בחצרות הקודש - נתחדש תמוז תשפג

אידישע נייעס און לאקאלע קרישקעלעך

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

קרעטשמער
Site Admin
תגובות: 448
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 25, 2006 6:22 pm

בחצרות הקודש - נתחדש תמוז תשפג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעטשמער »

זייטיגע נאטיץ
אפיציעלע דערמאנונג: די אשכול איז א זעראו טאלעראנץ פאליסי אשכול - מען קען אויסגעשלאסן ווערן אן קיין ווארענונג פארן פארלעצן די תקנות.

ביטע ליינט דורך מיט ישוב הדעת די תקנות פונעם אשכול איידער איר שרייבט דא.
אוועטאר
סאטמאר פלייש
שר מאה
תגובות: 157
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 15, 2021 1:00 pm

Re: בחצרות הקודש - נתחדש תמוז תשפג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאטמאר פלייש »

סאטמאר מהר"א
יומא דהילולא קדישא כ"ו ניסן
אטעטשמענטס
unnamed.jpg
unnamed.jpg (332.44 KiB) געזען 5495 מאל
unnamed (1).jpg
unnamed (1).jpg (329.83 KiB) געזען 5495 מאל
אוועטאר
סאטמאר אפדעיטס
שר מאה
תגובות: 194
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 17, 2023 3:43 pm

Re: בחצרות הקודש - נתחדש תמוז תשפג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאטמאר אפדעיטס »

🌴 בצל התומר🌴
סאטמאר מהר״יי
דאנערשטאג - יום א׳ דחוה”מ פסח בצל הקודש
◄ ווייז ספוילער
יום א׳ דחוהמ״ד פסח

פאר׳ן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר עטליכע בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
אום 9:15 איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת שחרית אין ביהמ״ד הגדול,
בעל תפילה: מו״ה יואל היימאן הי״ו.

ביי קריאת התורה זענען נתכבד געווארן
פתיחה: מו״ה הלל קארנבלי הי״ו און מו״ה משה הלל קאהן הי״ו.
כהן: הרה״ח ר׳ אלטר ברוך שעהנברוין הי״ו פון בארא פארק.
לוי: מו״ה יעקב יצחק מאנדל הי״ו.
שלישי: הבחור הבר מצוה בן הרה״ח ר׳ אברהם אייזענבערג הי״ו.
הגבה: הרה״ח ר׳ אברהם אייזענבערג הי״ו.
גלילה: מו״ה משה הלל קאהן הי״ו.
דער רבי האט עולה געווען רביעי.
הגבה: מו״ה שלמה פריעדמאן הי״ו.
גלילה: מו״ה מרדכי אילאוויטש הי״ו.

צו מוסף איז צוגעגאנגען הרה״ג ר׳ יקיתואל טייטלבוים שליט״א ראה״כ בכוללינו.
מען האט געענדיגט ארום 11:00 אזייגער.


אין די נאכמיטאג שעות איז געווען אויף א באזוך בקו״פ הנגידים ר׳ פייש הי״ו ור׳ מיכאל בער הערצאג הי״ו בעה״ב פונעם ׳קדם׳ וויין פאבריק, אין באגלייטונג פון חברי הנהלת התאחדות אבריכים, נאכן רייכן שו״ת פאנעל וואס איז אפגעהאלטן געווארן אין ביהמ״ד הגדול לכבוד חוה״מ,
עס האט זיך פארצויגן א לענגערע שמועס איבער די כשרות אינעם פאבריק, און זכרונות פון הרה״ק מצעהלים זצ״ל, און דער רבי האט ווארעם אנגעוואונטשען ברכת קדשו.

ארום 8:30 איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת מנחה בביתו נאוה קודש,
בעל תפילה: הב׳ הירצקא זופניק ני״ו.

ביים זמן רבינו תם איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת מעריב,
בעל תפילה: הב׳ טובי בלייער ני״ו.

״בשעה שהחכם יושב ודורש״

ארום 9:55 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ"ד הגדול צום אסיפות כללית וכינוס התאחדות אבריכים במעמד אלפי אנ''ש.
דער רבי האט זיך באגריסט מיט די רבני ודייני העיר ודייני קהלתינו הק׳ אויפן אויבנאן, עס האט ממשיך געווען מיט זיין דרשה הרה״ג ר׳ אהרן שמואל פאדווא שליט״א ראה״כ ומו״ץ דקהלתינו הק׳ ב״פ, וואס האט ארומגערעדט איבער קדושת ימי החג.
דערנאך האט זיך דער רבי אויפגעשטעלט און משמיע געווען לענגערע דברות קודש, צום ערשט אנגעהויבן מיט א לענגערע דרוש ופלפול אין די סוגיא פון 'צלי קדר' במסכת פסחים, און ממשיך געווען בדברי אגדה ומוסר זיך שטעלנדיג אויף די לשונות הגאולה, און דערמאנט אז די פונפטע לשון איז ׳ולקחתי׳ און דורכדעם וועט מען אויסגעלייזט ווערן פון גלות, און דאס דארף זיין מיט׳ן כוונה אז ׳ולקחתי אתכם לי לעם׳, און מעורר געווען בדברים הצריכים תיקון, גיין בדרך המסורה, ובפרט צניעות ביי נשים און צולאזטע שייטלען, מלבושים ביי די אינגלעך, און דערמאנט לשבח די נייע תיקונים פאר קינדער מלבושים דורך מוסדותינו הק׳, דער רבי האט ארומגערעדט איבער וויאזוי עס דארף אויסזעהן די שבתים וימים טובים אינדערהיים מיט די משפחה, און מעורר געווען איבער די גוי׳שע מאגעזינען, האטליינס און אדווערטייזמענט׳ס, בעניני טעכנעלאגיע ובפרט די כלים למיניהם ביי די קינדער, דער רבי האט דערמאנט די שווערע מצב בארה״ק, די ביטערע מלחמה און שפיכות דמים וואס קומט פאר און דאס אלעס קומט אויפן חשבון פון אידישע קינדער, און מיט די חיזוק לרשעים פון די פרומע פארטייען, ובפרט יעצט ווען עס הערשט די ביטערע גזירות הגיות, דארף מען מתפלל זיין וכל הרשעה כעשן תכלה, און מען זאל זיך קענען האלטן על דרך רבותה״ק זי״ע, דער רבי האט מחזק געווען צו לערנען די ספרים פון רביה״ק זי״ע, און אויסגעפירט אז כימי צאתנו ממצרים אראנו נפלאות און דערביי געוואונטשען לענגערע ברכת הקודש פאר׳ן גאנצן ציבור.
מען האט געענדיגט ארום 11:40, און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.

~🌴🌴~
אוועטאר
סאטמאר אפדעיטס
שר מאה
תגובות: 194
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 17, 2023 3:43 pm

Re: בחצרות הקודש - נתחדש תמוז תשפג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאטמאר אפדעיטס »

🌴 בצל התומר🌴
סאטמאר מהר״יי
ערב שב״ק ושבת חוה״מ פסח בצל הקודש
◄ ווייז ספוילער
ערב שב״ק

אום 9:15 איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת שחרית אין ביהמ״ד הגדול,
בעל תפילה: מו״ה יעקב פריעדמאן הי״ו.

ביי קריאת התורה זענען נתכבד געווארן

פתיחה: הרה״ח ר׳ שמואל מארקאוויטש הי״ו און מו״ה יעקב פריעדמאן הי״ו.
כהן: הרה״ח ר׳ יוסף בירונבוים הי״ו.
לוי: הרה״ח ר׳ שלום אונגאר הי״ו.
שלישי: הרה״ח ר׳ שמואל טייטלבוים הי״ו משב״ק.
הגבה: הרה״ח ר׳ אברהם יעקב לאנדא הי״ו פון לאנדאן.
גלילה: מו״ה יואל גרינפעלד הי״ו.
דער רבי האט עולה געווען רביעי.
הגבה: הרב חיים דוד מערץ שליט״א.
גלילה: מו״ה שלום יעקב טירנוער הי״ו.

צו מוסף איז צוגעגאנגען הרה״ג ר׳ יוסף לייב עסטרייכער שליט״א ר״מ בישיבתינו הק׳.
מען האט געענדיגט ארום 11:30.

שבת חוה״מ פסח

אום 8:30 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ״ד הגדול מעוטף בטליתו צו תפילת מנחה און צוגעגאנגען צום עמוד,
קבלת שבת: הר״ר יואל שטויבער שליט״א.

נאכן דאווענען איז דער ציבור אדורך גוט שבת זאגן, דערנאך איז דער רבי אהיים לביתו נאוה קודש.

אום 10:40 איז דער רבי אריינגעקומען און ביהמ״ד ברך משה שע״י ביתו נאוה קודש צום טיש און אנגעהויבן שלום עליכם,
מיט אשת חיל האט דער רבי מכבד געווען נכדו הבחור הרב אברהם ברוך בן חדב״ן הגה״צ ר׳ יצחק ראזענבערגער שליט״א רב ביהמ״ד דקהלתינו הק׳ שכונת לי גארדענס.

הגבהת הכוס לקידוש: חדב״ן הגה״צ ר׳ יצחק ראזענבערגער שליט״א.

מיט די זמירות שבת האט דער רבי מכבד געווען
כל מקדש: הרה״ח ר׳ אהרן פריעדמאן הי״ו.
מנוחה ושמחה: נכדו הבחור הרב משה בן חדב״ן הגה״צ ר׳ יצחק ראזענבערגער שליט״א.
דער רבי האט געזאגט תורה און זיך געשטעלט אויפן נוסח הקידוש ׳תחילה למקראי קודש זכר ליצואת מצרים׳.

קה אכסוף: הרה״ח ר׳ יואל שלמה סטרולאוויטש הי״ו.
קה רבון עלם: נכד רבינו הרב יעקב דוב טייטלבוים שליט״א בן הגה״צ אב״ד ור״מ ירושלים - קרית יואל שליט״א.
לאל אשר שבת: הרה״ח ר׳ חיים יוסף מערמאלשטיין הי״ו.

מיטן בענטשן האט דער רבי מכבד חדב״ן הגה״צ ר׳ יצחק ראזענבערגער שליט״א.
אז ביום: מו״ה יעקב פריעדמאן הי״ו.
מען האט פארענדיגט ארום 12:50 און דער רבי איז ארויף לחדרו הפרטי.

י ום שבת קודש

אום 9:30 איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת שחרית
פסוקי דזמרה: הרה״ח ר׳ אברהם מאיר רייך הי״ו.
חדב״ן הגה״צ ר׳ אלטר גלאנץ שליט״א איז צוגעגאנגען צו שחרית והלל.

ביי קריאת התורה איז נתכבד געווארן
הוצאה והכנסה ספר א׳: הרה״ג ר׳ אהרן מארקאוויטש שליט״א.
הוצאה והכנסה ספר ב׳: הרה״ח ר׳ ירמי קלאגסבאלד הי״ו.
כהן: הרה״ח ר׳ בנציון שלמה פאללאק הי״ו משב״ק.
לוי: הרב יצחק אייזיק ראטענבערג שליט״א.
שלישי: החתן הרב חיים יעקב בן הרה״ג ר׳ יואל טייטלבוים שליט״א.
רביעי: הרה״ח ר׳ מנחם טייטלבוים הי״ו.
חמישי: הרה״ח ר׳ מרדכי פאלקאוויטש הי״ו.
דער רבי האט עולה געווען שישי
שביעי: הרה״ח ר׳ משה עפשטיין הי״ו.
הגבה: הרב אשר לעמבערגער שליט״א.
גלילה: הרב חיים דוד מערץ שליט״א.
מפטיר: הרה״ח ר׳ משה יוסף הירש הי״ו.
הגבה: הרה״ג ר׳ סענדר אשכנזי שליט״א מנהל בישיבתינו הק׳.
גלילה: הרה״ח ר׳ יו״ט ליפא פאלאטשעק הי״ו פון מאנטריאל.
דער רבי איז צוגעגאנגען צו תפילת מוסף לרגל די יארצייט פון אביו רביה״ק הברך משה זי״ע, וואס געפאלט אויס קומענדיגן שב״ק.
פתיחה לאנעים זמירות: הרה״ח ר׳ אליעזר מארקאוויטש הי״ו.

מען האט פארענדיגט ארום 12:45, דער ציבור איז אדורך גיט שבת זאגן.

אום 2:00 אזייגער איז דער רבי אריינגעקומען צום מיטאג טיש בביתו נאוה קודש, איניינעם מיט די בני המשפחה.

דער רבי האט אנגעהויבן חי השם כנהוג.
ברוך השם: הרב אהרן בר״א טייטלבוים שליט״א נכד רבינו.
ברוך קל עליון: נכד רבינו הבחור הרב יואל בן חדב״ן הגה״צ ר׳ אלעזר טייטלבוים שליט״א.

מיטן בענטשן האט דער רבי מכבד געווען נכדו הרב אברהם יצחק קאהן שליט״א.
מען האט געענדיגט ארום 4:15.

מנחה ושל״ס

אום 7:45 איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת מנחה בעל תפילה איז געווען הרה״ח ר׳ הערשל גאלדבערגער הי״ו.
ביי קריאת התורה איז נתכבד געווארן
כהן: הרה״ח ר׳ אברהם יוסף דרעזנער הי״ו.
לוי: הרה״ח ר׳ אפרים יו״ט פריעדמאן הי״ו.
שלישי: הרה״ח ר׳ אברהם פנחס ליימזעדער הי״ו פון קרית טאהש.
דער רבי איז געגאנגען הגבה
גלילה: הרה״ח ר׳ חיים יושע גראס הי״ו פון בארא פארק.

דער רבי האט זיך געוואשן צו של״ס און פארגעזינגען די זמירות
אודה: הרה״ח ר׳ שאול פערלשטיין הי״ו ראה״ק
שיר המעלות: הרה״ח ר׳ ישראל שמעי ראזנער הי״ו חבר הנהלת קהלתינו הק׳
דער רבי האט געזאגט תורה און דברי הכנה לימים אחרונים של פסח.

ידיד נפש: הרה״ג ר׳ נחמן שטויבער שליט״א בישיבתינו הק׳.
דער רבי האט געבענטשט אויפן כוס.

נאך א קורצע הפסקה איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת מעריב, און צוגעגאנגען צום עמוד, לרגל די יארצייט פון אביו רביה״ק הברך משה זי״ע, וואס געפאלט אויס קומענדיגן שב״ק. נאך מעריב איז דער ציבור אדורך זאגן א גוטע וואך.

בביתו נאוה קודש האט דער רבי געמאכט הבדלה און געזאגט ויתן לך.

ארום 12:30 האט דער רבי מלוה געווען די מטה ביים לויה פון הרה״ח ר׳ חיים הערש ווייס ע״ה פארענט פון ביהמ״ד פיאע.


~🌴🌴~
אוועטאר
סאטמאר אפדעיטס
שר מאה
תגובות: 194
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 17, 2023 3:43 pm

Re: בחצרות הקודש - נתחדש תמוז תשפג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאטמאר אפדעיטס »

🌴 בצל התומר🌴
סאטמאר מהר״יי
ערב שביעי של פסח וימים האחרונים של חג הפסח בצל הקודש
◄ ווייז ספוילער
יום ד׳ ד׳חוה״מ

אום 9:15 איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת שחרית אין ביהמ״ד הגדול,
בעל תפילה: מו״ה יעקב פריעדמאן הי״ו.

ביי קריאת התורה זענען נתכבד געווארן

פתיחה: הרה״ח ר׳ ישראל פאלאטשעק הי״ו און מו״ה יעקב פריעדמאן הי״ו.
כהן: הרב ישי כ״ץ שליט״א.
לוי: הרה״ג ר׳ אפרים יו״ט פריעדמאן שליט״א.
שלישי: הרה״ג ר׳ נפתלי הירצקא פריעדמאן שליט״א.
הגבה: הרב שמעון מייזליש שליט״א נכד רבינו.
גלילה: הרה״ח ר׳ משה וואלף גליק הי״ו פון קרית ייטב לב.
דער רבי האט עולה געווען רביעי.
הגבה: הרה״ח ר׳ יצחק שלום ווערטיימער הי״ו.
גלילה: הרה״ח ר׳ נפתלי גרינפעלד הי״ו.

צו מוסף איז צוגעגאנגען הרה״ג ר׳ זלמן לייב לייטנער שליט״א.
מען האט געענדיגט ארום 12:00 אזייגער.

ימים האחרונים של חג הפסח בצל הקודש

ערב יו''ט נאכמיטאג בחדרו הפרטי האט רבינו שליט''א אנגעצינדן די יזכור ליכט לע''נ הוריו רביה''ק הברך משה זי״ע והרבנית הצדיקת ע"ה.

ארום 8:15 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד הגדול צו תפילת מנחה מעוטף בטליתו און אנגעהויבן הודו כנהוג,
צו מערבית איז צוגעגאנגען הרה״ח ר׳ זלמן לייב קאהן הי״ו.
ביי ואמונה כל זאת האט מען געזינגען כנהוג, דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו ספירה ציילן, דערנאך איז מען אריבערגעגאנגן זאגן גוט יו''ט, און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.
מען האט געענדיגט ארום 9:40.

ארום 12:20 איז רבינו שליט״א אריינגעקומען צום שלחן הטהור אין ביהמ''ד הגדול,
הגבהת הכוס לקידוש: הגה״צ אב״ד ור״מ ירושלים - קרית יואל שליט״א.

במשך דעם טיש האט מען געזינגען ניגוני יו״ט וניגוני הלל והודאה, מיט די זמירות האט דער רבי מכבד געווען מחותנו הגה״צ אב״ד חוות דעת שליט״א.

דער רבי האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'אז ישיר משה ובני ישראל', און אויסגעפירט מיט לענגערע ברכת הקודש.
נאכן תורה האט זיך דער רבי אויפגעשטעלט טאנצן די שירה פאר אריבער צוואנציג מינוט.
מיטן בענטשן האט דער רבי מכבד געווען אחיו הגה״צ אב״ד זענטא שליט״א.

יום שביעי של פסח

אום 10:15 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד הגדול און צוגעגאנגען צו פסוקי דזמרה שחרית והלל. מען האט געזאגט הלל הגדול, וכרות און די שירה פסוק בפסוק, כנהוג.

הוצאה והכנסה ספר א׳: נכד רבינו הרב אברהם יצחק קאהן שליט״א.
הוצאה והכנסה ספר ב׳: הרה״ח ר׳ דוד ווידער הי״ו פון ירושלים.
כהן: הרה״ח ר׳ יונה כ״ץ הי״ו.
לוי: הרה״ח ר׳ יעקב יוסף לעפקאוויטש הי״ו ראה״ק בקהלתינו אנטווערפען.
שלישי: הרה״ח ר׳ ישראל בערקאוויטש הי״ו.
רביעי: הרה״ח ר׳ יעקב יואל באנדא הי״ו.
דער רבי האט עולה געווען חמישי.
הגבה: הרה״ג ר׳ זושא כ״ץ שליט״א.
גלילה: הרה״ג ר׳ זושא כ״ץ שליט״א מו״ץ בקהלתינו הק׳.
מפטיר: הרה״ח ר׳ לוי יצחק ליימזידער הי״ו.
הגבה: הרה״ג ר׳ לייבוש פריעדמאן שליט״א דומ״ץ ביהמ״ד הגדול.
גלילה: הרה״ג ר׳ יחזקאל אילאוויטש שליט״א מו׳ץ בקהלתינו הק׳.

צו מוסף איז צוגעגאנגען הגה״צ ר׳ אהרן שליט״א.
פתיחה לאנעים זמירות: הרה״ח ר׳ ישראל לעפקאוויטש הי״ו.
מען האט געענדיגט ארום 2:00 אזייגער.

ביים מיטאג טיש בביתו נאוה קודש האט דער רבי מכבד געווען מיט די זמירות די אייניקלעך,
ברכת המזון: הגה״צ ר׳ ליפא שליט״א.


ליל אחרון של פסח

אום 8:20 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד הגדול צו תפילת מנחה,
בעל תפילה: הרה״ח ר׳ אהרן גרשון ענגעל הי״ו.
צו מערבית איז צוגעגאנגען הרה״ח ר׳ בנימין הירש הי״ו.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו ספירה ציילן. דערנאך איז מען אריבער זאגן גוט יו''ט,
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 9:40.

ביים טיש בביתו נאוה קודש האט דער רבי מכבד געווען מיט זמירות הרה״ח ר׳ יוסף אלי שלעזינגער הי״ו.
ברכת המזון: הגה״צ ר׳ יואל שליט״א.


יום אחרון של פסח

אום 10:15 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד הגדול,
פסוקי דזמרה: הרב אהרן ברי״ד טייטלבוים שליט״א.
צו תפילת שחרית איז צוגעגאנגען הרה״ג ר׳ הערשל לויפער שליט״א.
מען האט געזאגט הלל הגדול, וכרות און די שירה פסוק בפסוק, כנהוג.

הוצאה והכנסה ספר א׳: הרה״ח ר׳ מנחם משה ראזענפעלד הי״ו.
הוצאה והכנסה ספר ב׳: הרה״ח ר׳ יקותיאל משה שניצלער הי״ו.
כהן: הב׳ החתן בן הרה״ח ר׳ הערשל רובין הי״ו.
לוי: הרה״ח ר׳ ישראל בער רייזמאן הי״ו.
שלישי: הגרה״ג ר׳ אברהם לויפער שליט״א אב״ד דאראג.
רביעי: הב׳ החתן בן הרה״ח ר׳ הערשל קויפמאן הי״ו.
הגבה: הרב סיני אייזיקאוויטש שליט״א.
גלילה: הרב ירמי מייזליש שליט״א.
מפטיר: הרה״ח ר׳ מענדל מאיר יאקאבאוויטש הי״ו.
הגבה: הרה״ח ר׳ יושע וואלף גרינפעלד הי״ו.
גלילה: הרה״ח ר׳ יואל זופניק הי״ו.

צו מוסף איז צוגעגאנגען הרה״ח הישיש ר׳ יחזקאל גליק הי״ו פון קרית יואל.
פתיחה לאנעים זמירות: הרה״ח ר׳ אברהם יושע מארקאוויטש הי״ו.
מען האט געענדיגט 2:00 אזייגער.


אום 3:00 אזייגער איז דער רבי אריינגעקומען צום מיטאג טיש אין ביהמ״ד ברך משה, אינאיינעם מיט די בחורים עוסקים במלאכת הקודש וואס האבן ארויסגעהאלפן מיט די הכנות צום יו״ט פסח בביתו נאוה קודש, און העלפן כסדר ארויס בכל עת ועידן.
מען האט אריינגעברענגט קניידלעך און כרעמזלעך כנהוג,
במשכ׳ן טיש האט דער רבי געזאגט עטליכע מאל תורה, און די בחורים האבן געהאט די זכיה צו פרעגן שאלות בעניני החג.
דער רבי מכבד געווען מיט די זמירות הגה״צ ר׳ אהרן שליט״א.
ברכת המזון: חדב״ן הגה״צ ר׳ יואל שמעון פריעדמאן שליט״א.

מנחה ונעילת החג

ארום 7:45 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד הגדול צו תפילת מנחה ונעילת החג,
בעל תפילה: הרה״ח ר׳ ליפא קרויס הי״ו.

נאך מנחה האט זיך דער רבי געוואשן צום סעודה , מען האט געזינגען ניגוני יו''ט, הרה"ח ר' זלמן לייב פעלדמאן הי"ו משמש האט אנגעגאסן לחיים, און דער רבי האט געוואונטשן פאר די חברה קדישא, כנהוג.

דער רבי האט געזאגט תורה פאר א לענגערע צייט, און דערנאך מכבד געווען הרה״ח ר׳ אלימלך ווערצבערגער הי״ו פארצוזינגען פיוט ׳מלך רחמן׳ און דערנאך געזינגען ניגוני הגאולה.
דער רבי האט געבענטשט על הכוס, און זיך אויפגעשטעלט טאנצן 'חסל סידור פסח' א לענגערע צייט און דערנאך האט דער רבי פארגעזאגט דריי מאל 'לשנה הבאה בירושלים' כנהוג.

נאך א קורצה הפסקה איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת מעריב,
בעל תפילה: הרה״ח ר׳ יחזקאל רייזמאן הי״ו.

נאך מעריב האט דער רבי געוואונטשען פארן גאנצן ציבור א גוטע וואך, און מען האט ארויסבאגלייט רבינו שליט''א מיטן ניגון אשרי העם, ביז׳ן קאר, ביים אנקומען לביתו נאוה קודש איז דער רבי געקומען צום פענסטער און עקסטער אנגעוואונטשען די הונדערטער תלמידי ישיבתינו הק׳,
הצלחה אינעם נייעם זמן הבעל״ט.

בביתו נאוה קודש זענען אריין די געסט זיך געזעגענען פאר א לענגערע צייט.

~🌴🌴~
אוועטאר
דעה חכמה לנפשך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 313
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 13, 2024 10:47 pm

Re: בחצרות הקודש - נתחדש תמוז תשפג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דעה חכמה לנפשך »

באריכטן מיטוואך פרשת אחרי

◄ ווייז ספוילער
שמחות בחצרות הקודש:
שמחת בית פשעווארסק: עס איז געשלאסן געווארן די שידוך פון א אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מפשעווארסק שליט"א, די חתן א זון פון זיין זון הגה"צ ר' אלטר לייזער שליט"א אב"ד פשעווארסק וומס"ב, איידעם ביי הגה"צ ר' נתן דוד ראזענבערגער שליט"א אב"ד גמזו ודומ"ץ התאחדות הרבנים, מיט די כלה א טאכטער פון הרב יואל אשר אנשיל הורוויץ שליט"א, זון פון הגה"צ ר' נפתלי צבי הורוויץ שליט"א מראחוב לאנדאן, און איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מנדבורנא לינסק שליט"א.

שמחת בית פינסק קארלין - מישקאלץ: עס איז געשלאסן געווארן די שידוך פון א אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מפינסק קארלין שליט"א, די חתן א זון פון זיין זון הגה"צ ר' חיים ישראל ראזענפעלד שליט"א, איידעם ביי הגה"צ ר' ירמי' ניישלאס שליט"א אבד"ק סערדאהעלי ב"ב, מיט די כלה א טאכטער פון הגה"צ ר' ישראל בערגער שליט"א, זון פון כ"ק אדמו"ר ממישקאלץ שליט"א פון ארה"ק, און איידעם ביי הגה"צ ר' יהודה יחיאל שיינפעלד שליט"א אדמו"ר מטאלטשאווא.

עס איז געשלאסן געווארן די שידוך פונעם חתן א זון פון הרב אברהם יוסף מענדלאוויטש שליט"א, זון פון הגה"צ אבד"ק חוליוב שליט"א, און איידעם ביי הגה"צ ר' סיני אייזיקאוויטש שליט"א מטשאקאווא, מיט די כלה א טאכטער פון הגה"צ ר' ישראל מאיר טייטלבוים שליט"א אב"ד קאלביסוב מאנסי, איידעם ביי הגה"צ ר' משה גרויס שליט"א מקערעסטיר בערבעשט.

הילולא קדישא:
היינט נאכט כ"ד ניסן געפאלט די יומא דהילולא קדישא פון הרה"ק רבי יצחק מלויעוו טשערנאביל זצ"ל, נכדו כ"ק אדמו"ר מטשערנאביל שליט"א וועט אפרעכטן די יארצייט טיש היינט אויפדערנאכט בבית מדרשו אין בני ברק, נכדו כ"ק אדמו"ר מטשערנאביל שליט"א וועט אפרעכטן די יארצייט טיש היינט אויפדערנאכט בבית מדרשו אין בארא פארק.

היינט כ"ג ניסן געפאלט די יומא דהילולא קדישא פון כ"ק אדמו"ר הרה"ק בעל פאר ישראל מבוהוש זי"ע, נכדו כ"ק אדמו"ר מבוהוש שליט"א וועט אפרעכטן די יארצייט טיש היינט פארנאכטס בבית מדרשו אין בני ברק.

היינט כ"ג ניסן געפאלט די פיפטע יומא דהילולא קדישא פון כ"ק אדמו"ר הרה"ק מקאליב זצ"ל, פילע אידן גייען ארויף צום ציון הק' אויפן הר המנוחות להיפקד בדבר ישועה ורחמים, די צענטראלע יארצייט טיש אין שפיץ פון נכדו ממלא מקומו כ"ק אדמו"ר מקאליב ארה"ק שליט"א וועט פארקומען היינט פארנאכטס בבית מדרשו פונעם בעל ההילולא אויף רחוב חנה אין ירושלים.
קרעדיט: JDN
טייערע אידן!איר האט געזען א תגובה, בילד, אדער סיי וואס און איר האט הנאה געהאט, ביטע זיי אויך מהנה דער וואס האט אייך מהנה געווען און גיב אים א לייק, און גלייכצייטיג זייט אויך מקיים א מצוות עשה דאורייתא פון ואהבת לריעך כמוך, וואס איז א כלל גדול בתורה!
אוועטאר
דעה חכמה לנפשך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 313
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 13, 2024 10:47 pm

Re: בחצרות הקודש - נתחדש תמוז תשפג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דעה חכמה לנפשך »

יו''ט פסח תשפ''ד
כ''ק אדמו''ר מאונגוואר שליט''א
unnamed (2).jpg
unnamed (2).jpg (84.47 KiB) געזען 5132 מאל
unnamed (1).jpg
unnamed (1).jpg (64.02 KiB) געזען 5132 מאל
unnamed.jpg
unnamed.jpg (49.95 KiB) געזען 5132 מאל
טייערע אידן!איר האט געזען א תגובה, בילד, אדער סיי וואס און איר האט הנאה געהאט, ביטע זיי אויך מהנה דער וואס האט אייך מהנה געווען און גיב אים א לייק, און גלייכצייטיג זייט אויך מקיים א מצוות עשה דאורייתא פון ואהבת לריעך כמוך, וואס איז א כלל גדול בתורה!
פארגאנגענע וואך
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4517
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך פעברואר 23, 2022 3:58 pm

Re: בחצרות הקודש - נתחדש תמוז תשפג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארגאנגענע וואך »

טיש נעילת החג אדמו''ר מזעוויהל ארה"ב
אטעטשמענטס
IMG-20240501-WA0445.jpg
IMG-20240501-WA0445.jpg (325.75 KiB) געזען 4778 מאל
פון דא און פון דארט!
פארגאנגענע וואך
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4517
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך פעברואר 23, 2022 3:58 pm

Re: בחצרות הקודש - נתחדש תמוז תשפג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארגאנגענע וואך »

אדמו''ר מספינקא מאנסי אויפן הר שלום בית החיים היינט ביים ערשטן יארצייט פונעם באקאנטן משמח מיכאל שניצלער ע"ה
אטעטשמענטס
IMG_20240501_195213_092.jpg
IMG_20240501_195213_092.jpg (332.96 KiB) געזען 3392 מאל
IMG-20240501-WA0567.jpg
IMG-20240501-WA0567.jpg (356.19 KiB) געזען 3392 מאל
פון דא און פון דארט!
פארגאנגענע וואך
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4517
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך פעברואר 23, 2022 3:58 pm

Re: בחצרות הקודש - נתחדש תמוז תשפג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארגאנגענע וואך »

אדמו''ר מסאדיגורה שליט''א באזוכט כ''ק אדמו''ר מפשעווארסק שליט''א
אטעטשמענטס
20240501_195258.jpg
20240501_195258.jpg (28.33 KiB) געזען 3386 מאל
פון דא און פון דארט!
אוועטאר
דעה חכמה לנפשך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 313
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 13, 2024 10:47 pm

Re: בחצרות הקודש - נתחדש תמוז תשפג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דעה חכמה לנפשך »

unnamed (4).jpg
unnamed (4).jpg (53.12 KiB) געזען 3333 מאל
שטייענדיג פונקט א יאר זינט יענע שווערע יום טוב פסח וואס איז אריבער אויף כלל חסידי בעלזא, ווען כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א איז אריבער א קאמפליצירטע אפעראציע חול המועד פסח תשפ"ג, און האט זיך בחסדי ה' ערהוילט און עטוואס צוריקגעקומען צו די כוחות, איז די התרגשות ביי חסידי בעלזא גאר שטארק געשטיגן פארלאפענעם שבת חול המועד, ווען דער רבי שליט"א האט געבענטשט גומל בשם ומלכות בפני קהל ועדה, נאכן עולה זיין לתורה אין ביהמ"ד הגדול אין קרית בעלזא ירושלים.

שפעטער נאכן דאווענען ווען מ'האט ארויסבאגלייט דעם רבי'ן פון בית המדרש, האט מען געזינגען פייערליכע ניגוני שמחה און שבח והודאה, צו דאנקן און לויבן דעם אויבערשטן אויף די גרויסע חסדים. אזוי אויך נעכטן ביום אסרו חג, ווען עס איז געפראוועט געווארן די שמחת הברית פון א אור אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א, האט מען פאר לענגערע מינוטן געטאנצן לעבעדיג אויף ניגוני הודאה.
טייערע אידן!איר האט געזען א תגובה, בילד, אדער סיי וואס און איר האט הנאה געהאט, ביטע זיי אויך מהנה דער וואס האט אייך מהנה געווען און גיב אים א לייק, און גלייכצייטיג זייט אויך מקיים א מצוות עשה דאורייתא פון ואהבת לריעך כמוך, וואס איז א כלל גדול בתורה!
אוועטאר
דעה חכמה לנפשך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 313
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 13, 2024 10:47 pm

Re: בחצרות הקודש - נתחדש תמוז תשפג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דעה חכמה לנפשך »

חסידי פינסק קארלין האבן דעם יום טוב שביעי של פסח געפראוועט מיט בענקשאפט, ווען נאכפאלגענדיג די שווערע אפעראציע וואס כ"ק אדמו"ר מפינסק קארלין שליט"א איז אריבער מיט צוויי וואכן צוריק, האט זיך געשאפן א קאמפליקאציע אינעם רבינ'ס געזונט צושטאנד דעם זונטאג חול המועד, און דער רבי האט געדארפט וויילן אין שפיטאל דורכאויס שביעי של פסח.
◄ ווייז ספוילער
געציילטע טעג בעפאר יו"ט פסח איז דער רבי אהיימגעקומען פון שפיטאל, זיך צו ערהוילן פון די שווערע אפעראציע, די ערשטע טאג יו"ט האט דער רבי געפראוועט אינדערהיים אינאיינעם מיט די בני המשפחה, און צוליב די נאכווייען פון די אפעראציע אויפן קאפ, האט דער רבי נישט געקענט גיין געהעריג מיט א שטריימל.

איינער פון די טעג חול המועד איז דער רבי אנגעקומען אויף א תפילה ביים כותל המערבי, און אזוי אויך האט דער רבי אויפגענומען א צאל אדמורי"ם ורבנים וואס זענען געקומען דורכאויס די ימי החג מבקר חולה זיין ביים רבי'ן אינדערהיים.

ערב יו"ט שביעי של פסח האט זיך דעם רבינ'ס מצב ליידער פארערגערט, און צוליב א שווערע אינפעקציע האט מען געדארפט אריינפירן דעם רבי'ן אין שפיטאל, וואו די דאקטוירים האבן באהאנדלט דעם רבי'ן מיט גרויס געטריישאפט. דורכאויס יו"ט איז דער רבי געווען היבש אפגעשוואכט, און צו יעדע תפילה זענען געקומען צו גיין א מנין חסידים פון ירושלים צו דאווענען מיטן רבי'ן.
טייערע אידן!איר האט געזען א תגובה, בילד, אדער סיי וואס און איר האט הנאה געהאט, ביטע זיי אויך מהנה דער וואס האט אייך מהנה געווען און גיב אים א לייק, און גלייכצייטיג זייט אויך מקיים א מצוות עשה דאורייתא פון ואהבת לריעך כמוך, וואס איז א כלל גדול בתורה!
אוועטאר
סאדיגורה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 411
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג סעפטעמבער 01, 2023 10:15 am

Re: בחצרות הקודש - נתחדש תמוז תשפג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדיגורה »

מכירת חמץ אצל הגה"צ דומ"ץ שיכון סקווירא שליט"א
אטעטשמענטס
PHOTO-2024-04-22-11-41-15.jpg
PHOTO-2024-04-22-11-41-15.jpg (229.23 KiB) געזען 3036 מאל
PHOTO-2024-04-22-11-41-15 (3).jpg
PHOTO-2024-04-22-11-41-15 (3).jpg (215.92 KiB) געזען 3036 מאל
PHOTO-2024-04-22-11-41-15 (2).jpg
PHOTO-2024-04-22-11-41-15 (2).jpg (267.96 KiB) געזען 3036 מאל
פון סאדיגורה אין אוקריינא ביז סאדיגורה אין בני ברק ציעט זיך די גאלדענע הנהגה בתפארתה!!
באלאנס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 445
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 01, 2023 5:58 pm

Re: בחצרות הקודש - נתחדש תמוז תשפג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באלאנס »

אלפי חסידי באבוב מיטגעלעבט געהויבענער יו"ט פסח בצל הקודש | ברייטע דעקונג
https://www.bechatzros.com/post/658456865
photo_2024-05-01_22-56-28.jpg
photo_2024-05-01_22-56-28.jpg (125.48 KiB) געזען 2629 מאל
photo_2024-05-01_22-57-36.jpg
photo_2024-05-01_22-57-36.jpg (247.21 KiB) געזען 2629 מאל
photo_2024-05-01_22-57-35.jpg
photo_2024-05-01_22-57-35.jpg (296.3 KiB) געזען 2629 מאל
אוועטאר
תרמב
שר שמונת אלפים
תגובות: 8635
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 07, 2019 3:21 pm

Re: בחצרות הקודש - נתחדש תמוז תשפג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תרמב »

האדמו"ר מבית חיים יהושע ביי שריפת חמץ
אטעטשמענטס
WhatsApp Image 2024-05-02 at 12.21.33 AM.jpeg
WhatsApp Image 2024-05-02 at 12.21.33 AM.jpeg (355.53 KiB) געזען 2286 מאל
WhatsApp Image 2024-05-02 at 12.18.18 AM.jpeg
WhatsApp Image 2024-05-02 at 12.18.18 AM.jpeg (382.05 KiB) געזען 2329 מאל
פארגאנגענע וואך
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4517
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך פעברואר 23, 2022 3:58 pm

Re: בחצרות הקודש - נתחדש תמוז תשפג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארגאנגענע וואך »

נעילת החג אדמו"ר מסקווירא בארא פארק
אטעטשמענטס
IMG_20240502_081713_243.jpg
IMG_20240502_081713_243.jpg (84.83 KiB) געזען 1789 מאל
IMG_20240502_081558_334.jpg
IMG_20240502_081558_334.jpg (161.16 KiB) געזען 1789 מאל
IMG_20240502_081554_899.jpg
IMG_20240502_081554_899.jpg (168 KiB) געזען 1789 מאל
פון דא און פון דארט!
באלאנס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 445
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 01, 2023 5:58 pm

Re: בחצרות הקודש - נתחדש תמוז תשפג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באלאנס »

בת קדושים • נפטר געווארן הרבנית מרת אדל ראזענבוים ע"ה אשת הגה"צ רבי יוסף שלמה ראזענבוים האד' מקרעטשניף מאנסי
https://www.bechatzros.com/post/45678458754
בן כלבא שבוע
שר האלפיים
תגובות: 2720
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אקטאבער 22, 2018 11:25 am

Re: בחצרות הקודש - נתחדש תמוז תשפג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן כלבא שבוע »

נעילת החג ביי הגה"צ אב"ד סאטמאר וויליאמסבורג (מהר"א)



Screenshot_20240501-115511~2.jpg
Screenshot_20240501-115511~2.jpg (43.94 KiB) געזען 947 מאל
Screenshot_20240501-115403~3.png
Screenshot_20240501-115403~3.png (306.99 KiB) געזען 1085 מאל
זבולון חיים הלוי
שר חמש מאות
תגובות: 506
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 09, 2022 7:08 pm

Re: בחצרות הקודש - נתחדש תמוז תשפג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זבולון חיים הלוי »

הגה"צ אב"ד דושינסקיא ב"פ שליט"א
אטעטשמענטס
B0AD888D-8616-4B83-BD05-8A9FDCF57571.jpeg
B0AD888D-8616-4B83-BD05-8A9FDCF57571.jpeg (81.87 KiB) געזען 740 מאל
גערעכט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 405
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 25, 2023 4:38 pm

Re: בחצרות הקודש - נתחדש תמוז תשפג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גערעכט »

שמחת הבר מצוה להבחור פע"ח מרדכי ני"ו בן כ"ק אדמו"ר מטאלנא אשדוד שליט"א בהיכל בית המדרש הגדול והחדש דחסידי טאלנא
אטעטשמענטס
IMG_20240502_122746_812.jpg
IMG_20240502_122746_812.jpg (266.99 KiB) געזען 740 מאל
IMG_20240502_122750_904.jpg
IMG_20240502_122750_904.jpg (179.45 KiB) געזען 740 מאל
IMG_20240502_122756_458.jpg
IMG_20240502_122756_458.jpg (177.75 KiB) געזען 740 מאל
זבולון חיים הלוי
שר חמש מאות
תגובות: 506
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 09, 2022 7:08 pm

Re: בחצרות הקודש - נתחדש תמוז תשפג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זבולון חיים הלוי »

כ"ק אדמו"ר מהיבנוב שליט"א
אטעטשמענטס
63A89748-9339-4DD8-A015-6A06096E3F49.jpeg
63A89748-9339-4DD8-A015-6A06096E3F49.jpeg (196.66 KiB) געזען 731 מאל
זבולון חיים הלוי
שר חמש מאות
תגובות: 506
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 09, 2022 7:08 pm

Re: בחצרות הקודש - נתחדש תמוז תשפג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זבולון חיים הלוי »

הגה"צ גאב"ד ביתר שליט"א
אטעטשמענטס
F2326F5B-BFAE-4321-9A12-7B6A64FBCBCF.jpeg
F2326F5B-BFAE-4321-9A12-7B6A64FBCBCF.jpeg (101.97 KiB) געזען 720 מאל
AD557937-8922-4CBF-A2F7-84837D97D04B.jpeg
AD557937-8922-4CBF-A2F7-84837D97D04B.jpeg (108.58 KiB) געזען 720 מאל
זבולון חיים הלוי
שר חמש מאות
תגובות: 506
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 09, 2022 7:08 pm

Re: בחצרות הקודש - נתחדש תמוז תשפג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זבולון חיים הלוי »

הגה"צ דומ"ץ סקווירא ב"פ שליט"א
אטעטשמענטס
59C6AB77-8015-4188-BDD0-F0D805E05600.jpeg
59C6AB77-8015-4188-BDD0-F0D805E05600.jpeg (93.43 KiB) געזען 714 מאל
EEE3D9BE-EE97-48A3-A942-EDE94DCB843A.jpeg
EEE3D9BE-EE97-48A3-A942-EDE94DCB843A.jpeg (117.35 KiB) געזען 714 מאל
זבולון חיים הלוי
שר חמש מאות
תגובות: 506
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 09, 2022 7:08 pm

Re: בחצרות הקודש - נתחדש תמוז תשפג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זבולון חיים הלוי »

כ"ק אדמו"ר מספינקא בני ברק שליט"א
אטעטשמענטס
64781DCF-CEC4-4012-812C-1756E1571332.jpeg
64781DCF-CEC4-4012-812C-1756E1571332.jpeg (93.69 KiB) געזען 707 מאל
0B4D93B6-D8F7-4E02-8443-0704BB29416A.jpeg
0B4D93B6-D8F7-4E02-8443-0704BB29416A.jpeg (68.27 KiB) געזען 707 מאל
זבולון חיים הלוי
שר חמש מאות
תגובות: 506
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 09, 2022 7:08 pm

Re: בחצרות הקודש - נתחדש תמוז תשפג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זבולון חיים הלוי »

הגה"צ גאב"ד מעזיבוזש שליט"א
פסח
אטעטשמענטס
E137DF3C-2379-4EA1-B8A8-D3419B971C59.jpeg
E137DF3C-2379-4EA1-B8A8-D3419B971C59.jpeg (140.32 KiB) געזען 740 מאל
B77F5C9C-3AE7-4154-8FF7-66EDF92BA732.jpeg
B77F5C9C-3AE7-4154-8FF7-66EDF92BA732.jpeg (99.42 KiB) געזען 740 מאל
זבולון חיים הלוי
שר חמש מאות
תגובות: 506
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 09, 2022 7:08 pm

Re: בחצרות הקודש - נתחדש תמוז תשפג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זבולון חיים הלוי »

הגה"צ גאב"ד מאטערסדארף שליט"א
אטעטשמענטס
443004EE-EC12-4F0E-8C94-7608956CD0F1.jpeg
443004EE-EC12-4F0E-8C94-7608956CD0F1.jpeg (138.5 KiB) געזען 759 מאל
EF110A66-7E02-4EDF-B460-1C9AC3DEDB38.jpeg
EF110A66-7E02-4EDF-B460-1C9AC3DEDB38.jpeg (137.42 KiB) געזען 759 מאל
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע נייעס”