כ"ק מרן אדמו"ר משינאווא [מאנסי] זצ"ל - י"ג אב תשפ"ג

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

געוואלדאוונע
שר חמישים
תגובות: 63
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אפריל 19, 2017 6:39 pm

Re: בד"ה כ"ק אדמו"ר מ'שינאווא מאנסי זצ"ל - י"ג אב תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געוואלדאוונע »

אזוי אויך ווער עס האט סיי וועלכע רעקארדירונגען, בילדער וכדומה זאל דאס ביטע שיקן צו:
[email protected]
קדוש ונורא
שר האלף
תגובות: 1449
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אקטאבער 16, 2017 4:58 pm

Re: בד"ה כ"ק אדמו"ר מ'שינאווא מאנסי זצ"ל - י"ג אב תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קדוש ונורא »

מיט כ''ק אדמו''ר מצאנז קלויזענבערג שליט''א
03TobNicumAveilim__1_.jpg
03TobNicumAveilim__1_.jpg (48.89 KiB) געזען 4025 מאל
אוועטאר
פרישער בחור
שר האלף
תגובות: 1703
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 23, 2017 2:59 pm
לאקאציע:אין די נייע ישיבה כאלעטעל

Re: בד"ה כ"ק אדמו"ר מ'שינאווא מאנסי זצ"ל - י"ג אב תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרישער בחור »

שיינע שמועס מיט האדמו"ר מפאפא ביי ניחום אבלים על פטירת בתו הרבנית מסאדילקוב ע"ה

https://yiddishevinkel.com/archives/wee ... a4%d7%90-6
ספרים און ידיעות
שר העשר
תגובות: 23
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג מארטש 10, 2023 1:31 am

Re: בד"ה כ"ק מרן אדמו"ר מ'שינאווא זצ"ל - י"ג אב תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ספרים און ידיעות »

קדוש ונורא
שר האלף
תגובות: 1449
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אקטאבער 16, 2017 4:58 pm

Re: בד"ה כ"ק מרן אדמו"ר מ'שינאווא זצ"ל - י"ג אב תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קדוש ונורא »

IMG_20230818_094159_245.jpg
IMG_20230818_094159_245.jpg (94.22 KiB) געזען 3145 מאל
אוועטאר
העלף און העלף
אנשי שלומינו
תגובות: 7
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 13, 2023 4:36 pm

Re: בד"ה כ"ק מרן אדמו"ר מ'שינאווא זצ"ל - י"ג אב תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך העלף און העלף »

ערהאלטן עטליכע אינטרעסאנטע בילדער פון א נעפיו פון רבי'ן זצ"ל.

אומקלאר וואונדערליכע בילד ווי דער רבי זצוק"ל איז בודק חמץ במסי"נ אונטער א שאפע ליגנדיג אויף ד'רערד.
דער בילד איז פון היי יאר ער"פ תשפ"ג, אלט זייענדיג קרוב צו 94 יאר!
בדיקת חמץ תשפג.jpg
בדיקת חמץ תשפג.jpg (58.97 KiB) געזען 3012 מאל
אוועטאר
העלף און העלף
אנשי שלומינו
תגובות: 7
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 13, 2023 4:36 pm

Re: בד"ה כ"ק מרן אדמו"ר מ'שינאווא זצ"ל - י"ג אב תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך העלף און העלף »

אומקלאר בילד פון אלע ברידער, זוהן פון הגה"צ לאנצהוטער רב זצוק"ל.

האחים בני הרהק מלאנצהוט זצוקל.JPG
האחים בני הרהק מלאנצהוט זצוקל.JPG (161.7 KiB) געזען 3010 מאל

פון ר. צו ל.

הרה"צ ר' יושע מרדכי אלעזר זצ"ל, אבד"ק לאנצהוט
דער רבי זצ"ל
הרה"צ ר' יחזקאל שרגא זצ"ל
הרה"צ ר' שמואל חיים ראובן זצ"ל
ספרים און ידיעות
שר העשר
תגובות: 23
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג מארטש 10, 2023 1:31 am

Re: בד"ה כ"ק מרן אדמו"ר מ'שינאווא זצ"ל - י"ג אב תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ספרים און ידיעות »

קדוש ונורא האט געשריבן: פרייטאג אוגוסט 18, 2023 9:46 am
IMG_20230818_094159_245.jpg
וואו קען מען באקומען דעם קונטרס?
אוועטאר
הבעש''ט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4221
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 17, 2018 6:17 pm
לאקאציע:אינעם חסידישן ווינקל פין היכל הבעש"ט

Re: בד"ה כ"ק מרן אדמו"ר מ'שינאווא זצ"ל - י"ג אב תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הבעש''ט »

שבת בשבתו - אנטווערפען
Capture.PNG
Capture.PNG (20.64 KiB) געזען 2835 מאל
ספרים און ידיעות
שר העשר
תגובות: 23
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג מארטש 10, 2023 1:31 am

Re: בד"ה כ"ק מרן אדמו"ר מ'שינאווא זצ"ל - י"ג אב תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ספרים און ידיעות »

ספרים און ידיעות האט געשריבן: פרייטאג אוגוסט 18, 2023 5:06 pm
קדוש ונורא האט געשריבן: פרייטאג אוגוסט 18, 2023 9:46 am
IMG_20230818_094159_245.jpg
וואו קען מען באקומען דעם קונטרס?
קען עס איינער דא ארויפלייגן, איך וויל דאס געבן פאר א חשובער יוד נאך פאר שבת. ייש"כ.
קדוש ונורא
שר האלף
תגובות: 1449
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אקטאבער 16, 2017 4:58 pm

Re: בד"ה כ"ק מרן אדמו"ר מ'שינאווא זצ"ל - י"ג אב תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קדוש ונורא »

ספרים און ידיעות האט געשריבן: פרייטאג אוגוסט 18, 2023 6:49 pm

https://acrobat.adobe.com/id/urn:aaid:s ... 70c30ed1cc
אוועטאר
yoy
שר חמש מאות
תגובות: 999
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 27, 2017 12:47 pm

Re: בד"ה כ"ק אדמו"ר מ'שינאווא מאנסי זצ"ל - י"ג אב תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך yoy »

פרישער בחור האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 17, 2023 5:14 pm
שיינע שמועס מיט האדמו"ר מפאפא ביי ניחום אבלים על פטירת בתו הרבנית מסאדילקוב ע"ה
https://yiddishevinkel.com/archives/wee ... a4%d7%90-6
מעלון בקודש פנימה ה' שופטים-כי תצא תשפ"ג שיחת קודש בעת ניחום אבלים אצל להבחל"ח כ"ק האדמו"ר משינאווא זצ"ל- ששל"ח יום ב' עקב י"ג מנחם אב תשפ"ג לפ"ק - בעת שישב שבעה על פטירת בתו הרבנית מסאדילקוב ע"ה יום א' אחרי-קדושים תשפ"א לפ"ק
האדמו"ר משינאווא:איך דערמאן מיר פון אייער הייליגן טאטן זכרונו לברכה כ"ק מרן זצוק"ל; ס'איז געווען אין אנטווערפן נאך די מלחמה, ס'איז געווען א וויסטעניש, ס'איז געווען אזא קרירות, איז דער טאטע דעמאלטס געקומען צו פארן קיין אנטווערפן, ער האט שוין געהאט די ישיבה מיט זיך פון פריער.
דער טאטע איז אנפאנג געווען אין בעלזער שטיבל, און איך האב דארט געלערנט, אזוי איז אויסגעקומען אז כ'האב שטענדיג געהערט די שיעורים פון טאטן, איך בין דאך דארט געווען, בין איך געווארן ממילא אזוי א פאפא תלמיד.
איךגעדענק וויאזוי דער טאטע פלעגט זאגן אינדערפרי די ברכות השחר, ברוך אתה ה' וכו' אשר נתן לשכוי בינה און אזוי ווייטער; עד היום קען איך דאס נישט פארגעסן! ער האט דאס געזאגט מיט אזא יראת שמים! דאס איז נישט געווען סתם, איך האב געהערט עפעס א ברכה!
מרן שליט"א:ס'איז געווען נאכ'ן קריג, און רוב ישיבה איז געווען דעמאלטס יתומים, האט דער טאטע ז"ל געזאגט אז ער זאגט פאר זיי זאכן וואס געווענליך זאגט מען עס נישט אין ישיבה, אזעלכע סארט זאכן וואס די עלטערן דארפן זאגן פאר די קינדער, עניני חינוך וכדומה, און פאר זיי דארף ער דאס יעצט זאגן אנשטאטס די עלטערן ל"ע. דער טאטע ז"ל האט געלערנט מיט זיי זאכן וואס מ'דארף מדריך זיין קינדער. דער טאטע ז"ל האט אריינגעלייגט שטארקע כוחות דארטן, ער האט געמאכט אן איבערקערעניש דארט אין שטאט.
האדמו"ר משינאווא:ער האט געהאט א חן; און די בחורים זענען נישט געווען בלויז תלמידים, זיי זענען געווען חסידים, ס'איז געווען כל היוצא מפיו יעשה.
מרן שליט"א:אסאך צדיקים זענען דאך דורכגעפארן דארט אין אנטווערפן. כ"ק האדמו"ר מסקווירא זצ"ל איז אויך דורכגעפארן אנטווערפן, ער איז געקומען פון פראג אויפ'ן וועג קיין אמעריקא, און ער האט זיך אויפגעהאלטן פאר קרוב צו צוויי חדשים אין אנטווערפן. ח
דערטאטע ז"ל האט דאן אפגעווארט דעם סקווערער רבי'ן ז"ל ביים באן. אנקומענדיג האט דער סקווערער רבי ז"ל געזאגט פאר'ן טאטן ז"ל אויף זיין זון כ"ק האדמו"ר מסקווירא שליט"א: "פאפא רב; זאגטס פאר דעם יונגל וואס בעלזא איז געווען!"
דערטאטע ז"ל האט געקענט דעם סקווערער רבי'ן פון ווען ער איז געווען א שבת אין סאטמאר. דער טאטע ז"ל האט גערודערט דארט אין אנטווערפן... מ'האט געהאט צו טון דארט מיט די 'דזשוינט', ס'איז נישט לייכט געווען דארט, זיי זענען געווען מאדערנע מענטשן, און זיי האבן געוואלט איינטיילן פאר די בחורים וויאזוי מ'זאל זיך פירן, אבער דער טאטע ז"ל האט זיך נישט געלאזט. איינער פון די זאכן וואס זיי האבן פארלאנגט איז געווען, אז די בחורים זאלן זיך אנטון שפאלט-היטלעך, אבער דער טאטע ז"ל האט נישט געלאזט! ס'איז נישט געווען וואס צו רעדן.
די'דזשוינט' האט דעמאלטס אנגעטראגן פאר'ן טאטן ז"ל: "עטץ האטס דאך נישט קיין געלט, לאמיר אונז געבן ספרי תורות פאר די ישיבה, אונז קענען ענק געבן ספרי תורות".
האטדער טאטע ז"ל זיי געפרעגט: "פון וואו נעמט עטץ ספרי תורות? פון וואו האט עטץ איבריגע ספרי תורות?" האבן זיי געזאגט אז זיי האבן ספרי תורות פון אמעריקא... האט דער טאטע ז"ל זיי געפרעגט: "אין אמעריקא איז דען דא איבריגע ספרי תורות?" האבן זיי געזאגט אז דער סדר דארט איז, אז מ'לאזט איבער א שול ווייל מ'ציט זיך אוועק, ממילא מאכט זיך אסאך ספרי תורות... שפעטער אין אמעריקא האט דער טאטע ז"ל אמאל געזאגט: "ברוך ה' אז כ'האב נישט גענומען!"
ס'איזגעווען אין די ערשטע יאר ווען דער טאטע ז"ל איז געקומען דאהי קיין אמעריקא – און דער טאטע ז"ל האט דאך געקענט סופרות פונדערהיים – האט ער אמאל געזאגט פאר'ן משמש: "איך הער אז ס'איז דא א גאס אין די איסט-סייד וואו מ'פארקויפט סת"ם תשמישי קדושה, ספרי תורות מיט תפילין, איך וויל גיין אהין קוקן וואס דארטן טוט זיך"...
ס'איזגעווען א חידוש, אבער אז דער רבי וויל גיין גייט מען. איין שיינעם טאג האט מען גענומען א טעקסי און מ'איז געגאנגען. אנקומענדיג איז מען אריינגעגאנגען אין א געשעפט פון סת"ם, און יענער סופר איז געווען קוים אנגעטון אזויווי ס'פאסט זיך... און דער טאטע ז"ל האט יענעם געפרעגט: "וואס טוט איר?" האט יענער געזאגט: "איך 'פיקס' ספרי תורות"... דער טאטע ז"ל האט נאכנישט געקענט די שפראך, האט ער געפרעגט פון זיינע מענטשן וואס הייסט 'פיקסן'... ער האט נישט פארשטאנען וואס יענער רעדט. אזוי איז מען אויך געווען ביי א צווייטער, איינער וואס האט שוין יא אויסגעקוקט אביסל בעסער, און דער טאטע ז"ל האט געזען וויאזוי ער שרייבט, האט אים דער טאטע ז"ל געפרעגט: וואס הייסט? מ'דארף דאך שירטוט?!" האט יענער געזאגט אבי א תירוץ אז מ'געבט זיך אן עצה...
אזויאיז דער טאטע ז"ל געווען אין דריי געשעפטן. ארויסקומענדיג האט דער טאטע ז"ל זיך אנגערופן: "ברוך ה' כשר'ע ספרי תורות, וואס מ'קען טאנצן דערמיט שמחת תורה!"... אזוי האט ער געגעבן א זאג. דעמאלטס האט ער געזאגט די מימרא אז אין אנטווערפן האט מען אים געוואלט געבן ספרי תורות פון אמעריקא און ער האט נישט גענומען, און ער האט געזאגט: "ברוך ה' אז כ'האב נישט גענומען!"
האדמו"ר משינאווא:איך האב אמאל געזאגט אז ס'שטייט (דברים ט, יז) ואתפש בשני הלוחות ואשלכם מעל שתי ידי ואשברם לעיניכם. דארף מען פארשטיין וואס איז דער 'ואתפש', אז מ'גייט ווארפן די לוחות כאפט מען עס אן? נאר וואסעזשע דען, דעמאלטס ווען מ'האט געמאכט יענעם חטא האבן זיי געזאגט: "יא! מ'וועט נעמען די לוחות און מ'וועט טאנצן צוזאמען", האבן זיי געוואלט ארויסכאפן די לוחות פון משה רבינו'ס האנט אז ער זאל עס נישט אוועקווארפן, זיי האבן געזאגט: "אונז ווילן די לוחות", דערפאר זאגט משה רבינו 'ואתפש', כ'האב געמוזט האלטן שטארק די לוחות אז זיי זאלן עס נישט האבן.
*
האדמו"ר משינאווא:דער טאטע איז געווען שטארק בעלזא.
מרן שליט"א:יא יא, אבער ער האט מחשיב געווען יעדעם איינעם.
האדמו"ר משינאווא:און דער זיידע כ"ק מרן הויגד יעקב זי"ע, צו וועמען איז ער געפארן?
מרן שליט"א: אויך קיין בעלזא. אויך איז ער איינמאל געפארן קיין שינאווא אלס בחור;ט דער ערוגת הבשם איז געווען בעיקר ביי די צוויי רבי'ס; בעלזא און שינאווא.
האדמו"ר משינאווא:דער ערוגת הבשם איז נאך געווען ביי מיטעלער בעלזער רב כ"ק מרן מהר"י זי"ע?
מרן שליט"א:אודאי אודאי! ער האט זיך געהאלטן פאר א תלמיד.
האדמו"ר משינאווא:ס'איז געווען עפעס א שייכות מיט ראזאדוב?
מרן שליט"א:נישט פון וואס מיר ווייסן. דער ערוגת הבשם האט דאך מספיד געווען דעם שינאווער רב, ס'איז דא די הספד געדרוקט, אויך די הספד אויפ'ן מיטעלער בעלזער רב איז געדרוקט (שניהם נדפסו בספה"ק ערוגת הבשם פ' תצוה).
ו' טבת(שנת תרנ"ט) איז געווען די פטירה פון שינאווער רב, און א וואך שפעטער י"ב טבת איז דער ערוגת הבשם'ס מאמע די באבע אסתר ע"ה נפטר געווארן. דער ערוגת הבשם איז דאך געווען א געוואלדיגע מאמין, אמונת צדיקים איז געווען ביי אים זייער שטארק, האט ער געזאגט ביי די הספד: "ביי מיר איז נישט צרות אחרונות משכחות את הראשונות, וויבאלד איינס איז תלוי אין צווייטן, ווייל ווילאנג דער רבי האט מתפלל געווען אויף די מאמע, האט זיך די מאמע דערהאלטן ביים לעבן, ממילא האט איינס גורם געווען דעם
צווייטן". אמונת צדיקים איז געווען שטארק! ער האט געהאט שטארקע אמונת צדיקים!
וקם כ"ק מרן מפאפא שליט"אלנחם: י
המקוםינחם אתכם בתוך שאר אבילי ציון וירושלים, דער באשעפער זאל אייך טרייסן, איר זאלט באהיטן ווערן פון צער.

ח. האדמו"ר הרה"ק מסקווירא זצ"ל הגיע לאנטווערפן ביום ב' בא ר"ח שבט שנת תש"ח והתעכב שם למשך ששה שבועות. כ"ק מרן זצוק"ל הראה לפניו אותות הערצה באופן מפליא, ואף גם הזמינו לערוך שבת מרוממה בבית מדרשו בעיר, ומרן ז"ל מסר אותו כל המקום, שינהוג במשך השבת ככל מנהגיו ודרכיו. (קובץ 'גנזי אור' ד', מדור לפליטה גדולה עמוד קטז).
ט. ראה מה שכתב כ"ק מרן זצוק"ל בהקדמה לספה"ק ויגד יעקב מועדים, מזכרונות מרן הויגד יעקב זי"ע מחודש תשרי בשנתו האחרונה של הרה"ק משינאווא זי"ע עלי אדמות.
י. יש לציין שכ"ק מרן מפאפא שליט"א כבר למד משניות מקוואות כמנהגו בקודש, בבית האבלים בבית חתנו משינאווא הגה"צ אב"ד סאדילקוב שליט"א, שישב בבית נפרד מחמת ריבוי המשפחה.
לעצט פארראכטן דורך yoy אום מוצ"ש אוגוסט 19, 2023 10:33 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
איש ציון
שר האלפיים
תגובות: 2932
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 26, 2019 10:14 pm
לאקאציע:רפיח, ארץ ישראל

Re: בד"ה כ"ק מרן אדמו"ר מ'שינאווא זצ"ל - י"ג אב תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש ציון »

כהאב ב"ה זוכה געווען כמה פעמים צו הערן פון אים סיפורי קודש, אוי איז דאס געווען הייליג און פארצייטיש.
אויב ברויכט איר א ויזה אין ארץ ישראל דאן פארבינד אייך אין אישי.
אזוי אויך העלפן מיר מסדר ביטוח לאומי, מיר נעמען אראפ שווארצע זיגלעך פון מדינת ישראל וכדומה.
ספרים און ידיעות
שר העשר
תגובות: 23
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג מארטש 10, 2023 1:31 am

Re: בד"ה כ"ק מרן אדמו"ר מ'שינאווא זצ"ל - י"ג אב תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ספרים און ידיעות »

קדוש ונורא האט געשריבן: פרייטאג אוגוסט 18, 2023 7:15 pm
ספרים און ידיעות האט געשריבן: פרייטאג אוגוסט 18, 2023 6:49 pm
ספרים און ידיעות האט געשריבן: פרייטאג אוגוסט 18, 2023 5:06 pm
קדוש ונורא האט געשריבן: פרייטאג אוגוסט 18, 2023 9:46 am
IMG_20230818_094159_245.jpg
וואו קען מען באקומען דעם קונטרס?
קען עס איינער דא ארויפלייגן, איך וויל דאס געבן פאר א חשובער יוד נאך פאר שבת. ייש"כ.
https://acrobat.adobe.com/id/urn:aaid:s ... 70c30ed1cc
יישר כח, אויך פארן ענטפער אין אישי.
קענט איר ארויפלייגן דא אויך דעם ריקארדינג?
ספרים און ידיעות
שר העשר
תגובות: 23
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג מארטש 10, 2023 1:31 am

Re: בד"ה כ"ק אדמו"ר מ'שינאווא מאנסי זצ"ל - י"ג אב תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ספרים און ידיעות »

אום אני חומה האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 01, 2023 6:42 pm
קדוש ונורא האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 01, 2023 1:07 pm
די רבי זצ"ל איז אוועק ל"ע די זעלבע טאג פון הילולת הרה"ק מפאפא זצוק"ל
ווייסט איינער צו די רבי האט געהאט א שייכות מיט אים?
איך ווייס נישט אויב דירעקט אבער זיי זענען געווען מחותנים
רבי משה סופר שליט”א אבד”ק פאפא ירושלים ונכד הויגד יעקב איז א שוואגער מיט דעם נפטר זייענדיג אן איידעם ביים וואידיסלאווער רב
ער האט געלערנט ביי אים אין אנטווערפן. נאכן קריג. וועלכע יאר ווייס איך נישט.
ספרים און ידיעות
שר העשר
תגובות: 23
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג מארטש 10, 2023 1:31 am

Re: בד"ה כ"ק מרן אדמו"ר מ'שינאווא זצ"ל - י"ג אב תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ספרים און ידיעות »

קומיוניטי קאנעקשענס מאנסי
Community connections - monsey.PNG
Community connections - monsey.PNG (328.49 KiB) געזען 2273 מאל
ס'איז ווייטאגליך צו טראכטן, שווער צו גלייבן,
אז מ'דארף שוין נאכן שינעווער רב, זכותו יגן עלינו שרייבן.
כאטש ער האט זיך געדרייט צווישן די בית המדרש ווענט,
און מיר האבן געמיינט אז מיר האבן אים געקענט,
איז זיין עבודת הקודש געווען טיף באהאלטן,
מיט זיין כח התפלה האט ער געטוהן הימלען שפאלטן.
מתפלל געווען מיט א קול וואס איז איינגענעם און זיס,
און שעות געשטאנען ימים נוראים אויף זיינע שוואכע פיס,
און געזינגען אזוי ווארעם "הבן יקר לי אפרים",
רבוש"ע זיי שוין דיין הבטחה צו אידישע קינדער מקיים.
און מיט זיין אויסערגעווענליכע עניוות,
געטוהן מצוות מיט א ברען און חביבות,
מיטן חן פון דער אלטער היים פון אמאל,
וואס ער האט נאך זוכה געווען צו זען אמת'ע גדולי ישראל.
געשטאמט האט ער פון קדושים וטהורים גרויסע לייט,
און מיט זיין יחוס עצמו, ווייטער געצויגן די גאלדענע קייט,
געקענט האט ער עטליכע פונעם הייליגע דברי חיים'ס קינדער,
און געהאלטן א נאנטע קשר מיט ר' ישעי'לע טשעחויבער ז"ל באזונדער,
צום הייליגן קאלאשיצער רב, געווען געקניפט און געבינדן,
און לשם ולזכרו געטוען מוסדות התורה גרינדן.
מיט נעימות, פארציילט סיפורי צדיקים וואס ער האט געדענקט,
מיט זיין אויסטערלישן זכרון, וואס מ'האט אים פון הימל געשענקט.
"ואברהם" זקן בא בימים,
דער שינעווער רב האט געהאט א ליכטיגער הדרת פנים,
וואס האט ערוועקט יראת הכבוד, ווען מ'האט אים געזען,
מיט זיין שמחת החיים יעדעם מקבל פנים געווען.
בשעת די מלחמה ווען ער איז געווען אין סיביר,
האט ער מיט מסירות נפש נישט נאכגעלאזט, נאר געלערנט אן א שיעור,
און שפעטער ווען ס'איז אריבער א שווערע זמן,
"וידום אהרן" ― געשוויגן, ווייל אלעס האט א פלאן,
אן קיין תרעומות אויף די ג-טליכע השגחה,
נאר מיט אמונה און בטחון, געשטארקט די משפחה,
און מיטן כח פון תמימות ― תמים תהי' עם השם,
אלעס אנגענומען באהבה ― נישט דא קיין פראבלעם!
עיר התורה והחסד מאנסי, ווייסט איר וועמענס זכות?
האט אויף אונזער שטעטעלע אלע יארן געשיצט,
א באשיידענע, פארצייטישע צדיק, האט ממתיק געווען דינים,
מיט זיינע הארציגע ווארעמע תפילות ותחנונים,
טאג טעגליך פארגעלערנט חובת הלבבות קלאר און שיין,
דברים היוצים מן הלב, איז טיף אין הארץ אריין,
שינעווער רב זכרונו לברכה,
האט מיט געטריישאפט געפירט זיין קהילה ווי איין גרויסע משפחה,
אשרינו וואס מיר האבן אים צווישן אונז געהאט,
זיין געוואלדיגע השפעה, בלייבט אויף אייביג, לעולמי עד!
יהי זכרו ברוך!
קדוש ונורא
שר האלף
תגובות: 1449
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אקטאבער 16, 2017 4:58 pm

Re: בד"ה כ"ק מרן אדמו"ר מ'שינאווא זצ"ל - י"ג אב תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קדוש ונורא »

Screenshot_20230825-160312.png
Screenshot_20230825-160312.png (135.13 KiB) געזען 1927 מאל
אוועטאר
yoy
שר חמש מאות
תגובות: 999
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 27, 2017 12:47 pm

Re: בד"ה כ"ק מרן אדמו"ר מ'שינאווא זצ"ל - י"ג אב תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך yoy »

דער איד איז זייער שיין באשריבן
$2200 הם שכר שידוך לגיל 18 ולכל עוד ששה חדשים, ראוי להוסיף $500, כדי לשלם עבור השעות החדשות, שהשדכנים משקיעים כסדר בשוק
ישעי' משה
שר חמישים
תגובות: 66
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אפריל 28, 2023 4:56 pm
לאקאציע:גלות אמעריקא

Re: בד"ה כ"ק מרן אדמו"ר מ'שינאווא זצ"ל - י"ג אב תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישעי' משה »

קדוש ונורא האט געשריבן: פרייטאג אוגוסט 25, 2023 4:05 pm
Screenshot_20230825-160312.png
דער רבי שליט"א בלייבט אויף די ימים נוראים?
"ביטע, ווען איר זעט אן ארטיקעל וואס שמעקט אייך, באדאנקט זיך דערויף ברבים, דאס איז די גאזאלין פון די קרעטשמע..." (תקנות המקום)
קדוש ונורא
שר האלף
תגובות: 1449
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אקטאבער 16, 2017 4:58 pm

Re: בד"ה כ"ק מרן אדמו"ר מ'שינאווא זצ"ל - י"ג אב תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קדוש ונורא »

ישעי' משה האט געשריבן: מוצ"ש אוגוסט 26, 2023 11:33 pm
קדוש ונורא האט געשריבן: פרייטאג אוגוסט 25, 2023 4:05 pm
Screenshot_20230825-160312.png
דער רבי שליט"א בלייבט אויף די ימים נוראים?
געהערט ער פארט צוריק דעם דאנערשטאג אויף אנטווערפען
אין קומט צוריק אויף די ימים נוראים הבעל"ט
צבישלום
שר חמש מאות
תגובות: 572
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יאנואר 07, 2016 3:02 pm

Re: בד"ה כ"ק מרן אדמו"ר מ'שינאווא זצ"ל - י"ג אב תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צבישלום »

yoy האט געשריבן: מוצ"ש אוגוסט 26, 2023 10:22 pm
דער איד איז זייער שיין באשריבן
Can someone bring ?
אוועטאר
yoy
שר חמש מאות
תגובות: 999
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 27, 2017 12:47 pm

Re: בד"ה כ"ק מרן אדמו"ר מ'שינאווא זצ"ל - י"ג אב תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך yoy »

מעלדינג פון הרב ר' חיים יהושע פשעמישז"ל איבערן גרינדונג פונעם קאלאשיץ'ער ישיבה און דער איד
https://www.ivelt.com/forum/viewtopic. ... 8#p4547848
אטעטשמענטס
fshamesh.gif
fshamesh.gif (274.46 KiB) געזען 1164 מאל
לעצט פארראכטן דורך yoy אום זונטאג סעפטעמבער 03, 2023 4:55 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
$2200 הם שכר שידוך לגיל 18 ולכל עוד ששה חדשים, ראוי להוסיף $500, כדי לשלם עבור השעות החדשות, שהשדכנים משקיעים כסדר בשוק
קדוש ונורא
שר האלף
תגובות: 1449
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אקטאבער 16, 2017 4:58 pm

Re: בד"ה כ"ק מרן אדמו"ר מ'שינאווא זצ"ל - י"ג אב תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קדוש ונורא »

היינט נאכט געפאלט די שלושים פון רבין זצוק"ל
ברוך פריעדמאן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3403
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 29, 2020 12:09 pm

Re: בד"ה כ"ק מרן אדמו"ר מ'שינאווא זצ"ל - י"ג אב תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברוך פריעדמאן »

C1682F15-9865-4154-BA9E-182F9DE859C0.jpeg
C1682F15-9865-4154-BA9E-182F9DE859C0.jpeg (99.85 KiB) געזען 620 מאל
אוועטאר
yoy
שר חמש מאות
תגובות: 999
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 27, 2017 12:47 pm

Re: בד"ה כ"ק מרן אדמו"ר מ'שינאווא זצ"ל - י"ג אב תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך yoy »

הגה״צ רבי אהרן הכהן קאהן זצ״ל - אבד"ק דברי אמונה ור"מ במתיבתא תו"י קר"י
ביים פארקויפן די חמץ ביי כ"ק מרן רבינו זצ"ל
אטעטשמענטס
wagschal_large.jpg
wagschal_large.jpg (81.44 KiB) געזען 213 מאל
$2200 הם שכר שידוך לגיל 18 ולכל עוד ששה חדשים, ראוי להוסיף $500, כדי לשלם עבור השעות החדשות, שהשדכנים משקיעים כסדר בשוק
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”