כ'האב נאכנישט קיין קעפל פאר דעם ארטיקל!!

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
בן דרוסאי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 354
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 13, 2023 6:31 am

כ'האב נאכנישט קיין קעפל פאר דעם ארטיקל!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן דרוסאי »

אין א גרייז גרויער מיטוואך נאכמיטאג האט די מעשה פאסירט, ווען כ'האב מיך צוגעקנעפלט דאס רעקל צו גיין אין נאכמיטאג כולל, אראפגענומען די סטראבערי יאגורט פלעקן וואס מיין בעיבי האט ביישטייערט, און אויסגעגליכן דעם קאלנער ווי א בן מלך, נישט פארגעסנדיג צוצוקניפן און ארויסנעמען דעם אנגעפאקטן גארביטש בעג פון זיין האלטער כדי אים צו געבן א היטש אויפ'ן וועג אראפ.

מיט'ן ריזיגן גארביטש בעג אין איין האנט, זיך באלאנסירנדיג מיט'ן צווייטן האנט, האב איך געמאכט מיין וועג אין עלעוועיטער אריין. א דרוק אויפ'ן קנעפל, און ויסעו.

פלוצלונג האט דאס ארגסטע פאסירט.

ניין, איך בין נישט געווארן סטאק. על כל פנים, נישט יענעם מיטוואך.

וואס יא?

זייער פשוט. שטעלט זיך ארויס, אז איך בין נישט דער איינציגער פארשוין אויפ'ן פלאנעט, און א צווייטער שכן האט פונקט דעמאלטס אויך באשטעלט דעם עלעוועיטער.

איז וואס?

אה, איז מיין עלעוועיטער גאר א גוטער. ער זוכט בלויז צו שפארן צייט און עלעקטריציטעט. איז אנשטאט וואס ער זאל מיר קודם אראפפירן אלע שטאק, און ערשט דאן צוריק ארויפקומען צום צווייטן קליענט, מאכט ער געווענליך אזא כל הנערים סיטואציע, זיך אפשטעלנדיג פאר דעם און יענעם, און ערשט דאן פירט ער אראפ יעדן אויפאמאל.

און דא איז וואו עס הייבט זיך אן איינס פון די גרעסטע נסיונות פון דור האחרון.

נארמאלערהייט וואלט געפאסט אז ווען צוויי אידן טרעפן זיך צוזאם אויף איין נסיעה, וואלטן זיי אנגעפאנגען א שמועס, נישט אזוי?

וואס טוט זיך אבער ווען דער אנגעבליכער נסיעה דויערט נישט מער ווי צוואנציג סעקונדן אויפ'ן זייגער?

ביידע פון אונז ווייסן אז סיי וועלכע נושא מען הייבט אן צו רעדן, מוז מען זיין פערטיג דערמיט ווי נאר דער עלעוועיטער לאנדעט בשלום אויפ'ן אונטערשטן שטאק. וואס דען? בלייבן אונטן שמועסן פאר נאך צוויי מינוט, בלויז ווייל צוואנציג סעקונדעס טאר חלילה נישט גיין ליידיג אן קיין שמועס?

איז וואס פאסירט?

צו זיין אמת'דיג, ווייס איך נישט וואס עס פאסירט אין א געווענליכן פאל, און אדרבה, אויב עמיצער פארמאגט צוטריט צו אינפארמאציע איבער וויאזוי רוב מענטשן געבן זיך אן עצה אין אזא סיטואציע וואלט דאס מיר געווען היבש אינטערעסאנט צו הערן. איך קען אייך בלויז מיטטיילן וואס עס פאסירט אין מיין פאל. און אין יעדן פאל פון סיי ווער עס פארמאגט די זעלבע מאס שעמעוודיגקייט ווי מיר.

נו, וואס פאסירט?

אייגנטליך, גארנישט. ס'טייטש, אין עולם העשיה פאסירט נישט גארנישט. מיר ביידע שטייען ווי פארשטייפטע סטאטוען, זיך נישט וואגנדיג צו רוקן אן אבר, ווער רעדט פון די אויגן, דורכאויס די פיינפולע צוואנציג סעקונדן ווען דער עלעוועיטער פארט אראפ די פאר שטאק, וועלכע דויערן בדרך אגב פיל לענגער ווי געווענליכע צוואנציג סעקונדן, ומכאן ראי' צו איינשטיין'ס טעאריע אז ווען א זאך רוקט זיך, לויפט די צייט לאנגזאמער.

אבער אין עולם המחשבה, קערן זיך איבער וועלטן.

דאס נפש ווערט איינגעקלאמערט אין א קליין ווינקל פון איר מציאות, שפירנדיג ווי דער גאנצער עלעוועיטער צימער איז אנגעפילט מיט'ן וועזן פון דעם דאזיגן שכן.
דער שפאנונג איז טאפנד. נאטורליכע אטעם, א פארגאנגענהייט. מיט לעכצנדע אויגן קוקן ביידע פון אונז אויפ'ן וואנט סקרין וועלכע איז אונז מודיע ביי וועלכן שטאק מען האלט שוין, ביז דער קאשמאר קומט ענדליך צו א סוף.

און דאס איז אלעס אונטער סתם אומשטענדן. איינמאל בין איך געווען אין עלעוועיטער מיט צוויי שכנים, א יונגערמאן און א בחור'ל, ווען נאך פינף סעקונדעס פון אומבאקוועמע שטילקייט האט דער בחור פלוצלונג אויסגעפלאצט אין א לאכן אטאקע.
וואס זאל איך אייך זאגן? די בושות זענען געווען אזוי הויך, אזש צוויי גאנצע טעג זענען מיר אלע דריי געגאנגען בלויז מיט די טרעפ. (פון וואו ווייס איך אז זיי אויך? זייער פשוט. וואס מיינט איר? מיר האבן זיך דארט אויך באגעגנט...)




איצט קום איך ענדליך צי צום היינטיגן דילעמע.
נעמליך, איך זוך א קעפל פאר'ן ארטיקל!

וואס זענען די ספיקות?
גאר איינפאך. לכאורה וואלט זיך געפאסט אז אינעם קעפל זאל ווערן מרומז דער פראבלעם אינאיינעם מיט'ן לעזונג. נעמליך, דער פראבלעם אין פארעם פון א פראגע, "א שטילקייט אין עלעוועיטער?" און דאן שיסן דעם גאלדענעם לעזונג אלס ענטפער.

אבער דא ווערן זאכן פארפלאנטערט. ווייל אמת'דיג גערעדט, האב איך דאך ניטאמאל קיין לעזונג! טא, בלייב איך קרח מכאן ומכאן, אן א לעזונג און אן א קעפל?

אלזא, ווענד איך מיך צו אייך, ליבע ליינער, האט איר אפשר א צוגענגליכע לעזונג צום עלעוועיטער פראגע?
נישט אלעס וואס גלאנצט, איז גאלד
גאלד וואס גלאנצט, איז נישט אלעס

בן דרוסאי געקעכצן
אוועטאר
אלטמאדיש
שר מאה
תגובות: 184
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 12, 2022 8:33 am
לאקאציע:וואו אלטמאדיש איז ארויפגעקוקט

Re: כ'האב נאכנישט קיין קעפל פאר דעם ארטיקל!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטמאדיש »

אפשר כ'האב נאכנישט קיין ארטיקל פאר דעם קעפל!!

גוט געשריבן!
אוועטאר
קענסט מיר נישט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3860
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 23, 2023 12:33 am
פארבינד זיך:

Re: כ'האב נאכנישט קיין קעפל פאר דעם ארטיקל!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קענסט מיר נישט »

🤣😂🤣😂
שוין לאנג געהאלטען אז צוויי מענטשען און איין עלוועטיר איז א זאך וואס מ'דארף אסרן
ריברענדיג.....
קאלע פען
שר העשר
תגובות: 34
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 21, 2022 11:08 pm

Re: כ'האב נאכנישט קיין קעפל פאר דעם ארטיקל!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאלע פען »

בקיצור נמרץ, ס'איז זינטאג היינט אין עס איז נישט דא קיין כולל קוקט אויס.,
צייט איז ווערדפול
שר חמישים
תגובות: 91
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 19, 2022 3:29 pm
לאקאציע:גלות

Re: כ'האב נאכנישט קיין קעפל פאר דעם ארטיקל!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייט איז ווערדפול »

די ביזט אייזן גוט ארויסגעברענגט דאס גהינם התחתון, וכן לשכן אויפן באס, אינטרעסאנט איז אז אין א''י איז דאס נישט קיין פראבלעם אויב איינער פארשטייט פארוואס,(והמבין יבין) דאס איז א אמירקאנע ( סאטמערע ) פראבלעם,

די בעסטע צייטווייליגע לייזונג וואס איך פאר דיר איז צו ארויסנעמען דיין כשרע סעלפאון און זיך מאכן ווי די האסט יעצט באקומען א מיליאן $ דיל , און קוק איבער אלע דיינע קאנטעקטס....
ר' איד הער מיך גוט אויס:
די טראכטסט פון דיר, און דיין חבר/שותף/קינד/ ווייבטראכט פון זיך....פינטל .
אוועטאר
משה יצחקי
שר האלף
תגובות: 1021
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 10, 2023 12:44 pm
לאקאציע:א סוד!

Re: כ'האב נאכנישט קיין קעפל פאר דעם ארטיקל!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה יצחקי »

א סעלפאון איז דאך דאס בעסטע און אזעלכע מצבים..איי וועסטו פרעגן צו וועם מען רעדט “צו זיך אליינס״ אדער הערט מען אביסל וואס ר׳ זלמן האט צו פארציילן…
געלט, איז נישט אזוי גוט מיט עס, ווי ס׳איז שלעכט אָן עס..
אוועטאר
יסודו מעפר
שר מאה
תגובות: 143
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 28, 2023 8:08 pm

Re: כ'האב נאכנישט קיין קעפל פאר דעם ארטיקל!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יסודו מעפר »

פיין פייןזייער גוט אראפגעלייגט. גאר שטארק הנאה געהאט!
כי לא תחפוץ במות המת, כי אם בשובו מדרכו וחיה. ועד יום מותו תחכה לו, אם ישוב מיד תקבלו.
אוועטאר
פארצייטישער חכם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 410
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 12, 2023 3:24 pm

Re: כ'האב נאכנישט קיין קעפל פאר דעם ארטיקל!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארצייטישער חכם »

גוט אראפ געלייגט צרות רבים חצי נחמה
באקומט סטאקס בחינם!
Robinhood
באקומט $100 ביים עפענן א קרעדיט קארד דורך די לינק
discover credit card
באקומט געלט פאר די געז וואס איר צאלט
Upside
רענט א קאר און באקומט $30
kyte
באקומט $30 ווען איר קויפט מיט
rakuten
ביטע ניצט די לינק'ס זה וזה נהנה
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17298
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: כ'האב נאכנישט קיין קעפל פאר דעם ארטיקל!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

דאס זאגט דאך דער פרק.. שנים שיושבים ואין ביניהם.. הרי זה מושב לצים.. ס'א ליצנות ווען מ'וקט זיך צו פונדערזייט..
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
נשמת הניגון
שר חמישים ומאתים
תגובות: 325
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 22, 2023 3:15 am
לאקאציע:בהיכל הנגינה וואס איז נעבן די היכל התשובה

Re: כ'האב נאכנישט קיין קעפל פאר דעם ארטיקל!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמת הניגון »

גוט גוט, אבי דעם ארטיקל האסטו יא..
דער ניגון איז א בריוו פון הארץ געשריבן דורך נאטן
אוועטאר
כאלעט'ל
שר האלפיים
תגובות: 2240
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 12, 2022 9:49 am
לאקאציע:דער דעמאקראטישער פעסטונג: ניו יארק

Re: כ'האב נאכנישט קיין קעפל פאר דעם ארטיקל!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאלעט'ל »

דער הומינטערישער קריזיס אין די טיפענישן פונעם עלעוועיטאר.
פארוואס זאג איך אייך דאס? כדי איר זאלט דאס וויסן.
אוועטאר
עפעס א מענטש
שר האלפיים
תגובות: 2789
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 13, 2018 1:49 pm
לאקאציע:עפעס א פלאץ

Re: כ'האב נאכנישט קיין קעפל פאר דעם ארטיקל!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עפעס א מענטש »

ביסטו גוט!
אוועטאר
טעוועליך
שר האלף
תגובות: 1403
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אקטאבער 31, 2021 8:35 pm
לאקאציע:ווי סאיז באשערט יענע מינוט

אן א לעזונג און אן א קעפל?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעוועליך »

אן א לעזונג און אן א קעפל?
Times New Roman (Headings CS)...
אבימלך האט געשריבן: מיטוואך מארטש 13, 2024 11:16 pm
אפשר אויב מען וועט זאגען פאר מענטשן אז די מוח איז א עפפ, וועלען זיי אנהייבן עס צו ניצען!!!
ביציקליסט
שר חמישים
תגובות: 68
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 24, 2023 12:33 pm

Re: כ'האב נאכנישט קיין קעפל פאר דעם ארטיקל!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביציקליסט »

אלטמאדיש האט געשריבן: זונטאג יולי 09, 2023 12:17 pm
אפשר כ'האב נאכנישט קיין ארטיקל פאר דעם קעפל!!

גוט געשריבן!
אזוי ווי דער איד וואס איז אריינגעקומען צום שניידער מיט א קנעפל זאגנדיג אז זיין רעקל איז אראפגעפאלן...
אוועטאר
יש משהו
שר האלפיים
תגובות: 2111
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 13, 2023 10:47 am

Re: כ'האב נאכנישט קיין קעפל פאר דעם ארטיקל!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש משהו »

שוין לאנג צוריק געזען א באשרייבנונג אויף דיע נושא און יענער האט געשריבן אז מ'קען מיינען אז אין יעדע עליוועיטאר הענג א סיין 'אסור לדבר במעלית'!! מ'טאר ישט רעדן אינעם עלעוויעטאר...
ס'קענען אריינקומען קינדער בחורים יונגעלייט, אלע האלטן אינמיטן שמועסן... מ'קומט אריין אין די לופט... הערשט אן אבנאמאלע שטילקייט.
שוין אזוי איז עס.

ביי דע וועי זייער זייער פיין געשריבן. עכט הנאה געהאט.
די עבר איז - זכרונות,
די עתיד איז - דמיונות,
די הווה איז - נסיונות.


2000'סטע תגובה

אניווערסערי? אשת חיל האט יומולדת? שיקט א רינגל פאר'ן כלה?
דא איז די פלאץ:

גראמען גמ"ח
אוועטאר
פאלם טרי
שר מאה
תגובות: 180
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 08, 2017 9:53 am

Re: כ'האב נאכנישט קיין קעפל פאר דעם ארטיקל!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאלם טרי »

אוועטאר
טשערנאוויץ
שר מאה
תגובות: 186
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 26, 2021 7:49 pm
לאקאציע: [email protected]

Re: כ'האב נאכנישט קיין קעפל פאר דעם ארטיקל!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשערנאוויץ »

בן דרוסאי האט געשריבן: זונטאג יולי 09, 2023 11:47 am
אין א גרייז גרויער מיטוואך נאכמיטאג האט די מעשה פאסירט, ווען כ'האב מיך צוגעקנעפלט דאס רעקל צו גיין אין נאכמיטאג כולל, אראפגענומען די סטראבערי יאגורט פלעקן וואס מיין בעיבי האט ביישטייערט, און אויסגעגליכן דעם קאלנער ווי א בן מלך, נישט פארגעסנדיג צוצוקניפן און ארויסנעמען דעם אנגעפאקטן גארביטש בעג פון זיין האלטער כדי אים צו געבן א היטש אויפ'ן וועג אראפ.

מיט'ן ריזיגן גארביטש בעג אין איין האנט, זיך באלאנסירנדיג מיט'ן צווייטן האנט, האב איך געמאכט מיין וועג אין עלעוועיטער אריין. א דרוק אויפ'ן קנעפל, און ויסעו.

פלוצלונג האט דאס ארגסטע פאסירט.

ניין, איך בין נישט געווארן סטאק. על כל פנים, נישט יענעם מיטוואך.

וואס יא?

זייער פשוט. שטעלט זיך ארויס, אז איך בין נישט דער איינציגער פארשוין אויפ'ן פלאנעט, און א צווייטער שכן האט פונקט דעמאלטס אויך באשטעלט דעם עלעוועיטער.

איז וואס?

אה, איז מיין עלעוועיטער גאר א גוטער. ער זוכט בלויז צו שפארן צייט און עלעקטריציטעט. איז אנשטאט וואס ער זאל מיר קודם אראפפירן אלע שטאק, און ערשט דאן צוריק ארויפקומען צום צווייטן קליענט, מאכט ער געווענליך אזא כל הנערים סיטואציע, זיך אפשטעלנדיג פאר דעם און יענעם, און ערשט דאן פירט ער אראפ יעדן אויפאמאל.

און דא איז וואו עס הייבט זיך אן איינס פון די גרעסטע נסיונות פון דור האחרון.

נארמאלערהייט וואלט געפאסט אז ווען צוויי אידן טרעפן זיך צוזאם אויף איין נסיעה, וואלטן זיי אנגעפאנגען א שמועס, נישט אזוי?

וואס טוט זיך אבער ווען דער אנגעבליכער נסיעה דויערט נישט מער ווי צוואנציג סעקונדן אויפ'ן זייגער?

ביידע פון אונז ווייסן אז סיי וועלכע נושא מען הייבט אן צו רעדן, מוז מען זיין פערטיג דערמיט ווי נאר דער עלעוועיטער לאנדעט בשלום אויפ'ן אונטערשטן שטאק. וואס דען? בלייבן אונטן שמועסן פאר נאך צוויי מינוט, בלויז ווייל צוואנציג סעקונדעס טאר חלילה נישט גיין ליידיג אן קיין שמועס?

איז וואס פאסירט?

צו זיין אמת'דיג, ווייס איך נישט וואס עס פאסירט אין א געווענליכן פאל, און אדרבה, אויב עמיצער פארמאגט צוטריט צו אינפארמאציע איבער וויאזוי רוב מענטשן געבן זיך אן עצה אין אזא סיטואציע וואלט דאס מיר געווען היבש אינטערעסאנט צו הערן. איך קען אייך בלויז מיטטיילן וואס עס פאסירט אין מיין פאל. און אין יעדן פאל פון סיי ווער עס פארמאגט די זעלבע מאס שעמעוודיגקייט ווי מיר.

נו, וואס פאסירט?

אייגנטליך, גארנישט. ס'טייטש, אין עולם העשיה פאסירט נישט גארנישט. מיר ביידע שטייען ווי פארשטייפטע סטאטוען, זיך נישט וואגנדיג צו רוקן אן אבר, ווער רעדט פון די אויגן, דורכאויס די פיינפולע צוואנציג סעקונדן ווען דער עלעוועיטער פארט אראפ די פאר שטאק, וועלכע דויערן בדרך אגב פיל לענגער ווי געווענליכע צוואנציג סעקונדן, ומכאן ראי' צו איינשטיין'ס טעאריע אז ווען א זאך רוקט זיך, לויפט די צייט לאנגזאמער.

אבער אין עולם המחשבה, קערן זיך איבער וועלטן.

דאס נפש ווערט איינגעקלאמערט אין א קליין ווינקל פון איר מציאות, שפירנדיג ווי דער גאנצער עלעוועיטער צימער איז אנגעפילט מיט'ן וועזן פון דעם דאזיגן שכן.
דער שפאנונג איז טאפנד. נאטורליכע אטעם, א פארגאנגענהייט. מיט לעכצנדע אויגן קוקן ביידע פון אונז אויפ'ן וואנט סקרין וועלכע איז אונז מודיע ביי וועלכן שטאק מען האלט שוין, ביז דער קאשמאר קומט ענדליך צו א סוף.

און דאס איז אלעס אונטער סתם אומשטענדן. איינמאל בין איך געווען אין עלעוועיטער מיט צוויי שכנים, א יונגערמאן און א בחור'ל, ווען נאך פינף סעקונדעס פון אומבאקוועמע שטילקייט האט דער בחור פלוצלונג אויסגעפלאצט אין א לאכן אטאקע.
וואס זאל איך אייך זאגן? די בושות זענען געווען אזוי הויך, אזש צוויי גאנצע טעג זענען מיר אלע דריי געגאנגען בלויז מיט די טרעפ. (פון וואו ווייס איך אז זיי אויך? זייער פשוט. וואס מיינט איר? מיר האבן זיך דארט אויך באגעגנט...)




איצט קום איך ענדליך צי צום היינטיגן דילעמע.
נעמליך, איך זוך א קעפל פאר'ן ארטיקל!

וואס זענען די ספיקות?
גאר איינפאך. לכאורה וואלט זיך געפאסט אז אינעם קעפל זאל ווערן מרומז דער פראבלעם אינאיינעם מיט'ן לעזונג. נעמליך, דער פראבלעם אין פארעם פון א פראגע, "א שטילקייט אין עלעוועיטער?" און דאן שיסן דעם גאלדענעם לעזונג אלס ענטפער.

אבער דא ווערן זאכן פארפלאנטערט. ווייל אמת'דיג גערעדט, האב איך דאך ניטאמאל קיין לעזונג! טא, בלייב איך קרח מכאן ומכאן, אן א לעזונג און אן א קעפל?

אלזא, ווענד איך מיך צו אייך, ליבע ליינער, האט איר אפשר א צוגענגליכע לעזונג צום עלעוועיטער פראגע?

לייק קנעפל ארבעט נישט
אטעטשמענטס
Capture.JPG
Capture.JPG (20.25 KiB) געזען 1543 מאל
קרעדיט פאר מיין אוועטאר
the twin towers
viewtopic.php?p=4361654#p4361654
אוועטאר
בוטשער
שר חמש מאות
תגובות: 979
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 16, 2023 2:48 pm

Re: כ'האב נאכנישט קיין קעפל פאר דעם ארטיקל!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוטשער »

( viewtopic.php?p=4709454#p4709454 ) שמעו ותחי נפשכם...
ניקישי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 257
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 07, 2020 2:25 pm

Re: כ'האב נאכנישט קיין קעפל פאר דעם ארטיקל!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניקישי »

פארדינט ווערדפולע קרעדיט קארד פוינטס אויף אייער רענט טשעק!
פאר מער דיטעילס: viewtopic.php?p=4118083#p4118083
צו אפלייען: https://bilt.page/r/MWJO-LD0X
אוועטאר
יודיש בלעטל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 293
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 12, 2020 7:01 pm

Re: כ'האב נאכנישט קיין קעפל פאר דעם ארטיקל!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יודיש בלעטל »

.
לעצט פארראכטן דורך יודיש בלעטל אום זונטאג אפריל 21, 2024 11:38 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
יודיש בלעטל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 293
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 12, 2020 7:01 pm

Re: כ'האב נאכנישט קיין קעפל פאר דעם ארטיקל!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יודיש בלעטל »

בן דרוסאי האט געשריבן: זונטאג יולי 09, 2023 11:47 am
אין א גרייז גרויער מיטוואך נאכמיטאג האט די מעשה פאסירט, ווען כ'האב מיך צוגעקנעפלט דאס רעקל צו גיין אין נאכמיטאג כולל, אראפגענומען די סטראבערי יאגורט פלעקן וואס מיין בעיבי האט ביישטייערט, און אויסגעגליכן דעם קאלנער ווי א בן מלך, נישט פארגעסנדיג צוצוקניפן און ארויסנעמען דעם אנגעפאקטן גארביטש בעג פון זיין האלטער כדי אים צו געבן א היטש אויפ'ן וועג אראפ.

מיט'ן ריזיגן גארביטש בעג אין איין האנט, זיך באלאנסירנדיג מיט'ן צווייטן האנט, האב איך געמאכט מיין וועג אין עלעוועיטער אריין. א דרוק אויפ'ן קנעפל, און ויסעו.

פלוצלונג האט דאס ארגסטע פאסירט.

ניין, איך בין נישט געווארן סטאק. על כל פנים, נישט יענעם מיטוואך.

וואס יא?

זייער פשוט. שטעלט זיך ארויס, אז איך בין נישט דער איינציגער פארשוין אויפ'ן פלאנעט, און א צווייטער שכן האט פונקט דעמאלטס אויך באשטעלט דעם עלעוועיטער.

איז וואס?

אה, איז מיין עלעוועיטער גאר א גוטער. ער זוכט בלויז צו שפארן צייט און עלעקטריציטעט. איז אנשטאט וואס ער זאל מיר קודם אראפפירן אלע שטאק, און ערשט דאן צוריק ארויפקומען צום צווייטן קליענט, מאכט ער געווענליך אזא כל הנערים סיטואציע, זיך אפשטעלנדיג פאר דעם און יענעם, און ערשט דאן פירט ער אראפ יעדן אויפאמאל.

און דא איז וואו עס הייבט זיך אן איינס פון די גרעסטע נסיונות פון דור האחרון.

נארמאלערהייט וואלט געפאסט אז ווען צוויי אידן טרעפן זיך צוזאם אויף איין נסיעה, וואלטן זיי אנגעפאנגען א שמועס, נישט אזוי?

וואס טוט זיך אבער ווען דער אנגעבליכער נסיעה דויערט נישט מער ווי צוואנציג סעקונדן אויפ'ן זייגער?

ביידע פון אונז ווייסן אז סיי וועלכע נושא מען הייבט אן צו רעדן, מוז מען זיין פערטיג דערמיט ווי נאר דער עלעוועיטער לאנדעט בשלום אויפ'ן אונטערשטן שטאק. וואס דען? בלייבן אונטן שמועסן פאר נאך צוויי מינוט, בלויז ווייל צוואנציג סעקונדעס טאר חלילה נישט גיין ליידיג אן קיין שמועס?

איז וואס פאסירט?

צו זיין אמת'דיג, ווייס איך נישט וואס עס פאסירט אין א געווענליכן פאל, און אדרבה, אויב עמיצער פארמאגט צוטריט צו אינפארמאציע איבער וויאזוי רוב מענטשן געבן זיך אן עצה אין אזא סיטואציע וואלט דאס מיר געווען היבש אינטערעסאנט צו הערן. איך קען אייך בלויז מיטטיילן וואס עס פאסירט אין מיין פאל. און אין יעדן פאל פון סיי ווער עס פארמאגט די זעלבע מאס שעמעוודיגקייט ווי מיר.

נו, וואס פאסירט?

אייגנטליך, גארנישט. ס'טייטש, אין עולם העשיה פאסירט נישט גארנישט. מיר ביידע שטייען ווי פארשטייפטע סטאטוען, זיך נישט וואגנדיג צו רוקן אן אבר, ווער רעדט פון די אויגן, דורכאויס די פיינפולע צוואנציג סעקונדן ווען דער עלעוועיטער פארט אראפ די פאר שטאק, וועלכע דויערן בדרך אגב פיל לענגער ווי געווענליכע צוואנציג סעקונדן, ומכאן ראי' צו איינשטיין'ס טעאריע אז ווען א זאך רוקט זיך, לויפט די צייט לאנגזאמער.

אבער אין עולם המחשבה, קערן זיך איבער וועלטן.

דאס נפש ווערט איינגעקלאמערט אין א קליין ווינקל פון איר מציאות, שפירנדיג ווי דער גאנצער עלעוועיטער צימער איז אנגעפילט מיט'ן וועזן פון דעם דאזיגן שכן.
דער שפאנונג איז טאפנד. נאטורליכע אטעם, א פארגאנגענהייט. מיט לעכצנדע אויגן קוקן ביידע פון אונז אויפ'ן וואנט סקרין וועלכע איז אונז מודיע ביי וועלכן שטאק מען האלט שוין, ביז דער קאשמאר קומט ענדליך צו א סוף.

און דאס איז אלעס אונטער סתם אומשטענדן. איינמאל בין איך געווען אין עלעוועיטער מיט צוויי שכנים, א יונגערמאן און א בחור'ל, ווען נאך פינף סעקונדעס פון אומבאקוועמע שטילקייט האט דער בחור פלוצלונג אויסגעפלאצט אין א לאכן אטאקע.
וואס זאל איך אייך זאגן? די בושות זענען געווען אזוי הויך, אזש צוויי גאנצע טעג זענען מיר אלע דריי געגאנגען בלויז מיט די טרעפ. (פון וואו ווייס איך אז זיי אויך? זייער פשוט. וואס מיינט איר? מיר האבן זיך דארט אויך באגעגנט...)




איצט קום איך ענדליך צי צום היינטיגן דילעמע.
נעמליך, איך זוך א קעפל פאר'ן ארטיקל!

וואס זענען די ספיקות?
גאר איינפאך. לכאורה וואלט זיך געפאסט אז אינעם קעפל זאל ווערן מרומז דער פראבלעם אינאיינעם מיט'ן לעזונג. נעמליך, דער פראבלעם אין פארעם פון א פראגע, "א שטילקייט אין עלעוועיטער?" און דאן שיסן דעם גאלדענעם לעזונג אלס ענטפער.

אבער דא ווערן זאכן פארפלאנטערט. ווייל אמת'דיג גערעדט, האב איך דאך ניטאמאל קיין לעזונג! טא, בלייב איך קרח מכאן ומכאן, אן א לעזונג און אן א קעפל?

אלזא, ווענד איך מיך צו אייך, ליבע ליינער, האט איר אפשר א צוגענגליכע לעזונג צום עלעוועיטער פראגע?
ביי מיר איז הכל לפי הענערדזשי והמוד (מצב רוח בלע"ז) אמאל מיט א שמייכל גוט מארגן וואס מאכט מען ביי אדער נא וואס זאגסטו ווי אזוי גייט די הכנות פאר יו"ט, אדער נא קומט שוין פסח!
אויב וועל איך נישט האבן קיין נערוון צו קיין בריה אדער אויב אנגעצויגן דעמאלט טשעקט מען איבער אלע טעקסט פון די לעצטע וואך וכו'
און אפאר מאל פלעין א גוטן אדער א שאקל מיטן קאפ
אפי' דער אראבישער אדער רוסישער שכן קען אפאר מאל אויסטוישן אפאר ווערטער (בד"וו דער אראבער איז א שטיקל נטורי קרתא און ער האט זיך ברואיגט ווען איך האב איהם געזאגט אז: איימ נאט א זייעניסט! איי עמ סאטמאר! האסידיק פיפל אר נאט זייעניסטס!)
פארן קעפל מיין איך קען מען שרייבן: "וואס טוט איר ביים אראפגיין מיטן עלעוועטאר?"
אוועטאר
יעקב פריינד
שר ששת אלפים
תגובות: 6457
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 07, 2017 8:46 pm

Re: כ'האב נאכנישט קיין קעפל פאר דעם ארטיקל!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעקב פריינד »

פיינע נייעס
אוועטאר
א שטיק געפיל
שר מאה
תגובות: 199
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג סעפטעמבער 09, 2022 2:31 pm

Re: כ'האב נאכנישט קיין קעפל פאר דעם ארטיקל!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א שטיק געפיל »

יו האסטו גוט ארויס געברענגט די מצב דארט
סדא א פשוטע מהלך פין זיך מאכן ווי מען רעדט אויפן טאלפאון די קריסיס געשענט נאר מוצאי שבת ווען ביידע האבן נישט קיין סעלפאונס דאן איז כלו כל הקיצין
מ'דארף נישט אנזעצן און נישט האבן קיין געלט פאר רענט כדי צו ווערן א עושר און זיין סוקסעפול
אוועטאר
יעקב פריינד
שר ששת אלפים
תגובות: 6457
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 07, 2017 8:46 pm

Re: כ'האב נאכנישט קיין קעפל פאר דעם ארטיקל!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעקב פריינד »

א שטיק געפיל האט געשריבן: מאנטאג מאי 06, 2024 3:17 pm
יו האסטו גוט ארויס געברענגט די מצב דארט
סדא א פשוטע מהלך פין זיך מאכן ווי מען רעדט אויפן טאלפאון די קריסיס געשענט נאר מוצאי שבת ווען ביידע האבן נישט קיין סעלפאונס דאן איז כלו כל הקיצין
כלו כל הקונצען...
גרויס
שר חמש מאות
תגובות: 597
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 02, 2022 2:06 pm

Re: כ'האב נאכנישט קיין קעפל פאר דעם ארטיקל!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויס »

בן דרוסאי האט געשריבן: זונטאג יולי 09, 2023 11:47 am
אין א גרייז גרויער מיטוואך נאכמיטאג האט די מעשה פאסירט, ווען כ'האב מיך צוגעקנעפלט דאס רעקל צו גיין אין נאכמיטאג כולל, אראפגענומען די סטראבערי יאגורט פלעקן וואס מיין בעיבי האט ביישטייערט, און אויסגעגליכן דעם קאלנער ווי א בן מלך, נישט פארגעסנדיג צוצוקניפן און ארויסנעמען דעם אנגעפאקטן גארביטש בעג פון זיין האלטער כדי אים צו געבן א היטש אויפ'ן וועג אראפ.

מיט'ן ריזיגן גארביטש בעג אין איין האנט, זיך באלאנסירנדיג מיט'ן צווייטן האנט, האב איך געמאכט מיין וועג אין עלעוועיטער אריין. א דרוק אויפ'ן קנעפל, און ויסעו.

פלוצלונג האט דאס ארגסטע פאסירט.

ניין, איך בין נישט געווארן סטאק. על כל פנים, נישט יענעם מיטוואך.

וואס יא?

זייער פשוט. שטעלט זיך ארויס, אז איך בין נישט דער איינציגער פארשוין אויפ'ן פלאנעט, און א צווייטער שכן האט פונקט דעמאלטס אויך באשטעלט דעם עלעוועיטער.

איז וואס?

אה, איז מיין עלעוועיטער גאר א גוטער. ער זוכט בלויז צו שפארן צייט און עלעקטריציטעט. איז אנשטאט וואס ער זאל מיר קודם אראפפירן אלע שטאק, און ערשט דאן צוריק ארויפקומען צום צווייטן קליענט, מאכט ער געווענליך אזא כל הנערים סיטואציע, זיך אפשטעלנדיג פאר דעם און יענעם, און ערשט דאן פירט ער אראפ יעדן אויפאמאל.

און דא איז וואו עס הייבט זיך אן איינס פון די גרעסטע נסיונות פון דור האחרון.

נארמאלערהייט וואלט געפאסט אז ווען צוויי אידן טרעפן זיך צוזאם אויף איין נסיעה, וואלטן זיי אנגעפאנגען א שמועס, נישט אזוי?

וואס טוט זיך אבער ווען דער אנגעבליכער נסיעה דויערט נישט מער ווי צוואנציג סעקונדן אויפ'ן זייגער?

ביידע פון אונז ווייסן אז סיי וועלכע נושא מען הייבט אן צו רעדן, מוז מען זיין פערטיג דערמיט ווי נאר דער עלעוועיטער לאנדעט בשלום אויפ'ן אונטערשטן שטאק. וואס דען? בלייבן אונטן שמועסן פאר נאך צוויי מינוט, בלויז ווייל צוואנציג סעקונדעס טאר חלילה נישט גיין ליידיג אן קיין שמועס?

איז וואס פאסירט?

צו זיין אמת'דיג, ווייס איך נישט וואס עס פאסירט אין א געווענליכן פאל, און אדרבה, אויב עמיצער פארמאגט צוטריט צו אינפארמאציע איבער וויאזוי רוב מענטשן געבן זיך אן עצה אין אזא סיטואציע וואלט דאס מיר געווען היבש אינטערעסאנט צו הערן. איך קען אייך בלויז מיטטיילן וואס עס פאסירט אין מיין פאל. און אין יעדן פאל פון סיי ווער עס פארמאגט די זעלבע מאס שעמעוודיגקייט ווי מיר.

נו, וואס פאסירט?

אייגנטליך, גארנישט. ס'טייטש, אין עולם העשיה פאסירט נישט גארנישט. מיר ביידע שטייען ווי פארשטייפטע סטאטוען, זיך נישט וואגנדיג צו רוקן אן אבר, ווער רעדט פון די אויגן, דורכאויס די פיינפולע צוואנציג סעקונדן ווען דער עלעוועיטער פארט אראפ די פאר שטאק, וועלכע דויערן בדרך אגב פיל לענגער ווי געווענליכע צוואנציג סעקונדן, ומכאן ראי' צו איינשטיין'ס טעאריע אז ווען א זאך רוקט זיך, לויפט די צייט לאנגזאמער.

אבער אין עולם המחשבה, קערן זיך איבער וועלטן.

דאס נפש ווערט איינגעקלאמערט אין א קליין ווינקל פון איר מציאות, שפירנדיג ווי דער גאנצער עלעוועיטער צימער איז אנגעפילט מיט'ן וועזן פון דעם דאזיגן שכן.
דער שפאנונג איז טאפנד. נאטורליכע אטעם, א פארגאנגענהייט. מיט לעכצנדע אויגן קוקן ביידע פון אונז אויפ'ן וואנט סקרין וועלכע איז אונז מודיע ביי וועלכן שטאק מען האלט שוין, ביז דער קאשמאר קומט ענדליך צו א סוף.

און דאס איז אלעס אונטער סתם אומשטענדן. איינמאל בין איך געווען אין עלעוועיטער מיט צוויי שכנים, א יונגערמאן און א בחור'ל, ווען נאך פינף סעקונדעס פון אומבאקוועמע שטילקייט האט דער בחור פלוצלונג אויסגעפלאצט אין א לאכן אטאקע.
וואס זאל איך אייך זאגן? די בושות זענען געווען אזוי הויך, אזש צוויי גאנצע טעג זענען מיר אלע דריי געגאנגען בלויז מיט די טרעפ. (פון וואו ווייס איך אז זיי אויך? זייער פשוט. וואס מיינט איר? מיר האבן זיך דארט אויך באגעגנט...)




איצט קום איך ענדליך צי צום היינטיגן דילעמע.
נעמליך, איך זוך א קעפל פאר'ן ארטיקל!

וואס זענען די ספיקות?
גאר איינפאך. לכאורה וואלט זיך געפאסט אז אינעם קעפל זאל ווערן מרומז דער פראבלעם אינאיינעם מיט'ן לעזונג. נעמליך, דער פראבלעם אין פארעם פון א פראגע, "א שטילקייט אין עלעוועיטער?" און דאן שיסן דעם גאלדענעם לעזונג אלס ענטפער.

אבער דא ווערן זאכן פארפלאנטערט. ווייל אמת'דיג גערעדט, האב איך דאך ניטאמאל קיין לעזונג! טא, בלייב איך קרח מכאן ומכאן, אן א לעזונג און אן א קעפל?

אלזא, ווענד איך מיך צו אייך, ליבע ליינער, האט איר אפשר א צוגענגליכע לעזונג צום עלעוועיטער פראגע?
אלס בחור פלעגט זיין אזא מציאות און ווארט פון "מצב מעלית"
וואס כשׁמו כן הוא
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”