגל מחנה אפרים פ' יתרו, אויפ'ן פסוק "והייתם לי סגולה", שרייבט ער אז די נקודה הייסט סגול און די טראפ סגולתא, זע דארט וואס ער ארבעט ארום דערמיט].

ביי "רביע" האט ער געפאכעט מיט'ן אצבע פינגער דריי מאל, ווי איינער ווייזט אויף זיין חבר 'דו, יא דו'... [נאך א משל: די באקאנטע פאוסטער פון אנקעל סעם 'איך וויל דיך פאר די יו.עס. ארמיי!']

ביי "זקף גדול" געדענק איך נישט, עפעס האט ער געוויזן אויף ארויף [דער תנועה פארט דארט ארויף], אבער איך געדענק נישט מיט וועלכע אדער וויפיל פינגער.

ביי "אתנחתא" האט ער צוזאמגענומען אלע פינגער אינאיינעם ווען די שפיצן רירן זיך אן אין ריכטונג פון די דאך [אין שטום שפראך נוצט מען דעם צייכן פאר 'האב געדולד א רגע... הער מיך אויס'].

ביי "פזר" וואס קוקט אויס ווי א נומער 4 [נישט די נומער וואס איר זעט דא... נאר וויאזוי מיר שרייבן עס, אפן פון אויבן], האט ער געמאכט אט דעם צורה מיט די אגודל און אצבע פינגער.

"תלישא קטנה" און "תלישא גדולה" זענען ביידע רינגעלעך, מיט א שטרעכעלע וואס קומט ארויס צו רעכטס אדער לינקס, האט ער געמאכט מיט די אגודל און אצבע פינגער א רינג, און דאס געפירט צו רעכטס אדער לינקס צו צייגן קטנה אדער גדולה.

"קדמא ואזלא" זענען צוויי האלבע (פערטל) רינגען איינס קעגן די אנדערע, ווען איינס גייט פון 12 אזייגער צו 3 אזייגער און די אנדערע פון 12 אזייגער צו 9 אזייגער [איר קענט די סארט סימנים? מען נוצט דאס אין די מיליטער וכדומה. איך קען דאס פון די מוהלים שפראך...] האט ער מיט די אצבע פינגער געמאכט א צורה פון א קשת, און געוויגט די פינגער רעכטס און לינקס צו אנדייטן אויף ביידע טראפן.

"אזלא גרש" - געדענק איך נישט...

"גרשים" וואס קוקט אויס ווי צוויי האלבע (פערטל) רינגען איינס נעבן די אנדערע אינעם זעלבן ריכטונג, האט ער גענומען די אצבע און אמה פינגער, און זיי געשאקלט שנעל איינס נעבן די אנדערע, באופן אז ווען איינס גייט ארויף גייט די אנדערע אראפ [ווי די שטומע צייכן פון 'גיין', אדער קיצלען...]

"דרגא" קוקט אויס ווי אן איבערגעדרייטע Z, האט ער מיט'ן אצבע פינגער געמאכט רעכטס און לינקס אויסמאלנדיג דעם סימבאל אין די לופט.

"תביר" איז א פערטל רינג מיט א פינטל אינדערמיט, האט ער אויסגעשטרעקט די אצבע פינגער און אויסגעמאלן דעם פערטל רינג, ווען דער אגודל פינגער שטעקט זיך אריין אינדערמיט במקום דעם פינטל דערפון.

"יתיב" איז א ליגנדיגע V, האט ער געמאכט א ליגנדיגע V מיט די אצבע און אמה פינגער [ווי דער סימבאל פון א שערל].

ביי "סוף פסוק" האט ער אראפגענידערט די גאנצע האנט אויף די יריעות און עץ חיים נעבן אים, אנרירנדיג דעם פארמעט. [אזוי ווי מען קלאפט אויס יעלה ויבוא, נאר אנע זעץ].

[שלשלת, קרני פרה, מרכא כפולה און ירח בן יומו, געפינען זיך נישט אין פרשת שלח. אופס, איך זע יעצט א מרכא כפולה אויף די ווארט "הלוא 'טוב' לנו שוב מצרימה" (במדבר יד, ג), אבער איך געדענק נישט וויאזוי ער האט דאס באצייכנט, אדער האט ער דאס אפילו נישט געזאגט מיט א ספעציעלן תנועה. איך האב אויך באמערקט אויף נאך א טראפ וואס ער זינגט פשוט בעת מיר דרייען דארטן, נעמליך ווען עס איז דא א 'פשטא-זקף-קטן' אויף די זעלבע ווארט, אדער אויף צוויי ווערטער וואס זענען צוזאמגעכאפט מיט א מקף (הייפען בלעז), איז דא א ספעציעלע געדרייטע תנועה וואס מיר זינגען, אבער יענער בעל קורא האט דאס געזאגט ווי פשוט'ע טראפן].

ווען איך האב עטליכע וואכן שפעטער איבערדערציילט דעם איבערלעבעניש פאר א ישיבה קטנה ערגעץ וואו, איז מיר איינער צוגעקומען זאגן אז אין "לפידות" קאנטרי איז אויך דא אזא בעל מקריא וואס צייגט די סארט סימנים פאר'ן בעל קורא, און אנדערע האבן מיר איבערגעגעבן אנדערע שולן וואו מען קען אזאנס טרעפן. כמובן דארף א בעל קורא זיין גאר גוט פארגעקוקט און רגיל אין די טראפן און אין די סימנים, כדי צו קענען אויפכאפן אין דעם געשפאלטענעם מילי-סעקונדע וואס דער צייכן טוט אנדייטן, און אויך דער עומד על גביו דארף זיין גאר געשיקט און געשווינד, און אייביג זיין א סעקונדע פאראויס פונעם בעל קורא צו קענען צייגן דעם סימבאל בעפאר דער בעל קורא גרייכט דאס ווארט.
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28357
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: טאגבוך: פון ראדאשיץ ביז ראדאוויץ (סיון תשפ"ג) - [קאפיטל י"ג "שבת צופרי" ארויף]

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

ס'איז אויסגעקומען אביסל קלענער ווי א געווענליכע קאפיטל, ואתכם הסליחה. [איך דארף לויפן צו מנחה-מעריב]
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28357
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: טאגבוך: פון ראדאשיץ ביז ראדאוויץ (סיון תשפ"ג) - [קאפיטל י"ג "קריאת התורה" ארויף]

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

יעצט איבערליינענדיג, זע איך אז איך האב פארפעלט צו שרייבן דעם צייכן וואס דער 'אונטערזאגער' מאכט ביי "שני", "שלישי" און אזוי ווייטער. ער האלט די האנט פלאך, מיט'ן האנט פלאך אויף אראפ, און פירט די גאנצע האנט פון זייט צו זייט, די אינטערנאציאנאלע צייכן פון 'געענדיגט'.
אוועטאר
זילבער פיצער
שר חמש מאות
תגובות: 619
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 30, 2021 1:48 am

Re: טאגבוך: פון ראדאשיץ ביז ראדאוויץ (סיון תשפ"ג) - [קאפיטל י"ג "קריאת התורה" ארויף]

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זילבער פיצער »

זייער אינפארמאטיוו און אינטערעסאנט יעדע פון די קאפיטלען. א דאנק
אוועק מיט אלע אינספיראציע'ס,
לאז בלויז דיינע מעשים אינספירירן אנדערע.

קען זיין אז דו קענסט אנגיין מיט ווייניג שעה שלאף א נאכט,
אבער דיינע ארומיגע קענען נישט. אנגיין מיט דיר...
אוועטאר
נישטאמת
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4080
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מארטש 28, 2016 4:47 pm
לאקאציע:איך האף צו וויסן בקרוב

Re: טאגבוך: פון ראדאשיץ ביז ראדאוויץ (סיון תשפ"ג) - [קאפיטל י"ג "שבת צופרי" ארויף]

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישטאמת »

שלמה מולכו האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 29, 2024 5:38 pm
אבימלך האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 29, 2024 5:26 pm
שכח @לכאורה פאר די דעלישעס ארטיקל!! בדוו מיין טראוול אגענט האט יעצט באקימען א קאל, דו האסט מיר אנגעצינדן די רייץ פאר א שבת און צפת..
העי, איך קום מיט.
ווען פארט מען? נאך דא א ליידיגע זיץ?
אוועטאר
ארחיקה נדד
שר חמשת אלפים
תגובות: 5920
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 24, 2019 9:11 pm
לאקאציע:מ'וואנדערט

Re: טאגבוך: פון ראדאשיץ ביז ראדאוויץ (סיון תשפ"ג) - [קאפיטל י"ג "קריאת התורה" ארויף]

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארחיקה נדד »

הערליך הערליך!!

נאר א שאד איר דארפט שוין לויפן, אולי וואלט מיר זוכה געווען צו "שפירן" דעם הפטורה...
כבוד המנהל, ווען פאהר מיר?
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28357
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: טאגבוך: פון ראדאשיץ ביז ראדאוויץ (סיון תשפ"ג) - [קאפיטל י"ג "קריאת התורה" ארויף]

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

ארחיקה נדד האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 29, 2024 10:21 pm
הערליך הערליך!!

נאר א שאד איר דארפט שוין לויפן, אולי וואלט מיר זוכה געווען צו "שפירן" דעם הפטורה...
יוששששששששששש, דערמאנסט מיך טאקע פון די הפטרה... מאמאמיא... אפשר דארף מען ווידמען דערפאר א באזונדערן קאפיטל...

יישר כח @אום אני חומה פאר'ן מעורר זיין אין אישי אז מען האלט שוין ביי קאפיטל ט"ו, נישט י"ד ווי איך האב בטעות געשריבן.
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17291
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: טאגבוך: פון ראדאשיץ ביז ראדאוויץ (סיון תשפ"ג) - [קאפיטל י"ג "קריאת התורה" ארויף]

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

טאקע א קורצע קאפיטל.. ס'האט אבער אלע "טעמים"!!
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
שלמה מולכו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4265
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 18, 2019 11:18 am
לאקאציע:אין פעלד

Re: טאגבוך: פון ראדאשיץ ביז ראדאוויץ (סיון תשפ"ג) - [קאפיטל י"ג "קריאת התורה" ארויף]

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה מולכו »

לכאורה האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 29, 2024 10:36 pm
ארחיקה נדד האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 29, 2024 10:21 pm
הערליך הערליך!!

נאר א שאד איר דארפט שוין לויפן, אולי וואלט מיר זוכה געווען צו "שפירן" דעם הפטורה...
יוששששששששששש, דערמאנסט מיך טאקע פון די הפטרה... מאמאמיא... אפשר דארף מען ווידמען דערפאר א באזונדערן קאפיטל...
הער אויף, איך קען שוין נישט ווארטן זאלסט אנקומען צו הצדיק ממקארוב שליט״א.
פון רעמסס קיין ניו יארק

פעלדמאן בחורל׳ס טרערעליך - וויינט מיט מיר.

מיין וואקאציע - קאליפארניע

ווער עס האט אויגין לאז זעהן און ווער עס האט א הארץ לאז פארשטיין, וואס אויף דער וועלט טוט זיך.
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28357
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: טאגבוך: פון ראדאשיץ ביז ראדאוויץ (סיון תשפ"ג) - [קאפיטל ט"ו "קריאת התורה" ארויף]

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

אזוי ווי איך בין ליידער דיאגנאזירט געווארן מיט די פלו ל"ע, וועט מסתמא נישט קומען די וואך קיין פרישע קאפיטל. ואתכם הסליחה.
אוועטאר
געגאנגען
שר האלף
תגובות: 1487
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 13, 2023 2:43 pm

Re: טאגבוך: פון ראדאשיץ ביז ראדאוויץ (סיון תשפ"ג) - [קאפיטל ט"ו "קריאת התורה" ארויף]

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געגאנגען »

לכאורה האט געשריבן: מיטוואך מארטש 06, 2024 4:40 pm
אזוי ווי איך בין ליידער דיאגנאזירט געווארן מיט די פלו ל"ע, וועט מסתמא נישט קומען די וואך קיין פרישע קאפיטל. ואתכם הסליחה.
לכאורה געקענט פארמיטן ווערן מיט די וואקסין. ניין?
איך האב אגענדעס, איך האב שיטות. אבער קודם בין איך א איד!

נישט קיין חילוק וואס איך האלט. פאלג איך דעת תורה.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35593
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע:אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: טאגבוך: פון ראדאשיץ ביז ראדאוויץ (סיון תשפ"ג) - [קאפיטל ט"ו "קריאת התורה" ארויף]

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

לכאורה האט געשריבן: מיטוואך מארטש 06, 2024 4:40 pm
אזוי ווי איך בין ליידער דיאגנאזירט געווארן מיט די פלו ל"ע, וועט מסתמא נישט קומען די וואך קיין פרישע קאפיטל. ואתכם הסליחה.
מיר האפן אז דו האסט א נאטיץ ביכל ביי דיר.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28357
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: טאגבוך: פון ראדאשיץ ביז ראדאוויץ (סיון תשפ"ג) - [קאפיטל ט"ו "קריאת התורה" ארויף]

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

געגאנגען האט געשריבן: מיטוואך מארטש 06, 2024 4:48 pm
לכאורה האט געשריבן: מיטוואך מארטש 06, 2024 4:40 pm
אזוי ווי איך בין ליידער דיאגנאזירט געווארן מיט די פלו ל"ע, וועט מסתמא נישט קומען די וואך קיין פרישע קאפיטל. ואתכם הסליחה.
לכאורה געקענט פארמיטן ווערן מיט די וואקסין. ניין?
ס'נישט איינגעפירט צו נעמען א פלו-שאט יאר יערליך, משא"כ די שאטס וואס פארמיידן WHOOPING COUGH וואס מען געבט געווענליך פאר פיצלעך קינדער
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28357
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: טאגבוך: פון ראדאשיץ ביז ראדאוויץ (סיון תשפ"ג) - [קאפיטל ט"ו "קריאת התורה" ארויף]

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

farshlufen האט געשריבן: מיטוואך מארטש 06, 2024 4:49 pm
לכאורה האט געשריבן: מיטוואך מארטש 06, 2024 4:40 pm
אזוי ווי איך בין ליידער דיאגנאזירט געווארן מיט די פלו ל"ע, וועט מסתמא נישט קומען די וואך קיין פרישע קאפיטל. ואתכם הסליחה.
מיר האפן אז דו האסט א נאטיץ ביכל ביי דיר.
מען קען האבן א זאפאס מיט ביכלעך, אבער אז די מוחין זענען נישטא איז גארנישט דא
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17291
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: טאגבוך: פון ראדאשיץ ביז ראדאוויץ (סיון תשפ"ג) - [קאפיטל ט"ו "קריאת התורה" ארויף]

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

א רפואה שלימה בתושח"י.

העמיר אויסנוצן די פאר מינוט פון ליינען דאס טאגבוך קאפיטל, צו זאגן א קאפיטל תהילים פאר א שנעלע ערהוילונג..
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
געגאנגען
שר האלף
תגובות: 1487
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 13, 2023 2:43 pm

Re: טאגבוך: פון ראדאשיץ ביז ראדאוויץ (סיון תשפ"ג) - [קאפיטל ט"ו "קריאת התורה" ארויף]

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געגאנגען »

אוראייניקל האט געשריבן: מיטוואך מארטש 06, 2024 6:07 pm
א רפואה שלימה בתושח"י.

העמיר אויסנוצן די פאר מינוט פון ליינען דאס טאגבוך קאפיטל, צו זאגן א קאפיטל תהילים פאר א שנעלע ערהוילונג..
ביינאכט זאגט מען נישט קיין תהילים...
איך האב אגענדעס, איך האב שיטות. אבער קודם בין איך א איד!

נישט קיין חילוק וואס איך האלט. פאלג איך דעת תורה.
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28357
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: טאגבוך: פון ראדאשיץ ביז ראדאוויץ (סיון תשפ"ג) - [קאפיטל ט"ו "קריאת התורה" ארויף]

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

געגאנגען האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 07, 2024 1:43 pm
אוראייניקל האט געשריבן: מיטוואך מארטש 06, 2024 6:07 pm
א רפואה שלימה בתושח"י.

העמיר אויסנוצן די פאר מינוט פון ליינען דאס טאגבוך קאפיטל, צו זאגן א קאפיטל תהילים פאר א שנעלע ערהוילונג..
ביינאכט זאגט מען נישט קיין תהילים...
ליל ששי קען מען מקיל זיין, אויך נאך חצות, און בפרט אז ווען ביי דיר איז נאכט איז שוין ביי אוראייניקל הויך טאג
אוועטאר
פרישער בחור
שר האלף
תגובות: 1663
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 23, 2017 2:59 pm
לאקאציע:אין די נייע ישיבה כאלעטעל

Re: טאגבוך: פון ראדאשיץ ביז ראדאוויץ (סיון תשפ"ג) - [קאפיטל ט"ו "קריאת התורה" ארויף]

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרישער בחור »

לכאורה האט געשריבן: מיטוואך מארטש 06, 2024 4:40 pm
אזוי ווי איך בין ליידער דיאגנאזירט געווארן מיט די פלו ל"ע, וועט מסתמא נישט קומען די וואך קיין פרישע קאפיטל. ואתכם הסליחה.
ווי קען מען קומען אוועקנעמען א זעכציגסטעל?....
האט איר הנאה געהאט פון מיינ'ס א בילד/ קארטון/ תגובה וכו?, ביטע טשעקט אויס מיין צייטוויליגע חתימה ביז נאך ל"ג בעומר....
viewtopic.php?p=5080355#p5080355
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28357
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: טאגבוך: פון ראדאשיץ ביז ראדאוויץ (סיון תשפ"ג) - [קאפיטל ט"ו "קריאת התורה" ארויף]

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

פרישער בחור האט געשריבן: זונטאג מארטש 10, 2024 6:32 pm
לכאורה האט געשריבן: מיטוואך מארטש 06, 2024 4:40 pm
אזוי ווי איך בין ליידער דיאגנאזירט געווארן מיט די פלו ל"ע, וועט מסתמא נישט קומען די וואך קיין פרישע קאפיטל. ואתכם הסליחה.
ווי קען מען קומען אוועקנעמען א זעכציגסטעל?....
יישר כח פאר די רצון טוב, אבער ב"ה איך בין זייער שנעל ערהוילט געווארן בס"ד (גענומען TAMIFLU, עפעס וואס האט נאכנישט עקזיסטירט ווען איך האב לעצטע מאל געהאט די פלו. יעצט האב איך בלויז געפיבערט א טאג-צוויי, און פריי געווארן פון אלע סימפטאמען גאר גאר שנעל ב"ה)
אוועטאר
גדל
שר האלפיים
תגובות: 2647
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 27, 2019 9:39 pm

Re: טאגבוך: פון ראדאשיץ ביז ראדאוויץ (סיון תשפ"ג) - [קאפיטל ט"ו "קריאת התורה" ארויף]

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גדל »

א גוטען מיטוואך
ווי אזוי פילט מען ?
אוועטאר
בערל קראקאווער
שר האלף
תגובות: 1560
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 17, 2016 1:18 pm
לאקאציע:בעקבתא דמשיחא

Re: טאגבוך: פון ראדאשיץ ביז ראדאוויץ (סיון תשפ"ג) - [קאפיטל ט"ו "קריאת התורה" ארויף]

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בערל קראקאווער »

מען קוקט ארויס אויף א כפל'דיגע ארטיקל.

בנוגע די קריאת התורה ארטיקל, ליגט מיר אין זכרון ווי א מלמד מיינער איז צוריק געקומען נאך א שבת באלד אזוי ערשטוינט ווי אייך, ווען ער האט בייגעוואוינט א קריאת התורה מיט דר. לידער (ווער געדענקט לידער'ס דייעט?) ווען זיין זוהן שטייט פון די זייט און צייגט אים די טראפן מיט די הענט.

שטייען מיר און מ'קוקט ארויס אויפן המשך.
ראש הקהל
הויפט געווינער - שרייבעריי פארמעסט תשע''ז
בקראקא אין אומרים ׳תתננו׳ ובאונגארן אין אומרים ׳הבינינו׳
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17291
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: טאגבוך: פון ראדאשיץ ביז ראדאוויץ (סיון תשפ"ג) - [קאפיטל ט"ו "קריאת התורה" ארויף]

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

יעפ!

די וואך איז כפל!

מנה של [ארץ ה]קודש כפול היה!
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28357
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: טאגבוך: פון ראדאשיץ ביז ראדאוויץ (סיון תשפ"ג) - [קאפיטל ט"ו "קריאת התורה" ארויף]

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

גיימיר פרובירן
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28357
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: טאגבוך: פון ראדאשיץ ביז ראדאוויץ (סיון תשפ"ג) - [קאפיטל ט"ז "קידושא רבא" ארויף]

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

קאפיטל ט"ז - קידושא רבא
צו מפטיר האט עולה געווען חתן דינן, כ'מיין צו זאגן דער דערמאנטער הויכער און שטראמער זינגער וועלכער איז געווען אויף געוויסע געווירצן און געמאכט זיכער אז יעדער ווערט אויפגעהייטערט ווי אים. ווען עס איז געקומען צו זאגן די ברכות און די הפטרה (אין די וועלט איז איינגעפירט אז דער מפטיר ליינט פאר די גאנצע הפטרה, נישט ווי ביי אונז וואס יעדער זאגט דאס אינאיינעם שטילערהייט), האט ער דאס געזאגט מיט אזא אייפער און ברען אזש יעדער איז מיטגעשלעפט געווארן מיט די געשיכטע פון די צוויי מרגלים, כלב און פנחס, וועלכע האבן שפיאנירט ארץ ישראל אויפ'ן באפעל פון יהושע בן נון. בעיקר ליגט מיר אין קאפ זיין חי"ת, וואס איז געווען מער א תימן'ער סארט וואס קומט ארויס פון ערגעץ טיף אין קערפער, און ביי אים ספעציפיש האט זיך דאס געהערט ווי ער ווערגט זיך חלילה אויף יעדע חי"ת. (שמחת תורה האב איך געדאוונט אין זעלבן שול ווי ר' ארחיקה, און ביים זינגען מפי א-ל האב איך פרובירט נאכמאכן דעם איד... די איבריגע מתפללים ווייסן נאך יעצט נישט וואס האט זיי באטראפן).

פאר'ן ליינען און באלד נאכ'ן ליינען האב איך געמוזט בעטן א טובה פון א שכן אין שול, ווייל די ווענט פון שול האבן נישט געהאט קיין זייגער (צי ווייל א שול באלאנגט בעצם אן א זייגער, אדער ווייל ווען מען האט דאס געבויעט איז דער זייגער נאכנישט ערפינדן געווען...), און איך רעכן די צייט פון קריאת התורה אלס טייל פון מיין קביעת עתים פונעם טאג [און דערפאר פול איך אן די צייט בין גברא לגברא מיט לערנען, עס זאל נישט זיין לעכעריג]. צו מזל איז נעבן מיר געשטאנען א בחור'ל מיט א זייגער, און ער האט מיר ביידע מאל באוויליגט צו זאגן וויפיל אזייגער עס איז, און אזוי האב איך געקענט האלטן חשבון אויף די צייט.

מען האט געדאוונט מוסף (און גע'דוכנ'ט), און נאכ'ן דאווענען האט מען אנגעהויבן אריינברענגען כל טוב וטוב צו א העפטיגע קידושא רבא. איך האב מתחילה ניטאמאל געוואלט בליקן אויף די מאכלים וואס זענען ערשינען, קלערנדיג אז זיי זענען גאנץ זיכער מיט שוואכע הכשרים, און בכלל זענען זיי צוגעשטעלט געווארן פאר תימן'ער גומענס און נישט פאר אונז אמעריקאנער. אבער דאן האב איך באמערקט אז צווישן די אנדערע זאכן אויפ'ן טיש דערקענען זיך 'היימישע' שאכטלעך מיט מזונות (איר געדענקט די 'מאצקעלעך' אונזערע פונעם תשפ"ב נסיעה?), מיט די בארימטע הכשר פון בד"ץ עדה החרדית... יעצט האב איך שוין נישט קיין סיבה צו בלייבן הונגעריג, סיידן אז איך דארף הערן קידוש פון איינעם, און דאס איז מסודר געווארן דורך ר' ארחיקה וועלכער האט זיך אינזין געהאט באלד אינדערפרי און מיטגעברענגט אין שול זיין אייגענע פלאש קנאק יאנקל - גלענליוועט אדער גלענפידיטש אדער סיי ווי עס האט נאר געהייסן.

אונזער בא'חן'ט אינגל פון קבלת שבת, האט נישט געדאוונט אין ראדאוויץ שבת אינדערפרי, צו אונזער אנטוישונג... אבער געב נאר א קוק! - האט ר' ארחיקה אויסגערופן ווי נאר מען האט זיך אראפגעזעצט צום קידוש - דער בויטשיק איז אנגעקומען צום קידוש! פילייכט גלייכט ער די תימן'ער מאכלים וואס מען סערווירט דא, אדער איז ער סתם אזוי אויפגעשטאנען שפעט און נאר יעצט אנגעקומען אין שול אריין... דער בחור'ל האט זיך געזעצט אויף אן אנדערן טיש ווי אונז, און געפראוועט א קידוש מיט זיין יארגאנג חברים, ווען ער ווערט באטראכט מיט זעקס אויגן פון דריי אמעריקאנער געסט. מיר האבן דארט טועם געווען פון די היימישע מזונות א שיעור פון א כזית אדער כביצה, און געמאכט א נאך ברכה, ווען מיר באטראכטן מיט וואונדער די מאדנע ערשיינונג וואס קען בלויז אין צפת פאסירן: א הונט קומט אריין אין שול און מען פיטערט אים אן מיט שיריים פון די קידוש...

דער ציבור מתפללים איז געזעצן אויף די ערטער, געגעסן פון די מאדנע מאכלים און געזינגען פארשידענע זמירות לכבוד שבת, ווען מען וואונטשט אן איינער דעם צווייטן - ובפרט דעם בעל שמחה מיט די טיפע חי"ת - מיט אלע ברכות שבתורה. דאן הייבט מען זיך אונטער און עס פארמירן זיך קופקעלעך און גרופעס. ביי איין אזא גרופע האבן מיר זיך געטראפן שמועסן מיט נישט קיין צווייטער ווי דער צדיק'ל אונזערער, און - נישט מער און נישט ווייניגער - ר' ארחיקה לאדנט אים צו קומען עסן די סעודה ביי אונז אין אכסניא... און למרבית הפלא האט דאס קינד מסכים געווען! איי איי איי, איך האב געזוכט א לאך צו ווערן איינגעזינקען... צי זענען מיר פארוואנדלט געווארן אין קינדער רויבער? וואס ברויכן מיר דאס קינד ביי אונז אין דירה? אבער גיי פרעג קושיות אויף א האלב וואקלדיגער ארחיקה, וואס דער ברוינפן פלאש ביי אים אין די האנט איז כסדר געווארן לייכטער און לייכטער.

אנשטאט מיר זאלן זיך יעצט אויפהייבן און אריבערלויפן קיין צאנז צו הערן קריאת התורה פון פרשת בהעלותך - ווי אפגעשמועסט, האבן אונזערע פיס אונז געפירט צו נאך א קידושא רבא אין שטאט, דאסמאל אין בית המדרש מקארוב, וואו מיר האבן געהאפט צו טרעפן דעם רב, דער פאטער פון אונזער ינוקא'לע. מיר קומען אריין אין דעם שול, און א געדיכטע ריח פון טשאלנט הערשט אויפ'ן ארט. דער עולם זיצט ארום אלע טישן און עסט טשאלנט, ווען אנדערע האלטן נאך אדער שוין אינמיטן טרינקען משקה. דער שטימונג איז פרייליך, עס איז דא א שמחה אין שטיבל, איינער פון די מתפללים איז געהאלפן געווארן מיט א מיידעלע בעיבי למזל טוב. דער רב זיצט אין צענטער פון די צוזאמגעריקטע טישן און ער פארבעט אונז צו זיצן. ר' ארחיקה טרינקט ווייטער פון זיין פלאש, און איך ווער נתכבד מיט א הייסע טעלער טשאלנט פון מענדי'ס. ווי צו קלארשטעלן אז איך בין ערלויבט דאס צו עסן, צייגט דער רב אן אויף ר' מענדי אליינס וועלכער איז דארט געשטאנען, און מאכט זיכער אז דער טשאלנט קומט טאקע פון אים און טראגט דעם הכשר פון די עדה.

איך האב טועם געווען פון דעם טשאלנט און זיך איבערצייגט אז אויסער די זעבארע גרעסערע שטיקלעך קארטאפל און אנדערע באשטאנדטיילן, פארמאגט עס א באהאלטענע רעצעפט וואס באשטייט פון בלויז פעפער, פון אלע סארטן און טעמים... אבער אז דער רב זעלבסט איז מכבד, איז נישט מעגליך אפצוזאגן, בפרט אז מען האלט שוין האלבער טאג און סיידן אפאר מאצקעלעך האט מען דערווייל נישט טועם געווען עפעס זאכליך.

דער בעל שמחה זיצט נעבן רב, און מיר פרובירן כאפן מיט אים א שמועס. דער איד איז האלבוועגס נישט דאהי, און נישט ווייל ער האט קידוש געמאכט אדער וואס, נאר צוליב די זעלבע סיבה ער וואוינט אין צפת און דאוונט אין מקארוב... ער האט א שיינע בארד, און הונדערטער לאקן האר נעמען ארום זיין קאפ פון אלע זייטן, ווען א קאלירפולע קאפל דעקט עס טיילווייז איבער. מיר וואונטשן אים אן און פרובירן כאפן וועלכע שפראך צו רעדן מיט אים. שטעלט זיך ארויס אז ער איז אן אמעריקאנער יענקי, א בעל תשובה וואס האט שוין געזען אסאך אויף יענע זייט, אבער שוין יארן וואס ער איז צוריק אין שויס פונעם יהדות החרדית, און לערנט תורה מיט א ברען און דאוונט מיט א מתיקות.

מיר פרעגן אים דאס וויפילטע קינד עס איז יעצט געבוירן געווארן, אבער ער זאגט אז ער ציילט נישט... מיר פרובירן פון אן אנדערן זייט: "איר קענט אונז אפשר אויסרעכענען די נעמען פון אייערע קינדער?" - צו דעם איז ער שוין מסכים, און געבט א לויף איבער א מגילה פון נעמען וואס מען טרעפט אין נ"ך אדער דיקשאנערי ביכער... הצד השוה שבהן, אז קיין שום נאמען פון א אינגל אדער מיידל וואס איר טרעפט אין אונזערע קרייזן, איז נישט געווען טייל פון די ליסטע, נאר נעמען ווי "חבצלת השרון", "יעל" און דאס גלייכן. ער טענה'ט אז ער איז דבוק אין ספר חובת הלבבות, און וואלט גאנץ זיכער א נאמען געגעבן "בחיי" ווען דאס קינד וואלט נאר א זכר געווען - ער גלייבט נאר נישט אז די בני בית וואלט מסכים געווען דערצו.

ער האט אונז פארציילט געוויסע שטריכן פון זיין היסטאריע, וויאזוי זיין שידוך איז צושטאנד געקומען מיט א מיידל פון פאר-ראקאוועי (וועמענ'ס פאטער איז געזעצן אויף די אנדערע זייט פונעם רב, ער איז ספעציעל געקומען צו פליען לכבוד די שמחה), און אונז אויך געגעבן אומגעבעטענע לעקציעס אין השקפה.

ווי נאר מיר האבן אפגעפארטיגט מיט'ן בעל שמחה, האבן מיר זיך געוואנדן צום רב און אנגעקניפט א שטיקל שמועס. מיר האבן אים געפרעגט, היתכן זיין זוהן דאוונט אין ראדאוויץ און נישט ביי אים אין שטיבל. ער זאגט אז ער טיילט נישט איין פאר זיינע קינדער גארנישט, ער לאזט זיי זיך אליינס מחנך זיין אויף זייער אייגענע שטייגער... זיין בכור - צום ביישפיל - האט שוין אויסגעקליבן צו גיין אויפ'ן ליטווישער מהלך, און ער לערנט טאקע אין א ליטווישע ישיבה אויף זייער שטייגער מיט די פולע שטיצע פון די עלטערן וועלכע שטאמען פון חסיד'ישע שטיבער. "זעענדיג אז אונזער אינגל גלייכט די קבלת שבת פון ראדאוויץ, האבן מיר אים צוגעשטופט צו דאווענען אלע פרייטאג צונאכטסן דארטן, און ער איז זיך מחיה ב"ה".

מיר פרעגן אים היתכן דער אינגל האט באלד צוגעשטימט צו אונזער לאדענונג ארויפצוקומען צו אונזער דירה, ווען ער הייבט נישט אן צו וויסן ווער מיר זענען און וואס אונזערע מאטיוון זענען, און דער טאטע צעשמייכלט זיך: "ער האט אייך גע'סקרינ'ט אין יענע רגע! איר קענט זיין זיכער אז ער גייט נישט אין ערגעץ אן זיכער מאכן אז עס איז נישטא קיין שום חשש פון עפעס פארדעכטיגט, מיר ווייסן צו גוט אז צפת איז א שטאט מיט צווייפלהאפטיגע עלעמענטן". יא יא, ער האט אונז אזוי גוט גע'סקרינ'ט, ביז'ן קיינמאל נישט אנקומען צו אונזער דירה...

מיר האבן באותה שעה איינגעלאדנט אויך דעם פאטער צו ארויפקומען צו אונזער דירה נאך זיין סעודה, וואו מיר וועלן זינגען און פארברענגען בשבת אחים גם יחד, און כאטש ער האט צוגעשטימט און מיר האבן זיך שוין געפריידט און ארויסגעקוקט אויף די לענגערע פארברענג מיט'ן טאטן און זוהן, זענען ביידע פון זיי נישט אנגעקומען ווילאנג מיר זענען געווען אין די דירה (שפעטער זענען מיר ארויס אויף א שפאציר, ווי מיר וועלן אי"ה שילדערן).

דער רב איז א כאראקטער פאר זיך, און אין די געציילטע מינוטן וואס מיר האבן מיט אים פארבראכט דארט אין שול האבן מיר עספיעט צו הערן פון אים שיטות אין חינוך וואס האבן אונז געלאזט מיט אפענע מיילער און אויפגעהויבענע האר אויפ'ן קאפ. חדשים דערויף איז מיר אונטערגעקומען א לענגערע פאדקעסט ווי איינער צימבלט דעם רב איבער זיין גאנצע היסטאריע און געדאנקענגאנג, און דאן איז מיר אלעס פארענטפערט געווארן. עס רעדט זיך דא פון א צפת'ער געבוירענער וואס האט געהאט א שווערע אומוועג אין די בחור'ישע יארן, אזש ער האט זיך ליידער דערקייקלט צו די נידריגסטע מצבים אין אידישקייט רח"ל, אבער א פלא'דיגע יד ה' האט אים צוריקגעברענגט אויף א מבהיל'דיגן פארנעם, און היינט איז ער א קאכלעפל וואס איז טופח על מנת להטפיח, און זיין דאווענען פארשעמט נישט די גרעסטע און חשוב'סטע.

דער רב איז ארויס פון שול נאכ'ן זיך געזעגענען פון אונז מיט א הארציגע שמייכל און א גוט שבת וואונטש, און דאן האב איך באמערקט אז ער טראגט לאנגע הויזן און זיינע שיך זענען די מיליטערישע סארט וואס קומט אזוי ארויף גוט העכער'ן קנעכל, א סטיל וואס איז שטארק גאנגבאר דא אין ארץ ישראל (אויך דער פאשקענער רבי טראגט אזעלכע סארט, מסתמא זייענדיג צוגעוואוינט צו די מונדירן). למעשה, דארפן מיר נאך אמאל מיטהאלטן א תפילה אין מקארוב, ווייל די קורצע שמועס בשעת'ן קידוש האט אונז בלויז געעפנט די אויגן צו זען וואס מיר פארפאסן.

דארט אין מקארוב זענען מיר אריינגעקומען מיט אונזערע דריי געסט וועלכע זענען איבערגעשלאפן ביי אונז און האבן געדארפט עסן שפעטער די סעודה ביי אונז, אבער ארויס זענען מיר פון דארט מיט נאך צוויי געסט, טרעפנדיג נאך צוויי ליטווישע בחורים וועלכע האבן זיך ווי צוגעקלעבט צו אונזער שיירא, נישט האבנדיג קיין אנדערע פלאץ וואו צו עסן די בייטאג סעודה.

מיר זענען אהיים פון מקארוב "אכט נפשות", אונז דריי רייזנדע, אונזערע דריי אריגינעלע געסט, און די צוויי פריש צוגעקומענע געסט. קיינער איז שוין נישט געווען עכט הונגעריג ווען מען איז אנגעקומען אהיים, און מען האט זיך נישט צו שטארק געאיילט אנצוהייבן די סעודה. האלטנדיג נאך כמעט א פולע פלעשל משקה, איז שוין ר' ארחיקה געווען מער דארט ווי דא, און די גאנצע סעודה איז געגאנגען מיט'ן טעם התחתון... מען האט טאקע געהאט א ריזן ציבור ארום דעם טיש, אבער די שמועסן זענען עפעס נישט געפלאסן ווי געראכטן, און ווען די ליטוואקן האבן זיך געעפנט דעם מויל צו זינגען, האבן מיר כמעט חרטה געהאט פאר'ן זיי מכבד זיין מיט א זמר בכלל...

צווישן די שמועסן האבן מיר געהערט פון די בחורים, אז רבי אלימלך בידערמאן שליט"א איז דער מושל בכיפה פון די גאנצע ליטווישע וועלט, ווען אלע בחורים פון יעדע ישיבה זענען בקי אין זיינע מאמרים און דרייען זיך ביי זיינע מעמדים. יעדע פאר מינוט האט איינער פון די בחורים דארט אנגעהויבן נאך א ניגון וואס ער האט געהערט ביי ר' מיילעך (יענער איז געווען ספעציעל פרייליך, זאגנדיג אז ער איז געבוירן געווארן אום פורים, און זיין פאמיליע נאמען איז זאגאר פרייליך. עפעס האט ער קאמענטירט אז זיין ערשטע נאמען איז אויך שיער נישט געווען 'שמחה'...). מיר האבן עטוואס אויסגעפרעגט די בחורים איבער זייערע וואוינערטער און די ישיבות וואו זיי לערנען, אבער ווען עס איז געקומען צו בעטן אז דער עולם זאל זיך עפענען די הערצער און אנהייבן רעדן פון שוועריגקייטן און דורכגענג, האט א שווערע שטילקייט באנומען דעם זאל... קיינער איז נישט געווען אין די גיסטע זיך אויסצופראקן.

מיר האבן מכבד געווען די בחורים צוצולייגן א האנט ביים אנגרייטן און דערלאנגען די מאכלים, און אזוי האט זיך אפגעפירט א סעודה פון זיך אליינס, ווען זיי טרייבן קאטאוועס איינער פונעם צווייטן (בעיקר האט זיך יעדער פארלייגט אויף איין בחור דארט, עפעס האט זיין שורש נשמה קענטיג געדארפט מתקן זיין).

אפגעגעסן אלע מאכלי שבת און אפגעזינגען אלע זמירות, האט מען געבענטשט ברוב עם, און דאן האט מען זיך אינאיינעם ארויסגעלאזט אויף א שפאציר ברחובות העיר.
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”