Yellow Corp באנקראטירט! (צוליב די יוניאן ארבעטער)

עקאנאמיע, ביזנעס און טעכנאלאגיע

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

איפכא מיסתבר
שר האלף
תגובות: 1875
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 25, 2019 4:47 pm

Re: Yellow Corp באנקראטירט! (צוליב די יוניאן ארבעטער)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איפכא מיסתבר »

לשם ייחוד האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 08, 2023 4:29 pm
ווער סקען די היסטערי וועט פארשטיין פארוואס יוניאןס איז אזוי וויכטיג.
פאר יוניאןס זענען מענטשן געווען ליטערילי פארשקלאפט.
יוניאןס האבן געפייט פאר נארמאלע ארבעטס שעון. זיי האבן געפייט פאר סעיפטי רעגולעישעןס.
טויזענטער ארבעטערס פלעגן שטארבן ביי די ארבעט ווייל די בע״ב האבן געקענט הייסן טוהן וואס זיי האבן געוואלט.

מקען רעדן וועגן יוניאןס היינט צוטאגס, אבער וואס אמאל זיכער איז אז סהאט געמאכט א ריזיגע שינוי לטובה אין אסאך עריעס וואס יעדער עגריט איז וויכטיג.
ווען מ'דארף אויפשטאפן א סוער ליין רופט מען א פלאמבער

ווען ס'שוין אויפגעשטאפט זאל ער זיך גיין געזונטערהייט און אוועק נעמען אלע גארבידש

והנמשל מובן

ופשוט הוא
אויב איך ענטפער נישט אויף א תגובה, וואס איינער האט געשריבן אויף מיינס א תגובה, מיינט עס אז איך האלט אז מיין ענטפער וועט גארנישט מוסיף זיין אדער משנה זיין...
אוועטאר
פאסט טרעגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3434
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אפריל 17, 2020 5:50 pm

Re: Yellow Corp באנקראטירט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאסט טרעגער »

לשם ייחוד האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 08, 2023 4:24 pm
איצל פיצל האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 08, 2023 12:11 am
עס האט מיר פארציילט א אינגערמאן וואס האט געארבייט ביי א גראסערי אין ניו דזשערסי.
עס קומט אן א טרעילאר פון סאדא (איך געדענק נישט די פינקטליכע קאמפעני קאקא קאלא, פעפסי אדער ענליך) און מען עפענט אויף צו קענען אפלאדענען די סחורה, שטעלט זיך ארויס אז די טרעילאר דארף האבן א ליפט (אזא עלעוועיטאר אין די בעק) כדי מען זאל קענען אפלאדענען די סקיטס. ווייל זיי האבן נישט געהאט קיין לאודינג דאַק און די קאמפעני האט אזעלעכע ספעציעלע פעלעטס וואס קען נאר ווערן מאנאווערט מיט זייער ספעציעלע פעלעט שלעפער. אדער איז געליגן די סאדא אין אזעלעכע ספעציעלע פלעסטיק באקסעס וואס קומט אזוי געפאַקט איינס אויפן צווייטן און מען ניצט בכלל נישט קיין פעלעט. אבער עס קען נאר ווערן מאנעווירט דורך זייער ספעציעלע מאשין. הקיצור מען דארף דוקא יענע מאשין עם צו אפלאדענען. איז אדער קען ער ארויף פארן גלייך אויפן לאודינג דאַק, אדער טראגט מען עס אראפ מיטן עלעוועיטאר. ווייל דער גראסעריס היי לאו קען דאס נישט טראגן. און דא קומט ער אן מיט א גאנצן טרעילאר אנגעפילט מיט אזעלעכע סחורה אבער אן א ליפט. דער אינגערמאן פרעגט דעם דרייווער - פארשטייט זיך א יוניאן ארבייטער - וואס גייט פאר? געשעהן א טעות? ענפערט ער אז יא, זעהט אויס אז די חברה ביי די דיסטריביושען לאקעישן האבן זיך נישט געכאפט אז עס איז נישט קיין ריכטיגע טרעילאר. און ער זאגט פאר דעם אינגערמאן אז ״איך האב יא גלייך באמערקט ווען זיי האבן אנגעהויבן אנצופילן דעם טרעילאר אז זיי מאכן דא א טעות, אבער איך האב זיי נישט אויפגעמערקט דערוועגן, ווייל אזוי דארף איך נישט דרייווען היינט אזוי סאך און איך גיי נאך מאכן אווערטיים, ווייל יעצט גיי איך צוריק פארן און זיי גייען עס דארפן צוריק אפלאדענען און דערנאך לאדענען אויף א צווייטע טרעילאר, און די גאנצע צייט וואס זיי פאַקען אריין און ארויס קען איך סתם קלאצן, און באקום געהעריג באצאלט״… דער האט נישט קיין טראפ אינטערעסע אין די סוקסעס פון די קאמפעני. און צוקראצט זיך נישט קיין סעקאנד אויב זיי האבן שאדן. די עיקר אז ער באקומט זיין טשעק.
וואס פונקטליך האט דאס מיט יוניאן איינגעשטויסן.
קיין איין נארמאלע ארבעטער געט נישט קיין דעם צי די ביזנעס מאכט געלט צו נישט. און אזוי דארף זיין. אז איך זארג מיך פאר די ביזנעס קען איך דאך שוין עפענען אליינס א ביזנעס.
וועל מיר צוטירן פון וויכי פאר 12 יאר צוריק (נאך מיטן בלעקבערי) א שטיקל אריינבליק אין יוניאן געפירטע ביזנעסער...

.
וויכטיג מאכער האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 10, 2011 7:34 pm
ערעב יודל, דער אמת איז אז איך האב געליינט דיין ארטיקל שוין צופרי, נאר איך בין שוין נישט געווען געהעריג ביי א קאמפיוטער פאר צוויי טעג, און שרייבן פון א בלעקבערי איז נישט אינטערעסאנט, סאו האב איך נישט מגיב געווען.

אבער קוקענדיג יעצט אויף אלע תגובות נאך דיינס באמערק איך אז ווייניג אירע האבן מגיב געווען אויף דיין ארטיקל, אפילו ס'דא א שיין ביסל תגובות נאך דיין ארטיקל, און געווענדליך מיינט עס אז מ'איז מגיב אויף די ארטיקל העכער די תגובה, אבער דאס מאל באציען זיך אפאר תגובות בכלל נישט צו דיין ארטיקל, צו וואס יא? דאס ווייס איך נישט, אבער צו דיין ארטיקל נישט, והא ראי', ליין זייער תגובות וועסטו זעהן אז ס'איז ממש נישט מעגליך אז זייער תגובות גייען ארויף אויף דיינס, ודוק. אלזא פיהל איך אז איך מוז מגיב זיין...

דו שרייבסט זייער גוט בנוגע די פובליק ווארקערס בארגענונג רייט, אבער איך דיסעגרי אביסל איבער דיין שיטה בנוגע סתם יוניאן'ס. קען זיין אז עפעס רייטס דארף זיין, אבער אזוי ווי ס'איז יעצט קענעס נישט און ס'טאר נישט אנגיין! (גראדע דערמענסטו יא עפעס צווישן דיינע שירות אבער נישט גענוג)

די חוצפה אז יעדע צודרייטע ארבייטער וואס ארבייט אין א יוניאן דארף באקומען גאר א הויעכע געהאלט איז נישט נארמאל, און איז נישט אויסגעהאלטן...

קומט צו גיין א מענטש ער וויל באקומען א דזשאב ביי א זייגער מאכער, וואס קענסטו? פרעגט מען עם, דערווייל גארנישט, זאגט ער, איך גיי מיך אויסלערנען... אקעי, מ'גיבט עם עפעס א דזשאב אויף טריי אוט, אויב טויג ער, באקומעט ער א געהעריגע פאזיציע, און באקומט באצאלט 12 דאללער א שעה. היות ער וויל מאכן מער געלט, ארבייט ער אווער טיים, און ער שטרענגט זיך אן צו ווייזן געטריישאפט פאר זיין בעה"ב, נאך א שטיק צייט זעהט דאס די בעה"ב איין, און גיבט אים א רעיז און צומאל עפעס בענעפיטס, שטייצעך נאר אויב ס'לוינצעכעם די ארבייט פון דעם מענטש, און אז דער מענטש איז גאר כיטרע, באמערקט ער א וועג וויזוי מ'קען מאכן די זייגער בעסער און שטערקער, אוטאומאטיש איז די זייגער מער ווערד, מאכט די בעה"ב מער געלט, פיהלט די בעה"ב "איך מוז עם האבן דא. דעם בחור, דער איז גוט! לאמעכעם געבן נאך א רעיז, א באונעס א.ד.ג"...

אויב ער טויג נישט, אדער שיקט מען עם ווייטער, אדער גיבט מען אים א דזשאב אין א אנדערע אפטיילונג, וכד', און פאר די פאזיציע זוכט מען אויף א אנדערע פאסיגע מענטש.

וואס געשעהט? די ביזנעס וואקסט, ס'מאכט געלט, הייבט די בעה"ב אן צו עקספענדן, ער עדווייטייזט "אונז האמער אימפראווד אונזער זייגער", און ער נעמט אויף נאך מענטשן און מאכט מער זייגערס, בקיצור ביזנעס עז יודזשעל...

לאמער איין מינוט אריבערגיין צום אנדערן זייגער מאכער קעגן איבער ווי די יוניאן איז אין קאנטראלל.

קומט אריין א מענטש ער וויל א זשאב, נאכן זיך אנשליסן אין די יוניאן באקומט ער א דזשאב, נישט קיין חילוק צו ער טויג צו נישט, באקומט ער זיין געהאלט לויט וויפיל יאר ער ארבייט שוין דא, ער האט נישט קיין שום נגיעה צו טרעפן עפעס איידיעס וואס זאל בעסער מאכן די ביזנעס ווייל ער גייט נישט באקומען קיין העכערונג מער ווי דער וואס איז שוין דא 5 יאר פאר עם. (פאר צוויי סיבות, איין ווייל אזוי ארבייט די יוניאן, און שנית די בעה"ב קען עס נישט עפארדן, ווייל אויב פאר דעם גארבידזש קאלעקטאר מוז ער באצאלן מינימום 50 דאללער א שעה (צווישן עם די יוניאן ריטייערמענט העלט אינשורענס און טעקס) ווי קען ער עם באצאלן מער? ס'איז נישט מעגליך!!!) און דאס איז שוין טאמער יענער איז גוט, און אויב יענער טוט גארנישט, בלויז ער פאנטשט די קארד און זיצט אויפן טעלעפאון און וועיסט צייט פאר שטותים, קענער עם נישט ארויסווארפן...

רעזאלט? די ביזנעס קען נישט וואקסן, נישטא קיין געלט צו אינוועסטירן, נישטא קיין געלט צו הייערן נאך ארבייטער, און ווען זייער קאמפעטישן פון קעגן איבער נעמט איבער די מארקעט זיצט די קאמפאני אין א זייט און קען גארנישט טוהן. (אויסער מאכן מיטונגען...)

שיינע מעשה, הא? אונז האמער דאס יעדן טאג לייוו!!! די גוטע ארבייטער באקומען נישט קיין העכערונג, ווייל די נישט גוטע באקומען עס אויף זייער חשבון... מ'באצאלט פאר א ארבייטער בעיסד אן סינארעטי, גארנישט מיט קיין פראדאקשן! א וואונדער פארוואס די עוורידזש קאלידזש דעגרי פובליק ווארקער באקומט 12 פראצענט ווייניגער ווי א פרייוועט ארבייטער? (אזוי האט איינער געשריבן אויבן, און ס'מאכט סענס...) ווייל ס'מוז זיך אויס-איווענ'ן ערגעץ... דער נערישע פובליק סעקטער ארבייטער מאכט מער ווי דער פלעינער B&H יונגערמאן, אבער דער B&H קאמפיוטער טעקנישן מאכט מער ווי דער פובליק סעקטער קאמפיוטער טעקנישן. איז דאס דעמעקראטיע? יעדער דארף זיין אייניג? דאס שמעקט עפעס זייער קאלט... זייער סיביר'יש...

קום נאר אריין מיט מיר צו א נארמאלע ביזנעס וואס האט נישט קיין יוניאן און קוק אן קאסטומער סערוויס, VS א ביזנעס וואס האט יא א יוניאן, וועסט אייביג זעהן מענטשן וואס פארשטייען נישט וואס מ'וויל פון זיי... ס'וועלן שטיין 50 מענטשן און דיך ווייזן צו וועם צו גיין... העי! ביסט אמאל געווען אין די מאטאר וויהקעל אפיס?... (גראדע פובליק סעקטער, אבער די קאנסעפט איז די סעים..)

א סימפל משל, האסט שוין אמאל גערעדט מיט ווערייזן אויפן פאון? ער זאגט דיר אז די זאלסט ריבאאטן דיין סעלפאון, ער ווייסט אז ס'דויערט בערך 7 מינוט, אנשטאט ער זאל זאגן אקעי, איך לייג דיך אויף האלד פאר 5 מינוט און איך נעם אינצווישן דעם נעקסן, זאגט ער ניין! איך ווארט אויף ליין... האסט שוין אמאל געהערט אזאונס ביי א נארמאלע ביזנעס? וואלסט אמאל געלאזט דיין ארבייטער וועיסטן 7 מינוט און צומאל מער?

לאך נישט! איך האב אמאל געהאט א פראבלעם מיט מיין סעלפאון, און די טעלעפאון קאמפאני איז געווען מיט מיר אויפן פאון איבער א שעה, מ'האט דריי מאל געדארפט ריסטארדן מיין פאון, און די יעניגע האט געווארט די גאנצע צייט, און צום סוף האצע ניטעמאל געוויסט וואס ס'טוצעך און געזאגט איך זאל אריינגיין צו א לאוקעל דיעלער. די נעקסטע טאג האב איך געקאלט די קאמפאני ווי איך ארבייט, (מיין פאון איז אויף זייער ענטערפרייס סערווער.) זיי האבן געהערט דעם פראבלעם, און מיר געזאגט אז זיי גייען מיך צוריק קאלן... נאך א 20 מינוט קאלט מען מיך צוריק, ער הייסט מיך טוישן א סעטינג, און ריסטארדן מיין פאון, און איך זאל ריבאטן מיין פאון, און ער זאגט "איך לייג אראפ, און איך גיי דיך צוריקקאלן שפעטער" ביז א שעה האט ער מיך געקאלט, און ס'האט פיין געארבייט!!!

נו, אז אין אמעריקא קען מען נישט מאכן קיין געלט וועגן די יוניאנס, ס'לוינט זיך נישט צו צאלן פאר אזא ארבייט 50 דאללער א שעה ווי פריער געשמיעסט, וואו גייט מען? אהההה מ'האמער דאך געמאכט א טרעיד עגרימענט מיט טשיינע... לעטס ראול!!! מ'גיימער קיין טשיינע...

יא! די זעלבע טרעיד עגרימענט וואס דארף ווען בענעפעטירן אמעריקא - אמער טשיינע האט 3 מאל אזויפיהל מענטשן ווי אמעריקא, סאו אמעריקא וועט פארקויפן מער פראדוקטן קיין טשיינע ווי טשיינע קיין אמעריקא, און אזוי ארום קריעיטן פרישע דזשאבס - האט גאר אנגעפאנגען ארבייטן קעגן אמעריקא... יעדער פארט אהין פראדוסן זאכן... ס'קאסט טאקע געלט אהינצופארן, טרעינען נייע מענטשן און אויפבויען פעקטאריס, אבער ס'נאך אלץ ביליגער ווי צאלן די הויעכע טעקסעס און יוניאן ארבייטער אין אמעריקא...

און די קאסטומער סערוויס דזשאבס גייט קיין... יא! אינדיע!! "פארוואס" פרעגסטע? חא חא, ס'קאסט עם איין מאל געלט צו טרעינירן די חברה, און נאכדעם 10 דאללער א שעה... (כ'רעדעך פון זייער סופערווייזער... די פלעינע מענטש איז 5 דאללער א שעה) דעטס איט!!! נישטא קיין 50 דאללער א שעה צו זיין אויף האלד, 5 דאללער איז גענוג פאר דעם...

איין עצה איז נאך פארבליבן, ס'דא געוויסע דזשאבס וואס מ'קען נישט אוט-סאורסן, דאס איז זאכן וואס מוזן געמאכט ווערן אויפן פלאץ, למשל א גראסערי, א בעקערי... אההה פארגעסן, גראבן אויל... ווען מ'זאל ווען מעגן גראבן אויל אין אמעריקא, וואלטן צוגעקומען טויזענטער דזשאבס וואס מ'קען נישט אויטסארסן....

פווווווווווויייייייייייייייייייייי!!!!!!!!!!!!!!! ווער שרייט דארט??? פוייייייייייי!!!!!!!! די בערן גייען שטארבן!!!!!!!!!!!!

אקעי, איך וועל ממשיך זיין א צווייט מאל אי"ה.

בעק טו יו יודל...
Gevald Geshrigen
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4126
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2011 10:41 pm

Re: Yellow Corp באנקראטירט! (צוליב די יוניאן ארבעטער)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Gevald Geshrigen »

לשם ייחוד האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 08, 2023 4:29 pm
ווער סקען די היסטערי וועט פארשטיין פארוואס יוניאןס איז אזוי וויכטיג.
פאר יוניאןס זענען מענטשן געווען ליטערילי פארשקלאפט.
יוניאןס האבן געפייט פאר נארמאלע ארבעטס שעון. זיי האבן געפייט פאר סעיפטי רעגולעישעןס.
טויזענטער ארבעטערס פלעגן שטארבן ביי די ארבעט ווייל די בע״ב האבן געקענט הייסן טוהן וואס זיי האבן געוואלט.

מקען רעדן וועגן יוניאןס היינט צוטאגס, אבער וואס אמאל זיכער איז אז סהאט געמאכט א ריזיגע שינוי לטובה אין אסאך עריעס וואס יעדער עגריט איז וויכטיג.
אמת. אבער כהיום יום זענען זיי שוין דער גאסט וואס האט ארויסגעווארפן דעם בעל הבית. קיינער האלט נישט אז זיי האבן נישט אויפגעטון ביים פאריגן גלגול.
אוועטאר
פאסט טרעגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3434
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אפריל 17, 2020 5:50 pm

Re: Yellow Corp באנקראטירט! (צוליב די יוניאן ארבעטער)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאסט טרעגער »

פשוט נבלה בשוקא ועל תצתרך לבריות...

זעלטענע געלעגענהייט, מ'קען אנהייבן דרייוון פאר UPS און באקומען 170K נאך 5 יאר...

עפעס איז ראנג מיט UPS אז זיי האבן אינטערגעשריבן די אפמאך? איז דאס א פויזען פיל?

.
Screenshot 2023-08-08 191032.png
Screenshot 2023-08-08 191032.png (393.56 KiB) געזען 1572 מאל
לאנטש טיים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4660
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 02, 2022 1:46 pm

Re: Yellow Corp באנקראטירט! (צוליב די יוניאן ארבעטער)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאנטש טיים »

פאסט טרעגער האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 08, 2023 7:11 pm
פשוט נבלה בשוקא ועל תצתרך לבריות...

זעלטענע געלעגענהייט, מ'קען אנהייבן דרייוון פאר UPS און באקומען 170K נאך 5 יאר...

עפעס איז ראנג מיט UPS אז זיי האבן אינטערגעשריבן די אפמאך? איז דאס א פויזען פיל?

.
Screenshot 2023-08-08 191032.png
וואף! גיי מיר אהין ארבעטן? זיי שטעלן צו כשרע מילך אין די קאנפערענץ רום? אפס, קענסל, עס איז נישט קיין אפיס דשאב.. נישט געמאכט פאר א אידיש קינד...

שיק אריין פאר @אליעזר קרויס

אפשר איז יעצט די ריכטיגע צייט צו עפענען א נייע שיפינג קאמפאניע וואס וועט רעכענען האלב פרייז
אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 13730
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 14, 2014 8:38 pm

Re: Yellow Corp באנקראטירט! (צוליב די יוניאן ארבעטער)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה הילדעסהיימער »

יעלא קארפ סטאק איז אמאל געווען אין די געגנט פון ארום א האלב מיליאן דאלער פער שעיר...
IMG_20230808_191151.jpg
IMG_20230808_191151.jpg (156.22 KiB) געזען 1526 מאל
א גארבידזש, מיסמענידזשד קאמפאני, וועלכע איז שוין געשטאנען ביים שוועל פון באנקראט פיר מאל, און האט כסדר בא'עוול'ט און גענומען עדווענטידזש פון זייערע יוניאן ארבעטערס.

אין 2020, האט די טראמפ ווייסע הויז געשטופט צו געבן פאר די פירמע א $700 מיליאן דאלאר רעגירונג הלוואה אונטער אן עמערדזשענסי דעפענס דעפארטמענט געזעץ, טראץ דעם וואס די דיפענס דעפארטמענט האט זיך קעגנגעשטעלט.

די $700 מיליאם דאלער הלוואה איז דאן געווען 95% פון אלע געלט וואס איז פארבארגט געווארן אונטער דעם פראגראם.
At the time the loans were made, they represented 95% of the total funds disbursed under the CARES Act. The federal government received a nearly 30% stake in Yellow in exchange for the loans.

A House subcommittee in April 2022 issued a scathing report on the loans, saying they were extended to the company despite the assessment by Defense Department officials that the company was not "critical" to national security.

The report said, "The loan's approval involved the intervention of top Trump Administration officials —potentially including the president," Donald Trump.

...
...

At the time the loans were made, the Department of Justice was suing Yellow for alleged fraud related to overcharges to the Defense Department for freight carrier services. The company in March 2022 agreed to pay about $6.85 million to settle that lawsuit.
דורכאויס די לעצטע דריי יאר האט די פירמע אפגעצאלט $230 (!) פון די $729.2 מיליאן הלוואה...

לאנטש טיים האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 08, 2023 7:27 pm
אפשר איז יעצט די ריכטיגע צייט צו עפענען א נייע שיפינג קאמפאניע וואס וועט רעכענען האלב פרייז
יעלא איז שוין געווען ביליגער ווי די קאנקורענטן און דאס איז געווען ווייל זייער סערוויס האט געזייגט (אויך האבן זיי געהאט אביסל אן אנדערע ביזנעס מאדעל פון די אנדערע טראנספארט פירמעס).
פאסט טרעגער האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 08, 2023 7:11 pm
פשוט נבלה בשוקא ועל תצתרך לבריות...

זעלטענע געלעגענהייט, מ'קען אנהייבן דרייוון פאר UPS און באקומען 170K נאך 5 יאר...

עפעס איז ראנג מיט UPS אז זיי האבן אינטערגעשריבן די אפמאך? איז דאס א פויזען פיל?

יו פי עס ווערט אין אלגעמיין באטראכט אלס די בעסערע פירמע, מיט פונקטליכערע מער פארלעסליכע סערוויס ווי פעדעקס.
דורכאויס קאוויד האבן זיי געשארט גאלד מיט זייער טייער-באצאלטע יוניאן ארבעטס קראפט, בשעת פעדעקס האט זיך געפלאגט מיט שארטידזשעס און פארשפעטיגונגען.

די סטאק פרייז פון יו פי עס, פעדעקס און יעלא דורכאויס די לעצטע פינף יאר.
IMG_20230808_193432.jpg
IMG_20230808_193432.jpg (175.02 KiB) געזען 1526 מאל
וכתוב
שר העשר
תגובות: 30
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג מארטש 31, 2023 12:29 am

Re: Yellow Corp באנקראטירט! (צוליב די יוניאן ארבעטער)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וכתוב »

שוארט טוירם = יוניאן א גוטע זאך
לאונג טוירם = א חורבן
בניהו
שר ששת אלפים
תגובות: 6629
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אפריל 16, 2021 1:09 am

Re: Yellow Corp באנקראטירט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בניהו »

לשם ייחוד האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 08, 2023 4:24 pm
איצל פיצל האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 08, 2023 12:11 am
עס האט מיר פארציילט א אינגערמאן וואס האט געארבייט ביי א גראסערי אין ניו דזשערסי.
עס קומט אן א טרעילאר פון סאדא (איך געדענק נישט די פינקטליכע קאמפעני קאקא קאלא, פעפסי אדער ענליך) און מען עפענט אויף צו קענען אפלאדענען די סחורה, שטעלט זיך ארויס אז די טרעילאר דארף האבן א ליפט (אזא עלעוועיטאר אין די בעק) כדי מען זאל קענען אפלאדענען די סקיטס. ווייל זיי האבן נישט געהאט קיין לאודינג דאַק און די קאמפעני האט אזעלעכע ספעציעלע פעלעטס וואס קען נאר ווערן מאנאווערט מיט זייער ספעציעלע פעלעט שלעפער. אדער איז געליגן די סאדא אין אזעלעכע ספעציעלע פלעסטיק באקסעס וואס קומט אזוי געפאַקט איינס אויפן צווייטן און מען ניצט בכלל נישט קיין פעלעט. אבער עס קען נאר ווערן מאנעווירט דורך זייער ספעציעלע מאשין. הקיצור מען דארף דוקא יענע מאשין עם צו אפלאדענען. איז אדער קען ער ארויף פארן גלייך אויפן לאודינג דאַק, אדער טראגט מען עס אראפ מיטן עלעוועיטאר. ווייל דער גראסעריס היי לאו קען דאס נישט טראגן. און דא קומט ער אן מיט א גאנצן טרעילאר אנגעפילט מיט אזעלעכע סחורה אבער אן א ליפט. דער אינגערמאן פרעגט דעם דרייווער - פארשטייט זיך א יוניאן ארבייטער - וואס גייט פאר? געשעהן א טעות? ענפערט ער אז יא, זעהט אויס אז די חברה ביי די דיסטריביושען לאקעישן האבן זיך נישט געכאפט אז עס איז נישט קיין ריכטיגע טרעילאר. און ער זאגט פאר דעם אינגערמאן אז ״איך האב יא גלייך באמערקט ווען זיי האבן אנגעהויבן אנצופילן דעם טרעילאר אז זיי מאכן דא א טעות, אבער איך האב זיי נישט אויפגעמערקט דערוועגן, ווייל אזוי דארף איך נישט דרייווען היינט אזוי סאך און איך גיי נאך מאכן אווערטיים, ווייל יעצט גיי איך צוריק פארן און זיי גייען עס דארפן צוריק אפלאדענען און דערנאך לאדענען אויף א צווייטע טרעילאר, און די גאנצע צייט וואס זיי פאַקען אריין און ארויס קען איך סתם קלאצן, און באקום געהעריג באצאלט״… דער האט נישט קיין טראפ אינטערעסע אין די סוקסעס פון די קאמפעני. און צוקראצט זיך נישט קיין סעקאנד אויב זיי האבן שאדן. די עיקר אז ער באקומט זיין טשעק.
וואס פונקטליך האט דאס מיט יוניאן איינגעשטויסן.
קיין איין נארמאלע ארבעטער געט נישט קיין דעם צי די ביזנעס מאכט געלט צו נישט. און אזוי דארף זיין. אז איך זארג מיך פאר די ביזנעס קען איך דאך שוין עפענען אליינס א ביזנעס.
ווען א נאן-יוניאן ארבעטער פירט זיך אויף אזוי, ווייזט מען אים די נענסטע טיר ארויס. א ארבעטער וואס האט נישט קיין פראבלעם אז זיין ארבעטסגעבער דערלייגט געלט אויף אים איז א שלעכטע מענטש. (אנלעס פארשטייט זיך אויב ער ווערט אביוזט).
אני הוא הנער, נער המדבר
כווייס נישט אלעס
שר האלף
תגובות: 1791
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 29, 2015 1:02 am
לאקאציע:BETWEEN

Re: Yellow Corp באנקראטירט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כווייס נישט אלעס »

בניהו האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 08, 2023 8:12 pm

It's a 2 way street... the big corporations don't care about their employees and their employees don't care about the company
לשם ייחוד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 317
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 18, 2020 10:49 pm

Re: Yellow Corp באנקראטירט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לשם ייחוד »

וואס הייסט, קיינער אין די קאמפעני האט נישט געוואוסט דערפון.
ער האט פונקט דאס דערציילט פאר א קאסטומער ווייל ער האט געוואוסט סהעט קיינמאל נישט צוריק הערן.

עניוועיס, סנאריש צו רעדן פון איין פאל.
לשם ייחוד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 317
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 18, 2020 10:49 pm

Re: Yellow Corp באנקראטירט! (צוליב די יוניאן ארבעטער)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לשם ייחוד »

צק
איך האב נישט דורכגעטוהן די גאנצע מעשה מיט יעלאו און איך ווייס נישט פונקטליך צו סאיז יא וועגן די יוניענס צו נישט.
אבער אזויפיל האב איך יא געזען, אז אין יולי האט מען פארארבעט מיט די יוניענס אן אפמאך צו ענדיגן א סטרייק, אז די קאמפאני גייט צאלן פאר די ארבעטער 50 מיליאן אין בענעפיטס וואס זיי זענען שולדיג געוועןפאר די ארבעטער.
און דאס איז שוין נאך די 700 מיליאן וואס מיר האבן אלע געצאלט פאר.
סאו טוטס מיר אלע א טובה און קום מיר נישט פארקויפן אז יעלאו זענען די גרויסע צדיקים און די יוניענס האבן זיי אינטערגעברענגט, ווען מדארף סטרייקן צו באקומען געלט וואס קומט זיך.
אוועטאר
צו געזונט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7123
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע:חשש גילוי

Re: Yellow Corp באנקראטירט! (צוליב די יוניאן ארבעטער)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צו געזונט »

50 מילליאן וואס מען איז שולדיג. פארוואס? אפשר אויך עפעס א יוניאן PERK?
לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
לשם ייחוד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 317
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 18, 2020 10:49 pm

Re: Yellow Corp באנקראטירט! (צוליב די יוניאן ארבעטער)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לשם ייחוד »

צו געזונט האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 08, 2023 9:21 pm
50 מילליאן וואס מען איז שולדיג. פארוואס? אפשר אויך עפעס א יוניאן PERK?
כהאב נישט קיין אהנונג אבער אז מאיז שולדיג צאלט מען.

כהאב הנאה וויאזוי די גייסט גלייך צו דיפענדען יעלאו אהן טראכטן אפילו צוויי.
אוועטאר
פאסט טרעגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3434
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אפריל 17, 2020 5:50 pm

Re: Yellow Corp באנקראטירט! (צוליב די יוניאן ארבעטער)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאסט טרעגער »

לשם ייחוד האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 08, 2023 9:31 pm
צו געזונט האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 08, 2023 9:21 pm
50 מילליאן וואס מען איז שולדיג. פארוואס? אפשר אויך עפעס א יוניאן PERK?
כהאב נישט קיין אהנונג אבער אז מאיז שולדיג צאלט מען.

כהאב הנאה וויאזוי די גייסט גלייך צו דיפענדען יעלאו אהן טראכטן אפילו צוויי.
און איר נעמט זיך גלייך אן פאר וועם?
אוועטאר
פאסט טרעגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3434
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אפריל 17, 2020 5:50 pm

Re: Yellow Corp באנקראטירט! (צוליב די יוניאן ארבעטער)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאסט טרעגער »

לשם ייחוד האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 08, 2023 9:19 pm
צק
איך האב נישט דורכגעטוהן די גאנצע מעשה מיט יעלאו און איך ווייס נישט פונקטליך צו סאיז יא וועגן די יוניענס צו נישט.
אבער אזויפיל האב איך יא געזען, אז אין יולי האט מען פארארבעט מיט די יוניענס אן אפמאך צו ענדיגן א סטרייק, אז די קאמפאני גייט צאלן פאר די ארבעטער 50 מיליאן אין בענעפיטס וואס זיי זענען שולדיג געוועןפאר די ארבעטער.
און דאס איז שוין נאך די 700 מיליאן וואס מיר האבן אלע געצאלט פאר.
סאו טוטס מיר אלע א טובה און קום מיר נישט פארקויפן אז יעלאו זענען די גרויסע צדיקים און די יוניענס האבן זיי אינטערגעברענגט, ווען מדארף סטרייקן צו באקומען געלט וואס קומט זיך.
קודם זאגט איר אז איר האט נישט דורכגעטון די נושא, אבער למעשה מאכט איר א מסקנה...

זעהט אויס איר ווילט אנהייבן פון ראוינד וואן, נישט קיין פראבלעם...

די קאמפעני מוטשעט זיך שוין מיט חובות זינט די אנהייב 2000 יארן צוליב וואס זיי האבן אויסגעקויפט אסאך קלענערע טראקינג קאמפעניס און די יוניאן שטערט שוין פאר יארן לאנג צו מערדזשען די קאמפעניס מיט יעלאוי, וויבאלד עס וועט כמובן רעדוצירן די נויטיגקייט פאר אזויפיל ארבעטער, ד''מ אז שוין קרוב צו צוואנציג יאר וואס די קאמפעני פארברענט געלט אויפצוהאלטן 7-8 פולי עקסטערע אפערעישענ'ס פאר אלע זייערע קאמפעני'ס...

און 2020 האט די קאמפעני באקומען א 700 מיליאן דאלער פון די פעדעראל גאווערמענט מיט 30% שעירס אלץ קאלעטעראל מיטן פלאן צו ניצן די געלט צו ריסטראקטשערן די קאמפעני, די ריסטראקטשערינג האט פארשטייט זיך געמיינט מערדזשען אלע קאמפעניס אונטער איין אפערעישען וואס לויט די קאמפעני'ס חשבונות וואלט אפערירען ווייטער ווי ביז יעצט געמיינט פארלירן געלט יאר נאך יאר...

זענען אבער אנגעקומען די וויכטיגע יוניאן טאטעס און אראפגעשטעלט א פיס אז מען גייט נישט לאזן די קאמפעניס מערדזשען, ענדערש זאלן אלע 30,000 ארבעטער פארלירן די ארבעט ווי איידער נאר 5000-10,000 וואס וואלטן געגאנגען מיט די ריסטראקטשערינג פלאן...

אזוי האט די יוניאן געהאלטן האסטידזש יעלאו ביז אנהייב 2023 ווען די פעדעראל לאוין איז געווען דאא, און יוניאן האט געדארפט אפצאלן די גאנצע 700 מיליאן פאר די פעדערעל גאווערמענט, און צוליב די צרות פון די יוניאן האבן זיי נישט געהאט די געלט צו צוריקצאלן און האבן געדארפט אנהייבן קאמפרעמייזן וועלכע קרעדיטער'ס זענען וויכטיגער צו באצאלן ווי וועלכע...

איינע פון די קרעדיטאר'ס וואס זיי האבן געלאזט פייפן איז געווען די פענשען פאנד'ס פון די גריעדי יוניאן ארבעטער וואס האט זיי אנגעברענגט אלע צרות, און דאס איז שוין ''נאך די 700 מיליאן וואס מיר האבן אלע געצאלט פאר איז שוין לאנג געווען אווערדא''.

זענען יעצט ווייטער געקומען די יוניאן טאטעס און געסטראשעט מיט א סטרייק, די סטרייק סטראשע האט אראפגעברענגט יעלאוס רעוועניו מיט 80% צוליב וואס קיינער וויל נישט בלייבן שטעקן מיט א קאמפעני ווי די ארבעטער גייען סטרייק, דאס האט ממש פאראלעזירט יעלאו און זיי האבן געפייערט אלע ארבעטער...

יעצט גיי וויין מיט קראקעדייל טרערען פאר די נעבעכדיגע יוניאן ארבעטער וואס האבן פארלוירן זייער דזשאב, כליפ כליפ...
אוועטאר
פאסט טרעגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3434
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אפריל 17, 2020 5:50 pm

Re: Yellow Corp באנקראטירט! (צוליב די יוניאן ארבעטער)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאסט טרעגער »

@שלמה הילדעסהיימער אפשר זאגט מיר מיט וואס יעלאו האט בעעולט די יוניאן ארבעטער?
פרייליכען
שר חמש מאות
תגובות: 565
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 04, 2017 4:55 pm

Re: Yellow Corp באנקראטירט! (צוליב די יוניאן ארבעטער)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרייליכען »

לשם ייחוד האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 08, 2023 4:29 pm
ווער סקען די היסטערי וועט פארשטיין פארוואס יוניאןס איז אזוי וויכטיג.
פאר יוניאןס זענען מענטשן געווען ליטערילי פארשקלאפט.
יוניאןס האבן געפייט פאר נארמאלע ארבעטס שעון. זיי האבן געפייט פאר סעיפטי רעגולעישעןס.
טויזענטער ארבעטערס פלעגן שטארבן ביי די ארבעט ווייל די בע״ב האבן געקענט הייסן טוהן וואס זיי האבן געוואלט.

מקען רעדן וועגן יוניאןס היינט צוטאגס, אבער וואס אמאל זיכער איז אז סהאט געמאכט א ריזיגע שינוי לטובה אין אסאך עריעס וואס יעדער עגריט איז וויכטיג.
קאוד ווארט: האבן / פלעגן
אלעס בלשון עבר, כהיום זענען זיי דא צו פייניגן און צו קוועטשן די בעל הבית, נישט זיך דווקא זארגן אויף די ארבעטער.
אוועטאר
Kosher Travel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4358
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע:Yehupesville
פארבינד זיך:

Re: Yellow Corp באנקראטירט! (צוליב די יוניאן ארבעטער)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kosher Travel »

לאנטש טיים האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 08, 2023 7:23 pm
פאסט טרעגער האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 08, 2023 7:11 pm
פשוט נבלה בשוקא ועל תצתרך לבריות...

זעלטענע געלעגענהייט, מ'קען אנהייבן דרייוון פאר UPS און באקומען 170K נאך 5 יאר...

עפעס איז ראנג מיט UPS אז זיי האבן אינטערגעשריבן די אפמאך? איז דאס א פויזען פיל?

.
Screenshot 2023-08-08 191032.png
וואף! גיי מיר אהין ארבעטן? זיי שטעלן צו כשרע מילך אין די קאנפערענץ רום? אפס, קענסל, עס איז נישט קיין אפיס דשאב.. נישט געמאכט פאר א אידיש קינד...

שיק אריין פאר @אליעזר קרויס
פארוואס נישט??? גאר שיין באצאלט.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!
לאנטש טיים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4660
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 02, 2022 1:46 pm

Re: Yellow Corp באנקראטירט! (צוליב די יוניאן ארבעטער)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאנטש טיים »

Kosher Travel האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 08, 2023 10:51 pm
לאנטש טיים האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 08, 2023 7:23 pm
פאסט טרעגער האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 08, 2023 7:11 pm
פשוט נבלה בשוקא ועל תצתרך לבריות...

זעלטענע געלעגענהייט, מ'קען אנהייבן דרייוון פאר UPS און באקומען 170K נאך 5 יאר...

עפעס איז ראנג מיט UPS אז זיי האבן אינטערגעשריבן די אפמאך? איז דאס א פויזען פיל?

.
Screenshot 2023-08-08 191032.png
וואף! גיי מיר אהין ארבעטן? זיי שטעלן צו כשרע מילך אין די קאנפערענץ רום? אפס, קענסל, עס איז נישט קיין אפיס דשאב.. נישט געמאכט פאר א אידיש קינד...

שיק אריין פאר @אליעזר קרויס
פארוואס נישט??? גאר שיין באצאלט.
גשריבן סארקאסטיש כמובן, און זיך באצויגן צו א שמועס פון @אליעזר קרויס אויף די נושא טאקע פון יו פי עס
פרייליכען
שר חמש מאות
תגובות: 565
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 04, 2017 4:55 pm

Re: Yellow Corp באנקראטירט! (צוליב די יוניאן ארבעטער)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרייליכען »

Thank you unions!
זייטיגע נאטיץ
ערווארטונג אז פרייזן פון פראדוקטן און שיפינג וועלן זיך הייבן אלס דירעקטע רעזולטאט פון "יעלאו טראקינג" צוזאמפאל‎: מיט די צוזאַמפאַל פון די יעלאָו טראָקינג קאָמפּאַני, האָט אַמעריקע פאַרלוירן אַזויפיל ווי פופצן פּראָצענט פון די געווענליכע קליינע-דעליווערי טראָקינג סערוויס, און דאָס וועט ברענגען א מאַנגל אין טראָקערס צו ליפערן פּראָדוקטן. צוליב די ערוואַרטעטע מאַנגל, קענען קאָנסומערס ערוואַרטן אַז פּראָדוקטן וועלן קאָסטן מער, וויבאַלד קאָמפּאַניס וועלן דאַרפן באַצאָלן טייערער פאַר שיפּינג.
https://www.yiddish24.com/news/bulletin/89105
אוועטאר
פאסט טרעגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3434
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אפריל 17, 2020 5:50 pm

Re: Yellow Corp באנקראטירט! (צוליב די יוניאן ארבעטער)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאסט טרעגער »

די נעקסטע שטאפל פון די קרומע יוניאן קעפ, וואס ברענגען אונטער אמעריקא...

טיעמסטערס שטופט בענקראפסי ריפארם צו פריארעטייזן פעימענטס פאר די געוועזענע ארבעטער (וואס האבן מחריב געווען די קאמפעני) איבער די לענדערס...

.
Screenshot 2023-08-09 130649.png
Screenshot 2023-08-09 130649.png (369.76 KiB) געזען 748 מאל
פערשט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 366
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 14, 2016 2:01 pm

Re: Yellow Corp באנקראטירט! (צוליב די יוניאן ארבעטער)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פערשט »

שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 08, 2023 7:42 pm
יעלא קארפ סטאק איז אמאל געווען אין די געגנט פון ארום א האלב מיליאן דאלער פער שעיר...

איז נאך א סטאק שוין אמאל געווען אין אזא הויכע רעינזש?
וויאזוי trade מען דאס
אוועטאר
פאסט טרעגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3434
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אפריל 17, 2020 5:50 pm

Re: Yellow Corp באנקראטירט! (צוליב די יוניאן ארבעטער)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאסט טרעגער »

פערשט האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 09, 2023 6:38 pm
שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 08, 2023 7:42 pm
יעלא קארפ סטאק איז אמאל געווען אין די געגנט פון ארום א האלב מיליאן דאלער פער שעיר...

איז נאך א סטאק שוין אמאל געווען אין אזא הויכע רעינזש?
וויאזוי trade מען דאס

די איינצוגסטע סטאק וואז איז שוין אמאל געווען און איז נאך אלץ און יענע רעינדזש איז בערקשייער העטעוועי קלעס עי שעירס...

דאס אז יעלאו איז געווען אזוי הויעך רעדט מען לויט וויפיל שעירס די קאמפעני האט יעצט, אבער צווישן דעמאלט'ס און יעצט איז געווען עטליכע ריווערס ספליט'ס אונצווישן.

.
Screenshot 2023-08-09 185708.png
Screenshot 2023-08-09 185708.png (12.29 KiB) געזען 599 מאל
אוועטאר
פאסט טרעגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3434
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אפריל 17, 2020 5:50 pm

Re: Yellow Corp באנקראטירט! (צוליב די יוניאן ארבעטער)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאסט טרעגער »

די געוועזענע יעלאו ארבעטער האבן געמאכט א שטיקל געדענקמאל ווען די ארבעטער קומען צוריק און הענגן אויף זייער סעיפטי וועסטלעך אויף די געיטס פון יעלאויס טערמינאל, אויף די וועסטלעך שרייבן זיי אויף זייער נאמען און פון ווען ביז ווען זיי האבן געארבעט פאר יעלאו.

ביי די פארלאזטע סעינט לואיס טערמינאל.
im-832381.jpg
im-832381.jpg (91.05 KiB) געזען 583 מאל
שרייב תגובה

צוריק צו “עקאנאמישע נייעס”