קרישקעלעך פון אידישע היסטאריע

דאקומענטאציע און זכרונות פונעם אמאליגן וועלט

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

קשורה בנפשו
שר האלף
תגובות: 1047
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 24, 2022 11:45 am

Re: קרישקעלעך פון אידישע היסטאריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קשורה בנפשו »

בני ציון האט געשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 2:56 am
מושכל ראשון האט געשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 10:43 am
ממי_שאמרו האט געשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 10:06 am
מושכל ראשון האט געשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 7:37 am
ממי_שאמרו האט געשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 1:13 am
אר"י הק' א ספרדישע אדער אשכנזישער?

לויט גדולי ספרד (חיד"א, ר’ חיים פאלאג'י ועוד) איז ער געווען אן אשכנז.
לויטן חתם סופר ותלמידו המהר"ם שיק (מגדולי אשכנז) איז ער געווען א ספרדישע. הגם זיין נאמען איז געווען אשכנזי.
דער הייליגער צאנזע רב ברענגט נאך דעם תשובה פונעם חתם סופר, ער קריגט זיך אויפן עצם הנחה אז דער אר"י הק’ האט געמאכט נוסח ספרד, אבער נישט אויפן עצם הנחה.
דער קרן לדוד און מנחת אלעזר ווינדערן זיך יא זייער דערויף.

למעשה אלו ואלן זענען גערעכט! זיין מאמע איז געווען א ספרדישע און זיין טאטע אן אשכנז (כך לפי חוקרי הדורות)
די אר"י הק’ האט דאך זיין אייגענע נוסח; נוסח אר"י הק’, נישט אזוי?
חתם סופר וויל זאגן אז עס איז נוסח ספרד, אבער דער הייליגע צאנזע רב דינגט זיך מיט דעם און ווייזט אויף אז דאס איז אן עקסטערע נוסח
אהא, די נוסח פונעם הייליגן בעל הניא איז "ע"פ נוסח האר"י ז"ל"
איך מיין אז די אלע משיגים אויפן חתם סופר, האבן במחילת כבודם גארנישט אפגעפרעגט.

די שאלה וואס מען איז דן איז צי נוסח ספרד האט אין זיך מער קדושה ווי נוסח אשכנז והא ראיה דער אר''י האט געשריבן זיינע כונות אויף נוסח ספרד. זאגט דער חתם סופר אז ס'איז נישט קיין ראיה וויבאלד דער אר''י איז געווען א ספרדישע, ממילא האט ער געשריבן אויף נוסח ספרד.

יעצט איז בכלל נישט נוגע צי ר'יצחק אשכנזי לוריא איז עטניש געווען א ספרדישע, אודאי נישט זיין נאמען איז דאך אשכנזי! וואס איז נוגע איז וואספארא חינוך האט ער באקומען, וואס אויף דעם איז דער חתם סופר הייליג גערעכט אז זיין חינוך איז געווען א ספרדישע ביי זיין פעטער אין מצרים, ממילא קומט אויס אז דאס וואס ער האט געדאווענט נוסח ספרד איז פשוט אלס זיין חינוך.

אגב, דער רמח''ל פלעגט דאווענען אשכנז מיט די כונות האר''י.
דוכט זיך אז דער חתם סופר איז דן צו מען מעג טוישן צו נוסח ספרד וויבאלד דער אר"י הק' האט געלייגט כוונות דערויף.

ער בלייבט דוכט זיך אז נוסח אשכנז איז פונקט אזוי חשוב און מיר דאווענען על דעת פון די קדושים וואס האבן געדאווענט די נוסח.

זאל איינער ברענגען דעם חתם סופר.
אוועטאר
ממי_שאמרו
שר האלף
תגובות: 1370
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 7:48 pm

Re: קרישקעלעך פון אידישע היסטאריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממי_שאמרו »

קשורה בנפשו האט געשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 3:59 pm
בני ציון האט געשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 2:56 am
מושכל ראשון האט געשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 10:43 am
ממי_שאמרו האט געשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 10:06 am
מושכל ראשון האט געשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 7:37 am
די אר"י הק’ האט דאך זיין אייגענע נוסח; נוסח אר"י הק’, נישט אזוי?
חתם סופר וויל זאגן אז עס איז נוסח ספרד, אבער דער הייליגע צאנזע רב דינגט זיך מיט דעם און ווייזט אויף אז דאס איז אן עקסטערע נוסח
אהא, די נוסח פונעם הייליגן בעל הניא איז "ע"פ נוסח האר"י ז"ל"
איך מיין אז די אלע משיגים אויפן חתם סופר, האבן במחילת כבודם גארנישט אפגעפרעגט.

די שאלה וואס מען איז דן איז צי נוסח ספרד האט אין זיך מער קדושה ווי נוסח אשכנז והא ראיה דער אר''י האט געשריבן זיינע כונות אויף נוסח ספרד. זאגט דער חתם סופר אז ס'איז נישט קיין ראיה וויבאלד דער אר''י איז געווען א ספרדישע, ממילא האט ער געשריבן אויף נוסח ספרד.

יעצט איז בכלל נישט נוגע צי ר'יצחק אשכנזי לוריא איז עטניש געווען א ספרדישע, אודאי נישט זיין נאמען איז דאך אשכנזי! וואס איז נוגע איז וואספארא חינוך האט ער באקומען, וואס אויף דעם איז דער חתם סופר הייליג גערעכט אז זיין חינוך איז געווען א ספרדישע ביי זיין פעטער אין מצרים, ממילא קומט אויס אז דאס וואס ער האט געדאווענט נוסח ספרד איז פשוט אלס זיין חינוך.

אגב, דער רמח''ל פלעגט דאווענען אשכנז מיט די כונות האר''י.
דוכט זיך אז דער חתם סופר איז דן צו מען מעג טוישן צו נוסח ספרד וויבאלד דער אר"י הק' האט געלייגט כוונות דערויף.

ער בלייבט דוכט זיך אז נוסח אשכנז איז פונקט אזוי חשוב און מיר דאווענען על דעת פון די קדושים וואס האבן געדאווענט די נוסח.

זאל איינער ברענגען דעם חתם סופר.
איך בין יעצט על אם הדרך, אבער אויב איינער זיכט עס אויף, ביטע ארויפלייגן אויך דער תשובה אין מהר"ם שיק צו הרב גלאזנער פון קלויזענבורג (טאטע פון הרב גלאזנער הידוע) וועגן די נוסח סאמאטוכע- כמדומה לי תשובה כב אדער מב. איך געדענק נישט אויסעווענדיג. (יענע תשובה איז ווערט אן אשכול פאר זיך נעבן דעם בחצרות געוועזענעם אשכול. חסידים האבן געוואלט עפענען אן עקסטערע ביהמ"ד וועגן די נוסח התפילה, הרב גלאזנער פרעגט כדת מה לעשות און ער האלט אז די נוסח איז נאר א תירוץ פאר א פילוג. אין קורצן ענטפערט ער: If you cant beat them, join them)
דאס לעבן איז פארקערט פונעם 'אטעלאו' שפיל - אין אטעלאו געווינט מען אויב דרייט מען יענעם איבער צו וואס דו ביסט. אין לעבן איז דאס פונקט פארקערט! - ממי שאמרו

מפתח - ממי שאמרו
אוועטאר
דרייטצעך
שר ששת אלפים
תגובות: 6321
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 29, 2021 5:13 pm
לאקאציע:וואו דרייטצעך א איד?

Re: קרישקעלעך פון אידישע היסטאריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דרייטצעך »

@ממי_שאמרו יעצט דורכגעליינט דעם אשכול אין איין אטעם, שכח! מיר דארפן נאך!
= שומר ישראל שמור שארית ישראל =
איך בין נישט קיין דעמאקראט, נישט קיין ריפובליקען און ניטאמאל קיין אינדיפעדענט, איך באנוץ זיך מיט מיין אייגענעם שכל...
אבער אנטקעגן דעת תורה פון מיינע רבי'ס בטלה דעתי!
אוועטאר
נשמת הניגון
שר חמישים ומאתים
תגובות: 325
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 22, 2023 3:15 am
לאקאציע:בהיכל הנגינה וואס איז נעבן די היכל התשובה

Re: קרישקעלעך פון אידישע היסטאריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמת הניגון »

דרייטצעך האט געשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 4:45 pm
@ממי_שאמרו יעצט דורכגעליינט דעם אשכול אין איין אטעם, שכח! מיר דארפן נאך!
*מיר האבן נאך...

ער האט געעפנט מאסן נייע אשכולות אין די לעצטע פאר וואכן, כאפט נאר א שפאצירל אויף די הערליכע גאסן פון אונזער ניי איבערגעבויטן היסטאריע פארום און קליקט אויף יעדע אשכול וואס ממי האט געשריבן דארט די ערשטע, איר וועט אייך באקענען פון די נאנט מיט די היסטאריע פון אידן אין פוילן, און פיל מער...

און אוודאי זאל ער ברענגען מער
דער ניגון איז א בריוו פון הארץ געשריבן דורך נאטן
אוועטאר
פארצייטיש
שר האלפיים
תגובות: 2046
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 02, 2020 9:24 pm

Re: קרישקעלעך פון אידישע היסטאריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארצייטיש »

אידישע היסטאריע האט געשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 6:42 pm
ממי_שאמרו האט געשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 3:21 pm
געהערט בשם הרב ניישלאס פון סקווירא, איינער האט אים געפרעגט פון ווי האט סקווירא גענומען דאס זאגן הלל מיט א ברכה ביים מצות באקן, האט ער געענטפערט זיס. ווען איך זאג דיר אז עס איז א משנה ברורה וואלסטו עס אנגענומען, אבער א מאור עינים איז דיר נישט גענוג גוט?? ודפח"ח
זייטיגע נאטיץ
גראדע האט עס שוין א מקור אין די ראשונים.
די מעשה איז מעגליך אמת. אבער ס'קען זיין אז מ'מישט אויס מיט א צווייטע מעשה.

הרה"ק רבי איציקל סקווערער זי"ע איז אמאל געפרעגט געווארן דורכן דיין פון שטאט סקווירא, וואס איז די מקור אז אין סקווירא זאגט מען ערב פסח ביים מצות באקן הלל מיט א ברכה? האט ער געענטפערט: "ווען וואלסט געטראפן א מקור אויף דעם אין ספר שערי תשובה בשם א אחרון פון צוואנציג יאר צוריק, וואלסטו צופרידען געווען... און אז איך זאג דיר אז כ'האב עס געהערט פון מיין טאטן וואס האט עס געהערט פון זיין טאטן דער מאו"ע זי"ע וואס האט עס מקבל געווען פון אליהו הנביא דארפסטו נאך א מקור"?

אז מ'רעדט שוין פון הג"ר משה ניישלאס זצ"ל מיט משנה ברורה, איז באקאנט אז ווען מ'פלעגט איהם פרעגן אויף געוויסע פסקים וואס ער האט גע'פסק'נט אז ס'שטימט נישט מיטן משנ"ב, האט ער געענטפערט: "וואס זאל איך טוהן, ווען איך האב באקומען היתר הוראה איז נאך דער משנ"ב נישט געווען ארויס פון דפוס"...
אוועטאר
ממי_שאמרו
שר האלף
תגובות: 1370
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 7:48 pm

Re: קרישקעלעך פון אידישע היסטאריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממי_שאמרו »

פארצייטיש האט געשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 5:08 pm

איר זענט גערעכט. איך האב דאס נאר נאכגעשריבן פון זכרון.
דאס לעבן איז פארקערט פונעם 'אטעלאו' שפיל - אין אטעלאו געווינט מען אויב דרייט מען יענעם איבער צו וואס דו ביסט. אין לעבן איז דאס פונקט פארקערט! - ממי שאמרו

מפתח - ממי שאמרו
אוועטאר
ממי_שאמרו
שר האלף
תגובות: 1370
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 7:48 pm

Re: קרישקעלעך פון אידישע היסטאריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממי_שאמרו »

פארצייטיש האט געשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 5:08 pm

אז מ'רעדט שוין פון הג"ר משה ניישלאס זצ"ל מיט משנה ברורה, איז באקאנט אז ווען מ'פלעגט איהם פרעגן אויף געוויסע פסקים וואס ער האט גע'פסק'נט אז ס'שטימט נישט מיטן משנ"ב, האט ער געענטפערט: "וואס זאל איך טוהן, ווען איך האב באקומען היתר הוראה איז נאך דער משנ"ב נישט געווען ארויס פון דפוס"...
אוי איז דאס א גוט ווארט. ביז 30-40 יאר צוריק האט א חסידישע דיין געניצט דעם משנה ברורה אלס א ליקוט נאכצוקיקן. און ווען דער שו"ע הרב האט געשריבן אנדערש, זאל מען גיין צום משנ"ב? מאן דכר שמיה

להודות
שר האלפיים
תגובות: 2570
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 27, 2016 5:02 pm

Re: קרישקעלעך פון אידישע היסטאריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודות »

פאר די היסטאריע חלק - ס'איז שוין געווען געדרוקט פאר ער איז געבוירען געווארען.
אוועטאר
אונטערגעשריבענערהייט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3011
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש יוני 10, 2023 11:04 pm

Re: קרישקעלעך פון אידישע היסטאריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונטערגעשריבענערהייט »

ממי_שאמרו האט געשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 6:51 pm
פארצייטיש האט געשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 5:08 pm

אז מ'רעדט שוין פון הג"ר משה ניישלאס זצ"ל מיט משנה ברורה, איז באקאנט אז ווען מ'פלעגט איהם פרעגן אויף געוויסע פסקים וואס ער האט גע'פסק'נט אז ס'שטימט נישט מיטן משנ"ב, האט ער געענטפערט: "וואס זאל איך טוהן, ווען איך האב באקומען היתר הוראה איז נאך דער משנ"ב נישט געווען ארויס פון דפוס"...
אוי איז דאס א גוט ווארט. ביז 30-40 יאר צוריק האט א חסידישע דיין געניצט דעם משנה ברורה אלס א ליקוט נאכצוקיקן. און ווען דער שו"ע הרב האט געשריבן אנדערש, זאל מען גיין צום משנ"ב? מאן דכר שמיה
נ. ב. שמעתי, אז ביי די בר מצוה פון האדמו"ר מהר”א מסאטמאר שליט"א איז געקומען דער פעטער הרה”ק מסאטמאר זי”ע און אים געפרעגט צי ער האט געלערנט הלכות תפילין? האט ער געענטפערט יא משנה ברורה, האט אים דער רבי געזאגט אז מ’דארף לערנען הלכה אנגעהויבן פון די נושאי כלים, און נישט פון משנה ברורה.
נאר נאכגעשריבן פון א מעשה געהערט 5 יאר צוריק, איינער מיט מער פרטים?
לעצט פארראכטן דורך אונטערגעשריבענערהייט אום זונטאג יולי 16, 2023 10:25 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
אוועטאר
אידישע היסטאריע
שר חמישים
תגובות: 61
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 23, 2021 12:09 am
לאקאציע:ביים מוכר ספרים

Re: קרישקעלעך פון אידישע היסטאריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אידישע היסטאריע »

ממי_שאמרו האט געשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 6:51 pm
פארצייטיש האט געשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 5:08 pm

אז מ'רעדט שוין פון הג"ר משה ניישלאס זצ"ל מיט משנה ברורה, איז באקאנט אז ווען מ'פלעגט איהם פרעגן אויף געוויסע פסקים וואס ער האט גע'פסק'נט אז ס'שטימט נישט מיטן משנ"ב, האט ער געענטפערט: "וואס זאל איך טוהן, ווען איך האב באקומען היתר הוראה איז נאך דער משנ"ב נישט געווען ארויס פון דפוס"...
אוי איז דאס א גוט ווארט. ביז 30-40 יאר צוריק האט א חסידישע דיין געניצט דעם משנה ברורה אלס א ליקוט נאכצוקיקן. און ווען דער שו"ע הרב האט געשריבן אנדערש, זאל מען גיין צום משנ"ב? מאן דכר שמיה

יש ויש. רוב עלטערע סאטמארע דיינים האבן נאך ביז לעצטנס (און טייל אפילו נאך היינט...) גאנץ ווייניג באנוצט מיט'ן משנה ברורה. אנדערע האבן זיך אבער יא שטארק גערעכנט מיט אים, אריינגערעכנט הגה"צ ר' יצחק מאשקאוויטש זצ"ל אב"ד נייטרא וויליאמסבורג.
מיר האפן ארויפצולייגן יעדע וואך-צוויי אן אפהאנדלונג איבער שטיקעלעך אידישע היסטאריע.

פאר הערות והארות קען מען זיך ווענדן אין אימעל צו [email protected]
אוועטאר
צד השוה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 379
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 16, 2022 10:47 pm
לאקאציע:אינעם באשעפער'ס וועלטל

Re: קרישקעלעך פון אידישע היסטאריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צד השוה »

א הערליך שיין אשכול! א דאנק @ממי_שאמרו
https://torahanytime.com/lectures/286168

ער וויל נישט, צו ער קען נישט?! שלומי'ס רייזע

ביזט גוט און די ערד? ס'איז שטאק טינקל? די ווערסט יעצט איינגעפלאנצט! דיינע זאפטיגע פירות קענען בס''ד נאר וואקסן מיט דעם וואס דיין קערל גייט דאס דורך!
never say never
שר העשר
תגובות: 34
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 22, 2022 3:35 pm

Re: קרישקעלעך פון אידישע היסטאריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך never say never »

ממי_שאמרו האט געשריבן: דינסטאג יולי 11, 2023 11:01 am
14. חסידישע ספרים

תולדות יעקב יוסף איז געווען דער ערשטער חסידישע ספר, די ליטוואקעס האבן דאס פארברענט אין די גאסן. (בדרך אגב, ווען דער רמב"ם איז ארויסגעקומען מיטן מורה נבוכים האבן זיינע מתנגדים דאס אויך פארברענט אין די גאסן רח"ל).
ביים בעל שם הק’ צייטן האט מען נישט געשריבן ספרים פארן המון עם. דער מגיד הגדול האט געהייסן זיינע תלמידים פארשפרייטן תורת החסידות פארן המון דורך שרייבן ספרים.
רבי פנחס קאריצער האט געהאט שטארקע טענות דערויף און געקומען צום מגיד פרעגן הייתכן. דער תניא האט דאן פארענטפערט דעם מהלך און רבי פנחס קאריצער האט דאס אנגענומען. שפעטער נאכן פטירה פונעם מגיד האט מען געמאכט א גורל ווער זאל האלטן וועלכע חלק פונעם גופו הטהור. דער תניא האט געווינען דעם קאפ. דער תניא האט שפעטער געזאגט אז דאס איז געקומען אלס שכר פאר פארענטפערן דעם מגיד פאר רבי פנחס קאריצער.

הגם עס איז קודם נישט געגאנגען פארן תולדות דאס צו פארקויפן, ער ארומגעגאנגען דאס צו פארקויפן, דער עולם האט דאס קודם עפעס נישט געקויפט. דער אור המאיר האט אים געזאגט אז דאס איז ממש ווי דער אייבערשטער מיט די תורה, קיינער האט דאס קודם נישט געוואלט...
דרך אגב ליגט מיר אין זכרון אז די תולדת איז געווען א שיינע פאר יאר עלטער פינעם בעל שם איז עס אמת?
אוועטאר
ממי_שאמרו
שר האלף
תגובות: 1370
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 7:48 pm

Re: קרישקעלעך פון אידישע היסטאריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממי_שאמרו »

never say never האט געשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 4:05 pm

אוודאי געוויס. די שאלה איז נאר וויפיל יאר עלטער. ס’ווענט זיך וועלכע מסורה איר נעמט אן אויפן שנת הולדת
דאס לעבן איז פארקערט פונעם 'אטעלאו' שפיל - אין אטעלאו געווינט מען אויב דרייט מען יענעם איבער צו וואס דו ביסט. אין לעבן איז דאס פונקט פארקערט! - ממי שאמרו

מפתח - ממי שאמרו
אוועטאר
ממי_שאמרו
שר האלף
תגובות: 1370
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 7:48 pm

Re: קרישקעלעך פון אידישע היסטאריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממי_שאמרו »

אן אינטערעסאנטע קרישקעלע.
אלע דריי גרעסטע רבי'ס פון כלל ישראל אשר מפיהם אנו חיים עד היום הזה. אלע דריי וואס האבן מגלה געווען א תורה שלימה און געטוישט כלל ישראל אויף אייביג איז ר"ת רשב"י.
רבי שמעון בר יוחאי,
רבי שלמה בן יצחק (רשבי)
רבי ישראל בעל שם (בעל שם טוב הק’)

פארשידענע גרויסע חסידישע רבנים וצדיקים האבן אויך געטראגן דעם נאמען, און אין זייער הויף האט מען צוגעלייגט די צדיקים אויך.
דער ריזשינער- רבי ישראל בן שכנא
דער קאזניצע מגיד - רבי ישראל בן שבתי
לעצט פארראכטן דורך ממי_שאמרו אום דינסטאג יולי 18, 2023 3:03 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
דאס לעבן איז פארקערט פונעם 'אטעלאו' שפיל - אין אטעלאו געווינט מען אויב דרייט מען יענעם איבער צו וואס דו ביסט. אין לעבן איז דאס פונקט פארקערט! - ממי שאמרו

מפתח - ממי שאמרו
אוועטאר
בוטשער
שר האלף
תגובות: 1005
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 16, 2023 2:48 pm

Re: קרישקעלעך פון אידישע היסטאריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוטשער »

ממי_שאמרו האט געשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 2:55 pm
אן אינטערעסאנטע קרישקעלע.
אלע דריי גרעסטע רבי'ס פון כלל ישראל אשר מפיהם אנו חיים עד היום הזה. אלע דריי וואס האבן מגלה געווען א תורה שלימה און געטוישט כלל ישראל אויף אייביג איז ר"ת רשב"י.
רבי שמעון בר יוחאי,
רבי שלמה בן יצחק (רשבי)
רבי ישראל בעל שם (בעל שם טוב הק’)

פארשידענע גרויסע חסידישע רבנים וצדיקים האבן אויך געטראגן דעם נאמען, און אין זייער הויף האט מען צוגעלייגט די צדיקים אויך.
דער ריזשינער- רבי ישראל בן שכנא
דער אוהב ישראל - רבי ישראל בן שבתי
זאג נישט אלע. אבער ס'איז טאקע אינטערעסאנט.
( viewtopic.php?p=4709454#p4709454 ) שמעו ותחי נפשכם...
אוועטאר
נצר מגזע אדמורים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 307
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 28, 2020 9:54 am

Re: קרישקעלעך פון אידישע היסטאריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נצר מגזע אדמורים »

ממי_שאמרו האט געשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 2:55 pm
אן אינטערעסאנטע קרישקעלע.
אלע דריי גרעסטע רבי'ס פון כלל ישראל אשר מפיהם אנו חיים עד היום הזה. אלע דריי וואס האבן מגלה געווען א תורה שלימה און געטוישט כלל ישראל אויף אייביג איז ר"ת רשב"י.
רבי שמעון בר יוחאי,
רבי שלמה בן יצחק (רשבי)
רבי ישראל בעל שם (בעל שם טוב הק’)

פארשידענע גרויסע חסידישע רבנים וצדיקים האבן אויך געטראגן דעם נאמען, און אין זייער הויף האט מען צוגעלייגט די צדיקים אויך.
דער ריזשינער- רבי ישראל בן שכנא
דער אוהב ישראל - רבי ישראל בן שבתי
ר' ישראל בן שבתי איז די קאזניץ'ע מגיד
אוועטאר
ממי_שאמרו
שר האלף
תגובות: 1370
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 7:48 pm

Re: קרישקעלעך פון אידישע היסטאריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממי_שאמרו »

קרישקעלע נאמבער איך געדענק נישט.

געווען צדיקים וועלכע מ'האט גערופן ביים שטאט נאמען טראץ וואס סוף ימיו איז ער בכלל נישט דארט געווען, אדער געווען אין יענע שטאט א קורצע צייט.

דער אפטא רב - דער אוהב ישראל - געוואוינט פאר 9 יאר אין מעזיבוש סוף ימיו,
רבי ישעיה טשעחובער איז געווען רב אין טשעחויב פאר 2 חדשים און געוואוינט אין קראקא שפעטער כל ימי חייו. ווען רבי מאיר פרעמישלאנער איז געווען ביים הייליגן צאנזע רב, האט ער אים געזאגט: מאיר'ל ווייסט אז ווער דען זאל זיין רבנים אויב נישט צאנזע רב’ס קינדער. איך בעהט אייך אבער אז די אינגסטע צוויי זאלן נישט טראגן קיין עול הרבנות, און דער צאנזע רב האט מסכים געווען. רבי שלום אליעזר’ל מראצפערט (נישט געווען דארט רב) און רבי ישעיה טשעחויבער זענען געווען די אינגסטע צוויי.
דאס לעבן איז פארקערט פונעם 'אטעלאו' שפיל - אין אטעלאו געווינט מען אויב דרייט מען יענעם איבער צו וואס דו ביסט. אין לעבן איז דאס פונקט פארקערט! - ממי שאמרו

מפתח - ממי שאמרו
אוועטאר
ממי_שאמרו
שר האלף
תגובות: 1370
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 7:48 pm

Re: קרישקעלעך פון אידישע היסטאריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממי_שאמרו »

נצר מגזע אדמורים האט געשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 3:02 pm
ממי_שאמרו האט געשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 2:55 pm
אן אינטערעסאנטע קרישקעלע.
אלע דריי גרעסטע רבי'ס פון כלל ישראל אשר מפיהם אנו חיים עד היום הזה. אלע דריי וואס האבן מגלה געווען א תורה שלימה און געטוישט כלל ישראל אויף אייביג איז ר"ת רשב"י.
רבי שמעון בר יוחאי,
רבי שלמה בן יצחק (רשבי)
רבי ישראל בעל שם (בעל שם טוב הק’)

פארשידענע גרויסע חסידישע רבנים וצדיקים האבן אויך געטראגן דעם נאמען, און אין זייער הויף האט מען צוגעלייגט די צדיקים אויך.
דער ריזשינער- רבי ישראל בן שכנא
דער אוהב ישראל - רבי ישראל בן שבתי
ר' ישראל בן שבתי איז די קאזניץ'ע מגיד
אוי, טעות פון מיין זייט. לאמיר עס פארעכטן
דאס לעבן איז פארקערט פונעם 'אטעלאו' שפיל - אין אטעלאו געווינט מען אויב דרייט מען יענעם איבער צו וואס דו ביסט. אין לעבן איז דאס פונקט פארקערט! - ממי שאמרו

מפתח - ממי שאמרו
אוועטאר
ממי_שאמרו
שר האלף
תגובות: 1370
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 7:48 pm

Re: קרישקעלעך פון אידישע היסטאריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממי_שאמרו »

בוטשער האט געשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 2:56 pm
ממי_שאמרו האט געשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 2:55 pm
אן אינטערעסאנטע קרישקעלע.
אלע דריי גרעסטע רבי'ס פון כלל ישראל אשר מפיהם אנו חיים עד היום הזה. אלע דריי וואס האבן מגלה געווען א תורה שלימה און געטוישט כלל ישראל אויף אייביג איז ר"ת רשב"י.
רבי שמעון בר יוחאי,
רבי שלמה בן יצחק (רשבי)
רבי ישראל בעל שם (בעל שם טוב הק’)

פארשידענע גרויסע חסידישע רבנים וצדיקים האבן אויך געטראגן דעם נאמען, און אין זייער הויף האט מען צוגעלייגט די צדיקים אויך.
דער ריזשינער- רבי ישראל בן שכנא
דער אוהב ישראל - רבי ישראל בן שבתי
זאג נישט אלע. אבער ס'איז טאקע אינטערעסאנט.
גערעכט.
דאס לעבן איז פארקערט פונעם 'אטעלאו' שפיל - אין אטעלאו געווינט מען אויב דרייט מען יענעם איבער צו וואס דו ביסט. אין לעבן איז דאס פונקט פארקערט! - ממי שאמרו

מפתח - ממי שאמרו
אביונה
שר האלפיים
תגובות: 2456
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 17, 2019 1:39 pm

Re: קרישקעלעך פון אידישע היסטאריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אביונה »

דער ריזינער, איז 'ישראל בן שלום' [אזוי שרייבט זיך חתי"ק]
והקריב מן התרים או מן בני היונה קרבנו
אוועטאר
ממי_שאמרו
שר האלף
תגובות: 1370
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 7:48 pm

Re: קרישקעלעך פון אידישע היסטאריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממי_שאמרו »

דער מגיד הגדול און ממשיך פונעם בעל שם טוב הק’, איז געווען פון די לעצטע וועלכע זענען געווארן תלמידים ממש פונעם בעל שם טוב, און אזוי איז ער געווען אינגאנצן עטליכע מאהל ביים בעל שם. מיט דעם אלעם האבן רוב תלמידי הבעל שם איבערגעגעבן דעם הנהגה פארן מגיד.
דאס לעבן איז פארקערט פונעם 'אטעלאו' שפיל - אין אטעלאו געווינט מען אויב דרייט מען יענעם איבער צו וואס דו ביסט. אין לעבן איז דאס פונקט פארקערט! - ממי שאמרו

מפתח - ממי שאמרו
אוועטאר
ממי_שאמרו
שר האלף
תגובות: 1370
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 7:48 pm

Re: קרישקעלעך פון אידישע היסטאריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממי_שאמרו »

אביונה האט געשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 3:07 pm
דער ריזינער, איז 'ישראל בן שלום' [אזוי שרייבט זיך חתי"ק]
איך בין ממש נישט אויסגעקאכט אין הלכות שמות אנשים. איז שכנא נאר א צונאמען פאר שלום?
דאס לעבן איז פארקערט פונעם 'אטעלאו' שפיל - אין אטעלאו געווינט מען אויב דרייט מען יענעם איבער צו וואס דו ביסט. אין לעבן איז דאס פונקט פארקערט! - ממי שאמרו

מפתח - ממי שאמרו
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35754
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע:אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: קרישקעלעך פון אידישע היסטאריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

ממי_שאמרו האט געשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 2:55 pm
אן אינטערעסאנטע קרישקעלע.
אלע דריי גרעסטע רבי'ס פון כלל ישראל אשר מפיהם אנו חיים עד היום הזה. אלע דריי וואס האבן מגלה געווען א תורה שלימה און געטוישט כלל ישראל אויף אייביג איז ר"ת רשב"י.
רבי שמעון בר יוחאי,
רבי שלמה בן יצחק (רשבי)
רבי ישראל בעל שם (בעל שם טוב הק’)
רבייהודה [הנשיא] בן [רבי] שמעון [בן גמליאל]
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
ויתן לך
שר חמשת אלפים
תגובות: 5269
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 03, 2011 4:35 pm
לאקאציע:ביים סידור'ל פאר הבדלה

Re: קרישקעלעך פון אידישע היסטאריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ויתן לך »

ממי_שאמרו האט געשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 3:09 pm
דער מגיד הגדול און ממשיך פונעם בעל שם טוב הק’, איז געווען פון די לעצטע וועלכע זענען געווארן תלמידים ממש פונעם בעל שם טוב, און אזוי איז ער געווען אינגאנצן עטליכע מאהלביים בעל שם. מיט דעם אלעם האבן רוב תלמידי הבעל שם איבערגעגעבן דעם הנהגה פארן מגיד.
צוויי מאל לפי מסורת בית רוזין
אוועטאר
ממי_שאמרו
שר האלף
תגובות: 1370
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 7:48 pm

Re: קרישקעלעך פון אידישע היסטאריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממי_שאמרו »

ווען דער ייטב לב האט א נאמען געגעבן פאר זיין קינד דעם נאמען משה (נאכן ישמח משה), האט נאך דער שווער - רבי משה דוד אשכנזי מטאלטשעווע - געלעבט אין ארץ ישראל און דער ייטב לב האט פשוט פארגעסן. די רביצין האט געמיינט אז איר טאטע איז אוועק און מהאט איר פשוט נישט פארציילט.

שפעטער האט דער ייטב לב צוגעלייגט דעם נאמען יוסף, טאקע פארדעם. ער איז געווען רבי משה יוסף מאוהעל.

מידי דברי בו, רבי משה יוסף איז געווען רב און איז אוועק אין אוהעל. פארוואס ליגט ער אין סיגוט? נאך זיין פטירה האבן די מתנגדישע קהילה נישט געוואלט לייגן במקום הראוי אינעם נייעם בעת החיים (די אלטע ווי דער ישמח משה ליגט, האט באלאנגט פאר די נעאלאגן) דער קדושת יום טוב האט זיך געבעטן ביי זיי "איך האב שוין 48 שעה נישט געלייגט קיין תפילין" אלס אונן רח"ל. ווען דער קדושת יו"ט האט געזעהן אז עס איז נישט דא מיט וועם צו גיין צום טיש, האט ער אים געטראגן קיין סיגוט און דארט געלייגט.
לעצט פארראכטן דורך ממי_שאמרו אום דינסטאג יולי 18, 2023 3:21 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
דאס לעבן איז פארקערט פונעם 'אטעלאו' שפיל - אין אטעלאו געווינט מען אויב דרייט מען יענעם איבער צו וואס דו ביסט. אין לעבן איז דאס פונקט פארקערט! - ממי שאמרו

מפתח - ממי שאמרו
שרייב תגובה

צוריק צו “זכור ימות עולם”