טאגבוך: פון ראדאשיץ ביז ראדאוויץ (סיון תשפ"ג) - [קאפיטל י"ח (ענדע) ארויף]

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
ארחיקה נדד
שר חמשת אלפים
תגובות: 5942
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 24, 2019 9:11 pm
לאקאציע:מ'וואנדערט

Re: טאגבוך: פון ראדאשיץ ביז ראדאוויץ (סיון תשפ"ג) - [קאפיטל ט"ז "קידושא רבא" ארויף]

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארחיקה נדד »

וואפא!!! א געשמאקס!!

מיר האבן דאס קינד ניטאמאל קיין אדרעסס געגעבן און דער האט אונז שוין אפגעסקרינט...
כבוד המנהל, ווען פאהר מיר?
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17351
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: טאגבוך: פון ראדאשיץ ביז ראדאוויץ (סיון תשפ"ג) - [קאפיטל ט"ז "קידושא רבא" ארויף]

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

שוין איינמאל א 'מנה של קידוש' כפול.. צוויי קדישים..
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
אבימלך
נייעס טישל פארזיצער
תגובות: 10030
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש דעצעמבער 11, 2021 10:02 pm
לאקאציע:ביי די נייעס טישל

Re: טאגבוך: פון ראדאשיץ ביז ראדאוויץ (סיון תשפ"ג) - [קאפיטל ט"ז "קידושא רבא" ארויף]

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבימלך »

שכח!! זיך באמת מחי׳ געווען!
בילד
האסט הנאה? געב א לייק!
פאר נייעס קליקט דא און פאר קאמענטארן קליקט דא
אוועטאר
בדרך אפשר
שר ששת אלפים
תגובות: 6340
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 07, 2015 8:20 pm
לאקאציע:על חוט מתוח

Re: טאגבוך: פון ראדאשיץ ביז ראדאוויץ (סיון תשפ"ג) - [קאפיטל ט"ז "קידושא רבא" ארויף]

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בדרך אפשר »

פ''פ

ישר כח!!
נישט געדאווענט נישט געלערנט נאר דעם בורא עולם נישט דערצערענט,
יא געשלאפען יא געגעסן אבי פון בורא עולם נישט פארגעסן.
צו די זאך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 305
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אפריל 30, 2009 2:12 pm

Re: טאגבוך: פון ראדאשיץ ביז ראדאוויץ (סיון תשפ"ג) - [קאפיטל ט"ז "קידושא רבא" ארויף]

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צו די זאך »

אויב מקען צוצייכענען ווי מקען זען דעם פאדקעסט, תבוא עליכם ברכה
די נעשכיזער איז א גוטער איד, מייערן אין צימעס איז א גוט מאכל.
אוועטאר
א נייער
שר האלפיים
תגובות: 2077
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 18, 2017 4:05 pm
לאקאציע:ניי מאשין

Re: טאגבוך: פון ראדאשיץ ביז ראדאוויץ (סיון תשפ"ג) - [קאפיטל ט"ז "קידושא רבא" ארויף]

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א נייער »

גיסט זיך הערליך.
איך ווייס נישט וואס
אוועטאר
אליהו ליכטענשטיין
שר האלף
תגובות: 1833
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 01, 2022 10:02 pm

Re: טאגבוך: פון ראדאשיץ ביז ראדאוויץ (סיון תשפ"ג) - [קאפיטל ט"ז "קידושא רבא" ארויף]

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליהו ליכטענשטיין »

לכאורה האט געשריבן: מיטוואך מארטש 13, 2024 11:28 pm

און איך רעכן די צייט פון קריאת התורה אלס טייל פון מיין קביעת עתים פונעם טאג
פשששששיייייי... א געדאנק !
הלכות מוקצה-הלכה 21


דא איז **בלויז נייעס**. פאר קאמענטארן, גיי אין מקוה, קאווע שטיבל, אדער שמועס עס אויס מיט דיין טעראפיסט.


א בריוו פון טאטי און מאמי צו די קינדערלעך
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28486
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: טאגבוך: פון ראדאשיץ ביז ראדאוויץ (סיון תשפ"ג) - [קאפיטל ט"ז "קידושא רבא" ארויף]

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

אליהו ליכטענשטיין האט געשריבן: מאנטאג מארטש 18, 2024 1:44 pm
לכאורה האט געשריבן: מיטוואך מארטש 13, 2024 11:28 pm

און איך רעכן די צייט פון קריאת התורה אלס טייל פון מיין קביעת עתים פונעם טאג
פשששששיייייי... א געדאנק !
אויך מעביר סדרה זיין
אוועטאר
אלי' מקוה יוד
שר האלפיים
תגובות: 2994
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 18, 2017 11:52 pm

Re: טאגבוך: פון ראדאשיץ ביז ראדאוויץ (סיון תשפ"ג) - [קאפיטל ט"ז "קידושא רבא" ארויף]

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלי' מקוה יוד »

און תהלים?

מ'דארף שוין מאכן אן עקסטערע אשכול איבער די האלטן חשבון אויף די שעות, ס'האט מיר שטארק מעורר געווען און געהאלפן זיך מער צו צופלייסן מוסיף צו זיין מינוטין דא און דארט.
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28486
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: טאגבוך: פון ראדאשיץ ביז ראדאוויץ (סיון תשפ"ג) - [קאפיטל ט"ז "קידושא רבא" ארויף]

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

אלי' מקוה יוד האט געשריבן: מאנטאג מארטש 18, 2024 2:49 pm
און תהלים?

מ'דארף שוין מאכן אן עקסטערע אשכול איבער די האלטן חשבון אויף די שעות, ס'האט מיר שטארק מעורר געווען און געהאלפן זיך מער צו צופלייסן מוסיף צו זיין מינוטין דא און דארט.
דערווייל נישט... הגם דוד המלך האט מתפלל געווען עס זאל הייסן ווי נגעים ואהלות (די ליטווישע האבן דאכט זיך אנגענומען אז די תפילה איז נישט נתקבל געווארן...)
אוועטאר
אלי' מקוה יוד
שר האלפיים
תגובות: 2994
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 18, 2017 11:52 pm

Re: טאגבוך: פון ראדאשיץ ביז ראדאוויץ (סיון תשפ"ג) - [קאפיטל ט"ז "קידושא רבא" ארויף]

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלי' מקוה יוד »

דאס איז מיינעך פון ר' חיים וואלאזשינער זצ"ל, אבער ביי די חסידים איז דא א ראי' פון די גמרא פארקערט, דארף מען עס נאכזוכן.
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28486
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: טאגבוך: פון ראדאשיץ ביז ראדאוויץ (סיון תשפ"ג) - [קאפיטל ט"ז "קידושא רבא" ארויף]

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

אלי' מקוה יוד האט געשריבן: מאנטאג מארטש 18, 2024 2:53 pm
דאס איז מיינעך פון ר' חיים וואלאזשינער זצ"ל, אבער ביי די חסידים איז דא א ראי' פון די גמרא פארקערט, דארף מען עס נאכזוכן.
עפעס דארף מען איבערלאזן אויף ווען די קביעת עתים וועט זיין מערערע שעות, דערווייל לערנט מען ווייט פון גענוג צו קענען אויך די תהלים זאגן אריינרעכענען
אוועטאר
ארחיקה נדד
שר חמשת אלפים
תגובות: 5942
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 24, 2019 9:11 pm
לאקאציע:מ'וואנדערט

Re: טאגבוך: פון ראדאשיץ ביז ראדאוויץ (סיון תשפ"ג) - [קאפיטל ט"ז "קידושא רבא" ארויף]

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארחיקה נדד »

ויהי דינסטאג ויהי מיטוואך און? נאדא!
כבוד המנהל, ווען פאהר מיר?
מנחם נחום
שר האלף
תגובות: 1527
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 17, 2020 6:30 pm

Re: טאגבוך: פון ראדאשיץ ביז ראדאוויץ (סיון תשפ"ג) - [קאפיטל ט"ז "קידושא רבא" ארויף]

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מנחם נחום »

@לכאורה @אלי' מקוה יוד איז דא א גוטע עפפ צו האלטן חשבון אויף די שעות הלימוד ביום? חוץ א פשוטע טיימער
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28486
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: טאגבוך: פון ראדאשיץ ביז ראדאוויץ (סיון תשפ"ג) - [קאפיטל ט"ז "קידושא רבא" ארויף]

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

מנחם נחום האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 21, 2024 9:03 am
@לכאורה @אלי' מקוה יוד איז דא א גוטע עפפ צו האלטן חשבון אויף די שעות הלימוד ביום? חוץ א פשוטע טיימער
איך האב אן איינפאכן טעלעפאון, קען זיך נישט אויס מיט אפליקאציעס
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28486
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: טאגבוך: פון ראדאשיץ ביז ראדאוויץ (סיון תשפ"ג) - [קאפיטל ט"ז "קידושא רבא" ארויף]

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

ארחיקה נדד האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 21, 2024 8:35 am
ויהי דינסטאג ויהי מיטוואך און? נאדא!
ביי ענק איז אויך ערב פורים?
אוועטאר
שלמה מולכו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4286
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 18, 2019 11:18 am
לאקאציע:אין פעלד

Re: טאגבוך: פון ראדאשיץ ביז ראדאוויץ (סיון תשפ"ג) - [קאפיטל ט"ז "קידושא רבא" ארויף]

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה מולכו »

לכאורה האט געשריבן: פרייטאג מארטש 22, 2024 12:35 am
ארחיקה נדד האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 21, 2024 8:35 am
ויהי דינסטאג ויהי מיטוואך און? נאדא!
ביי ענק איז אויך ערב פורים?
ביי זיי איז פורים רוב יאר.
פון רעמסס קיין ניו יארק

פעלדמאן בחורל׳ס טרערעליך - וויינט מיט מיר.

מיין וואקאציע - קאליפארניע

ווער עס האט אויגין לאז זעהן און ווער עס האט א הארץ לאז פארשטיין, וואס אויף דער וועלט טוט זיך.
אוועטאר
ארחיקה נדד
שר חמשת אלפים
תגובות: 5942
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 24, 2019 9:11 pm
לאקאציע:מ'וואנדערט

Re: טאגבוך: פון ראדאשיץ ביז ראדאוויץ (סיון תשפ"ג) - [קאפיטל ט"ז "קידושא רבא" ארויף]

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארחיקה נדד »

לכאורה האט געשריבן: פרייטאג מארטש 22, 2024 12:35 am
ארחיקה נדד האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 21, 2024 8:35 am
ויהי דינסטאג ויהי מיטוואך און? נאדא!
ביי ענק איז אויך ערב פורים?
מארגן
כבוד המנהל, ווען פאהר מיר?
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17351
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: טאגבוך: פון ראדאשיץ ביז ראדאוויץ (סיון תשפ"ג) - [קאפיטל ט"ז "קידושא רבא" ארויף]

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

לכאורה האט געשריבן: פרייטאג מארטש 22, 2024 12:35 am
ארחיקה נדד האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 21, 2024 8:35 am
ויהי דינסטאג ויהי מיטוואך און? נאדא!
ביי ענק איז אויך ערב פורים?
גיבסט געהעריג חיזוק פאר המן.. דמפקא כולה שתא בשה"י פה"י..
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
קאלינען
שר חמישים ומאתים
תגובות: 256
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 20, 2021 7:53 am

Re: טאגבוך: פון ראדאשיץ ביז ראדאוויץ (סיון תשפ"ג) - [קאפיטל ט"ז "קידושא רבא" ארויף]

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאלינען »

אונז זעמיר מכבד דעם מנהל מיט די יערליכע פורים טאגבוך
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28486
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: טאגבוך: פון ראדאשיץ ביז ראדאוויץ (סיון תשפ"ג) - [קאפיטל ט"ז "קידושא רבא" ארויף]

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

וואס וויל דער עולם טאקע, פורים אדער צפת? (כ'ציטער צו קלערן אז ביידע נישט...)
אוועטאר
ארחיקה נדד
שר חמשת אלפים
תגובות: 5942
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 24, 2019 9:11 pm
לאקאציע:מ'וואנדערט

Re: טאגבוך: פון ראדאשיץ ביז ראדאוויץ (סיון תשפ"ג) - [קאפיטל ט"ז "קידושא רבא" ארויף]

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארחיקה נדד »

צפת!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!
כבוד המנהל, ווען פאהר מיר?
שם התלמוד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 301
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 3:52 pm

Re: טאגבוך: פון ראדאשיץ ביז ראדאוויץ (סיון תשפ"ג) - [קאפיטל ט"ז "קידושא רבא" ארויף]

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שם התלמוד »

לכאורה האט געשריבן: מיטוואך מארטש 27, 2024 10:34 pm
וואס וויל דער עולם טאקע, פורים אדער צפת? (כ'ציטער צו קלערן אז ביידע נישט...)
שתיהן כאחת
jctl
שר העשר
תגובות: 17
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 21, 2019 3:56 pm

Re: טאגבוך: פון ראדאשיץ ביז ראדאוויץ (סיון תשפ"ג) - [קאפיטל ט"ז "קידושא רבא" ארויף]

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך jctl »

לכאורה האט געשריבן: מיטוואך מארטש 27, 2024 10:34 pm
וואס וויל דער עולם טאקע, פורים אדער צפת? (כ'ציטער צו קלערן אז ביידע נישט...)
both
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28486
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: טאגבוך: פון ראדאשיץ ביז ראדאוויץ (סיון תשפ"ג) - [קאפיטל י"ז "א שבת נאכמיטאג שפאציר" ארויף]

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

קאפיטל י"ז - א שבת נאכמיטאג שפאציר

האלטן מיר שבת קודש פרשת בהעלותך/שלח [הא לן והא להו] אין צפת עיר הקודש, דריי און א האלב חסידים און פיר און א האלב ליטאים האבן געגעסן א סעודה [איינער פון די געסט איז געווען חצי חסיד וחצי ליטוואק], און יעצט האט מען א ברירה, אדער וויקלט מען זיך איין אין א קאלדרע און מען נאפעצט אפ דעם ליבן זומערדיגן מיטאג ביז מען באקומט צוריק די נשמה צום צווייטן מאל אין זעלבן מעת-לעת, אדער כאפט מען צוערשט א שפאצירל איבער די גאסן פון דעם היסטארישן שטאט און מען באטראכט איר אביסל מער איידער מען געזעגנט זיך שוין פון איר ביז געציילטע שעות.

געווינען האט די צד פון כאפן א שפאציר, דען שלאפן וועט מען נאך קענען אסאך - סיי באלד און סיי אונטערוועגנס אויף די לאנגע לאנגע נסיעה אהיים, און אויך נאכדעם... - אבער אויף צו באטראכטן צפת האט מען יעצט א זעלטענע (און מעגליך איינמאליגע) געלעגנהייט, אלזא שפאצירן עס איז. די געסט אונזערע האבן אונז צוגערעדט צו קומען מיט זיי און באטראכטן די פארק וואו זיי האבן אויפגעשטעלט זייער געצעלט בעפאר שבת (און למעשה נישט גענוצט), זאגנדיג אז דארט איז דא א גאר אינטערעסאנטע הייל מיט א מעכטיגן ווידער-קול און מיר וועלן הנאה האבן דערפון. מיר האבן זיך געלאזט פירן, און ארויס פון שטוב גייענדיג הינטער די בחורים וועלכע האבן געדינט ווי אונזערע וועגווייזער. עס איז געווען א הייסע זומערדיגע צפת'ער מיטאג, אבער פארשטייט זיך אז מיר האבן שפאצירט מיט די שטריימלעך און בעקיטשעס ווי עס פאסט.

פון רחוב ירושלים זענען מיר ארויף א סעריע שטיגן און געגאנגען העכער און העכער ביז מיר האבן געגרייכט אויסערן שטאט וואו דער פארק שטייט. אויף יעדע שטיקל ארט שטייט א שילד וואס מעלדט נעמען פון אומגעקומענע ציוניסטישע זעלנער וואס זענען דארט געפאלן אין קריג ביים אייננעמען די שטאט פון די אראבער בימים ההם, געווענליך מיט שילדערונגען פון די שלאכטן און די 'העראאישקייט' פון די געפאלענע. בכלל זענען גאר אסאך פון די ארטיגע גאסן גערופן געווארן על שם די מיליטערישע אפטיילונגען וואס האבן דארט געקעמפט.

מיר זענען אנגעקומען צו דעם פלאץ וואו מען קען אויפשטעלן געצעלטן, און באטראכט די געצעלט פון אונזערע בחור'לעך, און געדאנקט דעם אויבערשטן אז זיי זענען געשלאפן אין אונזער אכסניא מיט באקוועמע צוגעהערן ווי איידער אויף דעם וויסטן פלאץ אנע שום איינריכטונגען. פון דארט האבן מיר זיך פארקירעוועט צו דעם הייל, און מען האט אונז דערציילט אז דאס איז מעשה ידי אדם, ערצייגט געווארן דורך די מיליטער בימים ההם צוליב סיי וועלכע סיבה, און אז דערנעבן געפינט זיך נאך א שמאלע און טיפע הייל וואס מיר וועלן נישט באזוכן (אפשר איז עס נישט אפן בכלל).

אריינצוגיין אין דעם הייל דארף מען זיך אנגארטלען מיט דרייסטקייט, ווייל מען שפאצירט א שטיקל שטח ממש אין חושך מצרים. אין צענטער פונעם הייל איז גראדע דא א לעכל וואס קוקט ארויס צום הימל, און פון דארט קומט אריין א שיין וואס צעשפרייט זיך אינעם הייל גופא, אבער דער אריינגאנג איז דורך א פעך טונקעלע פרוזדור, וואס ווען נישט מיר כאפן זיך אן איינער אין צווייטן און פאלגן נאך דעם פארגייער מיט בלינדע טראסט וואלטן מיר נישט געקענט אנקומען אינעווייניג מיט גאנצע גלידער. מען האט אונז פארציילט אז פרייטאג צונאכטס קומט דארט פאר א קומזיץ, וויבאלד דאס פלאץ איז שטארק אקוסטיש און דער קול וואס הערט זיך דארט איז עפעס שלא מעלמא הדין, אבער צו זיין דארט ביינאכט ווען דאס ביסל ליכטיגקייט איז אויך נישט דארט, איז ממש מסירת נפש, און נישט געראטן פאר די וואס ליידן אויף קלאסטערפאביע.

מיר שפאנען און שפאנען ביז מיר הייבן טאקע אן צו זען א שטיקל ליכטיגקייט, און אט זענען מיר אין דעם בויך פונעם הייל, וואו מענטשן זיצן ביי די זייטן אויף דער ערד און זינגען זיך אונטער לידעלעך לכבוד שבת. בשעת מיר זענען אנגעקומען זענען דארט געווען בלויז איינציגע סאלידע מענטשן און מיר האבן פרובירט אנצוהייבן א זמר'ל וואס דער עולם קען, פשוט צו אויספרובירן די אקוסטיקס דארט. איך געדענק נישט וועלכן ניגון מיר האבן געזינגען, אבער עס האט נישט אויסגעזען ווי דער איבריגער עולם איז איבריג צופרידן פון אונזער אויסוואל, און מיר זענען געבליבן זינגען איינער-צוויי אליינס אין א זאל וואס פארדאפלט די שטימע צען-פאכיג אדער מער.

און דאן האט עס פאסירט... מיר האבן שוין געהאט געהערט פון זיי נעכטן נאכט, און אויך היינט בייטאג, אבער יעצט האט מען זיך באגעגנט מיט זיי פנים אל פנים אין א פארמאכטן הייל. די תלמידים פון ישיבת לב אהרן, וועלכע זענען געוועזענע שוואכלינגען אין אידישקייט וואס מען פרובירט צוריקצוברענגען איינעם מער און איינעם ווייניגער, האבן זיך אריינגעריקט אינעם הייל. עס איז נישט געווען אזוי ווייט די ניגונים זייערע וואס האבן אונז געשטערט, ווי די טראגע וואס זיי האבן נישט געטראגן... טייל זענען געווען אנטבלויזט אנע העמד איבער'ן לייב, א סצענע צו וואס מיר זענען ווייט נישט צוגעוואוינט, און זיכער נישט אין א שבת נאכמיטאג ביי א קומזיץ.

אויב דאס איז נישט גענוג געווען, האבן פלוצלונג אריינשפאצירט דארטן צוויי מיידלעך... דאס איז שוין געווען איבערגענוג פאר מיר, און איך האב אנגעהויבן ווענדן מיינע טריט צום שרעקעדיגן ארויסגאנג. ר' ארחיקה איז נאך געבליבן דארט א מינוט לענגער, אבער נאכדעם וואס איך בין שוין געשטאנען אינדרויסן זע איך אים פלוצלונג ארויסלויפן פון דארט מיט איין אימפעט... וואס האט פאסירט? די מיידלעך האבן זיך נישט באגענוגט מיט'ן בלויז מיטזיצן און צוהערן צום קומזיץ, זיי האבן געוואלט נעמען אן אקטיווע ראלע און צוגעבן הארמאני דערצו... ווי א שלאנג געביסענער האט ער געמאכט פליטה, און מיר האבן אפגעטראגן פון שטח.

אויפ'ן וועג אראפ האבן מיר מיטגעהאלטן ווי גאנצע קליקעס פון די לב-אהרן חברה רייסן זיך צווישן זיך, אדער מיט קעגנערישע ישיבה'לעך, און עס איז ממש געגאנגען פייער און קלעפ, באגלייט מיט קולות פון קול ענות - המענין את שומעיהן. מיר האבן פרובירט אויסצומיידן אונזערע בליקן פון זייער ריכטונג, זיי זאלן זיך נישט איזדיקעווען איבער אונז, און אזוי האבן מיר געשפאנט אראפ די לאנגע וועג און שטיגן ביז מיר זענען צוריק אנגעקומען צום אכסניא, וואו מיר האבן גלייך באנעצט די גומען מיט קאלטע משקאות צו דערכאפן דאס הארץ.

נאכ'ן קומען צו זיך, און טועם זיין אביסל מעדנים לכבוד עונג שבת, האט מען זיך אריינגעריקט אין די שלאפצימערן און זיך צוגעלייגט אויף שינה בשבת תענוג. איך האב געטון אן אומריכטיגע שריט און זיך אריינגעלייגט אין בעט מיט'ן פארשוויצטן שווארצן קאפל, וואס האט עווענטועל איבערגעלאזט א צייכן אויפ'ן קושן-ציך, וואס וואלט געקענט פארמיטן ווערן ווען איך טו כאטש איבער דעם קאפל צו א ווייסע שלאף קאפל. (מאנכע מענטשן האבן אין זייער טלית בייטל א ספעציעלע קאפל וואס זיי טוען אן צום דאווענען. כ'פלעג אמאל מיינען אז דאס איז עפעס א רוחניות'דיגער ענין, אז מען זאל דאווענען מיט בגדים וואס באזוכן נישט אין בית הכבוד, אבער איינער האט מיר פארטרויעט אז דאס האט פשוט מיט די ווייסקייט פונעם טלית צו טון, אז וויבאלד דאס איז א ספעציעלע דאווענען קאפל, שוויצט עס נישט אזוי שטארק ווי די אנדערע, און לאזט נישט איבער קיין שווארצע צייכן אויפ'ן טלית).

עס איז מסתמא געווען ארום פיר אזייגער נאכמיטאג ווען מיר האבן זיך איינגעבעט, און בערך צוויי שעה דערויף זענען מיר ארויסגעקראכן מיט אויפגעפרישטע ביינער און צעקנייטשע פיאות. ארויסגייענדיג אין קאך אריין האב איך שפעקולירט וואס צו טון, לערנען אדער עסן/טרינקען וכדומה, און ווען דער דריטער שותף (דער מענעדזשער) איז אויך אריינגעקומען פון שלאפצימער אהין, האבן מיר אינאיינעם באשלאסן זיך א לאז צו טון אויף די גאסן פון אלטשטאט צפת און באזוכן די אלטע שולן וועלכע זענען מיינסטנס אפן בלויז שבת נאכמיטאג ווען עס איז עמטליך טוריזם צייט דאהי. ר' ארחיקה איז נאך געבליבן ליגן אביסל, און מיר ביידע האבן זיך ארויסגעלאזט אויף דעם שפאציר צווישן די שמאלע אור אלטע געסעלעך מיט די האפענונג צו באזוכן עטליכע היסטארישע בתי כנסיות.

אונזער ערשטע און הויפט ציל איז געווען דער בארימטער שול פונעם הייליגן חסיד'ישן רבי'ן דער בת עין פון אווריטש זי"ע, וועלכער האט דארט געלעבט אין די צייטן פונעם גרויסן ערדציטערניש, און בשעת'ן ציטערניש האט ער זיך געפינען אין זיין שול, און געוויזן פאר די מתפללים צו קומען שטיין נעבן זיין ארט, און יענע שטח האט איבערגעלעבט בעת די אנדערע זייט פונעם שול איז איינגעפאלן. איך האב שוין אזויפיל געהערט און געליינט איבער דעם שול און די געוואלדיגע נס וואס האט דארט פאסירט, אז איך האב דאס געשטעלט אלס ערשטע פריאריטעט צו באזוכן. עס זענען אבער נישט דא קיין שילדן אויף די וועגן וואס צייגן אן וואו צו גיין און טרעפן דעם שול, האבן מיר געמוזט אפשטעלן מענטשן איינס נאך איינס און פרעגן וואו מען קען טרעפן די שול פונעם בת עין. רוב מענטשן זענען געווען געסט פונקט ווי אונז און האבן נישט געוואוסט, און אנדערע האבן בלויז געוואוסט צו זאגן 'גיי דא אריין, מאך א רעכטס/לינקס ווייל ערגעץ דארט איז דער וועג אהין'. האבן מיר אזוי געוואנדערט און געוואנדערט, ווען אינצווישן גייען מיר אדורך און אריין אין אנדערע שולן, טייל פון זיי האב איך שוין געהאט באזוכט ביי מיין ערשטע באזוך דא אין שטאט מיט א יאר פריער (א שטייגער ווי דער שול פונעם בית יוסף, וואו מען האט יעצט געדאוונט מנחה).

ענדליך האבן מיר מצליח געווען צו אנקומען צו דעם בת עין שול, אבער מיר האבן געהאט דארט גרויס קאמפאניע. שטעלט זיך ארויס אז דאס איז היבש א גרויסע אטראקציע ארט, און אלע גרופעס טוריסטן האבן זיכער געמאכט אפצושטאטן דארט א באזוך, אריינגערעכנט א מאסיווע גרופע פון סעמינאר מיידלעך וועלכע האבן איינגענומען יעדע פלאץ וואו זיי האבן באזוכט, אזש מיר האבן נישט געקענט גיין אין גאס אן זיך אנכאפן איין יונגערמאן דעם צווייטן צו קענען אדורכגיין צווישן די מאסן נקבות. דער אמת מוז געזאגט ווערן, אז צו זען דעם שול לעבעדיג מיט די אויגן איז גאר אנדערש ווי ליינען און הערן דערוועגן, אבער אויף א פארקערטע וועג... נעמליך עס האט מיך נישט אזוי שטארק געכאפט. איך האב עפעס נישט אזוי שטארק באמערקט דער פלאץ וואס איז געבליבן שטיין ביים ציטערניש, אקעגן די אנדערע פלאץ וואס איז שוין היינט שיין איבערגעבויעט. אפשר וואלט איך אויך געדארפט מיטגיין מיט איינער פון די טוריסטן-אנווייזער, וועלכער וואלט מיר בעסער געקענט אנצייגן במה דברים אמורים.

נאכ'ן אפשפאצירן מערערע גאסן האט שוין אנגעהויבן ווערן טונקל און מיר האבן זיך אהיימגעאיילט, אויס זארג אז ר' ארחיקה האט זיך שוין אויפגעוועקט און ווייסט נישט וואו מיר זענען אהינגעקומען, אויך האבן מיר געדארפט זיכער מאכן נישט צו פארפאסן די לעצטע מנין מנחה אין שטאט, וואס שטעלט זיך אכט אזייגער אין צאנזער קלויז. אנקומענדיג צוריק צו די אכסניא איז שוין ר' ארחיקה לאנג אויף געווען, כ'מיין ער האט שוין באוויזן אפצודאווענען ערגעץ מנחה אויך, בעת מיר האבן זיך אריבערגעקליבן קיין צאנז, וואו מיר זענען אנגעקומען עטליכע מינוט פרי און ארויסגעגאנגען אויפ'ן גרויסן פארטש הינטער'ן שול וואס קוקט ארויס אויף די צפת'ער בערג ביז מירון. יענעם שבת איז געווען אין ארץ ישראל א גרויסער טאהשער ציבור, וועלכע זענען געקומען צו א חתונה פון א טאהשער אייניקל אינמיטן די וואך און זענען געבליבן אויף שבת. א שיינער עולם פון זיי איז געווען אויף שבת ביי אונז אין צפת, און יעצט האבן מיר זיי געזען לערנען פרקי אבות ביי די טישלעך און בענקלעך הינטער צאנז. איינער וואס האט אויסגעזען א שטיקל מגיד, האט פארגעלערנט פאר א גרופע פון עטליכע מיטליעריגע און יונגעלייט, ווען אלע וויילע שליידערט ער א זייטן בליק אין מיין ריכטונג - גיי ווייס פארוואס.

טאקע דארט אויפ'ן גאניק האב איך געטראפן א יונגערמאן וועמען איך קען פון ערגעץ... ער איז צוגעקומען און זיך פארגעשטעלט פאר מיר, און איך האב זיך טאקע דערמאנט אין אים און מיר האבן געשמועסט א קורצע וויילע איבער אלטע זכרונות.

ווען עס איז געקומען דער צייט פון תפילת מנחה זענען מיר אריין אין שול, וואס איז געווען פול מקצה אל קצה, קוקט אויס א גרויסער ציבור פארלאזט זיך אויף דער לעצטער מנין - לאנג נאך דער שקיעה. פארשידענע ספרד'ישע מנהגים זענען אריינגעקומען אין דעם חסיד'ישן קלויז, א שטייגער ווי גיין הגבה אויפ'ן ספר בעפאר'ן ליינען (א מנהג וואס איך האב דאס ערשטע מאל געזען אין קאמאדער שול דא אין מאנסי). איך האב געהאט א הוי אמינא אז איך וועל באקומען אן עלי'... אבער קוקט אויס אז קיינער דארט האט נישט געוואוסט אז איך בין א צאנזער אייניקל. איך האב נאר געהאפט אז צום עמוד זאל מען מיר נישט צושיקן, ווייל איך ווייס אז קלויזנבורג האט פארשידענע אייגענע נוסחאות מיט וואס איך בין נישט באקאנט (אין קלויזנבורגער קעמפ איז ביים עמוד פונעם שליח ציבור דא א טעוועלע מיט אנווייזונגען פאר די געסט איבער פארשידענע קפידות בנוסח התפילה).

כאטש מיר האבן געזען ווי דער שול ווערט שיין צוגערישט פאר שלש סעודות, מיט גענוג און נאך בילקעלעך און טונקעכצער, האבן מיר באשלאסן אז מיר קענען נוצן אביסל מער פריוואטקייט און שטילקייט, מיר האבן נאר גענומען בילקעלעך פון צאנז (מיט א מיגו, אז מיר וואלטן דאך געקענט דארט עסן... איז וואס איז שוין דער חילוק וואו מיר עסן די בילקעלעך?) זינט אין אכסניא האבן מיר געמאנגעלט אין שלימות, און מיר האבן זיך געלאזט אויפ'ן וועג צוריק צום אכסניא, וואו מיר האבן געפראוועט א שנעלע שלש סעודות, ווייל אט אט גייט דער ליבער שבת ארויס און דאן האבן מיר געפלאנט צו זיין אין די קארליבאך שול הארט אונטער אונזער אכסניא.
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”