בחצרות הקודש - נתחדש תמוז תשפג

אידישע נייעס און לאקאלע קרישקעלעך

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

קרעטשמער
Site Admin
תגובות: 450
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 25, 2006 6:22 pm

בחצרות הקודש - נתחדש תמוז תשפג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעטשמער »

זייטיגע נאטיץ
אפיציעלע דערמאנונג: די אשכול איז א זעראו טאלעראנץ פאליסי אשכול - מען קען אויסגעשלאסן ווערן אן קיין ווארענונג פארן פארלעצן די תקנות.

ביטע ליינט דורך מיט ישוב הדעת די תקנות פונעם אשכול איידער איר שרייבט דא.
אוועטאר
בערך
שר חמש מאות
תגובות: 834
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 02, 2022 11:29 pm

Re: בחצרות הקודש - נתחדש תמוז תשפג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בערך »

כ"ק אדמו"ר מפאריסוב שליט"א וועלכער געפונט זיך ליידער אין א שוואכע געזונט צושטאנד די לעצטע תקופה, איז דורכאויס די נאכט אריינגעפירט געווארן אין שפיטאל צוליב פארשידענע קאמפליקאציעס.

דער רבי שליט"א ליידט פון א שווערע אינפעקשן, און דארף באהאנדלט ווערן אין שפיטאל לויט די אנווייזונגען פון די דאקטוירים, היינט נאכמיטאג איז ליידער אנטשטאנען א פארערגערונג אינעם רבינ'ס צושטאנד, און כלל ישראל ווערט געבעטן צו מתפלל זיין לרפואת כ"ק מרן הרה"צ רבי חנני' יוסף עקיבא בן רוחמה ליבא לרפואה שלימה, א ספעציעלע מעמד תפילה קומט פאר יעצט ביינאכט אין ירושלים, ביים ציון הק' פונעם רבינ'ס פאטער הגה"ק רבי בנימין ראבינאוויטש זצ"ל אויפן הר המנוחות.

קרעדיט JDN
אוועטאר
נאחי
שר העשר
תגובות: 42
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 14, 2020 1:03 pm

Re: בחצרות הקודש - נתחדש תמוז תשפג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאחי »

אז נדברו יראי ה' • אלפי חסידי סאטמאר ביים מעמד 'לקונן ולשנן' ערב יום המר ה' אייר

https://www.bechatzros.com/post/6895769
אטעטשמענטס
f50a57_31c3c8925d4943f984a4980f51ad72c7~mv2.jpg
f50a57_31c3c8925d4943f984a4980f51ad72c7~mv2.jpg (295.07 KiB) געזען 5732 מאל
שפשפלינוזכרלנו איי, ויפרקינומוצרנו איי, איי איי איי איי איי,.......
באלאנס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 480
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 01, 2023 5:58 pm

Re: בחצרות הקודש - נתחדש תמוז תשפג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באלאנס »

סאטמאר מהר"א:
העפטיגע הכנות צום "קרית יואל הדלקה" ל"ג בעומר; מעמד הדלקה רבתי וועט אפגעראכטן ווערן ל"ג בעומר לעת ערב
https://www.bechatzros.com/post/65874568

סאטמר3 (1).jpg
סאטמר3 (1).jpg (183.8 KiB) געזען 7414 מאל
באלאנס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 480
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 01, 2023 5:58 pm

Re: בחצרות הקודש - נתחדש תמוז תשפג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באלאנס »

זו תורה וזו שכרה: האד' מוויזניץ קיימישע פראקלאמירט אומזיסטע נסיעה קיין ארה"ק פאר בחורים מתמידים
https://www.bechatzros.com/post/547458455
פארגאנגענע וואך
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4555
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך פעברואר 23, 2022 3:58 pm

Re: בחצרות הקודש - נתחדש תמוז תשפג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארגאנגענע וואך »

יארצייט סעודה פון כ"ק אדמו"ר מבאניע זצ"ל ביי בנו האדמו"ר מבאניע שליט''א
אטעטשמענטס
IMG_20240513_224305_756.jpg
IMG_20240513_224305_756.jpg (81.31 KiB) געזען 7025 מאל
IMG_20240513_224303_121.jpg
IMG_20240513_224303_121.jpg (71.18 KiB) געזען 7025 מאל
IMG_20240513_224304_473.jpg
IMG_20240513_224304_473.jpg (111.78 KiB) געזען 7025 מאל
פון דא און פון דארט!
אוועטאר
סאטמאר אפדעיטס
שר מאה
תגובות: 205
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 17, 2023 3:43 pm

Re: בחצרות הקודש - נתחדש תמוז תשפג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאטמאר אפדעיטס »

🌴 בצל התומר🌴
סאטמאר מהר״יי

פרייטאג ושב״ק פרשת קדושים בקרית ייטב לב בצל הקודש
◄ ווייז ספוילער
פרייטאג פרשת קדושים

אום 8:20 איז רבינו שליט״א אריינגעקומען צו תפילת שחרית אין ביהמ״ד עמק תפילה טשערקאס בגלילות קרית יואל,
בעל תפילה: הב׳ בן הרה״ח ר׳ חנני שמילאוויטש הי״ו.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען די ברית מילה לבן הנולד אצל הרה״ח ר׳ חיים הערש שמילאוויטש הי״ו, ווי דער רבי איז מכובד געווארן מיט סנדקאות וקריאת השם, דערנאך האט זיך דער רבי משתתף געווען ביים סעודת ברית, טועם געווען פון די פיש און מזונות, געטרינקען לחיים און אנגעוואונטשען ברכת קדשו פאר׳ן בעל שמחה און די זיידעס.
מען האט געענדיגט ארום 10:00 אזייגער.

דערנאך איז דער רבי אריבער אין שטוב פון הגה״צ אב״ד ור״מ שליט״א, און ארום 12:30 האט זיך דער משתתף געווען ביים לויה פון הרה״ח ר׳ חיים הערש שווימער ע״ה פון בארא פארק, ביים ביה״ח דקהלתינו הק׳, דער רבי האט משמיע געווען דברי הספד, און דערנאך מלוה געווען די מטה.

ארום 1:00 אזייגער האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט קיין קרית ייטב לב ווי דער רבי וועט וויילן ביז נאך שב״ק פרשת אמור הבעל״ט.


שב״ק פרשת קדושים אין קרית ייטב לב בצל הקודש

אום 8:35 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ״ד דקהלתינו הק׳ שכונת וואלנאט רידזש, צו תפילת מנחה און צוגעגאנגען צום עמוד,
קבלת שבת: הרה״ג ר׳ משה וואלף עקשטיין שליט״א אב״ד קהל חרדים אונסע ארגענטינא.

נאכן דאווענען איז דער ציבור אדורך גוט שבת זאגן און שלום גענומען פון רבי׳ן, דערנאך איז דער רבי אהיים לביתו נאוה קודש.

יום שבת קודש

אום 9:30 איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת שחרית אין עטרת פעסיל לאה זאלן,
פסוקי דזמרה: הרה״ח ר׳ ישראל אהרן ווייס הי״ו פון קרית יואל.
דער רבי איז צוגעגאנגען צו שחרית,

ביי קריאת התורה איז נתכבד געווארן
הוצאה והכנסה: הרב יחזקאל יוסף טונק הי״ו.
כהן: הרה״ח ר׳ סנדר קאהן הי״ו פון מאנסי.
לוי: הרה״ג ר׳ יואל גאלד שליט״א מו״ץ בקהלתינו הק׳.
שלישי: הרה״ג ר׳ יואל זוסמאן ראזענצווייג שליט״א דומ״ץ קהלתינו הק׳
רביעי: חדב״ן הגה״צ ר׳ יואל שמעון פריעדמאן שליט״א.
חמישי: הרה״ח ר׳ משה גאנץ הי״ו.
דער רבי האט עולה געווען שישי.
שביעי: הרה״ח ר׳ ישראל חיים בערקאוויטש הי״ו.
אחרון: הרה״ח ר׳ יושע קאהן הי״ו פון וויליאמסבורג.
מפטיר: הר״ר ישראל שלום מארקאוויטש הי״ו פון וויליאמסבורג.
הגבה: הרה״ח ר׳ אלימלך בנציון מארקאוויטש הי״ו
גלילה: הרה״ח ר׳ משה וואלף גליק הי״ו.

צו תפילת מוסף איז צוגעגאנגען הרה״ג ר׳ יואל גאלד שליט״א מו״ץ בקהלתינו הק׳.
פתיחה לאנעים זמירות: הרב יוסף מאיר הוראוויץ שליט״א.

מען האט פארענדיגט ארום 12:15, דער ציבור איז אדורך גיט שבת זאגן.

מנחה ושל״ס

אום 8:35 איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת מנחה אין עטרת פעסיל לאה זאלן, בעל תפילה איז געווען הר״ר שלמה מאיר דאסקאל הי״ו.
ביי קריאת התורה איז נתכבד געווארן
פתיחה: הרה״ח ר׳ מענדל לייב לייטנער הי״ו.
כהן: הרה״ח ר׳ יודל פישער הי״ו.
לוי: הרה״ח ר׳ משה יצחק ווייזער הי״ו.
שלישי: הרה״ח ר׳ משה שמילאוויטש הי״ו.
דער רבי איז געגאנגען הגבה
גלילה: הרה״ח ר׳ אהרן יעקב רייכמאן הי״ו.

דער רבי האט זיך געוואשן צו של״ס און פארגעזינגען די זמירות
אודה: הרה״ח ר׳ ישעי יעקב בינער הי״ו.
שיר המעלות: הרה״ח ר׳ טובי גרינפעלד הי״ו.
דער רבי האט געזאגט תורה.

ידיד נפש: הרה״ח ר׳ אליעזר ברוך אייזענבערג הי״ו.

נאך א קורצע הפסקה איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת מעריב, בעל תפילה איז געווען הרה״ח ר׳ יואל קליין הי״ו.
נאך מעריב איז דער ציבור אדורך זאגן א גוטע וואך, דערנאך האט דער רבי געמאכט הבדלה און געזאגט ויתן לך.


🌴🌴
לעצט פארראכטן דורך סאטמאר אפדעיטס אום דינסטאג מאי 14, 2024 12:07 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
סאטמאר אפדעיטס
שר מאה
תגובות: 205
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 17, 2023 3:43 pm

Re: בחצרות הקודש - נתחדש תמוז תשפג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאטמאר אפדעיטס »

🌴 בצל התומר🌴
סאטמאר מהר״יי

זונטאג פרשת אמור בצל הקודש
◄ ווייז ספוילער
זונטאג פרשת אמור

אום 9:15 איז רבינו שליט״א אריינגעקומען צו תפילת שחרית אין ביהמ״ד אור החיים דקהלתינו הק׳,
בעל תפילה: הרה״ח ר׳ דוד מאיר שווארטץ הי״ו.

אין די נאכמיטאג שעות איז רבינו שליט״א אנגעקומען קיין קרית יואל, ווי דער רבי האט זיך משתתף געווען ביים לויה פון הרה״ח הישיש ר׳ משה גליק ע״ה פארנט פון ביהמ״ד עטרת זקנים, דער רבי האט משמיע געווען דברי הספד, און דערנאך צירוק אהיים לביתו נאוה קודש אין קרית ייטב לב.

אום 8:15 איז רבינו שליט״א אריינגעקומען צו תפילת מנחה אין ביהמ״ד דקהלתינו הק׳ שכונת וואלנאט רידזש, אינאיינעם מיט די תלמידי ישיבתינו הק׳ ח״ג פון קרית יואל.
בעל תפילה: הב׳ חיים יודא ברילל ני״ו.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים אינאיינעם מיט אלע בחורים וואס האבן געלערענט במשך די ימי בין הזמנים במסגרת ישיבת בין הזמנים כפי רצון קדשו פון רבי׳ן ווי דער רבי האט פארלאנגט ביים באזיך אין ישיבה פאר יו״ט פסח העעל״ט,
עס האט אויפגעטרעטן הרה״ג ר׳ לייבוש דייטש שליט״א משפיע רוחני בישיבה,
דערנאך האט דער רבי אויפגעטרעטן מיט לענגערע דברות קודש ודברי הדרכה לקראת פתיחת זמן הקיץ, דער רבי האט ארומגערעדט בשבח הישיבה, און התחזקות בלימוד התורה, און אויסגעפירט מיט ברכת לרוב פאר אלע תלמידים.
דערנאך זענען די בחורים אדורך און דער רבי האט פארטיילט א ספר במתנה און אנגעוואונטשען ברכת קדשו.


אום 9:30 איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת מעריב בביתו נאוה קודש,
בעל תפילה: הר״ר שלמה מאיר דאסקאל הי״ו.
נאך מעריב האט דער רבי געציילט ספירה פאר׳ן עמוד.

~🌴🌴~
א פייערדיגע חסיד
שר העשר
תגובות: 39
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 02, 2023 4:36 pm

Re: בחצרות הקודש - נתחדש תמוז תשפג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א פייערדיגע חסיד »

🌴בצל הקודש🌴-סאטמאר(מהר''א)
רבינו שליט"א ביים מסיבת הכרת הטוב פאר עסקנים פון די קיום התורה קאמפיין שע"י קרן תמכין דאורייתא בנשיאות מרן פוסק הדור כ"ק הגר"מ שטערנבוך שליט"א, אינעם זאל שעל יד ביתו נאוה קודש אויף אוהעל קט.
~🌴~
אטעטשמענטס
(138).JPG
(138).JPG (117.66 KiB) געזען 6392 מאל
(137).JPG
(137).JPG (114.91 KiB) געזען 6392 מאל
(136).JPG
(136).JPG (139.41 KiB) געזען 6392 מאל
🌴בצל הקודש🌴
שנעלע, קראנטע, און אקוראטע באריכטן און בילדער מהנעשה והנשמע בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א.
TELEGRAM- https://t.me/BetzeilHakodesh
WHATSAPP - https://chat.whatsapp.com/F5pIFOKjXHcKbIKAF1WiRl
🌴בצל הקודש🌴
אוועטאר
דעה חכמה לנפשך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 324
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 13, 2024 10:47 pm

Re: בחצרות הקודש - נתחדש תמוז תשפג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דעה חכמה לנפשך »

מהנעשה והנשמע - דינסטאג פרשת אמור
◄ ווייז ספוילער
הוא הודה הוא זיוה הוא הדרה:
כ"ק אדמו"ר מקארלין סטאלין שליט"א קומט היינט אן אויף א בליץ באזוך קיין דעטרויט, צו פוקד זיין דעם ציון הק' פונעם פעטער הרה"ק רבי יעקב חיים מסטאלין דעטרויט זי"ע, דער רבי וועט דארט אפרעכטן די יארצייט טיש און דערנאך אנקומען קיין בארא פארק אויף א בליץ באזוך בקרב חסידיו.

כ"ק אדמו"ר מסאסוב שליט"א וועלכער איז דעם זונטאג אנגעקומען צוגאסט קיין ניו יארק לטובת מוסדותיו הקדושים, וועט היינט פארזעצן די נסיעה קיין מאנטריאל קאנאדע, וואו דער רבי וועט וויילן ביז איבער שבת.

הילולא קדישא:
כ"ק אדמו"ר מספינקא שליט"א וועט היינט פארנאכטס אפרעכטן די יארצייט טיש לרגל די הילולא קדישא פון זקינו הרה"ק בעל אמרי יוסף מספינקא זי"ע, אין ספינקא בית המדרש אין בארא פארק.

שמחות בחצרות הקודש:
שמחת בית טשערנאביל - ראדומישלא - ביקסאד: עס איז געשלאסן געווארן די שידוך פון חתן כלה אייניקלעך פון כ"ק אדמו"ר מטשערנאביל שליט"א, די חתן א זון פון זיין איידעם הגה"צ ר' חיים היילפרין שליט"א, זון פון הגה"צ גאב"ד ראדומישלא רמות שליט"א, מיט די כלה א טאכטער פון זיין איידעם הגה"צ ר' שמעי' יודא פיש שליט"א, זון פון כ"ק אדמו"ר מביקסאד שליט"א.

עס איז געשלאסן געווארן די שידוך פונעם חתן א זון פון הגה"צ ר' יוחנן טווערסקי שליט"א, זון פון הגה"צ אבד"ק ראחמיסטריווקא מאנסי שליט"א, און איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מקיוויאשד שליט"א, מיט די כלה א טאכטער פון הגה"צ ר' שמעון יצחק האגער שליט"א אב"ד ווישיווא ב"פ, איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מוויען פלעטבוש זצ"ל.
JDN
קאלטע לופט
שר חמישים
תגובות: 63
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 10, 2023 9:06 pm

Re: בחצרות הקודש - נתחדש תמוז תשפג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאלטע לופט »

סעודת הילולא יומא דהילולא קדישא רביה''ק בעל אמרי יוסף זי''ע תולדות צבי ספינקאאון שטאט קרית יואל
אטעטשמענטס
מאי_14_2024_6_29_17.jpg
מאי_14_2024_6_29_17.jpg (117.65 KiB) געזען 5354 מאל
לעצט פארראכטן דורך קאלטע לופט אום דינסטאג מאי 14, 2024 2:25 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
לייכטן
שר העשר
תגובות: 16
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 15, 2022 5:55 pm

Re: בחצרות הקודש - נתחדש תמוז תשפג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייכטן »

WhatsApp Image 2024-05-14 at 11.16.48_682ead3b.jpg
WhatsApp Image 2024-05-14 at 11.16.48_682ead3b.jpg (287.28 KiB) געזען 5280 מאל
אוועטאר
מרק
שר האלף
תגובות: 1503
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 30, 2022 8:22 pm

Re: בחצרות הקודש - נתחדש תמוז תשפג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מרק »

באריכט סאטמאר מהר''א שב''ק פרשת קדושים
◄ ווייז ספוילער
*שב''ק פרשת קדושים 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א*

פרייטאג צונאכטס ארום 8:35 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה, קבלת שבת: הר"ר אנשיל גרובער שליט"א (מאנסי), נאך מעריב האט דער רבי געציילט ספירה פארן עמוד.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 10:15. עס איז פארגעקומען א אפיעל פאר ת"ת לילדי ספרד עטה"ק בצפת, דער ציבור איז אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אריין לחדרו הפרטי.

ארום 10:50 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל השלחנות אינאיינעם מיט די תלמידי המתיבתא, און אנגעהויבן כדרכו בקודש שלום עליכם ברגש ובנעימה.
אשת חיל: נכד רבינו הב' החתן ישראל דושינסקיא ני"ו בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אהל פיגא שליט"א, הגבהת הכוס: נכד רבינו הרב מאיר יודא אשכנזי שליט"א חתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א.
ביי די זופ האט מען אויפגעגעבן מצה כנהוג צווישן פסח און שבועות.

מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען. כל מקדש: הרה"ח ר' ישראל שפיטצער הי"ו (ירושלים), מנוחה ושמחה: הרה"ח ר' ישראל לאנדא הי"ו (וומסב''ג).

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'קדושים תיהיו' און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון חצי שיעור ביי א מצוה.

קה אכסוף: בנש"ק הב' יחזקאל שרגא האלבערשטאם ני"ו נכד כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א, ברכת המזון: נכד רבינו הרב זלמן לייב טייטלבוים שליט"א בן הגה"צ אבד''ק וומסב''ג שליט"א.

עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון הרה"ק רבי שמעלקא מניקלשבורג זיע''א וואס די יארצייט איז געווען דאנערשטאג א' אייר.

קה רבון עלם: הרה"ח ר' שלמה ווערצבערגער הי"ו (וומסב''ג), די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען פירות. אז ביום השביעי: הרה"ח ר' עקיבא הירש הי"ו (וומסב''ג). מען האט געענדיגט ארום 1:20.

*וביום השבת קודש*

שב''ק אינדערפרי איז דער רבי איז אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 9:40. ברכות ופסוקי דזמרה: הרה"ח ר' עקיבא הירש הי"ו, דער רבי האט פארגעזאגט וכרות פסוק בפסוק, און צוגעגאנגען צו שחרית, צו חזרת הש"ץ האט דער רבי צוגעשיקט נכדו הרב זלמן לייב טייטלבוים שליט"א.

הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' יצחק אייזיק זילבערשטיין הי"ו, פסוקי שמע ישראל: הרה"ח ר' שלמה ווערצבערגער הי"ו.

עליות. כהן: הר"ר אלי' שלמה קאהן שליט"א. לוי: ר' אברהם שמחה הירש הי"ו - דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט. שלישי: ר' ישראל ברוך אונגאר הי"ו - דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט. רביעי: ר' מנחם זאב זילבערשטיין הי"ו - דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט. חמישי: ר' משה שמאיע הי"ו - דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט. שישי: רבינו שליט''א.

נאכ'ן עולה זײן האט דער רבי קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל: ר' יצחק לאנדא הי"ו.

שביעי: ר' מענדל ב"ר יואל בר"ה פריעדמאן הי"ו - דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט. אחרון: ר' יעקב גרובער הי"ו - דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט. מפטיר: הרה"ח ר' מאיר יעקב אינדיג הי"ו. הגבה: הרה"ח ר' שמעון יצחק פילאפף הי"ו. גלילה: הרה"ח ר' יואל בר"ה פריעדמאן הי"ו (וומסב''ג).

מוסף: הרה"ח ר' מאיר יעקב אינדיג הי"ו. פתיחה צו אנעים זמירות: ר' נפתלי הירצקא שווארטץ הי"ו.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' נפתלי הירצקא שווארטץ הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל. מען האט געענדיגט ארום 12:30.

*רעוא דרעווין*

צו מנחה ושל''ש איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 8:40. מנחה: הרה"ח ר' אלחנן טויב הי"ו. הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' אברהם גאלדבערגער הי"ו. כהן: הרה"ח ר' דוד אהרן וויינשטאק הי"ו. לוי: הרה"ח ר' יעקב אהרן לעווי הי"ו. שלישי: בנש"ק הב' יחזקאל שרגא האלבערשטאם ני"ו.
נאכן ליינען האט מען געמאכט די מי שברך להמתענים בה"ב.
הגבה: רבינו שליט''א. גלילה: הרה"ח ר' אליעזר זאפיר הי"ו.

זמירות ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען. אודה: הרה"ח ר' נח גפן הי"ו, שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'קדושים תיהיו' און געטייטשט אז צו קענען זיין קרוב אל ה' און צו הערן דעם קול ה', קענען אידישע קינדער מכח די אבות הקדושים און בזכות שב''ק, דורך דעם וואס מען פירט זיך שבת בקדושה בדיבורים קדושים און מען איז נזהר בדבורים האסורים, און אז מען פירט זיך בקדושה בקדש עצמך הקדושה לך איז מען זוכה צו הערן דעם קול ה', ישלח עזרך מקודש.

ידיד נפש: הגה''צ ר' שמחה שלום שטיינבערגער שליט"א רב דביהמ"ד דברי חיים, קל מסתתר: הרה"ח ר' אברהם שמואל עקשטיין הי"ו (מאנסי), דער רבי האט געבענטשט על הכוס.

מעריב מוצש''ק: הרה"ח ר' משה יצחק איצקאוויטש הי"ו (וומסב''ג), און נאך מעריב האט דער רבי געציילט ספירה פארן עמוד. נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך. מען האט געענדיגט ארום 10:50.

נאך הבדלה זענען אריין בקודש פנימה בביתו נאוה קודש א קבוצה בחורים מתלמידי ישיבה גדולה באבוב פון ב"פ וועלכע האבן געוויילט אויף שבת בצל הקודש, דער רבי האט אויסגעפרעגט די לימודים און מאציל געווען מברכת קדשו.

ארום 12:00 איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בביתו נאוה קודש לרגל די שמחת קישור החיתון פונעם הויז בחור החתן חנני' יו"ט ליפא דייטש ני"ו, עס האט זיך פארצויגן א שמועס און מען האט געמאכט דעם קבלת קנין, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, און זיידעס.

▫️סאטמאר'ע נייעס🌴▫️
זונטאג אמור בצל הקודש
◄ ווייז ספוילער
*זונטאג פרשת אמור 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א*

רבינו שליט"א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף קדושת יואל.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ' פסוק א', דערנאך זענען די תלמידי הישיבה אריבער שלום נעמען פון רבינו שליט"א לקראת הזמן החדש.

נאכמיטאג איז רבינו שליט''א ארויף בהיכל הישיבה סניף דברי יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי, און ארום 6:20 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.

נאכמיטאג ארום 7:15 איז דער רבי אריבער אין בית החיים ווי דער רבי האט זיך משתתף געווען ביי די לויה פון האשה החשובה והישישה אלמנת הרה"ח ר' יוסף מרדכי כהנא ע"ה.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון ארום 8:00 ביז 12:00 אזייגער אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די מחותנים הרה"ח ר' יצחק אייזיק פאוועל הי"ו (מאנסי) - הרה"ח ר' שמואל יודא שטיין הי"ו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 9:45 און געציילט ספירה פארן עמוד, און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.
מאנטאג אמור בצל הקודש - מסיבת הכרת הטוב צוגעשטעלט דורך די וועד הפעולה שע"י העדה החרדית פאר די צענדליגער עסקנים און די נגידי קהלתינו הק' וועלכע האבן זיך משתתף געווען בגוף ובממון פאר די 'קיום התורה' קאמפיין שע"י קרן תמכין דאורייתא בנשיאות כ''ק מרן פוסק הדור ומרא דארעא קדישא שליט"א, ווי עס איז פארטיילט געווארן צום דריטן מאל אויף יו''ט פסח אזויפיל ווי נאענט צו צוויי מיליאן שקל פאר קרוב צו צװײ טויזענט משפחות פון די עדה החרדית.
◄ ווייז ספוילער
*מאנטאג פרשת אמור*

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' יחזקאל שרגא מערץ הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף דברי יואל. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
ב"ר אהרן צבי האלענדער הי"ו.
ב"ר יואל אליעזר בלוישטיין הי"ו.
ב"ר יואל בר"ד פריעדלענדער הי"ו.
מען האט געזאגט תחנון צוליב דעם יום המר והנמהר ה' אייר כהוראת רביה"ק זיע''א.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה.

נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ' פסוק ב', דערנאך זענען די תלמידי הישיבה אריבער שלום נעמען פון רבינו שליט"א לקראת זמן החדש, און עס איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

נאכמיטאג איז רבינו שליט''א ארויף בהיכל הישיבה סניף קדושת יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי. און ארום 6:20 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון ארום 9:00 ביז 12:30 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די מחותנים הרה"ח ר' משה חיים קאהן הי"ו (ב''פ) - הרה"ח ר' יואל ברא"ל בראך הי"ו.

דערנאך איז דער רבי אריבער צום צווייטן זאל שע"י ביתו נאוה קודש ווי עס איז פארגעקומען א מעמד 'הכרת הטוב' צוגעשטעלט דורך די וועד הפעולה שע"י העדה החרדית פאר די צענדליגער עסקנים און די נגידי קהלתינו הק' וועלכע האבן זיך משתתף געווען בגוף ובממון פאר די 'קיום התורה' קאמפיין שע"י קרן תמכין דאורייתא בנשיאות כ''ק מרן פוסק הדור ומרא דארעא קדישא שליט"א, ווי עס איז פארטיילט געווארן צום דריטן מאל אויף יו''ט פסח אזויפיל ווי נאענט צו צוויי מיליאן שקל פאר קרוב צו צװײ טויזענט משפחות פון די עדה החרדית.

עס האט אויפגעטרעטן דער יו"ר הרה''ג ר' אברהם יעקב יאקאב שליט"א און ארומגערעדט וואס עס מיינט פאר די עניי ארה''ק צו באקומען די חלוקה בדרך כבוד, און די געוואלדיגע זכיה פון מרים זיין די קרן התורה פון די רבנים ומו''ץ פון די עדה החרדית, און אויפגערופן הגאון הגדול דומ"ץ קרית יואל שליט"א וועלכע האט משמיע געווען דעם דבר המעמד איבער די געוואלדיגע זכי' פון קענען שטיצן די בני העדה החרדית, ובפרט די רבנים ודיינים, און באזונדער מפליג געווען בשבח פון ידידו הגאון פוסק הדור שליט"א וועלכער האט מייסד געווען און שטייט אין שפיץ פון די וועד הפעולה מיט אירע אקטיוויטעטן, און איז מרים די כח פון די עדה החרדית לוחם צו זיין קעגן דעם שלטון הרשע בארה"ק.

רבינו שליט''א האט מיט א קורת רוח איבערגעקוקט די ליסטעס פון די אסטראנאמישע פסח חלוקה פון 2 מיליאן שקל, און די קאפיעס פון די טויזענטע טשעקס וואס די קרן האט פארטיילט פאר די צויי טויזענט משפחות, און באזונדער די שיינע תמיכה וואס איז געגעבן געווארן פאר די אריבער הונדערט דייני העדה החרדית, ועל צבאם הגאו"צ חברי הבד"ץ שליט"א.
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דב"ק וברכה פאר די עסקנים, דער רבי האט זיך באצויגן צו די ווערטער פונעם דיין שליט"א, און ממשיך געווען אז די עדה החרדית איז דער יסוד פון יהדות החרדית בעיה"ק ירושלים און קהילתינו הק' איז אייביג געשטאנען צו די רעכטע האנט פון די עדה החרדית און בפרט רבותינו הק' זיע''א האבן זיך ארויסגעשטעלט מיט פייער צו מחזק זיין די עדה החרדית, און ארומגערעדט בשבח פון די עסקנים וואס האבן גענומען אויף זיך א עול צו מחזק זיין די רבנים און חברי הבי''ד ומורי הוראות, און בכלל פאר די גאנצע ציבור דארט וואס זענען זיך מסתופף בצל פון די עדה''ח וועלכע פלאגן זיך צו שפייזן די געבענטשטע משפחות, און נאכגעזאגט פון רביה"ק בעל דברי יואל זיע''א אז מיטן שטיצן די בני ארה"ק איז מען מקיים מצות ישוב ארץ ישראל, און מסיים געווען בברכת קדשו אז די עדה החרדית זאל האבען א קיום און מען זאל עס נישט קענען צעברעכן, און פאר אלע עסקנים און נדבנים.

אויפן וועג ארויס האט דער רבי ווארעם אנגעוואונטשן פאר הרבני הנגיד ר' יצחק אליקים שווארטץ הי"ו וועם דער רבי האט ממנה געווען אלס יו'''ר הנהלה בארה''ב, און פאר העסקן הדגול ר' אהרן יוסף פריעדמאן הי"ו.

דערנאך איז דער רבי צוריק ארויף ממשיך זיין מיט די זמני כניסה.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:30 און געציילט ספירה פארן עמוד.

▫️סאטמאר'ע נייעס🌴▫️
צו באקומען 'סאטמאר'ע נייעס' - נייעס באריכטן בילדער און ווידיאוס
https://chat.whatsapp.com/IpFlOyC5SJ30eoFk1ggspC

בחצרות סאטמאר אימעיל
[email protected]

קר''י היימשטאט
[email protected]
Joel
שר האלף
תגובות: 1063
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 28, 2015 11:20 pm

Re: בחצרות הקודש - נתחדש תמוז תשפג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Joel »

BD.jpg
BD.jpg (258.5 KiB) געזען 3984 מאל
Joel
שר האלף
תגובות: 1063
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 28, 2015 11:20 pm

Re: בחצרות הקודש - נתחדש תמוז תשפג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Joel »

סיום ישיבת בין הזמנים אין תולדות אהרן
דער רבי טרעט אויף מיט דברות קודש
אטעטשמענטס
unnamed (11).jpg
unnamed (11).jpg (66.35 KiB) געזען 3780 מאל
unnamed (9).jpg
unnamed (9).jpg (109.49 KiB) געזען 3780 מאל
unnamed (10).jpg
unnamed (10).jpg (108.37 KiB) געזען 3780 מאל
Joel
שר האלף
תגובות: 1063
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 28, 2015 11:20 pm

Re: בחצרות הקודש - נתחדש תמוז תשפג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Joel »

שמחת הבר מצוה פון אן אייניקל פון האדמו"ר מתולדות אהרן און פון האדמו"ר מזעליחוב
אטעטשמענטס
unnamed (21).jpg
unnamed (21).jpg (67.15 KiB) געזען 3724 מאל
unnamed (12).jpg
unnamed (12).jpg (73.86 KiB) געזען 3724 מאל
unnamed (20).jpg
unnamed (20).jpg (76.97 KiB) געזען 3724 מאל
אוועטאר
הבעש''ט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4223
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 17, 2018 6:17 pm
לאקאציע:אינעם חסידישן ווינקל פין היכל הבעש"ט

Re: בחצרות הקודש - נתחדש תמוז תשפג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הבעש''ט »

כ"ק אדמו"ר ממיאלען שליט"א אויף א נסיעה קיין וויען - ניקלשבורג.
---

ביים פירן מלוה מלכה בבית האכסניא אין וויען.

76.jpeg
76.jpeg (158.53 KiB) געזען 2866 מאל

אויפן ציון פונעם ר"ר שמעלקא זי"ע אין ניקלשבורג.

WhatsApp Image 2024-05-12 at 10.06.10 AM.jpg
WhatsApp Image 2024-05-12 at 10.06.10 AM.jpg (308.33 KiB) געזען 2848 מאל
WhatsApp Image 2024-05-12 at 10.06.11 AM.jpeg
WhatsApp Image 2024-05-12 at 10.06.11 AM.jpeg (235.77 KiB) געזען 2866 מאל
א פייערדיגע חסיד
שר העשר
תגובות: 39
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 02, 2023 4:36 pm

Re: בחצרות הקודש - נתחדש תמוז תשפג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א פייערדיגע חסיד »

🌴בצל הקודש🌴-סאטמאר(מהר''א)
רבינו שליט"א ביים משמיע זיין די דרשת פתיחת הזמן היינט נאכמיטאג פאר די אריבער 1,200 תלמידי הישיבה, פארגעקומען בהיכל המתיבתא סניף ויואל משה.
~🌴~
אטעטשמענטס
(141).jpg
(141).jpg (121.4 KiB) געזען 2542 מאל
(140).jpg
(140).jpg (116.93 KiB) געזען 2542 מאל
(139).jpg
(139).jpg (114.53 KiB) געזען 2542 מאל
🌴בצל הקודש🌴
שנעלע, קראנטע, און אקוראטע באריכטן און בילדער מהנעשה והנשמע בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א.
TELEGRAM- https://t.me/BetzeilHakodesh
WHATSAPP - https://chat.whatsapp.com/F5pIFOKjXHcKbIKAF1WiRl
🌴בצל הקודש🌴
הרחבה
שר חמש מאות
תגובות: 686
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 01, 2022 5:23 am

Re: בחצרות הקודש - נתחדש תמוז תשפג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרחבה »

מרן אדמו"ר מויזניץ שליט"א אין דאוואס שווייץ
אטעטשמענטס
IMG-20240515-WA0031.jpg
IMG-20240515-WA0031.jpg (259.4 KiB) געזען 2152 מאל
פארגאנגענע וואך
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4555
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך פעברואר 23, 2022 3:58 pm

Re: בחצרות הקודש - נתחדש תמוז תשפג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארגאנגענע וואך »

אדמו"ר מדינוב שליט''א אין וועסט פאלם ביעטש
אטעטשמענטס
IMG_20240515_100336_888.jpg
IMG_20240515_100336_888.jpg (197.44 KiB) געזען 1454 מאל
פון דא און פון דארט!
פארגאנגענע וואך
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4555
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך פעברואר 23, 2022 3:58 pm

Re: בחצרות הקודש - נתחדש תמוז תשפג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארגאנגענע וואך »

כ"ק מרן אדמו"ר מדושינסקיא שליט"א טרעט אויף ביים מעמד 'והגדת לבנך' לכלל חסידי באיאן לעצטע וואך אין ביתר, אויפ'ן פרעזענליכע בקשה פון אדמו"ר מבאיאן שליט''א
אטעטשמענטס
IMG-20240515-WA0078.jpg
IMG-20240515-WA0078.jpg (133.75 KiB) געזען 1030 מאל
IMG-20240515-WA0080.jpg
IMG-20240515-WA0080.jpg (299.47 KiB) געזען 1030 מאל
IMG-20240515-WA0079.jpg
IMG-20240515-WA0079.jpg (145.05 KiB) געזען 1030 מאל
פון דא און פון דארט!
אוועטאר
מרק
שר האלף
תגובות: 1503
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 30, 2022 8:22 pm

Re: בחצרות הקודש - נתחדש תמוז תשפג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מרק »

באריכט סאטמאר מהר''א דינסטאג אמור -דרשת פתיחת הזמן פאר די 1200 תלמידי המתיבתא
◄ ווייז ספוילער
*דינסטאג פרשת אמור 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א*

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף עצי חיים - שיעור ג'. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
ב"ר עזריאל יאקאבאוויטש הי"ו.
ב"ר יואל שווארטץ הי"ו.
ב"ר פנחס שלמה פערלמוטער הי"ו.
ב"ר יואל ווייזער הי"ו.

נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ' פסוק ב', דערנאך זענען די תלמידי הישיבה אריבער שלום נעמען פון רבינו שליט"א לקראת זמן החדש, און עס איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ"ד.

נאכמיטאג ארום 5:10 איז דער רבי אנגעקומען בהיכל המתיבתא סניף 'ויואל משה' צום דרשת פתיחת הזמן פאר די אריבער 1,200 תלמידי הישיבה, דער רבי האט צום ערשט געדאווענט מנחה בהיכל הביהמ"ד, און ארום 5:30 אנגעהויבן די דרשת פתיחת הזמן בדברי דרוש ואגדה אויף די וואכעדיגע סדרה, און ארומגערעדט אז מען לערנט יעצט אין ישיבה פרק המפקיד די הלכות פון שומר חינם און שומר שכיר, און שטארק מעורר געווען אויסצוניצן די בחור'ישע יארן בתורה ויראת שמים און זיין א שומר אויף די נשמה און בויען א פעסטע יסוד פאר די גאנצע לעבן, און דערנאך ממשיך געווען מיט הדרכה ומוסר, זיך צושטעלן צו די סדרי הישיבה, גיין אין מקוה יעדן טאג, לערנען ספרי מוסר וחסידות בקביעות, די שיינקייט פון די שבתים אין ישיבה, און איבער די דערהויבענקייט פון סעודת רעוא דרעוין, טוהן חסד איינער מיטן צווייטן, און איבערגע'חזר'ט די תקנה פון רביה"ק מייסד הישיבה זיע''א נישט צו גיין צו חתונות, און שטארק מעורר געווען איבער די תקנה נישט צו דרייוון, און נאכגעזאגט לשונו הק' פון רביה"ק זיע''א וועלכע האט זיך אויסגעדרוקט זייער שארף איבער דעם ענין אז בחורים זאלן נישט דרייוון, און מסיים געווען בדברי חיזוק פאר די בחורים בעניני השקפה וציונות, און די זכי' וואס די בחורים האבן צו לערנען אין די ישיבה פון רביה"ק זיע''א, און דערנאך צוגעענדיגט מיט דברי ברכה. מען האט געענדיגט ארום 6:20.

פארנאכטס איז רבינו שליט''א אריינגעפארן קיין וומסב''ג צו די וועכענטליכע זמני כניסה.
ביים אנקומען קיין וומסב''ג האט דער רבי צום ערשט מנחם אבל געווען משפחת כהנא היושבים ע"פ אמם הישישה ע"ה אלמנת הרה"ח ר' יוסף מרדכי כהנא ע"ה.
דערנאך האט דער רבי מנחם אבל געווען משפחת פעקעטע היושבים ע"פ אביהם הרה"ח הישיש ר' יעקב פעקעטע ע"ה.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:45 ביז 12:45 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.

בעת די זמני כניסה זענען אריין בקודש פנימה הנהלת כולל שומרי החומות אפנעמען ברכת הקודש לרגל די בעפארשטייענדע דינער השנתי קומענדיגן דינסטאג בהר פסח שני, דער רבי האט געהערט א באריכט איבער די לעצטערע פעולות און מאציל געווען מברכת קדשו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:30 און געציילט ספירה פארן עמוד, און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

נאך די זמני כניסה האט דער רבי מנחם אבל געווען הרה"ח ר' יעקב גליק הי"ו ע"פ אחיו הרה"ח הישיש ר' משה גליק ע"ה.

▫️סאטמאר'ע נייעס🌴▫️
צו באקומען 'סאטמאר'ע נייעס' - נייעס באריכטן בילדער און ווידיאוס
https://chat.whatsapp.com/IpFlOyC5SJ30eoFk1ggspC

בחצרות סאטמאר אימעיל
[email protected]

קר''י היימשטאט
[email protected]
אוועטאר
מרק
שר האלף
תגובות: 1503
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 30, 2022 8:22 pm

Re: בחצרות הקודש - נתחדש תמוז תשפג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מרק »

סאטמאר מהר''א

כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א ביי ניחום אבלים ביי משפחת האשה החשובה והישישה אלמנת הרה"ח ר' יוסף מרדכי כהנא ע"ה.

ביי משפחת המנוח הר''ר יעקב פעקעטע ע''ה.

ביי הרה''ח הישיש ר' יעקב גליק הי''ו ע''פ אחיו הרה''ח ר' משה ע''ה.

▫️סאטמאר'ע נייעס🌴▫️
https://chat.whatsapp.com/IpFlOyC5SJ30eoFk1ggspC
אטעטשמענטס
IMG_20240515_110853_164.jpg
IMG_20240515_110853_164.jpg (192 KiB) געזען 1039 מאל
IMG_20240515_110900_473.jpg
IMG_20240515_110900_473.jpg (152.33 KiB) געזען 1039 מאל
IMG_20240515_110911_112.jpg
IMG_20240515_110911_112.jpg (54.98 KiB) געזען 1039 מאל
צו באקומען 'סאטמאר'ע נייעס' - נייעס באריכטן בילדער און ווידיאוס
https://chat.whatsapp.com/IpFlOyC5SJ30eoFk1ggspC

בחצרות סאטמאר אימעיל
[email protected]

קר''י היימשטאט
[email protected]
אוועטאר
American Dream
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4826
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 22, 2023 4:05 pm
לאקאציע:קרית יואל

Re: בחצרות הקודש - נתחדש תמוז תשפג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך American Dream »

ניחום אבלים ביי כ"ק אדמו"ר מאשוואר שליט"א



כ"ק אדמו"ר מפאפא שליט"א
IMG-20240515-WA0031.jpg
IMG-20240515-WA0031.jpg (133.44 KiB) געזען 1189 מאל

האדמו"ר מספינקא מאנסי אב"ד פרייימאן שליט"א
IMG-20240515-WA0030.jpg
IMG-20240515-WA0030.jpg (207.95 KiB) געזען 1189 מאל
אוועטאר
פארצייטיש
שר האלפיים
תגובות: 2042
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 02, 2020 9:24 pm

Re: בחצרות הקודש - נתחדש תמוז תשפג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארצייטיש »

געהויבענע באזוך פון הרה"צ ר' אהרן מענדיל טווערסקי שליט"א בנו בכורו של כ"ק מרן אדמו"ר מסקווירא שליט"א אין שטאט וויליאמסבורג

סעודות ראש חודש עם בחורי הישב"ק סקווירא בוומסב"ג וואס האבן אריינגעברענגט גרויסע סכומים לטובות הישיבה
imresizer-1715787986026.jpg
imresizer-1715787986026.jpg (338.68 KiB) געזען 3002 מאל
imresizer-1715787995017.jpg
imresizer-1715787995017.jpg (350.37 KiB) געזען 3002 מאל
3.jpg
3.jpg (58.34 KiB) געזען 3002 מאל
אוועטאר
פארצייטיש
שר האלפיים
תגובות: 2042
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 02, 2020 9:24 pm

Re: בחצרות הקודש - נתחדש תמוז תשפג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארצייטיש »

מעמד קבלת פנים
imresizer-1715788056896.jpg
imresizer-1715788056896.jpg (363.26 KiB) געזען 5000 מאל
imresizer-1715788063626.jpg
imresizer-1715788063626.jpg (382.2 KiB) געזען 5000 מאל
imresizer-1715788070510.jpg
imresizer-1715788070510.jpg (369.87 KiB) געזען 5000 מאל
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע נייעס”