בחצרות הקודש - נתחדש תמוז תשפג

אידישע נייעס און לאקאלע קרישקעלעך

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

קרעטשמער
Site Admin
תגובות: 449
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 25, 2006 6:22 pm

בחצרות הקודש - נתחדש תמוז תשפג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעטשמער »

זייטיגע נאטיץ
אפיציעלע דערמאנונג: די אשכול איז א זעראו טאלעראנץ פאליסי אשכול - מען קען אויסגעשלאסן ווערן אן קיין ווארענונג פארן פארלעצן די תקנות.

ביטע ליינט דורך מיט ישוב הדעת די תקנות פונעם אשכול איידער איר שרייבט דא.
חסד לאברהם קאליסק
שר חמישים
תגובות: 98
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יוני 05, 2020 6:07 am

Re: בחצרות הקודש - נתחדש תמוז תשפג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חסד לאברהם קאליסק »

אבדק''ק טורקא טבריה שש''פ
אטעטשמענטס
טורקא שש''פ.png
טורקא שש''פ.png (126.44 KiB) געזען 6683 מאל
אוועטאר
כרוספדין
שר האלף
תגובות: 1954
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 24, 2022 9:56 pm
לאקאציע:רבותינו שהיו מסובין בבני ברק

Re: בחצרות הקודש - נתחדש תמוז תשפג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כרוספדין »

שביעי של פסח - סאטמאר בני ברק (הגרח"צ מייזליש)
unnamed - 2024-04-28T091756.829.jpg
unnamed - 2024-04-28T091756.829.jpg (266.23 KiB) געזען 6672 מאל
- שיח שרפי קודש -
סיפורי צדיקים ממקורות נאמנים דערציילט דורך
הגה"צ רבי חיים צבי מייזליש שליט"א ראש ישיבת סאטמאר בני ברק
viewtopic.php?p=5053598#p5053598
פולין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 340
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 26, 2019 10:55 am

Re: בחצרות הקודש - נתחדש תמוז תשפג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פולין »

רבינו ראש הישיבה מגור שליט"א והגרי"מ שליט"א בסעודת חג לחבורת המשוררים דביהמ"ד
5861888244982071838_121.jpg
5861888244982071838_121.jpg (138.46 KiB) געזען 6423 מאל
5861888244982071828_121.jpg
5861888244982071828_121.jpg (97.9 KiB) געזען 6423 מאל
5861888244982071837_121.jpg
5861888244982071837_121.jpg (185.53 KiB) געזען 6423 מאל
לעצט פארראכטן דורך פולין אום מיטוואך מאי 01, 2024 10:20 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
שטאפיק
שר חמש מאות
תגובות: 890
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 23, 2020 9:13 am
לאקאציע:עיה"ק ירושלם תובב"א

Re: בחצרות הקודש - נתחדש תמוז תשפג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטאפיק »

השתדלו והרבו תחינה. כ״ק אדמו״ר מפינסק קארלין שליט״א צוריק אין שפיטאל. ארי׳ לייב בן יוכבד מונטשא לרפו״ש בתושח״י
אוועטאר
מרק
שר האלף
תגובות: 1501
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 30, 2022 8:22 pm

Re: בחצרות הקודש - נתחדש תמוז תשפג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מרק »

באריכטן סאטמאר מהר''א

שב''ק פרשת טהרה שבת הגדול בצל הקודש
◄ ווייז ספוילער
*שב''ק פרשת טהרה שבת הגדול 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א*

פרייטאג צונאכטס ארום 8:15 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה, קבלת שבת: הרה"ח ר' אליעזר היילברוין הי"ו.

מען האט געענדיגט דאווענען ארום 9:50. דער ציבור איז אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.

ארום 12:10 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחה''ט בהיכל השלחנות, און אנגעהויבן כדרכו בקודש שלום עליכם ברגש ובנעימה.
אשת חיל האט דער רבי מכבד געווען דעם אור אייניקל הב' אלימלך אשכנזי ני"ו בן הרה''ג ר' חיים הערש שליט"א רב דביהמ"ד רב טוב, הגבהת הכוס: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.

מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען. כל מקדש: נכדו הרב מאיר יודא אשכנזי שליט"א חתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א, מנוחה ושמחה: נכד רבינו הרב נחמן כהנא שליט"א חתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה א טעם פארוואס מען ריפט דעם שבת שבת הגדול, אז דורך דעם וואס די אידן האבן מקבל געווען שבת סיי במעשה און סיי בדיבור האט מען גערעכנט די שלעכטע דיבורים פון די מצריים צו משלים זיין דעם זמן היציאה.

קה אכסוף: נכד רבינו הרב משה מייזליש שליט"א חתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א, ברכהמ''ז: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.

עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון הרה"ק ר' אשר'ל מראפשיץ זיע''א וואס די יארצייט געפאלט מאנטאג ערב פסח.

קה רבון עלם: נכד רבינו הרב ברוך רוקח שליט"א חתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אהל פיגא שליט"א, די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען פירות, אז ביום השביעי: הרה"ח ר' פנחס משה לאנדא הי"ו (ב"פ). מען האט געענדיגט ארום 2:00.

*וביום השבת קודש*

שב''ק אינדערפרי איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 9:40. פסוקי דזמרה: הרה"ח ר' שלום יצחק שעהר הי"ו (אנטווערפען), דער רבי האט פארגעזאגט וכרות פסוק בפסוק, און צוגעגאנגען צו שחרית ויוצר.

הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' ליפא עפשטיין הי"ו (מאנטרעאל). פסוקי שמע ישראל: הר"ר מענדל גאלד שליט"א אב"ד לובלין.

עליות. כהן: ר' אפרים גאלדמאן הי"ו - דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט. לוי: הרה"ח ר' שלמה מאשקאוויטש הי"ו. שלישי: הרה"ח ר' אלי' ניישטאדט הי"ו. רביעי: הרה"ח ר' יושע שמואל ווידער הי"ו. חמישי: הרה"ח ר' ליפא ניישטאדט הי"ו. שישי: רבינו שליט''א.

נאכ'ן עולה זײן האט דער רבי קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל:
ר' חיים אברהם קעסלער הי"ו.
ר' שלמה זלמן בר"ל עפשטיין הי"ו.
ר' ישי שטיין הי"ו.
ר' בנציון כ"ץ הי"ו.
ר' משה יודא הערשקאוויטש הי"ו.

שביעי: ר' יואל ברמ"א ניימאן הי"ו - דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט. אחרון: הרה"ח ר' פנחס משה לאנדא הי"ו. מפטיר: הרה"ח ר' ברוך מרדכי מארקאוויטש הי"ו. הגבה: הרה"ח ר' בערל שטיין הי"ו. גלילה: הרה"ח ר' יעקב קעסלער הי"ו.

מוסף: הרה"ח ר' יושע שמואל ווידער הי"ו, פתיחה לאנעים זמירות: הרה"ח ר' יוסף עמרם מארקאוויטש הי"ו, מען האט געליינט נשיא כנהוג.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' שמשון זאלדאן הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל. מען האט געענדיגט ארום 12:55.

מיטאג טיש האט דער רבי געפירט אינעם בנין פון מבצר הכוללים אינאיינעם מיט די קינדער און אייניקלעך, ביי קידוש האט מען אריינגעברענגט נאנט, קינדל, און המן טאשן כנהוג אום שבת הגדול.
ביי די סעודה האט הרה"ח ר' שלמה הערש ברא"י עקשטיין הי"ו אריינגעברענגט א געפילטע העלזל לכבוד די קידוש פון א אייניקל.
מיט ברכהמ''ז האט דער רבי מכבד געווען הגה"צ רבי שלמה רובין שליט"א אב"ד ציעשנוב קר"י.

*רעוא דרעווין*

צו מנחה ושל''ש דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 8:15. מנחה: הרה"ח ר' יחזקאל בראך הי"ו. הוצאה והכנסה: הרה''ג ר' אביגדור הערשקאוויטש שליט"א. כהן: הרה"ח ר' משה חיים פריעדמאן הי"ו. לוי: הר"ר אלעזר רובינפעלד שליט"א. שלישי: הגה''צ ר' משה טייטלבוים שליט"א דומ''ץ דביהמ"ד בית שמואל בנימין. הגבה: רבינו שליט''א. גלילה: הרה"ח ר' יחזקאל וויינגארטן הי"ו.

נאך מנחה איז דער רבי אריבער בבנין מבצר הכוללים ווי דער רבי האט געפירט של''ס.
מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען. אודה: הרה"ח ר' נח גפן הי"ו, שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה א טעם פארוואס די שבת ווערט אנגערופן שבת הגדול און געטייטשט אז די אידן האבן זיך געדארפט מפריש זיין פון עבירות סיי פון די עצם עבירה און סיי אויף די צייט פון די עבירה, דורך שב''ק וואס די עבודה איז צו טוהן מצוות בשמחה האט עס מכפר געווען אויך ביידע און מען האט געקענט צוטרעטן צו הקרבת קרבן פסח.

ידיד נפש: הרה"ח ר' ליפא פריעדמאן הי"ו (וומסב''ג), קל מסתתר: הר"ר הערשל טעלער שליט"א (וומסב''ג), דער רבי האט געבענטשט אויפן כוס.

מעריב מוצש''ק: הרה"ח ר' ברוך מרדכי מארקאוויטש הי"ו. נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך. מען האט געענדיגט ארום 10:35.

▫️סאטמאר'ע נייעס🌴▫️
זונטאג בדיקת חמץ - מאנטאג ערב פסח בצל הקודש
◄ ווייז ספוילער
*זונטאג פרשת אחרי א' - בדיקת חמץ - 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א*

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
ב"ר סנדר יעקב הלל גרינוואלד הי"ו.
ב"ר דוד צבי גראס הי"ו.
ב"ר פנחס אלעזר פריעד הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

נאכמיטאג ארום 7:50 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ביהמ"ד הגדול, בעל תפילה: ר' יודל ברנ"ש שווארטץ הי"ו.
נאך מנחה איז פארגעקומען דער מעמד המרומם 'שאיבת מים שלנו' במעמד אלפי אנ''ש, מען האט געזינגען מערערע ניגוני שמחה והתעוררות.

רבינו שליט''א האט משמיע געווען פייערדיגע דברות קודש מיט לענגערע דברי הדרכה והכנה צום יו"ט פסח און ארומגערעדט גאר שטארקע דברי אמונה אז דורך דעם וואס מען פרייט זיך יעצט מיט די גאולה השלימה וואס גייט בקרוב זיין אין דעם זכות וועט מען זוכה זיין עס צו זען במהרה, און מסיים געווען בברכות לרוב.

מען האט ממשיך געווען מיט ניגוני התעורורות און געזינגען ויהי נועם, דער רבי האט זיך אויפגעשטעלט ברגש קודש און געזאגט די לשם יחוד לשם מצות מצוה און געשעפט מים שלנו פונעם קראן אויפן בימת הכבוד און אריינגעגאסן און עטליכע קריגלעך דערביי ציילענדיג במספר האותיות א' ב' ג' וכו', און דערנאך מכבד געווען הרבנים הגאונים בני וחתני רבינו שליט"א ורבני ודייני קר''י צו שעפן, און זיך בשמחה של מצוה וקדושה ארויסגעלאזט אין פייערדיגע ריקודין א לענגערע צייט. מען האט געענדיגט ארום 8:55.

תיכף נאכן מעמד האט דער רבי געדאווענט מעריב בהיכל הביהמ"ד. בעל תפילה: הרה"ח ר' ברוך מרדכי מארקאוויטש הי"ו.

נאך מעריב איז דער רבי אהיים לביתו נאוה קודש. דער רבי האט אויסגעלייגט די 10 ברעקלעך ארום דעם טיש כנהוג, געמאכט די ברכה על ביעור חמץ בהתלהבות און צוזאמגענומען די ברעקלעך און דערנאך ממשיך געווען בטירחא דגופא דעם גאנצן הויז בודק חמץ זיין, ביים ענדיגן האט דער רבי געזאגט כל חמירא בהשתפכות הנפש.

שפעט אויפדערנאכט האט דער רבי מסדר געווען און נאך ארויסגעשיקט דעם לעצטן טייל צדקות פון קמחא דפסחא לכבוד יו"ט.

▫️סאטמאר'ע נייעס🌴▫️

*מאנטאג ערב פסח*

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' ירמי' בנציון קאפפעל הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.

רבינו שליט''א איז אריינגעקומען אין ביהמ''ד הגדול צו תפילת שחרית ארום 9:10. בעל תפילה: הרה"ח ר' שמחה ישראל אפפעל הי"ו.
הוצאה והכנסה: ר' הערש לייב פאגעל הי"ו. כהן: הרה"ח ר' יעקב בר"ש פריעדמאן הי"ו. לוי: הרה"ח ר' אהרן ווייס הי"ו. שלישי: רבינו שליט"א. הגבה: ר' יודל ברנ"ש שווארטץ הי"ו. גלילה: ר' אלי' ברח"א שפיטצער הי"ו.

תיכף נאכן דאווענען האט דער רבי געטרינקן לחיים בחדרו הפרטי אויף ביר כנהוג, און דערנאך בביתו נאוה קודש האט דער רבי פארקויפט דעם חמץ פארן גוי, דער רבי האט געמאכט דעם קנין און איבערגעגעבן דעם שטר, דערנאך ארום 10:20 איז דער רבי אריבער פארנט פון ביהמ''ד הגדול צו שריפת חמץ, דער רבי האט געזאגט 'לשם יחוד לקיים מצוות אך ביום הראשון תשביתו שאור מבתיכם' און אריינגעווארפן די חמץ און דעם לולב, און צוגעווארט די חמץ זאל פארברענט ווערן, און געזאגט די יהי רצונ'ס מיט כל חמירא בהשתפכות הנפש, און ביים ענדיגן געוואונטשן א גוט יו''ט ַ

נאכמיטאג ארום 2:20 איז דער רבי געגאנגען אין מקוה, און דערנאך ארום 2:55 אנגעקומען אינעם מצה בעקעריי בבנין ישיבה קטנה אויף געציל בערגער, דער רבי האט אריין געגאסן דאס וואסער אין די מעל און פארטיילט טייגלעך פאר עטליכע מיירעס, דער רבי האט פארגעזאגט הלל ברגש קודש והשתפכות הנפש, און געוועלגערט א מצה, און דערנאך זיך אומגעקוקט ביי די רעדלערס און ביים אויווען. און דערנאך מפריש געווען חלה.

דערנאך ארום 4:15 איז דער רבי אריבער צום צענטראלן מצה בעקעריי דקהלתינו הק', און זיך אומגעקוקט אויפן סדר האפי' און אין אלע אפטיילונגען א לענגערע צייט, דער רבי אריין געגאסן וואסער אין די מעל און מפריש געווען חלה, און זיך אומגעקערט לביתו נאוה קודש.

שפעטער נאכמיטאג איז דער רבי אראפ אינעם נייעם גרויסן זאל בביתו נאוה קודש, דער רבי האט אפגעברענט די לעכט, און זיך אומגעקוקט אויפן מלכות'דיגע סדר טיש ווי עס האבן מיטגעהאלטן בצל הקודש די אריבער 300 חתנים אנ''ש וועלכע זענען פלאצירט געווארן צווישן ביידע הייליגע סדר נעכט.

פארן זמן הדלקה"נ איז דער רבי געגאנגען נאכאמאל אין מקוה לכבוד יו"ט.
ימים הראשונים של יו''ט פסח בצל הקודש
◄ ווייז ספוילער
*ימים הראשונים של יו''ט פסח 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א*

ארום 8:25 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד און צוגעגאנגען צו מנחה און אנגעהויבן הודו, נאך מנחה האט דער רבי געזאגט דעם סדר הקרבת קרבן פסח. מערבית: הר"ר דוד לייב קרויס שליט"א, דער רבי איז צוגעגאנגען צו הלל בהתלהבות אש, נאכן דאווענען איז דער רבי ארויף אויפן ארון קודש און געוואונטשן 'א גוט יו''ט' פארן גאנצן ציבור און איז תיכף אהיים לביתו נאוה קודש. מען האט געענדיגט ארום 9:55.

פארן סדר האט רבינו שליט''א פארטיילט מצות פאר די אייניקלעך.

ארום 10:25 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צום סדר מעוטף בטליתו אויפן קיטל, און מיט א זילבערנעם קאפל, כשתילי זיתים סביב לשלחנו די הונדערטער חתנים תלמידי ישיבתינו הק' וועלכע האבן זוכה געווען מיטצוהאלטן די סדרים בליל התקדש חג הפסח, כשהמלך במסיבו, די טישן זענען געווען מלכות'דיג אויסגעשטעלט מיט א מייסטערהאפטיגן סדר וואס דער געטרייער הויז בחור איז מסדר כמדי שנה בשנה מיט א געניטשאפט, אז יעדער אין אלע ווינקלן זאלן קענען מיטהאלטן די געהויבענע מאמענטן בצל הקודש פון קיום מצות הלילה, אמירת הגדה ודברי תורה, אמירת הלל ברגש קודש ובהשתפכות הנפש, וואס איז אפגעראכטן געווארן מיט א דביקות ושמחה של מצוה.

דער רבי האט מסדר געווען די קערה, די מצות און די סימנים, און געזאגט אתקינו סעודתא דמלכא און רבוש''ע, און פארגעזאגט 'קדש' און אלע סימנים בקול נעים אויפן נוסח המקובל פון רבותינו הק' זיע''א.

במשך דעם סדר האט דער רבי געזאגט 16 מאל דברי תורה, פאר קדש, כרפס, יחץ, הא לחמא עניא, השתא הכא, עבדים היינו, ר' יוסי הגלילי אומר, ברוך שנתן תורה לעמו ישראל, רשע מה הוא אומר, והיא שעמדה, ועכשיו קרבנו המקום לעבודתו, ואומר לך בדמיך חי, אני ולא מלאך, ויאפו את הבצק, שפוך חמתך.

במשך דעם סדר האבן די אייניקלעך בני הרה"ג ר' חיים הערש אשכנזי שליט"א רב דביהמ"ד רב טוב, געזאגט די סימנים אויף אידיש.

דער רבי האט געזאגט הנני מוכן ומזומן לקיים מצוות כוס ראשון און זיך אויפגעשטעלט און געזאגט דעם לשם יחוד פון קידוש און געמאכט קידוש בהתלהבות קודש, הגבהת הכוס: נכד רבינו הרה"ג ר' חיים הערש אשכנזי שליט"א.
נאך קידוש האט דער רבי געווינקן אז יעדער זאל מאכן קידוש.

תיכף נאך מגיד האט דער רבי געזאגט דעם הננו מוכן פאר מצוות סיפור יציאת מצרים באש קודש, אויפגעדעקט די מצה, און פארגעזאגט די סדר ההגדה ברגש ובנעימה.

ביי מגיד האט דער רבי געזאגט דעם נוסח פונעם ספר הזוהר הק' 'פקודא בתר דא'.
פאר מה נשתנה האט דער רבי צוזאמגעקלאפט די הענט כף על כף כמנהג אביו רביה"ק בעל ברך משה זיע''א ע"פ מנהג בעלזא.
ביי מה נשתנה האבן געפרעגט די קשיות די אייניקלעך בני הרה"ג ר' חיים הערש אשכנזי שליט"א אויף אידיש, און דערנאך אלע אייניקלעך צוזאמען, ביי די מכות האט דער רבי אראפ געגאסן וויין פונעם בעכער כנהוג, און תיכף געהייסן ארויס טראגן.

נאכן צווייטן כוס האט דער רבי אויסגעטוהן דעם טלית, דער רבי האט זיך געוואשן און געזאגט דעם לשם יחוד וברכת המוציא און על אכילת מצה ברגש קודש און געגעסן די כזיתים מצה און שפעטער די כזיתים ביי מרור און כורך מיט א דביקות.
ביי שלחן עורך האט דער רבי געגעסן די איי פון די קערה, און דער רבי אליינס האט תיכף געגעסן דעם אפיקומן פאר חצות, דער אפיקומן איז גע'גנב'ט געווארן דורך נכד רבינו הב' החתן ישראל דושינסקיא בן הגה''צ רב דביהמ''ד אהל פיגא שליט''א. נאך ענדיגן דעם אפיקומן, האט דער רבי צוגעווארט מען זאל סערווירען די סעודת יו''ט פאר אלע מסובין.

מען האט אנגעגאסן דעם כוס של אליהו, געעפענט דעם טיר, נאך די תפילה פון שפוך חמתך בהתעוררות וברגש האט מען אנגעפילט דעם רבינ'ס כוס רביעי פונעם כוס של אליהו און מען אראפגעשיקט שריים פאר אלע מסובין, און דאן האט מען ממשיך געווען באמירת ההלל בהתעוררות רב ובגעגועים, ובפרט ביי פיוט פון נשמת כל חי ווי דער רבי האט מאריך געווען ברגש קודש בבכיות ובהשתפכות הנפש. נאכן סדר האט מען ממשיך געווען מיט די פיוטים און זמירות ונגוני יו''ט. מען האט געענדיגט ארום 3:30, און דער רבי איז ארויף בחדרו הפרטי ווי דער רבי האט געזאגט שיר השירים מיט א דביקות ברגש קודש.

*יום א' דפסח*

רבינו שליט''א איז אריינגעקומען צו תפלת שחרית ארום 10:50. פסוקי דזמרה: הרה''ג ר' ברוך שלמה וויינבערגער שליט"א, דער רבי האט געזאגט וכרות פסוק בפסוק און צוגעגאנגען צו שחרית, און צוגעשיקט צו חזרת הש"ץ הרה"ג ר' יואל מייזליש שליט"א בן הגה"צ אבד''ק מאנטרעאל שליט"א, און דערנאך צוגעגאנגען צו אמירת הלל מיט גרויס התעורורות.

הוצאה והכנסה: הרה"ג ר' יוסף הערש סופר שליט"א מו"ץ, און הרה"ג ר' וואלף אהרן טעלער שליט"א מנהל מבצר הכוללים, פסוקי שמע ישראל: הרה''ח ר' יעקב הערש פריעדמאן הי''ו (וומסב''ג).

עליות. כהן: הרה"ח ר' אברהם יושע העשיל הכהן גלאנץ הי"ו. לוי: הרה"ח ר' אהרן יוסף שמואל בערגער הי"ו. שלישי: הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א. רביעי: הרה"ח ר' יעקב זוסמאן סופר הי"ו. חמישי: רבינו שליט"א.

נאכ'ן עולה זײַן האט דער רבי קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל: ר' יצחק מאיר פארקאש הי"ו (מאנסי).

הגבה: הרה"ח ר' משה יוסף הירש הי"ו (וומסב''ג). גלילה: הרה"ח ר' משה גוטמאן הי"ו (וומסב''ג).
מפטיר: הרה"ח ר' יחזקאל דוד בערקאוויטש הי"ו (וומסב''ג). הגבה: הרה"ח ר' משה אברהם לעפקאוויטש הי"ו (וומסב''ג)
גלילה: הרה"ח ר' ישעי' בנימין שפילמאן הי"ו.

נאך עטליכע מינוט הפסקה איז דער רבי אריינגעקומען מלובש מיטן קיטל און זילבערנעם קאפל און צוגעגאנגען צו מוסף און טל בענטשן בהתעוררות.

פתיחת הארון צו טל: הרה"ח ר' שמואל אהרן לאנדא הי"ו, צו קוה איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' יצחק ערענפעלד הי"ו, פתיחה לאנעים זמירות: ר' שמואל ישעי' רעטעק הי"ו. מען האט געענדיגט ארום 2:30.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' שמואל צבי שטערן הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.

ביים מיטאג טיש בביתו נאוה קודש האבן מיטגעגעסן די הונדערטער חתנים מחוץ לעיר, במשך די סעודה האט מען געזינגען מערערע ניגוני יו''ט, און דער רבי האט מכבד געווען די מנגנים צו זינגען די פיוט 'ברך דודי'.

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'והיה כי יאמרו עליכם בניכם מה העבודה הזאת לכם' און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון שלא כדרך אכילה, נאך די תורה האט דער רבי מרחיב בדיבור געווען בהדרכה ישרה פאר די חתנים וואס וועלן דאס יאר בס''ד אויפשטעלן אידישע שטובער און בהמשך הזמן אליין פירן דעם פסח, און דערציילט א מכשול וואס האט דאס יאר פאסירט פון בליעות איסור חמץ אין א אידישע קאך נאר ווייל מען איז נישט נזהר געווען און זיך נישט געפירט צו נעמען נאר וואס מען האט געמאכט אליינס אינדערהיים, אל תטוש תורת אמך פסח קען מען נישט און מען דארף נישט אלעס האבן און מען דארף עס געדענקן א גאנץ לעבן.

מיט ברכהמ''ז האט דער רבי מכבד געווען הבה"ח שמעון ב"ר מנחם צבי כהן הי"ו (ב"ב). מען האט געענדיגט ארום 4:30.

נאכמיטאג ארום 8:30 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד צו מנחה. מנחה: הרה''ג ר' ישראל העניך שעהר שליט''א.
נאך מנחה האט אויפגעטרעטן הרה''צ ר' בערל גלאנץ שליט''א מבארדיוב קר''י לטובת דעם יערליכן אפיעל פון כולל שומרי החומות.


*ליל ב' דיו''ט*

ביים זמן איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד צו מעריב, מערבית ואמירת הלל: הרה''ג ר' יוסף דוד לעווי שליט"א, מען האט געענדיגט דאווענען ארום 9:45. נאכן דאווענען איז דער רבי ארויף אויפן ארון קודש און געוואונטשן א גוט יו''ט פארן גאנצן ציבור, און אהיים לביתו נאוה קודש.


פארן סדר איז דער רבי געגאנגען אין מקוה, דערנאך האט דער רבי פארטיילט מצות פאר די אייניקלעך.

ארום 10:40 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צום סדר מעוטף בטלית שאולה און קיטל און זילבערנעם קאפל, כמעשהו בראשונה כך מעשהו בשניה האט דער רבי האט אפגעראכטן די עבודת הקודש, במשך דעם סדר האט דער רבי געזאגט 13 מאל דברי תורה אויף, קדש, כרפס, יחץ, מגיד, ויוצאינו ה' משם, מצוה עלינו לספר, עד שדרשה בן זומה, ברוך שנתן תורה, בעבור זה, פסח מצה ומרור, והיא שעמדה לאבותינו, אני ולא שליח, שפוך חמתך.

נכד רבינו הילד בן הרה"ג ר' זלמן טייטלבוים שליט"א רב דביהמ"ד בית מנחם זאב האט געזאגט די סימנים אויף אידיש.
הגבהת הכוס לקידוש: הרה"ג ר' זלמן טייטלבוים שליט"א.

ביי מה נשתנה האבן אלע אייניקלעך געפרעגט צוזאמען.
מען האט געגעסן די כזיתים פון מוציא מצה הארט פאר חצות, ארום 2:00 האט דער רבי געזאגט דעם לשם יחוד מיט א ברען און געגעסן דעם אפיקומן מיט א דביקות. דער אפיקומן איז גע'גנב'ט געווארן דורכן געטרייען הויז בחור הב' ליפא דייטש הי''ו.

ביי שפוך חמתך האט מען געעפנט די טיר און מען האט ממשיך געווען באמירת הלל מיט א געוואלדיגע התעוררות און דערנאך די פיוטים מען האט געענדיגט ארום 3:55.

נאכן סדר איז דער רבי אריבער אין ביהמ''ד הגדול און איז צוגעגאנגען צום עמוד ציילן די ערשטע ספירה ברשפי אש קודש און דערנאך ממשיך געווען דעם סדר ביים שלחה"ט אין צד צפון אין ביהמ''ד הגדול, דער רבי האט פארגעזינגען בנעימה אחד מי יודע און חד גדיא, געזאגט תורה אויפן פיוט 'פודה כהלכה' און דערנאך האט מען ממשיך געווען מיט ניגונים לכבוד יו''ט. מען האט געענדיגט 4:35.

*יום ב' דפסח*

דעם צווייטן טאג יו''ט איז רבינו שליט''א אריינגעקומען ארום 11:05. פסוקי דזמרה: הר"ר איתמר מייזליש שליט"א, צו שחרית איז דער רבי צוגעגאנגען און צוגעשיקט צו חזרת הש"ץ נכדו הרב יואל אשכנזי שליט"א בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א, דער רבי איז צוגעגאנגען צו אמירת הלל מיט גרויס התעורורות.

הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' שלמה פארגעס הי"ו (וומסב''ג) און הרה"ח ר' מרדכי וועכטער הי"ו (וומסב''ג), פסוקי שמע ישראל: נכד רבינו הרב חיים הערש טייטלבוים שליט"א בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.

עליות. כהן: הרה"ח ר' אליעזר דוד גליק הי"ו. לוי: הרה"ח ר' ברוך ליפא לעווי הי"ו. שלישי: הב' החתן ב"ר יואל ברד"ש גאלדבערגער הי"ו (וומסב''ג). רביעי: הרה"ח ר' אבא וויינבערגער הי"ו (לאנדאן). חמישי: רבינו שליט"א. הגבה: הרה"ח ר' הלל טייטלבוים הי"ו. גלילה: הרה"ח ר' יוסף משה גלאנץ הי"ו.
מפטיר: הרה"ח ר' שלום יצחק וויינבערגער הי"ו. הגבה: הרה"ח ר' שלום הלוי לאנדא הי"ו. גלילה: הרה"ח ר' יודא יושע וויינשטאק הי"ו.

מוסף: הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א, פתיחה לאנעים זמירות: הרה"ח ר' שמואל לייב בראך הי"ו. מען האט געענדיגט ארום 2:40.

ביים מיטאג טיש בביתו נאוה קודש האבן מיטגעגעסן די חתנים מחוץ לעיר, במשך די סעודה האט מען געזינגען ניגוני יו"ט, מיט די פיוט פון ברח דודי האט דער רבי מכבד געווען הבה"ח יואל בהר"ר בעריש גראס שליט"א (מאנטרעאל), אשר הניא: הבה"ח מנחם זאב בהר"ר יחזקאל מוקאבעצקי שליט"א (לאנדאן), שושנת יעקב: הבה"ח בנימין ב"ר משה יעקב בר"א וועלץ הי"ו (ב"פ).
מען האט אריינגעברענגט א קוגל לכבוד סעודת אסתר, און דער רבי האט געהייסן זינגען ותוסף אסתר.

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן מדרש 'שומר מצוה לא ידע דבר רע זה אסתר שעוסקות בביעור חמץ' און געטייטשט אז בזכות פון אסתר וואס האט אויך חושש געווען אויף מצוות דרבנן איז מען ניצל געווארן פון די גזירת המן.
דערנאך האט דער רבי אנגעהויבן אם על המלך טוב, און מכבד געווען מיט ברכהמ''ז הבה"ח מרדכי אפרים פישל ב"ר ישראל שמחה לאנדא הי"ו וועלכע האט זיך פארהערט ביים רבי'ן טויזענט בלאט גמרא. מען האט געענדיגט ארום 4:50.

דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 8:30. בעל תפילה: הרה"ח ר' משה מאיר גאטליעב הי"ו. און ביים זמן ר"ת האט מען געדאווענט מעריב, בעל תפילה: הרה"ח ר' יודא אליעזר גאטעסמאן הי"ו, דער רבי איז צוגעגאנגען צו ספירת העומר.
נאך הבדלה האט דער רבי געוואונטשן א גוטן מועד און אהיים לביתו נאוה קודש. מען האט געענדיגט ארום 9:30.

▫ סאטמאר'ע נייעס 🌴
דאנערשטאג פרייטאג חוה''מ
◄ ווייז ספוילער
*דאנערשטאג א' דחוה"מ פסח 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א*

רבינו שליט''א איז אריינגעקומען צו תפילת שחרית ארום 9:50. בעל תפילה: הרה"ח ר' אלחנן טויב הי"ו, צו הלל איז דער רבי צוגעגאנגען.

פתיחה: הרה"ח ר' אברהם דוד גאטליעב הי"ו (וומסב''ג) און הרה"ח ר' ליפא עפשטיין הי"ו (מאנטרעאל).
כהן: הרה"ח ר' יודל כ"ץ הי"ו. לוי: הגה''צ ר' שמחה שלום שטיינבערגער שליט"א רב דביהמ"ד דברי חיים. שלישי: הרה"ג ר' יצחק שלום פריעדמאן שליט"א מו"ץ. הגבה: הר"ר מאיר מייער שליט"א. גלילה: הרה"ח ר' אברהם פילאפף הי"ו.
רביעי: רבינו שליט"א. הגבה: הרה"ח ר' מנחם ישראל באסול הי"ו. גלילה: הרה"ח ר' שמואל לייב פריעד הי"ו.

מוסף: הרה"ג ר' יואל יצחק שטערן שליט"א מו''ץ ודומ"ץ דינוב קר"י. מען האט געענדיגט ארום 11:30.

נאכמיטאג ארום 6:15 איז געווען אויף א ביקור חג בקו''פ הגה"צ רבי מנחם מאיר ווייסמאנדל שליט"א אבד"ק נייטרא מאנסי, עס האט זיך פארצויגן א לענגערע ידידות'דיגע שמועס צווישן אנדערע איבער פארשידענע שאלות און מכשולות וואס מאכט זיך אום פסח, פרישע הידורים ביי שחיטה און סופרות, און איבער הלכות מעקה, דער רבי האט אים ווארעם מאציל געווען מברכות קדשו און געגעבן א הגדה של פסח לב אהרן, און ארויסבאגלייט ביז צו די גאס.

ארום 8:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש, און מעריב ארום 9:15, דער רבי איז צוגעגאנגען צו ספירת העומר.

*פרייטאג ב' דחוה"מ*

רבינו שליט''א איז אריינגעקומען צו תפילת שחרית ארום 9:50. בעל תפילה: הר"ר שרגא גאנדל שליט"א. צו הלל איז דער רבי צוגעגאנגען.

פתיחה: הרה"ח ר' יואל דוד שווארטץ הי"ו און ר' יעקב אליעזר רובין הי"ו.
כהן: הרה"ח ר' עמרם כהן הי"ו. לוי: הרה"ח ר' שלום לאנדא הי"ו. שלישי: הרה"צ ר' חיים אלעזר ווייס שליט"א מחמעלניק מאנסי. הגבה: הר"ר אברהם דוד וואגשאהל שליט"א (מאנסי). גלילה: הרה"ח ר' יעקב יצחק שטיינמעטץ הי"ו.
רביעי: רבינו שליט"א. הגבה: הרה"ח ר' חיים בעריש פילאפף הי"ו. גלילה: הרה"ח ר' יואל ברא"ז פריעדמאן הי"ו.

מוסף: הרה"ג ר' יעקב שלמה פאנעט שליט"א רב דביהמ"ד שערי תפילה בשכונת העלף האלאו בקר"י.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' יחיאל שטיינמעטץ הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל. מען האט געענדיגט ארום 11:40.

▫ סאטמאר'ע נייעס 🌴
שב''ק חוה''מ בצל הקודש
◄ ווייז ספוילער
*שב''ק ג' דחוה"מ פסח 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א*

פרייטאג צונאכטס ארום 8:30 איז רבינו שליט''א אין ביהמ''ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה, קבלת שבת: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו, און דער רבי איז צוגעגאנגען צו ספירה ציילן.
מען האט געענדיגט ארום 9:40, דער ציבור איז אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.

ארום 12:10 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור אין ביהמ"ד הגדול צד צפון, און אנגעהויבן כדרכו בקודש שלום עליכם ברגש ובנעימה, ביז מלך תמים דרכו.

מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען, כל מקדש: הרה"ג ר' מענדל באכנער שליט"א רב דביהמ"ד קשאנוב קר"י, מנוחה ושמחה: הרה"ג ר' יוסף שמואל ראטענבערג שליט"א מו"ץ.

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן מדרש 'אתם מכרתם את יוסף חייכם שאתם אומרים עבדים היינו' און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון הקדש מפקיע מידי שיעבוד.

קה אכסוף: הרב אלחנן חיים טייטלבוים שליט"א חתן הגה"צ אב"ד ציעשנוב קר"י, ברכהמ''ז: הגה"צ רב דביהמ"ד בית ברוך שליט"א.

עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון הרה''ק הדברי חיים זיע''א וואס די יארצייט געפאלט פרייטאג כ"ה ניסן.

קה רבון עלם: הרה"ג ר' יחזקאל לאקס שליט"א מו"ץ, די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען פירות, און עס איז פארגעקומען א שלום זכר ביי ר' אהרן בר"י פאללאק הי"ו, און ביי ר' ישי בר"י גאלדבערגער הי"ו, אז ביום השביעי: הרה"ג ר' יצחק שלום פריעדמאן שליט"א מו"ץ. מען האט געענדיגט ארום 2:15.

*וביום השבת קודש*

שב''ק אינדערפרי איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 9:40. פסוקי דזמרה: הרה"ח ר' יואל בר"ע הירש הי"ו, דער רבי האט פארגעזאגט וכרות פסוק בפסוק, און צוגעגאנגען צו שחרית והלל.
פארן ליינען האט מען געזאגט שיר השירים כנהוג.

הוצאה והכנסה: נכד רבינו הרה"ג ר' זלמן טייטלבוים שליט"א רב דביהמ"ד בית מנחם זאב, און הרה"ג ר' יואל פריעדמאן שליט"א מו"ץ בקהלתינו הק' במאנסי, פסוקי שמע ישראל: הרה"ג ר' נתן דוב שווארטץ שליט"א מו"ץ.

עליות. כהן: בעל ברית ר' אהרן בר"י פאללאק הי"ו. לוי: הרה"ח ר' אלעזר גרובער הי"ו. שלישי: הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א. רביעי: הרה"ח ר' אלישע הורוויץ הי"ו. חמישי: הרה"ח ר' מאיר דוד מאסרי הי"ו. שישי: רבינו שליט''א.

נאכ'ן עולה זײן האט דער רבי קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל:
ר' נחמי' כ"ץ הי"ו.
ר' אברהם עביר בר"י שווארטץ הי"ו.

שביעי: ר' אהרן בר"מ גאלדשטיין הי"ו - דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט. הגבה: נכד רבינו הרב דוד אלימלך האלבערשטאם שליט"א חתן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א. גלילה: ר' נחמי' כ"ץ הי"ו.
מפטיר: הרה"ח ר' משה מאיר טייטלבוים הי"ו. הגבה: נכד רבינו הרב נחמן כהנא שליט"א חתן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א. גלילה: ר' אברהם עביר בר"י שווארטץ הי"ו.

צו תפילת מוסף איז דער רבי צוגעגאנגען לרגל די הילולא קדישא פון אביו רביה''ק זיע''א קומענדיגן שב"ק כ"ו ניסן, פתיחה לאנעים זמירות: הרה"ח ר' הערש אלימלך קליין הי"ו.

נאכ'ן דאווענען זענען פארגעקומען די ברית'ן:
לבן הנולד אצל ר' אהרן בר"י פאללאק הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
לבן הנולד אצל ר' מענדל בר"י פריעדמאן הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
מען האט געענדיגט ארום 1:15.

*רעוא דרעווין*

צו מנחה ושל''ש איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 8:25. מנחה: הרה"ח ר' יחזקאל בראך הי"ו. הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' יואל בר"א גאלדבערגער הי"ו. כהן: הרה"ח ר' חיים טורנהיים הי"ו. לוי: הרה"ח ר' ישראל נחמי' ווערצבערגער הי"ו. שלישי: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א. הגבה: רבינו שליט''א. גלילה: הרה"ח ר' שמואל יעקב טעללער הי"ו.

זמירות ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען. אודה הרה"ח ר' נח גפן הי"ו. שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק אין שיר השירים 'אני חבצלת השרון שושנת העמקים' און געטייטשט אז אין זכות וואס כלל ישראל טוט מצוות לפנים משורת הדין בפרט אין יו"ט פסח ווען מען איז מחמיר בחומרות יתירות, פירט זיך הקב"ה אויך לפנים משורת הדין און איז מקיים מצוות השבת אבידה און מצוות פריקה וטעינה מיט כלל ישראל כאטש הקב"ה איז א זקן ואינו לפי כבודו, און מעורר געווען מען זאל זען אנצוהאלטן די מסורת אבות און נישט נאכצולאזן קיין שום חומרא וואס מען האט געזען ביי די עלטערן אום יו"ט פסח.

ידיד נפש: הרה"ח ר' אבא וויינבערגער הי"ו (לאנדאן), קל מסתתר: הרה"ח ר' שלום יוסף גאטליעב הי"ו (וומסב''ג), דער רבי האט געבענטשט על הכוס.

מעריב מוצש''ק איז דער רבי צוגעגאנגען לרגל די הילולא קדישא כ''ו ניסן קומענדיגן שב''ק. נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך. מען האט געענדיגט ארום 10:25.

מוצש"ק שפעט אין די נאכט, אום 1:30, איז רבינו שליט"א ארויס געגאנגן מלוה זיין די מיטה פון הרה"ח הישיש ר' חיים הערש ווייס ע"ה (וומסב"ג) וואס איז אריבער געגאנגן לפני ביתו נאוה קודש אויף צאנז קארט.

▫️סאטמאר'ע נייעס🌴▫️
צו באקומען 'סאטמאר'ע נייעס' - נייעס באריכטן בילדער און ווידיאוס
https://chat.whatsapp.com/IpFlOyC5SJ30eoFk1ggspC

בחצרות סאטמאר אימעיל
[email protected]

קר''י היימשטאט
[email protected]
אוועטאר
דעה חכמה לנפשך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 315
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 13, 2024 10:47 pm

Re: בחצרות הקודש - נתחדש תמוז תשפג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דעה חכמה לנפשך »

4258[1].jpeg
4258[1].jpeg (286.53 KiB) געזען 5577 מאל
טייערע אידן!איר האט געזען א תגובה, בילד, אדער סיי וואס און איר האט הנאה געהאט, ביטע זיי אויך מהנה דער וואס האט אייך מהנה געווען און גיב אים א לייק, און גלייכצייטיג זייט אויך מקיים א מצוות עשה דאורייתא פון ואהבת לריעך כמוך, וואס איז א כלל גדול בתורה!
אמר רבי אלעזר
שר מאה
תגובות: 206
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 30, 2021 12:30 am

Re: בחצרות הקודש - נתחדש תמוז תשפג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אמר רבי אלעזר »

אמר רבי אלעזר האט געשריבן: זונטאג אפריל 21, 2024 9:49 pm
אמר רבי אלעזר האט געשריבן: מוצ"ש אפריל 20, 2024 9:41 pm
וואודריזש
זמני ניחום אבלים
ווערט געזען האדמו״ר מסאטמאר שליט״א מהרי״י
והאדמו״ר מקיוויאשד שליט״א

ניחום אבלים בבית רבינו אין וואודריזש
ווערט געזען
דומ״ץ וויזניץ קיימישע
הרב גראסמאן די ראביי פון די טאון שוהל אין וואודרידזש
אטעטשמענטס
5EAB83A8-92DC-4B00-A1BD-5711BC013834.jpeg
5EAB83A8-92DC-4B00-A1BD-5711BC013834.jpeg (192.69 KiB) געזען 5014 מאל
D3AEF8FB-E34D-48C6-A6B6-2200EE090871.jpeg
D3AEF8FB-E34D-48C6-A6B6-2200EE090871.jpeg (250.89 KiB) געזען 5014 מאל
971E6995-04AE-4528-87A5-E2FE9C3B9C99.jpeg
971E6995-04AE-4528-87A5-E2FE9C3B9C99.jpeg (354.99 KiB) געזען 5014 מאל
לעצט פארראכטן דורך אמר רבי אלעזר אום דינסטאג אפריל 30, 2024 10:20 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
כ"ק מרן גאב"ד וואודרידזש שליט"א ביי ישיבה בית הילל חנוכת הבית
פולע ווידיאוי https://www.dropbox.com/scl/fi/ho8zlolc ... wgkpf&dl=0

[email protected]
פולין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 340
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 26, 2019 10:55 am

Re: בחצרות הקודש - נתחדש תמוז תשפג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פולין »

*דברי הכנה לשביעי של פסח והודיה על הניסים הגדולים בחודש האחרון ובפרטות בערב פסח מתחת לביתו בשכונת גני גאולה בירושלים*

מאת הגה"ח *ר' אברהם מרדכי אלתר* שליט"א

unnamed.jpg
unnamed.jpg (42.66 KiB) געזען 4630 מאל
מתוך השיעור השבועי בספר 'תורת המגיד'

נמסר במוצש"ק חוה"מ פסח תשפ"ד, בית המדרש בירושלים

⚜⚜⚜
*לצפיה ולהורדה באיכות גבוהה:*
https://gerroshyeshivah.z13.web.core.wi ... Nissan5784
*לצפיה ולהורדה בגוגל דרייב:*
https://drive.google.com/file/d/1Seow4v ... p=drivesdk
*לצפיה במערכת התורנית "Torah Zoom":*
הרחבה
שר חמש מאות
תגובות: 669
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 01, 2022 5:23 am

Re: בחצרות הקודש - נתחדש תמוז תשפג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרחבה »

מסיבת הוקרה לנדיבי ועסקני קופת קמחא דפסחא ויזניץ
אטעטשמענטס
D85_4359.JPG
D85_4359.JPG (110.36 KiB) געזען 4382 מאל
D85_4267.JPG
D85_4267.JPG (90.08 KiB) געזען 4382 מאל
D85_3799.JPG
D85_3799.JPG (112.87 KiB) געזען 4382 מאל
חסד לאברהם קאליסק
שר חמישים
תגובות: 98
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יוני 05, 2020 6:07 am

Re: בחצרות הקודש - נתחדש תמוז תשפג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חסד לאברהם קאליסק »

הגאוה''צ אבדק''ק טורקא שליט''א בעיה''ק טבריא
נעילת החג
טורקא-22_optimized (1).jpg
טורקא-22_optimized (1).jpg (187.12 KiB) געזען 4278 מאל
DSCF0028.JPG
DSCF0028.JPG (371.71 KiB) געזען 4278 מאל
טורקא פסח3.JPG
טורקא פסח3.JPG (96.08 KiB) געזען 4278 מאל
באלאנס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 462
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 01, 2023 5:58 pm

Re: בחצרות הקודש - נתחדש תמוז תשפג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באלאנס »

ביקור נימוסין פון האד' מוויז'ניץ ביי גיסו האד' מבעלזא | גאלעריע
https://www.bechatzros.com/post/6856579867675
photo_2024-04-30_23-20-32.jpg
photo_2024-04-30_23-20-32.jpg (201.71 KiB) געזען 3705 מאל
באלאנס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 462
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 01, 2023 5:58 pm

Re: בחצרות הקודש - נתחדש תמוז תשפג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באלאנס »

ירושלים • האד' מוויז'ניץ באזוכט ביי האד' מבאיאן
https://www.bechatzros.com/post/698569765
photo_2024-05-01_00-03-11.jpg
photo_2024-05-01_00-03-11.jpg (153.8 KiB) געזען 3407 מאל
אוועטאר
דינער השנתי
שר חמש מאות
תגובות: 586
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 15, 2022 12:45 am

Re: בחצרות הקודש - נתחדש תמוז תשפג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דינער השנתי »

מרן אדמו"ר מוויזניץ ביים כותל
אטעטשמענטס
IMG-20240430-WA1238.jpg
IMG-20240430-WA1238.jpg (130.96 KiB) געזען 3185 מאל
שיקט אריין אייער גאר היסטארישע בילדער פון אדמורי"ם ורבנים ויבחט"א צו [email protected] 🌴
אוועטאר
דינער השנתי
שר חמש מאות
תגובות: 586
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 15, 2022 12:45 am

Re: בחצרות הקודש - נתחדש תמוז תשפג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דינער השנתי »

נעילת החג
וויזניץשכון
צאנז
אטעטשמענטס
IMG-20240430-WA1009.jpg
IMG-20240430-WA1009.jpg (154.73 KiB) געזען 3141 מאל
IMG-20240430-WA0152.jpg
IMG-20240430-WA0152.jpg (127.78 KiB) געזען 3141 מאל
שיקט אריין אייער גאר היסטארישע בילדער פון אדמורי"ם ורבנים ויבחט"א צו [email protected] 🌴
SERE
שר העשר
תגובות: 11
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 05, 2024 4:54 pm
לאקאציע:SERE

Re: בחצרות הקודש - נתחדש תמוז תשפג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SERE »

יו"ט פסח ביי כ"ק האדמו"ר ממעליץ שליט"א (פון אשדוד)
מכירת חמץ - בדיקת חמץ - מים שלנו - אפיית המצות - נעילת החג
01 שאיבת מים שלנו במעליץ ע''פ תשפד.jpg
01 שאיבת מים שלנו במעליץ ע''פ תשפד.jpg (107.01 KiB) געזען 2413 מאל
08 בדיקת חמץ במעליץ ע''פ תשפד.jpg
08 בדיקת חמץ במעליץ ע''פ תשפד.jpg (65.77 KiB) געזען 2413 מאל
11 מכירת חמץ לגוי במעליץ, ע''פ תשפד.jpg
11 מכירת חמץ לגוי במעליץ, ע''פ תשפד.jpg (91.18 KiB) געזען 2413 מאל
SERE
שר העשר
תגובות: 11
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 05, 2024 4:54 pm
לאקאציע:SERE

Re: בחצרות הקודש - נתחדש תמוז תשפג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SERE »

14 שריפת חמץ במעליץ, ע''פ תשפד.jpg
14 שריפת חמץ במעליץ, ע''פ תשפד.jpg (101.58 KiB) געזען 2392 מאל
16 אפיית מצות במעליץ, ע''פ תשפד.jpg
16 אפיית מצות במעליץ, ע''פ תשפד.jpg (74.03 KiB) געזען 2392 מאל
25 נעילת החג במעליץ פסח תשפד.jpg
25 נעילת החג במעליץ פסח תשפד.jpg (90.39 KiB) געזען 2392 מאל
המשך
אייזיק 0
שר חמישים ומאתים
תגובות: 359
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 23, 2021 6:26 am

Re: בחצרות הקודש - נתחדש תמוז תשפג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אייזיק 0 »

הקבלת פני רבו ומעמד "מגודלים בנעוריהם" מיסודו של הגה"צ רבי עמרם בלויא זצוק"ל על פני רחבת כיכר זופניק בהשתתפות אלפי ילדי תשב"ר החונים על דגלה של העדה החרדית.
בראשות והשתתפות מנהיגי ורבני העדה החרדית, מרן ראש הישיבה הגאון רבי יהושע דוד טורצ'ין שליט"א, כ"ק מרן אדמו"ר ממשכנות הרועים שליט"א, כ"ק מרן אדמו"ר מקהל חסידי ירושלים שליט"א, כ"ק הגה"צ רבי יהושע ראזנבערגער שליט"א מרא דאתרא קרית הרמ"א בבית שמש וחבר בד"צ העדה החרדית, הגה"צ רבי שלמה יהודה הירש שליט"א חבר בד"צ העדה החרדית ורבה של ועד השחיטה, כ"ק הגה"צ רבי יהושע אשר ראבינאוויטץ שליט"א משפיע דקהל משכנות הרועים.
5Q8A9805.jpg
5Q8A9805.jpg (203.32 KiB) געזען 2226 מאל
5Q8A9858.jpg
5Q8A9858.jpg (204.33 KiB) געזען 2226 מאל
AO5A4704.jpg
AO5A4704.jpg (323.06 KiB) געזען 2226 מאל
אייזיק 0
שר חמישים ומאתים
תגובות: 359
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 23, 2021 6:26 am

Re: בחצרות הקודש - נתחדש תמוז תשפג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אייזיק 0 »

מעמד חלוקה שע"י מפעל אחיעזר למנהלי המוסדות עטה"ק בבית מרן ראש הישיבה הגרי"ד טורצ'ין שליט"א
◄ ווייז ספוילער
כל מנהלי הקודש ייתי ויכול!
א גרויסארטיגער מעמד חלוקה פאר 232 מנהלי המוסדות על טהרת הקודש איז פארגעקומען פארגאנגענע וואך דאנערשטיג במעון הקודש פון מאורן של ישראל ראש הישיבה הגאון האדיר רבי יהושע דוד טוטשין שליט"א מקברניטי היהדות הנאמנה בארה"ק, און וועלעכער איז עומד בראש פאר'ן עסזיסטענץ פונעם חינוך הטהור בארה"ק.
די חלוקה איז ערמעליכט געווארן דורך 'מפעל תומכי מנהלי הקודש' שע"י 'אחיעזר' וואס האט פארטיילט די פאנטאסטישע חלוקה 'תמיכה נכבדה' לכבוד יו"ט "עטליכע טויזנט שקל פער משפחה" פאר די 232 מנהלי ושלוחי המוסדות עטה"ק ברחבי ארה"ק ארויסצוצייגן חיזוק און שעצונג פאר זייער העלדישקייט, מיט'ן העלפן אריינברענגען דעם יו"ט פסח בשמחה והרחבה.
אלץ יו"ר המעמד האט געדינט הרה"ג רבי דוד גדלי' פויגל שליט"א משב"ק פון הגה"ק מרן הגאב"ד הרמ"א פריינד זצוק"ל ומראשי הנהלת קרן הצלה בארה"ק ומראשי מוסדות רמ"א, וואס האט ארויסגעברענג די געוואלדיגע זכיה וואס א מנהל המוסד האט מיט'ן ממשיך זיין די מסורת התורה בטהרה.
דערנאך האט אויפגעטראטן הרה"ח מוה"ר אברהם בערגמאן שליט"א לאניעריגער מנהל מוסדות בנות שפרינצא וואס האט איבערגעגעבן די הכרת הטוב פאר'ן מפעל אחיעזר והעומדים בראשה פאר'ן ערמעגליכן די גרויסע חלוקה לכבוד יו"ט.
דערנאך האט מען זוכה געווען צוהערן דברות קודש מלהבות אש פון מרן ראש הישיבה שליט"א וואס האט בדבריו מאריך געווען איבערן פך שמן הטהור זענדיג וואס די אלע וואס האבן זיך מתחבר געווען מיט די רשעים קענען זיך נישט אפרייסן פון זיי וואס עס זאל נאר זיין, און דאס ברענג ליידער אלע גזירות קשות ל"ע, אבער די אשר לא כרעו לבעל די זענען וואס ראטעווען די דורות עתידים פונעם כלל ישראל, און האט אויסגעפיהרט מט ברכת קדשו פאר אלע מנהלים זאלן רענען משיך זיין ביתר שאת ועוז.
דערנאך זענען אלע מנהלים אריבער כבני מרון ביים ראש ישיבה שליט"א אפנומען דעם טשעק און מקבל זיין ברכת קדשו צום יו"ט פסח הבעל"ט, און באקומען א מנחת שי א ווערטפולע מתנה צו באשיינען דעם סדר טיש כראוי וכיאות.
IMG_2780.jpg
IMG_2780.jpg (145.39 KiB) געזען 2195 מאל
IMG_2744.jpg
IMG_2744.jpg (136.34 KiB) געזען 2195 מאל
IMG_2757.jpg
IMG_2757.jpg (156.44 KiB) געזען 2195 מאל
פארגאנגענע וואך
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4525
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך פעברואר 23, 2022 3:58 pm

Re: בחצרות הקודש - נתחדש תמוז תשפג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארגאנגענע וואך »

כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק אויפן וועג צו תפילות שחרית היינט אין שכונת מאה שערים
אטעטשמענטס
IMG-20240501-WA0040.jpg
IMG-20240501-WA0040.jpg (184.05 KiB) געזען 2122 מאל
פון דא און פון דארט!
פארגאנגענע וואך
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4525
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך פעברואר 23, 2022 3:58 pm

Re: בחצרות הקודש - נתחדש תמוז תשפג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארגאנגענע וואך »

אדמו"ר מרחמיסטריווקא לינדען שליט"א בעריכת השוה"ט בעש"ט טיש, בהשתתפות אדמו"ר מרחמיסטריווקא שליט"א מאויק אין וויין
אטעטשמענטס
IMG-20240501-WA0039.jpg
IMG-20240501-WA0039.jpg (271.07 KiB) געזען 2120 מאל
פון דא און פון דארט!
אוועטאר
מרק
שר האלף
תגובות: 1501
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 30, 2022 8:22 pm

Re: בחצרות הקודש - נתחדש תמוז תשפג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מרק »

באריכטן סאטמאר מהר''א

זונטאג ד' דחוה''מ
◄ ווייז ספוילער
*זונטאג ד' דחוה"מ פסח 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א*

רבינו שליט''א איז אריינגעקומען צו תפילת שחרית אין ביהמ''ד הגדול ארום 9:50. בעל תפילה: הרה"ח ר' עקיבא הירש הי"ו (וומסב''ג), צו הלל איז דער רבי צוגעגאנגען.

פתיחה: הרה"ח ר' משה שווארטץ הי"ו (וומסב''ג), און הרה"ח ר' אברהם יעקב לאנדא הי"ו (לאנדאן).
כהן: הרה"ח ר' ליפא פריעדמאן הי"ו (וומסב''ג). לוי: הרה"ג ר' אנטשיל גרובער שליט"א (מאנסי). שלישי: הרה"ג ר' אברהם שלום פריעדמאן שליט"א מראשי מבצר הכוללים. הגבה: נכד רבינו הרב חיים יחזקאל שרגא טייטלבוים שליט"א בן הגה"צ רב דביהמ"ד בית ברוך שליט"א. גלילה: הרה"ח ר' יקותיאל ישראל פריעד הי"ו.
רביעי: רבינו שליט"א. הגבה: נכד רבינו הרב יושע מרדכי אלעזר לאבין שליט"א חתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א. גלילה: הר"ר אברהם לייב לאנדא שליט"א.

מוסף: נכד רבינו הרב דוד טייטלבוים שליט"א בן הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א. מען האט געענדיגט ארום 11:30.

▫️סאטמאר'ע נייעס🌴▫️
ימים האחרונים של יו''ט פסח בצל הקודש
◄ ווייז ספוילער
*ימים האחרונים של חג הפסח תשפ"ד בצל הקודש פון כ"ק רבינו הגה''ק שליט"א*

ערב יו''ט נאכמיטאג בביתו נאוה קודש האט רבינו שליט''א אנגעצינדן די יזכור ליכט לע''נ הוריו רביה''ק זיע''א והרבנית הצד' ע"ה.

פארנאכטס ארום 8:40 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ"ד הגדול און צוגעגאנגען צו מנחה און אנגעהויבן הודו בהתלהבות אש, מערבית: הר"ר זלמן לייב ברח"ב פילאפף שליט"א, נאך מעריב האט דער רבי געציילט ספירה פארן עמוד.

מען האט געענדיגט דאווענען ארום 9:40, דער ציבור איז אריבער וואונטשן א גוט יום טוב און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.

ארום 12:35 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור אין ביהמ"ד הגדול.
במשך דעם טיש האט מען מאריך געווען בשירה ובזמרה לכבוד יום טוב, מיט די זמירות האט דער רבי מכבד געווען הרה"ג ר' בעריש ראזענבערג שליט"א (וומסב''ג).

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'ויושע ה' ביום ההוא' און געטייטשט אז עס איז א כבוד פארן באשעפער ווען קדושים וטהורים זאגן פאר אים שירה נישט א פשוט'ע בשר ודם, דורך אמונה אינעם בוכ''ע ווערט מען אנגערופן קדוש און דורך דעים ווערט נפקע דער שיעבוד און מען קען זאגן שירה פארן הייליגן באשעפער, און אזוי אויך דורך אמונה וועט מען זוכה זיין צו זאגן שירה לעתיד לבוא.

מען האט ממשיך געווען בשירה ובזמרה, שירה חדשה, בבקעך ים סוף, און ארום 1:45 האט זיך רבינו שליט''א אויפגעשטעלט טאנצן די שירה בדביקות ובהתלהבות אש, ואתו עמו דער ריזן ציבור האלפים א לענגערע צייט. דערנאך האט מען געזונגען כי לה' המלוכה.

ברכהמ''ז: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א. מען האט געענדיגט ארום 2:00.

*יום שביעי של פסח*

רבינו שליט''א איז אריינגעקומען צו תפילת שחרית ארום 10:55.
דער רבי איז צוגעגאנגען צו פסוקי דזמרה, שחרית יוצר והלל, און פארגעזאגט הלל הגדול און די שירה פסוק בפסוק מיט גרויס התעורורות.

הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' ליפא גראס הי"ו און הרה"ח ר' גדלי' סעגעדין הי"ו, פסוקי שמע ישראל: הגה''צ ר' שמחה שלום שטיינבערגער שליט"א רב דביהמ"ד דברי חיים.
רבינו שליט''א איז געווען בעל קורא, און געליינט די שירה בהתעוררות ובהתלהבות אש.

עליות. כהן: ר' חיים וואלף ברי"א פריעדמאן הי"ו. לוי: הרה"ח ר' יושע ווערצבערגער הי"ו. שלישי: הרה"ח ר' גדלי' סעגעדין הי"ו. רביעי: הרה"ח ר' יעקב יצחק שטיינמעץ הי"ו. חמישי - שירה: רבינו שליט"א.

נאכ'ן עולה זײן האט דער רבי קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל:
ר' יואל ברש"י ליבערמאן הי"ו.
ר' יעקב משה פאלאטשעק הי"ו.

הגבה: הרה"ח ר' חיים אברהם ראזענפעלד הי"ו. גלילה: הרה"ח ר' יואל ליבערמאן הי"ו.
מפטיר: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו. הגבה: הרה"ח ר' חיים טאגער הי"ו. גלילה: ר' ארי' לייב ב"ר יחזקאל דוד בערקאוויטש הי"ו (ב"פ).

מוסף: הרה"ג ר' אלטר טייטלבוים שליט"א, פתיחה צו אנעים זמירות: ר' עזריאל בר"מ גוטמאן הי"ו (וומסב''ג). מען האט געענדיגט דאווענען ארום 2:50.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' יושע ברי"צ ראטה הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.

ביים מיטאג טיש בביתו נאוה קודש האט דער רבי מכבד געווען מיט יום ליבשה חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א, ברכהמ''ז: הגה"צ רב דביהמ"ד בית ברוך שליט"א.

*ליל אחרון של פסח*

ארום 8:40 איז דער רבי אריינגעקומען צו מנחה, בעל תפילה איז געווען הרה"ח ר' אלישע הורוויץ הי"ו, מערבית: הרה"ח ר' חיים שלמה קרויס הי"ו, נאך מעריב האט דער רבי געציילט ספירה פארן עמוד.

מען האט געענדיגט דאווענען ארום 9:35. דער ציבור איז אריבער וואונטשן א גוט יום טוב און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.

ארום 12:15 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור אין ביהמ"ד הגדול בצד צפון. הגבהת הכוס: הרה"ג ר' דוד יצחק ווערצבערגער שליט"א דומ''ץ ביהמ"ד דברי יואל. דער רבי האט אויפגעדעקט די מצה און אויך איינגעטינקן די מצה אין די ברויפען נאך די פיש, און אין די זופ איז געווען קניידלעך כנהוג, מען האט אריינגעברענגט מצה פערפל, מצה קיגל, געמאכט אין שטובער פון נכבדי אנ"ש.

מיט די זמירות האט דער רבי מכבד געווען הרה"ג ר' יצחק אייזיק פוקס שליט"א מו"ץ.

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן מדרש 'הים ראה וינוס מה ראה ברייתא דר' ישמעאל ראה' און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון ספיקא דאורייתא.

מען האט אריינגעברענגט מצה כרעמזלעך און דער גאנצער ציבור איז אריבער נעמען שיריים א לענגערע צייט.

ברכהמ''ז: הרה"ג ר' דוד יצחק ווערצבערגער שליט"א. מען האט געענדיגט ארום 2:00.

*יום אחרון של פסח*

רבינו שליט''א איז אריינגעקומען צו תפילת שחרית ארום 10:50. פסוקי דזמרה: הר"ר אברהם מאיר מארקאוויטש שליט"א, צו שחרית יוצר והלל איז דער רבי צוגעגאנגען.

הוצאה והכנסה: הרה"ג ר' עזרא משה כאירה שליט"א מו"ץ בקהלתינו הק' וומסב''ג און הרה"ג ר' יוסף שמואל בערקאוויטש שליט"א מו"ץ, פסוקי שמע ישראל: הרה"ג ר' משה טייטלבוים שליט"א דומ''ץ ביהמ"ד בית שמואל בנימין.

עליות. כהן: הר"ר חיים בנימין כהנא שליט"א מספינקא קר"י. לוי: הר''ר משה בער לאנדא הי"ו. שלישי: הר"ר איתמר מייזליש שליט"א. רביעי: נכד רבינו הרב מנחם שלמה אשכנזי שליט"א בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט, ויקרא שמה בישראל 'מירל' נאך הרבנית מזאלישא ע"ה.

חמישי: רבינו שליט"א. הגבה: נכד רבינו הרב ליפא טייטלבוים שליט"א בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א. גלילה: נכד רבינו הרב ליפא אשכנזי שליט"א בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א.
מפטיר: הרה"ח ר' דוד עקשטיין הי"ו. הגבה: נכד רבינו הרב משה מייזליש שליט"א חתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א. גלילה: נכד רבינו הרב אנטשיל אשכנזי שליט"א (מאנטשעסטער) בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א.
נאכן ליינען האט מען געזאגט יזכור.

מוסף: נכד רבינו הרה"ג ר' חיים הערש אשכנזי שליט"א רב דביהמ"ד רב טוב, פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' משה שווארטץ הי"ו (וומסב''ג). מען האט געענדיגט ארום 2:30.

ביים מיטאג טיש האט דער רבי מכבד געווען מיטן פיוט נכדו הבעל שמחה הרב מנחם שלמה אשכנזי שליט"א.
דער רבי האט געזאגט תורה אויפן מדרש 'הים ראה וינוס מה ראה ברייתא דר' ישמעאל ראה' און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון קנין פירות.
דער רבי האט געבענטשט אויפן כוס.

נאכמיטאג ארום 8:00 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד הגדול צו מנחה ונעילת החג, מנחה: הרה"ח ר' יעקב יוסף פילאפף הי"ו.

נאך מנחה האט זיך רבינו שליט''א געזעצט צום טיש און מען האט געזינגען מערערע ניגוני יו''ט, דער משמש הרה"ח ר' יואל קויפמאן הי"ו האט אנגעגאסן לחיים, און דער רבי האט געוואונטשן פאר די חברה קדישא, כנהוג, און פארן גאנצן ציבור.

מען האט אויפגעגעבן פירות, און מען האט געזינגען אני מאמין און ניגוני גאולה.

נאכן זמן האט רבינו שליט''א געזאגט ברוך המבדיל און משמיע געווען דב''ק אויף א מייק, דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פיוט 'חסל סידור פסח כהלכתו' און געטייטשט אז דורך זיך פירן בענווה פסק'נט מען אין הימל כל איז א כל שהוא שיקט מען נישט פון הימל אפילו אביסל צרות, מצה זאגט דער חתם סופר איז די ר''ת מ'כל צ'רה ה'צילנו, און דער פסוק וברכתיך בכל אשר תעשה מיינט אפילו נאר מיט א כל שהוא השתדלות וועט אריינקומען א שפע פון פרנסה, און כל המחלה אשר שמתי במצריים לא אשים עליך אפילו אביסל פון א מחלה זאל אויך נישט קומען, עס וועט קומען א געזונטן זומער מיט גרויס שפע און מסיים געווען ברוב ברכות.

רבינו שליט"א האט זיך אויפגעשטעלט טאנצן 'חסל סידור פסח' א לענגערע צייט און ביים ענדיגן האט דער רבי פארגעזאגט דריי מאל 'לשנה הבאה בירושלים' כנהוג.

מעריב מוצאי יו''ט: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א, נאך מעריב האט דער רבי געציילט ספירה פארן עמוד, נאך הבדלה האט דער רבי געוואונטשן פארן גאנצן עולם א גוטע וואך און א געזונטן זומער, און מען האט ארויס באגלייט רבינו שליט"א בשירה וזמרה. מען האט געענדיגט ארום 10:15.

תיכף ביים אהנקומען אהיים לביתו נאוה קודש האט רבינו שליט''א צוריק געקויפט די חמץ פונעם גוי.

▫️סאטמאר'ע נייעס🌴▫️
צו באקומען 'סאטמאר'ע נייעס' - נייעס באריכטן בילדער און ווידיאוס
https://chat.whatsapp.com/IpFlOyC5SJ30eoFk1ggspC

בחצרות סאטמאר אימעיל
[email protected]

קר''י היימשטאט
[email protected]
פארגאנגענע וואך
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4525
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך פעברואר 23, 2022 3:58 pm

Re: בחצרות הקודש - נתחדש תמוז תשפג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארגאנגענע וואך »

נעילת החג ביי אדמו''ר משומרי אמונים
אטעטשמענטס
IMG-20240501-WA0122.jpg
IMG-20240501-WA0122.jpg (116.52 KiB) געזען 1159 מאל
IMG-20240501-WA0119.jpg
IMG-20240501-WA0119.jpg (138.6 KiB) געזען 1159 מאל
IMG-20240501-WA0124.jpg
IMG-20240501-WA0124.jpg (143.31 KiB) געזען 1159 מאל
לעצט פארראכטן דורך פארגאנגענע וואך אום מיטוואך מאי 01, 2024 11:53 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
פון דא און פון דארט!
פארגאנגענע וואך
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4525
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך פעברואר 23, 2022 3:58 pm

Re: בחצרות הקודש - נתחדש תמוז תשפג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארגאנגענע וואך »

נעילת החג ביי אדמו''ר מזוטשקא
אטעטשמענטס
IMG-20240501-WA0417.jpg
IMG-20240501-WA0417.jpg (113.65 KiB) געזען 1121 מאל
IMG-20240501-WA0418.jpg
IMG-20240501-WA0418.jpg (156.88 KiB) געזען 1121 מאל
IMG-20240501-WA0416.jpg
IMG-20240501-WA0416.jpg (140.63 KiB) געזען 1121 מאל
פון דא און פון דארט!
פארגאנגענע וואך
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4525
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך פעברואר 23, 2022 3:58 pm

Re: בחצרות הקודש - נתחדש תמוז תשפג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארגאנגענע וואך »

נעילת החג ביי אדמו"ר מסקולען שליט''א
אטעטשמענטס
IMG_20240501_115652_783.jpg
IMG_20240501_115652_783.jpg (177.12 KiB) געזען 1071 מאל
פון דא און פון דארט!
פארגאנגענע וואך
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4525
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך פעברואר 23, 2022 3:58 pm

Re: בחצרות הקודש - נתחדש תמוז תשפג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארגאנגענע וואך »

נעילת החג ביי אדמו"ר מסאדיגורה שליט''א אין אנטווערפן
אטעטשמענטס
IMG_20240501_120146_628.jpg
IMG_20240501_120146_628.jpg (177.59 KiB) געזען 1027 מאל
פון דא און פון דארט!
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע נייעס”