טראמפ 2020 קלאגעס- שמועסן און קאמענטארן

נייעס אויפ'ן פאליטישן ארענע

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אשכול הגפן
שר מאה
תגובות: 205
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 06, 2022 1:02 pm

טראמפ 2020 קלאגעס- שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אשכול הגפן »

יעצט אז ס'זענען ארויסגעקומען פיר קלאגעס אויף פרעזידענט טראמפ און זיינע מיטארבעטער אומבאלאנגט זיינע שטעלונגען און פעולות נאך די 2020 וואלן, וויל איך עפענען דעם אשכול ווי מען זאל קענען אויסשמועסן און דעבאטירן דעם קעיס און די אנטוויקלונגען.
אוועטאר
קיינמאל געווען
שר האלף
תגובות: 1683
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 16, 2023 6:57 am
לאקאציע:קרית יואל

Re: טראמפ 2020 קלאגעס- שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיינמאל געווען »

אז מען קען נישט באזיגן טראמפ אין די שטים בודקעס פערבירט מען אנדערע וועגן
זאג קיינמאל נישט קיינמאל ווייל די קענסט קיינמאל נישט וויסן
אשכול הגפן
שר מאה
תגובות: 205
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 06, 2022 1:02 pm

Re: טראמפ 2020 קלאגעס- שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אשכול הגפן »

באמת האט שוין איינער אנגעמערקט אויף א צווייטע אשכול אז מען דארף צאמענעמען אלע קלאגעס אונטער איין דאך ווייל ס'שווער מיטצוהאלטן פון וואס מען רעדט. ווען ס'וואלט געווען אזא אשכול וואלט מען לכאורה געקענט האבן "בלויז נייעס" באריכטן יעדע עטליכע שעה...
פאראיעריגער שניי
שר חמש מאות
תגובות: 772
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 17, 2020 10:10 pm

Re: טראמפ 2020 קלאגעס- שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראיעריגער שניי »

אפשר איז דער זעקסטער יא אינקלאדעד?

וועלכע עוולה מיינען זיי פינקטליך מיט שטערן א אפיציעלע פראצעדור?? די עלעקטערס? ווער זאגט סמיינט נאר די אלטערנאטיווע עלעקטערס?

דאס איז זיכער נישט פארראט אדער רעוואלוציע זענען אינקלאדעד, אבער דער זעקסטער אפשר יא?
אשכול הגפן
שר מאה
תגובות: 205
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 06, 2022 1:02 pm

Re: טראמפ 2020 קלאגעס- שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אשכול הגפן »

פאליטישע און געזעצליכע מיינונג זאגער האבן דורכאויס די לעצטע טעג שפעקולירט איבער די קלאגעס וואס מען וועט ברענגן. אצינד אז ס'איז געברענגט געווארן איז כדאי צו אויסשמועסן עטליכע נקודות וואס זענען אנגעמערקט געווארן.

פרעזידענט טראמפ איז געווארן אנגעקלאגט אויף פיר קלאגעס, אריינגערעכענט שטערן אן אפיציעלן פראסידינג, קאנספיראציע צו שטערן אן אפיציעלע פראסידינג, באשווינדעלן די רעגירונג און מענטשליכע רעכטן פארלעצונגען.

עס איז מערקבאר אז סמיט האט נישט באשולדיגט טראמפ מיט אינסורעקשין קלאגעס וועלכע זענען ווארשיינליך א צי ווייטע סטרעטש צו גיין. זעט אויס אז סמיט האלט אז אפילו מען וועט אננעמען אז ס'איז געווען אן אינסורעקשין וועט מען נישט קענען אנצייגן אז ער איז שולדיג דערפאר אויף א קרימינאלע פארנעם. עכ"פ אויף דערווייל.

בנוגע די שטערן אן אפיציעלע פראסידינג איז ווערט צו באטאנען אז דאס איז געווענליך א קלאגע וואס מען די רעגירונג נוצט זעלטן, אויסער פאר די וויכטיגע צוועק פון רודפ'ן פאליטישע קעגנער, א שטייגער ווי יאנואר זעקס דעמאנסטרירער און פראטעסטירער (און אין איינצעלנע פעלער - ראיאטירער). געווענליך ווערן אזעלכע קלאגעס באסגלייט מיט ווייניג יארן טורמע אויב מען ווערט דערויף אנגעקלאגט. כדי צו פארשטיין וואס אזא סארט קלאגע מיינט: אויב איינער שרייט און פארפירט אינמיטן א הירינג ווען מען באשטעטיגט א סופרים קאורט ריכטער (א שטייגער ווי די קעווענא הירינגס ווען ליבעראלן האבן איבערגעדרייט די פארהער) קען מען אפיציעל ווערן אנגעקלאגט אויף דעם, נאכדערצו אויב עס טוט אנקומען צו דעם אז די הירינג זאל ווערן צייטווייליג אפגעשטעלט און געשטערט. די רעגירונג טוט געווענליך נישט אנקלאגן מיט אזעלכע קלאגעס, אויסער פאר נאוואלני סטיל שטיצער וועלכע טוען שטעלן א געפאר פאר "דעמאקראטיע" (דעמאקראטן).

בנוגע צו באשווינדעלן די רעגירונג. דאס ווערט געווענליך גענוצט קעגן מענטשן וואס צאלן נישט קיין שטייער און דרייען זיך ארויס פון באצאלן, דורכ'ן ליגענט זאגן פאר די רעגירונג אויף זייערע שטייער דאקומענטן און מיט'ן אויפמאכן פאלשע עקספענסעס, א שטייגער ווי די האנטער ביידען שטייער דאקומענטן א.א.וו. אצינד האט די רעגירונג געספינט די פשוט'ע באדייט פון די קלאגע אז ס'זאל ארייננעמען די פעולות פון טראמפ וועלכע האט לויט די קלאגע אויסגענארט די רעגירונג מיט'ן איינרעדן אז ער איז די געווינער פון די וואלן. די פראקורארן וועלן מוזן קענען אויפווייזן אז טראמפ האט געוואוסט אז ער זאגט ליגענט, און האלט אז ער האט נישט געווינען, און אז ער האט בכוונה איינגערעדט די באפעלקערונג אז ער האט באמת געווינען. אויך וועלן זיי מוזן ציען א שטריק צו זאגן אז די רעגירונג איז געווארן אויסגענארט. דאס קומט אן שווער צו פארשטיין, ווייל די רעגירונג האט באשטעטיגט די וואלן פאר דזשאו ביידען און נישט אפגעקויפט דעם געשיכטע.

בנוגע די יומען רייטס קלאגעס. אויף דעם וועט מען שוין דארפן האבן ביאורים מאירות עינים, ווי אויך כסדר'דיגע הערות וציונים מיט פילע מהדורות. סטעי טונד.
אוועטאר
שמן ששון
שר האלף
תגובות: 1514
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 14, 2023 9:16 pm

פאשטיי Re: טראמפ 2020 קלאגעס- שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמן ששון »

פארשטיי איך בכלל נישט וואס דער קאניבאל סמיט וויל מיט די קלאגעס....

ווי איינער פון די דעמאקראטישע געזעץ עקספערטן האט שוין געשריבן דא [url= viewtopic.php?p=4427673#p4427673 ] אז איינמאל די סענאט האט געשטימט נאט גילטי, אידאך פשט אז אלעס איז געווען לעגאל, דהיינו, טראמפ האט בסך הכל אויסגעדריקט זיין מיינונג, וואס ער האט די רעכט דערצו אונטער די ערשטע אמענדמענט צו זאגן הויך און קלאר, אז ער האלט אז די עלעקשאנס זענען געווען געגנבעט, עפעס וואס רובם ככולם פון די דעמאקראטן פון הילערי ביז שיף ביז האקים בין דזשעפרי, האבן געשריגן פיר יאר נאכאנאנד אויף אים...
און דא איז ווי די פערדע קלאגע קען ווערן איבערגעדרייט בבחינת גמולו על ראשו, אז אויב טראמפ קומט ארויס נאט גילטי האטעך דער סמיט געוואלט צונעמען זיינע פרייע רעכטן.
נעה, כ'נעם נישט אייוועלט אזוי סיריעס, דאונט ווארי!
כ'בין סך הכל דא זיך צו אויסליפטערן, באטטאם ליין האב איך ליב יעדעם איינעם דא אפי' זיי האלטן פונקט פארקערט פון מיר יעדעס איינציגסטע מאל, איט'ס אאל אקעי!!!
קרעדיט: @פוןאמעריקע
You the best
שר מאה
תגובות: 102
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 06, 2023 1:12 pm

Re: טראמפ 2020 קלאגעס- שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך You the best »

We our a Damacrcy
אטעטשמענטס
ReduceImageSize.net_415kb_4580.jpg
ReduceImageSize.net_415kb_4580.jpg (389.6 KiB) געזען 1755 מאל
אשכול הגפן
שר מאה
תגובות: 205
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 06, 2022 1:02 pm

Re: טראמפ 2020 קלאגעס- שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אשכול הגפן »

פראפעסאר עלען דערשאוויץ זאגט יעצט אז דער אינדייטמענט איז פעלערהאפטיג און טוט נישט ווייזן ווי אזוי טראמפ האט פארלעצט די אלע געזעצן. ווי ער געבט איבער וועלן טראמפ'ס לויערס נעמען עטליכע שריט וואס וועט שטארק פארשווערן די ארבעט פאר די סמיט טיעם. זיי וועלן אריינגעבן א מאושען צו אפלאזן די קלאגעס באזירט אויף די ערשטע אמענדמענט רעכטן וואס טראמפ האט געהאט צו צווייפלען אין די לעגימיטעט פון די וואלן. צווייטנס, ווען זיי בעטן צו רוקן דעם פראצעס צו א צווייטע געגנט וואו טראמפ קען מעגליך באקומען אן ווייניגער בייעסט דזשורי. אויב די געריכט וועט זיך אנטזאגן פון ארויסווארפן די קלאגעס וועלן זיי דאס אפעלירן צו העכערע געריכטן ביז צו די סופרים קאורט. דערשאוויץ זאגט אז די סופרים קאורט דארף עס אויפנעמען צוליב די מאסיווע פאליטישע קאנסיקווענצן און צוקונפטיגע קלאגעס וועלכע וועלן ווערן אימפאקטירט דורך אזעלכע פארדרייטע קלאגעס. ער האלט אז די געריכט וועט עס ווארשיינליך ארויסווארפן אויב עס קומט אן צו זיי.
ונזכה ונחי' ונראה.
אשכול הגפן
שר מאה
תגובות: 205
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 06, 2022 1:02 pm

Re: טראמפ 2020 קלאגעס- שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אשכול הגפן »

You the best האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 01, 2023 8:40 pm
We our a Damacrcy
מיינסט צו זאגן א דעמאקראטיש...
אוועטאר
קיינמאל געווען
שר האלף
תגובות: 1683
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 16, 2023 6:57 am
לאקאציע:קרית יואל

Re: טראמפ 2020 קלאגעס- שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיינמאל געווען »

אין דריי לענדער ווערט די פאליטישע קעגנער אריינגעשליידערט אין תפיסה דורך די רעזשים פארן נישט אנערקענען די אזויגערופענע עלעקשען.

נארט קאריערע איראן אמעריקע.
זאג קיינמאל נישט קיינמאל ווייל די קענסט קיינמאל נישט וויסן
ר' מטות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 456
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 24, 2022 6:27 am

Re: טראמפ 2020 קלאגעס- שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' מטות »

ווען די רעפובליקאנער אין קאנגרעס האבן ווען אביסעל שכל וואלטן זיי ווען געדארפט מאכן א גאווערמענט שאטדאון ביז די ביידן אדמינעסטראציע דראפפט די קלאגעס קעגן דעם רעפובליקאנער פראנט ראנער, האבן זיי דאך נישט...
די אמת'ע ווערדיקט וועט זיין עלעקשען נייט!!

מיין בליק אויף די אויסגאנג פון די טרייעל
אוועטאר
אבנר בן-נר
שר חמשת אלפים
תגובות: 5282
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 04, 2022 10:55 pm
לאקאציע:בדרך לרפיח

Re: פאשטיי Re: טראמפ 2020 קלאגעס- שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבנר בן-נר »

שמן ששון האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 01, 2023 8:13 pm
פארשטיי איך בכלל נישט וואס דער קאניבאל סמיט וויל מיט די קלאגעס....

ווי איינער פון די דעמאקראטישע געזעץ עקספערטן האט שוין געשריבן דא [url= viewtopic.php?p=4427673#p4427673 ] אז איינמאל די סענאט האט געשטימט נאט גילטי, אידאך פשט אז אלעס איז געווען לעגאל, דהיינו, טראמפ האט בסך הכל אויסגעדריקט זיין מיינונג, וואס ער האט די רעכט דערצו אונטער די ערשטע אמענדמענט צו זאגן הויך און קלאר, אז ער האלט אז די עלעקשאנס זענען געווען געגנבעט, עפעס וואס רובם ככולם פון די דעמאקראטן פון הילערי ביז שיף ביז האקים בין דזשעפרי, האבן געשריגן פיר יאר נאכאנאנד אויף אים...
און דא איז ווי די פערדע קלאגע קען ווערן איבערגעדרייט בבחינת גמולו על ראשו, אז אויב טראמפ קומט ארויס נאט גילטי האטעך דער סמיט געוואלט צונעמען זיינע פרייע רעכטן.
איך האב הנאה פון דיין הוכחה פון @צל
אשכול הגפן
שר מאה
תגובות: 205
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 06, 2022 1:02 pm

Re: טראמפ 2020 קלאגעס- שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אשכול הגפן »

ר' מטות האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 02, 2023 1:39 am
ווען די רעפובליקאנער אין קאנגרעס האבן ווען אביסעל שכל וואלטן זיי ווען געדארפט מאכן א גאווערמענט שאטדאון ביז די ביידן אדמינעסטראציע דראפפט די קלאגעס קעגן דעם רעפובליקאנער פראנט ראנער, האבן זיי דאך נישט...
הונדערט פראצענט. ס'איז מיר דורכגעלאפן דעם מחשבה נעכטן, וואו זענען די רעפאבליקאנער? ווער דארף פאנדינג פאר א רעגירונג וועלכע פירט זיך אויף ווי א באנאנע רעפאבליק? דער אמת איז אז אסאך רעפאבליקאנער זענען פון די דיעפ סטעיט יוני פארטיי וועלכע שמייכעלט שטיל צו טראמפ'ס פראבלעמען (דאס נעמט אריין פיגורן ווי מיקאנעל, ראמני, סקעליס, און מעגליך אויך מיקארטי). ווען ס'וואלט געווען א פריאריטי פאר די פארטיי וואלטן זיי געהאט הונדערט און איין וועגן צו מאכן א חורבן פאר קאנגרעס און וואשינגטאן. נאר וואסזשע דען? ס'גרינגער צו וויינען און קלאגן אויף פאקס ניוז ווי איידער אויפהייבן א פינקי פינגער. ווייסטו וואס? זאל טראמפ גיין אין חד גדיא, ווילאנג איך קען זיצן על סיר הבשר און געניסן פון לאביאיסטן אויפ'ן חשבון פון דער אמעריקאנער שטייער צאלער.
#וואשינגטאן עסטעבלישמענט
פאליטקלי קארעקט
שר חמשת אלפים
תגובות: 5184
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 07, 2014 11:36 am

Re: טראמפ 2020 קלאגעס- שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטקלי קארעקט »

קיינמאל געווען האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 01, 2023 10:20 pm
אין דריי לענדער ווערט די פאליטישע קעגנער אריינגעשליידערט אין תפיסה דורך די רעזשים פארן נישט אנערקענען די אזויגערופענע עלעקשען.

נארט קאריערע איראן אמעריקע.
און מדנ"י? די ביבי פראצעס, וואס איז?
דזשאבס, דזשאבס, דזשאבס

קיינמאל געווען האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 01, 2023 6:14 pm
אז מען קען נישט באזיגן טראמפ אין די שטים בודקעס פערבירט מען אנדערע וועגן
מ'האט אים שוין איינמאל באזיגט, פארוואס זאל מען נישט קענען נאכאמאל באזיגן? נאכדערצו ער האט נאכקיינמאל געווינען די פאפולערע וואוט.
דזשאבס, דזשאבס, דזשאבס
אוועטאר
בעריש'ל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4048
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 19, 2017 3:36 pm

Re: טראמפ 2020 קלאגעס- שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעריש'ל »

זיי קענען נישט געווינען טראמפ אין אן עלעקשאן ווילן זיי אים זעהן אין זשעיל.
זיי האבן מורא אז מען וועט נישט קענען פעלטשן א צווייטן מאל.
אֲנִי מַאֲמִין בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה. שֶׁהַבּוֹרֵא יִתְ' יוֹדֵעַ כָּל מַעֲשֵׂה בְנֵי אָדָם וְכָל מַחְשְׁבוֹתָם
אוועטאר
קיינמאל געווען
שר האלף
תגובות: 1683
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 16, 2023 6:57 am
לאקאציע:קרית יואל

Re: טראמפ 2020 קלאגעס- שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיינמאל געווען »

פאליטקלי קארעקט האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 02, 2023 12:53 pm
קיינמאל געווען האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 01, 2023 10:20 pm
אין דריי לענדער ווערט די פאליטישע קעגנער אריינגעשליידערט אין תפיסה דורך די רעזשים פארן נישט אנערקענען די אזויגערופענע עלעקשען.

נארט קאריערע איראן אמעריקע.
און מדנ"י? די ביבי פראצעס, וואס איז?
וואס טאקע
זאג קיינמאל נישט קיינמאל ווייל די קענסט קיינמאל נישט וויסן
אוועטאר
קיינמאל געווען
שר האלף
תגובות: 1683
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 16, 2023 6:57 am
לאקאציע:קרית יואל

Re: טראמפ 2020 קלאגעס- שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיינמאל געווען »

פאליטקלי קארעקט האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 02, 2023 12:58 pm
קיינמאל געווען האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 01, 2023 6:14 pm
אז מען קען נישט באזיגן טראמפ אין די שטים בודקעס פערבירט מען אנדערע וועגן
מ'האט אים שוין איינמאל באזיגט, פארוואס זאל מען נישט קענען נאכאמאל באזיגן? נאכדערצו ער האט נאכקיינמאל געווינען די פאפולערע וואוט.
דעמאלטס איז נאך געווען פאר ביידען האט אריינגעפירט אמעריקע אין די אדמה
יעצט ווייסן זיי אז אויב טראמפ איז אויף די בעללאט געווינט ער מיט א לענסלייד
זאג קיינמאל נישט קיינמאל ווייל די קענסט קיינמאל נישט וויסן
פאליטקלי קארעקט
שר חמשת אלפים
תגובות: 5184
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 07, 2014 11:36 am

Re: טראמפ 2020 קלאגעס- שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטקלי קארעקט »

קיינמאל געווען האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 02, 2023 1:13 pm

די אנקעטעס זאגן נישט אזוי.

https://www.realclearpolitics.com/epoll ... -7383.html

לענסלייד? מאן דכר שמיה

קיינמאל געווען האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 02, 2023 1:12 pm

און וואס איז מיט באריס דזשאנסאן מיט זיין אזויגערופענע סקאנדאל?

פאליטקלי קארעקט האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 02, 2023 1:21 pm

זיי ביטע מסביר וואס די זאגסט

לויט ווי איך געדענק איז ביבי יעצט פרעמיער מיניסטער פון מדינת ישראל
אין באריס איז נישט אנגעקלאגט דורך די ענגלישע רעגירונג מיט 700 קלאגעס יעדען מאנטיג אין דארנישטיג

נישט דער קלוגסטער
שר מאה
תגובות: 213
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 14, 2022 3:05 pm

Re: טראמפ 2020 קלאגעס- שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט דער קלוגסטער »

דאס איז די הייטיגע ארטיקעל אין קול ברמה... איך ווייס נישט ווער דער בחור איז אבער ער איז אייזען. בעיקר די וועג וויאזוי ער צומאלט דעם סמיט...
אטעטשמענטס
Capture 1.JPG
Capture 1.JPG (94.11 KiB) געזען 996 מאל
Screenshot 2.png
Screenshot 2.png (104.68 KiB) געזען 996 מאל
Screenshot 2023-08-02 132413.png
Screenshot 2023-08-02 132413.png (233.68 KiB) געזען 996 מאל
לעצט פארראכטן דורך נישט דער קלוגסטער אום מיטוואך אוגוסט 02, 2023 1:28 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
לערן זיך פון יעדעם וועסט ווערן קלוגער
אוועטאר
קיינמאל געווען
שר האלף
תגובות: 1683
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 16, 2023 6:57 am
לאקאציע:קרית יואל

Re: טראמפ 2020 קלאגעס- שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיינמאל געווען »

פאליטקלי קארעקט האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 02, 2023 1:16 pm
קיינמאל געווען האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 02, 2023 1:13 pm
פאליטקלי קארעקט האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 02, 2023 12:58 pm
קיינמאל געווען האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 01, 2023 6:14 pm
אז מען קען נישט באזיגן טראמפ אין די שטים בודקעס פערבירט מען אנדערע וועגן
מ'האט אים שוין איינמאל באזיגט, פארוואס זאל מען נישט קענען נאכאמאל באזיגן? נאכדערצו ער האט נאכקיינמאל געווינען די פאפולערע וואוט.
דעמאלטס איז נאך געווען פאר ביידען האט אריינגעפירט אמעריקע אין די אדמה
יעצט ווייסן זיי אז אויב טראמפ איז אויף די בעללאט געווינט ער מיט א לענסלייד
די אנקעטעס זאגן נישט אזוי.

https://www.realclearpolitics.com/epoll ... -7383.html

לענסלייד? מאן דכר שמיה
גראדע לויט די היסטאריע פון די אנקעטעס אז זיי שאצן אונטער טראמפ געווינט ער פיין מיט א לענסלייד

אויב וואלטן זיי געווען זיכער אז טראמפ פאלירט סייווי קעגן ביידן וואלטן זיי אים נישט אנגעקלאגט יעדע צווייטער טאג
זאג קיינמאל נישט קיינמאל ווייל די קענסט קיינמאל נישט וויסן
פאליטקלי קארעקט
שר חמשת אלפים
תגובות: 5184
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 07, 2014 11:36 am

Re: טראמפ 2020 קלאגעס- שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטקלי קארעקט »

קיינמאל געווען האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 02, 2023 1:25 pm
פאליטקלי קארעקט האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 02, 2023 1:21 pm
קיינמאל געווען האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 02, 2023 1:12 pm
פאליטקלי קארעקט האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 02, 2023 12:53 pm
קיינמאל געווען האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 01, 2023 10:20 pm
אין דריי לענדער ווערט די פאליטישע קעגנער אריינגעשליידערט אין תפיסה דורך די רעזשים פארן נישט אנערקענען די אזויגערופענע עלעקשען.

נארט קאריערע איראן אמעריקע.
און מדנ"י? די ביבי פראצעס, וואס איז?
וואס טאקע
און וואס איז מיט באריס דזשאנסאן מיט זיין אזויגערופענע סקאנדאל?
זיי ביטע מסביר וואס די זאגסט

לויט ווי איך געדענק איז ביבי יעצט פרעמיער מיניסטער פון מדינת ישראל
אין באריס איז נישט אנגעקלאגט דורך די ענגלישע רעגירונג מיט 700 קלאגעס יעדען מאנטיג אין דארנישטיג
לויט ווי איך געדענק האט מען אנגעקלאקט ביבי און באריס דזשאנסאן האט געמוזט רעזיגנירן.

ס'דא וואס האלטן אז ס'איז פאליטיש מאנעווירט.
דזשאבס, דזשאבס, דזשאבס
פאליטקלי קארעקט
שר חמשת אלפים
תגובות: 5184
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 07, 2014 11:36 am

Re: טראמפ 2020 קלאגעס- שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטקלי קארעקט »

נישט דער קלוגסטער האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 02, 2023 1:26 pm
דאס איז די הייטיגע ארטיקעל אין קול ברמה... איך ווייס נישט ווער דער בחור איז אבער ער איז אייזען. בעיקר די וועג וויאזוי ער צומאלט דעם סמיט...
ער איז דער זעלבער וואס האט יעדן טאג נאך די 20' עלעקשאנס איבערגעזאגט יעדע קאנספירעסי וואס האט זיך געוואלגערט אין די גאסן.
דזשאבס, דזשאבס, דזשאבס
שרייב תגובה

צוריק צו “פאליטישע נייעס”