לטכס עצה - וויליאמסבורגע דירות קריזיס

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

ששון ושמחה
שר העשר
תגובות: 12
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 09, 2009 9:53 am

לטכס עצה - וויליאמסבורגע דירות קריזיס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ששון ושמחה »

בעזהשי"ת

היות איך וויל דער עולם זאל זיך קאנצעטרירן אויף די אינהאלט פון מיינע שורות און נישט אויף מיר צו מיין אגענדע, וועל איך אנהייבן מיטן קלארשטעלן; יא, איך האב אן אגענדע! איך וויל בלייבן וואוינען אין וויליאמסבורג, אויך וויל איך מיינע קינדער זאלן האבן א מעגליכקייט צו וואוינען אין וויליאמסבורג. אצינד טייערע חברים, יעצט קענט איר ליינען רואיג וויסענדיג אז דא ליגט נישט קיין באהאלטענע אגענדעס באגראבן, מיין אגענדע איז אפן!

און יעצט צום ענין: די ווארט "וויליאמסבורג" מיט די ווערטער "מאנגל אין דירות" גייען שוין אינאיינעם פאר לאנגע יארן, פון ווען אן איך געדענק מיך צו הערן און ליינען וואס ס'טוצעך אינדרויסן פון מיינע ד' אמות, געדענק איך רעדן פון די דירות קריזיס. ס'ליגט מיר נאך אין די ביינער ווען העסקן ר' ארי לייב גלאנץ האט געשריגן אויף לי עוו פארן מעיאר, "מיסטער מעיאר, מיר דארפן 3 זאכן: האוזינג, האוזינג און האוזינג!" איך געדענק נאך ווען א צווייטער האט צוגעזאגט דירות העכער די BQE, און נאך אנדערע פעלער. די פראבלעם איז ווארשיינליך די עלטסטע אידישע פראבלעם אין וויליאמסבורג.

ב"ה די לעצטע פאר יאר איז געווארן א שטיקל שינוי, וויליאמסבורג האט זיך אויסגעשפרייט אויף עטליכע זייטן, עס איז צוגעקומען די לעצטע פאר יאר הונדערטער דירות פער יאר, ביי פפייזער, בעדפארד פלאשינג, בעדפארד פארק, ראוז קעסטל, קעפסטאון, קעסקעיד, ועוד. דער עולם ציהט זיך ארויס לארכה ולרחבה, פון סאוט 4 ביז דע-קאלב איז שוין שטארק באוואוינט, און ס'גייט שוין ווייטער. די באקאנטע פון "גערי ביז בערי" רעפרעזענטירט שוין נישט איר אמאליגע "פון עק צו עק" באדייט.

זענען די דירות ביליג? ניין! ליידער קומט די ווארט ביליג מיט די ווארט דירות זיך נישט צוזאם אין קיין שום עסטעבלישד אידישע געגענט, אין קר"י, מאנסי, לעיקוואד איז אויך נישט דא קיין ביליגע דירות, קיינער ערווארט נישט אז איינער זאל קויפן א לאט און בויען דירות פאר ביליג.

וואס ערווארט מען יא? און צו דעם וויל איך צוקומען, אונז היימישע אידן תושבי וויליאמסבורג ערווארטן אז ווען א מענטש קויפט א לאט אין היימישע געגענטער זאל ער לכה"פ לאזן אידן קויפן א דירה אדער פארדינגן פאר אידן, נישט אז אויף ספענסער ביי פלאשינג זאל קומען א איד און בויען דירות פאר גוים. כ'רעד שוין נישט פון די חלק אז רוב אידן וואס קויפן די לאטס האבן פארדינט פון אונזער סוסייעטי אויף איין וועג אדער די אנדערע, דעריבער איז פשוט יושר אז מ'זאל צוריקגיבן פאר די קאמיוניטי. איך רעד פשוט מענטשליכקייט! ס'וואוינען אויף די ארומיגע גאסן טויזענטער אידן, אידן מוטשען זיך צו טרעפן דירות, זיי מיר נישט קיין שיינער איד וואס טיילט צדקה אויפן חשבון פון מיך נישט לאזן קויפן א דירה.

וואס האט יעצט פאסירט? איך גיי שוין צוקומען צו וואס ס'האט פאסירט, איך וויל אבער קלארשטעלן, מיין תגובה איז נישט דא צו פאררעכטן א פראבלעם וואס איז שוין געשעהן, הלוואי ווען מ'קען ווען, איך בין בעיקר געקומען אויסשמועסן צו זעהן א מהלך וויזוי מ'קען פארמיידן געוויסע זאכן זאלן נישט פאסירן אינעם צוקונפט. אלזא וואס האט פאסירט?

איך האב געהערט אז ס'איז דא עטליכע דירות פראיעקטן וואס ס'זענען נאנט צו אונזער היימישע געגענט, ס'איז אויפן וועג וואו מ'האלט זיך אצינד אינמיטן ארויסציען און פארשפרייטן, אידן - היימישע ילידי וויליאמסבורג און נישט ילידי וויליאמסבורגע שותפים - האבן דאס אהערגעשטעלט, אבער ליידער גייען דארט נישט וואוינען קיין אידן!

איך בין נישט באקאנט מיט אלע פרטים, די זאכן האב איך גע'נאשט מאחורי "ה'ווענט האבן אויערן", עטליכע זאכן ווייס איך יא, עסקנים האבן פראבירט צו דיעלן מיט דעם דעוועלאפער, מ'האט אים געגעבן א "כסף מלא" אפער! מ'האט אים געוויזן פארשידענע אפציעס אז ער קען מאכן מער געלט מיטן בויען פאר אידן, אבער ער האט נישט געוואלט. און נישט צוליב געלט, נאר ווייל ער האט דוקא זיך נישט געוואלט צושטעלן.

אויף א צווייטע פראיעקט וואס איז אריגינעל געווען געבויעט פאר אידן, האב איך זיך דערוואוסט אז ס'גייט גיין פאר נישט אידן. דאס אז א דעוועלאפער זאל זיין געלט גייציג, איז איין זאך, אבער וועלן גיבן פאר גוים בלויז ווייל אזוי וויל איך, דאס איז שוין נעקסט לעוול! פונקט האבן מיר געלערענט אין עירובין אז געוויסע זאכן איז עירובי חצרות שווערער ווען מ'וואוינט מיט א גוי אין א חצר, ווייל חז"ל האבן געוואלט מ'זאל נישט וואוינען מיט קיין גוים, קומען אידן אין בויען פאר גוים אינמיטן אידישע געגענטער.

די עיקר פראבלעם - וואס צו דעם וויל איך צוקומען - איז; ס'איז דא אין וויליאמסבורג עטליכע לאטס וואס גייען געבויעט ווערן דירות דערויף די קומענדיגע יארן, צו ס'איז וולאווערט ביי פלאשינג - פארק געגענט, צו נארסטרענד דעקאלב ועוד ועוד ועוד. מ'רעדט דא פון פראפערטי'ס וואס באלאנגן פאר אידן, און דארט גייען אי"ה זיין הונדערטער דירות. וויאזוי קען מען מאכן זיכער אז די זעלבע רשעות'דיגע דעוועלאפער זאלן נישט אנקומען צו לייגן א האנט אויף די פראפערטיס און אריינברענגן נאך גיום צווישן אונז אידן? ווי ס'קוקט אויס רעדט מען דא פון א להכעיס'ניק! מ'האט געאפערט אסאך געלט ער זאל איבערגיבן די פראיעקט עז איז און אוועקוואקן מיט צענדליגער מיליאונע דאלארן פראפיט, אויך האט מען אים פארגעשלאגן פארשידענע פלענער אז ער זאל עס אליין בויען און מאכן מער געלט ביים פארקויפן פאר אידן ווי איידער פאר גוים. אבער ער האט דוקא געוואלט פאר גוים. וואס האלט אזא מענטשן צוריק פון פשוט גיין אפערן גרויס געלט פאר אנדערע ליידיגע שטחים אין אונזער געגענט און אריינברענגן נאך הונדערטער גוים צווישן אונז?

איז שייך עפעס צו טוהן? אויב יא וואס?
יוסי מ'ברוקלין
שר מאה
תגובות: 164
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 25, 2019 2:02 pm

Re: לטכס עצה - וויליאמסבורגע דירות קריזיס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסי מ'ברוקלין »

מזל טוב צום ערשטע תגובה!
האסט דיך איינגיהאלטן זייט 2009?
ששון ושמחה
שר העשר
תגובות: 12
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 09, 2009 9:53 am

Re: לטכס עצה - וויליאמסבורגע דירות קריזיס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ששון ושמחה »

הרב יוסי שליט"א, ס'איז א דבר פשוט מאוד אז איך האב מיך נישט איינגעהאלטן אזוי לאנג, עצירות אזויפיהל יאר איז דאך נישט שייך. איך האב ארויסגענומען איינע פון מיינע ספעיר ניקס פשוט ווייל איך ווייס נישט וואו ווייט מיין אשכול קען אנקומען, איך וויל נישט אז מ'זאל וויסן ווער דער שרייבער איז.

האסט עפעס אן עצה איבער די ברענעדיגע דירות פראבלעם?
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32625
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע:צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

Re: לטכס עצה - וויליאמסבורגע דירות קריזיס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

ס'איז דא א באקאנטע ווארט וואס כאב אמאל געהערט טאקע אויף די פאריגע וואכעדיגע סדרה...

פארוואס ווען איינער רעדט ווי א שוטה זאגט מען אזא ער רעדט ווי אן אייזל? א ציגעלע, א אקס, א קוה... גארניש איז נישט גוט! דוקא אן אייזל?

נאר וואס דען? ווען מ'איז איינעם מכבד מיט א דרשה פאר א שבע ברכות, געווענליך וועטער זיך צוגרייטן עטליכע מינוט אדער שעה געוואנדן ווי עקספיריענסד ער איז, איא?

אויב איז מען איינעם מכבד צו זאגן א דרשה אין א גרויסע ביהמ"ד, וועטער נעמען א טאג צוויי אףף פון די ארבייט, ער גייטעך זאגן א מעידזשער דרשה, נישט אזוי?

אויב רעדט מען פון די צענטראלע דרשה כ"א כסלו אין די ארמארי, רעדט מען פון וואכן צוגרייטונגען שטומט?

אויב קומט א כינוס כלל ישראל, ס'גייט זיין עפעס א היסטארישע דרשה, איין מאל אין 50 יאר... דא דארף מען שוין געהעריגע פרעפערעישענס... די גאנצע וועלט גייט מיטהאלטן, דאס אידעך היסטאריש!!!

ס'שטייט אז דער פי האתון איז באשאפן געווארן יאאארן פריער! נאך ווען דער אייבערשטער האט באשאפן די וועלט האטער צוגעגרייט דעם פי האתון... ער האטעם געזאגט מיסטער אייזל, גרייטעך שוין צו, ס'קומט א היסטארישע דרשה... איין מאל און דעטס איט! פון ששת ימי בראשית ביז... בלעם גייטעך נעמען אויף א רייד... די דרשה גייט באשריבן ווערן אין די הייליגע תורה... סעט בלייבן פאראייביגט! זעה סאל זיין עפעס א דרשה איינס אין די וועלט...

ויהי היום, דער טאג איז אנגעקומען, מיט ציטערדיגע הענט גרייצעך דער אייזל צום גרויסארטיגן היסטארישע דרשה... שלום סאנדל צינדט אן די מייק, טעסטינג טעסטינג... ס'ארבייט! יעדער איז גרייט? העמער האבן דעם כבוד... מ'העמער מכבד זיין דעם אלעמען באקאנטן רעדנער... און... ויפתח ה' את פי האתון... דער אייזל הייבט אן... יעדער איז שטיל.... שאאאא! הייב אן...

אנכי אתונך... איך בין אן אייזל...

סיריעס? אויף דעם גרייטסטעדעך די לעצטע צוויי טויזענט יאר?

דער רעדט ווי אן אייזל!

ערעב ששון ושמחה, סארי, כאב אן עלערדזשיק ריעקשן צו שר העשר'ס... ווען כאב געזעהן א אנשי שלומינו ניק, און יעצט באמערקט אז די רעדע איז נאך פון 2009... מיט א פרישע אשכול איז מיר ארויפגעקומען די מעשה אין קאפ... כ'מיין נישט דיך פערסענאל, כ'בין פשוט ראנג געווייערט...

צום ענין? גראדע זאגסטו גוט, איז שייך עפעס צו טוהן? אויסער אריינלייגן נעמען און אימעיל אדרעססן און אימעילן די חברה?
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
בא שבת בא מנוחה
שר האלף
תגובות: 1141
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 20, 2016 7:18 pm

Re: לטכס עצה - וויליאמסבורגע דירות קריזיס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בא שבת בא מנוחה »

וויכי ס׳גאנצע אשכול זיך געלוינט פאר די אייזל מעשה… סאיז גאר גוט… קיינמאל געהערט.
איך פארשטיי נישט ווי 2009 קומט אריין דא???
ער רעדט פין א יעצטיגע פאל פין איינער וואס דיוועלאפט לעבן וויליאמסבורג פאר גוים, אזוי פארשטיי איך פין זיין תגובה, מעיבי איים ראנג.
אפענע וועלט
שר חמש מאות
תגובות: 950
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 17, 2015 3:26 pm

Re: לטכס עצה - וויליאמסבורגע דירות קריזיס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אפענע וועלט »

ששון ושמחה האט געשריבן: מאנטאג יולי 03, 2023 2:57 am

האסט עפעס אן עצה איבער די ברענעדיגע דירות פראבלעם?
לאמיר האלטן קאפ. איז עס א דירות פראבלעם אדער א דעוועלאפער רשעות פראבלעם?
לויט די ערשטע תגובה איז בכלל נישט דא א דירות קריזיס אויף די מאמענט, עס איז א דעוועלאפער קריזיס וואס וויל נישט בויען פאר אידן.

בכלל דארף מען פארשטיין ווי אזוי ער קען ליגאל זאגן איך פארקויף נישט פאר אידן. אין אמעריקע קען מען דאס נישט טוען.

און אפילו ער וועט יא בויען פאר אידן זאגט איר דאך אליין אז עס וועט עס נישט זיין ביליג.

איר פרעגט צו עס איז דא אן עצה?
ניין נישטא קיין עצה.
אין עצה ואין תבונה נגד השם.

דער אויבערשטער וויל אידן זאלן זיך צושפרייטן אלל אווער מאכט ער אז עס זאל זיין טייער איבעראל אזוי וועט מען זיך צושפרייטן.
דער זעלבער באשעפער האט געברענגט אידן זיך באזעצן אין אמעריקע, טייל מיטן גוטן ווילן און טייל מיט שלשלאות של ברזל. דער זעלבער באשעפער צווינגט אידן צו גיין אין קאנטרי.
דער זעלבער מאכט אז טויזענטער שטחים וואס מען קען בויען אין אפסטעיט ווערט אפגעהאלטן צוליב אומפארשטענדליכע סיבות מסיבות שונות.
דער זעלבער צווינגט אידן ארויסצוגיין פון די סיטי.
די וועלט ענדיגט זיך נישט ביי אייוועלט, וואטסעפ און בחצרות. זעצט אייך לערנען וועט איר טרעפן א נייע וועלט.
קרייסלער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4531
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע:אויפן ראוד

Re: לטכס עצה - וויליאמסבורגע דירות קריזיס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרייסלער »

יארן צוריק האבן די רבני העיר געפירט א העפטיגע מערכה אקעגן די "ארטיסטן" דעוועלאפמענטס, די רבנים אינאיינעם מיט ערנסטע בעלי בתים האבן זיך אריינגעלייגט בעובי הקורה און באוויזן צו אפשטעלן א גרויס חלק פון דעם און ליידער די פאר אידן וואס האבן נישט געקענט עומד בנסיון זיין האבן די פראיעקטן אדער זיי פרעזענליך נישט גוט אויסגעלאזט כידוע.

ביי א דעמאסטראציע אקעגן די גרעטש בילדינג האט הגה"צ ר' אברהם לייטנער זצ"ל אויסגעשריגן, בעלי בתים ענק וועט מען שמייסן דערפאר, ענק האבן די יכולת און השפעה עס אפצושטעלן
מיר פרייען זיך נישט מיט די מפלות אדער נצחונות פון די ציונים

מיר ווארטן אויף ביאת משיח וואס וועט אונז אויסלייזן פון גלות פון די ציונים און אראבער ביינעזאם
שטייגען
שר האלף
תגובות: 1738
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אקטאבער 12, 2015 11:31 pm
לאקאציע:office

Re: לטכס עצה - וויליאמסבורגע דירות קריזיס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטייגען »

וואלווארט אין מוירטעל באלאנגט פאר גוישע דעוולאפערס, אידן פראבירן עס אפצוקויפן ער לאזט זיך נאך נישט.
דיקאלב ביי נאסטראנד גייט גיין פאר אידן אי״ה
אין סתם אזוי האב איך דיר געוואלט אנווינטעשן א מזל אוב לרגל די 18 יאר, מסתמא האט דיר דיין טאטע געפענט א ניק מיט א סעווינגס אקאונט ביי די אפשערן, וויסן זאלסטו אז לייוו אינשרונס נעמט מען ביי וויכי.
..
ברוקלינער יונגערמאן
שר האלף
תגובות: 1767
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 08, 2015 1:04 am

Re: לטכס עצה - וויליאמסבורגע דירות קריזיס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברוקלינער יונגערמאן »

אפענע וועלט האט געשריבן: מאנטאג יולי 03, 2023 7:11 am
בכלל דארף מען פארשטיין ווי אזוי ער קען ליגאל זאגן איך פארקויף נישט פאר אידן. אין אמעריקע קען מען דאס נישט טוען.
די זעלבע וועג וויאזוי א ערל קען נישט קויפן קיין דירה אין א אידישע דעוועלעפמענט...
די עכטע תירוץ, אז מ’בויעט גויאישע דירות מיט פיצי קיטשענס און איין סינק וועט עס א איד געווענליך נישט קויפן.
אביונה
שר האלפיים
תגובות: 2396
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 17, 2019 1:39 pm

Re: לטכס עצה - וויליאמסבורגע דירות קריזיס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אביונה »

שטייגען האט געשריבן: מאנטאג יולי 03, 2023 7:31 am
דיקאלב ביי נאסטראנד גייט גיין פאר אידן אי״ה
ביזט זיכער אז דיקאלב ביי נארסטראנד גייט גיין פאר אידן??
הלואי זאל עס גיין פאר אידן,
אבער עס איז א פראבלעם וועגן די סווימינג פול קעגן איבער אויף קאצעיאצקא, אויב בויעט מען עטוואס העכער, קענען קיין אידן נישט וואוינען דארט העכער ווי דריי פיר שטאק
די לאט איז א ריזיגע לאט, קען דארט זיין צענדליגער דירות, דערווייל פוסטעוועט עס [באלאנגט פאר הנגיד ר' י"ל]
והקריב מן התרים או מן בני היונה קרבנו
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32625
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע:צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

Re: לטכס עצה - וויליאמסבורגע דירות קריזיס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

בא שבת בא מנוחה האט געשריבן: מאנטאג יולי 03, 2023 3:13 am
וויכי ס׳גאנצע אשכול זיך געלוינט פאר די אייזל מעשה… סאיז גאר גוט… קיינמאל געהערט.
איך פארשטיי נישט ווי 2009 קומט אריין דא???
ער רעדט פין א יעצטיגע פאל פין איינער וואס דיוועלאפט לעבן וויליאמסבורג פאר גוים, אזוי פארשטיי איך פין זיין תגובה, מעיבי איים ראנג.
קוק ווען די ניק האצעך געעפנט...

כאב אביסל מורא אז איך בין אריינגעקומען צו שארף, און נאכן איבערליינען זעה איך אז דער איד זאגט עפעס...

זיין פוינט איז ווארשיינליך אז היות די מארקעט איז זייער וואקלדיג, עטליכע אידן וואס האבן לאטס אין אונזערע געגענטער קענען מעגליך זיין געדרוקט אין געלט, אדער אפילו ער איז נישט טייט, אויב באקומט ער אן אפפער פון גרויס געלט, האטער א נסיון פון פארקויפן פאר דעם דיוועלאופער... בקיצור ס'קען קומען אזא איד וואס בויט יעצט פאר גוים און אפערן געלט פאר דיוועלאופערס וואס האבן אין פלאן צו בויען פאר אידן... און עס אפקויפן! און בויען פאר גוים!

קענסט עפעס טוהן? ליידער גארניש! מתפלל!
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32625
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע:צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

Re: לטכס עצה - וויליאמסבורגע דירות קריזיס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

אפענע וועלט האט געשריבן: מאנטאג יולי 03, 2023 7:11 am
ששון ושמחה האט געשריבן: מאנטאג יולי 03, 2023 2:57 am

האסט עפעס אן עצה איבער די ברענעדיגע דירות פראבלעם?
לאמיר האלטן קאפ. איז עס א דירות פראבלעם אדער א דעוועלאפער רשעות פראבלעם?
לויט די ערשטע תגובה איז בכלל נישט דא א דירות קריזיס אויף די מאמענט, עס איז א דעוועלאפער קריזיס וואס וויל נישט בויען פאר אידן.

בכלל דארף מען פארשטיין ווי אזוי ער קען ליגאל זאגן איך פארקויף נישט פאר אידן. אין אמעריקע קען מען דאס נישט טוען.

און אפילו ער וועט יא בויען פאר אידן זאגט איר דאך אליין אז עס וועט עס נישט זיין ביליג.

איר פרעגט צו עס איז דא אן עצה?
ניין נישטא קיין עצה.
אין עצה ואין תבונה נגד השם.

דער אויבערשטער וויל אידן זאלן זיך צושפרייטן אלל אווער מאכט ער אז עס זאל זיין טייער איבעראל אזוי וועט מען זיך צושפרייטן.
דער זעלבער באשעפער האט געברענגט אידן זיך באזעצן אין אמעריקע, טייל מיטן גוטן ווילן און טייל מיט שלשלאות של ברזל. דער זעלבער באשעפער צווינגט אידן צו גיין אין קאנטרי.
דער זעלבער מאכט אז טויזענטער שטחים וואס מען קען בויען אין אפסטעיט ווערט אפגעהאלטן צוליב אומפארשטענדליכע סיבות מסיבות שונות.
דער זעלבער צווינגט אידן ארויסצוגיין פון די סיטי.
דאס אז דירות זענען שרעקליך טייער און אן-עפארדעבל, דאס איז א דירות קריזיס! דאס וואס גייט יעצט פאר אין וויליאמסבורג ביי א געוויסע דיוועלאופמענט, דאס איז פון וואס דער שמחה רעדט... הגם ער שרייבט אז ער זוכט נישט צו רעדן פון עבר, ביי יענע פראיעקט האט ר' שלמה הערש קארפן געאפערט א פרייז מער ווי די דיוועלאופערס האבן געבעטן אנפאנג, זיי האבן ארויפגערוקט די פרייז, און נאכדעם וואס מ'האט זיי אלעס נאכגעגעבן צו צאלן טרענספער טעקס וכו, האבן זיי געברענגט איין קאנדישן נאכן צווייטן, און לויט ווי ר' שלמה הערש האט געזאגט פאר איינעם וואלטן די אידן געקענט אוועקוואקן יעצט מיט 50 מיליאון דאללער פראפיט! און דאס איז אן דארפן צולייגן א דאללער! זיי האבן סתם ליצנות געמאכט פון אים...

אגב איז דא נאך א איד וואס האט זיי געאפערט א צווייטע דיעל, בעסיקלי זיי זאלן עס דיוועלאפן פאר אידישע קאנדאוס, און לויט די יעצטיגע פרייז קענען זיי נעטן ארום 100 מיליאון דאללער! מ'רעדט פון 200+ דירות וואס לויט די פאראיעריגע פרייזן וואלטן זיי געקענט רייך ווערן פון דעם אליין, ווער רעדט נאך ווען זיי וועלן זיין פארטיג - א יאר ארום... און זיי האבן באשלאסן צו בויען רענטלס פאר גוים... אין בעסטן פאל גייען זיי בדרך הטבע נישט מאכן נאנט צו דעם וואס זיי קענען מאכן מיטן בויען פאר אידן...

פרעגסט וויזוי מ'קען בויען פארדינגן נאר פאר גיום? קודם כל א אידישע דירה איז אויסגעשטעלט אנדערש ווי גואישע... חוץ מזה, אז מ' נעמט א גואישע בראוקער וואס אדווערטייזד עס אויף די גואישע מארקעט... ס'גייען דארט וואוינען גוים מיט גרינע און פינקע האר מיט ריזיגע ווייסעך דאגיס... און דו לאזט מיך אויך דינגן דארט? ממש א צדיק!

איז דא וואס צו טוהן? כ'ווייס נישט! כאף שוין ביי נאו א דער @ששון ושמחה האט יא אן אגענדע... ווייל סיז ביטער ווי א זית...
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32625
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע:צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

Re: לטכס עצה - וויליאמסבורגע דירות קריזיס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

קרייסלער האט געשריבן: מאנטאג יולי 03, 2023 7:27 am
יארן צוריק האבן די רבני העיר געפירט א העפטיגע מערכה אקעגן די "ארטיסטן" דעוועלאפמענטס, די רבנים אינאיינעם מיט ערנסטע בעלי בתים האבן זיך אריינגעלייגט בעובי הקורה און באוויזן צו אפשטעלן א גרויס חלק פון דעם און ליידער די פאר אידן וואס האבן נישט געקענט עומד בנסיון זיין האבן די פראיעקטן אדער זיי פרעזענליך נישט גוט אויסגעלאזט כידוע.

ביי א דעמאסטראציע אקעגן די גרעטש בילדינג האט הגה"צ ר' אברהם לייטנער זצ"ל אויסגעשריגן, בעלי בתים ענק וועט מען שמייסן דערפאר, ענק האבן די יכולת און השפעה עס אפצושטעלן
דו ווייסט פון וועם דו רעדסט? דו רעדסט פון אידן וואס זענען ממש להכעיס! נישט אלע, איך קען איינע פון די שותפים, נישט קיין וויליאמסבורגער, א וואוילער איד... אבער ער האט נישט קיין ווארט...

וואס יא? מ'דארף יעצט וויסן ווער ס'אונט פראפערטי אין אונזער געגענט און שוין אנהייבן מאכן זיכער אז מ'זאל זיך נישט לאזן פון זיי...
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
האסט א פראבלעם
שר חמישים
תגובות: 85
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 05, 2023 6:22 pm

Re: לטכס עצה - וויליאמסבורגע דירות קריזיס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האסט א פראבלעם »

אביונה האט געשריבן: מאנטאג יולי 03, 2023 8:17 am
שטייגען האט געשריבן: מאנטאג יולי 03, 2023 7:31 am
דיקאלב ביי נאסטראנד גייט גיין פאר אידן אי״ה
ביזט זיכער אז דיקאלב ביי נארסטראנד גייט גיין פאר אידן??
הלואי זאל עס גיין פאר אידן,
זאלסט קענען נאכדעם שרייען מוואונט אין הארץ פין שרעקעדיקע בעדסטיי א רשעות פין א דעוועלאפער.
זאל ער בויען פאר גוים אין מיט די פראפיטס בויען פאר אנ"ש ביליג אין דזשעמעקע אדער יאנקערס, וכדומה
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32625
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע:צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

Re: לטכס עצה - וויליאמסבורגע דירות קריזיס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

שטייגען האט געשריבן: מאנטאג יולי 03, 2023 7:31 am
וואלווארט אין מוירטעל באלאנגט פאר גוישע דעוולאפערס, אידן פראבירן עס אפצוקויפן ער לאזט זיך נאך נישט.
דיקאלב ביי נאסטראנד גייט גיין פאר אידן אי״ה
אין סתם אזוי האב איך דיר געוואלט אנווינטעשן א מזל אוב לרגל די 18 יאר, מסתמא האט דיר דיין טאטע געפענט א ניק מיט א סעווינגס אקאונט ביי די אפשערן, וויסן זאלסטו אז לייוו אינשרונס נעמט מען ביי וויכי.
וואלווארט און מוירטל ווייסעך נישט, ביי פלאשינג בויען עטליכע היימישע אידן אפיס בילדינגס, די זאונינג איז נאכניש רעזידענשל... אויף ספענסער ביי פארק באלאנגט פאר היימישע אידן... מ'דארף זיי מאכן עוועיר! מ' דארף אן אוועירנעסס קאמפיין!

לייג אריין עדס אין אלע היימישע אויסגאבעס, ווען דו פארקויפסט א פראפערטי פאר דיוועלאופערס, קוק פאר וועם דער דיוועלאופער האט שוין געבויט בעבר!
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8423
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע:אין מאה שערים

Re: לטכס עצה - וויליאמסבורגע דירות קריזיס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישע הייזער »

גוט געזאגט @ששון ושמחה

אבער אפשר קענסטו מסדר זיין דעם סערטיפייד לאט אויך פאר די געלט?
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
האסט א פראבלעם
שר חמישים
תגובות: 85
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 05, 2023 6:22 pm

Re: לטכס עצה - וויליאמסבורגע דירות קריזיס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האסט א פראבלעם »

קאמיונטי בארד קען מאכען שוועריקייטן?
abeg
שר שבעת אלפים
תגובות: 7731
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 3:43 pm

Re: לטכס עצה - וויליאמסבורגע דירות קריזיס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך abeg »

ס׳איז דא א װעג צי לעזן די דירות קריזיס אין וויליאמסבורג אין דאס איז דורך בױען 50-60 שטאקיגע געבײדעס (מיט שולן מקװאות אין שבת עלעװעיטאר׳ס?! אינעם בנין)אנשטאטס די מעקס 9-10 שטאק װי ביז יעצט,מ׳װיל טאקע אז דיװעלעפערס װאס װאלטען געקענט בױען א 50 שטאקיגע געבײדע בײ די זעלבע לאט פאר גױם זאלן יעצט בױען נאר א 10 שטאקיגע געבײדע פאר יודן?
א פייער ברענט אין הארץ פון א יוד

שריי אויס בקול רם
בחר בנו מכל עם
א זכיה צו זיין א יוד
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32625
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע:צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

Re: לטכס עצה - וויליאמסבורגע דירות קריזיס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

שטייגען האט געשריבן: מאנטאג יולי 03, 2023 7:31 am
וואלווארט אין מוירטעל באלאנגט פאר גוישע דעוולאפערס, אידן פראבירן עס אפצוקויפן ער לאזט זיך נאך נישט.
דיקאלב ביי נאסטראנד גייט גיין פאר אידן אי״ה
אין סתם אזוי האב איך דיר געוואלט אנווינטעשן א מזל אוב לרגל די 18 יאר, מסתמא האט דיר דיין טאטע געפענט א ניק מיט א סעווינגס אקאונט ביי די אפשערן, וויסן זאלסטו אז לייוו אינשרונס נעמט מען ביי וויכי.
אט אזוי! אינשורענס ביי וויכי!

ביידעוועי נארסטראנד דיקאלב באלאנגט פאר הרבני הנגיד ר' יואל לאנדא, שמעתי אז ער וויל עס פארקויפן פאר א צווייטן דיוועלאופער, (דושינסקי נעגאושיעיט דערויף) לאמער טאקע האפן אז סעט אנקומען צו היימישע אידן...

ביי ספענסער פארק, נעבן וואו איך וואוין איז דא די געוועזענע פאלמבינג סופליי סטאר, הרבני הנגיד ר משה יחזקי ווייס האט דאס אפגעקויפט, כ'ווייס נישט צו ער האטעס נאך צו פארקויפט ווייטער... די לאטס קענען נאך אריבערגיין הענט עטליכע מאל ביז סעט קומען א ריזאונינג... לאמער האפן אז סעט בלייבן ביי אידן...
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32625
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע:צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

Re: לטכס עצה - וויליאמסבורגע דירות קריזיס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

אביונה האט געשריבן: מאנטאג יולי 03, 2023 8:17 am
שטייגען האט געשריבן: מאנטאג יולי 03, 2023 7:31 am
דיקאלב ביי נאסטראנד גייט גיין פאר אידן אי״ה
ביזט זיכער אז דיקאלב ביי נארסטראנד גייט גיין פאר אידן??
הלואי זאל עס גיין פאר אידן,
אבער עס איז א פראבלעם וועגן די סווימינג פול קעגן איבער אויף קאצעיאצקא, אויב בויעט מען עטוואס העכער, קענען קיין אידן נישט וואוינען דארט העכער ווי דריי פיר שטאק
די לאט איז א ריזיגע לאט, קען דארט זיין צענדליגער דירות, דערווייל פוסטעוועט עס [באלאנגט פאר הנגיד ר' י"ל]
וואסי די מעשה מיט קאצקיאצקאו? נישט געהערט דערפון? איך האב פארשטאנען אז ר' יואל גייט בויען פאר אידן און ער זוכט עס צו פארקויפן יעצט... ר' יצחק שווארץ און ר' שמעון דושינסקי זענען צווישן די דיוועלאופערס וואס וואלטן עס איבערגענומען... ביידע האבן שוין געבויעט דירות פאר אידן...
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32625
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע:צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

Re: לטכס עצה - וויליאמסבורגע דירות קריזיס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

אונגארישע הייזער האט געשריבן: מאנטאג יולי 03, 2023 10:43 am
גוט געזאגט @ששון ושמחה

אבער אפשר קענסטו מסדר זיין דעם סערטיפייד לאט אויך פאר די געלט?
האלטסט אז ער קען צוריקדרייען א סעיל? סיז שוין לאאאנג אווער!

abeg האט געשריבן: מאנטאג יולי 03, 2023 10:44 am
ס׳איז דא א װעג צי לעזן די דירות קריזיס אין וויליאמסבורג אין דאס איז דורך בױען 50-60 שטאקיגע געבײדעס (מיט שולן מקװאות אין שבת עלעװעיטאר׳ס?! אינעם בנין)אנשטאטס די מעקס 9-10 שטאק װי ביז יעצט,מ׳װיל טאקע אז דיװעלעפערס װאס װאלטען געקענט בױען א 50 שטאקיגע געבײדע בײ די זעלבע לאט פאר גױם זאלן יעצט בױען נאר א 10 שטאקיגע געבײדע פאר יודן?
א מקוה אויף די 30'סטע שטאק?
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8423
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע:אין מאה שערים

Re: לטכס עצה - וויליאמסבורגע דירות קריזיס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישע הייזער »

וויכטיג מאכער האט געשריבן: מאנטאג יולי 03, 2023 10:50 am
אונגארישע הייזער האט געשריבן: מאנטאג יולי 03, 2023 10:43 am
גוט געזאגט @ששון ושמחה

אבער אפשר קענסטו מסדר זיין דעם סערטיפייד לאט אויך פאר די געלט?
האלטסט אז ער קען צוריקדרייען א סעיל? סיז שוין לאאאנג אווער!

מען קען עס נישט צוריקקויפן פון יענעם? ווען מען וויל שטייטצעך
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
abeg
שר שבעת אלפים
תגובות: 7731
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 3:43 pm

Re: לטכס עצה - וויליאמסבורגע דירות קריזיס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך abeg »

וויכטיג מאכער האט געשריבן: מאנטאג יולי 03, 2023 10:51 am
abeg האט געשריבן: מאנטאג יולי 03, 2023 10:44 am
ס׳איז דא א װעג צי לעזן די דירות קריזיס אין וויליאמסבורג אין דאס איז דורך בױען 50-60 שטאקיגע געבײדעס (מיט שולן מקװאות אין שבת עלעװעיטאר׳ס?! אינעם בנין)אנשטאטס די מעקס 9-10 שטאק װי ביז יעצט,מ׳װיל טאקע אז דיװעלעפערס װאס װאלטען געקענט בױען א 50 שטאקיגע געבײדע בײ די זעלבע לאט פאר גױם זאלן יעצט בױען נאר א 10 שטאקיגע געבײדע פאר יודן?
א מקוה אויף די 30'סטע שטאק?
יא ס׳דא װעגן עס צי טאהן
א פייער ברענט אין הארץ פון א יוד

שריי אויס בקול רם
בחר בנו מכל עם
א זכיה צו זיין א יוד
ירא השם
שר העשר
תגובות: 32
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יוני 16, 2023 2:18 pm

Re: לטכס עצה - וויליאמסבורגע דירות קריזיס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ירא השם »

אפאר יאר צוריק ווען די ריזאנינונג איז דורך, האט מען עס אנגעקוקט ווי א גרויסע ישועה, און עס איז טאקע געעווען

ווען מ' נעמט זיך דעמאלס אויס מיט די דעוועלאפערס צו פארקויפן פאר צונגעגליכע פרייזן, וואלט ווען געווען אסאך בעסער

שוין מה דהוה הוא
את האלקים אני ירא
שרייב תגובה

צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”