ביהמ"ד שומרי שבת - און אלעס ארום
פארצושטעלן פאר'ן עולם וואס דאס איז דער ביהמ"ד "חברה שומרי שבת - אנשי ספרד" אינעם עיר ואם בישראל בארא פארק, איז גענצליך איבריג. ווארום, יעדער וואס דרייט זיך דא האט שוין מסתמא געדאוונט דארט כאטש איינמאל.
אזויווי ס'קומט מיר אויס צו וויילן רעגלמעסיג אין בארא פארק, איז די ווינקל אויף 53 און 13 א פלאץ וואו איך געפין מיך גאנץ אפט. אמאל אי עס א מנחה דריי מינוט פאר'ן זמן ר"ת, אמאל א מעריב דרייע פארטאגס... ווען מ'דאוונט שוין מעריב אויבן, איז נאך עוד היום גדול אין די סוכה. ווען אנדערע אידן זאגן שוין שבת פארנאכט 'והוא רחום' אויפ'ן גאס פארנט פון שול, פארקויפט מען עליות פון מנחה אינעם בעיסמענט. ס'איז 'לילה כיום יאיר, כחשיכה כאורה' אין פולן זין פון ווארט.
צום עפענונג פון דעם אשכול פעלט זיך באמת אויס א גרינטליכן אפהאנדלונג פון איר רייכע היסטאריע, און איר אייגענארטיגע כאראקטער ביז'ן היינטיגן טאג, ועוד חזון למועד. און אדרבה, ווער עס קען זאל אריינקומען מיט אנעקדאטן, אפהאנדלונגען, זמנים, איבערלעבענישן און וואס נישט...
- אטעטשמענטס
-
- Screenshot 2023-07-10 123122.jpg (121.99 KiB) געזען 2944 מאל