חילוקי דינים צווישן הגה"ק משינאווא זי"ע ואביו הדב"ח זי"ע

מנהגים וסגולות שונות

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

אוועטאר
חוקר
שר חמש מאות
תגובות: 943
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג סעפטעמבער 12, 2008 2:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוקר »

עס שטייט און דרכי חיים אות כ'
טראכט גוט וועט זיין גוט !!!!!
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15632
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע:וואו בינעך טאקע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

איך האב נישט קיין דרכי חיים צו די האנט, קאנט איר עס אפשר ציטירן, אדער עטליסט זאגן אויסענווייניג וואס דארט שטייט?
אוועטאר
חוקר
שר חמש מאות
תגובות: 943
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג סעפטעמבער 12, 2008 2:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוקר »

עפעס גייט נישט קיקט אויף היברו באקס דארט איז עס דא
לעצט פארראכטן דורך חוקר אום מיטוואך מארטש 04, 2009 3:24 pm, פארראכטן געווארן 4 מאל.
טראכט גוט וועט זיין גוט !!!!!
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15632
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע:וואו בינעך טאקע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

דער לינק איז נישט גוט, יישר כח פאר זיך אנשטרענגן.
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6809
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע:אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

דרכי חיים אות כ'
אטעטשמענטס
darkeichaim.jpg
the SCY is the limit
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15632
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע:וואו בינעך טאקע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

שכוח ר' שמחה.

וואס הייסט אז יעדן טאג האט דער דברי חיים אנגעטון די ר"ת'ס פארן דאווענען?

כאב נעכטן איבערגעקוקט דעם ספר און געזעהן אז ער ברענגט גראדע אז דער הייליגער קאמארנער האט זיך אויך אזוי געפירט.
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6809
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע:אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

איך ווייס פון מיין טאטען ע"ה אז זיין רבי דער מנחת אלעזר ז"ל האט ביי זיך און שטוב פארען דאווענען אהנגעטוהן רש"י מיט ר"ת ציזאמען (אוויא מעזעהט אמאל ביי די ספרדים) און געליינט קריאת שמע און זיי. די תפילין זענען געווען קליין שני אצבעות על שני אצבעות

דער הייליגער דברי חיים האט זיך אפשר אויך אזוי געפירט?
the SCY is the limit
אוועטאר
חוקר
שר חמש מאות
תגובות: 943
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג סעפטעמבער 12, 2008 2:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוקר »

אזוי שרייבט דער דרכי חיים גלייך פארדעם אז צאנזער רב האט געהאט צוויי קליינע פאר תפילין
טראכט גוט וועט זיין גוט !!!!!
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15632
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע:וואו בינעך טאקע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

אמת, אבער ער שרייבט דאס נאר אויף פורים, אבער איבער יעדן טאג שרייבטער עס נישט (עטליסט נישט אין דעם קטע).
אוועטאר
חוקר
שר חמש מאות
תגובות: 943
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג סעפטעמבער 12, 2008 2:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוקר »

יא ער שרייבט עס גלייך פריער אז מען האט עם קיינמאל נישט געזען דאס טיהן ווייל מען האט קיינמאל נישט אריינגעלאזט קיינעם דעמלס אויסער פורים וואס עס איז געווען ברבים
טראכט גוט וועט זיין גוט !!!!!
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15632
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע:וואו בינעך טאקע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

אהא, א יישר כח.
בני יששכר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 496
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 02, 2009 9:54 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בני יששכר »

דער דברי חיים האט אנגעגרייט די תפילין של ראש פאר זיין זין ר' שלום אליעזר ער האט אים אנגעזאגט אז טאמער איינער וועט קימען טאשן זיין קשר זאל ער אים נישט לאזן ביי זיין בר מצוה האט שוין דער דברי חיים נישט געלעבט
און דער שינעווער רב האט אים געבעטן זיין תפילין ער האט עס געוואלט ארים טאשן דעם קשר האט אים ר' שלום אליעזר פארציילט וואס זיין טאטע האט אים אנגעזאגט און ער האט אים נישט געלאזט.
בני יששכר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 496
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 02, 2009 9:54 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בני יששכר »

דער דברי חיים האט זיך איינמאל זיך אנגערופן אויפן שינעווער רב
אם חכם בני ישמח לבי גם אני
אוועטאר
leiby
שר שלשת אלפים
תגובות: 3911
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 16, 2008 11:08 pm
לאקאציע:צווישן אידן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך leiby »

דורך בני יששכראום דאנערשטאג יולי 08, 2010 12:01 am

למדן האט געשריבן:איבער'ן ענין פון זאגן תחנון אין די טעג פון ספירת 'הוד', איז כדי מוסיף צו זיין נאך א חלק פון די מעשה:

ווען דער שינאווער רב האט פארגעהאלטן הלמאי מ'זאגט נישט קיין תחנון, האט עמיצער דארט [אפשר גאר דער צאנזער רב אליינס] אנגעמערקט אז ס'איז דאך מבואר אין זוה"ק אז די טעג פון 'הוד' זענען "תרעאין פתוחין", (די טויערן פון הימל זענען אפן] און דערפאר פירט מען זיך נישט צו זאגן תחנון אין די געהויבענע טעג, האט דער שינאווער רב געענטפערט: אדרבה, אז ס'איז תרעין פתוחין דארף מען דאך הערשט זאגן תחנון!!!!


די מעשה מיט צאנזער מיט שינאווער רב וועגן זאגן תחנון און הוד זיי זענען געווען ציזאמען און די שטאט רודניק מיין איך אין צאנזער רב האט געקלאפט יתגדל און שינאווער רב האט ארויסגענימען א מנין אידן צי זאגן תחנון. איין אין צוואנציג יאהר שפעטער איז שינאווער רב אויך געווען אין רודניק אין מיטן הוד האט דער עולם שוין געוויסט אז מען דארף זאגן תחנון האט ער געקלאפט יתגדל ער האט געזאגט דא איז באתרא דמר און דער טאטע האט געהאלטן אז מען זאגט נישט קיין תחנון הוד . האט מען אים געפרעגט פארוואס ווען דער רב האט געלעבט האט ער געטון פארקערט האט ער גע'ענטפערט אז ער האט יענע נאכט געהאט א חלום אז עס געקימען די צייט אז ער זאל איבער נעמען דאס רבנות האט ער געמאכט זיכער זיך צי האלטן אלס בעלז ער האט יענע טאג נישט געקימען צים טיש מ'האט געמיינט אז ער איז ברוגז ער האט געזאגט אז ער האט יענע טאג געפאסט א תענות חלום . ער האט געזאגט אז ער האט אויפגעהאלטן זיין טאטע איין אין צוואנציג יאהר דורך דעם.

בני יששכר
שר מאה
הודעות: 204




דורך א טענצל!אום פרייטאג יולי 09, 2010 9:32 am

אלף בית האט געשריבן:ד. היתר שטר מכירה לשבת. דער צאנזער רב זי"ע האט מתקן געווען אן היתר שטר מכירה לשבת, כדי צו ראטעווען פרנסות ישראל, האט אבער דער שינאווא'ער רב גע'ארבעט מעשים אפצוהאלטן אידן פון זיך באנוצן דערמיט.



איך האב געהערט אז די היתר פון שטר מכירה איז געווען וויבאלד כידוע ווען הרה"ק דער ריזשינער זי"ע האט זיך געראטעוועט פון די רוסישע תפיסה, האט ער דאן געקויפט א באדן, ס'האט געהייסן "פאטאק זלאטי", דער טשארטקובער הרה"ק ר' דוד משה זי"ע האט געוואוינט דארט א שטיק צייט נאכן פטירה פון פאטער (אולי האט ער עס גע'ירש'ענט), די זאך דערפון איז געווען וויבאלד אויב באזיצט מען א באדן איז שוין שווערער די אויסליפערונג (שפעטער האט מען געזאגט אז ער איז א סאדיגורא'ע געבוירענער וכו') עכ"פ איז געווען דארט בהמות וכדו' איז מ'האט געברויכט ארבייטן אום שב"ק, האט דער צאנזער רב מתיר געווען כפי הצורך. (כמדומה לי אז אין 'דער סאנזער צדיק' רעדט ער דערוועגן)

כך שמעתי, האט שוין עמיצער געהערט דערפון?

ושבחתי אני את השמחה... גייט'ס א טענצל פרייליכערהייט!
א טענצל!
שר חמישים ומאתים
הודעות: 290
שש מצות תמידיות : אהבת ה',יראת ה', יחוד ה', אמונה בה', שלילת ע"ז, ולא תתורו .
טאבאקא
שר חמש מאות
תגובות: 659
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 20, 2010 1:29 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טאבאקא »

אלף בית האט געשריבן:
המסתתר האט געשריבן:
ד.היתר שטר מכירה לשבת. דער צאנזער רב זי"ע האט מתקן געווען אן היתר שטר מכירה לשבת, כדי צו ראטעווען פרנסות ישראל, האט אבער דער שינאווא'ער רב גע'ארבעט מעשים אפצוהאלטן אידן פון זיך באנוצן דערמיט.



בימים ההם האט מען געטראפן אסאך אויל קוועלער אין מזרח גאליציע (די לעמבערגע געגנט) און זייער אסאך אידן האבן געהאט פרנסה בשפע דערפון, מפלעגט קענען ארויספאמפען פון די קוועלער זייער אסאך אויל טעגליך. די שאלה איז געווארן לגבי שבת אז יעדן טאג וואס מהאט נישט גע'ארבעט איז דאס געווען א געוואלדיגע שאדן, מ'האט דעמאלט אויסגע'ארבערט עפעס א געוויסן סארט שותפות מיט א גוי אז 6 טאג אין די וואך וועט ארבעטן דער איד אין איין טאג דער גוי, מ'האט אויסגע'ארבעט אז יענער טאג זאל זיין שבת (מהאט פארשטייט זיך נישט ארויסגעזאגט אז סוועט זיין שבת, ס'געווען בהבלעה וכדו'). סאיז געווארן א מבוכה צווישן די רבנים טייל האבן גע'אסר'ט און טייל האבן מתיר געווען, דער צאנזער רב האט זיך ציגעשטעלט צו די מתירים ווידעראום דער שיניאווער רב האט גע'אסר'ט.
זידישטויב געפינט זיך אין מזרח גאליציע, הרה"ק רבי אייזיק'ל זידיטשויב'ער האט געהאט אסאך רייכע חסידים רוב םון זיי האבן טאקע געצויגן זייער רייכטום פון אט די אויל קוועלער, רבי אייזיקל האט טאקע אויך געהאלטן אז מ'קען זיך פארלאזן אויף דעם היתר.
דער שיניאווער רב האט דעמאלט געשריבן א תשובה קעגן דעם היתר, ס'האט געקענט אויסזעהן דערפון א פגיעה בכבודו פונעם זידיטשויבער רבי'ן, דער טאטע דער צאנזער רב האט אים געהייסן אז ער מיז מקבל נזיפה זיין (מיטן גאנצן סדר אן די שיך), דער שיניאווער רב האט אבער געהאלטן אז ער איז גערעכט, אבער ער האט געמוזט מקיים זיין גזירת אביו, האט ער אויסגעוועלט תשעה באב אים צו גיין איבערבעטן, ווייל דעמאלט גייט מען סייווי נישט קיין שיך. ווי נאר דער שיניאווער רב קומט אריין צו רבי אייזיק'ל, רופט ער זיך אן צו אים " זידיטשויב'ער רבי, איך מיין אז איר זיצט אויף צו אן הויכן בענקל"


איך האב בעצם נישט געוואלט קאמענטירן דא -כאטש כ'האב אסאך אויף וואס- וויבאלד עס געפעלט מיר נישט דאס ערבוביא צווישן מנהגים און הלכות. אבער אז ס'איז מיר שוין אויסגעקומען צו רעדן פון די דאזיגע נושא אינעם ליל שישי שיעור, און כ'האב געזעהן אז טייל ווייסן נישט פון וואס מען רעדט דא, וועל איך בלויז מעיר זיין אין קורצן.
איך וועל זיך נישט דא אריינלאזן אין די הלכה'דיגע מחלוקה זעלבסט, איך וועל צוברענגען עטליכע הייליגע לשונות, נאר צו פארשטיין די סיבה פארוואס דער הייליגער רב זצ"ל האט מתקן געווען דער היתר מכירה, און אז בעצם האט ער זיך נישט געקריגט מיט זיין הייליגן זון. (און בעצם איז מיר א גרויס וואונדער אז די היזיגע ת"ח ווי קרעמער און מילער ועוד, האבן דאס נישט אנגעמערקט ביז איצט).


דאס איז דער לשון פון שו"ת "דברי חיים" ח"ב סימן כ"ב.

ואם כי אני התרתי במדינתנו ולקצת נגידי מדינתכם לשכור הגיט ולעבוד בו בשבת, בררתי הטעם בתשובה. דעיקר הטעם שלי הי' בראותי בעוה"ר חילול שבת בפרהסי', ואם מהם שכותבין שטר מכירה הי' שלא כדין, כי נעשה ע"י הדיוטות. ולכן הארכתי בתשובה דדמי להא [דגיטין ל"ח] דכופין אותו לשחררה, כדי שלא ינהגו בה מנהג הפקר, ועפ"י שיטות הראשונים אשר שם בסוגי' דהיכי דשכיח הפרצה מותרים לעשות איסור קל שלא לבוא לאיסור חמור. ולזה בראותי כי באים ח"ו לידי איסור דאורי' בשביתת בהמתם וכדומה, התרתי למכור עפ"י שטר מכירה, שתקנתי בעזהי"ת נוסח נכון לכל הדיעות, ובלא הערמה ניכרת. וגם זאת לא עלה על לבי לעשותו, רק אחר שכבר הותרה מגאוני זמנינו במדינתינו מכמה שנים ואני בסביבותי לא רציתי להתיר. ורק ברבות הימים ראיתי הפרצה מתרבה, בפרט שיש להם לתלות במה שהגדולים התירו, וכתבו שטרי מכירות שאינם כלום, סמכתי על עת לעשות לה' ה"ת. ובפרט שכבר נתפרסם הדבר שהוא בשכירות ועומד לשכור שוב ל"ש מ"ע. לכן התרתי לאנשים המונים מחזיקי הגיט. אבל לאיש ידוע לירא ה' שמוחזק שלא יעבור מכפי שיורו לו, אני אוסר לעבוד בהגיט ע"י שטר מכירה בשבת, ורק מה שנוגע לתשלום הקאציז בי"ש יש להתיר, דהוי ממש דינא דמוכס [בס"ס רמ"ד], ז"ז אין שום היתר אצלילמ"ע.

און להשלמת הענין וועל איך מעתיק זיין דאס לשון פונעם הייליגן מונקאטשער רב זצ"ל אין נימוקי או"ח סימן רמ"ג.

עיין בשו"ת רבינו דברי חיים ( ח"א חאו"ח סימן ז' ) על דבר מכירת הארענדעס והגיטער לנכרי בשבת לעשות בהם מלאכה, וכפי שנדפס שם נוסח השטר מכירה כנודע. וגם ידוע מה שהרעיש אדומו"ר משינאווע זי"ע שלא לעשות כזה כי יבא מכשול והפקרות בחילול שבת קודש בשדות ובתים.

ולענ"ד (וכן הגיד אאמו"ר זי"ע), כי אב ובנו שראו את החידוש בתורה איך להחזיק מוסדותי', ומר אמר חדא ומר אמר חדא ולא פליגו, כי רבינו רבן של כל בני הגולה בדברי חיים זי"ע מיירי באותן שפרוצים ומקילים בזה. וכבר התירו להם הגאונים מפה"י ז"ל שם בגאליציען כמ"ש בדברי חיים, ובכהאי גוונא הוי דומה להך דגיטין ( לח, א ) במופקרת ופרוצה הוי כאנוסה, ורשאי לת"ח למיעבד איסור קל כדי שלא יעבור ע"ה איסור חמור שנפרץ ודש כבר בו, והכי נמי שם במכירות השדות על ידי שטר מכירה שנעשה להם כהיתר גמור לכתחילה, ואם לא יזדקקו להם הרבנים עכ"פ לעשות שטר מכירה כדת, יעברו ויחללו שב"ק, ועד שיאכלנו באיסור יאכלנו בהיתר דחוק מדינא עכ"פ.

משא"כ מרן משינאווע זי"ע צווח כיון שבמדינת אונגארן (יהי' נועם ה' עליהם בכל טוב סלה) כל יראי ה' הנגידים והגבירים בעלי השדות ישמרו שב"ק כראוי ולא יעשו כלל ע"י שום היתר שטר מכירה, וכאשר יצא לאורה הספר דברי חיים ראה שכמה וכמה מהיראים בגאליציען הקילו ביותר וסמכו עצמם לעשות שטר מכירה, ותלו באילן גדול מרן הד"ח, וחשש אולי עי"ז יתירו להם גם באונגארן וגם אלו היראי ה' למכור ולעבוד ע"י שטר מכירה, ע"כ הרעיש כי דברי אביו זצ"ל לא נאמרו ליראי ה' ושומרי שבת, וכמבואר זה שם בד"ח בעצמו סימן הנזכר לעיל. (וגם עיין שם בד"ח ( ח"ב או"ח סימן כ"ט ) מה שכ' כמה קשה בעיניו היתרי שטר מכירה כאלו, רק כשראה שעושים איסור שביתת בהמתו, ע"כ התיר עכ"פ בשטר מכירה. ועיי"ש עוד בסימן ל' [ שלאחר זה ] שם, שכתב כשראה במקום א' שבאים למכשולי' ע"י השטר מכירה ע"כ כ' שהוא חוזר בו מהיתרי השטר מכירה אצלם ששלח להם מקודם העתק הנוסח וכו', עיי"ש). כי רק לאלו החשודים ועוברים נאמר זה ההיתר כנזכר לעיל. (וגם בגאליציען הי' צווחתו הצלה פורתא עכ"פ ליראי ה' יחידי סגולה המפורסמים מבעלי שדות שנזהרו בשמירת שב"ק ושלא לעבןד גם ע"י שטר מכירה).

אמנם קשה עלי המעשה מכמה רבנים וגדולים הנוהגים סלסול בעצמם ומפריזים על המדה גם לקלי הדעת מבני הדור החדש בעוה"ר (גם במדינת אונגארן), ויש להם גיטער ושדות למכביר, ואינם רוצים הרבנים לעשות להם שטר מכירה (ומראים את עצמם כפרושים ביותר מדעת קדושים, הוא מרן הד"ח זי"ע ודעימי' שהתירו לאנשים כאלו כנזכר), ועי"ז מובן שמחללים אנשים האלו שב"ק בפרהסיא, וממילא יצאו מן הכלל בכל עניני דת תורתינו הקדושה, כי קיי"ל כמאן דאמר בעירובין ( סט, ב ) האי תנא שבת חמירא ליה כעבודה זרה, כדפסקינן ביו"ד ( סימן ב', סעיף ה ), וכיון שמחלל שב"ק בזה בלי שום היתר שום מכירה בודאי יצא מן הכלל כולו [ ועיין בדברינו בד"ת (מהדורא רביעאה אות קי"א), עיי"ש ]. וחוששני כי אולי הקולר תלוי בכזה בצואר הרבנים בכהאי גוונא כשחוכים להחמיר ביותר בלי טעם וריח, והמבין יבין. וכל ערום יעשה בדעת, וישקול במאזני משפט התורה והמת. וה' ישמרנו ויעזרנו, ושבו בנים לגבולם, שמירת שב"ק והמצות כולם, במהרה בימינו אמן.

איך מיין אז דבריו הקדושים אינם צריכין ביאור, ווייל ער זאגט אלעס זייער קלאר און שיין ארויס.
אוועטאר
ים רויבער
שר האלפיים
תגובות: 2181
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 03, 2011 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ים רויבער »

אלף בית האט געשריבן:
המסתתר האט געשריבן:
ד.היתר שטר מכירה לשבת. דער צאנזער רב זי"ע האט מתקן געווען אן היתר שטר מכירה לשבת, כדי צו ראטעווען פרנסות ישראל, האט אבער דער שינאווא'ער רב גע'ארבעט מעשים אפצוהאלטן אידן פון זיך באנוצן דערמיט.



בימים ההם האט מען געטראפן אסאך אויל קוועלער אין מזרח גאליציע (די לעמבערגע געגנט) און זייער אסאך אידן האבן געהאט פרנסה בשפע דערפון, מפלעגט קענען ארויספאמפען פון די קוועלער זייער אסאך אויל טעגליך. די שאלה איז געווארן לגבי שבת אז יעדן טאג וואס מהאט נישט גע'ארבעט איז דאס געווען א געוואלדיגע שאדן, מ'האט דעמאלט אויסגע'ארבערט עפעס א געוויסן סארט שותפות מיט א גוי אז 6 טאג אין די וואך וועט ארבעטן דער איד אין איין טאג דער גוי, מ'האט אויסגע'ארבעט אז יענער טאג זאל זיין שבת (מהאט פארשטייט זיך נישט ארויסגעזאגט אז סוועט זיין שבת, ס'געווען בהבלעה וכדו'). סאיז געווארן א מבוכה צווישן די רבנים טייל האבן גע'אסר'ט און טייל האבן מתיר געווען, דער צאנזער רב האט זיך ציגעשטעלט צו די מתירים ווידעראום דער שיניאווער רב האט גע'אסר'ט.
זידישטויב געפינט זיך אין מזרח גאליציע, הרה"ק רבי אייזיק'ל זידיטשויב'ער האט געהאט אסאך רייכע חסידים רוב םון זיי האבן טאקע געצויגן זייער רייכטום פון אט די אויל קוועלער, רבי אייזיקל האט טאקע אויך געהאלטן אז מ'קען זיך פארלאזן אויף דעם היתר.
דער שיניאווער רב האט דעמאלט געשריבן א תשובה קעגן דעם היתר, ס'האט געקענט אויסזעהן דערפון א פגיעה בכבודו פונעם זידיטשויבער רבי'ן, דער טאטע דער צאנזער רב האט אים געהייסן אז ער מיז מקבל נזיפה זיין (מיטן גאנצן סדר אן די שיך), דער שיניאווער רב האט אבער געהאלטן אז ער איז גערעכט, אבער ער האט געמוזט מקיים זיין גזירת אביו, האט ער אויסגעוועלט תשעה באב אים צו גיין איבערבעטן, ווייל דעמאלט גייט מען סייווי נישט קיין שיך. ווי נאר דער שיניאווער רב קומט אריין צו רבי אייזיק'ל, רופט ער זיך אן צו אים " זידיטשויב'ער רבי, איך מיין אז איר זיצט אויף צו אן הויכן בענקל"


אינטערעסאנט אז קיינער שרייבט עס נישט אבער ס'באקאנט אז דער הייליגער ריזשענער האט געדארפט אנטלויפן פון רוסלאנד צוליב א מסירה איז ער אנטלאפען קיין עסטרייך און כדי צו קענען בלייבן דארט האט ער געמוזט באזוצען א גוט און צוליב דעם האט דער דברי חיים געשריבען דעם היתר מכירה
כא כא כא האבן זיך די רויבער צולאכט (מנחם מענדל)
אוועטאר
ים רויבער
שר האלפיים
תגובות: 2181
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 03, 2011 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ים רויבער »

יעצט געזעהן אז מ'האט שוין גערעדט דערפון

leiby האט געשריבן: דורך בני יששכראום דאנערשטאג יולי 08, 2010 12:01 am

דורך א טענצל!אום פרייטאג יולי 09, 2010 9:32 am




איך האב געהערט אז די היתר פון שטר מכירה איז געווען וויבאלד כידוע ווען הרה"ק דער ריזשינער זי"ע האט זיך געראטעוועט פון די רוסישע תפיסה, האט ער דאן געקויפט א באדן, ס'האט געהייסן "פאטאק זלאטי", דער טשארטקובער הרה"ק ר' דוד משה זי"ע האט געוואוינט דארט א שטיק צייט נאכן פטירה פון פאטער (אולי האט ער עס גע'ירש'ענט), די זאך דערפון איז געווען וויבאלד אויב באזיצט מען א באדן איז שוין שווערער די אויסליפערונג (שפעטער האט מען געזאגט אז ער איז א סאדיגורא'ע געבוירענער וכו') עכ"פ איז געווען דארט בהמות וכדו' איז מ'האט געברויכט ארבייטן אום שב"ק, האט דער צאנזער רב מתיר געווען כפי הצורך. (כמדומה לי אז אין 'דער סאנזער צדיק' רעדט ער דערוועגן)

כך שמעתי, האט שוין עמיצער געהערט דערפון?
כא כא כא האבן זיך די רויבער צולאכט (מנחם מענדל)
אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5998
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדאם חוסעין »

עס איז דא א באקאנטע מעשה אז איינמאל ווען מען האט זיך גע'טענה'עט לגבי די היתר מכירה האט די צאנזער רב געזאגט מען וועט שוין מארגען ממשיך זיין איז שינאווער רב אהיים זאגט ער פארן גבאי ברענג מיר א שולחן ערוך לאמיר זיך פארקוקן אויף מארגען, האט ער אים געברענגט א או"ח האט ער אים געזאגט נישט דאס דארף איך איך דארף א יו"ד זיך צו פארקוקן ווי אזוי מען קריגט זיך מיט א טאטע
נאך א באקאנטע מעשה אז איינמאל אונמיטן א שארפע וויכוח ביים צאנזער רב אינדערהיים, האט זיך צאנזער רב אויסגעדריקט טרעט מער נישט איבער די שוועל פון מיין טיר, איז שינאווער רב ארויסגעקראכן פון פענסטער, ער האט שוין אפילו נישט געוואלט ארויסגיין פון די טיר הואיל דיצא מפי האב
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]
אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5998
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדאם חוסעין »

נאך א באקאנטע מעשה לגבי די מחלוקה פונעם היתר מכירה, שינאווע רב איז ארויס זייער שארף קעגן הרה"ק רבי אייזיק'ל זידוטשוב'ער וועלכע איז געווען פון די מתירים פאר די היתר מכירה ווי אויבן דערמאנט [וועגן די אויל קוועלער] האט אים זיין טאטע די צאנזער רב געזאגט אז ער מוז אים גיין איבערבעטן און מקבל זיין נזיפה פארן מבזה זיין א גדול הדור בחינם, האט ער געטראכט וואס קען מען טוען מען מוז דאך פארלגען א טאטע, האט ער געטראכט אז ער וועט גיין תשעה באב ווען מען גייט סיי ווי אן שיך, וכן הוה ער איז געגאנגען תשעה באב, אזוי אנמיטען איבערבעטן האט זיך געדאכט פארן שינאווער רב אז די ר' אייזיקל זיצט אויף א בענקעל העכער 3 טפחים, האט ער זיך אראפ געבויגן אויסגעמאסטען מיט די הענט אויב עס איז 3 טפחים, און גראד אנגעויבן ווייטער זידוטשוב'ער רבי איר ווייסט אז איר זיצט אויף א בענקעל העכער 3 טפחים..............
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]
יעדער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4411
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אקטאבער 30, 2021 11:01 pm
פארבינד זיך:

Re: חילוקי דינים צווישן הגה"ק משינאווא זי"ע ואביו הדב"ח זי"ע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעדער »

איך האב אמאל געהערט אז ווען די הייליגע דברי חיים זי“ע איז נסתלק געווארן האט מען געוואלט ציטיילען דעם הייליגען רב'ס תפלין סידור און ספר תורה
האט מען געוואלט מאכן א גורל צווישען די הייליגע קינדער
פארן מאכן די גורל אויף די תפילין האט די הייליגע גארליצע רב זי“ע געזאגט אז די הייליגע שינאווא רב זי“ע וועט נישט אריין גיין אין די גורל ווייל די שינאווא רב וועט זיכער טוישען די קשר
און אזוי אויך ביי די סידור האט די גארליצע רב געזאגט אז שינאווא רב וועט זיכער עפעס מגיה זיין
און ווען עס איז געקימען צום ס“ת האט די גארליצע רב געזאגט אז דא וועט די שינאווא רב שוין זיכער גארנישט משנה זיין
כאפט אריין טויזענטער מצות טעגליך:
ווען א יוד טוהט א מלאכה אינדערוואכען און ער טראכט אז אז ער טוהט עס יעצט ווייל יעצט מעג מען נאך אבער שבת גייט ער נישט הנה עשיית המלאכה הלזו למצוה יחשב תיכף כאלו עשה מצות עשה מעשיות בפועל ממש אגרא דכלה פרשת בהר
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17291
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: חילוקי דינים צווישן הגה"ק משינאווא זי"ע ואביו הדב"ח זי"ע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

אויף די תפלין איז די מעשה געווען אז שינאווער רב זי"ע האט געפאדערט אריינצוגיין אינעם גורל צוויי מאל, האבנדיג דאפלטע זכותים אלץ בכור, און דער גארליצער רב האט געטענה'ט אז די מעלה פון די תפילין איז די מדרגות וואס מ'קומט צו בשעת'ן אנטוהן.. און דאס איז ראוי וואס א בכור נעמט נישט דאפלט..

נאך וואס די גורל איז אויסגעקומען ביי ר' שלום אליעזר'ל זי"ע האט עס שינאווער רב געוואלט בארגן, אבער איינער פון די אנדערע ברודער האט איהם מקדים געווען כדי ער זאל נישט קענען טוישן דעם קשר.


בדרך אגב, דא איז א מאמר פון מנהגים וואס דער שינאווער רב האט זיך געפירט כמנהגי רבו הרה"ק מהר"ש מבעלזא זי"ע.
מנהגים שנהג הרה"ק משינאווא זי"ע כמנהג רבו כ"ק מרן מהר"ש זי"ע מבעלזא
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8428
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע:אין מאה שערים

Re: חילוקי דינים צווישן הגה"ק משינאווא זי"ע ואביו הדב"ח זי"ע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישע הייזער »

אוראייניקל האט געשריבן:
אויף די תפלין איז די מעשה געווען אז שינאווער רב זי"ע האט געפאדערט אריינצוגיין אינעם גורל צוויי מאל, האבנדיג דאפלטע זכותים אלץ בכור, און דער גארליצער רב האט געטענה'ט אז די מעלה פון די תפילין איז די מדרגות וואס מ'קומט צו בשעת'ן אנטוהן.. און דאס איז ראוי וואס א בכור נעמט נישט דאפלט..

נאך וואס די גורל איז אויסגעקומען ביי ר' שלום אליעזר'ל זי"ע האט עס שינאווער רב געוואלט בארגן, אבער איינער פון די אנדערע ברודער האט איהם מקדים געווען כדי ער זאל נישט קענען טוישן דעם קשר.


בדרך אגב, דא איז א מאמר פון מנהגים וואס דער שינאווער רב האט זיך געפירט כמנהגי רבו הרה"ק מהר"ש מבעלזא זי"ע.
מנהגים שנהג הרה"ק משינאווא זי"ע כמנהג רבו כ"ק מרן מהר"ש זי"ע מבעלזא
וואס איז דער מקור אויף די צוויי פרטים וואס דו לייגסט צו צו די מעשה? קיינמאל געהערט
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
א שס איד
שר מאה
תגובות: 169
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך פעברואר 15, 2023 9:45 pm

Re: חילוקי דינים צווישן הגה"ק משינאווא זי"ע ואביו הדב"ח זי"ע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א שס איד »

ס'איז דא תשובה פון פאפער רב ז"ל אין ויען יוסף, וואס ער שרייבט עפעס אז מען קען זאגן אז די סיבה פארוואס צאנזער רב זי"ע איז געווען אזוי שארף נישט צו פסל'ן לגבי די ציצין המעכבין את המילה, איז ווייל ער האט געזעהן ברוח קדשו אז זייער אסאך נשמות בעולם העליון וואס האבן נישט קיין מנוחה ווייל זיי זענען נישט ריכטיג גע'מלע'ט, ממילא כדי זיי מתקן צו זיין איז דער צאנזער רב זי"ע ארויס באש קודש כדי זיי מכשיר צו זיין, און דוכט זיך ער שטעלט דאס צו צו דאס וואס די ב"ח האט מתיר געווען חדש וכו'.
הרב_שלום
שר עשרת אלפים
תגובות: 14928
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג דעצעמבער 12, 2014 9:44 am

Re: חילוקי דינים צווישן הגה"ק משינאווא זי"ע ואביו הדב"ח זי"ע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב_שלום »

המסתתר האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 29, 2008 11:58 am
בס"ד

אין באבוב און קלויזענבערג פירט מען זיך אלעס ווי צאנז (דערוואגען זאל זיך איינער צו זאגען לדוד ה' אורי חודש אלול) סאטמאר האט מען געוויסע זאכן אנגענומען ווי צאנז און געוויסע ווי שינאוו

בהתקרב עלינו יומא דהילולא רבא פון הגה"ק משינאווא זצ"ל (ו' טבת), איז די פאסיגע צייט אויסצושמועסן די שינויי הלכות און חילוקי דינים צווישן אים און זיין גרויסן פאטער דער הייליגער דברי חיים זי"ע.

איך וועל שרייבן ראשי פרקים, ומלא תקוה אני אז דער ציבור וועט מוסיף זיין כיד ה' הטובה עליו.

א.קשר התפלין. לויטן דברי חיים זי"ע דארף דאס צו זיין א דל"ת כפולה (א מרובע) כשיטת ר' נתן אדלער זי"ע. און לויטן שינאווא'ער רב א פשוט'ער קשר.
שינאוו

ב.ברכת טלית קטן. לויטן דברי חיים מאכט מען נישט קיין ברכה און מ'איז עס מכליל אין ברכת הטלית גדול. און לויטן שינאווא'ער רב איז עס גענוג חשוב פאר זיך, און מען מאכט דערויף אן עקסטערן ברכה.
צאנז

ג.ציצין המעכבין במילה. לויטן שינאווא'ער רב דארף מען איבער שניידן. ווידעראום דער צאנזער רב זי"ע האט געהאלטן אז טאמער מ'שניידט איבער האט מען א דין רוצח.

ד.היתר שטר מכירה לשבת. דער צאנזער רב זי"ע האט מתקן געווען אן היתר שטר מכירה לשבת, כדי צו ראטעווען פרנסות ישראל, האט אבער דער שינאווא'ער רב גע'ארבעט מעשים אפצוהאלטן אידן פון זיך באנוצן דערמיט.
שינאוו


ה.לחם משנה בבציעת הפת. דער צאנזער רב זי"ע האט געהאלטן אז מ'דארף אנכאפן מיט די הענט די לחם משנה ביז ווילאנג מ'עענדיגט שניידן די פרוסה, ווי דער בוטשאטש'ער רב שרייבט אז מצות לחם משנה איז אויפן בציעה און נישט אויפן ברכה, משא"כ דער שינאווא'ער רב האט געהאלטן אז ווען מ'ענדיגט די ברכה איז שוין נישט דא קיין חיוב לחם משנה און מ'קען אראפלייגן די לחם משנה.
צאנז

ו.לשם יחוד. ווי באקאנט האט דער הייליגער צאנזער רב זי"ע נישט געזאגט לשם יחוד משום כבודו של מרן הנודע ביהודה זי"ע, דאקעגן דער שינאווא'ער רב האט אוודאי יא געזאגט. (ווארום ס'איז יש לעיין צו ביי דעם ענין האבן אלע קינדער פונעם דב"ח זיך יא געפירט ווי אים, אדער משנה געווען מדרכו און געזאגט לשם יחוד, מסתבר איז אז אלע האבן יא געזאגט)
שינאוו

ז.מזוזה. לויטן צאנזער רב זי"ע דארף דאס זיין כנגד הכתף לפי פסק המרדכי, לויטן שינאווא'ער רב ביים שליש העליון של הפתח כשיטת הרמב"ם. (בדרך אגב, ס'איז ידוע אז דער גארליצער רב זי"ע האט געהאלטן אז נאר די דרויסנדיגע טיר דארף א מזוזה און נישט די אינווייניגסטע טירן)
צאנז

ח.לדוד ה' אורי. עס איז באקאנט אז דער צאנזער רב זי"ע האט נישט געזאגט לדוד ה' אורי פון ר"ח אלול ביז נאך די ימים טובים, ווייל דער מקור (חמדת הימים) איז פארנעפלט און שנוי במחלוקת. לעומת דעם ווייסן מיר אז דער שינאווא'ער רב האט יא געזאגט
שינאוו

איך האב נישט אויסגערעכנט אלעס והנחתי מקום להתגדר בו, און צו מוסיף זיין און מבאר זיין.
אין צאנז ציילט מען ספירה פאר עלינו
הערט אויף צו זוכען א בעג ווען איר גייט אין מקוה https://amzn.to/3wfayV8
You can find jobs at www.macherusa.com/all www.jobsgemach.com
As an Amazon Associate I earn from qualifying purchases
יעדער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4411
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אקטאבער 30, 2021 11:01 pm
פארבינד זיך:

Re: חילוקי דינים צווישן הגה"ק משינאווא זי"ע ואביו הדב"ח זי"ע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעדער »

הרב_שלום האט געשריבן: פרייטאג מארטש 10, 2023 2:05 pm
המסתתר האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 29, 2008 11:58 am
בס"ד

אין באבוב און קלויזענבערג פירט מען זיך אלעס ווי צאנז (דערוואגען זאל זיך איינער צו זאגען לדוד ה' אורי חודש אלול) סאטמאר האט מען געוויסע זאכן אנגענומען ווי צאנז און געוויסע ווי שינאוו

בהתקרב עלינו יומא דהילולא רבא פון הגה"ק משינאווא זצ"ל (ו' טבת), איז די פאסיגע צייט אויסצושמועסן די שינויי הלכות און חילוקי דינים צווישן אים און זיין גרויסן פאטער דער הייליגער דברי חיים זי"ע.

איך וועל שרייבן ראשי פרקים, ומלא תקוה אני אז דער ציבור וועט מוסיף זיין כיד ה' הטובה עליו.

א.קשר התפלין. לויטן דברי חיים זי"ע דארף דאס צו זיין א דל"ת כפולה (א מרובע) כשיטת ר' נתן אדלער זי"ע. און לויטן שינאווא'ער רב א פשוט'ער קשר.
שינאוו

ב.ברכת טלית קטן. לויטן דברי חיים מאכט מען נישט קיין ברכה און מ'איז עס מכליל אין ברכת הטלית גדול. און לויטן שינאווא'ער רב איז עס גענוג חשוב פאר זיך, און מען מאכט דערויף אן עקסטערן ברכה.
צאנז

ג.ציצין המעכבין במילה. לויטן שינאווא'ער רב דארף מען איבער שניידן. ווידעראום דער צאנזער רב זי"ע האט געהאלטן אז טאמער מ'שניידט איבער האט מען א דין רוצח.

ד.היתר שטר מכירה לשבת. דער צאנזער רב זי"ע האט מתקן געווען אן היתר שטר מכירה לשבת, כדי צו ראטעווען פרנסות ישראל, האט אבער דער שינאווא'ער רב גע'ארבעט מעשים אפצוהאלטן אידן פון זיך באנוצן דערמיט.
שינאוו


ה.לחם משנה בבציעת הפת. דער צאנזער רב זי"ע האט געהאלטן אז מ'דארף אנכאפן מיט די הענט די לחם משנה ביז ווילאנג מ'עענדיגט שניידן די פרוסה, ווי דער בוטשאטש'ער רב שרייבט אז מצות לחם משנה איז אויפן בציעה און נישט אויפן ברכה, משא"כ דער שינאווא'ער רב האט געהאלטן אז ווען מ'ענדיגט די ברכה איז שוין נישט דא קיין חיוב לחם משנה און מ'קען אראפלייגן די לחם משנה.
צאנז

ו.לשם יחוד. ווי באקאנט האט דער הייליגער צאנזער רב זי"ע נישט געזאגט לשם יחוד משום כבודו של מרן הנודע ביהודה זי"ע, דאקעגן דער שינאווא'ער רב האט אוודאי יא געזאגט. (ווארום ס'איז יש לעיין צו ביי דעם ענין האבן אלע קינדער פונעם דב"ח זיך יא געפירט ווי אים, אדער משנה געווען מדרכו און געזאגט לשם יחוד, מסתבר איז אז אלע האבן יא געזאגט)
שינאוו

ז.מזוזה. לויטן צאנזער רב זי"ע דארף דאס זיין כנגד הכתף לפי פסק המרדכי, לויטן שינאווא'ער רב ביים שליש העליון של הפתח כשיטת הרמב"ם. (בדרך אגב, ס'איז ידוע אז דער גארליצער רב זי"ע האט געהאלטן אז נאר די דרויסנדיגע טיר דארף א מזוזה און נישט די אינווייניגסטע טירן)
צאנז

ח.לדוד ה' אורי. עס איז באקאנט אז דער צאנזער רב זי"ע האט נישט געזאגט לדוד ה' אורי פון ר"ח אלול ביז נאך די ימים טובים, ווייל דער מקור (חמדת הימים) איז פארנעפלט און שנוי במחלוקת. לעומת דעם ווייסן מיר אז דער שינאווא'ער רב האט יא געזאגט
שינאוו

איך האב נישט אויסגערעכנט אלעס והנחתי מקום להתגדר בו, און צו מוסיף זיין און מבאר זיין.
אין צאנז ציילט מען ספירה פאר עלינו
היתר מכירה האט רביה“ק מסאטמאר זי“ע אנגענימען די פסק פונעם הייליגען דברי חיים זי“ע
במקום וואס אז נישט וואלט יענער געארבעט אליין אן קיין היתר מכירה און דאס האט די הייליגע דברי חיים זי“ע מתיר געווען און די הייליגע שינאווא רב זי“ע קיינמאל נישט געאסרט כמבואר בנמוקי או“ח
כאפט אריין טויזענטער מצות טעגליך:
ווען א יוד טוהט א מלאכה אינדערוואכען און ער טראכט אז אז ער טוהט עס יעצט ווייל יעצט מעג מען נאך אבער שבת גייט ער נישט הנה עשיית המלאכה הלזו למצוה יחשב תיכף כאלו עשה מצות עשה מעשיות בפועל ממש אגרא דכלה פרשת בהר
שרייב תגובה

צוריק צו “מנהג ישראל”