אייוועלט פרעזענטירט: 'מונה׳דיג' מניגוני ר' משה מרדכי [מונה] ראזענבלום

אידישע וועלט אויסגאבעס און מאגאזינען

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

היכל הנגינה

אייוועלט פרעזענטירט: 'מונה׳דיג' מניגוני ר' משה מרדכי [מונה] ראזענבלום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכל הנגינה »

שא. דער קעניג גייט!

א דינטשיגע פייפערל ווי פון אונטערן וואסער ברומט זיך אונטער א תנועה, דער טשעלאו גריבלט א איידעלע לאך אין די קישקעס, און דאן, א זעץ! דער מלך איז אין זאל! דער טראפמייטער גיבט א געשריי! די פידלען וויברירן אין שרעק! די צימבלען צוווילעדווען זיך ווי די ציג!

די אויערן ווערן געכאפט אין שאק, די חושים פארטעמט. די ניגינה פארבן גיסן זיך אויס אויפן קאנווע ווי נאך א שטויס פון א דריי יעריגס און צוגיסן זיך אין די גלידער.

אהה. מעין עולם הנגינה!

פשוט; מונה׳דיג!

פון פיטסבורג ביז גור, פונעם הייליגן ישועות משה ביז רבי יענקל תלמוד. פון שטיל ביז הועך פון איידל ביז רעש. השתוקקות, רגש, דראמאטיע און מלכות. פון היכל הנגינה ביז היכל התשובה.

פשוט; מונה׳דיג!

וואו מען לייגט נאר א אויג אדער נייגט צו אן אויער צו היימישע חסידישע מיוזיק, וועט מען הערן, זעהן און פיהלן דעם שטעמפל פון דעם איינעם בריעדיגן שטורעמישן הארץ וואס באהאלט זיך אונטערן נאמען; משה מרדכי - מונה ראזנבלוים. א נאמען וואס גייט סינאנים מיט די העכסטע שטאפלען פון נגינה, די פראפעסיאנעלסטע שטאפלען פון רייכע אויטענטישע גאונות, די זיסטע טעמים פון קלאסישע מוזיק.

צוגיין פון מתיקות, צושפרינגען ווערן פון חידוש, צובלאזן ווערן פון א קארד. איז עס דאס:

פשוט; מונה׳דיג!

און ווען דער פארטי פלענער איז אויך דער קעכער, קענט איר זיין זיכער אז סקומט א מעניו וואס מאכט זאט, און אויך איבערגעפולט!

אלזא. יא. שא! דער קעניג גייט!

אייוועלט פרעזענטירט אייך מיט כבוד א אלבום וואס האט נישט זיין גלייכן. א סעלעקציע פון הערליכע ניגונים וואס זענען סיי קאמפאזירט און סיי אראנזשירט געווארן מיט די פאכמאנישע הארץ שטריכן פון ר׳ משה מרדכי - מונה ראזנבלוים הי״ו.

מאכט אייך א קאווע. צי א טיי. צי ביידע. צי קיין איינס. אבער נייגט צו אן אויער. ווייל דאס. איז:

פשוט; מונה׳דיג!
אוועטאר
א שרייבערל
שר חמש מאות
תגובות: 994
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 20, 2020 9:43 pm
לאקאציע:נישט ממש דארט, אביסל אהינציר

Re: אייוועלט פרעזענטירט: 'מונה׳דיג' מניגוני ר משה מרדכי [מונה] ראזענבלום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א שרייבערל »

אה... דער מלך'ס סחורה... פיינע ווארע ברענגן מיר דא היינט צום טיש...

איימינוט ווער זאגט ער איז נאך מלך?? ס'איז דאך דא היינט שטארקע יונגע כוחות וואס דעליווערן שטארקע זאכן!!...

איז צום אלעם ערשט ביז ווילאנג קיינער ביז היינט האט נאכנישט רעוואלטירט אנטקעגן די מלוכה, בלייבט ער ווייטער אויפן טראן און ער קען נאך רואיג אינטערשרייבן מוזיק מיט דעם סיגנעטשור מלך!

צווייטנס, לאמיר הערן וויאזוי מעסט מען די היינטיגע אינגע חברה? די מעסטער איז אוודאי המלך מונה! האלט ער שוין דארט, שוין כמעט דארט, דעי שטיקל אינמיטן סאונד ווי א מונה שטיקל? נו... איז מונה דען נישט ווערד אנצוהאלטן זיין טיטל?!

נו.. שטרייך שוין אראפ דעם פינטל.

אראפצושרייבן וואס מונה מוזיק מיינט פארן מוזיקאלישער אויער, דאס קען איך נישט טוהן מיט אפאר שרייב ווערטער... דאס קען מען נאר דורכן אפשרייבן דא זיינע נאוטס! און דאס האב איך דאך נישט, ווייל מונה גיבט דאך נישט ארויס זיינע נאוטס, בלייבט איבער די איינציגע אפציע צו הערן זיינע ווערק, עס שפירן, מיטלעבן און נתפעל ווערן פון די חכמה וואס דער אייבערשטער האט אים געשאנקן, אין יעדע קאורד, נאוט, בעיס ליין, ברעסס, ס'איז ממש א פארגעניגן בעולם הזה אין די נשמת ה'מוזיק.

ער האט אונז אלע געוויזן וואס ער קען מיט די טאלאנטן מיט וואס ער איז געווארן באשאנקן, און אונז מהנה געווען במשך פילע יארן, מיטן אפשפילן זיינע מוזיקאלישע חידושים אויף זיינע אייגענע אלבוים'ס און אויף פילצאליגע אלבוים'ס ובתוכם פאר די חסידישע עולם די באקאנטע בעלזא טעיפס, יוסף משה כהנא'ס אלבוים'ס לחיים אידן, ברודער און כלנו מסובין, אויף מב''ד אלבוים'ס ועוד ועוד...

איז וואס האט עס מיט אונז דא אהער?

איז בערך א חודש צוריק איז אריינגעקומען א פארלאנג פון א חשוב'ען ניק מיטן נאמען @יענץ פויגל אז מ'זאל ארבעטן אויף א מונה אלבוים...

אבער ווי יעדער איינער זעהט, איז שוילאנג נישט ארויסגעקומען אן אייוועלט פרעזענטירט אלבוים משום כמה נישט עפעס מורא'דיגע סיבות... אבער אזוי האטצעך עס אויסגעשטעלט אז ס'איז געגאנגען שלאפן פאר א וויילע...
און איינע פון די סיבות איז ווארשיינליך אז אונזער אנפירער גרינדער און אנדרייער @נאר מיט שמחה, שלאפט א מחי'... ס'ווערט טאקע געבעטן פונעם גאנצן ציבור אז ווער ס'האט שפרענג וואסער זאל איהם א שפרענג טוהן און איהם צוריק אהער-שפרענגן...

האט מען צום ערשט געדארפט אויפוועקן דעם איבריגן פארשלאפענעם טיעם...

און ביי מונה איז געווען א שטיקל טשעלענדזש ווייל פון איין זייט קען מען איהם אלס ארראנדזשירער
און ווען מ'וויל ארויסגעבן אן אלבוים ערווארט מען זיכער רייכע מלכות'דיגע שטיק וואס ער האט בעבר שוין ארויסגעגעבן.

אבער פון די אנדערע זייט ווילן אונז ארויסגעבן יעצט אויף די מינוט נאר פון מלחינים.

האט מען געטראכט אזוי. די חובבי מונה האבן שוין זיכער געהערט און קענען זיינע באמבאסטישע זאכן, א שטייגער ווי לא ברוח ה' און אמר ר' אלעזר אא''וו

אבער ווייניג ווייסן אז ער איז אן ערשט קלאסיגער קאמפאזיטאר פון הערליכע יצירות. און אפי' מ'ווייסט שוין פון דעם פאקט, ווייסט מען אבער נישט וועלכע ניגונים זענען זיינע...

איז מען אויפגעקומען מיט א המצעה אז אנשטאט ארויסגעבן סתם זיינע באמבאסטישע ארראנדזישרונגען וואס דאס קען שוין די עולם, און ווי אויך איז דא גאר אסאך דערפון, יעצט גיי קלויב אויס וועלכע יא און וועלכע נישט.

ענדערש לאמיר גיין מיט א חידוש וואס איז נאכנישט געווען ביז אהער ביי קיין איין מלחין, אן אלבוים מיט א חוט המשולש 'לחן' 'עיבוד' 'וניצוח' אונטער איין מענטש!.

און מ'האט אנהויב טאקע געטראכט אז אפשר וועט נישט זיין גענוג טרעקס אדער גענוג גוטע סחורה. למעשה אבער האט זיך בסייעתא דשמיא צוזאמגעשטעלט א ליסט פון 16 זיינע אייגענע קאמפאזיציעס וואס ער האט אויך ארראנדזשירט און ס'איז אויסגעקומען ב''ה א שיינע זאך. שטייטע/שנעלע/לעבעדיגע ניגונים, יצירות, פון אלע סארטן.

און מ'איז אינאיינוועגס נישט אוועקגעגאנגען פון די ביז-יעצטיגע 'אייוועלט פרעזענטירט' שניט פון ארויסגעבן אריגינעלע אלבוים'ס פון 'מלחינים'.

[עס איז נישט אויסגעשלאסן ארויסצוגעבן א צווייטע חלק, ועוד חזון].

און דא ביי דעם אלבוים איז אונז אויך געלונגען צו אויפוועקן אונזער הרוצה בעילום שמו'ניק וואס האט בכלליות אסאך ארויסגעהאלפן אין דעם פראיעקט און בפרטיות האט ער אהערגעשטעלט דעע מונה'דיגע גראפיקס, וואס איז ב''ה געלונגען ווי ס'פאסט פארן מלך, ממש אין בדומה.

און ווי אויך האמיר אונז נאכאמאל געהאט אונזער סטודיאו-גיי @כינור וואס האט גע'מעסטער'ט די טרעקס, ס'איז אריינגעגאנגען אסאך ארבעט דערינען, ספעציעל ביי דעם אלבום איז עס אנגעקומען שווערער צו דעליווערן אזא מייסטערישע מעסטערישע ארבעט, און ס'קומט איהם אסאך קרעדיט דערפאר... זאל איהם דער אייבערשטער באצאלן פארן מהנה זיין אונז אלע.

הערטס עס אויס, קאמאנטירטס, פארשפרייטס עס, דערקוויקטס ענק, און גיבטס גאלאזין מיט א תגובה אינעם אשכול אויב האט עטס הנאה געהאט.

מונה׳דיג
קאמפאזיציעס און ארראנדזשירונגען דורך מונה ראזענבלום

מונה׳דיג

דראפבאקס

נעטפרי

בוקלעט
לעצט פארראכטן דורך א שרייבערל אום דינסטאג יוני 27, 2023 3:49 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
כדי צו קענען מאכן געלט מוזן קריעטיוו מענטשן זיין קריעטיוו וויאזוי נישט צו זיין קריעטיוו . (קרעדיט: גרויזאמער)
אוועטאר
א שרייבערל
שר חמש מאות
תגובות: 994
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 20, 2020 9:43 pm
לאקאציע:נישט ממש דארט, אביסל אהינציר

Re: אייוועלט פרעזענטירט: 'מונה׳דיג' מניגוני ר משה מרדכי [מונה] ראזענבלום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א שרייבערל »

Cover - Mona'dig.jpeg
Cover - Mona'dig.jpeg (365.74 KiB) געזען 4204 מאל
Booklet 1.jpeg
Booklet 1.jpeg (360.41 KiB) געזען 4204 מאל
Booklet 2.jpeg
Booklet 2.jpeg (382.02 KiB) געזען 4204 מאל
כדי צו קענען מאכן געלט מוזן קריעטיוו מענטשן זיין קריעטיוו וויאזוי נישט צו זיין קריעטיוו . (קרעדיט: גרויזאמער)
אוועטאר
א שרייבערל
שר חמש מאות
תגובות: 994
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 20, 2020 9:43 pm
לאקאציע:נישט ממש דארט, אביסל אהינציר

Re: אייוועלט פרעזענטירט: 'מונה׳דיג' מניגוני ר משה מרדכי [מונה] ראזענבלום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א שרייבערל »

Booklet 4.jpg
Booklet 4.jpg (395.2 KiB) געזען 4204 מאל
Booklet 5.jpg
Booklet 5.jpg (398.51 KiB) געזען 4204 מאל
Booklet 5.jpg
Booklet 5.jpg (390.8 KiB) געזען 3250 מאל
לעצט פארראכטן דורך א שרייבערל אום דינסטאג יוני 27, 2023 12:24 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
כדי צו קענען מאכן געלט מוזן קריעטיוו מענטשן זיין קריעטיוו וויאזוי נישט צו זיין קריעטיוו . (קרעדיט: גרויזאמער)
אוועטאר
קענסט מיר נישט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3860
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 23, 2023 12:33 am
פארבינד זיך:

Re: אייוועלט פרעזענטירט: 'מונה׳דיג' מניגוני ר' משה מרדכי [מונה] ראזענבלום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קענסט מיר נישט »

👍👍👍👍👍👍👍👍👍
ריברענדיג.....
אוועטאר
טעמטי
פורים רב תשפ"ג
תגובות: 4091
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אקטאבער 04, 2021 12:29 am
לאקאציע:עראונד די אנדערע קארנער
פארבינד זיך:

Re: אייוועלט פרעזענטירט: 'מונה׳דיג' מניגוני ר' משה מרדכי [מונה] ראזענבלום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעמטי »

סאונדט עמעזינג!!!

טענקיו חברה.

-
דער גרעפיקער איז אוסעם.
א מענטש טראכט, און טעמטי שרייבט.

אני מתנחל, כן

טעמו וראו, כי...
בא שבת בא מנוחה
שר האלף
תגובות: 1142
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 20, 2016 7:18 pm

Re: אייוועלט פרעזענטירט: 'מונה׳דיג' מניגוני ר' משה מרדכי [מונה] ראזענבלום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בא שבת בא מנוחה »

Wowowoowowowow קוקט אויס מאסיוו!!!!
ישר כח גדול !!!
אוועטאר
זאנוויל תנחום
שר האלף
תגובות: 1305
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 22, 2023 8:14 pm
לאקאציע:קאוטש

Re: אייוועלט פרעזענטירט: 'מונה׳דיג' מניגוני ר' משה מרדכי [מונה] ראזענבלום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאנוויל תנחום »

איך זעה אז רוב זענען מוזיק ווידיאו'ס. אפשר קען איינער אלעס אהערשלעפן...?
אוועטאר
לעגאו מענטשעלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3670
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 09, 2019 3:44 pm
לאקאציע:פאר מער דרוקט נומער 7

Re: אייוועלט פרעזענטירט: 'מונה׳דיג' מניגוני ר' משה מרדכי [מונה] ראזענבלום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעגאו מענטשעלע »

WOW WOW WOW
אוועטאר
בעל פרנסה
שר האלפיים
תגובות: 2508
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 24, 2022 1:48 pm
לאקאציע:איך זוך עס נאך...

Re: אייוועלט פרעזענטירט: 'מונה׳דיג' מניגוני ר' משה מרדכי [מונה] ראזענבלום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל פרנסה »

מאסיווער אלבום!!!

פארוואס האט מען נישט אריינגעלייגט די לעצטיגע קליפ 'בקולות וברקים' מיט זאנוויל וויינבערגער?
אוועטאר
מקווה איד
שר שבעת אלפים
תגובות: 7820
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 16, 2017 4:53 pm

Re: אייוועלט פרעזענטירט: 'מונה׳דיג' מניגוני ר' משה מרדכי [מונה] ראזענבלום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מקווה איד »

בעל פרנסה האט געשריבן: דינסטאג יוני 27, 2023 11:35 am
מאסיווער אלבום!!!

פארוואס האט מען נישט אריינגעלייגט די לעצטיגע קליפ 'בקולות וברקים' מיט זאנוויל וויינבערגער?
יא ס'איז דארט
#איך-פארק-מענטשליך
אוועטאר
מקווה איד
שר שבעת אלפים
תגובות: 7820
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 16, 2017 4:53 pm

Re: אייוועלט פרעזענטירט: 'מונה׳דיג' מניגוני ר' משה מרדכי [מונה] ראזענבלום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מקווה איד »

די לעצטע בלאט פונעם ביכל איז נישט ביי די בילדער דא אינעם אשכול
#איך-פארק-מענטשליך
אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8140
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

Re: אייוועלט פרעזענטירט: 'מונה׳דיג' מניגוני ר' משה מרדכי [מונה] ראזענבלום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

די חברה ארבעטן! און דזאסט פלעין צו מהנה זיין אידן. טענק יו גייס!

גיימער מונה׳ען.
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
אוועטאר
ציגאנער
שר האלפיים
תגובות: 2983
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 02, 2020 2:53 pm

Re: אייוועלט פרעזענטירט: 'מונה׳דיג' מניגוני ר' משה מרדכי [מונה] ראזענבלום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ציגאנער »

א מונהדיגע ארבעט!!

ש'כח פאר די גאנצע טיעם!

- פלעי
אוועטאר
שלומי שפילמאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 447
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש יאנואר 29, 2022 10:59 pm

Re: אייוועלט פרעזענטירט: 'מונה׳דיג' מניגוני ר' משה מרדכי [מונה] ראזענבלום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלומי שפילמאן »

געב נאר א קוק וואס דא טוצעך.. ס'איז מונה'ס אושפיזין די חודש??
ברויך מען ווען אהערלינקען מונה'ן, זאל ער כאטש זעהן וואספארא השתוקקות צו אים דא טוט הערשן.

אלנספאל - שכוח שלוחי היכל הנגינה ד'אייוועלט פארן אריינלייגן די ארבעט.
המקום ישלם שכרכם. כה יתן וכה יוסיף!

אגב, ס'וואלט אפשר כדי געווען צו אהערשטעלן א 'מונה פלעיליסט' און אפיהרברענגען אלע אלבומס וואס מונה האט ארעינדזשד תחת קורת גג אחד. נישט יעדער ווייסט אפילו וויפיל אלבומס ס'זענען אלץ פארהאן פון אים, מאנכע הערן פשוט אויס זיינע אייגענע אלבומס און מיינען אז דארט ענדיגט זיך עס. ווען אין מציאות עקזיסטירן רוב פון זיינע געלונגענסטע ארבעט אויף אלבומס וואס ער האט געמאכט פאר אנדערע. דלוגמא בעלזא, צליל וזמר, גור, פיטסבורג, חבד, וויזניץ, מבד, מתיקות, לחיים, עמית ליסטוואנד, אפרים מנדלסון, אברומי רוט, יושע האנשטאטער און נאך.

און יא.. מונ"ה מספר לכוכבים..
צו שפּילן א WRONG נאוט, איז אפשר נישט געשמאק;
אבער צו שפילן אן קיין געשמאק, איז זיכער WRONG!
אוועטאר
Potus
שר האלפיים
תגובות: 2931
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 11, 2017 11:21 pm

Re: אייוועלט פרעזענטירט: 'מונה׳דיג' מניגוני ר' משה מרדכי [מונה] ראזענבלום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Potus »

Wow
יישר כח סארבעט שוין ביי מיר אין קאר די געשמאק איז אומבאשרייבלעך

יישר כח כל אחד בשמו הטוב יבורך וואס האט ארויסגעהאלפן די פראיעקט
אז כקען העלפן פארוואס נישט...
אוועטאר
יענץ פויגל
שר האלפיים
תגובות: 2451
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 18, 2021 11:12 pm

Re: אייוועלט פרעזענטירט: 'מונה׳דיג' מניגוני ר' משה מרדכי [מונה] ראזענבלום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יענץ פויגל »

פשששששש יישר כח און קאנגרעדזשלעשנס פאר די אייוועלט היכל הנגינה טיעם

@א שרייבערל
@כינור
@?????? (די קאווער ווייסט מען נישט)

א הערליכע ארבעט אריינגעלייגט דא אנגעהויבן ביי די סדר פון די ניגונים די טרעקס די מעסטער ועל כולם די הערליכע קאווער דיזיין. איך ווייס נישט וואס דעי ניק באהאלט זיך אזוי (קוקט אויס ווי ער זוכט נישט נאך דזשאבס)

אפאר טרעקס האביך טאקע נישט געוויסט אז מונה האט קאמפאוסט

אזויווי @א שרייבערל האט מיר דא געהעריג אויסגעפראקט וועל איך שוין פארציילן דברים כהויתן. מיט א יאר צוריק בערך האב איך גע'אישי'ט @נמש אז ס'איז צייט צו גיין נעקסט לעוועל מיט א מונה אלבום. גלייך האט נמש געמאכט א אנקעטע צו זעהן אויב רוב עולם האלט אויך אזוי. למעשה האט מאיר אדלער געווינען די אנקעטע האט מען אנגעהויבן צו ארבעטן אויף דעם

בין איך געווען זייער דיסעפוינטעט אז מונה וועט מוזן ווארטן ביז נאך מאיר אדלער

מיט א חודש צוריק האב איך גע'אישי'ט א שרייבערל צו זעהן ווי האלט מען אויפן אייוועלט דזשאסט צו זיכער מאכן אז מונה איז נעקסט.

צו מיין גרויסע סורפרייז זעה איך פאריגע ליל שישי אין קורצע נייעס'לעך פון מוזיק אשכול אז ויבוא דעי בחור איז דא. Wow

יעצט שטעלט דיך פאר מ'געט ארויס די מונה פראיעקט פאראיאר. וואלט געפעלט צוויי יצירות עיקור לימוד אדם מיט אתה נגלית...געווען ממש אן השגחה פרטית די גאנצע אלבום..און מ'מיינט עס ערענסט שיקט דער אויבערשטער נאך ניגונים ארויפצולייגן

נאכאמאל א ריזיגער דאנק פאר אלע וואס האבן אריינגעלייגט איבערמידליכע כוחות
אוועטאר
א גולם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4241
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 06, 2014 10:32 pm
לאקאציע:אין מיין שיך!

Re: אייוועלט פרעזענטירט: 'מונה׳דיג' מניגוני ר' משה מרדכי [מונה] ראזענבלום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גולם »

👍👍👍😂
בהערצה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 313
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2022 1:12 pm

Re: אייוועלט פרעזענטירט: 'מונה׳דיג' מניגוני ר' משה מרדכי [מונה] ראזענבלום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בהערצה »

וויסט אינער ווען הוי דן איז געמאכט געווארן? און אויך אויב סאיז דא נאך ריקארדינגס?
אוועטאר
חאטצקל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4098
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך פעברואר 09, 2022 4:44 pm

Re: אייוועלט פרעזענטירט: 'מונה׳דיג' מניגוני ר' משה מרדכי [מונה] ראזענבלום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חאטצקל »

בהערצה האט געשריבן: דינסטאג יוני 27, 2023 2:14 pm
וויסט אינער ווען הוי דן איז געמאכט געווארן? און אויך אויב סאיז דא נאך ריקארדינגס?
דאכט זיך מיר אויף "מלאכי השראת" פון אברמי רוט
דיינע קינדער זענען דייןעול און אחריות, דיין ווייב איז נאר דא דיר ארויסצוהעלפן. ס'איז נישט איר אחריות און די העלפסט (אפשר) ארויס.

חאטצקל האט געשריבן: דינסטאג יוני 27, 2023 2:20 pm
בהערצה האט געשריבן: דינסטאג יוני 27, 2023 2:14 pm
וויסט אינער ווען הוי דן איז געמאכט געווארן? און אויך אויב סאיז דא נאך ריקארדינגס?
דאכט זיך מיר אויף "מלאכי השראת" פון אברמי רוט
קענסיל.
דיינע קינדער זענען דייןעול און אחריות, דיין ווייב איז נאר דא דיר ארויסצוהעלפן. ס'איז נישט איר אחריות און די העלפסט (אפשר) ארויס.
נו וואדע
שר האלף
תגובות: 1554
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 30, 2013 2:31 pm

Re: אייוועלט פרעזענטירט: 'מונה׳דיג' מניגוני ר' משה מרדכי [מונה] ראזענבלום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו וואדע »

ניין עס איז אויפן אלבום הוי דן פון אפרים מענדלסון
נו וואדע ! וואס דען האט איר געמיינט ?!
זאג א גוטס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3303
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2018 3:36 pm

Re: אייוועלט פרעזענטירט: 'מונה׳דיג' מניגוני ר' משה מרדכי [מונה] ראזענבלום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאג א גוטס »

יישר כח גדול מאוד!!!
אוועטאר
עלינו לשבח
שר האלף
תגובות: 1100
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 01, 2023 6:32 pm
לאקאציע:אין סידור

Re: אייוועלט פרעזענטירט: 'מונה׳דיג' מניגוני ר' משה מרדכי [מונה] ראזענבלום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עלינו לשבח »

א גרויסן שכח!
געטון די סגולה פון ר' מתיא בן חרש און געזען "גאר גרויסע ישועה" צוגעזאגט מפרסם צו זיין!
--
בהערצה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 313
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2022 1:12 pm

Re: אייוועלט פרעזענטירט: 'מונה׳דיג' מניגוני ר' משה מרדכי [מונה] ראזענבלום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בהערצה »

נו וואדע האט געשריבן: דינסטאג יוני 27, 2023 2:22 pm
ניין עס איז אויפן אלבום הוי דן פון אפרים מענדלסון
יישר כח.
ווי קען איך עס הערן?
שרייב תגובה

צוריק צו “אייוועלט פרעזענטירט”