בשר בהמה פון "פישל'ס גלאט למהדרין" און "סאלאמאן'ס גלאט כשר"

עסן און טרינקען, גראסעריס און רעסטוראנטן

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
כפרה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3795
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג מארטש 08, 2019 10:50 am

Re: בשר בהמה פון "פישל'ס גלאט למהדרין" און "סאלאמאן'ס גלאט כשר"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כפרה »

שאול ידידיה האט געשריבן: פרייטאג יוני 30, 2023 6:49 am
כפרה האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 29, 2023 10:43 pm
מען האט שוין אמאל ערווענט דא ערגעץ אויפן וועלטל אז מיעל-מארט-סאטמאר פארקויפט נישט נישט קיין זנב, oxtail, ווייל און אונזערע מקומות סאטמאר דעברעצין פרעשבורג וכו' האט מען אנגענומען אז דאס האט א דין ווי אחוריים, אבער ביי שאלאמאנ'ס מאכט מען ניקור ארץ ישראל און זיי פארקויפן יא זנב,

איעדער ברויך וויסן אז נישט אלעס איז איבעראל די זעלבע, און יעדער ברויך זיך פירן כמנהגי אבותיו...
וויאזוי ווערט עס אנגערופן נאכן פעקעדזשן? וועל איך וויסן אז נאר די איין חלק קויפט מען נישט
OXTAIL

https://rocklandkosher.com/monsey/#!/hb ... /54949/he/

(איך האף עס איז נאר די איין חלק, די חלק ווייס מיר ...)
שטיצט די געשעפטן וואס לייגן די פרייזן אויף די שעלפ'ס.
#ווייז-די-פרייז
אוועטאר
טעוועליך
שר האלף
תגובות: 1403
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אקטאבער 31, 2021 8:35 pm
לאקאציע:ווי סאיז באשערט יענע מינוט

Re: בשר בהמה פון ’’פישעלס גלאט למהדרין’’ און’’סאלאמאן גלאט כשר"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעוועליך »

כפרה האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 29, 2023 10:35 pm
ירא השם האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 29, 2023 9:03 pm
צו די זאך האט געשריבן: מיטוואך יוני 28, 2023 9:45 am
סאטמאר פלייש פון מיעל מארט, איז אויך אלעס גלאט בית יוסף.
קיינמאל געהערט

אין סאטמאר האט מען נישט מקפיד געווען אויף גלאט ב"י

אין זייערע קיטשענס זענן זיי אויך מקפיד אויף בישול עכו"ם ווי דער ב"י אז דער גוי טאר אפילו נישט ארויפלייגן א טאפ אויף א פייער אפילו אנגעצינדן ביי א יוד?

ביי אונז פירט מען זיך ווי די רמ"א אז עס איז גענוג אז דער יוד צינד אן די פייער צופרי
ער האט נישט געשריבן אז מען איז מקפיד, ער האט געשריבן אז דאס איז די מציאות, דהיינו היות מען שעכט אסאך בהמות, גיבט מען פאר סאטמאר (ביידע סאטמאר) די בהמות וואס זענען גלאט, פשוט ווייל מען האט די מעגליכקייט דערצו, עס איז נישט קיין קפידה.
ר מאיר ראטענבערג האט געזאגט אמאל ביי א שיעור אין ראדני אז מען טוט אזוי נאר משרייבט עס נישט כדי אז אויב מען וועט דארפן אויפהערן זאל מען נישט דארפן מפרסם זיין
Times New Roman (Headings CS)...
אבימלך האט געשריבן: מיטוואך מארטש 13, 2024 11:16 pm
אפשר אויב מען וועט זאגען פאר מענטשן אז די מוח איז א עפפ, וועלען זיי אנהייבן עס צו ניצען!!!
ירא השם
שר העשר
תגובות: 32
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יוני 16, 2023 2:18 pm

Re: בשר בהמה פון "פישל'ס גלאט למהדרין" און "סאלאמאן'ס גלאט כשר"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ירא השם »

אויך פארקויפט סאלאמאן נעבעל פעסטראמי, סאטמאר (ביידע פארקויפן עס נישט)
את האלקים אני ירא
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35596
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע:אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: בשר בהמה פון "פישל'ס גלאט למהדרין" און "סאלאמאן'ס גלאט כשר"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

א קיצור, פיק נישט יענעמ'ס חומרות, ווייל דו וועסט זיך גרינג טרעפן אויך מיט זיינע קולות.

איזהו חכם המכיר את מקומו.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
אינבי
שר האלף
תגובות: 1142
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מארטש 13, 2023 5:34 pm

Re: בשר בהמה פון "פישל'ס גלאט למהדרין" און "סאלאמאן'ס גלאט כשר"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אינבי »

אין די אידישע מארקעט האט לע"ד סאלאמאנס די בעסטע קוואלעטי פלייש...

האלטסט?... ח"ו
פעטער לעזער ברויך ברויך גלעזער
אוועטאר
פומפדותא
שר האלפיים
תגובות: 2736
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 13, 2015 1:16 am

Re: בשר בהמה פון ’’פישעלס גלאט למהדרין’’ און’’סאלאמאן גלאט כשר"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פומפדותא »

זויער טייג האט געשריבן: מיטוואך יוני 28, 2023 12:47 am
יעקעלע פוקס האט געשריבן: מיטוואך יוני 28, 2023 12:15 am
איך בין נייגעריג אויב סאלאמאן פלייש האט אויך אלע חומרות אזוי ווי פישל'ס!
דהיינו פישל'ס איז סקווירא פלייש מיט אלע חומרות און הידורים, ווידעראום סאלאמאן האט אויך די מהודר'דיגע סקווירא השגחה אבער עס מיינט נישט אויך אלע חומרות און הידורים - אדער אפשר גאר מיינטס עס יא!
ווער ווייסט? - אז מרעדט שוין יא....
סאלאמאנ'ס פלייש איז גאר גאר מהודר, אבער פישל'ס איז "גלאט בית יוסף"
איצל פיצל האט געשריבן: מיטוואך יוני 28, 2023 12:49 am
יעקעלע פוקס האט געשריבן: מיטוואך יוני 28, 2023 12:15 am
איך בין נייגעריג אויב סאלאמאן פלייש האט אויך אלע חומרות אזוי ווי פישל'ס!
דהיינו פישל'ס איז סקווירא פלייש מיט אלע חומרות און הידורים, ווידעראום סאלאמאן האט אויך די מהודר'דיגע סקווירא השגחה אבער עס מיינט נישט אויך אלע חומרות און הידורים - אדער אפשר גאר מיינטס עס יא!
ווער ווייסט? - אז מרעדט שוין יא....
ניין, קלאר אז סאלאמאן האט נישט די הידורים פון פישל׳ס. פישל׳ס איז דירעקט אוועק געשטעלט מיט אן אנדערע נאמען צוליב די געוואלדיגע הידורים וואס עס פארמאגט.
לכאורה יעדעס מאל א בהמה קומט נישט נאך די סטאנדארד אין כשרות פון פישל'ס פאקט מען עס אונטער די סאלאמאן לעיבעל.
בילד
שאול ידידיה
שר חמש מאות
תגובות: 656
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 16, 2023 3:18 pm

Re: בשר בהמה פון "פישל'ס גלאט למהדרין" און "סאלאמאן'ס גלאט כשר"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאול ידידיה »

ירא השם האט געשריבן: פרייטאג יוני 30, 2023 9:49 am
אויך פארקויפט סאלאמאן נעבעל פעסטראמי, סאטמאר (ביידע פארקויפן עס נישט)
ווידער, אויב איז עס א חלק פון די בהמה קען מען פשוט אויסלאזן יענער חלק און קויפן די אנדערע חלקים צוליב יענע חומרות
אוועטאר
מיט א פרישקייט
שר האלף
תגובות: 1575
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2019 12:00 pm
לאקאציע:פריש'ידער

Re: בשר בהמה פון "פישל'ס גלאט למהדרין" און "סאלאמאן'ס גלאט כשר"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיט א פרישקייט »

לפי ידיעתי האט מען גענוצט די זעלבע סטעף וואס האט געמאכט די בית השחיטה אין טעקסאס צו דעזיינען די בית השחיטה פון סקווירא, אבער סקווירא האט פארלאנגט נאך מער חומרות וואס האט נישט געפעסט אונטער מיעל-מארט.
קלוגע מענטשן רעדן וועגן געדאנקען; דורכשניטליכע מענטשן רעדן וועגן געשעענישן; נארישע מענטשן רעדן וועגן מענטשן.
אוועטאר
כפרה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3795
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג מארטש 08, 2019 10:50 am

Re: בשר בהמה פון "פישל'ס גלאט למהדרין" און "סאלאמאן'ס גלאט כשר"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כפרה »

שאול ידידיה האט געשריבן: פרייטאג יוני 30, 2023 10:34 am
ירא השם האט געשריבן: פרייטאג יוני 30, 2023 9:49 am
אויך פארקויפט סאלאמאן נעבעל פעסטראמי, סאטמאר (ביידע פארקויפן עס נישט)
ווידער, אויב איז עס א חלק פון די בהמה קען מען פשוט אויסלאזן יענער חלק און קויפן די אנדערע חלקים צוליב יענע חומרות
און ווער עס איז נישט 100 פראצענט אז ער ווייסט וועלכע שטיקער פלייש מען עסט נישט ביי זיין קהילה איז שטארק וויכטיג ער זאל זיך האלטן צו זיין אייגענע קהילה, אפי' יענע אנדערע קהילה האט אנדערע חומרות, ער זאל נישט נכשל ווערן.
שטיצט די געשעפטן וואס לייגן די פרייזן אויף די שעלפ'ס.
#ווייז-די-פרייז
HelpMe
שר חמש מאות
תגובות: 798
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 07, 2016 1:57 pm

תגובה דורך HelpMe »

yoy האט געשריבן: דינסטאג יוני 27, 2023 5:50 pm
א באזונדערע אשכול דארף געעפענט ווערן פון אלעס ארום פישל'ס און סאלאמאן'ס בהמה פלייש
ארום די בית השחיטת פונעם בארימטען פאבריק פון פישל סאלאמאן, וואס שטעלן צו בשר בהמה.
ביידע דערפון זענען אונטער די השגחה בית דין לעניני כשרות דשיכון סקווירא וואס הייסט זייער גוט

די חילוק פון ’’פישעלס גלאט למהדרין’’ אין ’’סאלאמאן גלאט כשר",
ביידע באלאנגט פארן זעלבן בעה״ב ער הייסט פישל ציגעלהיים
מען זאגט אז ער האט עקסטערע פלענט פאר ביידע און צוויי אנדערע סטיעטס
סאלאמאן׳ס איז א געהעריגע שחיטה אזוי ווי רוב בהמה פלייש
מען זאגט אז פישלס איז גאר מהודרדיגע פלייש, מיט אסאך חומרות אפילו לשיטת הבית יוסף, וואס איז מער מחמיר ביי סירכות הריאה
אין פארדעם איז עס נישטא צו באקומען, אחוץ ביידי סקווירא קהילה בוטשער

די אינפארמאציע איז גענומען פון דא
viewtopic.php?p=4067459#p4067459
הצלחה גראסערי פלעגט האבן אויכט פישלס
התגרות באומות איז יהרג ואל יעבור!
אפילו די ביזט גערעכט!
כי אתההשם באש הצתה ובאש אתה עתיד לבנותה!
שאול ידידיה
שר חמש מאות
תגובות: 656
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 16, 2023 3:18 pm

Re: בשר בהמה פון "פישל'ס גלאט למהדרין" און "סאלאמאן'ס גלאט כשר"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאול ידידיה »

כפרה האט געשריבן: פרייטאג יוני 30, 2023 11:49 am
שאול ידידיה האט געשריבן: פרייטאג יוני 30, 2023 10:34 am
ירא השם האט געשריבן: פרייטאג יוני 30, 2023 9:49 am
אויך פארקויפט סאלאמאן נעבעל פעסטראמי, סאטמאר (ביידע פארקויפן עס נישט)
ווידער, אויב איז עס א חלק פון די בהמה קען מען פשוט אויסלאזן יענער חלק און קויפן די אנדערע חלקים צוליב יענע חומרות
און ווער עס איז נישט 100 פראצענט אז ער ווייסט וועלכע שטיקער פלייש מען עסט נישט ביי זיין קהילה איז שטארק וויכטיג ער זאל זיך האלטן צו זיין אייגענע קהילה, אפי' יענע אנדערע קהילה האט אנדערע חומרות, ער זאל נישט נכשל ווערן.
ריכטיג, אבער מ'קען מיינען אז איר זענט א רב אימיטן די שבת הגדול דרשה וואס איז מעורר בני קהלתו אויף פארשידענע זאכן, מ'רעדט פשוט צווישן אונז אויב ס'געפעלט איינעם די חומרות
אוועטאר
yoy
שר חמש מאות
תגובות: 996
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 27, 2017 12:47 pm

Re: בשר בהמה פון "פישל'ס גלאט למהדרין" און "סאלאמאן'ס גלאט כשר"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך yoy »

HelpMe האט געשריבן: פרייטאג יוני 30, 2023 12:01 pm
yoy האט געשריבן: דינסטאג יוני 27, 2023 5:50 pm
א באזונדערע אשכול דארף געעפענט ווערן פון אלעס ארום פישל'ס און סאלאמאן'ס בהמה פלייש
ארום די בית השחיטת פונעם בארימטען פאבריק פון פישל סאלאמאן, וואס שטעלן צו בשר בהמה.
ביידע דערפון זענען אונטער די השגחה בית דין לעניני כשרות דשיכון סקווירא וואס הייסט זייער גוט

די חילוק פון ’’פישעלס גלאט למהדרין’’ אין ’’סאלאמאן גלאט כשר",
ביידע באלאנגט פארן זעלבן בעה״ב ער הייסט פישל ציגעלהיים
מען זאגט אז ער האט עקסטערע פלענט פאר ביידע און צוויי אנדערע סטיעטס
סאלאמאן׳ס איז א געהעריגע שחיטה אזוי ווי רוב בהמה פלייש
מען זאגט אז פישלס איז גאר מהודרדיגע פלייש, מיט אסאך חומרות אפילו לשיטת הבית יוסף, וואס איז מער מחמיר ביי סירכות הריאה
אין פארדעם איז עס נישטא צו באקומען, אחוץ ביידי סקווירא קהילה בוטשער

די אינפארמאציע איז גענומען פון דא
viewtopic.php?p=4067459#p4067459
הצלחה גראסערי פלעגט האבן אויכט פישלס
פאר די וואס ווייסן נישט
די בעלים פון הצלחה גראסערי זענען, קינדער פון רבי משה גרין, וואס געהערן צו די סקווערע קהילה
$2200 הם שכר שידוך לגיל 18 ולכל עוד ששה חדשים, ראוי להוסיף $500, כדי לשלם עבור השעות החדשות, שהשדכנים משקיעים כסדר בשוק
אוועטאר
גדל
שר האלפיים
תגובות: 2647
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 27, 2019 9:39 pm

Re: בשר בהמה פון "פישל'ס גלאט למהדרין" און "סאלאמאן'ס גלאט כשר"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גדל »

ירא השם האט געשריבן: פרייטאג יוני 30, 2023 9:49 am
אויך פארקויפט סאלאמאן נעבעל פעסטראמי, סאטמאר (ביידע פארקויפן עס נישט)
אלץ וואס ?
אוועטאר
yoy
שר חמש מאות
תגובות: 996
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 27, 2017 12:47 pm

Re: בשר בהמה פון "פישל'ס גלאט למהדרין" און "סאלאמאן'ס גלאט כשר"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך yoy »

גדל האט געשריבן: פרייטאג יוני 30, 2023 2:42 pm

פארוואס פארקויפן עס נישט ביידע סאטמאר'ס?

מאטל שניידער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3042
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 14, 2013 11:21 am

תגובה דורך מאטל שניידער »

yoy האט געשריבן: פרייטאג יוני 30, 2023 2:48 pm

נעבעל איז א קאט, ס'איז א ספעציפישער חלק פון די בהמה, וואס פון דעם קען מען מאכן פאסטראמי, עס ווערט אויך אנגערופן "beef belly" עס איז גאר גאר פעט, עס ווערט אפט פארגליכן צו דבר אחר
0818ca-renaud-1.jpg
0818ca-renaud-1.jpg (36.88 KiB) געזען 1018 מאל
קאנאדא: אלעס איבער RESP, RRSP, TFSA, FHSA והמסתעף
דיסקלעימער: נעמט אלעס וואס איך זאג מיט א לעפל זאלץ! רעדט דאס דורך מיט א קוואליפיצירטע אדווייזער בעפאר איר נעמט שריט. והשומע ינעם
אוועטאר
גדל
שר האלפיים
תגובות: 2647
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 27, 2019 9:39 pm

Re: בשר בהמה פון "פישל'ס גלאט למהדרין" און "סאלאמאן'ס גלאט כשר"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גדל »

מאטל שניידער האט געשריבן: פרייטאג יוני 30, 2023 2:54 pm
yoy האט געשריבן: פרייטאג יוני 30, 2023 2:48 pm
גדל האט געשריבן: פרייטאג יוני 30, 2023 2:42 pm
ירא השם האט געשריבן: פרייטאג יוני 30, 2023 9:49 am
אויך פארקויפט סאלאמאן נעבעל פעסטראמי, סאטמאר (ביידע פארקויפן עס נישט)
אלץ וואס ?
פארוואס פארקויפן עס נישט ביידע סאטמאר'ס?
נעבעל איז א קאט, ס'איז א ספעציפישער חלק פון די בהמה, וואס פון דעם קען מען מאכן פאסטראמי, עס ווערט אויך אנגערופן "beef belly" עס איז גאר גאר פעט, עס ווערט אפט פארגליכן צו דבר אחר

0818ca-renaud-1.jpg
פאר דעם ניצט מען עס נישט און סאטמאר ?
אוועטאר
מאטל שניידער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3042
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 14, 2013 11:21 am

Re: בשר בהמה פון "פישל'ס גלאט למהדרין" און "סאלאמאן'ס גלאט כשר"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאטל שניידער »

גדל האט געשריבן: פרייטאג יוני 30, 2023 3:20 pm
מאטל שניידער האט געשריבן: פרייטאג יוני 30, 2023 2:54 pm
yoy האט געשריבן: פרייטאג יוני 30, 2023 2:48 pm
גדל האט געשריבן: פרייטאג יוני 30, 2023 2:42 pm
ירא השם האט געשריבן: פרייטאג יוני 30, 2023 9:49 am
אויך פארקויפט סאלאמאן נעבעל פעסטראמי, סאטמאר (ביידע פארקויפן עס נישט)
אלץ וואס ?
פארוואס פארקויפן עס נישט ביידע סאטמאר'ס?
נעבעל איז א קאט, ס'איז א ספעציפישער חלק פון די בהמה, וואס פון דעם קען מען מאכן פאסטראמי, עס ווערט אויך אנגערופן "beef belly" עס איז גאר גאר פעט, עס ווערט אפט פארגליכן צו דבר אחר

0818ca-renaud-1.jpg
פאר דעם ניצט מען עס נישט און סאטמאר ?
איני יודע
קאנאדא: אלעס איבער RESP, RRSP, TFSA, FHSA והמסתעף
דיסקלעימער: נעמט אלעס וואס איך זאג מיט א לעפל זאלץ! רעדט דאס דורך מיט א קוואליפיצירטע אדווייזער בעפאר איר נעמט שריט. והשומע ינעם
אוועטאר
yoy
שר חמש מאות
תגובות: 996
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 27, 2017 12:47 pm

Re: בשר בהמה פון "פישל'ס גלאט למהדרין" און "סאלאמאן'ס גלאט כשר"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך yoy »

.
.
די אינטערעסאנטע חלקים פון די בהמה
אטעטשמענטס
cuts-of-beef.jpg
cuts-of-beef.jpg (275.2 KiB) געזען 982 מאל
navel.jpg
navel.jpg (246.61 KiB) געזען 982 מאל
$2200 הם שכר שידוך לגיל 18 ולכל עוד ששה חדשים, ראוי להוסיף $500, כדי לשלם עבור השעות החדשות, שהשדכנים משקיעים כסדר בשוק
HelpMe
שר חמש מאות
תגובות: 798
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 07, 2016 1:57 pm

Re: בשר בהמה פון "פישל'ס גלאט למהדרין" און "סאלאמאן'ס גלאט כשר"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך HelpMe »

גדל האט געשריבן: פרייטאג יוני 30, 2023 3:20 pm
מאטל שניידער האט געשריבן: פרייטאג יוני 30, 2023 2:54 pm
yoy האט געשריבן: פרייטאג יוני 30, 2023 2:48 pm
גדל האט געשריבן: פרייטאג יוני 30, 2023 2:42 pm
ירא השם האט געשריבן: פרייטאג יוני 30, 2023 9:49 am
אויך פארקויפט סאלאמאן נעבעל פעסטראמי, סאטמאר (ביידע פארקויפן עס נישט)
אלץ וואס ?
פארוואס פארקויפן עס נישט ביידע סאטמאר'ס?
נעבעל איז א קאט, ס'איז א ספעציפישער חלק פון די בהמה, וואס פון דעם קען מען מאכן פאסטראמי, עס ווערט אויך אנגערופן "beef belly" עס איז גאר גאר פעט, עס ווערט אפט פארגליכן צו דבר אחר

0818ca-renaud-1.jpg
פאר דעם ניצט מען עס נישט און סאטמאר ?
סאטמאר שניידן אוועק כמעט די גאנצע חלק וואס דארף ניקור חלב להפרש מאיסורא אלס א חומרא
זייער אסאך מיני פליישן וואס איז דא איבעראל וועסטו נישט טרעפן אין סאטמאר
התגרות באומות איז יהרג ואל יעבור!
אפילו די ביזט גערעכט!
כי אתההשם באש הצתה ובאש אתה עתיד לבנותה!
אוועטאר
כפרה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3795
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג מארטש 08, 2019 10:50 am

Re: בשר בהמה פון "פישל'ס גלאט למהדרין" און "סאלאמאן'ס גלאט כשר"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כפרה »

גדל האט געשריבן: פרייטאג יוני 30, 2023 3:20 pm
מאטל שניידער האט געשריבן: פרייטאג יוני 30, 2023 2:54 pm
yoy האט געשריבן: פרייטאג יוני 30, 2023 2:48 pm
גדל האט געשריבן: פרייטאג יוני 30, 2023 2:42 pm
ירא השם האט געשריבן: פרייטאג יוני 30, 2023 9:49 am
אויך פארקויפט סאלאמאן נעבעל פעסטראמי, סאטמאר (ביידע פארקויפן עס נישט)
אלץ וואס ?
פארוואס פארקויפן עס נישט ביידע סאטמאר'ס?
נעבעל איז א קאט, ס'איז א ספעציפישער חלק פון די בהמה, וואס פון דעם קען מען מאכן פאסטראמי, עס ווערט אויך אנגערופן "beef belly" עס איז גאר גאר פעט, עס ווערט אפט פארגליכן צו דבר אחר

0818ca-renaud-1.jpg
פאר דעם ניצט מען עס נישט און סאטמאר ?
נאך תשמ"ג האט די ראב"ד זצ"ל איינגעפירט "געוויסע" חומרות פון די נקודות וואס די קאשויער רב האט מעורר געווען, און ביידע סאטמאר'ס האלטן זיך היינט צו טאגס דערצו.
שטיצט די געשעפטן וואס לייגן די פרייזן אויף די שעלפ'ס.
#ווייז-די-פרייז
אוועטאר
Borough Park
שר האלף
תגובות: 1533
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 14, 2017 4:05 pm

Re: בשר בהמה פון "פישל'ס גלאט למהדרין" און "סאלאמאן'ס גלאט כשר"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Borough Park »

ירא השם האט געשריבן: פרייטאג יוני 30, 2023 9:49 am
אויך פארקויפט סאלאמאן נעבעל פעסטראמי, סאטמאר (ביידע פארקויפן עס נישט)
איך האב נאך נישט געזעהן נעבעל פעסטראמי פון סאלאמאןס ע״ס איז דא פון מיעל מארט
Life has 2 rules
#1 never quit
#2 always remember rule #1
אוועטאר
כפרה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3795
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג מארטש 08, 2019 10:50 am

Re: בשר בהמה פון "פישל'ס גלאט למהדרין" און "סאלאמאן'ס גלאט כשר"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כפרה »

Borough Park האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 15, 2023 5:56 pm
ירא השם האט געשריבן: פרייטאג יוני 30, 2023 9:49 am
אויך פארקויפט סאלאמאן נעבעל פעסטראמי, סאטמאר (ביידע פארקויפן עס נישט)
איך האב נאך נישט געזעהן נעבעל פעסטראמי פון סאלאמאןס ע״ס איז דא פון מיעל מארט
https://www.shopevergreenkosher.com/sea ... uct=909376
שטיצט די געשעפטן וואס לייגן די פרייזן אויף די שעלפ'ס.
#ווייז-די-פרייז
נא_שכל
שר שמונת אלפים
תגובות: 8010
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע:עולם התורה

Re: בשר בהמה פון "פישל'ס גלאט למהדרין" און "סאלאמאן'ס גלאט כשר"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

כפרה האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 15, 2023 6:05 pm
Borough Park האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 15, 2023 5:56 pm
ירא השם האט געשריבן: פרייטאג יוני 30, 2023 9:49 am
אויך פארקויפט סאלאמאן נעבעל פעסטראמי, סאטמאר (ביידע פארקויפן עס נישט)
איך האב נאך נישט געזעהן נעבעל פעסטראמי פון סאלאמאןס ע״ס איז דא פון מיעל מארט
https://www.shopevergreenkosher.com/sea ... uct=909376
אין FOODO אין ווילאמסבורג האביך געזען נעוועל סקירט פלייש מיט די התאחדות הכשר.
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

" ושכל יצא משכל..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
טריליאנער
שר מאה
תגובות: 186
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 26, 2017 8:50 pm

Re: בשר בהמה פון "פישל'ס גלאט למהדרין" און "סאלאמאן'ס גלאט כשר"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טריליאנער »

נא_שכל האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 15, 2023 6:58 pm
כפרה האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 15, 2023 6:05 pm
Borough Park האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 15, 2023 5:56 pm
ירא השם האט געשריבן: פרייטאג יוני 30, 2023 9:49 am
אויך פארקויפט סאלאמאן נעבעל פעסטראמי, סאטמאר (ביידע פארקויפן עס נישט)
איך האב נאך נישט געזעהן נעבעל פעסטראמי פון סאלאמאןס ע״ס איז דא פון מיעל מארט
https://www.shopevergreenkosher.com/sea ... uct=909376
אין FOODO אין ווילאמסבורג האביך געזען נעוועל סקירט פלייש מיט די התאחדות הכשר.
skirt און naval זענען צוויי באזונדערע זאכן יעדער אויסער סאטמאר( ביידע) פארקויפן עס
אז דו חלומסט סייווי פאר וואס פון מיליאן חלום פון טריליאן
נחוניא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4542
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

Re: בשר בהמה פון "פישל'ס גלאט למהדרין" און "סאלאמאן'ס גלאט כשר"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחוניא »

דעם חול המועד סוכות איז געווען אין שיכון סקווירא גאר א באלערנדע און הערליכע פאנעל וועגן די הידורים פון די פישל\סאלאמאנס בית השחיטה, אנגעפירט דורך הרה"ג ר' אפרים גרינבוים שליט"א, אינאיינעם מיט'ן בעל מכשיר הרב הגאון ר' אהרן גאלדמינצער שליט"א און מיטן בעל הבית הרה"ח ר' פישל ציגעלהיים שיחי'.
שרייב תגובה

צוריק צו “מאכלים”