"פראגן צו 'המברך יתברך'."

פסיכאלאגיע און מעדיצינען

די אחראים: זייער נייגעריג , אחראי , thefact

חיים טוב
שר חמש מאות
תגובות: 621
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אפריל 19, 2023 4:04 pm
לאקאציע:7 בויבעריק דרייוו

"פראגן צו 'המברך יתברך'."

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיים טוב »

מ'זיך מיר עצות וויאזוי מען קען באקימען אטענשן..

היות איך בין נישט קריעיטיוו מיט עפעס, אין סטאם גיין אפבלאקן די ראד צי באקימען( נעגעטיוו) אטענשן מאכט נישט קיין סענס..
לעצט פארראכטן דורך חיים טוב אום מאנטאג יולי 17, 2023 10:42 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
אוועטאר
ברוך ברייער
שר חמש מאות
תגובות: 613
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מארטש 27, 2023 2:01 pm

Re: "פראגן צו 'המברך יתברך'."

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברוך ברייער »

וואס הייסט
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7978
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע:ביים נעקסטן שטאפל

Re: "פראגן צו 'המברך יתברך'."

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

א גוטע אשכול
לעצט פארראכטן דורך שטארק זיך אום מאנטאג יולי 17, 2023 11:09 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
אוועטאר
המברך יתברך
שר שמונת אלפים
תגובות: 8425
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע:מאנסי נוא יארק

Re: "פראגן צו 'המברך יתברך'."

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

ערשטנס איז זייער גוט אז דו קענסט דיך פילן באקוועם מיט אזא געפיל ווי "איך זוך צו באקומען אטענשאן!", וואס ווערט רוב מאל באטראכט ווי א דערנידערנדע סטעיטמענט. וואס הייסט? איך בין עפעס א בעיבי? איך זוך אטענשאן?!. אבער דער אמת איז אז יא, יעדער איינער פון אונז זוכט אטענשאן, ווייל אטענשאן איז איינס פון די וויכטיגסטע צרכי הנפש, וואס אויב א מענטש פילט נישט ווי ער באקומט גענוג אטענשאן, וועט זיין דעפרעסט און פילן שטארק אנגעוויזן אין אנדערע, אויף א וועג וואס זיי וועלן שוין נישט וועלן אדער קענען גענוג העלפן.

ממילא איז די ערשטע זאך טאקע דאס אליין אז דו זאלסט אנערקענען אז דיין צורך פון אטענשאן איז א גוטע און וויכטיגע זאך, און זאלסט פילן גוט מיט דיר אליין אז דו קענסט אנערקענען אין דיינע צרכים, און זוכן שכל'דיגע שריט און עצות וויאזוי עס צו בעזרת השם באקומען.

די צווייטע שטאפל איז, צו אנערקענען אז ס'איז נישט שייך צו אנשטעלן "וויפיל" אטענשאן איך דארף האבן. און אין אנדערע ווערטער, צו פארשטיין אז אפילו די מאס צופרידנקייט וואס מיין נפש דארף שפירן דורך די אטענשאן וואס איך באקום, איז נישט אנגעוואנדן אין "וויפיל" אטענשאן די אנדערע מענטשן געבן מיר, וואס דאס קען איך דאך בשום אופן נישט אנשטעלן, נאר עס איז אנגעוואנדן אין מיר אליין, "וויפיל" איך בין גרייט צו אנערקענען אז אזויפיל אטענשאן איז מיר גענוג, און אז איך האב עס יא באקומען.

צו מסביר זיין בעסער, דארפן מיר מקדים אז עס איז דא אזא סיסטעם אין אלע פון אונז, אז מיר זוכן צו קאנטראלירן. און דאס הייסט, אז מיר ווילן דאך באקומען למשל אן אטענשאן פארציע פון 100, און אזויווי מיר ווייסן דאך אז מענטשן ווילן צושטעלן וויפיל ס'איז שייך צרכי הנפש איינער פאר'ן אנדערן, ממילא, אויב מיר וועלן זיך עקשנ'ען אז מיר דארף 100-אטענשאן, ממילא וועלן מיר נישט זיין צופרידן מיט קיין 50-אטענשאן, ווייל אזוי ארום וועלן מענטשן זיין געצווינגען דיר צו געבן דווקא 100, כדי דו זאלסט זיין צופרידן.

למעשה אבער, האבן מענטשן נישט גענוג כח צו קענען טיילן קיינע 100 פארציעס פאר יעדן ארום זיי. און ממילא, וועט דער וואס פאדערט א 100 ווערן אסאך שנעלער ארויסגעשפיגן פון די רשימה פון אטענשאן מקבלים. ווייל מענטשן וועלן בוחר זיין ענדערש צו געבן א 60 פארציע פאר איינעם וואס איז צופרידן מיט 50, ווייל דער וועט פילן גוט פון דעם און זיך באדאנקען מיט אן אמת, ווי איידער צו געבן 90 פאר איינעם וואס וועט עס אננעמען ווי א 20, וויבאלד ער דארף דאך 100...

איז ממילא, דאס וויכטיגסטע זאך וואס א מענטש דארף טון, איז צו אנערקענען אז א 50 וועט מוזן דורכגיין ביי אים אנשטאט 100, ווייל נאר אזוי זענען דא שאנסן אז ער זאל באקומען 120% פון זיין ערוווארטונג....

המשך יבוא....
אוועטאר
המברך יתברך
שר שמונת אלפים
תגובות: 8425
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע:מאנסי נוא יארק

Re: "פראגן צו 'המברך יתברך'."

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

חיים טוב האט געשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 10:18 pm
היות איך בין נישט קריעיטיוו מיט עפעס, אין סטאם גיין אפבלאקן די ראד צי באקימען( נעגעטיוו) עטענשן מאכט נישט קיין סענס..
יעצט דא איז דא נאך א טעות. דו מיינסט אז מ'דארף זיין קריעטיוו כדי צו באקומען אטענשאן, און דו טענה'סט דאך אז דו ביסט נישט קריעטיוו. דאס אליין מאכט דיך פילן אומסוקסעספול אין דיינע אייגענע אויגן, און שטערט דיינע מעגליכקייטן אויף צו באקומען די נויטיגע אויפמעקזאמקייט.

יעצט:

א) מ'באקומט נישט קיין אטענשאן דווקא דורכ'ן זיין קריטיוו. די אנדערע מענטשן ארום דיר, דארפן אויך אטענשאן, און זיי ווארטן אז דוזאלסט גאר עס געבן פאר זיי. ווען דו וועסט עס טון, וועסטו אויטאמאטיש פילן אטענשאן אינעווייניג אין דיר, אסאך מער ווי ווען א צווייטער וואלט דיר עס געגעבן.
ב) דו ביסט יא קריעטיוו. (דער געדאנק זיך צו אזוי אויסגעבן דא, איז דען נישט קריעטיוו?).
אוועטאר
המברך יתברך
שר שמונת אלפים
תגובות: 8425
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע:מאנסי נוא יארק

Re: "פראגן צו 'המברך יתברך'."

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

האב נישט מורא, די מענטשן פארשטייען נישט וואס דו גייסט אדורך. זיך צו דערשרעקן פון זיי, איז א שאד.

זיי ממשיך, און איך וועל בעז"ה ענטפערן.
חיים טוב
שר חמש מאות
תגובות: 621
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אפריל 19, 2023 4:04 pm
לאקאציע:7 בויבעריק דרייוו

Re: "פראגן צו 'המברך יתברך'."

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיים טוב »

המברך יתברך האט געשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 10:41 pm
חיים טוב האט געשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 10:18 pm
היות איך בין נישט קריעיטיוו מיט עפעס, אין סטאם גיין אפבלאקן די ראד צי באקימען( נעגעטיוו) עטענשן מאכט נישט קיין סענס..
יעצט דא איז דא נאך א טעות. דו מיינסט אז מ'דארף זיין קריעטיוו כדי צו באקומען אטענשאן, און דו טענה'סט דאך אז דו ביסט נישט קריעטיוו. דאס אליין מאכט דיך פילן אומסוקסעספול אין דיינע אייגענע אויגן, און שטערט דיינע מעגליכקייטן אויף צו באקומען די נויטיגע אויפמעקזאמקייט.

יעצט:

א) מ'באקומט נישט קיין אטענשאן דווקא דורכ'ן זיין קריטיוו. די אנדערע מענטשן ארום דיר, דארפן אויך אטענשאן, און זיי ווארטן אז דוזאלסט גאר עס געבן פאר זיי. ווען דו וועסט עס טון, וועסטו אויטאמאטיש פילן אטענשאן אינעווייניג אין דיר, אסאך מער ווי ווען א צווייטער וואלט דיר עס געגעבן.
ב) דו ביסט יא קריעטיוו. (דער געדאנק זיך צו אזוי אויסגעבן דא, איז דען נישט קריעטיוו?)
ניין. טרעף מיר איין נארמאלע מענטש וואס זאל זיך בעטן צי מענטשן " איך דארף אטענשן
אוועטאר
המברך יתברך
שר שמונת אלפים
תגובות: 8425
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע:מאנסי נוא יארק

Re: "פראגן צו 'המברך יתברך'."

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

קודם כל א גרויסן יישר כח פאר'ן ממשיך זיין בכל עוז ותעצומות, דאס אליין איז א מורא'דיגע זאך און וועט דיר בעזהשי"ת באגלייטן א גאנץ לעבן.

1) קריעטיוו איז נישט דאס זעלבע זאך ווי נארמאל, פארקערט, איינער וואס איז נישט קרעיטיוו וועט בלויז טון וואס יעדער טוט און איז 100% נארמאל. מה שאין כן איינער וואס איז יא קריעטיוו, קען זען ווען ס'איז צייט אויפצוקומען מיט עפעס אריגינאל פון וואס קיינער האט נאך נישט געטראכט. און דו ביסט דער בעסטער משל דערצו, האסט אויפגעטראפן אז אנשטאט זוכן כל מיני עצות וויאזוי צו באקומען אטענשאן, קען מען פשוט ארויסקומען מיט א הילפסרוף: רבותי, איך נויטיג זיך אין אטענשאן!!!! און דאסטייטשט באמת קריעטיוו.

2) יעצט נאכדעם וואס איינער איז שוין יא קריעטיוו, איז טאקע זייער וויכטיג עס צו באלאנצירן, און צו טרעפן א וועג וויאזוי זיין קריעטיוויטעט זאל אים נישט אוועקפירן פון נארמאלקייט. און דא האסט ווייטער געטון געוואלדיג, און אנשטאט צו זאגן פאר מענטשן וואס קענען דיך אז דו דארפסט אטענשאן, אינדערצייט וואס זיי האבן ל"ע נישט קיין שכל און קענען דיך נאך ח"ו אויסלאכן, ביסטו אויפגעקומען מיט א געוואלדיגע המצאה עס צו טון דא אויפ'ן סיסטעם, וואו קיינער קען דיך נישט, און וועט דיך נישט אראפקוקן. אדרבא, במשך הזמן וועסטו זען ווי מ'וועט דיך שיין מכבד זיין.

(כאפ א בליק וויפיל איך האב אריינגעכאפט אין צוויי פון מיינע ערשטע אשכולות, און היינט איז מען מיך ב"ה שיין מכבד דא).
אוועטאר
המברך יתברך
שר שמונת אלפים
תגובות: 8425
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע:מאנסי נוא יארק

Re: "פראגן צו 'המברך יתברך'."

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7978
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע:ביים נעקסטן שטאפל

Re: "פראגן צו 'המברך יתברך'."

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

דער אמת איז ס׳שווער מודה צו זיין אבער יעדער דארף עטענשאן און ווען מען איז אָפן דערמיט זענען מענשטן (כמובן נישט די צארנדיגע) סך מער סופורטיוו.

איך בין למשל אין א סורוויס ביזנעס, כ׳בעט מיינע קליענטן נאך יעדע מאל זיין זאלן מיר גיבן פידבעק און א פערזענליכע ראטע פון איינס ביז צען. רוב טוען עס גערן און מאנכע מאכן פראבלעמן יעדעס מאל. אבער איך לאז נישט נאך.

למעשה גיבט עס חיזוק.
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
אוועטאר
המברך יתברך
שר שמונת אלפים
תגובות: 8425
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע:מאנסי נוא יארק

Re: "פראגן צו 'המברך יתברך'."

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

מורא'דיג!!! און דאס לערנט אונז אז אפילו מיט לעבעדיגע מענטשן וועמען מ'גייט מארגן נאכאמאל באגעגענען, קען מען אויך טרעפן א וועג וויאזוי ס'זאל זיין לעגאל צו בעטן פאר אטענשאן. ס'פאסירט גארנישט, נאר אז מ'באקומט חיזוק. און אויב איינער געט אמאל יא עפעס א קריטיק, ווייסט מען וואס צו פרובירן בעסער אן אנדערס מאל.
חיים טוב
שר חמש מאות
תגובות: 621
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אפריל 19, 2023 4:04 pm
לאקאציע:7 בויבעריק דרייוו

Re: "פראגן צו 'המברך יתברך'."

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיים טוב »

המברך יתברך האט געשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 11:20 pm
Wow Wow וויאזוי זאגט מען נאר? אז מען טויג טויג מען !
אוועטאר
המברך יתברך
שר שמונת אלפים
תגובות: 8425
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע:מאנסי נוא יארק

Re: "פראגן צו 'המברך יתברך'."

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

דו זעסט וויפיל נעגאטיווע שטעכערייען עס האבן זיך געגאסן אויף מיין קאפ?
חיים טוב
שר חמש מאות
תגובות: 621
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אפריל 19, 2023 4:04 pm
לאקאציע:7 בויבעריק דרייוו

Re: "פראגן צו 'המברך יתברך'."

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיים טוב »

המברך יתברך האט געשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 11:35 pm
דו זעסט וויפיל נעגאטיווע שטעכערייען עס האבן זיך געגאסן אויף מיין קאפ?
יא איך האב דורך געליינט קמעט די גאנצע צווייטע
חיים טוב
שר חמש מאות
תגובות: 621
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אפריל 19, 2023 4:04 pm
לאקאציע:7 בויבעריק דרייוו

Re: "פראגן צו 'המברך יתברך'."

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיים טוב »

דאס זע איך יא אז די ביסט זייער קריעיטיוו.
אוועטאר
המברך יתברך
שר שמונת אלפים
תגובות: 8425
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע:מאנסי נוא יארק

Re: "פראגן צו 'המברך יתברך'."

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

און איך מוז דיר זאגן אז אסאך מאל פיל ווי איך קען מער נישט אריבערטראגן די בזיונות, איך מוז אפטראגן פון דא פאר א וואך אדער חודש, און נאכדעם קום איך צוריק מיט א שמייכל און פרוביר אנצוקניפן נייע באציאונגען... זאל איך זאגן אז ס'איז גרינג?? ניין.
חיים טוב
שר חמש מאות
תגובות: 621
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אפריל 19, 2023 4:04 pm
לאקאציע:7 בויבעריק דרייוו

Re: "פראגן צו 'המברך יתברך'."

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיים טוב »

אין.. פלאגט מען זיך צי .. אין א שמועס פלאגט מען זיך צו פארדינען א פריינט.

זייער אינטרעסאנט
אוועטאר
המברך יתברך
שר שמונת אלפים
תגובות: 8425
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע:מאנסי נוא יארק

Re: "פראגן צו 'המברך יתברך'."

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

חיים טוב האט געשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 12:07 am
אין.. פלאגט מען זיך צי .. אין א שמועס פלאגט מען זיך צו פארדינען א פריינט.

זייער אינטרעסאנט
שכוח.
דאס איז דער אמת (און אויך עס גראמט...).

טראץ דעם וואס נישט יעדער איז באוואוסטזיניג דערצו,
דאך איז דער באהאלטענער ציל אין יעדע שמועס פשוט צו געבן און באקומען אטענשאן.
חיים טוב
שר חמש מאות
תגובות: 621
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אפריל 19, 2023 4:04 pm
לאקאציע:7 בויבעריק דרייוו

Re: "פראגן צו 'המברך יתברך'."

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיים טוב »

המברך יתברך האט געשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 12:09 am
חיים טוב האט געשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 12:07 am
אין.. פלאגט מען זיך צי .. אין א שמועס פלאגט מען זיך צו פארדינען א פריינט.

זייער אינטרעסאנט
שכוח.
דאס איז דער אמת.
טראץ דעם וואס נישט יעדער איז באוואוסטזיניג דערצו,
דאך איז דער באהאלטענער ציל אין יעדע שמועס פשוט צו געבן און באקומען אטענשאן.
ריכטיג ממש אזויווי די זאגסט, א מענטש מיינט אז ער וויל סטאם אזוי עפעס זאגן..
אוועטאר
המברך יתברך
שר שמונת אלפים
תגובות: 8425
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע:מאנסי נוא יארק

Re: "פראגן צו 'המברך יתברך'."

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

חיים טוב האט געשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 12:11 am

ריכטיג ממש אזויווי די זאגסט, א מענטש מיינט אז ער וויל סטאם אזוי עפעס זאגן..
און ווייל ער אנערקענט נישט אז ער אליין דארף אויך אטענשאן, ערלויבט ער זיך צו מבזה ווען ער באמערקט אויף א צווייטן דאס זעלבע זאך ממש.
חיים טוב
שר חמש מאות
תגובות: 621
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אפריל 19, 2023 4:04 pm
לאקאציע:7 בויבעריק דרייוו

Re: "פראגן צו 'המברך יתברך'."

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיים טוב »

אפאר מאל טראכט איך פארוואס דארף איך טאקע זיין נארמאל וואלט ווען נישט געווען בעסער איך זאל האבן אביסעל ווייניגער שכל, אין יא טין נארישע זאכן אין אזוי באקימען מיין אזוי געגארטן אטענשן?!
שוין. וואס קען איך טין די באשעפער האט אנדערש געוואלט.
אוועטאר
המברך יתברך
שר שמונת אלפים
תגובות: 8425
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע:מאנסי נוא יארק

Re: "פראגן צו 'המברך יתברך'."

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

אלע קלוגע מענטשן טראכטן צומאל דאס זעלבע ווי דיר.

אבער דער אמת איז, אז נארישע זאכן ברענגען טאקע אביסל אטענשאן אויפ'ן פלאץ, אבער פארמינערן די שאנסן פאר'ן לענגערן טערמין.

השי"ת האט דיר געשאנקען שכל וויאזוי צו קונה זיין חברים, און מאכן קלוגערע - געב און נעם - שריט, וואס וועלן דיר העלפן צוזאמקלויבן גענוג נויטיגע אטענשאן דורכאויס דיין גאנץ לעבן בעז"ה!
intellectual
שר חמש מאות
תגובות: 925
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג סעפטעמבער 11, 2020 1:56 pm

Re: "פראגן צו 'המברך יתברך'."

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך intellectual »

שטארק זיך האט געשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 10:33 pm
א גוטע אשכול
קען מען אייך אויך שטעלן פראגעס.?
חיים טוב
שר חמש מאות
תגובות: 621
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אפריל 19, 2023 4:04 pm
לאקאציע:7 בויבעריק דרייוו

Re: "פראגן צו 'המברך יתברך'."

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיים טוב »

intellectual האט געשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 12:51 am
שטארק זיך האט געשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 10:33 pm
א גוטע אשכול
קען מען אייך אויך שטעלן פראגעס.?
ווי איך פארשטיי האט מען עס געפענט פאר דעם
אוועטאר
גרייט צו העלפן
שר חמש מאות
תגובות: 576
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 11, 2023 10:59 pm
לאקאציע:אייוועלט

Re: "פראגן צו 'המברך יתברך'."

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרייט צו העלפן »

איך האב אן אנדערן פראבלעם. איך האב טאקע גענוג גאטס צו שמועסן אין קופקעס מיט חברים אד"ג, אבער עס מאכט זיך צו אפט אז איינער ווערט ל"ע געטשעפעט פון מיין לויזן צינג אדער אז איך נעם אוועק די אטענשאן פון אנדערע מענטשן אין דער קופקע, וואס דארפן אסאך מאל ווארטן צו לאנג אז מ'זאל אויך זיי אויסהערן.

אפשר איז דא אן עצה פאר מיר אויך?
"גרייט צו העלפן" איז נישט קיין ניק, נאר א (זעלבסט-דערקלערטע) מציאות.
שרייב תגובה

צוריק צו “תורת הנפש”